כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
בערל דער פייפער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1329
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 2064

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

מענדי קעניג האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2025 10:15 pm
בערל דער פייפער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2025 10:02 pm @מענדי קעניג אז מען רעדט שוין ווען ביזטו מיט דיינע ברודער דוד צמח און די אנדערע ארויס פון לב טהור?

און ווען איז נחמן מלכה ארויס?
אפשר ווען ער איז נאך דארט וואלט מען נישט געוואוינט אין די אומשטענדן..,

איך מיין אז עס איז דא נאך אפאר משפחות וואס זענען ארויס חוץ פון מענדי און יואלי לעווי וואס די עולם האט מיטגעהאלטן, איז עס געווען א תקופה וואס איז געווען לויזער?
דוד איז ארויס בערך 13 יאר צוריק זייענדיג א בחור פון 15 יאר נאכן אריבער גיין 8 חדשים פייניגען פון יואל וויינגארטן.
נחמן איז ארויס בערך 6 יאר צוריק אביסל פאר די קינדנעפינג, נאך א האלבע יאר פייניגען דוירך יעקב נחום.
איך בין ארויס פסח צייט 3 אהאלב יאר צוריק
יישר כח פאר די ענפער,

ווי אזוי איז געווען מעגליך ארויסצוגיין?
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
אוועיטער
צייטווייליג
חבר המערכת
פאוסטס: 412
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
x 1156

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך צייטווייליג »

סענס אף יומער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2025 10:24 pm צוערשט שלום עליכם ידידינו האברך היקר ר' משה חיים צבי הי"ו.

מיר ווילן שטארק בעטן פונעם ציבור דא, אז דאס אז א מענטש קומט ארויס ברבים זאגן אז רבותי, אנשים אחים אנחנו, און ענק קענען מיך פרעגן וואס ענק ווילן, מיינט דאס נישט אז איד מיט א אידיש הארץ זאל גיין אויסניצן יענעמ'ס עניות און פרעגן כל מה שלבו חפץ. פארגעס נישט אז דו פרעגסט נישט די שאלה פון אן AI אינפארמאציע באט, דו פרעגסט דאס פון א איד מיט א משפחה, און א מענטשליך הארץ אין זיך. נעמט אין אכט, אז די אנדערע וואס זענען נאכנישט מיט אונז געהעריג, וועלן זיך מחי' זיין צו זעהן אז מען טרינקט יענעמ'ס בלוט, אלס א באווייז אז כלל ישראל איז נישט גרייט אויפצונעמען ווארעם די וואס טוען אריבערקומען צו די ערב רב.

בשם העסקנים:
ר' אברהם גרינהוט - ר' יואל יהושע העשיל בלום
100% גערעכט.

אויב איינער פון די יוצאים אדער פון די געוועזענע חברי הנהלה פילט געטראפן פון סיי וועלכע פאוסט ביטע מיך קאנטאקטן אין אישי (אדער סיי וועלכע אנדערע אחראי) און עס וועט ווערן געמעקט תיכף ומיד.

און מיר ווילן דא דערמאנען נאכאמאל די חשובע אידטיש שרייבער די זעלבסט פארשטענדליכע אז מען זאל שרייבן מיט די גרעסטע סענסיטיווקייט אזויווי דו וואלסט געוואלט אז מען זאל רעדן צו דיר און פון דיר. מה דעלך סני לחבריך לא תעביד.
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1526
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15216

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

שווערמער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2025 9:00 pm אז מ'סאגט שוין סודות, ווער האט למעשה אריינגעטראגן די בריוו אין שעלטער?
זיי האבן געליינט די בריוון אויף די גארד'ס פאון בגניבה.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
שמועות טובות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 407
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
x 1303

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמועות טובות »

► Show Spoiler
א חילול השם!
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1307
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1832

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יאנטשי »

על פי תורה האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2025 10:55 pm
שווערמער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2025 9:00 pm אז מ'סאגט שוין סודות, ווער האט למעשה אריינגעטראגן די בריוו אין שעלטער?
זיי האבן געליינט די בריוון אויף די גארד'ס פאון בגניבה.
אויך געליינט די אשכול דא? און פארוואס האט די גארד אנהייב נאר געהאט צוטריט צו אייוועלט און נישט אידטיש, ער האט משומר פילטער?
ממעמקים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 146
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 9:13 pm
Location: ברוקלין
x 641

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ממעמקים »

קרני פרה האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2025 9:54 pm
מענדי קעניג האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2025 5:23 pm
משה חיים צבי האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2025 2:51 pm א גוטן טייערע חברים אויף אידטיש.

מיין נאמען איז משה חיים צבי מלכא - מלפנים ספרא דדינא פון קהילת לב טהור, כעת אין גוואטומאלא סיטי, און אי"ה בקרוב אין ניו יארק.

איך מיין ענק ווייסן אז האב אסאך צו רעדן און צו שמועסן מיט מיינע אידישע ברודער, סיי דא, און סיי איבער די וועלט, ועוד חזון למועד אי"ה.

אבער נישט דאס איז מיין ציל מיטן עפענען אט דער ניק.

מיין יעצטיגע ציל מיטן עפענען דער ניק איז אזוי ווי איך ווייס אז עס זענען דא אסאך פראגן איבער לב טהור וואס מענטשן קענען באשטיין צו הערן פון מיר, סיי בכלליות, און סיי איבער דער לעצטער שטורעמישער יאר וואס איז אריבער, מען האט אסאך געהערט, גערעדט, דערציילט, און איך האב שטארק חשק צו קענען ענטפערן, און זיך אויסשמועסן, בסייעתא דשמיא.

דעריבער וויל איך אז מען זאל מיר קענען אפן פרעגן סיי וואס, און איך וועל פראבירן צו ענטפערן די פראגן אין א אינטערוויו וואס וועט בע"ה ערשיינען אין די נאנטע וואכן, און מעגליך אז איך וועל אויך ענטפערן טייל פראגן דא אויף אידיטיש, אויב עס וועט זיין שייך.

מען קען מיר פרעגן פראגן סיי דא ברבים, סיי אין אישי, און ווי געזאגט, דער גרעסטער טייל פון די פראגן וועל איך פראבירן צו ענטפערן בע"ה אינעם אפיציעלע אינטערוויו, און מיין ציל מיט דער ניק איז צו באקומען א אריינבליק איבער וואס דער עולם וויל הערן פון מיר.

איך וויל אבער יא זיין אויפריכטיג, פאר די תעולות פון דער ענין האט אויך איינער פון מיינע נאנטע ידידים פון ניו יארק - נישט פון לב טהור - ציטריט צו דער ניק, און ער וועט בע"ה ארבעטן אינאיינעם מיט מיר צו אדרעסירן די פראגן און קאמאנטארן.

ידידכם משה חיים צבי מלכא
א גוטן ברודער! שלום עליכם!

נאר איין שאלה וואס כהאב נאך קיינמאל פארשטאנען:
וואס האסטו געטוהן אין יעקב נחום'ס אופיס אינדרויסן פון בבל ביי די tienda la montana Aldea el Amatillo פאר איבער 2 חדשים???
וואסערע חידושים האסטו גילערנט וואסרע שימוש האסטו באקומען דארטן?
חחחחח
וואס חיים צבי האט געטון דארט ווייס איך נישט,
אבער דאס וואס דו האסט געטון דארט, דאס האב איך שוין געהערט...
נו אז דו ווייסט, און אויב מענדי לאזט, פארוואס מאכסטו סתם נייגעריג? דערצייל שוין
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1526
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15216

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

יאנטשי האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2025 11:07 pm
על פי תורה האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2025 10:55 pm
שווערמער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2025 9:00 pm אז מ'סאגט שוין סודות, ווער האט למעשה אריינגעטראגן די בריוו אין שעלטער?
זיי האבן געליינט די בריוון אויף די גארד'ס פאון בגניבה.
אויך געליינט די אשכול דא? און פארוואס האט די גארד אנהייב נאר געהאט צוטריט צו אייוועלט און נישט אידטיש, ער האט משומר פילטער?
סוף ימיהם האבן זיי אויך געהאט עקסעס צו אידטיש. מיר האבן זיי בשום אופן נישט געוואלט געבן עקסעס צו אידטיש וויבאלד דא האט מען דעמאלטס דן געווען צו זיי האבן שאנסן ארויסצוקומען אדער נישט וכדו' אזוי אויך אנדערע סענסעטיווע אינפארמאציע וועלעכע זיי האבן בשום אופן נישט געמעגט ליינען. אבער עד סאם פוינט האבן זיי עס אליין געטראפן...
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
מענדי קעניג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 196
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:23 pm
Location: NY
x 2831

כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מענדי קעניג »

וואס דען האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2025 10:18 pm די נייעס דא היינט אין קורצן איבער צו זאגן אין קווארטעל:
1. מרת ווינגארטן בעט אירע קינדער זאלן בלייבן ביז הוש"ר אין פאבליק סקול
2. משה חיים צבי איז אריין געקומען אויף אידיטש
3. מענדי קעניג שרייבט היסטוריה וואס ער האט מיט געהאלטן. גילויים וועגן תיקונים פון שלמה מיט מ"י.
4. אפאר מוסדות ווילן נישט דערווייל אנעמען יוצאי לב טהור
5. א יארצייט פון א גדול וואס 25% פון די 45 פארבליבענע זענען יוצ"ח
... ?
רבוש"ע
ממעמקים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 146
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 9:13 pm
Location: ברוקלין
x 641

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ממעמקים »

דער ל״ט עסקן פון וויליאמסבורג, ראזנער? דער גייט נאך אן? וואס איז זיין חלק עסקנות? בלום און גרינהוט האבן נישט קיין שטאף קעגן אים?
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3389
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 10788

כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פופציגער »

מענדי קעניג האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2025 8:46 pm איך האב שוין איינמאל געשריבן מיין מיינונג איבער דעם אבער ווי באלד סאיז גיווען ספציאל לגבי ר’ א. ג. האט מען עס אויסגימעקט.

לגבי די הנהלה אין לב טהור. עס צוטיילט זיך אין צוויי
די עלטרע דור וואס האבן אויףגיבויט די קהילה און ממשיך גיווען מיט די הנהגה במשך 20-25 יאר.
די נייע הנהלה פון יונגעלייט וואס האבן געפירט די לעצטע 5 יאר.

דעיע וואס זענען אויף גיוואקסן אין די דרויסנדיגע וועלט און געוויסט וואס מיינט יידישקייט וואס מיינט מענטשליכקייט און דערנאך אויס גיוועלט זיך צו מצטרף זיין צו שלמה העלבראנץ און גיווארן א חלק פון די הנהלה וואס דאס איז כולל: נחמן, משה יוסף רוזנער, מאיר רוזנער, און זייערע ווייבער, אהרן טעלער, אוריאל גולדמאן, יואל און יעקב נחום וויינגארטן, אלעזר רומפלער, דעיע אלע חברה האבן א אחריות אויף זייערע מעשים און די תוצאות. לויט מיינע וויסן האט קיין איינע פון זיי נישט גיווארן גיפייניגט אדער מחונך אין לב טהור זיי האבן גיהאט די בחירה זיך צו לאזן איינרעדן אדער נישט.

וואס איז גישעהן נאך שלמה איז גישטארבן און נחמן איז רבי גיווארן האט זיין בעסטע חבר יעקב נחום האבנדיג א אומבאגרעניצטע תאוות השררה אנגיהויבן ארבטען איבער צו נעמען די פולע קאנטראל.
זיין מהלך איך גיווען אנציהייבן שווער מאכן פאר די עלטרע הנהלה איינס ביי איינס, זיי בארעדן. און אלץ א חלק פון זייערע תיקון דארפן צוביסליך אויף געבן אויף זייערע פאזישן, און צוביסליך אריבער געפירט די מאכט אין יונגערע הענט וואס זיי זענען גיווען שמואל מאיר, חיים צבי, יואל רוזנער, יואל גאלדמאן, משה יהודה לייב, און פארשידענע אנדרע פאר געוויסע קוירצע צייטן וואס אויף זיי האט ער יא גיקענט האבן פולע קאנטראל.

יעצט דעיע עלטרע הנהלה האבן טאקע אריבער גיגאנגען שווערע צייטן אלץ א חלק פון די פראסעס פון זיי ארויס ריקן פון אמט. אבער איך פארגלייך זיי נישט צו די יונגע הנהלה זענען מחונך גיווארן אין די סיסטעם נישט האבענדיג א מעגליכקייט אין לעבן פון וויסן עפעס אנדערש און אפילו ווען זיי האבן גיווען אין מאכט האבן זיי שטענדיג גיהאט איבער זיי די "זקנים" (אלטע הנהלה בשם מכובד) וואס האבן גיהאט קאנטראל אויף די יונגע הנהלה און זייערע החלטות.

איך קום נישט דא בארעכטיגן אדער באשילדיגן קיינעם. איך פארצייל א מציאות וואס איז גוט צו נעמען אין באטראכט ווען אונז קוקן אן די יעצטיגע פרשה.

אין די חול המועד פאנאל פון הרב בלום האט ער געצילט קעגן די מענטשן וואס ער האט דעמאלטס געפירט א מערכה א קעגן, און נישט געצילט צו באשרייבן די מציאות כהווייתן
מענדי האט מסודר’דיגע פיילס אין קאפ. זייער קלאר.

בנוגע דיין לעצטע שורה וויל איך אויסקלארן עפעס וואס איך מיין ס’צייט דער ציבור זאל עס פארשטיין זייער זייער קלאר.

א מענטש אין לב טהור איז נישט געווען א בעל בחירה! ווי @משה חיים צבי האט געשריבן, ס’ארבעט אז יעדער דארף ווערן געפייניגט און פייניגן. (חוץ די גרינדער. זיי זענען שוין איינמאל בעלי בחירה).

דאס טייטש אז בעצם פארדינט יעדער אין לב טהור די זעלבע יא אדער נישט דעם ימח ש-וויזויהייסטעס טיטל, ציווילע טאטעס וואס האבן ערצויגן לב טהור קינדער צו אביוז, און הנהלה מיטגלידער צוגלייך.

איז אויב אזוי על מה יצא הקצף אויף @משה חיים צבי אז ער האט אזויפיל באקומען?... זייער פשוט. דא האט מען דאך געהאט א מיסיע צו ראטעווען די קינדער, און לצורך דעם מיסיע האט מען געדארפט אמאל גיין שארף - און היינט איז יעדער מודה אז מהאט גוט געטון. סא אז חיים צבי איז געווען דער גענעראל מצד לב טהור, האט מען געדארפט לייגן אויף אים די מאקסימום פרעשור! דערפאר האט מען ביי אים ספעציעל געעפנט זיינע פיילס, אפירגענומען זיין ראלע אין די הנהלה, און אויף אים אזוי שארף געלייגט דעם טיטל וואס יעדער אין לב טהור קען ווען באקומען - כל זמן מ’קומט נישט ארויס פון דארט.

געדענקטס אבער אז אפילו מיט דעם איז ער נישט געווען קיין בעל בחירה! ער האט זיך נישט אליינס געקרוינט אלס גענעראל! דאס איז געווען א באפעל פון די העכערע! נאר וואס דען, למעשה האט ער עס געטון, האט מען אים געדארפט אפשוואכן.

אבער יעצט, איז דער בילד פונקט פארקערט! טאקע אויף ארויסצוגיין פון א קולט דארף מען האבן דעם ציפ וואס זאל ארויסצווינגען, אבער למעשה, קוק עס אן, ער איז אינדרויסן, און ער העלפט די עסקנים אויף א גאר איבערגעגעבענעם פארנעם!! און איך וועל עס זאגן קלאר - טראץ וואס מ’קען נישט ערקלערן אלעס - אז ער העלפט ביז מסירת נפש!

דערפאר איז כלל ישראל אזוי אין שטיצע פון די געוועזענע חברי הנהלה!

-

א תמצית פאר די אלע וואס זעען דא "סתירות":

יא, ס’געווען עוולות.

יא, אלע געוועזענע חברי הנהלה זענען עס מודה.

זיי האבן נישט געהאט די בחירה, אבער למעשה האבן זיי עס געטון.

כל זמן זיי זענען דארט, שפייט מען זיי זייערע עוולות אין פנים.

די וואס שטערן מער דעם הייליגן מיסיע, כאפן אריין מער.

די רגע זיי קומען ארויס און זוכן אנצוהייבן א נייע לעבן פון ובחרת בחיים, ווערן די עוולות אויס רעלעוואנט (פאר אונז. קום נישט יעצט פרעגן צי זיי דארפן נישט איבערבעטן... דאס האט נישט מיט אונז).
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
יצחק טייכמאן
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 13, 2025 1:45 am
Location: New York
x 390

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יצחק טייכמאן »

אמע''כ טייערע יוצאי לב טהור תושבי ארה''ב.

טייערע עסקנים גרייטן זיך אפצורעכטן א שטיקל חלוקה מיוחד פאר יוצאי לב טהור וואו עס וועט פארטיילט ווערן עטליכע וויכטיגע צרכי החג (נישט צו הייבן די עקספעקטעישנס מען רעדט קלאר נישט פון קיין מאסיווע מאסן חלוקה, מען פראבירט עס צו אויסארבעטן אויף ווי מער).

אויב איר ווילט נהנה זיין דערפון ביטע שיקט אן אימעיל צו 2theshelter@Gmail.com
שרייבט אייער נאמען, וויפיל נפשות, און אויב איר עסט שוין פיש און פלייש.
מען קען זיך איינשרייבן ביז שבת הבעל''ט.
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2321
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 7662

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שינאווער »

בודקע האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2025 8:23 pm
משה חיים צבי האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2025 8:07 pm
על פי תורה האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2025 7:28 pm

איך וואלט געענפערט אנדערש.
לב טהור איז געווען א סיסטעם וואס האט ליידער געמאכט 'יעדן פייניגן יעדן' פינטל. יעדע יוצא לב טהור איז מסכים דערצו. כאטשיג פייניגן האט אסאך הגדרות האט אבער יעדער באיזה אופן ליידער געפייניגט א צווייטן. חוץ די 3 וויינגארטנס און שלמה העלבראנץ ובנו נחמן וואס זיי האבן בלויז געפייניגט אנדערע אבער נישט געהאט די זכי' צו ווערן געפייניגט.

ממילא איז נישט גערעכט צו דן זיין איינער וואס איז געווען אין די הנהלה. ווער קען דן מער מחמיר זיין ווי די 2 עסקנים ר' אברהם גרינהוט הי''ו און ר' יואל יושע העשיל בלום הי''ו וועלעכע די גאנצע וועלט האט מיטגעהאלטן ווי זיי האבן פארגאנגענעם דאנערשטאג געפירט א מלחמה כבידה מיט 2 עסקנים פון לב טהור, און די מינוט וואס די 2 האבן געמאלדן אז זיי פארלאזן לב טהור האט מען זיך געגעבן די הענט מיט די גרעסטע ליבשאפט און באמת זיך אינטערעסירט זיי צו העלפן מיט אלע כוחות. דאס קומט וויבאלד די מערכה איז פאר איין מינוט נישט געווען פערזענליך קעגן זיי צוליב טעם הנ''ל (אז יעדער האט געפייניגט יעדן וויבאלד דאס איז געווען די סיסטעם).

ממילא נישט נאר וואס זייערע קינדער מעג מען נישט מרחק זיין ח''ו נאר זיי אליין דארף מען שטארק מקרב זיין, און ספעציעל איינער וואס ווייסט אז מען באשולדיגט אים אין פייניגן אנדערע דארף נאך אסאך אסאך מער חיזוק ליבשאפט און אודאי ווערן אנגענומען אין יעדע קהילה און מוסד, וויבאלד ער האט נאך ליידער די מערסטע מיטגעמאכט דארט.

לייג עס אריין ביטע ביי דיין אינטערוויא מיט די מעלות אויסגאבע אדער סיי ווי די אינטערוויאו וועט ווערן געדריקט.
בראשי תיבות:
איינע פון די שטארקע יסודות פון א קולט איז אז יעדער איינער איז מוכרח צו ווערן געפייניקט / בעוול'ט / גע'רודפ'ט פון אנדערע. און יעדער איינער איז מוכרח צו פייניגען / רודפן / בעוול'נען די צווייטן.
ס'איז נישט א זאך וואס מקען טענה'ן אויף דעם, ס'איז א מציאות.
פארשטייט זיך אז די עכטע לידער'ס פון א קולט זענען אין א אנדערע גדר, אבער בכל אופן דאס איז די פאקט.
יעצט, ס'איז איז א לענגערע נושא מיט פרטית'דיגע הסברים, וואס דאס איז איינע פון זאכן וואס מיר האפן בעזה"י צו ארויף ברענגען ביים אינטערוויו.
כ'האף אז די מאגאזין (?) וואס וועט זוכה זיין צו די אינטערוויו וועט פרינטן 7 מאל מער ווי א רעגולער יום טוב...

איך בין פשוט אייביג פון די שפעטע אידן, סאוי כ'וויל זיכער מאכן אז ס'זאל בלייבן פאר מיר א שטיקל..
כהער...
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2252
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 7100

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בודקע »

אקעי, כ'האב נישט קיין פראבלעם אז מ'מעקט, אבער ווען מ'לייגט צוריק זאל מען עס צוריק לייגן אין א סדר.

א דאנק.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1307
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1832

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יאנטשי »

בודקע האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 12:24 am אקעי, כ'האב נישט קיין פראבלעם אז מ'מעקט, אבער ווען מ'לייגט צוריק זאל מען עס צוריק לייגן אין א סדר.

א דאנק.
די תגובות קענען נאר גיין אים א סדר, עס גייט לויט די טיימינג.
כבוד מלכים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 184
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:50 pm
x 717

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כבוד מלכים »

מענדי קעניג האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2025 6:55 pm
שטורעם האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2025 6:44 pm ארום די צייט פון די טראגעידיע פון חכמת שלמה האט זיך געדרייט א ניק בכמה מקומות און געפירקעלט מיט נייעס איבער וואס עס קומט פאר אין לב טהור, ווייסט מען היינט ווער דאס איז געוועהן?
ר שמואל פוקס טענהט אז ער ווייסט ווער איז חכמת שלמה. אבער ער האלט נישט ביים דערציילן
עס איז נאך היינט א סוד?
בשעתו האבן מיר שוין געוואוסט ווער דאס איז.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2252
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 7100

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בודקע »

כבוד מלכים האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 12:30 am
מענדי קעניג האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2025 6:55 pm
שטורעם האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2025 6:44 pm ארום די צייט פון די טראגעידיע פון חכמת שלמה האט זיך געדרייט א ניק בכמה מקומות און געפירקעלט מיט נייעס איבער וואס עס קומט פאר אין לב טהור, ווייסט מען היינט ווער דאס איז געוועהן?
ר שמואל פוקס טענהט אז ער ווייסט ווער איז חכמת שלמה. אבער ער האלט נישט ביים דערציילן
עס איז נאך היינט א סוד?
בשעתו האבן מיר שוין געוואוסט ווער דאס איז.
ווער?
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1526
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15216

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

מ'קען אנהייבן פון פריש, לאמיר פשוט איבערשרייבן:
עפעס הער איך וועגן אן איבערפאל אין קהילת לב טהור אין גווטמאלא?
שמועות אז מען האט ארויסגעראטעוועט אלע פרויען און קינדער און אויפגעלעזט די קולט?
איינער מיט מער אינפאו?
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אוועיטער
צייטווייליג
חבר המערכת
פאוסטס: 412
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
x 1156

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך צייטווייליג »

על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 12:35 am מ'קען אנהייבן פון פריש, לאמיר פשוט איבערשרייבן:
עפעס הער איך וועגן אן איבערפאל אין קהילת לב טהור אין גווטמאלא?
שמועות אז מען האט ארויסגעראטעוועט אלע פרויען און קינדער און אויפגעלעזט די קולט?
איינער מיט מער אינפאו?
:lol:

מלייגט אלעס צוריק.. האלט אן.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2252
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 7100

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בודקע »

צייטווייליג האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 12:37 am
על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 12:35 am מ'קען אנהייבן פון פריש, לאמיר פשוט איבערשרייבן:
עפעס הער איך וועגן אן איבערפאל אין קהילת לב טהור אין גווטמאלא?
שמועות אז מען האט ארויסגעראטעוועט אלע פרויען און קינדער און אויפגעלעזט די קולט?
איינער מיט מער אינפאו?
:lol:

מלייגט אלעס צוריק.. האלט אן.
מ'האט אלעס דווקא געמעקט? אדער נאר לשה"ר גייט אראפ?
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
שוהם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 309
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 11:27 pm
x 518

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שוהם »

על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 12:35 am מ'קען אנהייבן פון פריש, לאמיר פשוט איבערשרייבן:
עפעס הער איך וועגן אן איבערפאל אין קהילת לב טהור אין גווטמאלא?
שמועות אז מען האט ארויסגעראטעוועט אלע פרויען און קינדער און אויפגעלעזט די קולט?
איינער מיט מער אינפאו?

טזאלעגפארא ייצילאפ עגיטרא יד ךיז ןבאה טכאנרעדפיוא תבש םעד זא עלאמאטוג ןופ ןיירא ןעמוק ןעטכיראב עשיטאמארד
עלא טריטסערא ןוא ,רעדניק ןוא ןעיורפ 200 וצ בורק רעביא טעוועטארעגסיורא ןוא עללאמאטאוג ןיא טלוק רוהט בל יד ףיוא
.טלוק יד ןופ רעריפנא
יד ןופ רעדניק יד ןעמענ וצ קעווא טלייטרואעג טאה טכירעג עלאקאל א סאוו ךאנ ןעראוועג ןעמונעגרעטנוא זיא עיצארעפא יד
סאוו ןעגנוצעלראפ ןוא ןעגנוגינייפ עכילקערש יד רעביא טכירעג ןיא טלייצראפ ןעבאה ענעפאלטנא טלוק סאוו םעדכאנ הליהק
טגאז גנוריגער עגיטרא יד ,עיצקא יד ןיא ןעמונעג לייטנא ןעבאה ןגאלאכיספ ןוא ןטנאיצילאפ 400 רעביא .ראפ טראד ןעמוק
ןענעז סאוו רעדניק יד ןופ דיתע יד ראפ טנעמנרעוואג יליערזיא טימ טעבראנעמאזוצ יד ףיוא סיואראפ ןעקוק ייז זא
.(...וישע וצ ןבל ןופ) ןעראוועג טריפעגקעווא
יד רעביא ןעגנושראפסיוא ראפ טריפעגקעווא סאד ןוא ןעבארגאב םיפוג ןענופעג ןעצנאטסניא יד ןעבאה ערעדנא ןעשיווצ
.םוקמוא רעייז ןופ ןדנעטשמוא

קרעדיט @שמואל גפל
שמח האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 10:35 pm אויב האסטו נישט וואס צו ענטפערן קען דאס זעלבסט זיין דער ענטפער.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2252
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 7100

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בודקע »

שוהם האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 12:41 am

:lol: :lol: :lol:
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
צייטווייליג
חבר המערכת
פאוסטס: 412
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
x 1156

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך צייטווייליג »

איז אזוי, עס האט זיך געטון אינעם אחראי שטובל צו מען זאל אראפנעמען די היסטאריע צו נישט. עס איז קלאר אז פערזענליכע השמצות אויף די געוועזענע הנהלה מיטגלידער האט נישט קיין מקום אויף אונזער סייט. מצד שני, דא ליגט פארשריבן א געוואלד פון היסטאריע וואס מען קען נישט געבן אזא מעק אפ. דעריבער איז אונזער בקשה צו אייך ביטע באריכטן יעדע פאוסט וועלכע באשמוצט פערזענליך איינער פון די געוועזענע הנהלה מיטגלידער מיר ווילן לאזן דעם טעמע פאר ריין היסטאריע.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2252
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 7100

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בודקע »

צייטווייליג האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 12:43 am איז אזוי, עס האט זיך געטון אינעם אחראי שטובל צו מען זאל אראפנעמען די היסטאריע צו נישט. עס איז קלאר אז פערזענליכע השמצות אויף די געוועזענע הנהלה מיטגלידער האט נישט קיין מקום אויף אונזער סייט. מצד שני, דא ליגט פארשריבן א געוואלד פון היסטאריע וואס מען קען נישט געבן אזא מעק אפ. דעריבער איז אונזער בקשה צו אייך ביטע באריכטן יעדע פאוסט וועלכע באשמוצט פערזענליך איינער פון די געוועזענע הנהלה מיטגלידער מיר ווילן לאזן דעם טעמע פאר ריין היסטאריע.
א גרויסע שכח פאר די הנהלת אידטיש!!
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
שוהם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 309
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 11:27 pm
x 518

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שוהם »

צייטווייליג האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 12:43 am איז אזוי, עס האט זיך געטון אינעם אחראי שטובל צו מען זאל אראפנעמען די היסטאריע צו נישט. עס איז קלאר אז פערזענליכע השמצות אויף די געוועזענע הנהלה מיטגלידער האט נישט קיין מקום אויף אונזער סייט. מצד שני, דא ליגט פארשריבן א געוואלד פון היסטאריע וואס מען קען נישט געבן אזא מעק אפ. דעריבער איז אונזער בקשה צו אייך ביטע באריכטן יעדע פאוסט וועלכע באשמוצט פערזענליך איינער פון די געוועזענע הנהלה מיטגלידער מיר ווילן לאזן דעם טעמע פאר ריין היסטאריע.
זשאסט פאר די רעקארד פון דעם כולל יונגערמאן וואס לערנט נאך יעצט אין כיתה ו'; זייער אסאך זאכן און בפרט די נערעטיוו פון אסאך זאכן וואס ווערן דא געפארעמט האבן געהאט חשבונות און סיבות, נישט אלעס איז אמת און אסאך זאכן זענען שקרים. נישט יעדער שייגעץ דא איז טאקע א שייגעץ. ולפעמים להיפך יהא נר לרגלך.

בהצלחה
שמח האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 10:35 pm אויב האסטו נישט וואס צו ענטפערן קען דאס זעלבסט זיין דער ענטפער.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2252
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 7100

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בודקע »

@צייטווייליג , אויב איך מעג בעטן, אפי' נייעס וואס איז אפשר נישט 100% קראנט, נאר מ'האט עס געשריבן לטובת המערכה (ספין?) זאל מען אויך לאזן.

עקסעפטעט?
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
שרייב פאוסט