דער מציאות איז אז אין די תק יארן איז נישט געווען קיין גרויסע גזירות ועכ"ז האט מען געשניקן די בערד און קליידער גאנץ ענדליך צום סביבה.צווייטער האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 17, 2025 12:12 pmנישט ריכטיג אז ביי חסידים וואלט מען געטון אנדערש, בשעת הגזירה זענען זאכן אנדערש. עס איז אייער אייגענע טעאריע וויאזוי איר פארשטייט עס.מסתמא האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 17, 2025 11:43 amאגב, דער חת”ס ברענגט ארויס בנוגע שניידן די בארד אז עס האט זיך אנגעהויבן פון די גזירות תתנ”ו אין וועלכע די אידן האבן נישט געוואלט צו שטארק בולט זיין און האבן פרובירט צו נישט זיין איבעריג מערקבאר און אנרייצן דעם גוי. אזא שפראך וואלט מען ביי אונז חסידים משוה געווען צו די רעפארמער וועלכע האבן זיך געוואלט בקום ועשה ’מדמה זיין און אויסמישן מיטן גוי’ ווערסוס די פרומע מסורה אין אונזערע מקומות פון נוצן א 'low profile' און נישט זיין ’איבעריג’ בולט. עס זענען צוויי אנדערע זאכן, דאס האט שוין איין לאנגע המשך פון אונזער זיידע יעקב’ס למא תתראו.
כ'ווייס אמת'דיג נישט ווי דאס קומט אריין דא, אבער וואס האט דאס מיט אונטערלאנד/גאליציע? דארטן זענען די הנהגות יא ערלויבט?מסתמא האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 17, 2025 11:43 am לויטן אויבערלענדער מסורה וואלט מען קיינמאל קיינמאל קיינמאל געטוישט זאונינג אין מאנסי מאנראו וכו’ וואו דער שכינות’דיגער גוי וואוינט אנדערש, מען וואלט זיכערגעמאכט אז אונז שטארן נישט ארויס מיט א ריזן פראמינענטע שכונת ויואל וואס שרייט אראפ צום 17 הייוועי דורכפארער ’מיר האבן אן אייגענער ווילידזש’, מען וואלט אלעס געטון לעגאל און געבויט דירות אבער אלעס לויט די ארומיגע גויאישע נארמע נישט צו זיין בולט און זיך ווארפן אין די אויגן פונעם גוי. עס איז אלעס איינס און די זעלבע נושא.
איך בין נישט דא אריינצוגיין אין א פרישע נושא אויב עס יא אדער נישט ערלויבט, אבער וואס האט דאס מיט מסורה צו טאן פארשטיי איך נישט.
בעצם שניידן די בארד איז א עקסטערע נושא וברור אז ס'איז געווען אסאך פלעצער בתקופת הראשונים וואו מ'האט געשניטן וידוע מדברי הטור הל' ראש השנה. ומדברי תוס' הרא"ש מס' הוריות מבואר שאהרן הכהן האט געשניטן די בארד. וכן אצל הספרדים איז געווען א געוואלד מיט פלעצער וואן מ'האט געשניטן די בארד נאך פאר השכלה ויש על זה תשובה ארוכה בשו"ת ארשות החיים להג"ר חיים עטייה במהדו"ח של ספרו. אינו באוצר החכמה. אפגערעדט אין איטאליע וואו ס'איז געווען מורה'דיג נפוץ מזמן קדמון. ביטע קוקן אויף די בילד פון ר' דוד ניטו פון לאנדאן און פון ר' משה חפץ פון איטאליע, ביידע בערך 300 יאר צוריק. אשכנז והסביבה האמיר שוין גערעדט פריער. סה"כ בלייבט איבער פולין אוקריינע און רוסלאנד וואו מ'האט נישט געשניטן פאר השכלה.
אבער באמת איז דאס א אנדערע נושא ואין כאן מקומו.