בולעטין נייעס — קורץ און שארף
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
גאר דראמאטישע שפרונג אין פארקלאוזשערס לענגאויס אמעריקע, מיט העכער 35,000 אין מאנאט אוגוסט, לויט נייע ציפערן זענען געווען 35,697 פאָרקלאָוזשערס פון פּראַפּערטיס אין אַמעריקע אין אוגוסט, וואָס איז אַן אַכצן פּראָצענטיגע שפּרונג פון פאַראַיאָר אוגוסט. עס איז אויך די זעקסטע חודש אין א ציה וואָס די צאָל פאָרקלאָוזשערס איז העכער ווי פאַראַיאָר, און עס קומט אין א צייט פון אינפלעישאָן, וואַקסנדע לעבנס קאָסטן און בעיקר מענטשן וואָס קענען נישט דעקן די גאָר הויכע חודש'ליכע מאָרטגעדזש צוליב די הויכע אינטערעסט ראטעס.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
פאר נייעס דרוקט נאמבער 6
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
דעמאקראטישער פארטיי טשערמאן אין ניו יארק מעלדט אז ער וועט נישט אינדארסירן מאמדאני פאר מעיאר, אין די לעצטערע טעג האט מען געזען א וואקסנדע צאל וויכטיגע דעמאקראטישע ניו יארקער פיגורן אינדארסירן מאמדאני, אריינגערעכנט גאווערנאר האקול און סטעיט אסעמבלי ספיקער קארל היעסטי. אבער דערווייל האט דער טשערמאן פון די פארטיי אין די סטעיט, דזשעי דזשעיקאבס, נאכנישט אינדארסירט מאמדאני און היינט שבת האט ער קלארגעשטעלט אז ער וועט נישט אינדארסירן מאמדאני, צוליב זיינע ראדיקאלע שטעלונגען.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
פאר נייעס דרוקט נאמבער 6
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
ניו יארק סיטי מעיאר עדעמס זאגן אז אידישע וויילער וועלן זיין די וואס העלפן אים געווינען ווידערוויילונג, עדעמס האט אדרעסירט פארשידענע פראגעס אין א לענגערע אינטערוויו מיט א לאקאלע צייטונג, זאגנדיג אז אן אנקעטע וואס צייגט אז ער באקומט נאר זיבעצן פראצענט אידישע שטימען אין די סיטי איז נישט אמת. דער מעיאר האט אויך געזאגט אז ער האט דערווייל נישט באקומען קיין שום שטיצע אדער הילף פון פרעזידענט טראמפ אינעם פארמעסט, און האט צוגעלייגט אז ער וויל נישט און ערווארט נישט טראמפ'ס הילף.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
פאר נייעס דרוקט נאמבער 6
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
אמעריקאנער מיליטער דורכגעפירט דריטע באמבארדירונג אויף ווענעזועלער דראג שמוגלעריי שיף, טראמפ זאגט אז די פרישע אפעראציע האט אומגעברענגט דריי דראג שמוגלער און איז געווארן דורכגעפירט אויף א שיף וואס איז געווען פארבינדן מיט א דעזיגנירטע טעראריסטישע ארגאניזאציע וועלכע האט דורכגעפירט דראג טעראריזם. דער פענטאגאן האט נישט ארויסגעגעבן מער דעטאלן, אבער עס איז שוין די דריטע אזא אפעראציע זייט פרעזידענט טראמפ האט פארארדענט מיליטערישע שיפן צו גיין אין די קאריביען ים נישט ווייט פון ווענעזועלער טעריטאריע.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
פאר נייעס דרוקט נאמבער 6
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
בודקע האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 21, 2025 12:29 am
פרעזידענט טראמפ סטראשעט טאליבאן מיט קאנסעקווענצן אויב זיי געבן נישט צוריק באגראם באזע, טראמפ האט געהאט געזאגט עטליכע טעג צוריק אז אמעריקע האלט אינמיטן די פראצעדורן פון צוריקבאקומען די מיליטערישע באזע, וואס איז איבערגעלאזט געווארן ביי די ווילדע כאאטישע עוואקואציע פון די אמעריקאנער מיליטער אונטער ביידען. היינט האט דער פרעזידענט געווארנט, אז אויב זיי געבן נישט צוריק פאר אמעריקע די באגראם באזע, וויבאלד אמעריקע האט געבויט די באזע, וועט די טאליבאן רעגירונג אין אפגאניסטאן ליידן ערנסטע קאנסעקווענצן.
IMG_20250921_002813.jpg
די טאליבאנער רעגירונג איז ארויס געקומען אפווארפן דעם געדאנק פון צוריק געבן פאר אמעריקא די באגראם לופט באזע, דער טאליבאנער ווארטזאגער זאַבּיהולאַ מודזשאהיד זאגט אז ווי איידער זיין פארנומען מיט אזעלכע געדאנקן זאל אמעריקא אדאפטירן א פארשטענדליכע פאליסי. ער זאגט אז אינטער אן אפמאך אויסגעהאמערט עטליכע יאר צוריק האט אמעריקא פארשפראכן נישט צו נוצן מאכט אקעגן אפגאנער טעריטאריע, און זיך נישט אריין צו מישן אין די לאנד'ס אינערליכע אינטערעסן, דעריבער בעט ער אז אמעריקא זאל זיך האלטן צו אירע פארפליכיטונגן. א צווייטע אפגאנע באאמטער, וועלכע דינט אלץ שטאב הויפט פאר די לאנד'ס דיפענס מיניסטעריום, זאגט, אז אפגאניסטאן איז נישט גרייט אויפצוגעבן אפילו איין אינטש פון איר טעראריטאריע פאר אנדערע, דעריבער איז נישט פארהאן קיין שום דיסקוסיעס דערוועגן.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
פאר נייעס דרוקט נאמבער 6
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
ניו יארק סיטי מאכט די לעצטע צוגרייטונגן צו מאכן א שטארקן זיכערהייט רינג ארום די יו-ען הויפטקווארטירן אין מאנהעטן, לאור די UN גענעראל פארזאמלונג, מער ווי 150 פירער פון לענדער איבער די וועלט מיט זייערע דעלעגאציעס זענען ערווארטעט צו קומען מיטהאלטן די 80'סטע גענעראל פארזאמלונג פון די UN.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
פאר נייעס דרוקט נאמבער 6
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
פעדעראלע באאמטע גייען ארויס קומען מיט דעקלעראציעס איבער אוטיזעם, איינס אז די ברייט-באנוצטע 'טיילענאל' טראגט א ריזיקע צו ברענגן אוטיזעם, ווי מען הערט פון רעגירונג קוועלער גייען פעדעראלע געזונטהייט באאמטע דערקלערן אז די הויפט באשטאנדטייל פון טיילענאל, גערופן 'אַסיטעמי-נאָפין', טראגט א ריזיקע אויב עס ווערט גענומען דורך מענטשען אין ספעציעלע אומשטענדן. לויט ווי עס הייסט גיעין זיי רעקאמאנדירן אז אין פארשידענע צייטן זאלן אינגע פרויען זיך צוריק האלטן פון נעמען טיילענאל, אויסער אויב זיי האבן פיבער. אין די זעלבע צייט פלאנען באאמטע צו רעקאמאנדירן די מעדעצין 'לוקאָוואָרין' אלץ פאטענציאנאלא אוטיזעם באהאנדלונג. 'לוקאָוואָרין', וואס ווערט מאמענטאל גענוצט אוועק צו נעמען זייט ווירקונגן פון פארשידענע מעדעצינען און צו באהאנדלן א מאנגל פון בי-9, האט דורכאויס טרייעלס געוויזן היבש סוקסעס מיט פארבעסערן די מעגליכקייט פון מענטשען מיט אוטיזעם צו רעדן און זיך פארשטיין מיט אנדערע. ווען פרעזידענט טראמפ איז אריין געקומען אין אפיס האט ער געשטעלט א שטארקע פריאריטעט אויף אוטיזעם, ווערענדיג געטריבן דורך די וואקסענדע אוטיזעם ראטעס אין אמעריקא, און ער האט געהייסן זיינע מענטשען זיי זאלן אריין קוקן דערין און טרעפן ענטפערס.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
פאר נייעס דרוקט נאמבער 6
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
די פענטעגאן גייט אנפאנגן ווערן שטרענגער מיט ריפארטער ווען עס קומט ארויס צו געבן אינפארמאציע וואס זיי ווייסן, דזשורנאליסטן קאנצענטרירט ביי די מיליטערישע הויפטקווארטיר זענען פארארדענט געווארן אינטערצושרייבן א צוזאג אז זיי גייען נישט באריכטן אינפארמאציע וואס מען האט נישט אויטאריזירט עס ארויס צו געבן, אפילו ווען עס רעדט זיך פון אומקלאסיפיצירטע אינפארמאציע. דזשורנאליסטן וועלכע גייען זיך נישט האלטן דערצו קעען אויסשטיין דעם מעגליכקייט פון פארלירן זייער ספעציעלע רעכט צו האבן צוטריט צו די פענטעגאן.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
פאר נייעס דרוקט נאמבער 6
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
ניו יארק סיטי האט זיך אנגעשלאסן מיט 35 סטעיטס אין שטיצע פון א געריכט געראנגל וואס קאליפארניע גאווערנער געווין ניוסאם האט אינטערגענומען, די רעדע איז פון אן אפיעל וואס די טראמפ אדמינסיטראציע האט אריין געגעבן אקעגן אן אורטייל פון א הונטערשטע געריכט אקעגן דעם וואס פעדעראלע טרופן זענען געשיקט געווארן קיין לאס אנדזשעלעס.
מעיאר עריק עדעמס זאגט אז די סיטי דארף נישט צוקומען צו די נעשינאל גארד צו האלטן ארדענונג אין שטאט. ער זאגט אז דעם יאר אליינס האט די פאליציי שוין סוקסעספול קאנטראלירט מער ווי 3,200 פראטעסטן אן קיין ערענסטע אינצידענטן, און די סיטי וויל נישט זען נעשינאל גארד זעלנער אויף אירע גאסן.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
פאר נייעס דרוקט נאמבער 6
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
קאנגרעסמאן דזשעפריס איז פארמישט אין ערענסטע דיסקוסיעס מיט די קאמפיין פון זאראן מאמדאני איבער ארויס קומען מיט אן עמטליכע אינדארסירונג, די אנטוויקלונג קומט געציילטע טעג נאכדעם וואס מאמדאני האט ערהאלטן די אינדארסירונגן פון גאווערנער האוקול און אסעמבלי ספיקער העיסטי. צווישן די דעמאקראטישע פירער וועלכע האבן נאך נישט געשיקט קיין שום סיגנאל איבער שענקן אן אינדארסירונג איז סענעטאר טשאק שומער.
דערווייל איז מאמדאני ווייטער באקוועם פאראויס אין די 4-שפיציגע פארמעסט וואס שטעלט אים אקעגן ענדרו קואמא, קורטיס סליווע און עריק עדעמס.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
פאר נייעס דרוקט נאמבער 6
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
פרעזידענט טראמפ האט זיך געטראפן מיט'ן ביליאנער אילאן מאסק צום ערשטן מאל זייט זייער ביטערע ריס עטליכע חדשים צוריק, די צוויי האבן זיך געטראפן ביים ריזן צערעמאניע אין אריזאנא פאר'ן פארשטארבענעם קאנסערוואטיוון אקטיוויסט טשארלי קירק, וואס האט אריין גענומען מער ווי 200 טויזנט מענטשען. די ווייסע הויז האט פארעפענטליכט בילדער וויאזוי מען זעט די צוויי זיצן צוזאמען ביי א חלק פון די צערעמאניע, און וויאזוי זיי רייכן די הענט און שמועסן צוזאמען אין צייט וואס אנדערע געבן רעדעס.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
פאר נייעס דרוקט נאמבער 6
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
עקאנאמיסטן ערווארטן אינטערעסט ראטעס צו פאלן אין נעקסטע יאר צייט פיל נידריגער ווי "פעד" ערווארט, אויף די פיוטשערס מארקעט זעט מען אז אינוועסטירער ערווארטן אז די פעדעראלע רעזערוו ראטע וועט פאלן צו אונטער דריי פראצענט עענדע נעקסטע יאר, אין דער צייט וואס די פעדעראלע רעזערוו אליינס ערווארט אז סוף נעקסטע יאר וועלן די ראטעס זיין 3.4 פראצענט. די ציפערן באדייטן אז עקאנאמיסטן האלטן אז די ראטעס וועלן פאלן גאר שטארק און העלפן די עקאנאמיע זיך רוקן פאראויס, דורכ'ן געבן פאר ביזנעסער א געלעגנהייט פאר ביליגערע לאונס צו אינוועסטירן.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
פאר נייעס דרוקט נאמבער 6
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
בודקע האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 22, 2025 12:43 am
פרעזידענט טראמפ האט זיך געטראפן מיט'ן ביליאנער אילאן מאסק צום ערשטן מאל זייט זייער ביטערע ריס עטליכע חדשים צוריק, די צוויי האבן זיך געטראפן ביים ריזן צערעמאניע אין אריזאנא פאר'ן פארשטארבענעם קאנסערוואטיוון אקטיוויסט טשארלי קירק, וואס האט אריין גענומען מער ווי 200 טויזנט מענטשען. די ווייסע הויז האט פארעפענטליכט בילדער וויאזוי מען זעט די צוויי זיצן צוזאמען ביי א חלק פון די צערעמאניע, און וויאזוי זיי רייכן די הענט און שמועסן צוזאמען אין צייט וואס אנדערע געבן רעדעס.
IMG_20250922_004155.jpg
פרעזידענט טראמפ מאכט אוועק זיין נעכטיגע באגעגעניש מיט'ן ביליאנער אילאן מאסק, זאגענדיג, אז עס איז געווען גארנישט מער ווי א קורצע באגריסונג, די פרווה ווערטער פונ'ם פרעזידענט קומען טראץ דעם וואס אן אפיציעלע ווייסע הויז סאשעל מידיא אקאונט האט געהאט פארשפרייט בילדער ארויס צו הייבן דעם באגעגעניש. די נעכטיגע באגעגעניש ביי די טשארלי קירק צערעמאניע אין אריזאנא איז געווען די ערשטע מאל אין וואס די צוויי האבן זיך געטראפן זייט זייער עפענטליכע ריס עטליכע חדשים צוריק.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
פאר נייעס דרוקט נאמבער 6
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
טראמפ אדמיניסטראציע וועט מעלדן ברייטע סאנקציעס אויף יו-ען אנגעפירטע אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט, די טראָמפּ אַדמיניסטראַציע האָט געזאָגט אַז די אינטערנאַציאָנאַלע קרימינאַלע געריכט געבט זיך בעיקר בלויז אָפּ מיט'ן אויספאָרשן קלאַגעס קעגן מדינת ישראל און לעכערליכע באַשולדיגונגען אַז מדינת ישראל באַגייט מלחמה פאַרברעכנס. די געפּלאַנטע סאַנקציעס וועלן שטערן די געריכט'ס אַפּעראַציעס, אַריינגערעכנט די וועידזשעס פאַר די איינגעשטעלטע, באַנקינג צוטריט, סאָפטוועיר סערוויסעס און נאָך, צוליב וואָס די אַלע סיסטעמען זענען אָנגעוויזן אויף אַמעריקע.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
פאר נייעס דרוקט נאמבער 6
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
פעדעראלע קאנטער טעראריזם צענטער פובליצירט ווארענונג איבער מעגליכע על קאידא אטאקעס אין אמעריקע, די בולעטין ווארענונג אפּעלירט פאר וואכזאמקייט פון אמעריקאנער בירגער און סטעיט און לאקאלע לאו ענפארסמענט ארום וויכטיגע פּלעצער, אריינגערעכנט גרויסע פארזאמלונגען, ווייל דאס זענען געווענליך צילן פאַר טעראר. די קאנטער טעראריזם צענטער האָט אויך געווארנט רעגירונג איינגעשטעלטע נישט מיטצוטיילן אין פּובליק קיין שום טרעוול פּלענער פון זייער פּערזענליכע לעבן.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
פאר נייעס דרוקט נאמבער 6
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
קאנאדישע רעגירונג באטראכט נייע געזעץ סיסטעם וואס וועט הארבער באשטראפן פאר אנטיסעמיטישע אינצידענטן, די נייע פארשלאג וועט אויסברייטערן קלארער וואס עס מיינט א האס פארברעכן, און וועט קלארשטעלן אז רעליגיעזע און קולטור צענטערן זענען באשיצט פון ווערן געטשעפעט אונטער די הארבסטע פארברעכן קאטעגאריע.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
פאר נייעס דרוקט נאמבער 6
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
סיקרעט סערוויס פארשט סעריע סאבאטאזש אינצידענטן ביי פרעזידענט טראמפ'ס באזוך אין יו-ען, טראמפ זאגט אז אן עסקעלעיטאר וואס האט אים געטראגן אין די יו-ען הויפטקווארטירן האט זיך פלוצלינג אפגעשטעלט אויפן וועג צום הויפט צימער, וואס האט שיער געברענגט אז ער זאל אראפפאלן אויף דער ערד, און ער זאגט אז דער וואס איז שולדיג דארף ארעסטירט ווערן.
טראמפ האט אויך באשולדיגט אז די טעלעפראמפטער וואס ער האט גענוצט צו געבן זיין רעדע, האט זיך פארלאשן אינמיטן די רעדע, וואס האט אים געצווינגען פאר פופצן מינוט צו רעדן אומצוגעגרייטע ווערטער, און אז מען האט אים נישט געקענט גוט הערן.
טראמפ זאגט אז די צוויי זאכן זענען קלארע סאבאטאזש, און אז די סיקרעט סערוויס פירט א ברייטע אויספארשונג צו דערגיין ווער עס שטייט אונטער דעם.
יו-ען באאמטע האבן געזאגט אז די עסקעלעיטאר'ס סעיפטי מעכאניזם האט זיך אליינס אקטיוויזירט, אבער עס איז נישט געווען סאבאטאזש.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
פאר נייעס דרוקט נאמבער 6
-
חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 6337
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 51603
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
כאמאס סימפאטיקער און פרעזידענט פון פראנקרייך מאקרוין האט במלאו הדרו געברויכט ווארטן אין טרעפיק וויבאלד די גאס איז געווען אפגעשפארט פאר טראמפ'ס מאטארקאדע, נאכן זיצן אין קאר נערוועז האט ער פרובירט צו איבערצייגן די פאליציי אים אדורכצולאזן, און אפילו טעלעפאנירט טראמפ פאר הילף... אבער אין די ענדע צושפאצירט צופיס צום פראנצויזישן אמבאסאדע
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 24, 2025 10:20 pm כאמאס סימפאטיקער און פרעזידענט פון פראנקרייך מאקרוין האט במלאו הדרו געברויכט ווארטן אין טרעפיק וויבאלד די גאס איז געווען אפגעשפארט פאר טראמפ'ס מאטארקאדע, נאכן זיצן אין קאר נערוועז האט ער פרובירט צו איבערצייגן די פאליציי אים אדורכצולאזן, און אפילו טעלעפאנירט טראמפ פאר הילף... אבער אין די ענדע צושפאצירט צופיס צום פראנצויזישן אמבאסאדע
-
חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 6337
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 51603
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
סיקרעט סערוויס האט און די לעצטע מינוט פארמיטן א מאסיווע אטאקע אין די סיטי, אין די טעג פונעם UN וויזויהייסטעס.
בעסיקלי האבן זיי אויפגעכאפט טויזנטער סים קארדס ווערן אויפאיינמאל עקטעוועטעט אין נ.י.ס. נאכגייענדיג די זאך האבן זיי אנדעקט א ריזן פארעם פון סים קארדס וואס ווערט קאנטראלירט דורך VoIP (וואויס אווער אינטערנעט) וואס וואלט אראפגעברענגט די גאנצע טעלעפאן סערוויס אין ניו יארק סיטי!
דאס איז א מאסיוו פלאנירטע אטאקע וואס וואלט געמאכט געזונטע שאדן.
בעסיקלי האבן זיי אויפגעכאפט טויזנטער סים קארדס ווערן אויפאיינמאל עקטעוועטעט אין נ.י.ס. נאכגייענדיג די זאך האבן זיי אנדעקט א ריזן פארעם פון סים קארדס וואס ווערט קאנטראלירט דורך VoIP (וואויס אווער אינטערנעט) וואס וואלט אראפגעברענגט די גאנצע טעלעפאן סערוויס אין ניו יארק סיטי!
דאס איז א מאסיוו פלאנירטע אטאקע וואס וואלט געמאכט געזונטע שאדן.
- פיילס
-
- IMG_2399.jpeg (107.19 KiB) געזען געווארן 285 מאל
-
- IMG_2398.jpeg (107.87 KiB) געזען געווארן 285 מאל
-
- 9d583d12-d064-4705-a029-1219054e203f.jpeg (306.56 KiB) געזען געווארן 285 מאל
-
חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 6337
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 51603
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
דעי יונגעלע מיטן נאמען הענרי, האט זיך אריינגעשטיפט צווישן רעפארטערס וואס האבן געפרעגט שאלות פונעם וויצע פרעזידענט. אויף די פראגע פון ווענס וואס ער טוט דא, האט דער צוציק געענפערט אז ער איז ספעציעל נישט געגאנגען אין שולע כדאי צו קענען האבן א בילד מיטן ווייס פרעזידענט; די וועסט ברויכן תירוצים פארן פארפעלן שולע, סאו לאמיר נעמען א בילד צוזאמען, האט ווענס געענפערט..
- פיילס
-
- Screenshot_20250924_233214_Telegram.jpg (162.58 KiB) געזען געווארן 271 מאל
-
חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 6337
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 51603
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
טערקישער פרעזידענט ערדואן איז אויך געווארן אפגעהאלטן ווארטענדיג פאר טראמפס מאטארקאדעחלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 24, 2025 10:20 pm כאמאס סימפאטיקער און פרעזידענט פון פראנקרייך מאקרוין האט במלאו הדרו געברויכט ווארטן אין טרעפיק וויבאלד די גאס איז געווען אפגעשפארט פאר טראמפ'ס מאטארקאדע, נאכן זיצן אין קאר נערוועז האט ער פרובירט צו איבערצייגן די פאליציי אים אדורכצולאזן, און אפילו טעלעפאנירט טראמפ פאר הילף... אבער אין די ענדע צושפאצירט צופיס צום פראנצויזישן אמבאסאדע
- פיילס
-
- Screenshot_20250925_095504_Telegram.jpg (56.23 KiB) געזען געווארן 221 מאל
-
- Screenshot_20250925_095502_Telegram.jpg (67.42 KiB) געזען געווארן 221 מאל
-
חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 6337
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 51603
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
אין ניו דזשערסי זענען די געווערנער וואלן גאר שמאל, און צום ערשטען מאל שטייט דער רעפובליקאנער קאנדידאט אויפן זעלבן ארט ווי דער דעמאקראט.
סקאט פרעסלער אלערט
טראמפ צוטירט עמיצן וואס ווייסט שוין אז אויב די רעפובליקאנער דערלייגט איז עס וועגן די דעמאקראטן טשידן..
סקאט פרעסלער אלערט
טראמפ צוטירט עמיצן וואס ווייסט שוין אז אויב די רעפובליקאנער דערלייגט איז עס וועגן די דעמאקראטן טשידן..
- פיילס
-
- IMG_20250925_095519_198.jpg (62.44 KiB) געזען געווארן 219 מאל
-
חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 6337
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 51603
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
דער עקאנאמיסט דא צייכנט אן אז די עקאנאמיע אין אמעריקע איז געוואקסן פול שטערקער ווי געקלערט, 3.8 אנשטאט 3.3 וואס מען האט געהאט געשאצט.
פלאס ווייניגער ארבעטסלאזע און שטערקערע סטאק מארקעט.
פלאס ווייניגער ארבעטסלאזע און שטערקערע סטאק מארקעט.
- פיילס
-
- Screenshot_20250925_095418_Telegram.jpg (166.66 KiB) געזען געווארן 215 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
פרעזידענט טראמפ נעמט אויף טערקישער פרעזידענט ראסיפ ערדואן אין ווייסן הויז.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
פאר נייעס דרוקט נאמבער 6