וויי וויי... כהאב געטראפן אין די ספר מנהגים פון הגאון ר’ עזריאל הילדעסהיימער’ס קהילה קהל עדת ישראל מורא’דיג שארף קעגן דאס טוישן די מנהגי ביהכנ”ס.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 6:11 pmמסתמא האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 10:01 pmב דער חת”ס חדש אסור מן התורה ברענגט ער דעם ערשטן אין די תשובות מאל בנוגע נייע חומרות (יא!!! הערסט גוט). דער חת”ס האט זיך מתנגד געווען צו חדשות אין יהדות, סיי לקולא און סיי לחומרא, ועל זה כתב חדש אסור מן התורה. קיין שייכות צו מאדערן אדער טעכנישע פארשריט. סאיז נישט קיין נושא בכלל.
דא שרייבט עס דער חת"ס אויפ'ן לייגן דעם באלעמער אויף מזרח. חדש אסור מן התורה.
און ער לויבט אויס דעם שואל פאר'ן "מוחה זיין בחזקת יד"... (דוגמת תלמידיו כרבי הילל מקאלאמייע...)
פארוואס? פאר א איסור דאורייתא? ניין, פאר א נייע מאדערענע מנהג פון די רעפארמער.
אויב וויל מען קלעבן מסורות געבויט אויף אזאלעכע סארט ראיות און הוכחות, קען מען דאך לייגן ר’ עזריאל זצ”ל בשיטת החת”ס ממש... כמיין אפילו מער, מסתמא איז ר’ עזריאל געוועזן א גרויסע לוחם אויף מאדע א שטייגער ווי די צדיקי גאליציע, והא ראיה קוק די שארפקייט פון זיין קהילה דורות שפעטער אויף די מנהגי ביהכנ”ס... אלא מאי, עס איז איבעריג צו זאגן אז צו מאכן גזירה שוה’ס און מה מצינו’ס פון מנהגי ישראל צו די גאליציאנע מלחמה קעגן סיי וועלכע ’מאדע’ אפילו ווען עס שמעקט נישט פון קיין ריח איסור (לשון החת”ס אויף די מאדע פון שניידן די בארד), אזא גזירה שוה ומה מצינו איז בשוגג אדער ברצון פשוט ווי געווארפן זאמד אין די אויגן. עס האט קיין שייכות נישט איינס צום צווייטן. הלכה מנהג ומסורת ישראל אינו ענין לכאן כלל וכלל.
אגב אינטערעסאנט אז די מנהגי קהל עדת ישראל איז ממש די זעלבע ווי מנהג אויבערלאנד