גארילע האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 10, 2025 12:50 am
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 08, 2025 6:18 pm
ארי גרינפעלד האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 08, 2025 6:07 pm
ארבייטן מיט די וועד [-] איז אביסל קאמפליצירט אין נעמט אסאך כוחות
דא פעלט... [ווען מ'האט דוקא א צווייטע מהלך ווי זיי]
ווייל ס'איז דא עטליכע קאמפאניס אין די מעיקינג, מיט זערא קאמפליצירטקייט. די כשרות פארלאנגען זענען סימפל און קלאר.
נאר וואס, איך פארשטיי דיין פעשאן צו האבן מעכטיגע פאונס וואס זאל זיין כשר. ס'איז בכלל נישט אוועקצומאכן. זיי האבן פשוט א אנדערע בליק דערויף, לויט זייערע ידיעות, למשל קענען די מציאות ביי די בחורים, אא"וו.
נישט אזוי סימפל ווי די מאכסט עס די רולס זענען נישט אייביג די זעלבע ווענדט זיך אויף יעדע פאון אנדערש איך האב מיך געמוטשעט פאר א הכשר און זייער פראבלעם איז געווען אז ס'איז די זעלבע סייז ווי א קעט כאטש מ'האט געטוישט די גאנצע קאליר אינדרויסן און פון די באטאנס און געמאכט א נייע סאפטוועיר פון סקרעטש סא איי געס אז זיי זענען דן יעדע פאון לפי המצב
די ארץ ישראל'דיגע טעלעפאנען זענען אסאך ענליכער צום שיאומי ווי א מיינד פאון איז צו א סמארטפאון.
בעצם, איך פארשטיי באמת נישט דעם ארגומענט, יעדע סייז וואס ווערט "פארכאפט" ביי א נישט כשר'ע טעלעפאן איז פסול?
איינער האט דא פריער געשריבן אז ועד הקהילות וועט נאך מכשיר זיין עפפס, מיין מיינונג איז אז א שיטה וואס מאכט סענס וועט זיך נישט טוישן (עכ"פ נישט בקרוב), אבער צ.ב.ש. טאטש/סווייפ - וואס איז געווארן גע'אסר'ט ווייל מ'קען ווערן עדיקטעד צו די קאנטעקטס אדער ווייל ס'עפנט דעם מח צו א סמארטפאון און ענליכע הבלים - נעמט נישט לאנג און די רבנים באשליסן אז ס'איז סתם א שגעון פון געוויסע גליונות. און איך מיין אז די זעלבע וועט זיין מיט פאון סייז וכדומה וואס האט נישט קיין נארמאלן ביאור עפ"י שכל וועט נישט נעמען זייער לאנג און ס'וועט ווערן עפראווד ביים ועד.
אינצווישן ברענגט עס סתם אז ס'זאל זיין נאך און נאך סעלפאונס עפראווד ביי טע"ג און נישט עפראווד ביים ועד פאר נישט זייער פארשטענדליכע סיבות, און צוויי סעלפאונס האבן שוין לכבוד דעם ארויפגעלייגט עפפס.
____
אמרש ארי ווען איז דיין פאון ערווארטעט?
און אז דו פרעגסט מיר לייג דיך טאקע אריין אין א פליפ פאון פשוט פאר באקוועמליכקייט, ווען איך בין געווען אין א"י פאר א תקופה האב איך ממש פיינט געהאט די ארטיגע באר סעלפאונס.