מדינת ישראל אין מלחמה
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2414
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7948
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
העכער צוואנציג פארוואונדעט פון הוטי טעראר דראון אויף אילת, אריינגערעכנט צוויי אין ערנסטע צושטאנד, פאראמעדיקס האבן באריכטעט אז צווישן די פארוואונדעטע זענען צוויי מענער אין אן ערנסטע צושטאנד, א דרייסיג יעריגער מיט מעסיגע וואונדן און 19 אנדערע מיט לייכטע וואונדן, און אז רוב געשעדיגטע זענען באטראפן געווארן פון שראפנעל. די מדינת ישראל מיליטער זאגט אז זיי האבן פרובירט אראפצושיסן די דראון, אבער האבן מודה געווען אז זייערע פרואוון זענען דורכגעפאלן און צוויי אייראן דאום מיסילס זענען ארויסגעשאסן געווארן אנע ערפאלג אויפן דראון.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2414
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7948
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
איראנער שפיאנאזש אויטאריטעטן פובליצירן הויפענעס געהיימע דאקומענטן פון מדינת ישראל, שפיאנאזש מיניסטער איסמאאיל קאטיב האט געזאגט אז די דאקומענטן אנטהאלטן בילדער פון די מדינת ישראל דימונה נוקלעארע איינריכטונגען, אריינגערעכנט אפגרעידס וואס מדינת ישראל האט געמאכט די לעצטע שטיק צייט צו נולעארע וואפנס. קאטיב זאגט אז די דאקומענטן געבן ווערדפולע און נוצבארע אינפארמאציע פאר איראן צו קענען זיך פארטיידיגן דורכ'ן צילן סענסיטיווע ערטער אין מדינת ישראל אין רעאקציע צו צוקונפטיגע אטאקעס.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2414
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7948
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
איראנער פרעזידענט ביים Un האט זייער אראפ געריסן נתניהו פארן צושטערן שלום אין מיטל מזרח, און ווי אויך די יוראפעישע לענדער פארן נישט געהעריג מיט ארבעטן פאר א דיעל, און האט געזאגט אז איראן גייט קיינמאל נישט מאכן קיין נוקלעארע וואפן.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2414
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7948
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
מדינת ישראל האט דורכגעפירט א פרישע כוואליע באמבארדירונגן אויף האוטי צילן אין תימן'ס הויפטשטאט צענה, צווישן די ערטער וועלכע זענען געצילט געווארן אין די פרישע באמבארדירונגן איז די זעלבע שטח וואו האוטי רעגירונג מיניסטארן זענען אומגעקומען אין א געצילטע אטאקע פאריגע חודש, די באמבארדירונגן קומט אין רעזולטאטפון די דראון אטאקע אין די רעזארט שטאט אילת אין דרום ארץ ישראל.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2414
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7948
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
פאלעסטינער פרעזידענט מאכמוד אבאס זאגט אין א רעקארדירטע רעדע צו די יו-ען:
"מיר האבן שוין אנערקענט מדינת ישראל'ס רעכטן צו עקזיסטירן, און מיר טוען עס נאכאלץ אנערקענען".
כאמאס וועט נישט האבן קיין ראלע אין עזה.
כאמאס מוז זיך אונטערגעבן און איבערגעבן זייער וואפנס פאר אונז.
מיר ווילן א פאראייניגטע לאנד, אן וואפנס.
"מיר האבן שוין אנערקענט מדינת ישראל'ס רעכטן צו עקזיסטירן, און מיר טוען עס נאכאלץ אנערקענען".
כאמאס וועט נישט האבן קיין ראלע אין עזה.
כאמאס מוז זיך אונטערגעבן און איבערגעבן זייער וואפנס פאר אונז.
מיר ווילן א פאראייניגטע לאנד, אן וואפנס.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2414
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7948
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
מדינת ישראל באאמטע האבן געמאלדן, אז די היינטיגע באמבארדירונגן אויף האוטי צילן אין תימן האבן אריין גענומען מער ווי 65 באמבעס, זיי זאגן אז די באמבארדירונגן האבן געצילט 7 באזונדערע צילן, אריין גערעכענט 5 מיליטערישע הויפטקווארטירן און צוויי וואפן סטארידזש קאמפלעקסן, דערווייל איז נישט באקאנט אויב עס זענען געווען אומגעקומענע אין די באמבאדירונג
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2414
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7948
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
טעראריסטן אין עזה האבן געשאסן א מיסל אין ריכטונג פון א מדינת ישראל קאמף העליקאפטער ביים פליען העכער עזה סיטי, די מיסל האט פארפעלט צו גרייכן דעם העליקאפטער, און די העליקאפטער איז ווייטער געפלויגן אויף איר געפלאנטע מיסיע. מדינת ישראל באאמטע זאגן אז עס האנדעלט זיך פון אן אקסל-ארויס געשאסענע מיסל, א סארט מיסל וואס האט נאך ביז היינט נישט געהאט סוקסעס צו באטרעפן מדינת ישראל העליקאפטער אדער פליגער. די אראבישע מידיא האט פארעפענטליכט רעקארדירונגן פון די אינצידענט, ווייזענדיג, וויאזוי מען זעט רויעך פון די מיסל דורכגיין היבש נאנט צו די העליקאפטער.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2414
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7948
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
בודקע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 25, 2025 12:47 pm טעראריסטן אין עזה האבן געשאסן א מיסל אין ריכטונג פון א מדינת ישראל קאמף העליקאפטער ביים פליען העכער עזה סיטי, די מיסל האט פארפעלט צו גרייכן דעם העליקאפטער, און די העליקאפטער איז ווייטער געפלויגן אויף איר געפלאנטע מיסיע. מדינת ישראל באאמטע זאגן אז עס האנדעלט זיך פון אן אקסל-ארויס געשאסענע מיסל, א סארט מיסל וואס האט נאך ביז היינט נישט געהאט סוקסעס צו באטרעפן מדינת ישראל העליקאפטער אדער פליגער. די אראבישע מידיא האט פארעפענטליכט רעקארדירונגן פון די אינצידענט, ווייזענדיג, וויאזוי מען זעט רויעך פון די מיסל דורכגיין היבש נאנט צו די העליקאפטער.
IMG_20250925_124647.jpg
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
פונעם ווידיאו זעהט אויס אז די רויעך איז פון א דעפענס מיסל וואס די העליקאפטער האט ארויסגעשאסן.בודקע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 25, 2025 12:47 pm טעראריסטן אין עזה האבן געשאסן א מיסל אין ריכטונג פון א מדינת ישראל קאמף העליקאפטער ביים פליען העכער עזה סיטי, די מיסל האט פארפעלט צו גרייכן דעם העליקאפטער, און די העליקאפטער איז ווייטער געפלויגן אויף איר געפלאנטע מיסיע. מדינת ישראל באאמטע זאגן אז עס האנדעלט זיך פון אן אקסל-ארויס געשאסענע מיסל, א סארט מיסל וואס האט נאך ביז היינט נישט געהאט סוקסעס צו באטרעפן מדינת ישראל העליקאפטער אדער פליגער. די אראבישע מידיא האט פארעפענטליכט רעקארדירונגן פון די אינצידענט, ווייזענדיג, וויאזוי מען זעט רויעך פון די מיסל דורכגיין היבש נאנט צו די העליקאפטער.
IMG_20250925_124647.jpg
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2414
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7948
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
פ"מ נתניהו ביים געבן דעם גרין לייט פאר די אטאקעס אין תימן אויפן כנף ציון פליגער אויפן וועג קיין ניו יארק.בודקע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 25, 2025 11:01 am מדינת ישראל האט דורכגעפירט א פרישע כוואליע באמבארדירונגן אויף האוטי צילן אין תימן'ס הויפטשטאט צענה, צווישן די ערטער וועלכע זענען געצילט געווארן אין די פרישע באמבארדירונגן איז די זעלבע שטח וואו האוטי רעגירונג מיניסטארן זענען אומגעקומען אין א געצילטע אטאקע פאריגע חודש, די באמבארדירונגן קומט אין רעזולטאטפון די דראון אטאקע אין די רעזארט שטאט אילת אין דרום ארץ ישראל.
IMG_20250925_105753.jpg
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2414
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7948
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
די רויעך גלייך נעבן דעם קומט פון דעם, אביסל ווייטער איז פון די מיסילפעינטיג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 25, 2025 3:45 pmפונעם ווידיאו זעהט אויס אז די רויעך איז פון א דעפענס מיסל וואס די העליקאפטער האט ארויסגעשאסן.בודקע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 25, 2025 12:47 pm טעראריסטן אין עזה האבן געשאסן א מיסל אין ריכטונג פון א מדינת ישראל קאמף העליקאפטער ביים פליען העכער עזה סיטי, די מיסל האט פארפעלט צו גרייכן דעם העליקאפטער, און די העליקאפטער איז ווייטער געפלויגן אויף איר געפלאנטע מיסיע. מדינת ישראל באאמטע זאגן אז עס האנדעלט זיך פון אן אקסל-ארויס געשאסענע מיסל, א סארט מיסל וואס האט נאך ביז היינט נישט געהאט סוקסעס צו באטרעפן מדינת ישראל העליקאפטער אדער פליגער. די אראבישע מידיא האט פארעפענטליכט רעקארדירונגן פון די אינצידענט, ווייזענדיג, וויאזוי מען זעט רויעך פון די מיסל דורכגיין היבש נאנט צו די העליקאפטער.
IMG_20250925_124647.jpg
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2414
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7948
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
פרעזידענט טראמפ מעלדט אז עס קומען פאר פראדוקטיווע דיסקוסיעס איבער די מלחמה אין עזה, מיט אלע לענדער אין דער ראיאן זייענדיג פארמישט.
לויט טראמפ געדענקט ער נישט אזא ענטוזיאזם פאר א דיעל פון אלע זייטן, ווען יעדער זוכט צו איבערלאזן "טונקלקייט און טויט" הינטער זיי.
לויט טראמפ געדענקט ער נישט אזא ענטוזיאזם פאר א דיעל פון אלע זייטן, ווען יעדער זוכט צו איבערלאזן "טונקלקייט און טויט" הינטער זיי.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2414
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7948
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
מדינת ישראל פ"מ ביבי נתניהו האט זיך געטראפן מיט דער אויסערן מיניסטער פון די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן אבדולא בין זאיאד בין סולטאן אל נאיאן, דורכאויס די יו-ען דזשענעראל אסעמבלי.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2414
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7948
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
80% פון עזה סיטי איינוואוינער האבן שוין פארלאזט די שטאט און עוואקואירט צו אנדערע געגנטער אין עזה, ארום 200,000 זענען נאך פארבליבן אין די שטאט.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2414
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7948
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
די העכסטע געביידע אין עזה וועלכע פארמאגט קענטליכע שאדנס פון פריערדיגע פונקטליך געצילטע אטאקעס, איז געווארן אראפגעברענגט מיט מדינת ישראל מיליטער אויסשפרייטנדיג זייער אנוועזנהייט אין עזה סיטי, אין די מרכבות גדעון 2.0 אפעראציע.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2414
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7948
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
פריים מיניסטער ביבי נתניהו זאגט אז מדינת ישראל וועט מעגליך לאזן כאמאס פארלאזן די פאס זיכערערהייט אויב וועלן זיי ענדיגן די מלחמה און באפרייען די משכונות, דעטאלן ארום די פרישע פלענער זענען נאכנישט קלאר.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2414
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7948
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
ברעיקינג:
"מ'גייט פאר די ענדע"
לויט ווי אזוי עס קוקט אויס פון נאנטע ארום פ"מ נתניהו אין וואשינגטאן: מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער גרייט זיך צו אנעמען פרעזידענט טראמפ '21 פונקטן ענדע' נאך קלענערע טוישונגען.
די עיקר חלק פון די "21 פונקטן ענדע'':
--- פאר מדינת ישראל ---
מדינת ישראל וועט נישט אקופירן קיין שום עזה טערעטאריע (חוץ די פריער אקופירטע 500 מעטער באפער זאנע פון נאך אקטאבער 7).
מדינת ישראל וועט נישט דורכפירן אטאקעס אויף קאטאר טערעטאריע אנטקעגן טעראריסטן.
--- פאר חאמאס ---
די באפרייאונג פון אלע משכונות אין 24 שעה.
אויפגעבן אלע אפענסיווע וואפן.
--- פאר עזה מיט איר באפעלקערונג ---
די רעכט פאר אלע איינוואוינער צו פארלאזן די פאס און זיין בארעכטיגט צו פארזיכערט צוריקקערן סיי ווען אימער.
עזה וועט טראנספארמירט ווערן צו אן אינטערנאציאנאלע האנדל זאנע פריי פון שטייער.
אן אינטערנאציאנאלע מיליטערישע קראפט וועט זיין פאראנטווארטליך און אבזערווירן די מדינת ישראל מיליטערישע ארויסציאונג פונעם פאס ווי פארפליכטעט.
די פאלעסטינע אויטאריטעט וועט איינטיילנעמען אינעם רעגירונג פירערשאפט - אבער הערשט נאכוואס זי וועט אריבערגיין א פארמאלע רעפארמירונג צו עלימינירן 'עקסטרימיסטישע אידילאגיע' (נישט אינעם נאנטן צוקונפט).
טאני בלעיר (געוועזענע בריטישע פריים מיניסטער און מלחמה פירער פונעם 'אליאירטע קריג אויף טעראר' אינעם 01 אפגאניסטאן מלחמה און 03 איראק אינוואזיע) וועט זיין פאראנטווארטליך אויף די זיכערהייט אינעם פאס מיט א פאראייניגטע אינטערנאציאנאלע זיכערהייט קראפט וואס וועט פירן די טאג-טעגליכע זיכערהייט איינגעלעגנהייטן און באקעמפן טעראר אקטיוויטעטן.
די ענדגילטיגע רוזאלטאטן וועט מען דארפן ווארטן און וועט קלאר ווערן די קומענדיגע שעה'ן.
"מ'גייט פאר די ענדע"
לויט ווי אזוי עס קוקט אויס פון נאנטע ארום פ"מ נתניהו אין וואשינגטאן: מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער גרייט זיך צו אנעמען פרעזידענט טראמפ '21 פונקטן ענדע' נאך קלענערע טוישונגען.
די עיקר חלק פון די "21 פונקטן ענדע'':
--- פאר מדינת ישראל ---
--- פאר חאמאס ---
--- פאר עזה מיט איר באפעלקערונג ---
די ענדגילטיגע רוזאלטאטן וועט מען דארפן ווארטן און וועט קלאר ווערן די קומענדיגע שעה'ן.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2414
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7948
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
איראן האט הינגעריכטעט א מענטש וועלכע ווערט באשולדיגט אויף דינען אלץ איינס פון מדינת ישראל'ס וויכטיגסטע שפיאנאן אין איראן, בּאַמאַן קאָובּי אַסאַל איז די לעצטע אין א רייע מענטשען וועלכע זענען פארהאלטן געווארן דורך איראן אויף באשולדיגונגן פון שפיאנירן פאר מדינת ישראל. מענטשען רעכט גרופעס באריכטן אז אין די לעצטע פאר חדשים אליינס זענען ווייניגסטענס 10 מענטשען געווארן הינגעריכטעט אין איראן אויף קלאגעס פון שפיאנירן פאר מדינת ישראל.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2414
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7948
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
צוויי ראקעטן זענען געשאסן געווארן פון צפון עזה אין ריכטונג פון די נחל עוז געגענט אין דרום ארץ ישראל, די אייראן דאום סיסטעם האט ארויס געשיקט מיסעלס זיי אראפ צו שיסן, אבער עווענטועל זענען ביידע ראקעטן געפאלן אינערהאלב עזה.
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4648
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 33047
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
ביי זייער זיצונג יעצט האט טראמפ געמאכט נתניהו טעלעפאנירן די עמיר פון קאטאר, אים איבערבעטן פאר אטאקירן כאמאס אין זיין לאנד.
לויט עמית סגל האט מען דוקא נישט גע'הארגעט דעם כאמאס פירער כדאי ער זאל יעצט דערשראקן צום טויט אינטערשרייבן דעם דיעל....
לויט עמית סגל האט מען דוקא נישט גע'הארגעט דעם כאמאס פירער כדאי ער זאל יעצט דערשראקן צום טויט אינטערשרייבן דעם דיעל....
- פיילס
-
- 1757445861943.jpeg (112.88 KiB) געזען געווארן 162 מאל
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2414
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7948
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
א מדינת ישראל ריזערוו אפיציר איז ערענסט פארוואונדעט געווארן פון אן אויפרייס נעבן א מדינת ישראל פאזיציע אין דרום סיריע, מדינת ישראל באאמטע זאגן אז די אומשטענדן ארום די אויפרייס איז נאך נישט קלאר, אבער אויפ'ן מינוט קוקט אויס ווי עס האט פאסירט דורך אן אלטע סירישע לאנד-מינע. מדינת ישראל פארמאגט א צאל פאזיציעס אין דרום סיריע, גענומען נאכדעם וואס די אסאד רעזשים איז געפאלן און דאס לאנד איז געווארן איבערגענומען דורך פרעזידענט אכמעד שארא. אין די לעצטע וואך צייט זענען געווען באריכטן אז מדינת ישראל מיט סיריע שטייען ביים שוועל פון א זיכערהייט אפמאך, אבער ווי מען הערט איז אנטשטאנען א שטרויכלונג ווען מדינת ישראל האט די לעצטע מינוט צוגעלייגט א פאדערונג פאר א הומאניטערישע קארידאר צו די דרוזן אין די אסווידא געגענט אין דרום סיריע.
-
יאנקל גרויס
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 48
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 29, 2025 11:58 pm
- x 159
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
איראנער באאמטער מאשען רעזי זאגט אז זיין לאנד האט גענוצט נאר 30% פון אירע מעגליכקייטן אין די 12 טאגיגער מלחמה, און אויב מדינת ישראל הייבט נאכאמאל אן וועט איראן רעאגירן מיט איר פולער מאכט.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
א פרעסע קאנפערענץ צווישן טראמפ און ביבי גייט יעצט פארקומען. די וועלט שטייט געשפאנט אויב גייט קומען גרויסע נייעס פון א דורכברוך
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4648
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 33047
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
הייבט זיך יעצט אן.
- פיילס
-
- Screenshot 2025-09-29 142643.png (370.76 KiB) געזען געווארן 89 מאל
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
טראמפ: היינט איז א גרויסע טאג, אסאך מער ווי עזה
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)