שאלות צו דער הנהלה

אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 7824
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 18801

Re: שאלות צו דער הנהלה

פאוסט דורך דער תהלים איד »

ווינטעלע האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2025 9:32 pm כ'פראביר שוין פאר חדשים אריינצולאגן אין אידטיש, אבער כאמיר נישט געקענט קיין עצה געבן מיט די אפליקאציע.. וואזאלעך טון אז כ'קען נישט די נעמען פון די 5 העכסטע לב טהור פירער?...

(למעשה האבעך געשריבן "פסח" און מ'האט מיר אריינגעלאזט)
:lol:

@ווינטעלע עס בענקט נאך דיר!
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1958
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 5990

Re: שאלות צו דער הנהלה

פאוסט דורך בודקע »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2025 4:22 pm
ווינטעלע האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2025 9:32 pm כ'פראביר שוין פאר חדשים אריינצולאגן אין אידטיש, אבער כאמיר נישט געקענט קיין עצה געבן מיט די אפליקאציע.. וואזאלעך טון אז כ'קען נישט די נעמען פון די 5 העכסטע לב טהור פירער?...

(למעשה האבעך געשריבן "פסח" און מ'האט מיר אריינגעלאזט)
:lol:

@ווינטעלע עס בענקט נאך דיר!
ער זאגט דאך אז ער פרובירט שוין חדשים... :lol:
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5649
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19937

Re: שאלות צו דער הנהלה

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

ווינטעלע האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2025 9:32 pm כ'פראביר שוין פאר חדשים אריינצולאגן אין אידטיש, אבער כאמיר נישט געקענט קיין עצה געבן מיט די אפליקאציע.. וואזאלעך טון אז כ'קען נישט די נעמען פון די 5 העכסטע לב טהור פירער?...

(למעשה האבעך געשריבן "פסח" און מ'האט מיר אריינגעלאזט)
:o :o :o
נאו וועי!!! דער בחור איז דא!!!

וואס בחור?! אה, נאר אן אויסדרוק...
אוועיטער
טראפקעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 809
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:53 am
x 859

Re: שאלות צו דער הנהלה

פאוסט דורך טראפקעלע »

ווינטעלע האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2025 9:32 pm
נקודות טובות האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 08, 2025 1:16 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 08, 2025 10:45 am אפשר איז געקומען דער צייט צו פארשפארן דער לב טהור נושא?

עס איז געווארן א מצב אז געוויסע ניקס פילן זיך ווי זיי זענען פון די עליטע, און מען רייסט אראפ איינער דעם אנדערן.

לאמיר צירוק גיין צו אידטיש פון א האלב יאר צירוק.
גא"מ לכל הנ"ל.

הק' @נקודות טובות

טייערע אידטיש הנהלה, איך בעט מיך שוין צו אייך עטליכע חדשים, פארמאכטס דעם טעמע הסרוחה! פארמאכסט עס! ביטע ביטע!! עטס קענסט חלומען און חלומען פון איבערפרישן די סייט דא, מען קען איינשפאנען וויפיל אחראים מען וויל. ווי לאנג די פארשטינקענע טעמע איז אפען, איז א שאד אייער ארבעט און אייער צייט! ס'איז נישט מעגליך צו האלטן קאנטראל אויף דעם, און דאס פאר'סם'ט די לופט דא! די טעמע הסרוחה איז די מקור העיפוש!

איך ווייס נישט וואס אייער חשבון מתחילה איז געווען, און פארוואס איר האט נישט אליינס פאראויס געזעהן וואספארא חרבן דאס וועט מאכן. אבער איך בין נישט געווען דער איינציגער וואס האט אייך געווארנט אז דאס גייט לבסוף טוישן די גאנצע אויסזעהן פון אידטיש. דאס איז געווען אן פשוטע איינס פלאס איינס חשבון. יעדע בר דעת וואלט אליינס געמאכט דעם חשבון. און קוקטס וואו מיר שטייען. וויפיל ניקס וואס די פארום שטייט אויף זיי האבן שוין אויסגעדריקט אויפברויז בעבר קעגן די אופן ווי אזוי די טעמע פונקציונירט? @וואוילער, @שאינו יודע לשאול, @שמח (אגב אפשר קען ער סטראשענען אז אויב מען מעקט נישט די טעמע טשעקט ער ארויס פון דא...) @הדסים און נאך אנדערע.

קען זיין איר האט זיך איינגערעדט אז דאס גייט אייך ברענגען מער פאבליסעטי (וואס אגב, איך ווייס נישט פארוואס איר זאלט זיין אזוי קאמפלעקסד, אידטיש בומט אוועק) און קען זיין עס האט טאקע געברענגט מער פאבליסעטי. אבער קיינער קען נישט זאגן דא, קיינער קיינער, אז די לופט דא איז בעסער געווארן דורך דעם פארשטינקענעם טעמע!! און איך וועל זאגן אפען, די גאנצע בייסיגע אייוועלט שפראך קומט אך ורק אין רעזולטאט פון די טעמע הסרוחה!

קען זיין איר האט אינזין געהאט לשם שמים, אבער אויב דאס איז די פאל דארפט איר וויסן אז איר געבט אויף די גאנצע וועבזייטל לשם שמים. זייט וויסן אז איר לייגט צוגרינד די פארום בידים, און זייטס ענק נישט מחזק יעדע עטליכע וואכן אז מען גייט זיך כאילו אין די הענט נעמען. ווי לאנג עטס לאזטס די טעמע הסרוחה, גייט דא זיין כאאס!! מארק מיי ווארדס! עטס זענטס מקריב דעם פארום על קידוש השם! א גרויסע מדריגה פון אייך!

און צו אייך עסקנים פון לב טהור. איך ווייס נישט וואס עס האט אייך באוואויגן צו האלטן דעם עולם אינפארמירט דא, איך ווייס נישט וואס דאס ברענגט אויף למעשה. אבער אין פאל איר פארשטייט אז להצלחת הענין דארפט איר האלטן דעם עולם אינפארמירט, דאן זייט אזוי גוט און באגייט אייך מיט ריספעקט צו אנדערע. דאס איז נישט "אייער פלאטפארמע", דאס איז נישט קיין X לב טהור וועבזייטל, איר זענט געסט דא פונקט ווי אנדערע, און ביהעיווטס. איך האב נאר יעצט באזוכט דארט צוליב די קול ביער וואס @תינוק הבורח האט געלאזט הערן. איר פירט זיך מעשה בעל הבית דא, און דער עולם וויל דאס נישט. דער עולם קען באשטיין צו הערן אפדעיטס, און אפילו צו געבן געלט, אבער נאר אויף ווי לאנג איר באגייט זיך מיט ריספעקט צום ציבור דא.

(אגב, קען זיין עס גייט נישט שמעקן פאר @תינוק הבורח וואס איך גיי יעצט שרייבן, איך וועל אים שוין שפעטער איבערבעטן... @תינוק הבורח איז אן אינטעליגאנטער, אסאך ידיעות, נאר ער האט גאר א קורצע און שפיציגע שפראך. אסאך כאפן בכלל נישט וואס ער זאגט... ווארשיינליך דרייט ער זיך אויף אנדער פארומס (איך מיין נישט אייוועלט) ווי די שטייגער איז צו רעדן חד וחלק, און אסאך מאל וואונדער איך מיך פארוואס עס פעלט אים בכלל אויס אריינצוקומען אזוי שארף, אבער איך גלייך אים עני וועי זייער שטארק.)
כ'פראביר שוין פאר חדשים אריינצולאגן אין אידטיש, אבער כאמיר נישט געקענט קיין עצה געבן מיט די אפליקאציע.. וואזאלעך טון אז כ'קען נישט די נעמען פון די 5 העכסטע לב טהור פירער?...

(למעשה האבעך געשריבן "פסח" און מ'האט מיר אריינגעלאזט)
!!Welcome back

א אח לצרה...
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3988
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 6709

Re: שאלות צו דער הנהלה

פאוסט דורך וואוילער »

וועלקאם וועלקאם!!
.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1958
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 5990

Re: שאלות צו דער הנהלה

פאוסט דורך בודקע »

אזוי ווי איך בין א חשוד ווען ס'קומט צו די נושא, וויל איך מקדים זיין אז כ'מיין באמת גארנישט, איך פרעג ווייל כ'וויל וויסן צו מ'האט געטוישט עפעס רעגולאציעס.

וואס איז די פרישע מעקעריי ביי די לב טהור טעמע?
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
שוהם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 309
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 11:27 pm
x 518

Re: שאלות צו דער הנהלה

פאוסט דורך שוהם »

בודקע האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 07, 2025 9:23 pm אזוי ווי איך בין א חשוד ווען ס'קומט צו די נושא, וויל איך מקדים זיין אז כ'מיין באמת גארנישט, איך פרעג ווייל כ'וויל וויסן צו מ'האט געטוישט עפעס רעגולאציעס.

וואס איז די פרישע מעקעריי ביי די לב טהור טעמע?
דו ביסט נישט פון די עסקנים?
שמח האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 10:35 pm אויב האסטו נישט וואס צו ענטפערן קען דאס זעלבסט זיין דער ענטפער.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1958
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 5990

Re: שאלות צו דער הנהלה

פאוסט דורך בודקע »

שוהם האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 07, 2025 10:07 pm
בודקע האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 07, 2025 9:23 pm אזוי ווי איך בין א חשוד ווען ס'קומט צו די נושא, וויל איך מקדים זיין אז כ'מיין באמת גארנישט, איך פרעג ווייל כ'וויל וויסן צו מ'האט געטוישט עפעס רעגולאציעס.

וואס איז די פרישע מעקעריי ביי די לב טהור טעמע?
דו ביסט נישט פון די עסקנים?
פון די מעקער'ס זיכער נישט
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 877
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 938

Re: שאלות צו דער הנהלה

פאוסט דורך תינוק הבורח »

נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 6:49 pm
צייטווייליג האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 4:19 pm אקעי, מיטן גרעסטן כבוד טוען מיר בעטן צו מאכן א סטאפ פון די שמועסערייען איבער די לב טהור טעמע דא אויכעט.

@נקודות טובות לעת עתה איז די באשלוס אז די טעמע פון לב טהור זאל יא בלייבן אפען, פשוט לתועלת הענין, ס'איז אונזער שטאלץ צו קענען זיין א טייל אין א ריכטיגער פדיון שבויים.

נייע פאוסטס גייען ווערן זייער שטארק געמאסטן און געוואויגן אויב דאס ברענגט נוצן צום טיש, טאמער נישט איז נישט זיכער אז עס וועט בלייבן.

סיי וועלכע אומנויטיגע טענה’רייען וכו’ גייט אודאי גיין.
אלעמאל געשעהט די זאכן פונקט צו מיר!... פונקט האב איך נאכנישט געהאט קיין צייט היינט צו אריינלאגן, און ידידי הרב @צייטווייליג האט געכאפט די געלעגענהייט צו מאכן צא"פ... נישט שיין פון דיר הרב צייטווייליג...
נו שוין. עניוועי, איך בין עס מקבל באהבה. וועסט מיר אבער מוזן צושטעלן א צווייטע פלאץ וואו זיך צו אויסגעבן די בויך וויי...


אין אן ערענסטן טאן. הרב @צייטווייליג, איך בעט אייך פארשטענדעניש פארן ממשיך זיין די שמועס אויף א רגע, ווייל איין נקודה וויל איך נאך ארויסברענגען פארן ציבור.

מיינע פאוסטס דא זענען נישט געקומען אין רעאקציע פון דאס וואס איז פארגעקומען פאריגע וואך אין יענע טעמע, ווייל ווי געשריבן האב נישט געליינט די טענה'רייען דארט, און איך ווייס באמת נישט וואס דארט איז פארגעקומען. נאר איך האב שוין אן אלטע פאראיבעל אויף די טעמע. כמעט מיום הוסדה ווארט איך אויף די מינוט וואס די טעמע זאל גיין לעזאזל, און קיין גאנצע פאוסט זאל פון דעם נישט בלייבן.

די איינציגע זאך וואס איך האב געקוקט פאריגע וואך, איז געווען די וועג ווי אזוי מען האט זיך באצויגן צו אונזער ליבער @תינוק'ל. נאכן זעהן ווי אזוי מען האט גערעדט צו אים דארט אינגאנצן שלא לפי כבודו, האט זיך מיין אלטע פאראיבל אויף די טעמע אויפגעוועקט, און איך האב געשריבן וואס איך האב געשריבן. אבער איך שיהיה זעה איך אז יענער האט זיך שוין אנטשולדיגט, און איך האף אז דאס וועט זיך מער נישט איבערשפילן.


כלפי מה דברים אמורים. איך זעה אז @בודקע האט זיך באדאנקט פאר מיר פארן ארויסברענגען די נקודה וואס ער אומסוקסעספול פראבירט ארויסצוברענגען. איז קודם כל @בודקע טייערער, עס איז מיר טאקע א פארגעניגן צו זיין מיט דיר אויף איין בלאט, און נאך דערצו דיר צו קענען ארויסהעלפן מיטן קלארער ארויסברענגן דיין נקודה. אבער פון די אנדערע זייט וויל איך קלאר מאכן אז ידי מסולקת. דהיינו, איך האב נישט קיין השגה וואס דארט איז פארגעקומען, און עס קען זיין אז בין הדברים האט בודקע געשריבן זאכן מיט וואס איך וואלט נישט צוגעשטימט. וויל איך אז דער עולם זאל וויסן, אז איך בין נישט בודקעס לויער. מיינע ווערטער זענען געשריבן געווארן בבחינת דעת יחידאה, און עס איז נישט פשט אז איך געב אן הסכמה אויף עפעס וואס א צווייטער האט געשריבן. אויב בעקיפין איז אויסגעקומען אז איינעמס ווערטער זענען קלארער ארויסגעקומען, דאן בין איך צופרידן, אבער עס איז מילתא אגב אורחא.


@דער תהלים איד איך וואלט דיר ווען גערן גענטפערט אויף דיין פאוסט נאר איך וויל נישט ממשיך זיין דא ווייטער. אבער גלייב מיר אז איך האב א מכון ובסיס אויף יעדע טענה מיינער, און איך קען דיר ברענגען ראיות לדברי. איך שטיי אונטער יעדעס ווארט וואס איך האב געשריבן.


אלענפאלס וויל איך מיך באדאנקן פאר די הנהלה פארן דערהערן מיין ווייטאג. הגם למעשה האבן זיי באשלאסן שלא כמותי נאר וועלן יא לאזן די טעמע אפען, שטעל איך זיי אויף די חזקה אז זיי פאסן די ריכטיגע באשלוסן. איך גלייב אז זיי ווילן נאך אזוי שטארק די תועלת פון די פארום ווי מיר, בסך הכל האבן מיר אן אנדערען בליק אויף ווי אזוי צו דערגרייכן די מאקסומעם הצלחה. איך בין זיכער אז זיי האבן דן געווען בכובד ראש די סיטואציע, און אויך בין איך זיכער אז זיי ווייסן אז איך בין נישט דער איינציגער וואס האלט אזוי למחצה לשליש ולרביע (ווי מען קען זיין אז מיין ארגינעלע פאוסט האלט ביי 15 לייקס) און אויב איז דאס זייער באשלוס בין איך עס מקבל. די הנהלה דא האט א גוטן טרעק רעקארד. איך האף נאר אז די טעמע זאל אנגיין במדה במשקל ובמשורה, און אז זיי זאלן האלטן די magnifying glass אנגעשטעלט אויף X 128 און נישט צולאזן אומאיינגענעמליכקייטן.


און אין די געלעגענהייט וויך איך אויך אנווינטשען פאר אלע חברים דא א כתיבה וחתימה טובה און א גוטע געבענטשטע יאר מיט אלעס גוטן. האפענליך זיך צו ווידערזעהן נאך די הייליגע טעג.

החותם @נקודות טובות
מי יגלה עפר מעינך רבנו בעל @נקודות טובות
משיח משיח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 205
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 4:11 pm
x 729

Re: שאלות צו דער הנהלה

פאוסט דורך משיח משיח »

פארוואס האט מען געמעקט פון מיר היינט צוויי פאוסטס
די ערשטער קען איך נאך אפשר פארשטיין פארוואס,
אבער די צווייטער הייב איך נישט אן צו פארשטיין
אוועיטער
פארשטענדליך אידל
פרישער באניצער
פאוסטס: 85
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 6:01 pm
x 274

Re: שאלות צו דער הנהלה

פאוסט דורך פארשטענדליך אידל »

פארוואס האט מען גמעקט מיין פאוסט היינט אינדערפרי?
משיח משיח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 205
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 4:11 pm
x 729

Re: שאלות צו דער הנהלה

פאוסט דורך משיח משיח »

למעשה זעה איך אז מען האט מיר געמעקט מער ווי 2, יש"כ

מען מוז מיר נישט ענטפערן
משיח משיח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 205
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 4:11 pm
x 729

Re: שאלות צו דער הנהלה

פאוסט דורך משיח משיח »

איך זעה מען האט אנגענומען ערענסט צו מיר נישט ענטפערן.
שוין זאל זיין אזוי
חצקל משמש
חבר המערכת
פאוסטס: 156
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:00 pm
x 292

Re: שאלות צו דער הנהלה

פאוסט דורך חצקל משמש »

אוועיטער
צייטווייליג
חבר המערכת
פאוסטס: 409
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
x 1132

Re: שאלות צו דער הנהלה

פאוסט דורך צייטווייליג »

רבותי ר’ @חצקל משמש מאכט דא כסדר חזרה. די לב טהור טעמע איז זייער סענסיטיוו און מען מעקט א געוואלד. קען זיין אז מיר מעקן אמאל צופיל, קען גאר זיין אז אמאל צו ווייניג. מיר זענען פארט מענטשן, אבער מיר זענען אסאך ענדערש נוטה לחומרא מיט די דאזיגע נושא וואס גרעניצט זיך כסדר מיט אידיש בלוט. אויב קלערט איר אויף סיי וואס אז עס איז אומפאסיג ביטע באריכטן יענע פאוסט, מיר נעמען אלעס אלעס מיט די גרעסטע מאס ערנסטקייט. און מיר ווילן איבערבעטן יעדעם איינעם (די זייט און יענע זייט) אויב שפירט איר זיך געטראפן, מיר ווילן אזוי שטארק האלטן דעם באלאנס און חס וחלילה נישט ערלויבן קיינעם צו ווערן ווייגעטון. מיר פרובירן ממש דאס אוממעגליכע, ביטע פארשטייט אונז.

ביטע קלערט נישט קיין צוויי בעפארן באריכטן סיי וועלכע פאוסט, איר וועט אונז העלפן טון די ארבעט, מיר וועלן עס אייך נאר מכיר טוב זיין.
אוועיטער
שעפטי
פרישער באניצער
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 6:43 pm
x 75

Re: שאלות צו דער הנהלה

פאוסט דורך שעפטי »

אל כבוד הנהלה
ביטע אישי'ט מיר מיינע צוויי פארמעקטע תגובות אינעם שנירל
תועבת ה' עקשי לב viewtopic.php?t=3075

כ'האב זיי געשריבן מיט אסאך ריכוז און ישוב הדעת, מיט א ריינע כוונה און איך בעהט זיי צו האבן

א דאנק פון פאראויס
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 2751
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 13088

Re: שאלות צו דער הנהלה

פאוסט דורך חלום חלמתי »

עני אחראי וואס ארבעט חאלעמויד?
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 755
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1430

Re: שאלות צו דער הנהלה

פאוסט דורך ווירקליך »

חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 12, 2025 12:37 pm עני אחראי וואס ארבעט חאלעמויד?
שוין מסודר?
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 2751
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 13088

Re: שאלות צו דער הנהלה

פאוסט דורך חלום חלמתי »

ווירקליך האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 12, 2025 2:20 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 12, 2025 12:37 pm עני אחראי וואס ארבעט חאלעמויד?
שוין מסודר?
געשיקט אן אישי
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1958
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 5990

Re: שאלות צו דער הנהלה

פאוסט דורך בודקע »

כ'גיי איבער פרעגן א אויסגעדראשענע שאלה, פארוואס מאכט מען נישט צו די לב טהור טעמע?

עקטשולי נישט פארמאכן, ס'איז א נושא פונקט ווי אנדערע נושאים, אבער עטליעסט מיט די זעלבע גיידליינס ווי אנדערע טעמעס.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
משיח משיח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 205
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 4:11 pm
x 729

Re: שאלות צו דער הנהלה

פאוסט דורך משיח משיח »

די גאנצע טעמע איז א שטיק עקל
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 2751
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 13088

Re: שאלות צו דער הנהלה

פאוסט דורך חלום חלמתי »

בודקע האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 6:27 pm כ'גיי איבער פרעגן א אויסגעדראשענע שאלה, פארוואס מאכט מען נישט צו די לב טהור טעמע?

עקטשולי נישט פארמאכן, ס'איז א נושא פונקט ווי אנדערע נושאים, אבער עטליעסט מיט די זעלבע גיידליינס ווי אנדערע טעמעס.
גאמ.

זינט די לעצטע זאכליכע אפדעיט דארט איז שוין געווען עטליכע וואכן צוריק איז צייט דאס צו פארמאכן.
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
זאנוויל ראזענבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 252
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 7:55 pm
x 637

Re: שאלות צו דער הנהלה

פאוסט דורך זאנוויל ראזענבערג »

איך בין אנגעקומען דא א ווייל אגאו נאר וועגן לב טהור אפשר העט מען מיך מער אויסהערן. פליז נישט צומאכן!!!! כהאניש קיין פריקען מוסג וועמען ס'שטערט אז מלאזט נישט אויסגעבן יעדנס בויכווייען. אפדעיטס איז דא. דאס איז די עיקר!

viewtopic.php?p=220154#p220154
viewtopic.php?p=220184#p220184
viewtopic.php?p=220172#p220172
viewtopic.php?p=220290#p220290
viewtopic.php?t=2543&start=13325#p219878

ווער סדארף אויך בויכוויי זאל טון השתדלות :| אבער פליז נישט בעטן צוצומאכן
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3219
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3629

Re: שאלות צו דער הנהלה

פאוסט דורך אנדערער »

חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 6:31 pm
בודקע האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 6:27 pm כ'גיי איבער פרעגן א אויסגעדראשענע שאלה, פארוואס מאכט מען נישט צו די לב טהור טעמע?

עקטשולי נישט פארמאכן, ס'איז א נושא פונקט ווי אנדערע נושאים, אבער עטליעסט מיט די זעלבע גיידליינס ווי אנדערע טעמעס.
גאמ.

זינט די לעצטע זאכליכע אפדעיט דארט איז שוין געווען עטליכע וואכן צוריק איז צייט דאס צו פארמאכן.
געהעריג דא אפדעיטס. אז איינער וויל נעמען קרעדיט פאר זאכן וואס ער האט נישט מצליח געווען צו חרוב מאכן דארף איך נישט ליידן
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 2751
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 13088

Re: שאלות צו דער הנהלה

פאוסט דורך חלום חלמתי »

זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 7:01 pm איך בין אנגעקומען דא א ווייל אגאו נאר וועגן לב טהור אפשר העט מען מיך מער אויסהערן. פליז נישט צומאכן!!!! כהאניש קיין פריקען מוסג וועמען ס'שטערט אז מלאזט נישט אויסגעבן יעדנס בויכווייען. אפדעיטס איז דא. דאס איז די עיקר!

viewtopic.php?p=220154#p220154
viewtopic.php?p=220184#p220184
viewtopic.php?p=220172#p220172
viewtopic.php?p=220290#p220290
viewtopic.php?t=2543&start=13325#p219878

ווער סדארף אויך בויכוויי זאל טון השתדלות :| אבער פליז נישט בעטן צוצומאכן
סיריעסלי.. שמחות קען גיין אין די שמחות ביים טיש טעמע.. פארדעם האלט מען אפן דעם פארשט**קענעם טעמע?
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
שרייב פאוסט