אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
-
מיטב הגיון
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 377
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
- x 287
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
פערלס אמיקוס און יאפפעדס מאושען צו אינטערווינען זענען געווארן דינייד.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
ביטע מרחיב זיין פונקטליך וואס די פסק איז אלס געווען.
ישר כח פאר אלע נייעס ברענגער! חזקו ואמצו
-
מיטב הגיון
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 377
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
- x 287
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
צייכנט צו אפיעלס קאורט פסק אין די פערלס קעיס, ווי אויך די אייגענע ווערטער פון די סטעיט אין יענעם קעיס אין א פראוו צו פארוואסערן די אימפאקט פון די רעגולאציעס. וואס איז גאר שטארק גענוצט געווארן אין די קלאגע דורך די קלעגער.
- פיילס
-
- Screenshot 2025-09-04 105530.jpg (72.25 KiB) געזען געווארן 650 מאל
-
מיטב הגיון
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 377
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
- x 287
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
די חלק פון די ענדגילטיגע ארדערס.
- פיילס
-
- Screenshot 2025-09-04 110111.jpg (77.94 KiB) געזען געווארן 638 מאל
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
די אלטע רעגולאציעס ?מיטב הגיון האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 10:59 am צייכנט צו אפיעלס קאורט פסק אין די פערלס קעיס, ווי אויך די אייגענע ווערטער פון די סטעיט אין יענעם קעיס אין א פראוו צו פארוואסערן די אימפאקט פון די רעגולאציעס. וואס איז גאר שטארק גענוצט געווארן אין די קלאגע דורך די קלעגער.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 8496
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 20731
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
ישמחו השמים ותגל הארץ, חינוך ילדינו אינו הפקר!
יהדות ניו יארק גרייכט ערשטמאליגע טאטאלער געווינס אינעם געריכט!!!
צום ערשטן מאל האבן מוסדות התורה אין די יעצטיגע מינוט'ן גענצליך געווינען א פולקאמע קלאגע קעגן די סטעיט עדיוקעישן דעפארטמענט, די גוזרי גזירת החינוך אין ניו יארק, ווען דער ריכטער האט פולקאם אנגענומען די טענה פון די 3 גע'פסל'טע מוסדות התורה אז זיי זענען לעגאלע שולעס, צוליב די נייע געזעץ דורכגעפירט אין אלבאני אנהויב זומער, ברוב חסדי שמים!!!
דער ריכטער האט אנגענומען די טענה פון די דריי מוסדות דורך זייער פארשטייער דער לויער סטיוו בארשאוו, אז דאס וואס די סטעיט האט פרובירט צו אינטערמינעווען די אפעקט פון די נייע געזעץ, און געוואלט זאגן אז ס'טוט נישט אפעקטירן לטובה די מוסדות וועלכע זענען שוין באצייכנט געווארן אלס אומלעגאל, איז געווען א אומגעזעצליכע טריק פון די סטעיט עדיוקעישן דעפארטמענט, און די 3 מוסדות זענען פולקאם לעגאל צוליב וואס דער געזעץ איז געווארן אויסגעשטעלט עס זאל דוקא יא קלאר אריינרעכענען אויך די גע'פסל'טע מוסדות.
אין צוגאב שרייבט דער ריכטער אז - אנדערש ווי די סטעיט האט געוואלט טענה'ן אז דער נייער געזעץ טוישט נישט גארנישט נאר עס גיט בלויז נאך א פעטוועי - דער נייער געזעץ טוט ווירקליך "טוישן די גאנצע צוגאנג צו סובסטענשאל עקוויווילענסי!".
דערביי האט דער ריכטער ארויסגעשליידערט אלע אמיקוס בריוון וועלכע האבן געזאלט פארקריפלען די פראצעדור, סיי פון פערלס מיט תורה ומסורה און סיי פון די רשעים פון יאפעד.
חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו!!!
כלל ישראל איז מתפלל "עד הנה עזרונו רחמיך, ולא עזבוני חסדיך!" יעצט ווען מען זעט שוין אז די שלוחי כלל ישראל גייען אויפ'ן דרך צלחה, זאל מען ווייטער האבן סייעתא דשמיא, סיי מיט אן אפיעלס קלאגע פון די סטעיט וואס איז ערווארטעט, און סיי מיט די ווייטערדיגע פראצעדורן פון רעגולירן דעם נייעם געזעץ ווען די סטעיט וועט זיכער פרובירן ווייטער צו אנהאלטן זייער גזירה בכל הכח און עס וועט אויספעלן ווייטערדיגע שריט און פיל סיעתא דשמיא צו קענען גענצליך באזיגן די גוזרי הגזירה פונעם ביטערן גזירת החינוך אויף ילדי ישראל אין ניו יארק ביז צום לעצטן שטאפל פון הלכה למעשה, וואס קען נאך קאסטן אסאך בלוט און שווייס פאר די ערליכע געטרייע עסקנים.

וואס איז זייער סיבה פארן עס אפווארפן?מיטב הגיון האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 10:52 am פערלס אמיקוס און יאפפעדס מאושען צו אינטערווינען זענען געווארן דינייד.
-
מיטב הגיון
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 377
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
- x 287
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
אויף יאפפעד שרייבן זיי ספעציפיש, אויף פערלס נישט.קרישקע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 11:24 amוואס איז זייער סיבה פארן עס אפווארפן?מיטב הגיון האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 10:52 am פערלס אמיקוס און יאפפעדס מאושען צו אינטערווינען זענען געווארן דינייד.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
וואס שרייבן זיי?מיטב הגיון האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 11:25 amאויף יאפפעד שרייבן זיי ספעציפיש, אויף פערלס נישט.קרישקע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 11:24 amוואס איז זייער סיבה פארן עס אפווארפן?מיטב הגיון האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 10:52 am פערלס אמיקוס און יאפפעדס מאושען צו אינטערווינען זענען געווארן דינייד.
-
מיטב הגיון
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 377
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
- x 287
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
- פיילס
-
- Screenshot 2025-09-04 113220.jpg (37.16 KiB) געזען געווארן 543 מאל
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
פערלס האט נאכאמאל געזיגט!...
- פיילס
-
- Screenshot_20250904_113137_WhatsApp.jpg (272.3 KiB) געזען געווארן 542 מאל
-
מיטב הגיון
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 377
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
- x 287
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
זיי ברענגען נישט די אנדערע האלב, ווייל יענס איז זיך קלאר סותר אז עס זאל עפעס האבן מיט די פערלס קלאגע, במילא ווילן זיי עס נישט ברענגען...
איינער האט שוין געברענגט דא פריער די גאנצע.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 8496
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 20731
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
ברוך השם גאר א גוטע אורטייל
לענגערע איבערזיכט וועט האפנטליך נאכפאלגן בעז"ה
לענגערע איבערזיכט וועט האפנטליך נאכפאלגן בעז"ה
-
מיטב הגיון
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 377
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
- x 287
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
לגבי די ליגנערישע פורים תורה, אז כאילו די סטעיט האט גע'טענה'ט אז עס איז בלויז נאך א פעטוועי און טוט נישט טוישן דעם צוגאנג צו סובסטענשאל עקוויוועלענט, (א זאך וואס הייבט נישט אהן צו זיין אמת, און בארשאוו האלט דאס אין איין אנצייכענען אין זיינע רעפליי פאפירן), און זאגאר באשולדיגט פערלס מיט נעמען די זעלבע צוגאנג, באזירט אז זיי באציעהן זיך צו די נייע געזעץ אויך מיט די ווארט פעטוועי...
אט האט איר דעם אורטייל:
אט האט איר דעם אורטייל:
- פיילס
-
- Screenshot 2025-09-04 113847.jpg (149.23 KiB) געזען געווארן 410 מאל
-
זאלמעלע באלד
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 35
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 17, 2024 2:14 pm
- x 32
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
יאפעד איז בעצם די יסוד פון דעם קלאגע, ממילא קענען זיי פאוסטן מיט רעכט אז ס'האט מיט זיי, ס'האט שוין איינמאל מיט זיי... אבער פערלס?!דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 11:51 amכ'ווייס נישט וואו די אידישע מדת הבושה איז פארשוואונדן געווארן.
באלד גייט יאפעד פאוסטן אז די פסק איז זייער קרעדיט ווייל זיי ווערן דערמאנט דארט בפירוש בלא בלא.
Screenshot 2025-09-04 114946.jpg
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
היינט 10:00 אינדערפרי האט בארשאוו געשריבן א בריוו צום געריכט אז יאפפעד'ס מאושען איז נישט גוט - און ער זאגט אז אויך די סטעיט לאיער האט דאס אים מודה געווען און געגעבן רשות צו זאגן אין איר נאמען פארן געריכט.
די אורטייל איז אבער שוין געשריבן געווארן נעכטן (לויט די דאטום אויפן אורטייל)
די אורטייל איז אבער שוין געשריבן געווארן נעכטן (לויט די דאטום אויפן אורטייל)
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
@מיטב הגיון א דאנק פארן ענדליך זאגן "וואס" מיינע פורים תורה'ס זענען, אזוי ווייס איך כאטש אויף וואס איך דארף ענטפערן.
איך פלאן נישט אז עס זאל דויערן א וואך ביז איך זאג דיר אויס וואס איז נישט ריכטיג פון וואס האסט געשריבן.
איך פלאן נישט אז עס זאל דויערן א וואך ביז איך זאג דיר אויס וואס איז נישט ריכטיג פון וואס האסט געשריבן.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 8496
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 20731
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
וואס איז דאס ווארפן זאמד?מיטב הגיון האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 11:53 am לגבי די ליגנערישע פורים תורה, אז כאילו די סטעיט האט גע'טענה'ט אז עס איז בלויז נאך א פעטוועי און טוט נישט טוישן דעם צוגאנג צו סובסטענשאל עקוויוועלענט, (א זאך וואס הייבט נישט אהן צו זיין אמת, און בארשאוו האלט דאס אין איין אנצייכענען אין זיינע רעפליי פאפירן), און זאגאר באשולדיגט פערלס מיט נעמען די זעלבע צוגאנג, באזירט אז זיי באציעהן זיך צו די נייע געזעץ אויך מיט די ווארט פעטוועי...
אט האט איר דעם אורטייל:
די שטיקלעך וואס די ברענגסט איז פון די "BACKGROUND" פאראגראפן, נישט די "אפטייטש" ANALYSIS.
אויב ס'איז דיר נישט שווער ליין אביסל ווייטער... דעם ריכטער'ס אנאליז...
ס'זאל דיר נישט אנקומען שווער האסטו דא אן אויסצוג: דער נייער געזעץ האט געטוישט די באדייט פון סובסטענשל עקוויווילענסי!
דאס האט די סטעיט געוואלט אויסמיידן. און דאס האט אבי שיק נישט געוואלט כאפן. און, ב"ה מ'האלט דא!!!
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
ער שרייבט אויך שפעטער קלארער אז עס איז גענצליך א נייע סיסטעםדער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 12:01 pmוואס איז דאס ווארפן זאמד?מיטב הגיון האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 11:53 am לגבי די ליגנערישע פורים תורה, אז כאילו די סטעיט האט גע'טענה'ט אז עס איז בלויז נאך א פעטוועי און טוט נישט טוישן דעם צוגאנג צו סובסטענשאל עקוויוועלענט, (א זאך וואס הייבט נישט אהן צו זיין אמת, און בארשאוו האלט דאס אין איין אנצייכענען אין זיינע רעפליי פאפירן), און זאגאר באשולדיגט פערלס מיט נעמען די זעלבע צוגאנג, באזירט אז זיי באציעהן זיך צו די נייע געזעץ אויך מיט די ווארט פעטוועי...
אט האט איר דעם אורטייל:
די שטיקלעך וואס די ברענגסט איז די "BACKROUND", נישט די "אפטייטש" ANALYSIS.
אויב ס'איז דיר נישט שווער ליין דעם ריכטער אנאליז...
ס'זאל דיר נישט אנקומען שווער האסטו דא אן אויסצוג: דער נייער געזעץ האט געטוישט די באדייט פון סובסטענשל עקוויווילענסי!
דאס האט די סטעיט געוואלט אויסמיידן. און דאס האט אבי שיק נישט געוואלט כאפן. און, ב"ה מ'האלט דא!!!
Screenshot 2025-09-04 115803.jpg
-
מיטב הגיון
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 377
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
- x 287
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
אויב די אלע אויסגעזויגענע טענות פארוואס די פערלס ארגומענטן זענען אנדערש אדער זיך סותר מיט די אריגענעלע קלעגער טענות האבן עפעס א האפט, האט פערלס גאר "געראטעוועט" די קלאגע, זעהנענדיג ווי די געריכט באנוצט זיך אויך ממש נאר מיט די לשונות וואס זענען זיך סותר מיט די אריגענעלע קלעגער טענות...
אבער דער אמת איז לא מיני' ולא מקצתי'. דאס איז פרי דמיונם פון די צרי עין צו באקומען אין געריכט דאס וואס אלע אנדערע מוסדות האבן באקומען אהן א געריכט...
אבער דער אמת איז לא מיני' ולא מקצתי'. דאס איז פרי דמיונם פון די צרי עין צו באקומען אין געריכט דאס וואס אלע אנדערע מוסדות האבן באקומען אהן א געריכט...
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
גראדע זע איך אז לויטן דאטום אויך בארשאוו'ס בריוו האט ער עס שוין געגעבן צוויי טעג צוריק, ווארשיינליך דורך אימעיל, ווייל דער ריכטער ציטירט עס אינעם אורטייל.פ. לאקס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 11:57 am היינט 10:00 אינדערפרי האט בארשאוו געשריבן א בריוו צום געריכט אז יאפפעד'ס מאושען איז נישט גוט - און ער זאגט אז אויך די סטעיט לאיער האט דאס אים מודה געווען און געגעבן רשות צו זאגן אין איר נאמען פארן געריכט.
די אורטייל איז אבער שוין געשריבן געווארן נעכטן (לויט די דאטום אויפן אורטייל)
-
מיטב הגיון
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 377
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
- x 287
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
די סטעיטס טענה איז קיינמאל נישט געווען אז עס האט נישט געטוישט...
און פערלס אוודאי נישט.
די סטעיטס טענה איז געווען אז עס האט נאר געטוישט פאר סקולס, און איינער וואס איז שוין נישט קיין סקול איז נישט נכלל אין דעם.