גיוס בני ישיבות

נייעס אין אונזער קווארטאל
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 534
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 843

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך תורה ויראה »

גרינגראז האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 1:24 am
Think and Thank האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 1:20 am
שוהם האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 1:10 am

אהא, און אויב בנות מלך האט נישט קיין קארעספאנדענט דא איז קלאר אז זיי באקומען נישט.

#

און אפילו אויב זיי באשטעטיגן יא, זייט ווען האט איינער אויסער ר' שמעון שישא די אויטאריטעט צו באשטעטיגן סיי וואס בנוגע גיוס?
איך האב געשריבן וועגן שמעון שישא כדי ארויסצוברענגען אז די נידון דא איז נישט איבער בנות מלך, די נידון איז איבער וואו קרן ויואל משה שיקט די $300.

(און יעדער קען באשטעטיגן וואס ער וויל, שמעון שישא האט פשוט א נאמנות ביי מיר מענטשן זייענדיג פון די גרעסטע עסקנים אנבאלאנגט גיוס, און נישט אומזיסט האט בנות מלך גענומען א המלצה/הסכמה ברייט פון ר' שמעון)
בנות מלך באקומט נישט פון קרן ויואל משה צוליב דעם וואס ס'איז נישטא גענוג געלט,
בנות מלך האט גענומען א המלצה פון ר' שמעון שישא כדי צו קענען גיין נאך געלט ביי קהילת מהר"א.
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 534
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 843

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך תורה ויראה »

[
► Show Spoiler
קרן ויואל משה שיקט די געלט צו די זעלבע פלעצער וואו די וואס געבן געלט פאר קרן ויואל משה האבן געגעבן געלט פאר די גרינדונג פון קרן ויואל משה האט צאמגענומען די פאנדרעיזינג אין איין אפיס. טייל פון די געלט גייט פאר הפגנות, טייל גייט פאר אויפקלערונג מאטריאל, טייל גייט פאר לעגאלע הילף פאר בחורים וואס האבן זיך פארפלאנטערט, טייל גייט פאר מענטשן וואס שטייען ביים לשכת הגיוס ארויסצוהעלפן מיט עדווייס, טייל גייט ארויסצוהעלפן חתנים וואס קענען נישט ארויסקומען פון א"י נאך געלט פאר זייער חתונה צוליב'ן אויספאלגן די פסק פון בית דין זיך נישט צו שטעלן, וכן הלאה.

דרך אגב, אין תשע"ח אדער תשע"ט האט מרכז ההצלה, איינס פון די טראפן אונטער די שירעם פון קרן ויואל משה, אריינגעטראגן א לעגאלע טענה צום בג"ץ וואס לויט דעם קען די מיליטער נישט מגייס זיין בחורים וואס האבן זיך נישט געשטעלט צום לשכת הגיוס און די מיליטער האט גארנישט געטון פאר צוויי יאר. די בג"ץ האט אפגעווארפן די מדינה'ס ביטע ארויסצואווארפן דעם פארלאנג, און אזוי האבן אלע בחורים וואס פאלן אריין אין די קאטעגאריע געהאט א צייטווייליגע הצלה פאר צוויי יאר(!) ביז מען האט דורכגעפירט דעם פרישן גיוס געזעץ אין 2020.
[/quote]
כ'מיין דעיס איז נישט גערעכט, דעיס איז א עקסטערע קופת מלביש ישע וואס געבט שטרייימלעך מיט הילף פאר חתנים גבורי החיל, האט גארנישט מיט קרן ויואל משה, אויף די מלביש ישע איז דא א בריוו פון רבנים פון אסאך קהלות הקודש ובתוכם הגאון בעל אגלי דבש שליט"א דומ"ץ קרית יואל
געזאנג
פרישער באניצער
פאוסטס: 36
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 24, 2025 7:53 pm
x 7

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך געזאנג »

תורה ויראה האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 10:31 am
גרינגראז האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 1:24 am
Think and Thank האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 1:20 am

און אפילו אויב זיי באשטעטיגן יא, זייט ווען האט איינער אויסער ר' שמעון שישא די אויטאריטעט צו באשטעטיגן סיי וואס בנוגע גיוס?
איך האב געשריבן וועגן שמעון שישא כדי ארויסצוברענגען אז די נידון דא איז נישט איבער בנות מלך, די נידון איז איבער וואו קרן ויואל משה שיקט די $300.

(און יעדער קען באשטעטיגן וואס ער וויל, שמעון שישא האט פשוט א נאמנות ביי מיר מענטשן זייענדיג פון די גרעסטע עסקנים אנבאלאנגט גיוס, און נישט אומזיסט האט בנות מלך גענומען א המלצה/הסכמה ברייט פון ר' שמעון)
בנות מלך באקומט נישט פון קרן ויואל משה צוליב דעם וואס ס'איז נישטא גענוג געלט,
בנות מלך האט גענומען א המלצה פון ר' שמעון שישא כדי צו קענען גיין נאך געלט ביי קהילת מהר"א.
כ‘מיין זיי זענען דערווייל די איינציגסטע וואס האבן די לעצטע פאר יאר א טשערידי קאמפיין 1 מאל א יאר פאר זייערע פעולות
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4807
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6478

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך שמח »

Think and Thank האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 8:55 am
שמח האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 8:16 am @Think and Thank

גאנץ קלאר.

און יעצט נאך איין פראגע.

דער איבערפאל אויפן אפיס, מיט וואספארא טענה איז געווען דער איבערפאל? אויפן העלפן בחורים?!

ניין, די איבערפאל איז געווען מיט די תירוץ אז די דארטיגע עסקנים העצן צו גוואלדטאטן קעגן די פאליציי. די פאליציי האט געוואלט פארלענגערן די ארעסט (כנהוג אין די מדינת סדום, בפרט ווען זיי ווייסן אז די קלאגעס קלעבן נישט און ביים טרייעל וועט עס ווערן ארויסגעווארפן), אבער דער ריכטער האט גע'פסק'נט אז היות די איינציגסטע(!) באווייז וואס די פאליציי האט צוגעשטעלט איז אז די פיר עסקנים זענען געווען צווישן די אנוועזנדע אויפ'ן סצענע ווען איינער האט עפעס געווארפן אויף די פאליציי, איז פשט אז זיי האבן נישט די מינדעסטע עכטע באווייז און ס'נישטא קיין שום סיבה זיי צו האלטן אין ארעסט.

(אין אנדערע ווערטער, די איבערפאל איז געווען מיט'ן ציל צו טעראריזירן די עסקנים, און כדי צו קענען טון אזאנס אין די כלומר'שט-דעמאקראטישע מדינה האט מען אויפגעבאקן א באשולדיגונג.)
אה.

זייער פראבלעם איז געווען דאס אויפרייצן צו שטעלן א ווידערשטאנד קעגן פאליציי, אבער רוים עצם העלפן בחורים איז דא א חשש זיי זאלן עפעס טון?

צווישן פיר אויגן... זענען נישט די עסקנים די וועלכע שטיצן טאקע די סארט גוואלדאטן?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8498
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20750

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

Think and Thank האט געשריבן: מוצש"ק אוגוסט 30, 2025 11:58 pm
שמח האט געשריבן: מוצש"ק אוגוסט 30, 2025 10:25 pm
גרינגראז האט געשריבן: מוצש"ק אוגוסט 30, 2025 9:56 pm

אפשר קען מען נישט ארויסגעבן די אדרעסן ווייל די ציונים קענען געוואר ווערן דערפון?

איך טראכט נאר.

זיי טענה'ן דאך סייווי איז מ'איז שוין זאגאר צוויי מאל ''איבערגעפאלן'' זייערע אפיסעס... דאן וואס איז דא צו באהאלטן די אדרעסן?

וואס פונקטליך איז דא צו מורא האבן?

איך פרעג נאר.

די אפיס פון מרכז הצלה, וואס איז געווארן איבערגעפאלן דורך די פאליציי און עטליכע איינגעשטעלטע זענען געווארן אנגעקלאגט, געפינט זיך אויף רחוב חברה ש"ס אין מאה שערים.

בנות מלך ווערט געפירט דורך א וויליאמסבורגער יונגערמאן. דער יונגערמאן - וועם איך קען בכלל נישט - האט מיר געבעטן פאר פורים אויב איך קען צאמנעמען מתנות לאביונים פאר די ארץ ישראל'דיגע איינגעשטעלטע פון זיין ארגאניזאציע. איך בין עס דורכגעגאנגען מיט אים, ער האט באשטעטיגונגען פון גדולי ישראל - אריינגערעכנט הגר"מ שטערנבוך שליט"א - וואס באשטעטיגן זיינע פעולות לטובה. אויף מיין פראגע וויאזוי ען קען מקיים זיין מתנות לאביונים דורכ'ן באצאלן פאר אלטע ארבעט האט ער מיר געזאגט אז ער נעמט זיך אויס מיט די מענטשן (בעיקר פרויען וואס שטייען ביים לשכת הגיוס און העלפן ארויס מיידלעך וואס שטעלן זיך מיט ראט און טאט) אז ער איז גארנישט מחויב זיי צו צאלן, נאר אויב ער וועט האבן געלט וועט ער זיי געבן, וכך הוה שוין כמה פעמים וואס זיי זענען נישט באצאלט געווארן פאר זייער וואלונטיר ארבעט...

יישר כח פאר'ן אריינקומען קלאר.

יעצט צום מציאות וואס איך האב פערזענליך מיטגעהאלטן במשך די לעצטע ארום 10 יאר, זייענדיג דעמאלס מער בקשר מיט מקורות נאמנים למאוד:

בעת ס'איז געווען די - לאמיר עס רופן - גזירת היעדים, אבער מ'האט נאך געקענט באקומען א דיחוי, און די וואס מאכן א פטור זענען געגאנגען צו מרכז עזרה ויעוץ (אדער צו פריוואטע אידן, עפ"י רוב פאר גרויס געלט), האט זיך געגרינדעט "מרכז הצלה" צו העלפן די וואס זייער "דיחוי" האט זיך פארפלאנטערט. זיי האבן בעיסיקלי געטון דאס וואס די "ועד הישיבות" טוט/דארף צו טון, אפעלירט ביים מיליטער אנצונעמען דעם דיחוי ווייל ער לערנט יא אין ישיבה וכו', ווייל דער ועד הישיבות האט אין גרויסן טייל מועל געווען בשליחותם און נישט געזוכט זיך איינצורייסן. פילע מאל האבן זיי אפילו געעפנט געריכט אנקלאגעס וועגן דיחויים, כאטש מיט ווייניג סוקסעס, אבער די געריכטן זענען באטראכט געווארן ווי א מלחמה מיט'ן שונא ממילא לוינט עס אפילו אויב דער בחור ווערט נישט געהאלפן.

א שטיקל צייט האבן זיי אויך געהאט אן עסקן וואס האט עוסק געווען אין מאכן פטור'ס, וואס דאס מוז מען למעשה טון ביי 99% בחורים און אינגעלייט מיט פראבלעמען, זיך שלאגן אויף א דיחוי איז כמעט נישט מצליח. אבער יענער איז ארויס פון דארט נאך א קורצע צייט.

אביסל שפעטער ווען ס'איז געווארן די איבערקערעניש אז ס'איז דא "גיוס בנות" (וואס איז אייגנטליך א עכטע סקעם מהחל ועד כלה), האט מרכז הצלה געמאכט א יד אחת מיט א מזרחי'סטישע ארגאניזאציע וואס היסט "חותם", וועלכע שלאגט זיך אויף יעדע מזרחי מיידל אויף וואס זי וויל. למשל, אויב זי וויל גיין אין שירות אזרחי אנשטאט אין מיליטער. יעדע קעיס פון חותם איז בשעתו באשריבן געווארן אין די היימישע צייטונגען וכו' וגו'. אין אמת'ן וואלטן די באריכטן געקענט אנגיין פון 10 יאר פריער אויך, און היינטיגן טאג אויך. אבער דעמאלס איז געווען א געברויך דערפאר אין די היימישע גאס מאיזה סיבה נודע. שוין, איך פארשטיי עס.

שפעטער האט מרכז הצלה געארבעט אויף א קעיס צו אויפלעזן די גאנצע גיוס חובה. ווען די קעיס וועט זיין פארטיג וועט מען וויסן די רעזולטאטן אי"ה. כ'מיין נישט אוועקצומאכן קיינעם נאר סתם, ס'איז געווען דעמאלס גאר פריייליכע העדליינס און שוין.

יעצט לגבי געלט, די אלע זאכן קאסטן געלט. אויסדרוקליך. אבער בערך וויפיל געלט ס'קאסט צו אויפהאלטן אלע אנדערע אפיסעס ווי ועד למען אסירי ציון צו שיקן קאר סערוויסעס און צו אויפנעמען (עפ"י רוב) די פובליק-אפציע פון א רעגירונג-באצאלטע לויער, און איינמאל אין אפאר חדשים באצאלן א לויער, און אריינשיקן תפילין און עסן, דאס אלעס קאסט געלט. בערך אזוי ווי שלום אסיריך אין אמעריקא. איך מאך עס נישט אוועק. אבער די נומערן וויפיל מען פאנדרעיזד זענען לאנגע מיילן ווייט פון די סארט פעולות. אפגערעדט וועגן די פירות פון די פעולות.

פון די אנדערע זייט איז דא א ארגאניזאציע פון די עדה החרדית, מיט 6 אפיסעס, 15 באצאלטע איינגעשטעלטע וואס שלאפן נישט קיין נעכט מיט לאנגע שורות יעדע נאכט, א אויסגעצאלטע טאפ-טאפ לויער פאר די שווערסטע קעיסעס, באפרייט 99% ארעסטירטע אויף זייערע קאסטן, עסקנים וואס לויפן פון איין קאורט צום צווייטן "טעגליך" נישט נאר ווען א קעיס גייט פובליק צוליב סיבות, א אפעראציע וואס ראטעוועט אלע קרייזן אן אויסנאם און העלפט פון די בעסטע ביז די שוואכסטע זיך ארויסדרייען פון מיליטער. נאר, זיי מאכן ווייניגער דראמא אין די אלגעמיינע גאס.

דאס איז פשוט די מציאות פון ביז היינט.

היינט צוטאג, ווען קיין דיחוי איז שוין נישטא און מ'קען נאר אדער מאכן א פטור אדער זיצן אין טורמע, איז שוין מרכז הצלה אומרעלעוואנט ווייל זיי האבן נישט ווער עס העלפט מיט פטור'ס. ס'איז יא דא עטליכע ארגאניזאציעס מיט 1 ביז 2 אייגעשטעלטע וואס העלפן גרינגע קעיסעס און אויב ס'ווערט שווער שיקן זיי צו 'שישא'. אויך איז דא ווער עס איז עוסק אין פראטעסטן. פונקטליך וויפיל די זאכן קאסטן בין איך נישט באקאנט, קען זיין ס'קאסט מיליאנען, אבער מ'דארף פשוט זיין קלאר וואו די געלט גייט.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8498
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20750

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

גד'ל האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 10:03 am אינטערוויו נעכטן אויף קול מבשר מיט ר דוד מינצבערג פון די 3 אינגעלייט וואס זענען געווארן ארעסטירט אפאר וואכן צוריק ביי די מחאות אין יאהוד און ער איז באפרייט געווארן
אויפן אינטערוויו זאגט ער אז ועד לאסירי ציון (וואס איז אונטער קרן ויואל משה) האט אים צוגעשטעלט די לויערס
https://www.yiddish24.com/interviews/12/136661
זייער זייער ווייטאגליך צו הערן וואס ער האט נעבעך מיטגעמאכט. רחמנא ליצלן.

אויך א שטארקע ווייטאג, אז נאכן דאס אלעס אדורכגיין האט ער נישט עטליעסט געקענט דערפאר באקומען כאטש א פטור. נאר מפטיר כדאתמול.

ירחם ה'.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8498
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20750

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

להישמר ולהיזהר מידי רשע!

בחורי חסידי וויזניץ בארה"ק פון אלע ישיבות גדולות פון די קהלה, האבן זיך נעכטן פארזאמלט אין ביהמ"ד הגדול דחסידי וויזניץ פאר א כינוס חירום צו געבן הוראות פאר די בחורים וויאזוי נישט צו ווערן פארכאפט פון די גזירה איומה.

ס'האט אויפגעטרעטן א גבאי פון וויזניצער רבי'ן שליט"א לרפו"ש, און דער עסקן ומציל הרב שמעון שישא שליט"א:

2N6A2832.JPG
2N6A2832.JPG (332.54 KiB) געזען געווארן 1159 מאל
2N6A2850.JPG
2N6A2850.JPG (481.58 KiB) געזען געווארן 1159 מאל
קיין מיינונג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 129
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 9:13 pm
Location: new york
x 48

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך קיין מיינונג »

איינער ווייסט אפשר וואס דעוויד פאלאק דער אנפירער פון די ציוניסטישע פאראדע אין מאנהעטן, און פירער פון ציוניסטישע פעדערעישן זוכט בבית רבינו?
Captureי.PNG
Captureי.PNG (925.74 KiB) געזען געווארן 1109 מאל
אוועיטער
איד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 967
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 1076

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך איד »

קיין מיינונג האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 6:14 pm איינער ווייסט אפשר וואס דעוויד פאלאק דער אנפירער פון די ציוניסטישע פאראדע אין מאנהעטן, און פירער פון ציוניסטישע פעדערעישן זוכט בבית רבינו?

Captureי.PNG
א דרך תשובה
אוועיטער
מהודר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 323
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 10:22 pm
x 737

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך מהודר »

ר' מאיר פרוש איז היינט געווען ביי כ"ק האדמו"ר מסקווירא שליט"א איבער צו שמועסן די ווייטערדיגע פעולת להעביר את רוע הגזירה
חצקל משמש
חבר המערכת
פאוסטס: 170
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:00 pm
x 313

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך חצקל משמש »

קיין מיינונג האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 6:14 pm איינער ווייסט אפשר וואס דעוויד פאלאק דער אנפירער פון די ציוניסטישע פאראדע אין מאנהעטן, און פירער פון ציוניסטישע פעדערעישן זוכט בבית רבינו?

Captureי.PNG
איינער ווייסט אפשר וואס דיין אומשולדיגע תגובה קומט אריין דא?
אוועיטער
בערל דער פייפער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1329
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 2064

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

איבער די ארץ ישראל’דיגע שטעט
פיילס
Screenshot_20250831_213433_Gallery.jpg
Screenshot_20250831_213433_Gallery.jpg (593.77 KiB) געזען געווארן 1023 מאל
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
שמייכלדיג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 581
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 794

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך שמייכלדיג »

Think and Thank האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 3:25 am
totty האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 3:13 am
Think and Thank האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 1:36 am

קרן ויואל משה שיקט די געלט צו די זעלבע פלעצער וואו די וואס געבן געלט פאר קרן ויואל משה האבן געגעבן געלט פאר די גרינדונג פון קרן ויואל משה האט צאמגענומען די פאנדרעיזינג אין איין אפיס. טייל פון די געלט גייט פאר הפגנות, טייל גייט פאר אויפקלערונג מאטריאל, טייל גייט פאר לעגאלע הילף פאר בחורים וואס האבן זיך פארפלאנטערט, טייל גייט פאר מענטשן וואס שטייען ביים לשכת הגיוס ארויסצוהעלפן מיט עדווייס, טייל גייט ארויסצוהעלפן חתנים וואס קענען נישט ארויסקומען פון א"י נאך געלט פאר זייער חתונה צוליב'ן אויספאלגן די פסק פון בית דין זיך נישט צו שטעלן, וכן הלאה.

דרך אגב, אין תשע"ח אדער תשע"ט האט מרכז ההצלה, איינס פון די טראפן אונטער די שירעם פון קרן ויואל משה, אריינגעטראגן א לעגאלע טענה צום בג"ץ וואס לויט דעם קען די מיליטער נישט מגייס זיין בחורים וואס האבן זיך נישט געשטעלט צום לשכת הגיוס און די מיליטער האט גארנישט געטון פאר צוויי יאר. די בג"ץ האט אפגעווארפן די מדינה'ס ביטע ארויסצואווארפן דעם פארלאנג, און אזוי האבן אלע בחורים וואס פאלן אריין אין די קאטעגאריע געהאט א צייטווייליגע הצלה פאר צוויי יאר(!) ביז מען האט דורכגעפירט דעם פרישן גיוס געזעץ אין 2020.
בי"ד האט קיינעם נישט געזאגט נישט צי נעמען א פטור
עד היום הזה געבן זיי הוראות פאר יחידים צי נעמען פטורים
די נושא וואס זיי האבן געשריבן א בריוו איז געווען לגבי דיחוי

הגם אויפ'ן צעטל פון בי"ד שטייט אז מען טאר זיך נישט שטעלן "לכל דבר בדיקה או רישום בלשכת הגיוס" און איז נישט מחלק אז ביי א פטור מעג מען יא, גיי איך נישט אריינגיין אין א שמועס דערוועגן סיי ווייל איך בין אוטנאמבערד איינס צו פופציג, סיי ווייל א גרויסן טייל פון די פופציג זענען נישט אינטערעסירט אין פירן א נארמאלע שמועס, און בעיקר ווייל איך האב נישט די צייט און נערוון דערצו. נניח די בי"ד האט נאר גערעדט וועגן דיחויים, איז א דבר פשוט אז נישט יעדער קען נעמען א פטור, און די וואס קענען נישט טארן דאך זיכער נישט שטעלן לויט'ן פסק פון בי"ד. דאס מיינט אז זיי קענען נישט ארויספארן פון א"י שאפן געלט פאר זייער חתונה, און כ"ק אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א האט דעריבער געשאפן א קאסע ארויסצוהעלפן אזעלכע בחורים. מיט די גרינדונג פון קרן יואל משה איז די קאסע אויך אריין אונטער איר שירעם, און טייל פון די $300 גייט פאר דעם.
דיין חשש איז געווען אומזיסט, מ'האט דיר בכלל נישט אוטנאמבערד, איך האב געזען ענטפערן בלויז פאקטן און מציאות
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1498
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4819

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך Think and Thank »

שמייכלדיג האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2025 11:00 am
Think and Thank האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 3:25 am
totty האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 3:13 am

בי"ד האט קיינעם נישט געזאגט נישט צי נעמען א פטור
עד היום הזה געבן זיי הוראות פאר יחידים צי נעמען פטורים
די נושא וואס זיי האבן געשריבן א בריוו איז געווען לגבי דיחוי

הגם אויפ'ן צעטל פון בי"ד שטייט אז מען טאר זיך נישט שטעלן "לכל דבר בדיקה או רישום בלשכת הגיוס" און איז נישט מחלק אז ביי א פטור מעג מען יא, גיי איך נישט אריינגיין אין א שמועס דערוועגן סיי ווייל איך בין אוטנאמבערד איינס צו פופציג, סיי ווייל א גרויסן טייל פון די פופציג זענען נישט אינטערעסירט אין פירן א נארמאלע שמועס, און בעיקר ווייל איך האב נישט די צייט און נערוון דערצו. נניח די בי"ד האט נאר גערעדט וועגן דיחויים, איז א דבר פשוט אז נישט יעדער קען נעמען א פטור, און די וואס קענען נישט טארן דאך זיכער נישט שטעלן לויט'ן פסק פון בי"ד. דאס מיינט אז זיי קענען נישט ארויספארן פון א"י שאפן געלט פאר זייער חתונה, און כ"ק אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א האט דעריבער געשאפן א קאסע ארויסצוהעלפן אזעלכע בחורים. מיט די גרינדונג פון קרן יואל משה איז די קאסע אויך אריין אונטער איר שירעם, און טייל פון די $300 גייט פאר דעם.
דיין חשש איז געווען אומזיסט, מ'האט דיר בכלל נישט אוטנאמבערד, איך האב געזען ענטפערן בלויז פאקטן און מציאות

קוקט נישט אויס אז איר ווייסט די טייטש פון אוטנאמבערד.
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1307
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1832

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך יאנטשי »

גד'ל האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 10:03 am אינטערוויו נעכטן אויף קול מבשר מיט ר דוד מינצבערג פון די 3 אינגעלייט וואס זענען געווארן ארעסטירט אפאר וואכן צוריק ביי די מחאות אין יאהוד און ער איז באפרייט געווארן
אויפן אינטערוויו זאגט ער אז ועד לאסירי ציון (וואס איז אונטער קרן ויואל משה) האט אים צוגעשטעלט די לויערס
https://www.yiddish24.com/interviews/12/136661
אינטרעסאנט צו וויסן ווי לאנג עס וועט בלייבן אויפן סיסטעם.

ווען ענליכע אינטערוויוען פלעגן דערמאנען דעם 'שישא' פלעגט עס גאנץ שנעל געעדיט ווערן.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8498
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20750

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

יאנטשי האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2025 12:45 pm
גד'ל האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 10:03 am אינטערוויו נעכטן אויף קול מבשר מיט ר דוד מינצבערג פון די 3 אינגעלייט וואס זענען געווארן ארעסטירט אפאר וואכן צוריק ביי די מחאות אין יאהוד און ער איז באפרייט געווארן
אויפן אינטערוויו זאגט ער אז ועד לאסירי ציון (וואס איז אונטער קרן ויואל משה) האט אים צוגעשטעלט די לויערס
https://www.yiddish24.com/interviews/12/136661
אינטרעסאנט צו וויסן ווי לאנג עס וועט בלייבן אויפן סיסטעם.

ווען ענליכע אינטערוויוען פלעגן דערמאנען דעם 'שישא' פלעגט עס גאנץ שנעל געעדיט ווערן.
נישט ממש ריכטיג. א באטרעפנדער לאזט ער דערמאנען ווער ס'האט אים געהאלפן.
היימיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 292
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 13, 2025 3:31 pm
x 147

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך היימיש »

נאכן זעהן דעם שטארקן ווידערשטאנד און מלחמה דעקלעראציע פונעם גאנצן יהדות החרדית אין אר"י האט דער נייער פירער פון וועדת החוץ חבר הכנסת פון ליכוד בועז ביסמוט שר"י, וועמען נתני' שר"י האט געשטעלט אלץ נאכפאלגער פון דעם עדעלשטיין, נאך וואס יהדות התורה און ש"ס האבן פארלאזט די רעגירונג, [נישט די קאאליצע] וועלנדיג זיי צוריק ברענגן אין די ממשלה,
האט דער בועז היינט פארגעשלאגן א צייטווייליגען פארשלאג רעגולאציע, וואס זאל האלטן פאר איין יאר, וואס וועט לויט עם אריינשלעפן מער חרדים אינעם טמא'נעם איזראלי מיליטער, דורך גיין בפה רך. [ביז ווילאנג ער פארענדיגט זיין ענגליטיגן גיוס חרדים פלאן במשך די קומענדיגע חדשים].

ער זאגט אז די מיליטער ברויך גאר נייטיג האבן פרישע 12,000 סאלדאטן, צוליב די אלע אנגייענדע מלחמות און שלעגערייען, און ביזדערווייל זענען דא בערך 80,000 טויזענט חרדים צווישן די יארגענג פון 18 ביז 24 וועלכע דינען נישט אין מיליטער.

דאס הייסט אז מען וועט - לויט זיין פלאן פארשלאג - פארן קומענדיגן יאר, ווייטער אנהייבן טיילן מוציא'ס מיט האניג פאר די ישיבות, מען וועט אפשטעלן אלע אינפארסמענט קעגן די משתמטים אריינגערעכנט די ארעסט באפעלן קעגן זיי, וועלכע האט געפירט צו אלע פראטעסטן און מלחמה דעקלעראציע'ס איבערן לאנד.

פארשטייט זיך אז די אלע לינקע פארפירן דערקעגן אויפן העכסטן טאן, מיט די טענה אז דאס וועט ווייטער געבן די מעגליכקייט פאר חרדים זיך ארויסצודרייען פון מיליטער דינסט,
זאגענדיג קודם זאלן די חרדים אנפילן די קוואטעס, און נאכדעם וועט מען אראפנעמען די סאנקציעס.

אויך די רעכטע צב"ש גאלדקנאף ווארטזאגער האט זיך געלאזט הערן דערקעגן אז זיי ווילן א פערמענאנטע סעלושאן נישט נאר איינס וואס האלט בלויז איין יאר.

דאס אלעס טוט בלויז באשטעטיגן אז די איינציגסטע זאך וואס קען און וועט בעז"ה אראפברענגן די רשעים פון בוים, איז בלויז מלחמה!
בויקאטן דאס זיך שטעלן צום לשכת הגיוס, איבערדרייען דאס לאנד, נאך סיי וועלכע ארעסטן, און דאס יהדות החרדית שבגולה זאל זיך אויך פאראייניגן איבער די וועלט, מיט דראסטישע פראטעסטן קעגן די פארשאלטענע מדינה.
ביז זיי וועלן פארשטיין אז א חרדישע איד, קען נישט און וועט נישט דינען אין דעם טמא'נעם מיליטער !
ולה' הישועה
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2321
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 7662

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך שינאווער »

היימיש האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2025 5:01 pm נאכן זעהן דעם שטארקן ווידערשטאנד און מלחמה דעקלעראציע פונעם גאנצן יהדות החרדית אין אר"י האט דער נייער פירער פון וועדת החוץ חבר הכנסת פון ליכוד בועז ביסמוט שר"י, וועמען נתני' שר"י האט געשטעלט אלץ נאכפאלגער פון דעם עדעלשטיין, נאך וואס יהדות התורה און ש"ס האבן פארלאזט די רעגירונג, [נישט די קאאליצע] וועלנדיג זיי צוריק ברענגן אין די ממשלה,
האט דער בועז היינט פארגעשלאגן א צייטווייליגען פארשלאג רעגולאציע, וואס זאל האלטן פאר איין יאר, וואס וועט לויט עם אריינשלעפן מער חרדים אינעם טמא'נעם איזראלי מיליטער, דורך גיין בפה רך. [ביז ווילאנג ער פארענדיגט זיין ענגליטיגן גיוס חרדים פלאן במשך די קומענדיגע חדשים].

ער זאגט אז די מיליטער ברויך גאר נייטיג האבן פרישע 12,000 סאלדאטן, צוליב די אלע אנגייענדע מלחמות און שלעגערייען, און ביזדערווייל זענען דא בערך 80,000 טויזענט חרדים צווישן די יארגענג פון 18 ביז 24 וועלכע דינען נישט אין מיליטער.

דאס הייסט אז מען וועט פארן קומענדיגן יאר, ווייטער אנהייבן טיילן מוציא'ס מיט האניג פאר די ישיבות, מען וועט אפשטעלן אלע אינפארסמענט קעגן די משתמטים אריינגערעכנט די ארעסט באפעלן קעגן זיי, וועלכע האט געפירט צו אלע פראטעסטן און מלחמה דעקלעראציע'ס איבערן לאנד.

פארשטייט זיך אז די אלע לינקע פארפירן דערקעגן אויפן העכסטן טאן, מיט די טענה אז דאס וועט ווייטער געבן די מעגליכקייט פאר חרדים זיך ארויסצודרייען פון מיליטער דינסט,
זאגענדיג קודם זאלן די חרדים אנפילן די קוואטעס, און נאכדעם וועט מען אראפנעמען די סאנקציעס.

אויך די רעכטע צב"ש גאלדקנאף ווארטזאגער האט זיך געלאזט הערן דערקעגן אז זיי ווילן א פערמענאנטע סעלושאן נישט נאר איינס וואס האלט בלויז איין יאר.

דאס אלעס טוט בלויז באשטעטיגן אז די איינציגסטע זאך וואס קען און וועט בעז"ה אראפברענגן די רשעים פון בוים, איז בלויז מלחמה!
בויקאטן דאס זיך שטעלן צום לשכת הגיוס, איבערדרייען דאס לאנד, נאך סיי וועלכע ארעסטן, און דאס יהדות החרדית שבגולה זאל זיך אויך פאראייניגן איבער די וועלט, מיט דראסטישע פראטעסטן קעגן די פארשאלטענע מדינה.
ביז זיי וועלן פארשטיין אז א חרדישע איד, קען נישט און וועט נישט דינען אין דעם טמא'נעם מיליטער !

ולה' הישועה
דער לעצטער חלק האב איך נישט אזוי פונקטליך פארשטאנען. וואס זעהט מען פון דעם נייעס? וואס האט זיך יעצט געטוישט? וואס האט מען געמיינט ביז יעצט?
היימיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 292
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 13, 2025 3:31 pm
x 147

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך היימיש »

שינאווער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2025 5:05 pm

לייען איבער די נייעס נאכאמאל.
וואלף
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 627
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 4:23 pm
x 1146

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך וואלף »

היימיש האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2025 5:01 pm
דאס אלעס טוט בלויז באשטעטיגן אז די איינציגסטע זאך וואס קען און וועט בעז"ה אראפברענגן די רשעים פון בוים, איז בלויז מלחמה!
בויקאטן דאס זיך שטעלן צום לשכת הגיוס, איבערדרייען דאס לאנד, נאך סיי וועלכע ארעסטן, און דאס יהדות החרדית שבגולה זאל זיך אויך פאראייניגן איבער די וועלט, מיט דראסטישע פראטעסטן קעגן די פארשאלטענע מדינה.
ביז זיי וועלן פארשטיין אז א חרדישע איד, קען נישט און וועט נישט דינען אין דעם טמא'נעם מיליטער !
ולה' הישועה
לפ"ז, איז דא א תועלת צו העלפן אז בחורים וואס זענען ארעסטירט זאלן בלייבן לענגער אין תפיסה כדי אזוי ארום קענען בעסער מאכן מלחמה!?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8498
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20750

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

וואס טוט מען אויף מיט'ן מלחמה אדירה אויף יעדן איינציגן נפש?

אט דאס! אז דאס זאל נישט פאסירן!

השם ישמרנו:
פיילס
הגייס יוסי לוי שמח על נפילתם לשמד של החרדים רח''ל.JPG
הגייס יוסי לוי שמח על נפילתם לשמד של החרדים רח''ל.JPG (58.21 KiB) געזען געווארן 450 מאל
מאות חרדים התגייסו אתמול רח''ל (1).jpeg
מאות חרדים התגייסו אתמול רח''ל (1).jpeg (545.1 KiB) געזען געווארן 450 מאל
קיין מיינונג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 129
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 9:13 pm
Location: new york
x 48

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך קיין מיינונג »

מחאות העלפט יא?!
וואס זאגט דער אדוואקאט פארוואס האט מען די לעצטערע וואכן אויפגעהערט איינצוברעכן?

https://www.yiddish24.com/interviews/12/136925
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8498
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20750

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

קיין מיינונג האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 8:33 pm מחאות העלפט יא?!
וואס זאגט דער אדוואקאט פארוואס האט מען די לעצטערע וואכן אויפגעהערט איינצוברעכן?

https://www.yiddish24.com/interviews/12/136925
מחאות ביים טורמע און אין ירושלים העלפט.

וואס איז די שאלה בכלל?

אגב, בעפאר דו ברענגסט א ראי' פון דעם "לויער" ראזענבלאט (וואס אלע עסקנים וכדו' נוצן אויף אריינצוגיין אין טורמע) באקען דיך ביטע מיט אים...

ס'גוט.
Headquarters
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 212
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 12:27 pm
x 513

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך Headquarters »

Screenshot 2025-09-04 184421.jpg
Screenshot 2025-09-04 184421.jpg (239.62 KiB) געזען געווארן 321 מאל
Screenshot 2025-09-04 185052.jpg
Screenshot 2025-09-04 185052.jpg (96.48 KiB) געזען געווארן 321 מאל
Screenshot 2025-09-04 185028.jpg
Screenshot 2025-09-04 185028.jpg (182.85 KiB) געזען געווארן 321 מאל
אריינצושיקן עניטינג פון אייערע "העדקוואטערס" וואס איך זאל פאוסטן שיקט צו: ytheadquarters2023@gmail.com
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1710
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 2813

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך טיפע טאשן »

הציוצים החמים 13(6).jpg
הציוצים החמים 13(6).jpg (220.91 KiB) געזען געווארן 256 מאל
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
שרייב פאוסט