פ. לאקס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 2:49 pm
ספעציעל פאר אלע וואס קענען ממש נישט פארשטיין וואס די פראבלעם פונעם אמיקוס איז, און וואס עס קען שאדן מאכן, און פארוואס דער לאיער און די עסקנים זענען באזארגט דערוועגן.
און להוסיף חטא על פשע (אדער פשע על פשע) האט ער נאך געשפירט פאר וויכטיג אויפצוברענגען געוויסע טענות וואס קענען שעדיגן די קלאגע! (אין ענגליש רופט מען עס א "וויעק פוינט" – א פונקט וואס איז א שוואכקייט אין דיינע טענות) און נאך אזעלכע טענות וואס די סטעיט האט ניטאמאל אויפגעברענגט! און איז בך הכל איינמאל דערמאנט געווארן בדרך אגב דורכן ריכטער אינעם ערשטן הירינג פאר דעם TRO, און דא קומט ער און ער שפילט עס אויף מיט א ברייטקייט און שלאגט פאר לעזוגען... וואס דאס אלעס קען ממש זיין א קאטאסטראפע פארן קלאגע, און קען גאר ברענגען דעם ריכטער גאר שטארק צו באגרעניצן דעם אורטייל, און נאך מעגליך אפילו ברענגען צו באשליסן אז די קלאגע וועט האבן צו א שטארקע אימפאקט אויף אנדערע קעיסעס.
פאר אלע וואס זענען געבליבן נייגעריג איבער וואס איך באצי זיך ביים שרייבן די פאראגראף, את אשר יגורנו בא, איך מיין אז די שאדן איז שוין אפגעטון געווארן, און איך קען שוין שרייבן קלאר דאס וואס איך האב זיך דאן צוריקגעהאלטן.
אבי שיק האט אין זיין אמיקוס געשפירט פאר וויכטיג צו אריין קריכן אין דעטאלן פון פונקטליך וואס דארף מען טון כדי יא צו הייסן א סקול. (די מוסדות האבן געקלאגט אז זיי הייסן נאכאלץ א סקול אפילו אויב זיי זענען נישט עקוויווילענט).
עס איז א דבר פשוט אז געזונטער איז אז מען רעדט נישט דערפון, און זיכער נישט בפרטי פרטים דערפון, אז עס פעלט זיך אויס און די אנדערע זייט ברענגט עס ארויף קען מען אוודאי ענטפערן א פשט, אבער יעדער פארשטייט אז ווי מער מען מישט די טאפ אין דעם ענין אלץ מער קאמפליצירט ווערט עס, און אלץ העכערע שאנסן אז דער ריכטער וועט זוכן די שנעלסטע וועג ארויס פון דעם קעיס, זינט אן אורטייל ממט לויזע באגרעניצונגען וואס א שולע מיינט באדייט אז די געריכט וועט פארפלייצט ווערן מיט קלאגעס פון מוזיק שולעס וכדומה אז זיי דארפן אויך באקומען געלט.
ביים הירינג צו באקומען דעם TRO האט די ריכטערין געפרעגט בארשאוו וואס די ווארט שולע באדייט יא, וואס איז די גדר, און בארשאוו האט זיך ארויסגעדרייט פון געבן א קלארע גדר, נאר געענטפערט אז די יעצטיגע קלעגער שולעס זענען זיכער יא שולעס, און תיכף צוריק געדרייט די שמועס צו די ריכטיגע רעלסן.
אינעם אמיקוס האט אבער פערלס יא געשפירט פאר וויכטיג אריין צו קריכן אינעם ענין, און פארשלאגן מעגליכע פשטים וואס די ווארט שולע זאל יא באדייטן, וואס דאס פאר זיך איז גענוג שלעכט, און ווי געזאגט קען עס ברענגען דעם ריכטער זיך איבערצוטראכטן אז אן אורטייל אז דאס הייסט א שולע מאכט נישט קיין סענס און וועט פארפלייצן די געריכט מיט אנדערע א.ג. שולעס וואס וועלן פארלאנגען געלט.
אבער וועלכע פשט האט פערלס פארגעשלאגן אינעם געזעץ?
ניתי ספר וניחזי

- Screenshot_20250901_002751_Samsung Notes.jpg (160.04 KiB) געזען געווארן 1245 מאל
ער שפילט אויף די פראגע פונעם ריכטערין וואס זי האט געפרעגט בדרך אגב, און די סטעיט האט ניטאמאל אויפגעברענגט די טענה, אבער ער שלאגט פאר "לעזונגען"... וואס ווי געזאגט איז די עצם אויסברייטערן און ארום רעדן פון א זאך וואס העלפט דיר נישט, און אויב עםעס העלפט עס דעם צד שכנגד יעדעס ווארט וואס מען רעדט דערפון, דאס פאר זיך איז גענוג שלעכט.
אבער דערצו האט ער פארגעשלאגן, אז אינעם געזעץ זאל מען לערנען פשט אין די ווארט פריוואטע שולע.... די זעלבע טייטש וואס די סטעיט האט געשריבן אין די רעגולאציעס.... יאפ, א גוטע עצה, ניין?
אבער לאמיר זען ווער נאך האלט אזוי...

- Screenshot_20250901_002918_Samsung Notes.jpg (85.73 KiB) געזען געווארן 1245 מאל
יא, די פארשאלטענע כופרים פון יאפפעד האלטן אויך אזוי... זיי האלטן אויך אז מען זאל לערנען די זעלבע פשט פון די רעגולאציעס, אבער זיי לייגן שוין צו אז געזעצליך מוז מען אזוי לערנען פשט...
נאר איין זאך זענען זיי מחולק, וואס שטייט אין די רעגולאציעס.
אין די רעגולאציעס שטייט אז א פריוואטע שולע באדייט ווי פאלגענד:
(פאר די צוועק פון די רעגולאציעס, זיי שרייבן אז איך גיי יעצט אסאך מאל שרייבן די ווארט פריוואטע שולעס, וואס מיין איך דערמיט צו זאגן? ווער ווערט פאררעכנט אלץ א פריוואטע שולע? אזא איינער וואס)
עס רעכנט אויס עטליכע תנאים, און פירט אויס אז די שולע
"געט עדיוקעישאן, און די עדיוקעישאן צילט צו ערפילן די פליכט פון עדיוקעישאן געזעץ פאר די סטודענטן אין דעם שולע" דערויף שרייט יאפפעד אז אצינד אז די סטעיט האט שוין באשטעטיגט אז זיי לערנען נישט די פארלאנגטע לימודים צו נאכקומען די פליכט פונעם עדיוקעישאן געזעץ, דעריבער הייסן זיי מער בכלל נישט קיין שולע. זינט די סטעיט האט אין די רעגולאציעס געשריבן אז א שולע באדייט נאר איינער וואס לערנט די פארלאנגטע לימודים.
פערלס פון איר זייט דרוקט די ווארט "צילט", אז די עיקר איז אז די שולע געט עדיוקעישאן און "צילט" דערמיט נאכצוקומען עדיוקעישאן געזעץ, אפילו אויב למעשה קומען זיי עס נישט נאך, הייסן זיי אבער נאכאלץ א שולע, סך הכל א נישט עקוויווילענט שולע.
איך מיין אז איך דארף נישט מסביר זיין וועלכע זייט שטייט בעסער ווען מען טענה'ט זיך צי מען דארף יא אדער נישט דרוקן די ווארט "צילט", און עס איז גענצליך איבריג צו מסביר זיין פארוואס עס איז געווען געזונטער לכתחלה נישט אריין צו גיין אין דעם קלאפאטע, אבער נע... יעדער ווייסט דאך יא ווער דער "עכטער" געניטער אדוואקאט איז, וואס האט שוין באוויזן צו פארלירן קעגן די סטעיט אין אלע דריי שטאפלען פון ניו יארק סטעיט געריכט...
אוח דאס האב איך דעמאלט געמיינט ביים רעדן איבער "נאך" ענינים וואס ער האט געשפירט פאר וויכטיג אויפצוברענגען, וואס איז א דבר פשוט אז ווען דער ריכטער זעט די ווערטער הייבט ער אן איבערקלערן זיין מיינונג, און הייבט אן זוכן וועגן וויאזוי ער קען באגרעניצן זיין אורטייל צו פארמיידן מוזיק שולעס וכדומה פון קענען נוצן דעם אורטייל אלץ א שטעקן צו קלאגן, און איין באשעפער ווייסט וואסארא באגרעניצונגען דער ריכטער וועט אזא פאל אריין שרייבן.