נייע קליידער תקנות אין סאטמאר, אזוי ווי יוניפארם. פארוואס?

שמועסן ארום דעם טישל אויף א לייכטערן אופן
אוועיטער
סטעישאן וועעגן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 215
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 4:54 pm
x 427

נייע קליידער תקנות אין סאטמאר, אזוי ווי יוניפארם. פארוואס?

פאוסט דורך סטעישאן וועעגן »

נאך 80 יאר, האבן שוין ביידע סאטמאר'ס איינגעזעהן וואס כמעט יעדער האט געכאפט גלייך נאכן קריג.

מיידלעך מוזען גיין מיט יוניפארמס!

תתחדש!
זאנוויל ראזענבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 261
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 7:55 pm
x 651

Re: טעות לעולם חוזר, מזל טוב ביידע סאטמאר'ס!

פאוסט דורך זאנוויל ראזענבערג »

זאג. דו האסט געמאכט א טעות מיט נישט גיין תפילין ביי די 11 יאר?
אוועיטער
סטעישאן וועעגן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 215
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 4:54 pm
x 427

Re: טעות לעולם חוזר, מזל טוב ביידע סאטמאר'ס!

פאוסט דורך סטעישאן וועעגן »

זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2025 7:10 pm זאג. דו האסט געמאכט א טעות מיט נישט גיין תפילין ביי די 11 יאר?
אמת
די פראבלעם האטזעך יעצט אנגעהויבן
טומעראטויבע
צולייגער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 113
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 9:57 am
x 329

Re: טעות לעולם חוזר, מזל טוב ביידע סאטמאר'ס!

פאוסט דורך צולייגער »

Mind to fill me in please?
יצב
פרישער באניצער
פאוסטס: 74
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2025 11:14 am
x 87

Re: טעות לעולם חוזר, מזל טוב ביידע סאטמאר'ס!

פאוסט דורך יצב »

ביידע?
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4756
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6365

Re: טעות לעולם חוזר, מזל טוב ביידע סאטמאר'ס!

פאוסט דורך שמח »

סטעישאן וועעגן האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2025 7:06 pm נאך 80 יאר, האבן שוין ביידע איינגעזעהן וואס כמעט יעדער האט געכאפט גלייך נאכן קריג.

מיידלעך מוזען גיין מיט יוניפארמס!

תתחדש!
איינגעזעהן?!

ס'איז אנדער צייטן, מ'האט ליידער נישט קיין ברירה.

לפי הבנתי.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1475
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4679

Re: טעות לעולם חוזר, מזל טוב ביידע סאטמאר'ס!

פאוסט דורך Think and Thank »

מיינע א שכנ'טע וואס האט ליב צו זיין אויפגעקלערט האט זיך אויפגעטון פאר מיין ב"ב אז אירע טעכטער (סאטמאר מהר"א - מהרי"י האט גארנישט געטוישט) גייען ענדליך יוניפארמס. נאכ'ן אריינגיין אין די פרטים שטעלט זיך ארויס אז עס איז גאנץ ווייט פון יוניפארמס, און די ריכטיגע דעסקריפשאן וואלט לכאורה געווען אז די מוסדות האבן ארויסגעגעבן א ליסטע מיט באשטעטיגטע מלבושים וואס נאר דאס מעג מען גיין.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1475
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4679

Re: טעות לעולם חוזר, מזל טוב ביידע סאטמאר'ס!

פאוסט דורך Think and Thank »

סטעישאן וועעגן האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2025 7:17 pm
זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2025 7:10 pm זאג. דו האסט געמאכט א טעות מיט נישט גיין תפילין ביי די 11 יאר?
אמת
די פראבלעם האטזעך יעצט אנגעהויבן
טומעראטויבע

די סיבה פארוואס רביה"ק מסאטמאר האט נישט געוואלט קיין יוניפארמס, לויט ווי ר' בנימין הערש בערקאוויטש ז"ל האט דערציילט, איז וויבאלד דאס לערנט נישט אויס די קינדער וויאזוי זיך אנצוטון צניעות'דיג ווען מ'איז נישט אונטער די סקול רולס. אין אנדערע ווערטער, לאו דוקא אז יוניפארמס זענען א פראבלעם, נאר נישט האבן יוניפארמס האט א מעלה. ווי לאנג מען קען אנגיין אזוי און די צניעות איז געווען מסודר, איז דאך זיכער גוט. אבער אז די צניעות טויג נישט און די הנהגה פון די מוסד האט איינגעזען אז מען דארף איינפירן יוניפארמס, מיינט דאס אז ביז יעצט איז געווען א טעות?

און איינער וואס האלט אז צניעות אין אלגעמיין האט נישט געטראסקעט די לעצטע 5-10 יאר זאל ביטע כאפן א שמועס מיט זיין ב"ב דערוועגן. קליידער און סחורות וואס זענען ביז נישט לאנג צוריק געווען מצוי נאר ממש בשולי המחנה זענען היינט געהעריג מעינסטריעם.
אוועיטער
מיין מיינונג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 125
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 1:29 pm
x 354

Re: טעות לעולם חוזר, מזל טוב ביידע סאטמאר'ס!

פאוסט דורך מיין מיינונג »

אן אריינגיין אין דיקוסיעס, (דערווייל...) א שארפע דיסלייק אויפן קעפל.
זאגן אויף אן הוראה פון הרה"ק מ'סאטמאר זי"ע "טעות לעולם חוזר" איז א פרעכהייט.
אנטשולדיגט פאר מיין שפראך, אבער איך זע נישט קיין מער פאסיגע ווארט.
אוועיטער
איד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 963
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 1074

Re: טעות לעולם חוזר, מזל טוב ביידע סאטמאר'ס!

פאוסט דורך איד »

אין ב''פּ גייט מען שוין לאנג,
איז דאס נאך מימי רביה''ק?
(די זעלבע מיט חומש סעודה, וואס מ'מאכט אין ב''פּ, איז עס נאך מימי רביה''ק?)
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3598
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 19345

Re: טעות לעולם חוזר, מזל טוב ביידע סאטמאר'ס!

פאוסט דורך חלום חלמתי »

איד האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 12:12 am אין ב''פּ גייט מען שוין לאנג,

יא
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3598
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 19345

Re: טעות לעולם חוזר, מזל טוב ביידע סאטמאר'ס!

פאוסט דורך חלום חלמתי »

סטעישאן וועעגן האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2025 7:06 pm נאך 80 יאר, האבן שוין ביידע איינגעזעהן וואס כמעט יעדער האט געכאפט גלייך נאכן קריג.

מיידלעך מוזען גיין מיט יוניפארמס!

תתחדש!
נישט ביידע סאטמאר'ס נישט קיין יונופארמס, און נישט קיין אכציג יאר.

אה, אויך נישט קיין תתחדש מ'האלט שוין איבער א יאר אריין...
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1276
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1754

Re: טעות לעולם חוזר, מזל טוב ביידע סאטמאר'ס!

פאוסט דורך יאנטשי »

חלום חלמתי האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 12:15 am
איד האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 12:12 am אין ב''פּ גייט מען שוין לאנג,
איז דאס נאך מימי רביה''ק?
(די זעלבע מיט חומש סעודה, וואס מ'מאכט אין ב''פּ, איז עס נאך מימי רביה''ק?)
יא
רביה"ק בעל ברך משה.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2189
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6737

Re: טעות לעולם חוזר, מזל טוב ביידע סאטמאר'ס!

פאוסט דורך בודקע »

נישט קיין שום יוניפורמס, סתם א ליסטע באשטעטיגטע קליידער, נאטינג מאר.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2189
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6737

Re: טעות לעולם חוזר, מזל טוב ביידע סאטמאר'ס!

פאוסט דורך בודקע »

מיין מיינונג האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 12:09 am אן אריינגיין אין דיקוסיעס, (דערווייל...) א שארפע דיסלייק אויפן קעפל.
זאגן אויף אן הוראה פון הרה"ק מ'סאטמאר זי"ע "טעות לעולם חוזר" איז א פרעכהייט.
אנטשולדיגט פאר מיין שפראך, אבער איך זע נישט קיין מער פאסיגע ווארט.
בד"וו, שטארק מעגליך אז @סטעישאן וועעגן האט נישט געוואוסט אז ס'איז א הוראה פונעם רבי ז"ל, ממילא דארף מען טאקע נישט גיין שארף.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3386
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 10770

Re: טעות לעולם חוזר, מזל טוב ביידע סאטמאר'ס!

פאוסט דורך פופציגער »

סטופיד אומריכטיגע פרעכע קעפל.

נאריש.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
יצב
פרישער באניצער
פאוסטס: 74
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2025 11:14 am
x 87

Re: טעות לעולם חוזר, מזל טוב ביידע סאטמאר'ס!

פאוסט דורך יצב »

בודקע האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 12:40 am
מיין מיינונג האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 12:09 am אן אריינגיין אין דיקוסיעס, (דערווייל...) א שארפע דיסלייק אויפן קעפל.
זאגן אויף אן הוראה פון הרה"ק מ'סאטמאר זי"ע "טעות לעולם חוזר" איז א פרעכהייט.
אנטשולדיגט פאר מיין שפראך, אבער איך זע נישט קיין מער פאסיגע ווארט.
בד"וו, שטארק מעגליך אז @סטעישאן וועעגן האט נישט געוואוסט אז ס'איז א הוראה פונעם רבי ז"ל, ממילא דארף מען טאקע נישט גיין שארף.
לענ"ד א זאך וואס די רבי זי"ע האט נישט געזאגט ברבים, איז נישט קיין דאורייתא, אלעס איז געבויעט אויף מענטשן מיט אגענדעס, אסאך מאל לש"ש, האבן זיי נאכגעזאגט בשמו

חומש סעודות האב איך געהערט א קלארע מקור אז מ' האט נישט געמאכט, צוליב וואס די רבי זי"ע מיט די רעבעצין ע"ה האבן ל"ע נישט געהאט קינדער, במילא וואס מ דארף דארף מען, אבער מוסיף זיין האט נישט אויסגעפעילט

אינטערסאנט אז די איסור אויף א חומש סעודה איז היינט שוין נאר אין וומסב"ג ביי ביידע סאטמארס, איינער האט א הסבר דערויף?
אוועיטער
סטעישאן וועעגן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 215
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 4:54 pm
x 427

Re: טעות לעולם חוזר, מזל טוב ביידע סאטמאר'ס!

פאוסט דורך סטעישאן וועעגן »

יצב האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 9:56 am
בודקע האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 12:40 am
מיין מיינונג האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 12:09 am אן אריינגיין אין דיקוסיעס, (דערווייל...) א שארפע דיסלייק אויפן קעפל.
זאגן אויף אן הוראה פון הרה"ק מ'סאטמאר זי"ע "טעות לעולם חוזר" איז א פרעכהייט.
אנטשולדיגט פאר מיין שפראך, אבער איך זע נישט קיין מער פאסיגע ווארט.
בד"וו, שטארק מעגליך אז @סטעישאן וועעגן האט נישט געוואוסט אז ס'איז א הוראה פונעם רבי ז"ל, ממילא דארף מען טאקע נישט גיין שארף.

לענ"ד א זאך וואס די רבי זי"ע האט נישט געזאגט ברבים, איז נישט קיין דאורייתא, אלעס איז געבויעט אויף מענטשן מיט אגענדעס, אסאך מאל לש"ש, האבן זיי נאכגעזאגט בשמו

חומש סעודות האב איך געהערט א קלארע מקור אז מ' האט נישט געמאכט, צוליב וואס די רבי זי"ע מיט די רעבעצין ע"ה האבן ל"ע נישט געהאט קינדער, במילא וואס מ דארף דארף מען, אבער מוסיף זיין האט נישט אויסגעפעילט

אינטערסאנט אז די איסור אויף א חומש סעודה איז היינט שוין נאר אין וומסב"ג ביי ביידע סאטמארס, איינער האט א הסבר דערויף?
exactly
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1475
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4679

Re: טעות לעולם חוזר, מזל טוב ביידע סאטמאר'ס!

פאוסט דורך Think and Thank »

הייסט עס אז דער רבי האט בעצם געהאלטן אז מ'דארף גיין מיט יוניפארמס און ער האט נישט געהאט קיין אנונג אז אין זיינע מוסדות גייט מען נישט? אדער גאר האט ער בכלל נישט געוואוסט פון יוניפארמס צו זאגן?

יצב האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 9:56 am חומש סעודות האב איך געהערט א קלארע מקור אז מ' האט נישט געמאכט, צוליב וואס די רבי זי"ע מיט די רעבעצין ע"ה האבן ל"ע נישט געהאט קינדער, במילא וואס מ דארף דארף מען, אבער מוסיף זיין האט נישט אויסגעפעילט

מ'דארף זיין אן אויסטערלישער נאר צו גלייבן אזא 'קלארע מקור'. אנטשולדיגט פאר די שפראך אבער כ'האב נישט קיין בעסערע הגדרה.

אגב, איך האב נישט געהערט אז עס זאל זיין אן 'איסור' אויף חומש סעודות, נאר מען האט פלעין נישט געמאכט. אדרבה, אויב ווייסט איינער פון א קראנטע מקור זאל מען ביטע צוברענגען.
אוועיטער
מיין מיינונג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 125
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 1:29 pm
x 354

Re: טעות לעולם חוזר, מזל טוב ביידע סאטמאר'ס!

פאוסט דורך מיין מיינונג »

סטעישאן וועעגן האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 11:10 am
יצב האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 9:56 am
בודקע האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 12:40 am

בד"וו, שטארק מעגליך אז @סטעישאן וועעגן האט נישט געוואוסט אז ס'איז א הוראה פונעם רבי ז"ל, ממילא דארף מען טאקע נישט גיין שארף.

לענ"ד א זאך וואס די רבי זי"ע האט נישט געזאגט ברבים, איז נישט קיין דאורייתא, אלעס איז געבויעט אויף מענטשן מיט אגענדעס, אסאך מאל לש"ש, האבן זיי נאכגעזאגט בשמו

חומש סעודות האב איך געהערט א קלארע מקור אז מ' האט נישט געמאכט, צוליב וואס די רבי זי"ע מיט די רעבעצין ע"ה האבן ל"ע נישט געהאט קינדער, במילא וואס מ דארף דארף מען, אבער מוסיף זיין האט נישט אויסגעפעילט

אינטערסאנט אז די איסור אויף א חומש סעודה איז היינט שוין נאר אין וומסב"ג ביי ביידע סאטמארס, איינער האט א הסבר דערויף?
exactly
דו קענסט דיקוסירן אויב דער רבי האט דאס יא אדער נישט געזאגט, (קיין הוכחות אז נישט האסטו זיכער נישט...) אבער ארויסקומען מיט א דעקלעראציע אז "טעות לעום חוזר" ווען ס'איז אנגענומען און באקאנט אז דאס איז געווען אן הוראה פונעם רבי'ן איז א חוצפה.

און אנשטאט זיך פרובירן צו פארענטפערן, זיי מוחל ביטע און טויש דעם קעפל.
יצב
פרישער באניצער
פאוסטס: 74
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2025 11:14 am
x 87

Re: טעות לעולם חוזר, מזל טוב ביידע סאטמאר'ס!

פאוסט דורך יצב »

Think and Thank האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 2:09 pm הייסט עס אז דער רבי האט בעצם געהאלטן אז מ'דארף גיין מיט יוניפארמס און ער האט נישט געהאט קיין אנונג אז אין זיינע מוסדות גייט מען נישט? אדער גאר האט ער בכלל נישט געוואוסט פון יוניפארמס צו זאגן?

איך ווייס נישט וואס דער רבי האט געהאלטן, איך האב נישט געהערט פון אים אדער אין זיינע ספרים/מכתבים נישט לכאן און נישט לכאן, ווער עס האט נישט געוואלט איז באקאנט ואכמ"ל
יצב האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 9:56 am חומש סעודות האב איך געהערט א קלארע מקור אז מ' האט נישט געמאכט, צוליב וואס די רבי זי"ע מיט די רעבעצין ע"ה האבן ל"ע נישט געהאט קינדער, במילא וואס מ דארף דארף מען, אבער מוסיף זיין האט נישט אויסגעפעילט

מ'דארף זיין אן אויסטערלישער נאר צו גלייבן אזא 'קלארע מקור'. אנטשולדיגט פאר די שפראך אבער כ'האב נישט קיין בעסערע הגדרה.

מיינסט צו זאגן אז איינער האלט אנדערש פון דיר איז א נער, כהער

אגב, איך האב נישט געהערט אז עס זאל זיין אן 'איסור' אויף חומש סעודות, נאר מען האט פלעין נישט געמאכט. אדרבה, אויב ווייסט איינער פון א קראנטע מקור זאל מען ביטע צוברענגען.
פלעין נישט געמאכט, פארוואס האבן אלע קהלות פלעין יא געמאכט, פארוואס האט מען געהאט טענות אויפן ב"מ זי"ע אז ער האט געלאזט ב"פ פלעין מאכן, און ווען די פארפירערס האבן געפענט מוסדות אין ב"פ מאכן זיי אויך פלעין?

ווייסט גאנץ גוט אין סאטמאר איז נישט דא קיין פלעין, עס האט א סבה

מיין מיינונג האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 2:16 pm
סטעישאן וועעגן האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 11:10 am
יצב האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 9:56 am

לענ"ד א זאך וואס די רבי זי"ע האט נישט געזאגט ברבים, איז נישט קיין דאורייתא, אלעס איז געבויעט אויף מענטשן מיט אגענדעס, אסאך מאל לש"ש, האבן זיי נאכגעזאגט בשמו

חומש סעודות האב איך געהערט א קלארע מקור אז מ' האט נישט געמאכט, צוליב וואס די רבי זי"ע מיט די רעבעצין ע"ה האבן ל"ע נישט געהאט קינדער, במילא וואס מ דארף דארף מען, אבער מוסיף זיין האט נישט אויסגעפעילט

אינטערסאנט אז די איסור אויף א חומש סעודה איז היינט שוין נאר אין וומסב"ג ביי ביידע סאטמארס, איינער האט א הסבר דערויף?
exactly
דו קענסט דיקוסירן אויב דער רבי האט דאס יא אדער נישט געזאגט, (קיין הוכחות אז נישט האסטו זיכער נישט...) אבער ארויסקומען מיט א דעקלעראציע אז "טעות לעום חוזר" ווען ס'איז אנגענומען און באקאנט אז דאס איז געווען אן הוראה פונעם רבי'ן איז א חוצפה.

און אנשטאט זיך פרובירן צו פארענטפערן, זיי מוחל ביטע און טויש דעם קעפל.
אויב א זאך וואס איז אנגענומען אלס הוראה איז א חוצפה זאגן אנדערש, וואס איז שוין א זאך וואס די רבי האט געזאגט ברבים אין ישיבה אז בחורים זאלן נישט גיין אויף חתונות, וואס איז דאס? א בועט ברבו?
אוועיטער
מיין מיינונג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 125
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 1:29 pm
x 354

Re: טעות לעולם חוזר, מזל טוב ביידע סאטמאר'ס!

פאוסט דורך מיין מיינונג »

יצב האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 2:45 pm
מיין מיינונג האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 2:16 pm

דו קענסט דיקוסירן אויב דער רבי האט דאס יא אדער נישט געזאגט, (קיין הוכחות אז נישט האסטו זיכער נישט...) אבער ארויסקומען מיט א דעקלעראציע אז "טעות לעום חוזר" ווען ס'איז אנגענומען און באקאנט אז דאס איז געווען אן הוראה פונעם רבי'ן איז א חוצפה.

און אנשטאט זיך פרובירן צו פארענטפערן, זיי מוחל ביטע און טויש דעם קעפל.
אויב א זאך וואס איז אנגענומען אלס הוראה איז א חוצפה זאגן אנדערש, וואס איז שוין א זאך וואס די רבי האט געזאגט ברבים אין ישיבה אז בחורים זאלן נישט גיין אויף חתונות, וואס איז דאס? א בועט ברבו?
די חוצפה איז צו זאגן 'טעות לעולם חוזר' אויף אן הוראה פון א רבן של ישראל.

וועגן חתונות, אויב איינער וועט ארויסקומען זאגן אז 'טעות לעולם חוזר' און מ'מעג יא גיין איז ער לכאורה טאקע דאס.
אגב, ווי ווייט איך ווייס גייען די תלמידי המתיבתא אין ק"י טאקע נישט אויף חתונות.
אוועיטער
מיין מיינונג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 125
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 1:29 pm
x 354

Re: טעות לעולם חוזר, מזל טוב ביידע סאטמאר'ס!

פאוסט דורך מיין מיינונג »

יצב האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 2:43 pm

פלעין נישט געמאכט, פארוואס האבן אלע קהלות פלעין יא געמאכט, פארוואס האט מען געהאט טענות אויפן ב"מ זי"ע אז ער האט געלאזט ב"פ פלעין מאכן, און ווען די פארפירערס האבן געפענט מוסדות אין ב"פ מאכן זיי אויך פלעין?

ווייסט גאנץ גוט אין סאטמאר איז נישט דא קיין פלעין, עס האט א סבה
פארוואס האט מען געהאט טענות אויפן רבי'ן דער ברך משה אז מ'זינגט קה אכסוף, וכו' וכו'...
דאס אז מ'האט פארפירט אין געשריגן איז קיין ראי'.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1475
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4679

Re: טעות לעולם חוזר, מזל טוב ביידע סאטמאר'ס!

פאוסט דורך Think and Thank »

יצב האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 2:43 pm
Think and Thank האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 2:09 pm הייסט עס אז דער רבי האט בעצם געהאלטן אז מ'דארף גיין מיט יוניפארמס און ער האט נישט געהאט קיין אנונג אז אין זיינע מוסדות גייט מען נישט? אדער גאר האט ער בכלל נישט געוואוסט פון יוניפארמס צו זאגן?

איך ווייס נישט וואס דער רבי האט געהאלטן, איך האב נישט געהערט פון אים אדער אין זיינע ספרים/מכתבים נישט לכאן און נישט לכאן, ווער עס האט נישט געוואלט איז באקאנט ואכמ"ל
יצב האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 9:56 am חומש סעודות האב איך געהערט א קלארע מקור אז מ' האט נישט געמאכט, צוליב וואס די רבי זי"ע מיט די רעבעצין ע"ה האבן ל"ע נישט געהאט קינדער, במילא וואס מ דארף דארף מען, אבער מוסיף זיין האט נישט אויסגעפעילט

מ'דארף זיין אן אויסטערלישער נאר צו גלייבן אזא 'קלארע מקור'. אנטשולדיגט פאר די שפראך אבער כ'האב נישט קיין בעסערע הגדרה.

מיינסט צו זאגן אז איינער האלט אנדערש פון דיר איז א נער, כהער

אגב, איך האב נישט געהערט אז עס זאל זיין אן 'איסור' אויף חומש סעודות, נאר מען האט פלעין נישט געמאכט. אדרבה, אויב ווייסט איינער פון א קראנטע מקור זאל מען ביטע צוברענגען.
פלעין נישט געמאכט, פארוואס האבן אלע קהלות פלעין יא געמאכט, פארוואס האט מען געהאט טענות אויפן ב"מ זי"ע אז ער האט געלאזט ב"פ פלעין מאכן, און ווען די פארפירערס האבן געפענט מוסדות אין ב"פ מאכן זיי אויך פלעין?

ווייסט גאנץ גוט אין סאטמאר איז נישט דא קיין פלעין, עס האט א סבה

אפשר קענסטו מוחל זיין און ערקלערן פארוואס ביי יוניפארמס ווייסטו נישט וואס דער רבי האט געהאלטן משא"כ ביי חומש סעודות איז נישטא קיין פלעין?
שרייב פאוסט