אויב איך מעג פרעגן, איז דאס געווען די סיבה פון דיין אנטלויפן אדער לכה"פ משפיע געווען אויף דיין באשלוס?מענדי קעניג האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 10, 2025 2:03 amווען כבין אוועק גיגאנגען פון לב טהור האט די ריש מתיבתא זיך אפגירעדט צו איינעם אז ער האט פארלוירן איינע פון זיינע ערנסטע מענטשןים התלמוד האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 5:41 pmברוכים הבאים צו הר"ר חיים צבי שליט"א מלפנים ספרא דדיינא דק"ק לב טהור בעיר בבל אשר במדינת גואטעמאלא,
אחדשה"ט, האב איך געוואלט פרעגן א כלליות'דיגע שאלה.
אזויווי יעדער אין לב טהור ווייסט, האט די רבי ז"ל מייסד געוועהן קהילת לב טהור מיט א מטרה צו אויפשטעלן א קהילה וואס וועט מקיים זיין גאנץ אידישקייט מיט אלע פרטים על דרך ישראל סבא מיט א ריינע אמונה וואס דאס רעכנט אריין התנגדות לציונות ולמדינתם הטמאה, דקדוק הלכה, צניעות, כשרות וכו' וכו' אלעס אן קיין פשרות און אן קיין חשבונות פון "היינטיגע צייטן" און צו די גאס האלט אז ס'איז נארמאל כידוע. אבער א חלק און מ'קען אפשר אפילו זאגן די עיקר חלק פון לב טהור איז געבויט אויף עבודה שבלב, דהיינו מצוות התלויות בלב, אהבה, יראה, דבקות אזויווי ס'ווערט אוסגעשמועסט אין אלע ספרים הקדושים.און די רבי ז"ל האט געהאלטן אז בעיקבתא דמשיחא קען א מענטש נישט דינען דער אייבערשטער מיט זיינע אייגענע כוחות, נאר ער ברויך האבן א באזונדערע הארה מלמעלה, און דאס איז מען זוכה נאר דורך עבודת ההתבוננות. און לכבוד דעם האט ער מחבר געוועהן זיין ספר אור הוי' און פארפאסט פארשידענע נוסחאות פון התבוננות אז ס'זאל זיין א דבר השווה לכל נפש, און אז דורך דעם זאל מען קענען צוקומען צו מקיים זיין אלע מצוות שבלב און צוקומען צו גרויסע הארות אין עבודת ה'. און לויט ווי מ'הערט איז די עבודת ההתבוננות למעשה געוועהן א שטארקע חלק פון לב טהור פאר'ן דאווענען און אינמיטן דאווענען וכו'.
איז מיין שאלה יעצט, קודם כל וויפיל פון די עולם האט באמת מיטגעהאלטן מיט אלע טיפע לימודים און באמת מתבונן געוועהן פאר שעות ארוכות (נישט סתם געקלאצט מיט פארמאכטע אויגן), און בעיקר, האט דער עולם געשפירט אז מ'איז באמת נתעלה דערפון און מ'קומט טאקע צו צו אהבה ויראה, מדרגות אדער הארות אין עבודת ה'?
נ.ב. איך אנטשולדיג זיך פאר אלע וואס עס באדערט זיי אז איך יומענייז לב טהור צו פיהל. איך האלט אז די מצוה פון באשמוצן לב טהור איז א מצוה שאפשר להיעשות ע"י אחרים וואס אסאך זענען מקיים בשלימות ובהידור רב און ס'פעלט נישט אויס מיין הילף.
ער האט זיך ממש נישט גערישט אויף דעם ער האט גימיינט אז כוועל זיך לאזן פון די סיסטעם פאר אייביג.
וואס כקען די זאגן באמת, אן קיין שום כעס און שנאה: אויב סדא אזא זאך פון יראה ואהבה מדריגות און הארה וכו איז עס זיכער נישט אין לב טהורס לימודים, הגם סאיז מיר אינטערעסאנט ווייל שלמה האט דאך גימאכט גאר א שיינע תמצית פון קבלה חסידות און מוסר סא אויב נישט ביי דעיע סארט לימודים איז ווי יא?
בקיצור סדא ווייניג מענטשן וואס האבן געטוהן אין דעיע לימודים מיט אזא תמימות און ערנסטקייט ווי איך, און דערווייל האבן זיי נישט אנגעקומען צו גארנישט.
ענדערש ארבעט אויף דיין מידות בין אדם לחברו מכבד זיין מעריך זיין א צווייטן, מוותר על מידותיו, זיך לערנען ווי אזוי אויסהערן און געבן א גוטע געפיהל פאר יענעם, גייסטו זיך קאנעקטן צו דיין מידות און פנמיות, און אזוי צו דיין נשמה און דוירך דעם אפשר צו די אייבערשטער וואס רוהט און דיר.
מיין מיינונג, פון זיכן גרויסע זאכן קומט מען נישט אן קיין ערגעץ.
די איינציגסטע זאך וואס איך האב יא גילערנט אויסער שלמהס ספרים איז גיווען תנ"ך. און די מוסר און חיזוק וואס די נביאים געבן אונז איז נאר אויף בין אדם לחברו.
לגבי די לימודי קבלה וואס מהאט גילערנט אין לב-טהור האלט איך אז דאס איז גיווען די טיר פאר אלע שלעכטע זאכן.
ענטפער נאר אויב דו ווילסט.