► Show Spoiler
וכן נוהגין האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 06, 2025 1:04 pm
ישוב החדש האט געשריבן: ↑פרייטאג אקטאבער 03, 2025 4:09 pm
היות איך האב באקומען עטליכע בקשות ווען מען וועט פאויסטן באריכטן און בילדער פון די ימים נוראים, אבער איך זעה אז איך וועל נישט אנקומען צו שרייבן א באריכט פאר שבת, וועל איך דא געבן א טעימה קלה פון תשליך און כפרות שלאגן ערב יום כיפור אין קהל חסידים ד'קאסא גראנדע.
בעזה"ש זונטאג האף איך צו האבן גרייט די באריכטן.
איך האב באקומען א העכסט אינטרעסאנטע ארטיקל פון א תושב דאהי אין קאסא גראנדע, איבער די מנהג כפרות שלאגן אין קאסא גראנדע. אבער היות עס איז א לענגערע ארטיקל, פיל איך נישט אז עס איז די צייט צו פאויסטן יעצט ערב יום טוב, איך האף עס צו פאויסטן בעזה"ש חול המועד.
דערווייל האט איר דא נאך עטליכע בילדער פונעם מנהג כפרות שלאגן אין קאסא גראנדע, און חול המועד וועל איך אינאיינעם מיט'ן ארטיקל פאויסטן נאך בילדער און שיינע קליפ'ס.
איך האב באקומען די שיינע באריכט פון איינע פון די תושבים דאהי אין קאסא גראנדע וואס האט מיר דאס געשיקט צו ארויסשרייבן זיינע געפילן איבער כפרות שלאגן אין קאסא גראנדע אריזאנע.
קאסא גראנדע האט היי-יאר ווידעראמאל געהאט די זכי' מקיים צו זיין דעם מנהג כפרות כמקדמת דנא ווי אידן האבן עס געטאן אין אלע דורות אין דער אלטער היים, אבער היי-יאר איז אויף די איניציאטיווע פונעם רב שליט"א, דער מייסד הישוב ר' יושע, און דער מנכ"ל ר' משה, איינגעשטעלט געווארן גאר א געוואלדיגער סיסטעם, וואס האט ערלויבט פאר קאסא גראנדע צו אויספירן דעם הייליגן מנהג מיט א געשמאק און מיט אלע הידורים.
דער הייליגער מנהג פון כפרות, איז גאר אן אלטער, ווי דער הייליגער רמ"א זאגט אז ביי אונז אשכנזי'שע אידן האט מען זיך אלע יארן אזוי געפירט. אין דער אלטער היים האט יעדער איד זיך איינגעקויפט א האן פאר כפרות, עס געפיטערט און געגעבן צו טרינקען, און ערב יום הכיפורים האט מען עס געשלאגן, דאן געברענגט צום שוחט וואס האט עס גע'שחט'ן בדחילו ורחימו. דערנאך האט מען אהיימגעטראגן דאס גע'שחט'ן הינדל וואו די אידענע האט כשר געמאכט דאס פלייש און אויב האט זיך נישט געמאכט קיין שאלה האט מען דאן אוועקגעבן די פלייש פאר ארעמעלייט (לויט'ן של"ה הק') אדער לויט אן אנדערער מנהג געגעסן דאס פלייש אום יום טוב.
ליידער איז היינט אין אמעריקע מער נישט מעגליך אויסצופירן דעם מנהג כדבעי וויבאלד דער ציבור וואוינט אין גרויסע שטעט וואו טויזנטער אידן שלאגן כפרות אין דער זעלבער צייט. ס'איז שוין היינט גוט באקאנט דער פאקט אז א ריזיגער חלק פון די טשיקנס וואס ווערן ארויסגעשיקט דורך די פאולטרי קאמפאניס צו די היימישע געגנטער ווערן פשוט געווארפן אין מיסט, ל"ע, נאכ'ן גע'שחט'ן ווערן. די גרויסע כפרות צענטערס און בית השחיטות האבן נישט די מעגליכקייט זיך אפצוגעבן מיט אזויפיל טויזנטער טשיקנס און זיי כשר מאכן און געבן פאר אידן צו עסן. אנשטאט ווערן טויזנטער טשיקנס געדאמפט ערגעץ וואו און אוועקגעווארפן, אין מיסט קאסטן. בלויז גאר א קליינער טייל ווערן כשר געמאכט און געגעבן צו עסן פאר אידן.
איבעריג צו זאגן אז דאס ברענגט ארויס ערנסטע חששות. ס'איז קלאר אז נישט אזוי האבן אידן אויסגעפירט דעם הייליגן מנהג אין דער אלטער היים.
אן אנדערע פראבלעם איז דער חשש פון צער בעלי חיים. די טשיקנס ווערן געהאלטן צומאל פאר טעג אין פארמאכטע קרעיטס אן באקומען עסן און טרינקען און א חלק גייען אויס פון היץ. טייל פון אונזערע כפרה צענטערס שטעלן אוועק זייערע כפרות אין רשות הרבים וואו יעדער גוי קען עס זען און פאר טייל פון זיי קומט דאס בלוט אין קאפ ארויף...
און ווי באקאנט האבן ערליכע אידן זיך מתמרמר געווען אז דווקא ערב יום כיפור ווערט מען נכשל אין עבירות פון צער בעלי חיים און בל תשחית.
און מיר האבן בכלל נישט אנגערירט די פילע הלכה'דיגע פראבלעמען. דער פאקט אז די טשיקנס ווערן געווארפן און געטראסקעט אין די קעידזשעס דורך גוים, וואס דאס מאכט גאר גרויסע הלכה'דיגע פראבלעמען און קען פירן דערצו אז די טשיקנס זאלן ווערן טריפה ממש. (אן אנדערע פראבלעם וואס דארף ארומגערעדט ווערן באריכות איז דער פראבלעם פון ברכות לבטלות וואס מענטשן מאכן ביי כיסוי הדם, נישט קענענדיג די הלכות). נאכדעם די עם הארצות'דיגע מנהגים וואס מען לערנט אויס די קינדער. למשל דאס געבן א שטויס פאר די כפרה, וואס איז א פשוט'ע מנהג בורות, און גרעניצט זיך אליינס מיט צער בעלי חיים.
ב"ה אז ס'איז דא אן איכא דרכא אחרינא, עס זענען פאראן אידן וואס גייען צו קלענערע פארמס וועלכע האדעווען טשיקנס וכדו', און קויפן איין הינער און נעמען זיי דערנאך צום שוחט, אזוי ווי מען האט געטאן אינדערהיים און דערנאך מאכן זיי אליין כשר. אויך זענען פאראן עטליכע היימישע כפרה צענטערן א שטייגער ווי קאהן בוטשער אין וויליאמסבורג אדער בעק אין די העי (געלבמאן) פארם אין ראקלענד קאונטי, וועלכע שטעלן צו כפרות אויף א פראקטישערן הלכה'דיגן אופן אן די אלע פראבלעמען אבער דאס איז טייערער און/אדער א גרעסערע קאפוויי און דעריבער נישט א דבר השווה לכל נפש.
אין קאסא גראנדע אבער קען מען אויספירן אלע מצוות און מנהגים גענוי ווי אין די אלטע היים צוליב די רואיגע שטעטלישע נאטור, און טאקע אזוי פירט מען ביי אונז אויס דעם מנהג כפרות די לעצטע פאר יאר.
היי-יאר האט מען איינגעשטעלט עטליכע שינויים. ערשטנס, מען האט אויפגעשטעלט א שטייג אינעם הויף פון ת"ת און מען האט שוין אנפאנג זומער איינגעקויפט קליינע בעיבי הינער און געגעבן א געלעגנהייט פאר די קינדער זיי צו האדעווען בשעת מען לערנט זיי אויס די הלכות פון שחיטה און וויאזוי מען מאכט כשר פלייש אא"וו.
אבער דאס איז נישט געווען גענוג צו צושטעלן כפרות פאר דער גאנצער קהלה איז מיט א חודש צוריק האט דער רב שליט"א אויפגעזוכט א קליינטשיגן פארם וואס האדעוועט הינער וואס ווי באקאנט די קליינע פארמס וועלכע זענען נאכנישט קאמערשאלייזד געווארן באהאנדלען די הינער בעסער און געזונטער -- באוואוסט אלס פרי רעינדזש טשיקנס, און האט אראנזשירט אז זיי זאלן צושטעלן די כפרות פאר די קהילה.
ערב יום הקדוש איז די גאנצע קהילה אויפגעשטאנען פארטאגס, אנשים, נשים וטף, מען האט געזאגט סליחות אין שול, און דערנאך איז מען ארויס אין הויף וואו דער רב און ר' משה האבן איינגעשטעלט א מייסטערהאפטע סיסטעם. יעדער איינער האט געשלאגן די כפרה מיט א רואיגקייט און דערנאך געברענגט זיין האן צום רב שליט"א וועלכער האט עס גע'שחט'ן, און דערנאך מיט א רואיגקייט אנגעוויזן וויאזוי צו דורכפירן די מצוה פון כיסוי הדם ווי די הלכה פארלאנגט.
דערנאך איז געקומען דער חלק פון כשר מאכן די כפרות אין וועלכע די גאנצע קהילה האט אנטייל גענומען. יעדער איינער האט כשר געמאכט זיין האן לויט די אנווייזונגען פונעם רב און ר' משה וועלכע האבן אויסגעלערנט דעם עולם וויאזוי מען איז בודק די עופות און וויאזוי מען באקוקט זיי פאר צומות הגידין. (וויבאלד די הינער קומען פון א פריוואטן פארם וואו זיי ווערן באהאנדלט בעסער און זענען געזונטער האט מען גאנץ שנעל פעסטגעשטעלט אז ס'איז נישט פאראן קיין שום פראבלעם לגבי צומות הגידין.) אזוי ווי ס'איז דער מנהג נישט צו עסן לעבער פון כפרות האט מען אוועקגעווארפן די לעבער.
מען האט קודם געהאט אנגעגרייט די נשים צדקניות אז זיי זאלן טאן די ארבעט פון כשר מאכן, און זאלצן די כפרות, ווי זייערע באבעס אין דער אלטער היים. (ס'איז אנגעגרייט געווארן א באזונדערער מקום פאר די נשים צדקניות צו שלאגן כפרות אויף דער אנדערער זייט פונעם בנין) אבער ב"ה זייער הילף האט זיך נישט אויסגעפעלט היות יעדער איינער האט צוגעלייגט א האנט און זיי האבן זיך געקענט אהיימקערן אנגרייטן די יום טוב'דיגע סעודות. אן ערהאבן בילד איז געווען צו זען ווי די תשב"ר לייגן צו א האנט, מיט גרויס פלייס, העלפנדיג כשר מאכן די הינער, אזוי אז דאס האט אויך געדינט אלס א פאסיגער חינוך מאמענט.
צום שלוס וויל איך ארויסברענגען עפעס וואס מען באמערקט כסדר אז יעדער יום טוב איז ביי אונז א משמעות'דיגער יום טוב. פארוואס? ווייל ס'איז נישט פאראן קיין געיעג און קיין אנגעצויגנקייט. למשל, פורים איז ביי אונז גאר א רואיגער און הערליכער יום טוב, וויבאלד קיינער יאגט זיך נישט. ס'איז נישטא קיין מורא אז מען וועט עפעס פארפאסן. פאקטיש איז דער פורים אזוי שיין ביי אונז אז די תושבים וועלכע געפינען זיך אין ניו יארק פאר וועלכער סיבה מאכן זיכער זיך צוריקצוקערן אהיים.
אויך דעם ערב יום כיפור האב איך עס געקענט זען ווי דער גאנצער עולם האט אנטיילגענומען אין דעם מנהג כפרות מיט אלע קליפערלעך, און נישט אנגעצויגענערהייט אראפגעווארפן די כפרה ווייל מען דארף נאך ארלעדיגן אזויפיל זאכן ב"ה, אין קאסא גראנדע קען מען אלעס ארלעדיגן מיט א רואיגקייט און ס'בלייבט נאך איבער גענוג צייט צו מקיים זיין די מצוות היום און נאך מאכן די נויטיגע און ריכטיגע רוחניות'דיגע הכנות צום הייליגסטן טאג פון יאר.
א גוט קוויטל. אי"ה איבער'ס יאר אין ארץ ישראל בביאת משיח צדקנו אמן.
צו זעהן שיינע וידאו קליפ'ס דריקט די לינק
https://drive.google.com/drive/folders/ ... Sz7iS9oaeb
Join us
https://chat.whatsapp.com/KZ8stgYHVYIGy ... ems_copy_t