Think and Thank האט געשריבן: ↑מוצש"ק אוגוסט 30, 2025 11:58 pm
שמח האט געשריבן: ↑מוצש"ק אוגוסט 30, 2025 10:25 pm
גרינגראז האט געשריבן: ↑מוצש"ק אוגוסט 30, 2025 9:56 pm
אפשר קען מען נישט ארויסגעבן די אדרעסן ווייל די ציונים קענען געוואר ווערן דערפון?
איך טראכט נאר.
זיי טענה'ן דאך סייווי איז מ'איז שוין זאגאר צוויי מאל ''איבערגעפאלן'' זייערע אפיסעס... דאן וואס איז דא צו באהאלטן די אדרעסן?
וואס פונקטליך איז דא צו מורא האבן?
איך פרעג נאר.
די אפיס פון מרכז הצלה, וואס איז געווארן איבערגעפאלן דורך די פאליציי און עטליכע איינגעשטעלטע זענען געווארן אנגעקלאגט, געפינט זיך אויף רחוב חברה ש"ס אין מאה שערים.
בנות מלך ווערט געפירט דורך א וויליאמסבורגער יונגערמאן. דער יונגערמאן - וועם איך קען בכלל נישט - האט מיר געבעטן פאר פורים אויב איך קען צאמנעמען מתנות לאביונים פאר די ארץ ישראל'דיגע איינגעשטעלטע פון זיין ארגאניזאציע. איך בין עס דורכגעגאנגען מיט אים, ער האט באשטעטיגונגען פון גדולי ישראל - אריינגערעכנט הגר"מ שטערנבוך שליט"א - וואס באשטעטיגן זיינע פעולות לטובה. אויף מיין פראגע וויאזוי ען קען מקיים זיין מתנות לאביונים דורכ'ן באצאלן פאר אלטע ארבעט האט ער מיר געזאגט אז ער נעמט זיך אויס מיט די מענטשן (בעיקר פרויען וואס שטייען ביים לשכת הגיוס און העלפן ארויס מיידלעך וואס שטעלן זיך מיט ראט און טאט) אז ער איז גארנישט מחויב זיי צו צאלן, נאר אויב ער וועט האבן געלט וועט ער זיי געבן, וכך הוה שוין כמה פעמים וואס זיי זענען נישט באצאלט געווארן פאר זייער וואלונטיר ארבעט...
יישר כח פאר'ן אריינקומען קלאר.
יעצט צום מציאות וואס איך האב פערזענליך מיטגעהאלטן במשך די לעצטע ארום 10 יאר, זייענדיג דעמאלס מער בקשר מיט מקורות נאמנים למאוד:
בעת ס'איז געווען די - לאמיר עס רופן - גזירת היעדים, אבער מ'האט נאך געקענט באקומען א דיחוי, און די וואס מאכן א פטור זענען געגאנגען צו מרכז עזרה ויעוץ (אדער צו פריוואטע אידן, עפ"י רוב פאר גרויס געלט), האט זיך געגרינדעט "מרכז הצלה" צו העלפן די וואס זייער "דיחוי" האט זיך פארפלאנטערט. זיי האבן בעיסיקלי געטון דאס וואס די "ועד הישיבות" טוט/דארף צו טון, אפעלירט ביים מיליטער אנצונעמען דעם דיחוי ווייל ער לערנט יא אין ישיבה וכו', ווייל דער ועד הישיבות האט אין גרויסן טייל מועל געווען בשליחותם און נישט געזוכט זיך איינצורייסן. פילע מאל האבן זיי אפילו געעפנט געריכט אנקלאגעס וועגן דיחויים, כאטש מיט ווייניג סוקסעס, אבער די געריכטן זענען באטראכט געווארן ווי א מלחמה מיט'ן שונא ממילא לוינט עס אפילו אויב דער בחור ווערט נישט געהאלפן.
א שטיקל צייט האבן זיי אויך געהאט אן עסקן וואס האט עוסק געווען אין מאכן פטור'ס, וואס דאס מוז מען למעשה טון ביי 99% בחורים און אינגעלייט מיט פראבלעמען, זיך שלאגן אויף א דיחוי איז כמעט נישט מצליח. אבער יענער איז ארויס פון דארט נאך א קורצע צייט.
אביסל שפעטער ווען ס'איז געווארן די איבערקערעניש אז ס'איז דא "גיוס בנות" (וואס איז אייגנטליך א עכטע סקעם מהחל ועד כלה), האט מרכז הצלה געמאכט א יד אחת מיט א מזרחי'סטישע ארגאניזאציע וואס היסט "חותם", וועלכע שלאגט זיך אויף יעדע מזרחי מיידל אויף וואס זי וויל. למשל, אויב זי וויל גיין אין שירות אזרחי אנשטאט אין מיליטער. יעדע קעיס פון חותם איז בשעתו באשריבן געווארן אין די היימישע צייטונגען וכו' וגו'. אין אמת'ן וואלטן די באריכטן געקענט אנגיין פון 10 יאר פריער אויך, און היינטיגן טאג אויך. אבער דעמאלס איז געווען א געברויך דערפאר אין די היימישע גאס מאיזה סיבה נודע. שוין, איך פארשטיי עס.
שפעטער האט מרכז הצלה געארבעט אויף א קעיס צו אויפלעזן די גאנצע גיוס חובה. ווען די קעיס וועט זיין פארטיג וועט מען וויסן די רעזולטאטן אי"ה. כ'מיין נישט אוועקצומאכן קיינעם נאר סתם, ס'איז געווען דעמאלס גאר פריייליכע העדליינס און שוין.
יעצט לגבי געלט, די אלע זאכן קאסטן געלט. אויסדרוקליך. אבער בערך וויפיל געלט ס'קאסט צו אויפהאלטן אלע אנדערע אפיסעס ווי ועד למען אסירי ציון צו שיקן קאר סערוויסעס און צו אויפנעמען (עפ"י רוב) די פובליק-אפציע פון א רעגירונג-באצאלטע לויער, און איינמאל אין אפאר חדשים באצאלן א לויער, און אריינשיקן תפילין און עסן, דאס אלעס קאסט געלט. בערך אזוי ווי שלום אסיריך אין אמעריקא. איך מאך עס נישט אוועק. אבער די נומערן וויפיל מען פאנדרעיזד זענען לאנגע מיילן ווייט פון די סארט פעולות. אפגערעדט וועגן די פירות פון די פעולות.
פון די אנדערע זייט איז דא א ארגאניזאציע פון די עדה החרדית, מיט 6 אפיסעס, 15 באצאלטע איינגעשטעלטע וואס שלאפן נישט קיין נעכט מיט לאנגע שורות יעדע נאכט, א אויסגעצאלטע טאפ-טאפ לויער פאר די שווערסטע קעיסעס, באפרייט 99% ארעסטירטע אויף זייערע קאסטן, עסקנים וואס לויפן פון איין קאורט צום צווייטן "טעגליך" נישט נאר ווען א קעיס גייט פובליק צוליב סיבות, א אפעראציע וואס ראטעוועט אלע קרייזן אן אויסנאם און העלפט פון די בעסטע ביז די שוואכסטע זיך ארויסדרייען פון מיליטער. נאר, זיי מאכן ווייניגער דראמא אין די אלגעמיינע גאס.
דאס איז פשוט די מציאות פון ביז היינט.
היינט צוטאג, ווען קיין דיחוי איז שוין נישטא און מ'קען נאר אדער מאכן א פטור אדער זיצן אין טורמע, איז שוין מרכז הצלה אומרעלעוואנט ווייל זיי האבן נישט ווער עס העלפט מיט פטור'ס. ס'איז יא דא עטליכע ארגאניזאציעס מיט 1 ביז 2 אייגעשטעלטע וואס העלפן גרינגע קעיסעס און אויב ס'ווערט שווער שיקן זיי צו 'שישא'. אויך איז דא ווער עס איז עוסק אין פראטעסטן. פונקטליך וויפיל די זאכן קאסטן בין איך נישט באקאנט, קען זיין ס'קאסט מיליאנען, אבער מ'דארף פשוט זיין קלאר וואו די געלט גייט.