כ'האף אז די מאגאזין (?) וואס וועט זוכה זיין צו די אינטערוויו וועט פרינטן 7 מאל מער ווי א רעגולער יום טוב...משה חיים צבי האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 08, 2025 8:07 pmבראשי תיבות:על פי תורה האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 08, 2025 7:28 pmאיך וואלט געענפערט אנדערש.מענדי קעניג האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 08, 2025 7:12 pm
כווייס אז דו האסט גיפרעגט מיין עלטרע ברודער און נישט מיר. נאך אלץ וויל איך זאגן מיין מיינונג.
אויב העסקן ר אברהם גרינהוט האט גיגעבן א הויז ווי צי וואוינען פאר א באקאנטע געוועזענע לב טהור פירער ומשפחתו אפילו ווען ער האט אסאך אחריות אויף זיינע הענט אבער וויבאלד זיינע קינדערלעך זענען אומשולדיג, און די תורה זאגט אונז לא ימתו אבות על בנים ובנים על אבותם, מען שטראפט נישט קיין קינדער אויף די חטאים פון זייער עלטרען. קענען די מוסדות אויך אזוי זיך פירן
לב טהור איז געווען א סיסטעם וואס האט ליידער געמאכט 'יעדן פייניגן יעדן' פינטל. יעדע יוצא לב טהור איז מסכים דערצו. כאטשיג פייניגן האט אסאך הגדרות האט אבער יעדער באיזה אופן ליידער געפייניגט א צווייטן. חוץ די 3 וויינגארטנס און שלמה העלבראנץ ובנו נחמן וואס זיי האבן בלויז געפייניגט אנדערע אבער נישט געהאט די זכי' צו ווערן געפייניגט.
ממילא איז נישט גערעכט צו דן זיין איינער וואס איז געווען אין די הנהלה. ווער קען דן מער מחמיר זיין ווי די 2 עסקנים ר' אברהם גרינהוט הי''ו און ר' יואל יושע העשיל בלום הי''ו וועלעכע די גאנצע וועלט האט מיטגעהאלטן ווי זיי האבן פארגאנגענעם דאנערשטאג געפירט א מלחמה כבידה מיט 2 עסקנים פון לב טהור, און די מינוט וואס די 2 האבן געמאלדן אז זיי פארלאזן לב טהור האט מען זיך געגעבן די הענט מיט די גרעסטע ליבשאפט און באמת זיך אינטערעסירט זיי צו העלפן מיט אלע כוחות. דאס קומט וויבאלד די מערכה איז פאר איין מינוט נישט געווען פערזענליך קעגן זיי צוליב טעם הנ''ל (אז יעדער האט געפייניגט יעדן וויבאלד דאס איז געווען די סיסטעם).
ממילא נישט נאר וואס זייערע קינדער מעג מען נישט מרחק זיין ח''ו נאר זיי אליין דארף מען שטארק מקרב זיין, און ספעציעל איינער וואס ווייסט אז מען באשולדיגט אים אין פייניגן אנדערע דארף נאך אסאך אסאך מער חיזוק ליבשאפט און אודאי ווערן אנגענומען אין יעדע קהילה און מוסד, וויבאלד ער האט נאך ליידער די מערסטע מיטגעמאכט דארט.
לייג עס אריין ביטע ביי דיין אינטערוויא מיט די מעלות אויסגאבע אדער סיי ווי די אינטערוויאו וועט ווערן געדריקט.
איינע פון די שטארקע יסודות פון א קולט איז אז יעדער איינער איז מוכרח צו ווערן געפייניקט / בעוול'ט / גע'רודפ'ט פון אנדערע. און יעדער איינער איז מוכרח צו פייניגען / רודפן / בעוול'נען די צווייטן.
ס'איז נישט א זאך וואס מקען טענה'ן אויף דעם, ס'איז א מציאות.
פארשטייט זיך אז די עכטע לידער'ס פון א קולט זענען אין א אנדערע גדר, אבער בכל אופן דאס איז די פאקט.
יעצט, ס'איז איז א לענגערע נושא מיט פרטית'דיגע הסברים, וואס דאס איז איינע פון זאכן וואס מיר האפן בעזה"י צו ארויף ברענגען ביים אינטערוויו.
איך בין פשוט אייביג פון די שפעטע אידן, סאוי כ'וויל זיכער מאכן אז ס'זאל בלייבן פאר מיר א שטיקל..