הפקרות ביי צדקה וחסד ארג. און קאמפיינס

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
דריידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 321
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 596

הפקרות ביי צדקה וחסד ארג. און קאמפיינס

פאוסט דורך דריידל »

מישענדיג די בלעטער פון א היימישע אויסגאבע, האט מיר געכאפט אן אדווערטייזמענט פון אן ארגעניזאציע וואס פארטיילט עסן, שרייבן זיי אז זיי זענען אין א לאך פון 6 מיליאן דאללער.

די שאלה איז וויאזוי פאסירט אזאנס? וויאזוי טיילט מען עסן אן דעקונג?

מאכט זיך אמאל אז מ'האט געהאט הבטחות וואס זענען נישט אנגעקומען און מ'האט שוין פארטיילט אויף דעם חשבון, אבער פון וויפול געלט קען עס שוין זיין? 10 ,20, אפילו הונדערט טויזענט איז אסאך. אבער 6 מיליאן? רבוש"ע וואס גייט דא פאר?

און טאמער האט זיך עס יא געמאכט, דארף דאך יענער פארשטיין אז די ביזנעס איז נישט געמאכט פאר אים. אזוי אנצוזעצן?! אזא איינער דארף הייבן הענט. ער קען ווייטער טון חסד אבער זאל ער כאטש ארויסקומען מיט אן עפנטליכע אנטשולדיגונג און פראבירן מסביר זיין וואס דא איז געשען און מודיע זיין ווער ס'וועט זיין אחראי אויף די ארג. מהיום והלאה.

קוקט אבער נישט אויס אז דאס איז וויכטיג. איז די שאלה פארוואס טאקע? איז אונזער עולם טאקע אזוי גאלעבל אז ווען איינער קומט מיט א גוטע צוועק מיט שיינע סלאגאנען פרעגט מען נישט קיין קשיות?

ס'באדערט מיר זייער די זילזול אינעם ציבור אז מ'האלט אונז פאר אזוינע שוטים.
שטותים איז נישט דער אלטערנאטיוו פון שכל (קרעדיט: @הדסים)
ס'איז נישט געווען איך
ניי צום טיש
פאוסטס: 2
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 10:51 am
x 6

Re: הפקרות ביי צדקה וחסד ארג. און קאמפיינס

פאוסט דורך ס'איז נישט געווען איך »

איך רעד נישט ספציפיש וועגן די ארג. וואס דו רעדסט ווייל איך וויס נישט פון וועמען דו רעדסט, אבער בכלליות קען מען ענטפערן אויף די שאלה, אז לדוג' אז ס'איז דא א ארג. ואס טיילט פאר געוויסע משפחות עסן שוין פאר לאנגע יארן, קען מען נישט אפשטעלן און זאגן פאר די משפחות: סארי איך האב נישט קיין געלט ממיילא האב איך נישט פאר אייך צו עסן, נאר מ'דארף ממשיך זיין צוטיילן עסן און צוזאמען מיט דעם זיך ברעכן קאפ ווי אזוי מ'דעקט דאס מיט די חובות
פארנומען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 247
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 1:46 pm
x 361

Re: הפקרות ביי צדקה וחסד ארג. און קאמפיינס

פאוסט דורך פארנומען »

ס'איז נישט געווען איך האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 10:25 am איך רעד נישט ספציפיש וועגן די ארג. וואס דו רעדסט ווייל איך וויס נישט פון וועמען דו רעדסט, אבער בכלליות קען מען ענטפערן אויף די שאלה, אז לדוג' אז ס'איז דא א ארג. ואס טיילט פאר געוויסע משפחות עסן שוין פאר לאנגע יארן, קען מען נישט אפשטעלן און זאגן פאר די משפחות: סארי איך האב נישט קיין געלט ממיילא האב איך נישט פאר אייך צו עסן, נאר מ'דארף ממשיך זיין צוטיילן עסן און צוזאמען מיט דעם זיך ברעכן קאפ ווי אזוי מ'דעקט דאס מיט די חובות
אט אזוי. עס קומט זיך קרעדיט אזא צייט, אז די עסקנים פון די ארגיניזאציע זענען געווען גרייט צו שוויצן און נישט אפשטעלן די הילף. (איך ווייס נישט פון וועלכע ארג. דו רעדסט, אבער עס איז נוגע ביי אלע.)
געזאנג
פרישער באניצער
פאוסטס: 36
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 24, 2025 7:53 pm
x 7

Re: הפקרות ביי צדקה וחסד ארג. און קאמפיינס

פאוסט דורך געזאנג »

פארנומען האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 11:09 am

100 פראצענט
ס‘קומט זיי קרעדיט פארן נישט לאזן פאלן משפחות אין דעם מצב פון קריזיס
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4072
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 7019

Re: הפקרות ביי צדקה וחסד ארג. און קאמפיינס

פאוסט דורך וואוילער »

קרעדיט וועט מען זיי געבן אויף יענע וועלט, דא אויף אונזער עולם העשי' ברויך מען זיי שטעלן אין פלאץ עי עס עי פי.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3398
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3957

Re: הפקרות ביי צדקה וחסד ארג. און קאמפיינס

פאוסט דורך אנדערער »

וואס מיינט א לאך פון 6 מיליאן?
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
עומד על תלת
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 243
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 5:15 pm
Location: Ny
x 426

Re: הפקרות ביי צדקה וחסד ארג. און קאמפיינס

פאוסט דורך עומד על תלת »

איך מיין איך פארשטיי פין וועלכע חסד ארגאניזאציע די רעסט פין,
מען קען אביסל מער פארשטיין אז אזא מינע ווערגשאפט ווי די נצרכים קויפן איין פיש, אין פלייש, אין שרייבן פשוט אויף,
איז שווערער צו פירן א בודשעט....
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4679
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 33232

Re: הפקרות ביי צדקה וחסד ארג. און קאמפיינס

פאוסט דורך חלום חלמתי »

עומד על תלת האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 4:32 pm איך מיין איך פארשטיי פין וועלכע חסד ארגאניזאציע די רעסט פין,
מען קען אביסל מער פארשטיין אז אזא מינע ווערגשאפט ווי די נצרכים קויפן איין פיש, אין פלייש, אין שרייבן פשוט אויף,
איז שווערער צו פירן א בודשעט....
מ'רעדט דאך פון לעגעטימע ארגינזאציע'ס,ַפערצופאל איז יענע אדווערטייזמענט די משל.
עומד על תלת
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 243
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 5:15 pm
Location: Ny
x 426

Re: הפקרות ביי צדקה וחסד ארג. און קאמפיינס

פאוסט דורך עומד על תלת »

איך האב נאר געמיינט צו מלמד זכות זיין אויף יענעם,
אנדערע ארגאניזאציעס האבן לכאורה יא מער חשבונות ווי זיי האלטן, וועלכער לעגיטימע ארגאניזאציע האט 6 מיליאן חובות?
אוועיטער
שמרי' קערנקרויט
ניי צום טיש
פאוסטס: 7
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 10:14 pm
Location: ניו יארק
x 28

Re: הפקרות ביי צדקה וחסד ארג. און קאמפיינס

פאוסט דורך שמרי' קערנקרויט »

דריידל האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 9:16 am ס'באדערט מיר זייער די זילזול אינעם ציבור אז מ'האלט אונז פאר אזוינע שוטים.
איך הייב נישט אן צו פארשטיין וואס איר ווילט.

צום אלעם ערשט האט איר ווארשיינלעך פארזעהן אז אין די לעצטע דריי יאר האט דער א.ד. ארגענאזעציע געשאפט קרוב צו 60 מ-י-ל-י-א-ן דאללאר! ממילא פארשטייסטו אז מען האנדלט פון אידן וואס פארשטיען גאנץ גוט די מלאכה.

אבער השנית והוא ועיקר, מען רעדט פון א יוניק מאדעל, ס'נישט אז ער 'טיילט עסן', כאילו ער קויפט איין סקיטס מיט פלייש און פארטיילט דאס, וואס דאן דארף מען מאכן א חשבון פונקטליך וויפיל מען קען עפפארדן צו איינקויפן און פארטיילן, נאר די מעשה איז פארקערט, קודם קויפן די נצרכים איין, דערנאך דארף ער 'קאווערן די ביללס', איז זעלבסט פארשטענדליך אז דאס איז אוממעגליך אויסצורעכענען, זינט די נצרכים קענען איינקויפן "אנלימיטעד" (א מדריגה אין צדקה!), ס"ה זענען די נצרכים געשטיגן אויף אביסל א שנעלערע ראטע פון וואס ער האט געקענט שאפן.

בנוגע דעם עתיד אפעלירט ער אז מענטשן זאלן זיך אנשליסן און וועכענטליכע און חודש'ליכע מעמדות און ער האפט סיי מיט דעם צו דעקן דעם לאך, און סיי אויסצוברייטערן די נדבנים באזע צו קענען נאכקומען דעם שטייגענדן פארלאנג.

חוץ א מעשה וואס איך האב א חשד אז דו זוכסט סתם צו טראללן.
אוועיטער
דריידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 321
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 596

Re: הפקרות ביי צדקה וחסד ארג. און קאמפיינס

פאוסט דורך דריידל »

ס'איז נישט געווען איך האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 10:25 am איך רעד נישט ספציפיש וועגן די ארג. וואס דו רעדסט ווייל איך וויס נישט פון וועמען דו רעדסט, אבער בכלליות קען מען ענטפערן אויף די שאלה, אז לדוג' אז ס'איז דא א ארג. ואס טיילט פאר געוויסע משפחות עסן שוין פאר לאנגע יארן, קען מען נישט אפשטעלן און זאגן פאר די משפחות: סארי איך האב נישט קיין געלט ממיילא האב איך נישט פאר אייך צו עסן, נאר מ'דארף ממשיך זיין צוטיילן עסן און צוזאמען מיט דעם זיך ברעכן קאפ ווי אזוי מ'דעקט דאס מיט די חובות
דאס איז נישט געטראכט גראד. די תורה פארלאנגט נישט מ'זאל גיבן צדקה, געלט וואס מ'האט נישט. טאמער איז א מצב פון פיקוח נפש, ממש מ'גייט אויס פאר הינגער, איז אנדערש. אבער מ'רעדט דאך נישט פון דעם. ס'וואלט גארנישט פאסירט ווען ער אנטשולדיגט זיך פאר די מקבלים אז צוליב שוועריקייטן מיט נדבות וועט מען קענען, למשל, קויפן בלויז טשיקן מיט געפילטע פיש, אשטאטס סטעיק מיט סעלמאן פיש.
שטותים איז נישט דער אלטערנאטיוו פון שכל (קרעדיט: @הדסים)
אוועיטער
דריידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 321
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 596

Re: הפקרות ביי צדקה וחסד ארג. און קאמפיינס

פאוסט דורך דריידל »

אנדערער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 1:52 pm וואס מיינט א לאך פון 6 מיליאן?
פשוט, זיי האבן געטיילט עסן און געצאלט אנדערע אויסגאבן וואס האט געקאסט זעקס מיליאן דאללער, מיט געבארגטע געלטער.

געזאנג האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 11:31 am
פארנומען האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 11:09 am
ס'איז נישט געווען איך האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 10:25 am איך רעד נישט ספציפיש וועגן די ארג. וואס דו רעדסט ווייל איך וויס נישט פון וועמען דו רעדסט, אבער בכלליות קען מען ענטפערן אויף די שאלה, אז לדוג' אז ס'איז דא א ארג. ואס טיילט פאר געוויסע משפחות עסן שוין פאר לאנגע יארן, קען מען נישט אפשטעלן און זאגן פאר די משפחות: סארי איך האב נישט קיין געלט ממיילא האב איך נישט פאר אייך צו עסן, נאר מ'דארף ממשיך זיין צוטיילן עסן און צוזאמען מיט דעם זיך ברעכן קאפ ווי אזוי מ'דעקט דאס מיט די חובות
אט אזוי. עס קומט זיך קרעדיט אזא צייט, אז די עסקנים פון די ארגיניזאציע זענען געווען גרייט צו שוויצן און נישט אפשטעלן די הילף. (איך ווייס נישט פון וועלכע ארג. דו רעדסט, אבער עס איז נוגע ביי אלע.)
100 פראצענט
ס‘קומט זיי קרעדיט פארן נישט לאזן פאלן משפחות אין דעם מצב פון קריזיס
קרעדיט קומט זיך פארן יעדער וואס טיט צדקה וחסד.

איך וויל נאר וויסן טאמער די ביסט א ווענדאר וואס האט פארקויפט עסן פאר די ארג. און נישט געווארן באצאלט, וויאזוי די וואלסט עס אנגעקוקט.
שטותים איז נישט דער אלטערנאטיוו פון שכל (קרעדיט: @הדסים)
געזאנג
פרישער באניצער
פאוסטס: 36
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 24, 2025 7:53 pm
x 7

Re: הפקרות ביי צדקה וחסד ארג. און קאמפיינס

פאוסט דורך געזאנג »

זיי קויפן ביי ווענדאר‘ס?
זיי צאלן אלץ שפעט פאר געשעפטן ווי עס איז דא אפענע אקאונטס און אזוי גייט אהן זייער אפערעישאן
עומד על תלת
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 243
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 5:15 pm
Location: Ny
x 426

Re: הפקרות ביי צדקה וחסד ארג. און קאמפיינס

פאוסט דורך עומד על תלת »

דריידל האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 11:19 pm
אנדערער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 1:52 pm וואס מיינט א לאך פון 6 מיליאן?
פשוט, זיי האבן געטיילט עסן און געצאלט אנדערע אויסגאבן וואס האט געקאסט זעקס מיליאן דאללער, מיט געבארגטע געלטער.
איך פארשטיי אז אין די פאל מיינט עס, אז זיי האבן צו באצלאן חובות פון נצרכים אין בוטשער, פיש סטאר, וואס זייהאבן זיך אונטערגענומען צו צאלן....
מען סטארשעט ‘‘זיי‘‘ אז די נצרך וועט מער נישט קענען אויפשרייבן.....

דריידל האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 10:21 pm
ס'איז נישט געווען איך האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 10:25 am איך רעד נישט ספציפיש וועגן די ארג. וואס דו רעדסט ווייל איך וויס נישט פון וועמען דו רעדסט, אבער בכלליות קען מען ענטפערן אויף די שאלה, אז לדוג' אז ס'איז דא א ארג. ואס טיילט פאר געוויסע משפחות עסן שוין פאר לאנגע יארן, קען מען נישט אפשטעלן און זאגן פאר די משפחות: סארי איך האב נישט קיין געלט ממיילא האב איך נישט פאר אייך צו עסן, נאר מ'דארף ממשיך זיין צוטיילן עסן און צוזאמען מיט דעם זיך ברעכן קאפ ווי אזוי מ'דעקט דאס מיט די חובות
דאס איז נישט געטראכט גראד. די תורה פארלאנגט נישט מ'זאל גיבן צדקה, געלט וואס מ'האט נישט. טאמער איז א מצב פון פיקוח נפש, ממש מ'גייט אויס פאר הינגער, איז אנדערש. אבער מ'רעדט דאך נישט פון דעם. ס'וואלט גארנישט פאסירט ווען ער אנטשולדיגט זיך פאר די מקבלים אז צוליב שוועריקייטן מיט נדבות וועט מען קענען, למשל, קויפן בלויז טשיקן מיט געפילטע פיש, אשטאטס סטעיק מיט סעלמאן פיש.
קען זיין געוויסע געשעפטן זאגן דעיס טאקע פאר די נצרכים,
ווי לאנג די ארגאניזאציע צאלט נישט די ביל קען מען נישט קויפן סטעיק....
דערפאר קומט מען יעצט וויינען צום עולם.....
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1585
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 5207

פאוסט דורך Think and Thank »

און? וואס פונקטליך איז די עוולה?

איך האב די עד נישט געזעהן, אבער אויב פארשטיי איך ריכטיג פון די שמועס איבער וועלכע ארגאניזאציע מען רעדט, איז אנזעצן מאן דכר שמיה. זיי האבן אן אפעראציע וואס דער סאטמארער רבי זי"ע (וואס האט, דרך אגב, זיין גאנצן לעבן געבארגט געלט צו קענען טיילן צדקה) האט אוועקגעשטעלט, און זיי טיילן יעדע וואך פיש, פלייש און נאך פאר אלמנות און יתומים, און פאר פסח פאר סיי וועם. זיי האבן א גרויסע פאנדרעיזינג קאמפיין וואס שאפט יערליך צענדליגער מיליאנען צו דעקן די קאסטן. א חלק פון די פאנדרעיזינג איז אויך גיין צו די המון עם און בעטן זיי זאלן זיך משתתף זיין (ר' אברהם אליין גייט כסדר ארום אין די בתי מדרשים נאך געלט). פארוואס עפעס זאל איינער געבן געלט? ווייל זעקס מיליאן דאלער איז נאכנישט געדעקט. עס וועט אי"ה ווערן געדעקט מיט נדבות פון מענטשן וואס ליינען די עד און טראכטן גראד, אזוי ווי ביז אהער.

איין באשעפער ווייסט וואו איר האט דא געטראפן אן אנזעץ.
געזאנג
פרישער באניצער
פאוסטס: 36
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 24, 2025 7:53 pm
x 7

Re: הפקרות ביי צדקה וחסד ארג. און קאמפיינס

פאוסט דורך געזאנג »

פאר‘חובות‘ן פאר צדקה איז לויט דריידל א געפערליכער פארברעך
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1585
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 5207

Re: הפקרות ביי צדקה וחסד ארג. און קאמפיינס

פאוסט דורך Think and Thank »

עומד על תלת האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 11:29 pm
דריידל האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 11:19 pm
אנדערער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 1:52 pm וואס מיינט א לאך פון 6 מיליאן?
פשוט, זיי האבן געטיילט עסן און געצאלט אנדערע אויסגאבן וואס האט געקאסט זעקס מיליאן דאללער, מיט געבארגטע געלטער.
איך פארשטיי אז אין די פאל מיינט עס, אז זיי האבן צו באצלאן חובות פון נצרכים אין בוטשער, פיש סטאר, וואס זייהאבן זיך אונטערגענומען צו צאלן....
מען סטארשעט ‘‘זיי‘‘ אז די נצרך וועט מער נישט קענען אויפשרייבן.....

און אפשר אולי איז עס פלעין אז מען האט צוגעזאגט צו צאלן ארבעטן זיי צו שאפן די געלט דערפאר, און קיינער דארף נישט סטראשען? נישט קיין מעגליכקייט בכלל?
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1585
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 5207

Re: הפקרות ביי צדקה וחסד ארג. און קאמפיינס

פאוסט דורך Think and Thank »

געזאנג האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2025 1:34 am פאר‘חובות‘ן פאר צדקה איז לויט דריידל א געפערליכער פארברעך

כידוע איז רביה"ק מסאטמאר געקומען קיין אמעריקע נאכ'ן אנזעצן אין א"י, ווייל אלס פארברעכער האט ער געמוזט אנטלויפן...
געזאנג
פרישער באניצער
פאוסטס: 36
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 24, 2025 7:53 pm
x 7

Re: הפקרות ביי צדקה וחסד ארג. און קאמפיינס

פאוסט דורך געזאנג »

וואס ווייסט דען די נייע גענעראציע?
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1585
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 5207

Re: הפקרות ביי צדקה וחסד ארג. און קאמפיינס

פאוסט דורך Think and Thank »

דריידל האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 10:21 pm
ס'איז נישט געווען איך האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 10:25 am איך רעד נישט ספציפיש וועגן די ארג. וואס דו רעדסט ווייל איך וויס נישט פון וועמען דו רעדסט, אבער בכלליות קען מען ענטפערן אויף די שאלה, אז לדוג' אז ס'איז דא א ארג. ואס טיילט פאר געוויסע משפחות עסן שוין פאר לאנגע יארן, קען מען נישט אפשטעלן און זאגן פאר די משפחות: סארי איך האב נישט קיין געלט ממיילא האב איך נישט פאר אייך צו עסן, נאר מ'דארף ממשיך זיין צוטיילן עסן און צוזאמען מיט דעם זיך ברעכן קאפ ווי אזוי מ'דעקט דאס מיט די חובות
דאס איז נישט געטראכט גראד. די תורה פארלאנגט נישט מ'זאל גיבן צדקה, געלט וואס מ'האט נישט. טאמער איז א מצב פון פיקוח נפש, ממש מ'גייט אויס פאר הינגער, איז אנדערש. אבער מ'רעדט דאך נישט פון דעם. ס'וואלט גארנישט פאסירט ווען ער אנטשולדיגט זיך פאר די מקבלים אז צוליב שוועריקייטן מיט נדבות וועט מען קענען, למשל, קויפן בלויז טשיקן מיט געפילטע פיש, אשטאטס סטעיק מיט סעלמאן פיש.

די תורה פארלאנגט טאקע נישט, און דער איד גייט למעלה מן החיוב, אזוי ווי ער האט געזען ביי זיין טאטע און רבי, און פאר'חובות'ט זיך צו קענען טיילן עסן אפילו ווען די תורה פארלאנגט נישט! אן השגה פון א איד אין אונזער דור!

איינער וואס בארגט געלט און באצאלט נישט, אדער בעט געשעפטסלייט לאזן אויפשרייבן און באצאלט עס נישט, איז דאס גניבה. אבער אויב איך האב ארויס פון וועלכע ארגאניזאציע מען רעדט, מיין איך אז דערווייל האט קיינער נישט ארויסגעשטעלט אזא באשולדיגונג, ווייל ער פאנדרעיזט סיי דורך גיין צו גבירים און סיי טאקע דורך אזעלכע עדס געוואנדן צום המון עם, און דורכדעם באצאלט ער יעדן ערליך. די איינציגסטע באשולדיגונג(!!!!) איז אז ער טיילט עסן פאר ער האט די געלט אין טאש אדער די הבטחה דערפאר, נאר ער פארלאזט זיך אז אזוי ווי ער האט געדעקט די לעצטע 30 יאר וועט ער אויך למעשה באווייזן צו דעקן דאס יאר. טאקע א שוידערליכע, הימל שרייענדע עוולה.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1585
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 5207

Re: הפקרות ביי צדקה וחסד ארג. און קאמפיינס

פאוסט דורך Think and Thank »

עומד על תלת האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 11:33 pm
דריידל האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 10:21 pm
ס'איז נישט געווען איך האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 10:25 am איך רעד נישט ספציפיש וועגן די ארג. וואס דו רעדסט ווייל איך וויס נישט פון וועמען דו רעדסט, אבער בכלליות קען מען ענטפערן אויף די שאלה, אז לדוג' אז ס'איז דא א ארג. ואס טיילט פאר געוויסע משפחות עסן שוין פאר לאנגע יארן, קען מען נישט אפשטעלן און זאגן פאר די משפחות: סארי איך האב נישט קיין געלט ממיילא האב איך נישט פאר אייך צו עסן, נאר מ'דארף ממשיך זיין צוטיילן עסן און צוזאמען מיט דעם זיך ברעכן קאפ ווי אזוי מ'דעקט דאס מיט די חובות
דאס איז נישט געטראכט גראד. די תורה פארלאנגט נישט מ'זאל גיבן צדקה, געלט וואס מ'האט נישט. טאמער איז א מצב פון פיקוח נפש, ממש מ'גייט אויס פאר הינגער, איז אנדערש. אבער מ'רעדט דאך נישט פון דעם. ס'וואלט גארנישט פאסירט ווען ער אנטשולדיגט זיך פאר די מקבלים אז צוליב שוועריקייטן מיט נדבות וועט מען קענען, למשל, קויפן בלויז טשיקן מיט געפילטע פיש, אשטאטס סטעיק מיט סעלמאן פיש.
קען זיין געוויסע געשעפטן זאגן דעיס טאקע פאר די נצרכים,
ווי לאנג די ארגאניזאציע צאלט נישט די ביל קען מען נישט קויפן סטעיק....
דערפאר קומט מען יעצט וויינען צום עולם.....

אדער קומט מען יעצט וויינען צום עולם פשוט ווייל דאס האט מען אלעמאל געטון. עס רופט זיך פאנדרעיזינג. מען גייט ארום צו מענטשן און מען זאגט זיי "איך טייל אויס פיש און אנדערע געברויכן לכבוד שבת פאר אלמנות און יתומים, עס קאסט כך וכך און איך האב נאך אסאך צו דעקן, ביטע זיי זיך משתתף אין די גרויסע מצוה."

מ'קען עס זען יעדע וואך פרייטאג אין ראדני. פעלט נישט אויס צו מאכן קיין בערד פאר מעשיות וואס זענען נאך הייס ארויס פון אויוון.
אוועיטער
דריידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 321
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 596

Re: הפקרות ביי צדקה וחסד ארג. און קאמפיינס

פאוסט דורך דריידל »

געזאנג האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 11:29 pm זיי קויפן ביי ווענדאר‘ס?
זיי צאלן אלץ שפעט פאר געשעפטן ווי עס איז דא אפענע אקאונטס און אזוי גייט אהן זייער אפערעישאן
יא, פאר די פסח חלוקה קויפן זיי
שטותים איז נישט דער אלטערנאטיוו פון שכל (קרעדיט: @הדסים)
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3398
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3957

Re: הפקרות ביי צדקה וחסד ארג. און קאמפיינס

פאוסט דורך אנדערער »

דריידל האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2025 8:31 am
געזאנג האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 11:29 pm זיי קויפן ביי ווענדאר‘ס?
זיי צאלן אלץ שפעט פאר געשעפטן ווי עס איז דא אפענע אקאונטס און אזוי גייט אהן זייער אפערעישאן
יא, פאר די פסח חלוקה קויפן זיי
און?

שרייב פאוסט