קרני פרה האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 08, 2025 10:15 pm
אסאך אסאך האט מען אין די לעצטע פאר טעג גערעדט, איבער די גיבורי כח, כלל ישראל'ס העלדן, וועלכע האבן געמאכט די דרייסטישע שריט, און ארומגעדרייט דעם דאשיק צו שטיין לימין עוז די עסקנים הדגולים שיחי', די קידוש ד' הילכעט, דער עולם איז פיל מיט האפענונג אז זיי זאלן מצליח זיין זיך אוועקצושטעלן כדבעי, זיי זאלן זיך פיין איינגלידערן צווישן היימישע אידן, און אנהויבן א נייע בלאט.
אסאך אסאך איז געזאגט געווארן איבער זייער מצב, דער עולם פרובירט אריין צו קריכן אין זייער וועלט, אין זייער מצב, פארשטיין וואס זיי גייען דורך, פארשטיין זייערע נפשיות'דיגע יסורים, דער עולם קומט אריין קלאר מיט חיזוק, מיט גוטע ווערטער, מיט עידוד ועצה ותשויה, מיט א גרויס ווארימקייט.
איצט, ווער געדענקט נאך די נחשונים? די מייסדי כנישתא חדא, און שפעטער אנהויב פון די שטורעמדיגע תקופה די וואס זענען פון די ערשטע ארויסגעגאנגען, די וואס האבן געבראכן די אייז און אויסגעטרעטן דעם וועג פאר אלע וואס זענען טאקע נאכגעקומען אין די קומענדיגע וואכן און חדשים, ביז מיר שטייען ווי מיר שטייען, תלי''ת.
איינער קלערט אז פילייכט זענען זיי נאכנישט מסודר? איינער קלערט אז עפעס פעלט זיי נאך?
ב''ה מיט הילף פון די אקטיווע איבערגעגעבענע עסקנים בכל מקומות מושבותיהן העלפט מען די אידן זיך אוועקשטעלן, און דאס הארץ צאפלט פאר פרייד זעענדיג ווי צוביסלעך צוביסלעך פארגעסן די אידן פון דעם שווערן עבר, זיי בויען זיך אויף פונדאסניי, און יעדער איינער זעט פאר א לעכטיגען עתיד.
ווער רעדט נאך ווען מען זעט די לעכטיגע קינדערליך, זיך שפילן זארגלאז, פיל מיט לעבהאפט, גייענדיג אין די הייליגע מוסדות התורה, עס שרייט זיך אויס א לויב צום אייבערשטען.
עס דארף טאקע דערמאנט ווערן, די אנשים על העדה כ''ק מרנן האדמו''רים שליט''א מסאטמאר, וועלכע זענען אנטקעגן געקומען די עסקנים און די יוצאים, און באאויפטראגט די מוסדות אשר תחת דגלם בכל מקום שהם אנצונעמען די טייערע קינדער, נאכן זען און איבערצייגט ווערן אז עס שטעקט נישט אין דעם קיין שום סכנה ח''ו, און אדרבה ואדרבה, די קינדער וועלן נאך מיט די צייט אנהויבן בליען און שיינען, און פיל פיל צוגעבן פאר די מוסדות.
אזוי איז דאס אין וויליאמסבורג, אזוי איז דאס אין בורו פארק, אזוי איז דאס אין קרית מלך רב קרית יואל, און אפי' אין די ווייטע בני ברק.
דוכט זיך מען האט אויסגעלאזט איין שטאט... מאנסי? יא מאנסי, וואס גייט פאר?
מען האלט שוין א שיינע פאר טאג אריין אין די סקול יאר, און 2 משפחות פון יוצאים זענען נאכנישט מסודר, און טאקע 2 משפחות וואס זענען שוין דא א לאנגע וויילע, און זענען ביידע פון די סאמע מסודר'דיגסטע משפחות, די עלטערן האבן ביידע דזשאב''ס און זענען גרייט צו צאלן געהעריג שכ''ל, זיי האבן שוין ביידע גענומען פריוואטע לערערינס צוצולערנען, זיי האבן שוין ביידע געשיקט די קינדער צו א מומחה (אויף די פארלאנג פון די הנהלה) וועלכע האט באשטעטיגט אז עס איז נישטא קיין שום חשש אנצונעמען די קינדער, די קינדער זענען שוין געווען אין דעי קעמפ אויף טריי או''ט, און קיין שום פראבלעם האט מען ביי זיי פאשטייט זיך נישט געטראפן.
ביידע פון זיי, רעדט מען פון עלטערן וועלכע געהערן פולשטענדיג צו דעם פלאץ און קהילה, לכל דבר וענין, און זיי פרובירן זיך אריינצוזעצן לשעה ולדורות.
די הנהלת המוסד אליינס זאגט אז זיי זעען נישט באמת קיין סיבה נישט אנצונעמען די קינדער, זיי האבן פשוט מורא פאר זייער נאמען.
מען דארף ארויסברענגען לשבח עטליכע אידן וועלכע האבן זיך אוועקגעגעבן דערויף בלו''נ, און געטוען כל מיני השתדלות'ער עס צו מסדר זיין, א שטייגער ווי ר' ישראל מרדכי ראזנבערג שיחי', ועדיין לא נושענו.
אלזא, מיר האבן נישט קיין טענות אויף קיינעם, אויב שפירן די חברי ההנהלה אז דער עולם וועט זיין ברוגז אז מען נעמט זיי אן, איז עס באמת א שווערע נסיון, אבער, תושבי אידטיש, וועלכע זענען ווארים פאר די זאך, און זיי פארדריסט פארקערט, אז מען לאזט די קינדער זיצן אינדערהיים, נאך וואס זיי האבן שוין אזויפיל געליטן, מען האט זיי שוין אזויפיל מאל פארהאסטידזשט, גולה אחר גולה גלתה, זיי זאלן ביטע לאזן הערן זייער מיינונג אז דאס איז וואס טוט זיי וויי.
און עס איז צום האפן, אז ווען די הנהלה וועט הערן ווי שטארק דער עולם קוקט אראפ אזאנע עקשנות'ער, און זיי וועלן פארשטיין אז דאס ברענגט זיי נישט קיין כבוד נאר דאס פארקערטע, וועלן זיי שנעל אראפקריכן פון בוים, און עס וועט זיין א ישועה פאר די טייערע משפחות.
מען זוכט נישט קיינעם צו באשמיצן דא, און ווי געזאגט, פארשטייען מיר די נסיון פון די נוגעים בדבר, מיר ווילן פשוט אז די א.ד. מעסידזש זאל דעליווערט ווערן, דער עולם וויל יא מען זאל אננעמען די קינדער, פינטל, און פארשטייט זיך אז אויכעט די איצטיגע שריט איז אויכעט נאר גענומען געווארן נאכ'ן אויסלויפן פון מיטלען.