חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

נייעס אין אונזער קווארטאל
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 182
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 677

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

ישוב החדש האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 25, 2025 12:05 am א פרייליכע יאר וואונטשן תושבי קאסא גראנדע אריזאנע פאר יהדות ניו יארק ודי בכל אתר ואתר.

די יאר הייבט זיך אן מיט שמחה, א שמחת וואכנאכט קומט פאר היינט נאכט מוצאי ר"ה, ביים דיין אין שטוב.

א הערליכע ראש השנה איז אריבער אין קאסא גראנדע, די ערשטע מאל וואס די יישוב קען ווערן אנגערופן יישוב ווייל עס איז געווען די ערשטע ראש השנה וואס מען האט נישט געדארפט ברענגן קיין פרעמדע געסט צו משלים זיין די מנין, נאר עס זענען געווען פיפצן משפחות תושבי קאסא גראנדע וואס זענען געבליבן אין קאסא גראנדע אויף ראש השנה און האבן געדאווענט אינאיינעם, אינעם צענטראלער קהל חסידים דינוב'ע ביהמ"ד, ערב ראש השנה צופרי צו סליחות איז ... אפ וואס טוה איך? איך בין דאך פארנומען ארויסהעלפן די שמחה (מען גייט זיך באטייליגן). סאו מוז מען אפשטיפן דאס שרייבן די באריכט אויף שפעטער.
אנטשולדיג אז איך האב איבערגעהאקט דאס שרייבן, עס איז געווען א געשמאקע וואכנאכט, איך וועל דארפן שרייבן א באריכט אין א באזונדערע תגובה. יעצט לאמיר צוריקגיין ווי איך האב געהאלטן אינמיטן שרייבן די באריכט פון ר"ה.

סליחות פארטאגס צו זכור ברית איז צוגעגאנגען דער מרא דאתרא דינוב'ע רבי שליט"א, סליחות האט גענומען כמעט אנדערטהאלבן שעה, נאך סליחות האט מען געדאווענט שחרית און דערנאך איז פארגעקומען התרת נדרים וואו די סקווירא יונגעלייט האבן אינאיינעם געזאגט דעם שמעו נא רבותי און די איבעריגע עולם האט עס געזאגט יעדער באזונדער, יעדער כפי מנהגו.

ערב ראש השנה צו מנחה איז צוגעגאנגען דער רב הרב חיים שלמה בערגער שליט"א, דאן האט דער עולם געזאגט אחות קטנה,

צו מעריב ליל ראש השנה איז צוגעגאנגען דער מייסד היישוב הרב יהושע רובין וואס האט אריינגעברענגט דעם עולם מיטן וועלטליכע נוסח ימים נוראים.

ביידע טעג ראש השנה האט מען זיך געשטעלט אכט אזייגער, אדון עולם און פסוקי דזמרא האט פארגעדאווענט דער דיין הרב יצחק אייזיק בערגער שליט"א

המלך און שחרית האט פארגעדאווענט דער רב הרב חיים שלמה בערגער שליט"א, די תפילות שחרית האט ער געדאווענט בנוסח אבותיו לבית קאסון (האט מיר אויסגעזעהן ענליך צו די צאנז קלויזענבורג'ע נוסח),

ביידע טעג האט מען פארקויפט די עליות, אז ווער עס וויל זאל קענען עולה זיין.

דער מרא דאתרא דינוב'ע רבי שליט"א האט מיט א קול בכי פארגעזאגט למנצח און די פסוקי תקיעות שופר און דערנאך געבלאזן שופר סיי די תקיעות דמיושב און סיי די תקיעות דמעומד.

מוסף די ערשטע טאג האט געדאווענט דער מרא דאתרא דינוב'ע רבי שליט"א על פי נוסח לבית אבותיו לבית ראפשיץ. אפילו מיט דעם וואס זיין קול איז שוואך, איז עס געווען מיט א גרויס ווארימקייט. מען האט געענדיגט די תפילת היום 3:05.

מוסף די צווייטע טאג, נאך וואס עס איז געווען שווער פארן דינוב'ע רבי צו דאווענען ביידע טעג האט ער מכבד געווען בנו יקירו דעם מייסד היישוב הרב יהושע רובין מיט תפילת מוסף. דינוב'ע רבי האט פארגעזאגט די פסוקים נאך תקיעות שופר און צו הנני העני ממעש האט הרב יהושע ממשיך געווען על פי נוסח אביו. מען האט געענדיגט די תפילת היום 2:40.

ויהי רצון אז די תפילות פון אלע אידן די בכל אתר ואתר זאלן נתקבל ווערן לרחמים ולרצון
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
תורה הקדושה
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 5:37 am
Location: Monsey
x 24

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך תורה הקדושה »

יעצט מוצאי שבת איז די בר מצוה פון הבחור יוסף פאכטמאן. האבן זיי געלאדענט די תושבי קאסא גראנדע וועלעכע זענען ביי די אריגינעלע קהל חסידים ?

איך הער אז פון קהל חסידים איז מען געגאנגן צום קידוש, וויאזוי איז עס געווען? זעהט אויס עס ווערט דארט עפעס א שלום! איינער מיט א באריכט?
אוועיטער
איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1006
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 1166

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך איד »

האט די צווייטע קהילה געהאט א אייגענע מנין ר''ה?
וכן נוהגין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 210
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 705

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

מיין מיינונג האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 25, 2025 3:04 pm
וכן נוהגין האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 6:34 pm יא, נאר דורכ'ן ועד. אין קאסא גראנדא וואס איז געווארן א ישוב דורך די מייסדים בסיעתא דשמיא, כלומר אז בעצם איז דער ישוב נישט פארהאן, איז גלייך ביים התייסדות געווארן אוועקגעשטעלט די תקנה אז מ'קען נאר קויפן דורכ'ן ועד העיר.

מ'רעדט נישט דא פון א היימישע מארקעט אז מיר זאלן קענען מאכן די פרייזן. די מארקעט איז הערליכע ווילא'ס וואס מען קויפט פון נישט אידישע שכנים. דער וועג ס'זאל נישט ווערן טייער ח"ו איז, אז עס ווערט נישט קיין הייפ אינעם מארקעט. און דאס קען נאר זיין ווי לאנג דער עולם קויפט נישט אליינס נאר דורכ'ן ועד.

יעדער פארשטייט אז דאס איז די טובה פון אזא פלאץ, אז ס'זאל טאקע קענען דינען דעם ציל צו באגליקן נאך הונדערטער משפחות אי"ה וואס קוקן אזוי ארויס אויפן הצלחה. דאס איז דער ציל און דאס שטייט פאר די אויגן אן אפשטעל אפגעזען ווי שווער עס זאל אנקומען, אי"ה וועט מען נאך זען וויפיל ס'איז ווערד געווען די כוחות.

ב"ה אז רובא דרובא שטעלן זיך צו, סיי איינוואוינער און כ"ש אינוועסטירער (וואס מאכן געלט פון רענטעלס בלויז אדאנק די מייסדי העיר), און ס'איז דא גרויס האפענונג אז די גאר ביליגע פרייזן זאלן בעז"ה אנהאלטן פאר א לאנגע צייט!

פארשטייט זיך נאר מיט סיעתא דשמיא.
איז ערלויבט צו קויפן א וואקאציע היים?
יא. לויט די תקנות
אוועיטער
מיין מיינונג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 128
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 1:29 pm
x 419

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך מיין מיינונג »

וכן נוהגין האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 28, 2025 2:18 am
מיין מיינונג האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 25, 2025 3:04 pm
איז ערלויבט צו קויפן א וואקאציע היים?
יא. לויט די תקנות
דהיינו?
תורה הקדושה
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 5:37 am
Location: Monsey
x 24

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך תורה הקדושה »

איד האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 28, 2025 1:29 am האט די צווייטע קהילה געהאט א אייגענע מנין ר''ה?
יא. מיט דעם וואס עטליכע זענען אוועקגעפארן קיין אומאן הקדוש, האט מען מצליח געווען צו ברענגן עטליכע געסט וואס אינאיינעם האט מען ברוך השם געהאט א מנין. און יום טוב איז געפראוועט געווארן אויף א הערליכע פארנעם.

מיט שחרית איז מכובד געווארן א חשובע גאסט, דער מכבד ה' מגרונו ר' שמואל ב''ר שרגא פאזען הי''ו.
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 182
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 677

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

מיין מיינונג האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 28, 2025 2:39 am
וכן נוהגין האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 28, 2025 2:18 am
מיין מיינונג האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 25, 2025 3:04 pm
איז ערלויבט צו קויפן א וואקאציע היים?
יא. לויט די תקנות
דהיינו?
מען ארבייט יעצט אויף א קלארע בראשור ארויסצושטעלן, דערווייל קענסטו זיך פארבינדן מיטן ועד הקהילה אדער מיטן ריעלטור ר' שמואל זאנוויל וויינגארטן וואס וועט מיט אייך איבערגיין די דיטעילס.

* די קאנטאקט אינפארמאציע פאר די ועד הקהילה געפינט זיך אין מיין אינטערשריפט
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 182
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 677

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

גאר געלונגענע מיטינג איבער די עירוב זכרון משה חיים ד'קאסא גראנדע אריזאנע.

פארגאנגענעם פרייטאג איז פארגעקומען א זיצונג מיט די לאקאלע לעקטריק קאמפאניס און שטאטישע באאמטע, איבערצוגיין פלענער וויאזוי מען קען פארגרעסערן די שטח פון די עירוב אזוי אויך ווי מען קען פארבעסערן די עירוב.

די מיטינג איז פארגעקומען בראשות דער רב הרב חיים שלמה בערגער שליט"א און דער מייסד היישוב הרב יהושע רובין און דער עסקן העירוב רבי יצחק גרין הי"ו און דער עסקן רבי משה סורקיס הי"ו

די אינסטאנצן זענען אנטקעגן געקומען די עסקנים זייער העפליך צוהעלפענדיג מיט עצות וויאזוי איבערצוקומען שטרויכלונגן, עס איז געבליבן אז גלייך נאך יום טוב וועט מען באקומען פון די לאקאלע אינסטאנצן דעטאלן וואס מען דארף טון צו פארגרעסערן און פארבעסערן די עירוב מיט מער הידורים.
פיילס
IMG-20250929-WA0012.jpg
IMG-20250929-WA0012.jpg (229.28 KiB) געזען געווארן 1321 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
וכן נוהגין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 210
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 705

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

אין קאסא גראנדע האדעוועט מען אויף די הינער פאר כפרות אין חצר פון די תלמוד תורה, ווי די הינער דרייען און פרייען זיך שוין א שטיק צייט, די קינדער זענען זיך מחיה.
פיילס
IMG-20250929-WA0076.jpg
IMG-20250929-WA0076.jpg (309.83 KiB) געזען געווארן 1224 מאל
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 182
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 677

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

תושבי קאסא גראנדע אריזאנע אינאיינעם מיטן רב הרב חיים שלמה בערגער שליט"א זענען מקיים די מצוות לולב בהידור,

שוין די זעקסטע יאר נאכאנאנד וואס דער מייסד היישוב הרב יהושע רובין האלט אן די טראדיציע פון פארן מיט א קבוצה פון תושבים און אליין שניידן לולבים ביי עקשטיין'ס לולבים פעלדער אין אריזאנע.

נעכטן מאנטאג איז א קבוצה געפארן צום פעלד, אויפן פעלד האט דער רב באקוקט לולבים פאר תושבים וואס האבן זיך מיטגעכאפט.

תושבי קאסא גראנדע באדאנקן זיך פאר רבי שלום משה עקשטיין פארן ארויסהעלפן עס זאל קענען צושטאנד קומען.
פיילס
IMG-20250929-WA0080(1).jpg
IMG-20250929-WA0080(1).jpg (477.56 KiB) געזען געווארן 1114 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
וויענער חסיד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 259
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2025 1:14 pm
Location: boro park
x 821

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וויענער חסיד »

wow עס קוקט ממש אויס וואו דער אלטע היים מיטן אויפהאדעווענען כפרות און קלויבען לולבים
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 182
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 677

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

תחל שנה וברכותיה - ברוך ה' די יאר הייבט זיך אן מיט שמחות אין קאסא גראנדע,

נעכטן יום כיפור איז ביי רבי שלמה סעבאג הי"ו, איידעם פון הרב נתנאל לורינץ פון מאנסי, געבוירן זיין ערשטע מיידעלע בעבי למזל טוב.

און העסקן המרץ רבי משה יודא סורקיס האט געהאט א אייניקל.

דעם שבת קודש וועט פארקומען די קידוש אין בבית מדרשנו צוגעשטעלט דורך ר' שלמה סעבאג און זיין "געשמאק טעיק-אויט" וואס איז בארימט מיט די געשמאקע נארהאפטיגע שבת און וואכן מיעלס אין קאסא גראנדע. פארשטייט זיך די עולם וועט זיך אויך ווינטשן לחיים מיט רבי משה סורקיס לרגל זיין שמחה.

זאל דער באשעפער העלפן עס זאל טאקע זיין א גוטע התחלה מיט אסאך שמחות און מזל טוב פאר זיי און קאסא גראנדע בפרטיות און גאנץ כלל ישראל בכלליות. אמן!
פיילס
IMG-20251004-WA0028.jpg
IMG-20251004-WA0028.jpg (211.52 KiB) געזען געווארן 855 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 182
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 677

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

היות איך האב באקומען עטליכע בקשות ווען מען וועט פאויסטן באריכטן און בילדער פון די ימים נוראים, אבער איך זעה אז איך וועל נישט אנקומען צו שרייבן א באריכט פאר שבת, וועל איך דא געבן א טעימה קלה פון תשליך און כפרות שלאגן ערב יום כיפור אין קהל חסידים ד'קאסא גראנדע.

בעזה"ש זונטאג האף איך צו האבן גרייט די באריכטן.
פיילס
IMG-20250930-WA0032.jpg
IMG-20250930-WA0032.jpg (200.76 KiB) געזען געווארן 938 מאל
IMG-20251001-WA0111.jpg
IMG-20251001-WA0111.jpg (310.06 KiB) געזען געווארן 938 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 182
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 677

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

לכבוד סוכות טון תושבי קאסא גראנדע אריזאנע באגריסן אונזערע ברידער אין ניו יארק מיט א הערליכע עד אין די אויסגאבעס.

די לעבן וואס דו ווילסט פאר די פרייז וואס דו קענסט!
פיילס
IMG-20250928-WA0024.jpg
IMG-20250928-WA0024.jpg (159.66 KiB) געזען געווארן 880 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 182
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 677

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

הערליכע ניגון "הבן יקיר" ערשינען לכבוד די הייליגע טעג ווי עס זינגט הבחור החשוב הערש מיילך רובין בן הרב יהושע רובין מייסד היישוב אין קאסא גראנדע אריזאנע.
דא איז די ניגון אויף קול מבשר
הבן יקיר לי: הרב אהרן יוסף פריעדמאן - ילד הפלא הערש אלימלך רובין
https://www.yiddish24.com/music/49/138184
און דא איז א אינטערוויוא פון רבי וועלוויל שמעלצער יעצט מוצאי שבת מיט'ן מחבר פונעם ניגון הרב אהרן יוסף פריעדמאן.
מוזיקאלישע נייעס: הרב אהרן יוסף פריעדמאן: שמועס איבער נייע ניגון "הבן יקיר" ערשינען לכבוד יום טוב
https://www.yiddish24.com/music/133/139008
פיילס
IMG-20250918-WA0020.jpg
IMG-20250918-WA0020.jpg (247.65 KiB) געזען געווארן 812 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 182
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 677

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

ושמחת בחגים והיית אך שמח.

מיט פרייליכע הערצער טון תושבי קאסא גראנדע זיך גרייטן צו פראווענען די זעקסטע סוכות און שמחת תורה ברוב עם הדרת מלך אין דעם בליענדע נייע יישוב קאסא גראנדע אריזאנע יע"א. כן יעזור ה' הלאה.

לכבוד די נייע יאר איז מען צוריק צום אריגינעלע מהלך פון ווען די יישוב איז געשטעלט געווארן, צו דאווענען מנחה בעפאר די שקיעה און מעריב נאכן זמן רבינו תם, צו די צופרידענהייט פון די וועלעכע זענען מקפיד צו דאווענען בעפאר די שקיעה.

אויך וועט פארקומען א גרויסארטיגע שמחת בית השואבה אושפיזא דיוסף צדיקיא בראשות המרא דאתרא דינוב'ע רבי שליט"א.
פיילס
IMG-20251005-WA0029.jpg
IMG-20251005-WA0029.jpg (327.74 KiB) געזען געווארן 746 מאל
IMG-20251005-WA0030.jpg
IMG-20251005-WA0030.jpg (119.64 KiB) געזען געווארן 746 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 182
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 677

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

שלוש עשרה מידות זענען תושבי קאסא גראנדע אינאיינעם געגאנגן פראווען תשליך,

אפילו די מנהג פון רוב תושבים איז צו מאכן תשליך אין ראש השנה, און אפילו עס זענען פארהאן פיר טייכן אין קאסא גראנדע, דאך זענען זיי אלע ווייט פון די געגענט ווי די היימישע ציבור וואוינט, די נענסטע איז איבער א שעה שפאציר, און נישט אלע תושבים האבן געקענט מאכן אזא לאנגע וועג צופיס אין ראש השנה, דערפאר האט מען געמאכט תשליך דינסטאג ביום שלוש עשרה מידות פאר קריאת הקרבנות.

אנדערש ווי די פריערדיגע יארן וואס מען פלעגט גיין צום וואסער ביי די ווילאגא פארק, האט מען דאס יאר באקומען רשות פון הגאון ר' מרדכי ווייסמאנדעל אב"ד תבואות שור פאויסטוויל אייאווע צו מאכן תשליך אין חצר פון זיין הויז וואס געפינט זיך אין א הערליכע געגענט אין די אנדערע עק שטאט, וואס די הויז זיצט אויף א טייך ווי מען זעט אויף די הערליכע בילדער.

די סיבה פארן טוישן די פלאץ פון ווי מען האט געמאכט תשליך די לעצטע פינף יאר איז, ווייל איינער פון די תושבים האט מעורר געווען אז איכא דרכא אחרינא, און היות די פארק איז א אפענע צענטראלע פלאץ ווי גויים דרייען זיך ארום, משא"כ אין די חצר פון דעם הויז איז אלעס איידל און שטיל, מען זעט נישט קיין נברא, און עס איז זייער פאסיג ספעציעל אין אזא הייליגע צייט צו מאכן תשליך אויף א איידעלערע פלאץ.

אומר ועושה, ווייניגער ווי איין שעה בעפאר די זמן תשליך איז דער יונגערמאן נתעורר געווארן צו דעם עניין, ער האט אנגערופן דעם רב הרב רבי חיים שלמה בערגער אבד"ק קהל חסידים ד'קאסא גראנדע וואס האט גערופן הרב ווייסמאנדעל וועלעכע האט גלייך אן קיין שהיות געגעבן רשות. אפילו ער איז נישט דארט געווען און די הויז ווערט ארויסגעדינגן פון צייט צו צייט, און וויסענדיג אז די קינדער קענען צוברעכן זאכן. דאך האט דער חשובע רב גלייך געענטפערט הננו, אזוי איז די טויש פון מקום תשליך צושטאנד געקומען אין א גאר קורצע צייט.

און תשליך איז טאקע פארגעקומען אויף א הערליכע פארנעם ווי קיינמאל בעפאר.

ותשליך במצולות ים כל חטאתם!
פיילס
IMG-20251003-WA0049.jpg
IMG-20251003-WA0049.jpg (332.28 KiB) געזען געווארן 686 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 182
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 677

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

די גראסערי און "געשמאק" טעיק-אויט שטייען גרייט פאר אייך א גאנץ יאר, ספעציעל יעצט ערב יום טוב ווען מערערע געסט קומען צו פארן פראווען זייער יום טוב סוכות אין קאסא גראנדע, טוט מען זיך מער אנשטרענגן צוצושטעלן אלעס זאל זיין אויפן בעסטע אופן שייך.

זענט איר יעצט אין קאסא גראנדע? פראבירט אונז אויס, קומט אריין אין אונזער 24 שעה גראסערי אדער באשטעלט אייער טעלעפאן ארדער אונליין, באשטעלט "געשמאק"ע נארהאפטיגע סעודות און איבערצייגט אייך אליין.

אלעס מיט די בעסטע קוואליטי און העכסטע סטאנדארט אין כשרות דורך די שטרענגע הכשר פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
פיילס
IMG-20251005-WA0052.jpg
IMG-20251005-WA0052.jpg (248.52 KiB) געזען געווארן 660 מאל
IMG-20251005-WA0051.jpg
IMG-20251005-WA0051.jpg (250.9 KiB) געזען געווארן 660 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
וכן נוהגין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 210
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 705

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

ישוב החדש האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 03, 2025 4:09 pm היות איך האב באקומען עטליכע בקשות ווען מען וועט פאויסטן באריכטן און בילדער פון די ימים נוראים, אבער איך זעה אז איך וועל נישט אנקומען צו שרייבן א באריכט פאר שבת, וועל איך דא געבן א טעימה קלה פון תשליך און כפרות שלאגן ערב יום כיפור אין קהל חסידים ד'קאסא גראנדע.

בעזה"ש זונטאג האף איך צו האבן גרייט די באריכטן.
איך האב באקומען א העכסט אינטרעסאנטע ארטיקל פון א תושב דאהי אין קאסא גראנדע, איבער די מנהג כפרות שלאגן אין קאסא גראנדע. אבער היות עס איז א לענגערע ארטיקל, פיל איך נישט אז עס איז די צייט צו פאויסטן יעצט ערב יום טוב, איך האף עס צו פאויסטן בעזה"ש חול המועד.

דערווייל האט איר דא נאך עטליכע בילדער פונעם מנהג כפרות שלאגן אין קאסא גראנדע, און חול המועד וועל איך אינאיינעם מיט'ן ארטיקל פאויסטן נאך בילדער און שיינע קליפ'ס.
פיילס
IMG-20251004-WA0026.jpg
IMG-20251004-WA0026.jpg (426.81 KiB) געזען געווארן 581 מאל
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 182
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 677

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

אגוטן מועד

אנטשולדיגט אז איך בין שפעט אבער עס איז בעסער שפעט פון קיינמאל.

איך האב נאכנישט באשריבן די שמחת וואכנאכט און ברית פון בן הרה"ג רבי יצחק אייזיק בערגער דומ"ץ קהל חסידים ד'קאסא גראנדע, איך דארף איבערבעטן די ליינער אז איך האב נישט קיין גוטע בילדער פון די שמחה, די סיבה איז אז די וואכנאכט איז געווען מוצאי ראש השנה און די ברית איז געווען אינמיטן די פאסט טאג צום גדליה, און די סעודת הברית איז פארגעקומען ערשט אויפדערנאכט מוצאי צום גדליה נאכן אויספאסטן און קיינער איז נישט געווען אין די גיסטע פון כאפן בילדער,

איך האב דערווישט קוים א בילד פון די וואכנאכט און א קורצע וידאו קליפ פון די אויפטריט פונעם רב שליט"א ובנו דער דומ"ץ ביים סעודת הברית.

קליקט דא פאר די קליפ
פיילס
IMG-20251008-WA0016.jpg
IMG-20251008-WA0016.jpg (204.7 KiB) געזען געווארן 516 מאל
IMG-20250926-WA0007.jpg
IMG-20250926-WA0007.jpg (193.66 KiB) געזען געווארן 516 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
נאנטער חבר
פרישער באניצער
פאוסטס: 51
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2024 4:57 pm
x 166

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך נאנטער חבר »

ישוב החדש האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 21, 2025 8:32 pm
בחסדי ה' דאס יאר האבן אונז כמעט צוויי מניינים אנ"'ש תושבי קאסא גראנדע וואס וועלן דאווענען ביי מיין טאטן אין ביהמ"ד די ימים נוראים, דאס איז אויסער עטליכע געסט וואס קומען מיטהאלטן די ווארימע דאווענען.
כ'האב זייער הנאה פון די באריכטן.
זעהט אויס אונז האבן דאס ערשטהאנטיג פון ר' יושע.
קנה לך חבר!
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 182
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 677

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

שמחה של מצוה ווען אנ"'ש בויען די סוכה בחצר ביהמ"ד קהל חסידים ד'קאסא גראנדע
פיילס
IMG-20251008-WA0075.jpg
IMG-20251008-WA0075.jpg (334.54 KiB) געזען געווארן 431 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 182
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 677

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

דער מרא דאתרא דינוב'ע רבי ביים בויען און באטראכטן זיין סוכה ערב סוכות תשפ"ו.
פיילס
IMG-20251008-WA0076.jpg
IMG-20251008-WA0076.jpg (321.12 KiB) געזען געווארן 431 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 182
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 677

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

► Show Spoiler

איך האב באקומען די שיינע באריכט פון איינע פון די תושבים דאהי אין קאסא גראנדע וואס האט מיר דאס געשיקט צו ארויסשרייבן זיינע געפילן איבער כפרות שלאגן אין קאסא גראנדע אריזאנע.

קאסא גראנדע האט היי-יאר ווידעראמאל געהאט די זכי' מקיים צו זיין דעם מנהג כפרות כמקדמת דנא ווי אידן האבן עס געטאן אין אלע דורות אין דער אלטער היים, אבער היי-יאר איז אויף די איניציאטיווע פונעם רב שליט"א, דער מייסד הישוב ר' יושע, און דער מנכ"ל ר' משה, איינגעשטעלט געווארן גאר א געוואלדיגער סיסטעם, וואס האט ערלויבט פאר קאסא גראנדע צו אויספירן דעם הייליגן מנהג מיט א געשמאק און מיט אלע הידורים.

דער הייליגער מנהג פון כפרות, איז גאר אן אלטער, ווי דער הייליגער רמ"א זאגט אז ביי אונז אשכנזי'שע אידן האט מען זיך אלע יארן אזוי געפירט. אין דער אלטער היים האט יעדער איד זיך איינגעקויפט א האן פאר כפרות, עס געפיטערט און געגעבן צו טרינקען, און ערב יום הכיפורים האט מען עס געשלאגן, דאן געברענגט צום שוחט וואס האט עס גע'שחט'ן בדחילו ורחימו. דערנאך האט מען אהיימגעטראגן דאס גע'שחט'ן הינדל וואו די אידענע האט כשר געמאכט דאס פלייש און אויב האט זיך נישט געמאכט קיין שאלה האט מען דאן אוועקגעבן די פלייש פאר ארעמעלייט (לויט'ן של"ה הק') אדער לויט אן אנדערער מנהג געגעסן דאס פלייש אום יום טוב.

ליידער איז היינט אין אמעריקע מער נישט מעגליך אויסצופירן דעם מנהג כדבעי וויבאלד דער ציבור וואוינט אין גרויסע שטעט וואו טויזנטער אידן שלאגן כפרות אין דער זעלבער צייט. ס'איז שוין היינט גוט באקאנט דער פאקט אז א ריזיגער חלק פון די טשיקנס וואס ווערן ארויסגעשיקט דורך די פאולטרי קאמפאניס צו די היימישע געגנטער ווערן פשוט געווארפן אין מיסט, ל"ע, נאכ'ן גע'שחט'ן ווערן. די גרויסע כפרות צענטערס און בית השחיטות האבן נישט די מעגליכקייט זיך אפצוגעבן מיט אזויפיל טויזנטער טשיקנס און זיי כשר מאכן און געבן פאר אידן צו עסן. אנשטאט ווערן טויזנטער טשיקנס געדאמפט ערגעץ וואו און אוועקגעווארפן, אין מיסט קאסטן. בלויז גאר א קליינער טייל ווערן כשר געמאכט און געגעבן צו עסן פאר אידן.

איבעריג צו זאגן אז דאס ברענגט ארויס ערנסטע חששות. ס'איז קלאר אז נישט אזוי האבן אידן אויסגעפירט דעם הייליגן מנהג אין דער אלטער היים.

אן אנדערע פראבלעם איז דער חשש פון צער בעלי חיים. די טשיקנס ווערן געהאלטן צומאל פאר טעג אין פארמאכטע קרעיטס אן באקומען עסן און טרינקען און א חלק גייען אויס פון היץ. טייל פון אונזערע כפרה צענטערס שטעלן אוועק זייערע כפרות אין רשות הרבים וואו יעדער גוי קען עס זען און פאר טייל פון זיי קומט דאס בלוט אין קאפ ארויף...

און ווי באקאנט האבן ערליכע אידן זיך מתמרמר געווען אז דווקא ערב יום כיפור ווערט מען נכשל אין עבירות פון צער בעלי חיים און בל תשחית.

און מיר האבן בכלל נישט אנגערירט די פילע הלכה'דיגע פראבלעמען. דער פאקט אז די טשיקנס ווערן געווארפן און געטראסקעט אין די קעידזשעס דורך גוים, וואס דאס מאכט גאר גרויסע הלכה'דיגע פראבלעמען און קען פירן דערצו אז די טשיקנס זאלן ווערן טריפה ממש. (אן אנדערע פראבלעם וואס דארף ארומגערעדט ווערן באריכות איז דער פראבלעם פון ברכות לבטלות וואס מענטשן מאכן ביי כיסוי הדם, נישט קענענדיג די הלכות). נאכדעם די עם הארצות'דיגע מנהגים וואס מען לערנט אויס די קינדער. למשל דאס געבן א שטויס פאר די כפרה, וואס איז א פשוט'ע מנהג בורות, און גרעניצט זיך אליינס מיט צער בעלי חיים.

ב"ה אז ס'איז דא אן איכא דרכא אחרינא, עס זענען פאראן אידן וואס גייען צו קלענערע פארמס וועלכע האדעווען טשיקנס וכדו', און קויפן איין הינער און נעמען זיי דערנאך צום שוחט, אזוי ווי מען האט געטאן אינדערהיים און דערנאך מאכן זיי אליין כשר. אויך זענען פאראן עטליכע היימישע כפרה צענטערן א שטייגער ווי קאהן בוטשער אין וויליאמסבורג אדער בעק אין די העי (געלבמאן) פארם אין ראקלענד קאונטי, וועלכע שטעלן צו כפרות אויף א פראקטישערן הלכה'דיגן אופן אן די אלע פראבלעמען אבער דאס איז טייערער און/אדער א גרעסערע קאפוויי און דעריבער נישט א דבר השווה לכל נפש.

אין קאסא גראנדע אבער קען מען אויספירן אלע מצוות און מנהגים גענוי ווי אין די אלטע היים צוליב די רואיגע שטעטלישע נאטור, און טאקע אזוי פירט מען ביי אונז אויס דעם מנהג כפרות די לעצטע פאר יאר.

היי-יאר האט מען איינגעשטעלט עטליכע שינויים. ערשטנס, מען האט אויפגעשטעלט א שטייג אינעם הויף פון ת"ת און מען האט שוין אנפאנג זומער איינגעקויפט קליינע בעיבי הינער און געגעבן א געלעגנהייט פאר די קינדער זיי צו האדעווען בשעת מען לערנט זיי אויס די הלכות פון שחיטה און וויאזוי מען מאכט כשר פלייש אא"וו.

אבער דאס איז נישט געווען גענוג צו צושטעלן כפרות פאר דער גאנצער קהלה איז מיט א חודש צוריק האט דער רב שליט"א אויפגעזוכט א קליינטשיגן פארם וואס האדעוועט הינער וואס ווי באקאנט די קליינע פארמס וועלכע זענען נאכנישט קאמערשאלייזד געווארן באהאנדלען די הינער בעסער און געזונטער -- באוואוסט אלס פרי רעינדזש טשיקנס, און האט אראנזשירט אז זיי זאלן צושטעלן די כפרות פאר די קהילה.

ערב יום הקדוש איז די גאנצע קהילה אויפגעשטאנען פארטאגס, אנשים, נשים וטף, מען האט געזאגט סליחות אין שול, און דערנאך איז מען ארויס אין הויף וואו דער רב און ר' משה האבן איינגעשטעלט א מייסטערהאפטע סיסטעם. יעדער איינער האט געשלאגן די כפרה מיט א רואיגקייט און דערנאך געברענגט זיין האן צום רב שליט"א וועלכער האט עס גע'שחט'ן, און דערנאך מיט א רואיגקייט אנגעוויזן וויאזוי צו דורכפירן די מצוה פון כיסוי הדם ווי די הלכה פארלאנגט.

דערנאך איז געקומען דער חלק פון כשר מאכן די כפרות אין וועלכע די גאנצע קהילה האט אנטייל גענומען. יעדער איינער האט כשר געמאכט זיין האן לויט די אנווייזונגען פונעם רב און ר' משה וועלכע האבן אויסגעלערנט דעם עולם וויאזוי מען איז בודק די עופות און וויאזוי מען באקוקט זיי פאר צומות הגידין. (וויבאלד די הינער קומען פון א פריוואטן פארם וואו זיי ווערן באהאנדלט בעסער און זענען געזונטער האט מען גאנץ שנעל פעסטגעשטעלט אז ס'איז נישט פאראן קיין שום פראבלעם לגבי צומות הגידין.) אזוי ווי ס'איז דער מנהג נישט צו עסן לעבער פון כפרות האט מען אוועקגעווארפן די לעבער.

מען האט קודם געהאט אנגעגרייט די נשים צדקניות אז זיי זאלן טאן די ארבעט פון כשר מאכן, און זאלצן די כפרות, ווי זייערע באבעס אין דער אלטער היים. (ס'איז אנגעגרייט געווארן א באזונדערער מקום פאר די נשים צדקניות צו שלאגן כפרות אויף דער אנדערער זייט פונעם בנין) אבער ב"ה זייער הילף האט זיך נישט אויסגעפעלט היות יעדער איינער האט צוגעלייגט א האנט און זיי האבן זיך געקענט אהיימקערן אנגרייטן די יום טוב'דיגע סעודות. אן ערהאבן בילד איז געווען צו זען ווי די תשב"ר לייגן צו א האנט, מיט גרויס פלייס, העלפנדיג כשר מאכן די הינער, אזוי אז דאס האט אויך געדינט אלס א פאסיגער חינוך מאמענט.

צום שלוס וויל איך ארויסברענגען עפעס וואס מען באמערקט כסדר אז יעדער יום טוב איז ביי אונז א משמעות'דיגער יום טוב. פארוואס? ווייל ס'איז נישט פאראן קיין געיעג און קיין אנגעצויגנקייט. למשל, פורים איז ביי אונז גאר א רואיגער און הערליכער יום טוב, וויבאלד קיינער יאגט זיך נישט. ס'איז נישטא קיין מורא אז מען וועט עפעס פארפאסן. פאקטיש איז דער פורים אזוי שיין ביי אונז אז די תושבים וועלכע געפינען זיך אין ניו יארק פאר וועלכער סיבה מאכן זיכער זיך צוריקצוקערן אהיים.

אויך דעם ערב יום כיפור האב איך עס געקענט זען ווי דער גאנצער עולם האט אנטיילגענומען אין דעם מנהג כפרות מיט אלע קליפערלעך, און נישט אנגעצויגענערהייט אראפגעווארפן די כפרה ווייל מען דארף נאך ארלעדיגן אזויפיל זאכן ב"ה, אין קאסא גראנדע קען מען אלעס ארלעדיגן מיט א רואיגקייט און ס'בלייבט נאך איבער גענוג צייט צו מקיים זיין די מצוות היום און נאך מאכן די נויטיגע און ריכטיגע רוחניות'דיגע הכנות צום הייליגסטן טאג פון יאר.

א גוט קוויטל. אי"ה איבער'ס יאר אין ארץ ישראל בביאת משיח צדקנו אמן.

צו זעהן שיינע וידאו קליפ'ס דריקט די לינק https://drive.google.com/drive/folders/ ... Sz7iS9oaeb

Join us
https://chat.whatsapp.com/KZ8stgYHVYIGy ... ems_copy_t
פיילס
IMG-20251004-WA0025.jpg
IMG-20251004-WA0025.jpg (291.98 KiB) געזען געווארן 430 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 182
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 677

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

עפעס מעכטיג קומט היינט נאכט אושפיזא דמשה, צו פליען קיין קאסא גראנדע, סטעי טונד, בס"ד
פיילס
IMG-20251009-WA0004.jpg
IMG-20251009-WA0004.jpg (36.21 KiB) געזען געווארן 361 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
שרייב פאוסט