פאלגענד זענען די פייערדיגע ווערטער פון כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א [מהר"א] במעמד אלופי אלפי ישראל ביי נעילת החג, ווי דער רבי שליט"א איז מחייב יעדן יחיד זיך משתתף זיין בגופו ביים די גרויסע מעמד מחאה, דעם קומענדיגען זונטאג פרשת נח הבעל"ט
מען האט געזאגט אין די תפילה פון הושענה רבה, הושענה למען דתך, מען בעט דעם הייליגן באשעפער א ישועה למען דתך, די תורה הקדושה,
אין ארץ ישראל איז דא א ביטערע גזירה, וואס הייסט גזירות גיוס בני ישיבות,
אין כוחינו אלא בפה,
דאס יהדות החרדית אין ניו יארק גייט ארויסקומען אין א גרויסע מחאה אדירה קעגן די טריפענע ממשלה אין ארץ ישראל, וואס איז גוזר די גזירות פון גיוס בני ישיבות
אונז גייען זיך צושטעלן צו הושענה למען דתך,
מען דארף א גרויסע ישועה למען דתך, פאר די תורה הקדושה וואס מען וויל צוברעכן די לומדי תורה בארצינו הקדושה,
די עסקנים וועלן מעלדן דאס פלאץ, זמן ווען עס וועט זיין,
אבער דאס יהדות החרדית גייט זיך צושטעלן צו די גרויסע מחאה וואס גייט זיין בקרוב,
דארף מען וויסן אז יעדער איינער, יעדער יחיד וועט זיך דארפן באטייליגן בגופו אין די גרויסע מחאה!