חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

נייעס אין אונזער קווארטאל
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 182
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 677

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

לטובת די וועלעכע קויפן נישט קיין צייטונגן און האבן זיך נאכנישט אויפגעסיינט אויף די קהל חסידים אימעיל בלעסט לייג איך דא א לינק (צו א פי די אף) פון די לעצטע אימעיל וועגן די עירוב אפדעיטס, די אימעיל פארמאגט א שיינע ארטיקל וואס איז געווען די וואך אין די צייטונגן, און נאכנישט געווען דא אויפן פלאטפארמע סאו ווער עס גלייכט צו ליינען א לענגערע דעטאלירטע באריכט קען עס דאונלאודן און ליינען.

ווי אויך קענט איר טרעפן א לינק זיך צו אויפסיינען אויף די אימעיל בלעסט דורכן קליקן אויף די לינק אין די פייל.

פיילס
IMG-20250907-WA0050.jpg
IMG-20250907-WA0050.jpg (363.85 KiB) געזען געווארן 2620 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
אוועיטער
איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1002
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 1160

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך איד »

איז דא דירות אויך צו דינגען אדער נאר צו קויפן?
(איך רעד פון וואוינען)
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 367
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 788

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך totty »

איד האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 07, 2025 8:00 pm איז דא דירות אויך צו דינגען אדער נאר צו קויפן?
(איך רעד פון וואוינען)

כמיין אז עס איז ביליגער מארגעטש ווי רענט דארט
און דאון פעימענט איז אונטער 20 אלף
דעריבער גייט קיינער נישט רענט פשוט אלס טעכניש
אבער כווייס איינער וואס איז געווען ביי איינע פון די דירות פון ר' יושע פאר אפאר חדשים אויף רענט ביזן החלטה צי פארבלייבן און דאן האט ער געקויפט
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 182
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 677

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

איד האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 07, 2025 8:00 pm איז דא דירות אויך צו דינגען אדער נאר צו קויפן?
(איך רעד פון וואוינען)
עטליכע תושבים וואס קוקן אריין צו מופן האבן געדינגן דירות ווארטענדיג צו קויפן ווען אינטערעסט ראטעס וועלן אראפגיין.

איך רעד נישט אריין צו עס איז א ריכטיגע שריט צו נישט, יעדער מאכט דאס אפ פאר זיך.

אויב ווילסטן רענטן אדער קויפן א דירה, רוף די היימישע לייסענסד ריעל עסטעיט אגענט שמואל זאנוויל וויינגארטן. וואס ארבייט אינאיינעם מיט אונזער לאקאלע קהילה און ער וועט דיר באגלייטן מיט אלע דיינע ריעל עסטעיט באדערפענישן.

זיין טעלעפאן נאמבער איז 520.556.2000
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 182
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 677

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

דערגרייכונג אין ועד העיר’ס האום אדווייזערי אפיס:

היימישער “ריעל עסטעיט אגענט” ערהאלט “אריזאנע לייסענס” צו באדינען דעם ציבור מטעם ועד העיר

מיט גרויס שמחה איז געווארן אויפגענומען אז דער “ועד העיר” האט ב”ה מצליח געווען צו רעקרוטירן א היימישע ריעל עסטעיט בראוקער צו באקומען זיין אריזאנע אגענט-לייסענס, און אזוי ארום בעסער באדינען דעם ציבור מיט אלע ריעל עסטעיט געברויכן אין קאסא גראנדע

ר' שמואל זאנוויל וויינגארטן הי”ו, א היימישע סאטמאר יונגערמאן, האט געמופט קיין קאסא גראנדע אריזאנע אנדערטהאלבן יאר צוריק נאכן באקומען די גוטהייסונג פון זיין רבי האדמו"ר מסאטמאר שליט"א איז א גאר פלייסיגע יונגערמאן מיט א געשמאקע חוש פון הומור, ער באגלייט שוין די קהילה האוים אדווייזערי, באגלייטענדיג צענדליגע יונגעלייט און עלטערע אידן מיט אלע זייערע הילף איבער קויפן א הויז און זייער זיך אריבערציען קיין אריזאנע, ר' שמואל זאנוויל איז יעצט ארויף א שטאפל און באקומען זיין אריזאנע ריעל עסטעיט לייסענס און ווארט גרייט אייך צו העפליך באדינען מיט אלע אייערע ריעל עסטעיט און מאווינג געברויכן אא"וו
CG Agent Ad (4).jpg
CG Agent Ad (4).jpg (385.62 KiB) געזען געווארן 2345 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
זאנוויל ראזענבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 7:55 pm
x 656

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך זאנוויל ראזענבערג »

ישוב החדש האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2025 9:24 pm דערגרייכונג אין ועד העיר’ס האום אדווייזערי אפיס:

היימישער “ריעל עסטעיט אגענט” ערהאלט “אריזאנע לייסענס” צו באדינען דעם ציבור מטעם ועד העיר

מיט גרויס שמחה איז געווארן אויפגענומען אז דער “ועד העיר” האט ב”ה מצליח געווען צו רעקרוטירן א היימישע ריעל עסטעיט בראוקער צו באקומען זיין אריזאנע אגענט-לייסענס, און אזוי ארום בעסער באדינען דעם ציבור מיט אלע ריעל עסטעיט געברויכן אין קאסא גראנדע

ר' שמואל זאנוויל וויינגארטן הי”ו, א היימישע סאטמאר יונגערמאן, האט געמופט קיין קאסא גראנדע אריזאנע אנדערטהאלבן יאר צוריק נאכן באקומען די גוטהייסונג פון זיין רבי האדמו"ר מסאטמאר שליט"א איז א גאר פלייסיגע יונגערמאן מיט א געשמאקע חוש פון הומור, ער באגלייט שוין די קהילה האוים אדווייזערי, באגלייטענדיג צענדליגע יונגעלייט און עלטערע אידן מיט אלע זייערע הילף איבער קויפן א הויז און זייער זיך אריבערציען קיין אריזאנע, ר' שמואל זאנוויל איז יעצט ארויף א שטאפל און באקומען זיין אריזאנע ריעל עסטעיט לייסענס און ווארט גרייט אייך צו העפליך באדינען מיט אלע אייערע ריעל עסטעיט און מאווינג געברויכן אא"וו
שמואל זאנוויל מיין חבר?

Wאאף. כ'פריי מיך צו זעהן. זלאסט האבן גרויס הצלחה!
אוועיטער
איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1002
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 1160

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך איד »

האט די וועד ארויס געלייגט א פרייז ביז וויפיל מ'מעג קויפן א הויז אין קאסע גראנדע?

אדער ס'איז בכלל נאר ערלויבט צו קויפן דורך די וועד?
וכן נוהגין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 210
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 705

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

יא, נאר דורכ'ן ועד. אין קאסא גראנדא וואס איז געווארן א ישוב דורך די מייסדים בסיעתא דשמיא, כלומר אז בעצם איז דער ישוב נישט פארהאן, איז גלייך ביים התייסדות געווארן אוועקגעשטעלט די תקנה אז מ'קען נאר קויפן דורכ'ן ועד העיר.

מ'רעדט נישט דא פון א היימישע מארקעט אז מיר זאלן קענען מאכן די פרייזן. די מארקעט איז הערליכע ווילא'ס וואס מען קויפט פון נישט אידישע שכנים. דער וועג ס'זאל נישט ווערן טייער ח"ו איז, אז עס ווערט נישט קיין הייפ אינעם מארקעט. און דאס קען נאר זיין ווי לאנג דער עולם קויפט נישט אליינס נאר דורכ'ן ועד.

יעדער פארשטייט אז דאס איז די טובה פון אזא פלאץ, אז ס'זאל טאקע קענען דינען דעם ציל צו באגליקן נאך הונדערטער משפחות אי"ה וואס קוקן אזוי ארויס אויפן הצלחה. דאס איז דער ציל און דאס שטייט פאר די אויגן אן אפשטעל אפגעזען ווי שווער עס זאל אנקומען, אי"ה וועט מען נאך זען וויפיל ס'איז ווערד געווען די כוחות.

ב"ה אז רובא דרובא שטעלן זיך צו, סיי איינוואוינער און כ"ש אינוועסטירער (וואס מאכן געלט פון רענטעלס בלויז אדאנק די מייסדי העיר), און ס'איז דא גרויס האפענונג אז די גאר ביליגע פרייזן זאלן בעז"ה אנהאלטן פאר א לאנגע צייט!

פארשטייט זיך נאר מיט סיעתא דשמיא.
אוועיטער
איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1002
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 1160

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך איד »

וכן נוהגין האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 6:34 pm יא, נאר דורכ'ן ועד. אין קאסא גראנדא וואס איז געווארן א ישוב דורך די מייסדים בסיעתא דשמיא, כלומר אז בעצם איז דער ישוב נישט פארהאן, איז גלייך ביים התייסדות געווארן אוועקגעשטעלט די תקנה אז מ'קען נאר קויפן דורכ'ן ועד העיר.

מ'רעדט נישט דא פון א היימישע מארקעט אז מיר זאלן קענען מאכן די פרייזן. די מארקעט איז הערליכע ווילא'ס וואס מען קויפט פון נישט אידישע שכנים. דער וועג ס'זאל נישט ווערן טייער ח"ו איז, אז עס ווערט נישט קיין הייפ אינעם מארקעט. און דאס קען נאר זיין ווי לאנג דער עולם קויפט נישט אליינס נאר דורכ'ן ועד.

יעדער פארשטייט אז דאס איז די טובה פון אזא פלאץ, אז ס'זאל טאקע קענען דינען דעם ציל צו באגליקן נאך הונדערטער משפחות אי"ה וואס קוקן אזוי ארויס אויפן הצלחה. דאס איז דער ציל און דאס שטייט פאר די אויגן אן אפשטעל אפגעזען ווי שווער עס זאל אנקומען, אי"ה וועט מען נאך זען וויפיל ס'איז ווערד געווען די כוחות.

ב"ה אז רובא דרובא שטעלן זיך צו, סיי איינוואוינער און כ"ש אינוועסטירער (וואס מאכן געלט פון רענטעלס בלויז אדאנק די מייסדי העיר), און ס'איז דא גרויס האפענונג אז די גאר ביליגע פרייזן זאלן בעז"ה אנהאלטן פאר א לאנגע צייט!

פארשטייט זיך נאר מיט סיעתא דשמיא.
מ'קען ברענגן אייגענע דיעלס צום ועד?

למשל אויב טרעף איך א הויז צו קויפן פאר ביליג, קען איך עס דורך שמועסן מיט די ועד און קויפן?

אדער קען מען נאר קויפן וואס די ועד פארקויפט?
וכן נוהגין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 210
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 705

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

יא
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 182
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 677

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

דער ועד העיר, מיט א פנים חדשות!

ברוב סיעתא דשמיא האט דער "ועד העיר" פון קאסא גראנדא אהערגעשטעלט א אפדעיטעד הערליכע אימעיל סיסטעם צו האלטן דעם ציבור אפדעיטעד מיט די געשמאקע בלי און וואוקס פונעם נייעם ישוב.

דא איז א לינק צו דער נייער אימעיל וואס איז נארוואס ארויסגעשיקט געווארן, געשמאק צום ליינען שיין און מסודר, הנאה צו האבן פון כלל ישראל'ס הצלחה מיט'ן אהערשטעלן א ישוב אין ווייטן אריזאנע, וואס קיינער האט נישט גע'חלומ'ט מיט 4 יאר צוריק אז ס'וועט ווערן א מציאות, און ב"ה מ'האלט דא!

https://mailchi.mp/b2fb676b5d99/davk6fy07u

האט ווייטער הנאה...
איר קענט זיך אויפסיינען צו באקומען די אימעילס, דורכ'ן דרוקן דעם לינק:
https://mailchi.mp/9ec97a3b70b5/signup

פיילס
IMG-20250910-WA0003.jpg
IMG-20250910-WA0003.jpg (163.2 KiB) געזען געווארן 1843 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 182
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 677

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

CG Mosdos SL.jpg
CG Mosdos SL.jpg (244.25 KiB) געזען געווארן 1668 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
זאנוויל ראזענבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 7:55 pm
x 656

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך זאנוויל ראזענבערג »

וואוטעשרס? וועכע פראגראם?
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 182
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 677

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2025 11:59 am וואוטעשרס? וועכע פראגראם?
עס איז געווארן שפעט ערב שבת. האמיר מאכן א שמועס דערוועגן בעזה"ש זונטאג
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 182
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 677

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

ישוב החדש האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 9:11 pm CG Mosdos SL.jpg
די "שכר לימוד" רעוואלוציע אין אריזאנע

צא בגין בניך:

פריידיג ווען עלטערן אין קאסא גראנדע ווערן באשטעטיגט צו געניסן פון “שכר לימוד כמעט אויסגעצאלט” דורך לאקאלע האום-סקולינג פראגראם

גינסטיגער צוגאנג פון די אריזאנע סטעיט, טוט אפשאצן וויפיל א קינד שפאָרט פאר’ן סטעיט דורכ’ן נישט נוצן זייער פובליק שולע, און גיבט צוריק די ערליך-פארדינטע פובליק-געלטער און שענקט עס פאר האום סקולינג אדער פרייוועט סקול שכר לימוד!

אין א צייט וואס פילע עלטערן אין ניו יארק בלוטיגן ווען זייערע קינדער ערהאלטן נישט קיין “איינטריט קארטלעך” ווייל ס’איז נישטא גענוג פרנסה, איז אריזאנע ווידער דער ענטפער.

ב”ה אז “מופן אויף אריזאנע” מיינט שוין נישט גיין צו אן ארץ לא זרועה… אנדערע האבן שוין געשוויצט פאר אייך און אויפגעשטעלט א פרעכטיגער היימישער ישוב אין “קאסא גראנדע”, ס’איז דא א ציבור, מוסדות, ביהמ”ד, מקוה טהרה, גראסערי, דעלי, און אלעס וואס פעלט זיך אויס הערליך און ערליך, א טעם גן עדן.

יעדע חודש-צוויי קומט א פרישע משפחה צו גיין, אויב איר ווילט זיין דער קומענדיגער גליקליכער, רופט אריין צום “ועד העיר” וואס וועט אייך באגלייטן, ברענגען א דירה פאר שפאט ביליג, און פארזיכערן אייער הצלחה בס”ד!

* די פראגראם וואס אונזערע מוסדות נעמען יעצט הייסט אי עס עי, עס ארבייט אזוי ווי וואוטשערס מיט א בענעפיט אז זיי געבן אויך פאר האום און פרייוועט סקולינג, אויך איז נישט קיין נפקא מינה וויפיל די עלטערן פארדינען. נאר יעדער קען עס באקומען צו צאלן זיין קינד'ס טואישן (שכר לימוד) אזוי לאנג ווי ער שיקט נישט די קינדער אין פאבליק סקול.
פיילס
IMG-20250911-WA0024.jpg
IMG-20250911-WA0024.jpg (236.44 KiB) געזען געווארן 1312 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 182
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 677

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

ועתה כתבו לכם את השיעור הזאת.

בחסדי ה' דעם פארגאנגענעם יאר האבן תושבי קאסא גראנדע זוכה געווען צו מיטהאלטן א טעגליכע הערליכע שיעור דורך הרה"ג רבי יצחק אייזיק בערגער דומ"ץ קהל חסידים ד'קאסא גראנדע פארגעלערנט מעדן טאג צווישן מנחה מעריב,

די שיעור איז א שיעור אין שולחן ערוך, מען האט אנגעהויבן אין סדר, פון אנהייב אורח חיים מיט'ן ציהל צו מסיים זיין גאנץ שולחן ערוך.

ווי באקאנט איז די שיעור הערליך פארגעלערנט מתוגן מיט העכסט אינטערעסאנטע קרישקילעך אויף יעדע הלכה.

די שיעור איז אזוי אינפארמאטיוו אז אפילו גרויסע גאוני התורה ווי הגאון הגדול רבי יהושע כהן שליט"א האט זיך צוגעזעצט צום שיעור מיט אינטערעסע.

יעצט ווען מען שליסט א געלונגענע יאר מיט א קביעות עיתים לתורה פון אזא חשוב'ע שיעור בעטן מיר אז תורה הקדושה התחננו בבקשה לפני מלך קל רם ונישא אז אונז זאלן ווערן אריינגעשריבן בספרן של צדיקים גמורים און זוכה זיין צו א שנה טובה ומתוקה.

דורכאויס די יאר האט מען זוכה געווען צו מסיים זיין הלכות ברכות, הלכות תפילה, הלכות נשיאות כפיים, הלכות סוף התפילה און הלכות קריאת התורה

דא איז א לינק צו די שיעורים אויף גאנץ הלכות ברכות https://drive.google.com/drive/folders/ ... yCcTT2Oa18

נ.ב. איך ערווארט די אנדערע שיעורים, איך וועל זיי מפרסם זיין ווען איך באקום עס.
פיילס
IMG-20250917-WA0016.jpg
IMG-20250917-WA0016.jpg (246.41 KiB) געזען געווארן 1156 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 182
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 677

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

► Show Spoiler

דא איז עטליכע לינק'ס צו די איבעריגע שיעורים פון הרה"ג רבי יצחק אייזיק בערגער שליט"א דומ"ץ קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע אויף הלכות תפילה, נשיאות כפיים און הלכות סוף התפלה.

די שיעורים זענען איינגעטיילט אין קורצע צען / פיפצן מינוט פער שיעור,

הלכות תפלה https://drive.google.com/drive/folders/ ... N8uDbdF3QF
הלכות נשיאות כפיים https://drive.google.com/drive/folders/ ... BmDsA2P2TC
הלכות סוף התפלה https://drive.google.com/drive/folders/ ... 1iH9epEP6w

איך האף שפעטער צו פאויסטן הלכות קריאת התורה.
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 182
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 677

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

אינאיינעם מיט די וואוקס און בליה פון די ישוב אין קאסא גראנדע אריזאנע קומט מיט דערפרישענדע נייעס איבער די גראסערי וואס ערהוילט זיך ב"ה פון די שאדנ'ס פון די שרעקליכע פייער וואס האט פארברענט די בילדינג ווי די גראסערי פלעגט זיך געפינען. און יעצט לעצטענס האט זיך ברוך ה' די גראסערי צוריק ארויפגעריקט די לייטער שענער און בעסער פון פריער!
. אסאך נייע פראדוקטן, אויסער די פריערדיגע גאר ברייטע אויסוואל וואס האט פארמאגט אלע פראדוקטן וואס א מענטש האט נאר געזוכט, איז יעצט צוגעקומען נאך אסאך נייע פראדוקטן,
. אויך האט מען געטוישט די לעיאויט פון די גראסערי צו זיין אסאך מער קאנוויניענסד פאר דעם קויפער. און אסאך מער צו קומען.

ספעציעל איז די נייעס דעפרישענד אז נאך אסאך הארעוואניע האט די גראסערי מצליח געווען צו ברענגן די פרייזן פאר תושבים די זעלבע ווי די רעגולער גראסערי פרייזן אין די היימישע געגענטער אין ניו יארק,

איינע פון די וועגן וואס העלפט ארויס אז מען זאל קענען אראפברענגן די פרייזן איז די שווערע הארעוואניע וואס הייבט זיך אן אויסצאלן, צו מאכן פראדוקטן פרייוועט לעיבעל, וואו ספייסעס, סעלצער, געפילטע פיש און נאך. (זעהט די בילדער)

אזוי אויך האט מען אריינגעברענגט א ליין פון אייטעם'ס פון די לאקאלע געשמאק טעיק-אויט. ווי רעדי מיעל'ס אדער פריזער פעקעזשד מיעל'ס און נאך.

אדרבה טשעקט אויס די גרויסע אויסוואל און די ביליגע פרייזן אויפן גראסערי וועבזייטל https://thekoshercanyon.shop/Casa-Grande-AZ

קום אריין און טשעק עס אויס לעבעדיג, 121 w Florence Blvd casa grande AZ קויפט איין 24 שעה, די קאוד שטייסט אין אידיש העכער די שלאס.

ווערט איבערגענומען וואס מען קען אלץ צושטעלן אין א נייע יישוב אפילו מיט נאך יעצט נישט אזוי סאך משפחות. אלץ מיט א קלארע בליק אויף פאראויס, אז קאסא גראנדע וועט בס"ד זיין א יישוב וואס וועט צושטעלן פאר טויזענטער חסידישע משפחות א לעבן וואס דו ווילסט פאר די פרייז וואס דו קענסט"!
פיילס
IMG-20250918-WA0018.jpg
IMG-20250918-WA0018.jpg (110.41 KiB) געזען געווארן 948 מאל
IMG-20250918-WA0019.jpg
IMG-20250918-WA0019.jpg (284.75 KiB) געזען געווארן 948 מאל
IMG-20250916-WA0003.jpg
IMG-20250916-WA0003.jpg (249.7 KiB) געזען געווארן 948 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
וכן נוהגין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 210
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 705

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

גרויס שמחה הערשט אין קאסא גראנדע לרגל די געבורט פון א יונגל בעבי ביים דיין אין שטוב הרה"ג רבי יצחק אייזיק בערגער שליט"א דומ"ץ קהל חסידים. און פאר זיין טאטע הרה"ג רבי חיים שלמה בערגער שליט"א אב"ד קהל חסידים,

שבת ביינאכט וועט פארקומען די שלום זכר אין שטוב פונעם רב.

ויהי רצון אז די שמחה זאל ברענגן א המשך פון שמחות לרוב פאר אלע תושבי קאסא גראנדע בפרט און גאנץ כלל ישראל בכלל.
פיילס
Image 2025-09-19 at 13.03.29_8debdc27.jpg
Image 2025-09-19 at 13.03.29_8debdc27.jpg (269.42 KiB) געזען געווארן 868 מאל
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 182
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 677

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

איך האב באקומען עטליכע ריקוועסט'ס פרעגענדיג וויפיל שפארט מען זיך דען ווען מען מופט צו קאסא גראנדע? האב איך מיר אראפגעזעצט שרייבן אויסשמועסן די אוועראל בילד, וויפיל די לעבן קאסט אין ניו יארק קעגן די קאסט פון די לעבן אין קאסא גראנדע אריזאנע,

איך בין געזעצן אויף א עקסעל פייל אין אריינגעלייגט די נומערן אין די קעסטעלעך, ווען פון איין זייט לייג איך די נומערן פון די קאסטן אין ניו יארק און די צווייטע זייט האב איך אריינגעלייגט די נומערן פון קאסא גראנדע.

איך האב אנגעהויבן די חשבונות פאר איינער וואס קלערט צו קויפן א טאוינהויז אין מאנסי אדער א פריוואטע גרויסע הויז אין קאסא גראנדע אריזאנע מיט די היינטיגע אינטערעסט ראטעס, נעמענדיג מאנסי פאר די סעמפל פארן חשבון, איך האב גערעכענט א שכר לימוד באזשעט פון $450 פער קינד, פאר א משפחה וואס צאלט שכר לימוד פאר זעקס קינדער קע"ה.

נאכן ענדיגן דעם חשבון האב איך געמאכט א נייע עקסעל פאר די זעלבע סייז משפחה אבער אנשטאט וואס זיי קויפן א הויז דינגן זיי א פינף בעדרום אפארטמענט אין מאנסי קעגן דינגן א פריוואטע הויז אין קאסא גראנדע אריזאנע,

דערנאך האב איך געמאכט נאך א עקסעל פייל פאר א משפחה מיט פינף קינדער וואס קויפט א טאוינהויז אין מאנסי קעגן קויפן א פריוואטע הויז אין קאסא גראנדע אריזאנע.

די חשבונות האב איך געבויעט פאר א משפחה וואס האט נישט קיין פראגראמען, אויך נישט קיין שווארצע געלטער, נאר טריקענע קאסט נומערן. נעמענדיג אין באטראכט אז ווען א מענטש פארדינט שוין יא די אומגעהויערע סכום צו קענען דעקן די לעבנ'ס קאסטן, האב איך גערעכענט וויפיל שטייערן ער דארף צאלן לויט זיין אינקאם.

אזוי אויך האב איך אריינגערעכענט הוצאות וואס זענען נישט קביעותדיג יאר איין יאר אויב, וואו למשל א מענטש וואס האט א הויז דארף יעדע צען ביז צוואנציג יאר באנייען די מאשינערי פוןד יש הויז ווי בוילער, הייס וואסער טאנק, עיר קאנדישען, אדער דאך פון די הויז אא"וו,

ימים טובים אדער אנדערע איינמאליגע הוצאות האב איך איינגעטיילט לויט די חודשים פון די יאר, אזוי טוט געווענטליך א אויסגערעכענטע מענטש, ער לייגט אוועק אביסל פון זיין חודשליכע געהאלטן פאר די איינמאליגע הוצאות.

איך האב נישט אריינגערעכענט די קאסטן פון שמחות וואס מען מאכט ווען מען האט א שטוב פון קינדער. און נאך אנדערע הוצאות געצייכענט אין גיל.

איך האב אריינגערעכענט די קאסט פון וואקאציע וואס געווענטליך א מענטש וואס ארבייט און קען דעקן אזאנע באזשעט'ס מוז דאך פארן א וואקאציע, די זעלבע האב איך גערעכענט די קאסט פון וואקאציע פאר אריזאנע תושבים,

בנוסף צו אלעס, האב איך צוגעלייגט ביי קאסא גראנדע אריזאנע א באזשעט פון טרעוועל, צוויי מאל א יאר פאר די גאנצע משפחה צו פארן קיין ניו יארק (רוב תושבי קאסא גראנדע פארן אפילו נישט די צוויי מאל)

די תוצאות זענען אויסגעקומען הימל שרייענד!
. די לעבן פאר שטוב פון פינף אדער זעקס קינדער וואס קויפן א הויז אין קאסא גראנדע לעבט א העכערע סטאנדארט וואו אין ניו יארק, און מיט דעם אלעם קאסט די לעבן אין קאסא גראנדע אריזאנע מיט 45/46 פראצענט ביליגער פון די לעבן אין מאנסי.

. פאר א משפחה וואס דינגט א דירה, איז קאסא גראנדע ביליגער מיט 34 פראצענט פאר א העכערע סטאנדארט וואו אין מאנסי באקומענדיג א גרויסע פריוואטע הויז אנשטאט א עטליכע שטאקיגע טאוינהויז אדער קאנדא וואס על פי רוב פאררעכט די לענדלארד כמעט גארנישט און גאר אסאך מאל איז די הויז אין מאנסי גאר אלט.

איך וועל דא עטעטשן די דריי אויבענדערמאנטע פיילס אין א פי די אף ווערזשען, אויב איינער וויל ארומשפילן מיט די נאמבערס צוגעפאסט לויט זיין באזשעט קען ער בעטן פאר די אפענע ווערזשען פון עקסעל, אדער פון מיר אין אישי אדער פון די קהילה האום אדווייזערי אפיס פון די ועד העיר, וועלעכע וועט אים שיקן די פייל, און אויב ווילסטו, וועט די ועד העיר דיר העלפן מאכן די חשבונות לויט דיינע פערזענליכע צרכים.

זייטס מיר מוחל אויף די ספעלינג מיסטעיקס פון די פיילס, מען דארף עס נאך שענער מאכן. אבער דערווייל קען עס אויך בייהילפיג זיין פאר גאר אסאך אידישע קינדער. סאו איך וועל עס שוין פאבלישן.
פיילס
arizona vs monsey 6 children (1).pdf
(104.76 KiB) דאונלאודעד 50 מאל
arizona vs monsey 5 children (1).pdf
(104.77 KiB) דאונלאודעד 21 מאל
arizona vs monsey rent 6 children (1).pdf
(103.91 KiB) דאונלאודעד 23 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 182
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 677

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

סדר הזמנים פאר די ימים נוראים אין דעם הערליכע יישוב אין קאסא גראנדע.

ברוך ה' דאס יאר וועט זיין די זעקסטע יאר וואס איך דאווען די הייליגע טעג אין קאסא גראנדע צום גוטן, יעדעס יאר ביז יעצט האט מען באצאלט פאר מענטשן צו קומען משלים זיין פאר מנין,

בחסדי ה' דאס יאר האבן אונז כמעט צוויי מניינים אנ"'ש תושבי קאסא גראנדע וואס וועלן דאווענען ביי מיין טאטן אין ביהמ"ד די ימים נוראים, דאס איז אויסער עטליכע געסט וואס קומען מיטהאלטן די ווארימע דאווענען.

אויף ראש השנה קומט צו פארן א כהן, אבער אויף יום כיפור וועט מען מער נישט דארפן ברענגן א כהן ווייל קאסא גראנדע וועט שוין דאן פארמאגן איר אייגענע משפחה כהנים תושבי קאסא גראנדע בס"ד.
40-122-S 6 זמנים תשרי 2025-09-21.jpg
40-122-S 6 זמנים תשרי 2025-09-21.jpg (297.04 KiB) געזען געווארן 673 מאל
IMG-20250921-WA0031.jpg
IMG-20250921-WA0031.jpg (215.28 KiB) געזען געווארן 580 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
האקט א טאג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 148
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 7:39 pm
x 299

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך האקט א טאג »

ילדי ת''ת עץ חיים אין קאסא גראנדע החדשה, האבן באזוכט א האניג פארם לכבוד ראש השנה הבעל''ט.
די קינדערלעך האבן געהאט א געלעגנהייט צו מיטהאלטן ערשטהאנטיג דעם גאנצן האניג פראדוקציע, פונעם בין ביזן פלעשל.
הכרת פניהם ענתה בם, ווען די קינדער זענען אהיימגעקומען מיט איבערגליקליך פונעם איבערלעבעניש.

מתוקים מדבש ונופת צופים.

תשו''ח פאר הרה''ח ר' יצחק גראסמאן הי''ו - מנהל גשמי דמוסדותינו הק', פארן צושטעלן און באגלייטן דעם טריפ מרישא ועד גמירא.
Asd.jpg
Asd.jpg (299.86 KiB) געזען געווארן 524 מאל
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 182
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 677

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

א פרייליכע יאר וואונטשן תושבי קאסא גראנדע אריזאנע פאר יהדות ניו יארק ודי בכל אתר ואתר.

די יאר הייבט זיך אן מיט שמחה, א שמחת וואכנאכט קומט פאר היינט נאכט מוצאי ר"ה, ביים דיין אין שטוב.

א הערליכע ראש השנה איז אריבער אין קאסא גראנדע, די ערשטע מאל וואס די יישוב קען ווערן אנגערופן יישוב ווייל עס איז געווען די ערשטע ראש השנה וואס מען האט נישט געדארפט ברענגן קיין פרעמדע געסט צו משלים זיין די מנין, נאר עס זענען געווען פיפצן משפחות תושבי קאסא גראנדע וואס זענען געבליבן אין קאסא גראנדע אויף ראש השנה און האבן געדאווענט אינאיינעם, אינעם צענטראלער קהל חסידים דינוב'ע ביהמ"ד, ערב ראש השנה צופרי צו סליחות איז ... אפ וואס טוה איך? איך בין דאך פארנומען ארויסהעלפן די שמחה (מען גייט זיך באטייליגן). סאו מוז מען אפשטיפן דאס שרייבן די באריכט אויף שפעטער.
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
זאנוויל ראזענבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 7:55 pm
x 656

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך זאנוויל ראזענבערג »

האקט א טאג האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2025 11:44 pm ילדי ת''ת עץ חיים אין קאסא גראנדע החדשה, האבן באזוכט א האניג פארם לכבוד ראש השנה הבעל''ט.
די קינדערלעך האבן געהאט א געלעגנהייט צו מיטהאלטן ערשטהאנטיג דעם גאנצן האניג פראדוקציע, פונעם בין ביזן פלעשל.
הכרת פניהם ענתה בם, ווען די קינדער זענען אהיימגעקומען מיט איבערגליקליך פונעם איבערלעבעניש.

מתוקים מדבש ונופת צופים.

תשו''ח פאר הרה''ח ר' יצחק גראסמאן הי''ו - מנהל גשמי דמוסדותינו הק', פארן צושטעלן און באגלייטן דעם טריפ מרישא ועד גמירא.
Asd.jpg
זיי גייען אלץ אין קעפס? אדער נאר ביי א טריפ?
אוועיטער
מיין מיינונג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 128
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 1:29 pm
x 419

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך מיין מיינונג »

וכן נוהגין האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 6:34 pm יא, נאר דורכ'ן ועד. אין קאסא גראנדא וואס איז געווארן א ישוב דורך די מייסדים בסיעתא דשמיא, כלומר אז בעצם איז דער ישוב נישט פארהאן, איז גלייך ביים התייסדות געווארן אוועקגעשטעלט די תקנה אז מ'קען נאר קויפן דורכ'ן ועד העיר.

מ'רעדט נישט דא פון א היימישע מארקעט אז מיר זאלן קענען מאכן די פרייזן. די מארקעט איז הערליכע ווילא'ס וואס מען קויפט פון נישט אידישע שכנים. דער וועג ס'זאל נישט ווערן טייער ח"ו איז, אז עס ווערט נישט קיין הייפ אינעם מארקעט. און דאס קען נאר זיין ווי לאנג דער עולם קויפט נישט אליינס נאר דורכ'ן ועד.

יעדער פארשטייט אז דאס איז די טובה פון אזא פלאץ, אז ס'זאל טאקע קענען דינען דעם ציל צו באגליקן נאך הונדערטער משפחות אי"ה וואס קוקן אזוי ארויס אויפן הצלחה. דאס איז דער ציל און דאס שטייט פאר די אויגן אן אפשטעל אפגעזען ווי שווער עס זאל אנקומען, אי"ה וועט מען נאך זען וויפיל ס'איז ווערד געווען די כוחות.

ב"ה אז רובא דרובא שטעלן זיך צו, סיי איינוואוינער און כ"ש אינוועסטירער (וואס מאכן געלט פון רענטעלס בלויז אדאנק די מייסדי העיר), און ס'איז דא גרויס האפענונג אז די גאר ביליגע פרייזן זאלן בעז"ה אנהאלטן פאר א לאנגע צייט!

פארשטייט זיך נאר מיט סיעתא דשמיא.
איז ערלויבט צו קויפן א וואקאציע היים?
שרייב פאוסט