ניק באישי האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 10, 2025 6:22 pm
טעמע: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
ק/פ
ס'איז כדאי זיך א רגע אפשטעלן און כאפן א בליק איבער דעם ליגעל ריז און לאנג יעריגע זאונינג לויער מר סטיוו בארשאוו,
איבער זיינע לעגאלע מהלכים וויאזוי ער באגייט זיך מיט זיין געניטע ערפארונג עקספערטיעז אין אחריות צום קעיס וואס איז נוגע פאר'ן חינוך תינוקות של בית רבן.
בראשאוו האט סאבמיטעט די פארלאפענע פרייטאג א ענטפער צו די סטעיט'ס פאפירן, די פאפירן זענען זייער פאצעריש און נישט פערסטישפול, ווען ער ענדיגט נאך צו אז ער האט נישט געהאט קיין צייט צו ענטפערן אויף אלעס,
און די ענטפער האט ער נישט אדרעסירט אלע טענות פון די סטעיט, נאר א חלק.
צושרייבנדיג אז ער ענטפערט נאר אויף די חלק וואס ער וויל די קאורט זאל דן זיין!
און ער זאגט דארט פאר די קאורט אז עס דארף שוין זיין גענוג פאר די קאורט צו דן זיין, מיט נאך פארשידענע אויסוועגן וואס ער שטעלט פאר פאר די קאורט, אויב אזוי דאן איז אזוי,..
פראבירנדיג צו דעקטיעיטן די קאורט, פארקערט פון די מהלך וואס יעדע ערפארענע אדוואקאט ווייסט אז מ'דארף זיך בעטן אדער פארשלאגן מיט רעספעקט, וואס יעדע פראפעשינעל אטורני ווייסט אז איינטיילן א קאורט וויאזוי זיך פירן אין דעקטירן, קען ברענגן די פשוטע רעאקציע פון נישט קוקן אויף דיין זייט בכלל..
דערצו,
די סטעיט האט אויך געפיילט מיט די טענות קעגן בארשאוו א פארלאנג פאר מאושען אוו סאמערי דזשאזמענט,
וואס מיינט אז די סטעיט בעט די קאורט זאל שוין אורטיילן בעיסט אויף די טענות יעצט, זאלן זיי נעמען א שטעלונג אין אורטיילן, אנשטאט גיין די הלוך ילך אהין און צוריק,
ווי עס ארבעט, דארף די אנדערע זייט, אין אונזער פאל בארשאוו, עס ענטפערן צו ער איז מסכים וכדומה, עס הייסט, קראוס סאמערי דזשאדשמענט, און דערנאך האט די סטעיט וואס זיי האבן עס געפיילט, די צייט צו ענטפערן דערויף, און מיט דעם האט די סטעיט די לעצטע ווארט אויף די מאושען,
מר. בארשאוו אנשטאט צו אפלייען פאר א קראוס סאמערי דזשאשמענט וואס איז די נארמאלע וועג,
האט ער געפיילט א פרישע מאושען אוו סאמערי דזשאדזשמענט, ווארשיינליך וועלנדיג פארלויפן די סטעיט, און ער זאל גאר האבן די לעצטע ווארט איבער די סאמערי דזשאזשמענט,
ביי די TRO הירינג האט די ריכטער געפרעגט ביידע צדדים בנוגע סקעדשולן א דאטום איבער פאפירן,
און ביידע האבן מסכים געווען אויף א סקעדושעל, און יעצט שטעלט זיך ארויס די אחריות און עקספערטיעז אז בארשאוו האט זיך ניטאמאל געקענט צוזאם נעמען צו ענטפערן אויף אלע טענות פון די סטעיט,
אין א פארלוירענע שריט, האט בארשאוו געריטש אוט צו די סטעיט אין געבעטן זיי זאלן מסכים זיין אים געבן נאך דרייסיג טעג צו ענטפערן אויף די טענות, פארשטייט זיך אז די סטעיט האט זיך אנטזאגט דערפון
אנע צופיל ברירות זעהנדיג אז ער איז נישט אנגעגרייט, האט ער זעלבסט געבעטן די קאורט זאל אים געבן מער צייט, וואס צייגט זייער נישט פראפעשינעל אין אחריות, נאכן קלאר אפמאכן א צייט פון ביידע צדדים, און מ'האלט זיך נישט דערצו.
(ווער עס געדענקט נאך די טענות ווי קען מען זיך פארלאזן אויף אזעלכע האקעלע נושאים אויף איין לויער...)
ס'איז אינטרעסאנט אנצומערקן, אז ביים TRO כדאי צו דערשרעקן די ריכטער אז די רעדע איז פון א העווי קעיס וואס איז דא אפי' א געוועזענע ריכטער דערויף,
איז אפיר געקומען איין טאג בעפאר די הירינג א לויער
א געוועזענע ריכטער, וועלכע האט געזאלט שיקן א מעסעדש פאר די קאורט אז מיר האבן א מאכטפולע טיעם.. זייענדיג ניטאמאל אנגרייט ווערנדיגע אסיינט צום קעיס א טאג בעפאר איז ער געזיצן ווי די האן ביי בני אדם נישט וואוסנדיג בחייכון וביומייכון, טראץ וואס ער האט פראבירט עפעס אריין ווארפן אינמיטן.
כלל ישראל האט ארויס געקוקט און געהאפט אז מ'וועט באקומען די גוטע דזשאדט ריכטערן ריבא, וואס איז אנהייב גלייך געווען אסיינט צום קעיס, ווען ביים פיילן די קלאגע האט מען געפיילט אז ס'איז רילעיטעט צום די פערלס קלאגע אין וועלכע ריבא איז געווען די ריכטער וועלנדיג באקומען ריבא, אבער איז שעפיטער מיט די שנעלע TRO און אלעס ארום האט די קאורט אוועק גענומען ריבא פונעם קעיס, וועלכע איז געשטאנען ליידיג אן א אסיינט ריכטער,
ווי קאמיש איז געווען צו זעהן ווען נאך א קיילעכיגע שעה וואס בארשאוו האט געפיילט אן אבדזשעקשן צום פערל'ס אמיקוס בריעף וואס האט ווי געצייגט קלאר פאר די קאורט אז בארשאוו חוש'ט צום וויפילטן מאל אין טראץ אנהייב זאגן אז ס'האט יא מיט פערל'ס, זאגט מען יעצט אז נישט, און די קעיס איז בכלל נישט רילעיטעט צו פערלס, האבן זיי גלייך דערויף נאך א לאנגע צייט וואס די קעיס האט נאכנישט געהאט די דזשאדזש, געגעבן א אנדערע ריכטער,
כלל ישראל האפט אין איז מתפלל אז די אומ-אחריות אין אומערפארענע שריט זאל נישט שאדן פארן חינוך הטהור,
חלק א' אויפן שפיץ גאפל, פאלגט נאך אין די קומענדיגע טעג נאך שטורעמישע אויפדעקונגען פון די אומ-עקספערטיעז - אחריות אויב עס וועט אויספעלן