ערשטמאליגע שבת הַקְהֵל פאר חסידי סאטמאר מאנסי מהר"א בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
אוועיטער
סאטמאר מאנסי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 580
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:42 am
Location: 13 Monsey Blvd.
x 985
פארבינד זיך:

Re: ערשטמאליגע שבת הַקְהֵל פאר חסידי סאטמאר מאנסי מהר"א בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

פאוסט דורך סאטמאר מאנסי »

🌴 סאטמאר מאנסי 🌴

היינט דאנערשטאג איז די לעצטע טאג צו געניסן פונעם $100 הנחה צום היסטארישן שבת הקהל!

שרייבט אייך יעצט איין ביי איינע פון די פאלגענדע מהלכים:


בבית מדרשינו הגדול: ביים רעגעסטראציע טישל

רופט אין אפיס: #100 845-356-9400

אימעל: Shabbos@hacyl.org

דריקט דעם לינק
פיילס
IMG-20250814-WA0058.jpg
IMG-20250814-WA0058.jpg (316.92 KiB) געזען געווארן 2564 מאל
IMG-20250814-WA0059.jpg
IMG-20250814-WA0059.jpg (314.82 KiB) געזען געווארן 2564 מאל
אוועיטער
סאטמאר מאנסי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 580
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:42 am
Location: 13 Monsey Blvd.
x 985
פארבינד זיך:

Re: ערשטמאליגע שבת הַקְהֵל פאר חסידי סאטמאר מאנסי מהר"א בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

פאוסט דורך סאטמאר מאנסי »

🌴 סאטמאר מאנסי 🌴

דיסקאונט פרייז פארלענגערט ביז מאנטאג נאכט

רעגיסטרירט אייך יעצט דא
פיילס
IMG-20250814-WA0279.jpg
IMG-20250814-WA0279.jpg (315.19 KiB) געזען געווארן 2424 מאל
אוועיטער
סאטמאר מאנסי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 580
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:42 am
Location: 13 Monsey Blvd.
x 985
פארבינד זיך:

Re: ערשטמאליגע שבת הַקְהֵל פאר חסידי סאטמאר מאנסי מהר"א בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

פאוסט דורך סאטמאר מאנסי »

🌴 סאטמאר מאנסי 🌴

רעגיסטראציע פארן היסטארישן שבת הקהל שליסט זיך היינט נאכט!

רעגיסטרירט אייך יעצט דא אויפן לינק
פיילס
IMG-20250819-WA0188.jpg
IMG-20250819-WA0188.jpg (341.57 KiB) געזען געווארן 2189 מאל
אוועיטער
סאטמאר מאנסי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 580
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:42 am
Location: 13 Monsey Blvd.
x 985
פארבינד זיך:

Re: ערשטמאליגע שבת הַקְהֵל פאר חסידי סאטמאר מאנסי מהר"א בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

פאוסט דורך סאטמאר מאנסי »

IMG_20250822_143946_789.jpg
IMG_20250822_143946_789.jpg (196.85 KiB) געזען געווארן 2016 מאל
IMG_20250822_143947_104.jpg
IMG_20250822_143947_104.jpg (199.57 KiB) געזען געווארן 2016 מאל
אוועיטער
סאטמאר מאנסי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 580
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:42 am
Location: 13 Monsey Blvd.
x 985
פארבינד זיך:

Re: ערשטמאליגע שבת הַקְהֵל פאר חסידי סאטמאר מאנסי מהר"א בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

פאוסט דורך סאטמאר מאנסי »

🌴 סאטמאר מאנסי 🌴

"בעוד שבוע אחד"
שבת הקהל בצל הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אין די ארמון האטעל
פיילס
IMG_20250822_143949_293.jpg
IMG_20250822_143949_293.jpg (181.74 KiB) געזען געווארן 2017 מאל
IMG_20250822_143951_150.jpg
IMG_20250822_143951_150.jpg (182.19 KiB) געזען געווארן 2017 מאל
IMG_20250822_143952_878.jpg
IMG_20250822_143952_878.jpg (172.04 KiB) געזען געווארן 2017 מאל
אוועיטער
סאטמאר מאנסי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 580
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:42 am
Location: 13 Monsey Blvd.
x 985
פארבינד זיך:

Re: ערשטמאליגע שבת הַקְהֵל פאר חסידי סאטמאר מאנסי מהר"א בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

פאוסט דורך סאטמאר מאנסי »

🌴 סאטמאר מאנסי 🌴

אסיפת עסקנים לקראת דעם היסטארישן שבת הקהל בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אין די ארמון האטעל אין סטעמפארד קאנעטיקעט דעם שב"ק יומא דהילולא קדישא פון מרן הייטב לב זי"ע
פיילס
IMG-20250826-WA0469.jpg
IMG-20250826-WA0469.jpg (219.55 KiB) געזען געווארן 1750 מאל
IMG-20250826-WA0467.jpg
IMG-20250826-WA0467.jpg (212.7 KiB) געזען געווארן 1750 מאל
IMG-20250826-WA0475.jpg
IMG-20250826-WA0475.jpg (197.99 KiB) געזען געווארן 1750 מאל
אוועיטער
סאטמאר מאנסי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 580
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:42 am
Location: 13 Monsey Blvd.
x 985
פארבינד זיך:

Re: ערשטמאליגע שבת הַקְהֵל פאר חסידי סאטמאר מאנסי מהר"א בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

פאוסט דורך סאטמאר מאנסי »

🌴 סאטמאר מאנסי 🌴

שַׁבַּת הַקְהֵל בְּצֵל כְּנָפֶיךָ יֶחֱסָיוּן!

חברי ק"ק סאטמאר-מאָנסי לאָזן זיך אַרויס אויף די וועגן מיטצולעבן היסטאָרישער "שבת הַקְהֵל", בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א


בהקהל את הקהל! ברוך מקדש ישראל והשבת! ברגשי שמחה והתרוממות וועלן חברי ק"ק סאַטמאַר-מאָנסי אנשי שלומינו קהל עדתינו זוכה זיין מיטצולעבן דעם היסטאָרישן יום שבתון אין לשכח בקורות ימי קהלתינו הק' "שבת הקהל" בקודש פּנימה בצילא קדישא עילאה פון עטרת ראשינו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

היסטאָרישע ערשטמאָליגע שבת פאַר תלמידי וחסידי סאַטמאַר תושבי מאָנסי!

לקראת שבת לכו ונלכה! ברגשי שבח והודאה להשי"ת גרייטן זיך כל קהלא קדישא הדין חברי קהלתינו הק' אין מאָנסי אָפּצורעכטן דעם ערשטמאָליגע "שבת הַקְהֵל" וועלכע וועט צוזאַמנעמען דעם גאַנצן ציבור קהל עדתינו אויף אַ פּערזענליכע שבת בקודש פּנימה לחזות בנועם ה' בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א – שבת הילולא קדישא ו' אלול פון מרנא ורבנא הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע, וועלכע איז אַ זמן קהלה לכל ווען מרן רבינו שליט"א פּראַוועט מידי שנה בשנה בתוככי קהלתינו הק' בהדרכה והתחזקות לכל קהל עדתינו.

ק"ק סאַטמאַר-מאָנסי אַ פּרעכטיגע דיימאַנט מיט אַ אויסטערלישע וואוקס בליעה"ר!

די סאַטמאַרער קהלה אין מאָנסי איז היינט צוטאָגס פון די שענסטע דיימאַנטן אינעם ממלכת סאַטמאַר האדירה, זייענדיג אַ קהלה נאה וחסודה וועלכע איז אַ כבוד און שטאָלץ פאר ק"ק סאַטמאַר, זיך הייבנדיג מעלות רמות בתורה עבודה וגמ"ח, טראָצדעם וואָס די קהלה איז היבש יונגער פון אַלע אַנדערע סאַטמאַרער קהלות, איז דאָס היינט אַ לייכטורעם און וועג ווייזער פאר אַנדערע מיט פילפאַרביגע אדירי מבצרי הקהלה לכבוד ולתפארת.

באַזונדער האָט ק"ק סאַטמאַר-מאָנסי מיטגעלעבט אין די פאַרגאַנגענע יאָרן אַ אָסטראָנאָמישע וואוקס, ווען די קהלה האָט זיך מאַכטפול פאַרטאָפּלט מיט פרישע הונדערטער חברי הקהלה בליעה"ר, וועלכע וואַקסט ווייטער מיט אַ אויסטערלישע בליה און וואוקס ימה קדמה צפונה ונגבה.

כל קהלא קדישא סאַטמאַר מאָנסי פאר אינאיינעם אַרויס אויף שבת בצילא דמהימנותא!

די שבת איז מיוחד פאַר'ן גאַנצן ציבור חברי קהלתינו הק', רבנן ותלמידיהון, מורי צדק ומרביצי תורה שליט"א, חברי אהבת קדומים, בעלי בתים נכבדים, אברכים יקרים, יושבי אהל, און בחורי חמד, פון איבער גאַנץ מאָנסי ושכונותי', כלי קודש, מרביצי תורה, ומורי צדק שליט"א, ועל צבאם הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א. כולם נקבצו באו לך מיט'ן מטרה פון הַקְהֵל אֶת הָעָם לְמַעַן יִשְׁמְעוּ וּלְמַעַן יִלְמְדוּ פונעם גרויסן מנהיג העדה פאַר תלמידיו וחסידיו הנאמנים תושבי מאָנסי איבערצוגעבן וואַרימע דברי הדרכה והתחזקות במשך השבת קודש, הייליגע טייערע ווערטער וועלכע וועט באַלייכטן די אויגן את הדרך אשר נלך בה, למען יעמדו ימים רבים למשמרת.

לכה דודי נצא השדה! די שבת איז ספּעציעל אַהערגעשטעלט געוואָרן מחוץ לעיר אין אַ געשמאַקע רואיגע אַטמאָספערע און הערליכע פּאַנאָראַמע, כדי צו געבן די געלעגנהייט כל כולו קודש לה' מיטצוהאַלטן דעם פולן שבת מבואו ועד צאתו מיט די פולע עונג ומנוחה, און מיטלעבן די געהויבענע שבת בקודש פּנימה מיט'ן רבי'ן שליט"א, און אַרויסצונעמען פונעם שבת די מאַקסימום וואָס אַזאַ שבת ברענגט מיט זיך לעילא מכל ברכתא מיד ולדורות!

אויסשליסליך פאר תושבי מאָנסי!

אַזוי ווי די שבת קודש איז אויסשליסליך פאַר'ן ציבור תלמידי וחסידי סאַטמאַר תושבי מאָנסי, וועט זיין ספּעציעלע כניסה קאַרטלעך, וואָס נאָר מיט די קאַרטלעך וועט מען קענען אַריינקומען אינעם האָטעל קאָמפּלעקס, ביים אָנקומען אין האָטעל וועט די סעקיורעיטי סקענען יעדן "כניסה קאַרטל", די כניסה קאַרטלעך זענען געדרוקט מיט ספּעציעלע 'באַרקאָוד'ס' פאר יעדן משתתף באַזונדער, און נאר אַזוי וועט מען קענען אַריינקומען, אויך פאַר יעדע בחור וועלכע מ'האָט רעגיסטרירט צום שבת איז דאָ אַ באַזונדערע "כניסה קאַרטל", און עס וועט בשו"א נישט זיין די מעגליכקייט אַריינצוקומען אן די אייגענע כניסה קאַרטל.

אַ פולע שבת מבואו ועד צאתו בקודש פּנימה!

דער שבת וועט בעז”ה געפּראַוועט ווערן אויף גאר א געהויבענעם פארנעם, געשמאק און ברודער'ליך, די תפלות, שולחנות הטהורות, דרשות און אלעס אַרום, מקורב למלכות אויף אַ פּערזענליכע פאַרנעם בקודש פּנימה, ווי מ'וועט אין די זעלבע צייט זוכה זיין זיך אָנצושעפּן מבארו הטהור פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בדברי חיזוק והתעלות ביי די מערערע דברות קודש במשך השבת, מיט אַ קלאָרקייט אין פילצאָליגע תחומי החיים ביסודות הדת והיהדות. מיט אַ תועלת ותכלית הנרצה פאר יעדן איינציגסטע משתתף השבת, וועלכע וועלן באַלייכטן אונזערע אויגן לכל אורך דרך החיים.

לעכטיגע דערהויבענע סדר השבת

מטעם די ענערגישע עסקני השבת איז אַריינגעלייגט געוואָרן אויסטערלישע כוחות אַהערצושטעלן אַלע פרטי השבת אַז עס זאָל זיין אויפ'ן שענסטן פאַרנעם, אַז יעדער זאָל בעז"ה קענען מיטהאַלטן און זיך אָנשעפּן און מיטנעמען חיזוק והדרכה כי ממנו נקח לעבוד את ה'.

די רייכע סידורו של שבת וועט זיך שוין אָנהייבן פרייטאָג נאָכמיטאָג אין די פריע שעות מיט די סעריע רייכע שיעורי הכנה צום שבת, באַזונדערע דרשות פאר אַלע יאָרגענג פונעם ציבור, מיט באַזונדערע דרשות בעפאָר'ן זמן הדלקה"נ, ווען צווישן אַנדערע וועט הגה"צ מאָנסי'ער רב שליט"א אויפטרעטן פאר די פּארי העדה חברי אהבת קדומים.

וואַרימע תפלות און לעכטיגע טישן בצל הקודש

במשך דעם גאַנצן שבת וועט מען האָבן די זכי' אַז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט יורד זיין לפני התיבה צו אַלע תפלות מבואו ועד צאתו לכבוד די הילולא קדישא פון ק"ז מרנא ורבנא הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע, וועלכע וועט אַסאַך צוגעבן צום געהויבענעם אַטמאָספערע פונעם שב"ק.

די שולחנות הטהורות וועלכע דער רבי שליט"א וועט פּראַווענען אינאיינעם מיט'ן ציבור וועט זיין אַ קייט פון התעלות והתרוממות הנפש, מיט די וואַרימע דערהויבענע זמירות שירות ותשבחות, און די דברות קודש מיט דברי הדרכה צווישן די מאכלי שב"ק, און שפּעטער די געווענטליכע דברות קודש בדרוש ופלפול, נאָכגעפאָלגט מיט די סיפּורי קודש פונעם בעל ההילולא זי"ע.

מעמד רבתי עסק התורה בצפרא דשבתא

שבת אינדערפרי פאַר'ן דאַווענען וועט אין אַ יום טוב'דיגע אַטמאָספערע געפּראַוועט ווערן אַ "מעמד רבתי לימוד עסק התורה דרבים", ווי דער גאַנצער ציבור זקנים עם נערים אין שפּיץ פונעם רבי'ן שליט"א וועלן עוסק בלימוד בחברותא פאַר'ן דאַווענען אינעם גרויסן היכל הביהמ"ד והיכל התורה, אַלס הכנה דרבה צום וואַרימע תפלת שחרית ואמירת נשמת.

סעודות שב"ק לבחורי חמד

ביים סעודת יום שב"ק וועט דער רבי שליט"א צוערשט באַשיינען די סעודה פאר די בחורי חמד, ווי די הונדערטער בחורי חמד וועלן באַזונדער פּראַווענען די סעודת שב"ק אין שפּיץ פון הרה"ג מלהיב לבבות רבי מאיר צוויבל שליט"א בעל נר המאיר, און די בחורים וועלן ביים צווייטן חלק פון די טיש אַריינקומען אינעם היכל השולחנות מיטהאַלטן די המשך שולחן הטהור, און שבת צופרי ביי די ערשטע מאָמענטן פון די סעודה וועלן די בחורים האָבן די זכי' צו הערן די ספּעציעלע דברות קודש ודברי הדרכה פאר די בחורי חמד.

דערנאָך וועט דער רבי שליט"א פּראַווענען די סעודות יום שב"ק אינאיינעם מיט'ן ציבור, מיט ספּעציעלע דברות קודש ודברי הדרכה פאַר'ן ציבור, און וואַרימע מאָמענטן פון זמירות שירות ותשבחות לכבוד יום השב"ק. ביים "בייטאָג טיש" וועט אויפטרעטן מיט אַ דרשה מיוחדת דער איש על העדה הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א. נאָכגעפאָלגט מיט די שיעורי פּרקי אבות.

פייער-קלימאַקס מעמד קדוש רעוא דרעוין

די פייער-קלימאַקס פונעם געהויבענעם שבת וועט געוויס זיין די לעכטיגע מאָמענטן ביי שלש סעודות אינעם זמן פון רעוא דרעוין בחודש של רחמים ורצון, מיט אַ הכנה דרבה צו די ימים הנוראים הממשמשים ובאים, ווען די זמירות וועלן געזינגען ווערן ברשפי אש שלהבת קה, און דערנאָך וועט מען ווידעראַמאָל זוכה זיין צו הערן די דברי אלקים חיים פון כ"ק מרן רבינו שליט"א.

נאָך שלש סעודות און תפלת מעריב, וועט רבינו שליט"א מבדיל זיין על הכוס לכל הקהל הקודש, און דערנאָך וועט פאָרקומען די "מעמד ויתן לך" מיט השפּעות טובות לפּרנסה פאַר'ן גאַנצן ציבור, וועלכע וועט נאָכפאָלגן מיט'ן מעמד קידוש לבנה ברחובה של עיר.

היסטאָרישע מעמד התחלת כתיבת ספר תורה לכבודו ולזכותו פון כ"ק מרן רבינו שליט"א

היסטאָרישע מאָמענטן וועט פאָרקומען במוצאי יום גילה ביים מעמד נשגב ומרומם "התחלת כתיבת ספר תורה", אויפ'ן מהודר'דיגע ספר תורה וועלכע וועט געשריבן ווערן דורך אנשי שלומינו חברי קהלתינו הק' לכבודו ולזכותו הרמה פון עטרת ראשינו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, באַגלייט בתופים ובמחולות כראוי וכיאות לכבודה של תורה.

אינעם געהויבענע שעת רחמים ועת רצון איידער'ן אָנהייבן די מצוה רבה פון כתיבת ספר תורה בשותפות, וועלן געזינגען ווערן וואַרימע ניגוני בקשה על התורה, לפּתיחת הלב בתורה, ובנים מאירים בתורה. דערנאָך וועט זיין די הויכפּונקט ווען כ"ק מרן רבינו שליט"א וועט אַריינשרייבן די ערשטע אותיות אינעם ספר תורה, און וועט נאָכפאָלגן מיט פייערליכע ריקודין לכבודה של תורה, ווי מ'וועט דערביי לויבן און דאַנקן בשבח והודאה להשי"ת אויף די לעכטיגע מאָמענטן, דעם יום קדוש מבואו ועד צאתו וועלכע מ'האָט זוכה געווען מיטצולעבן בקודש פּנימה פון כ"ק מרן רבינו שליט"א אויף אַזאַ דערהויבענע פאַרנעם.

יום שבתון אין לשכוח!

גענוי ווי אַלע גרעסערע שבתים בקורת ימי קהלתינו בקודש פּנימה האָבן געברענגט אויסטערלישע רעזולטאַטן פון התרוממות והתעלות מיט אַ פרישע העכערע גייסט, אַ שטייגער ווי די "שבת אהבת קדומים" מיט די חברי אהבת קדומים, די "שבת מצדיקי הרבים" מיט די מלמדי מוסדותינו הק', די "שבת עמלי התורה" מיט די רבני הכוללים, וועט בעז"ה די יעצטיגע "שבת הקהל" אויך ברענגען אַ אומבאַגרייפליכע הרמת קרן קהלתינו און וועט אויפהייבן קהלתינו הק' וכל אנשי שלומינו צו פרישע הערליכע שטאַפּל, ולאורו נסע ונלך!

מה ידודית מנוחתך את שבת הקהל בכן נרוץ לקראתך!
אוועיטער
סאטמאר מאנסי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 580
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:42 am
Location: 13 Monsey Blvd.
x 985
פארבינד זיך:

Re: ערשטמאליגע שבת הַקְהֵל פאר חסידי סאטמאר מאנסי מהר"א בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

פאוסט דורך סאטמאר מאנסי »

🌴 סאטמאר מאנסי 🌴

"והיה ביום השישי והכינו"

וויכטיגע אנווייזונגען פאר ערש"ק סדר פון טשעק אין און דעטאלן פארן היסטארישן שבת הקהל בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א דעם שב"ק אין די ארמון האטעל אין סטעמפארד קאנעטיקעט

= לקראת שבת הקהל לכו ונלכה =
פיילס
IMG_20250827_202324_007.jpg
IMG_20250827_202324_007.jpg (196.97 KiB) געזען געווארן 1440 מאל
IMG_20250827_202325_407.jpg
IMG_20250827_202325_407.jpg (193.31 KiB) געזען געווארן 1440 מאל
אוועיטער
סאטמאר מאנסי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 580
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:42 am
Location: 13 Monsey Blvd.
x 985
פארבינד זיך:

Re: ערשטמאליגע שבת הַקְהֵל פאר חסידי סאטמאר מאנסי מהר"א בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

פאוסט דורך סאטמאר מאנסי »

🌴 סאטמאר מאנסי 🌴

פרטים און וויכטיגע אנווייזונגען פארן היסטארישן שבת הקהל בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א דעם שב"ק אין די ארמון האטעל אין סטעמפארד קאנעטיקעט

= לקראת שבת הקהל לכו ונלכה =
פיילס
IMG_20250827_202315_986.jpg
IMG_20250827_202315_986.jpg (215.03 KiB) געזען געווארן 1440 מאל
IMG_20250827_202315_589.jpg
IMG_20250827_202315_589.jpg (243.49 KiB) געזען געווארן 1440 מאל
IMG_20250827_202315_879.jpg
IMG_20250827_202315_879.jpg (250.8 KiB) געזען געווארן 1440 מאל
אוועיטער
סאטמאר מאנסי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 580
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:42 am
Location: 13 Monsey Blvd.
x 985
פארבינד זיך:

Re: ערשטמאליגע שבת הַקְהֵל פאר חסידי סאטמאר מאנסי מהר"א בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

פאוסט דורך סאטמאר מאנסי »

סאטמאר מאנסי האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 27, 2025 8:49 pm 🌴 סאטמאר מאנסי 🌴

פרטים און וויכטיגע אנווייזונגען פארן היסטארישן שבת הקהל בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א דעם שב"ק אין די ארמון האטעל אין סטעמפארד קאנעטיקעט

= לקראת שבת הקהל לכו ונלכה =
פיילס
IMG_20250827_202315_845.jpg
IMG_20250827_202315_845.jpg (238 KiB) געזען געווארן 1441 מאל
IMG_20250827_202316_147.jpg
IMG_20250827_202316_147.jpg (219.16 KiB) געזען געווארן 1441 מאל
אוועיטער
סאטמאר מאנסי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 580
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:42 am
Location: 13 Monsey Blvd.
x 985
פארבינד זיך:

Re: ערשטמאליגע שבת הַקְהֵל פאר חסידי סאטמאר מאנסי מהר"א בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

פאוסט דורך סאטמאר מאנסי »

🌴 סאטמאר מאנסי 🌴

סידורו של שבת פונעם היסטארישן שבת הקהל בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א דעם שב"ק אין די ארמון האטעל אין סטעמפארד קאנעטיקעט

= לקראת שבת הקהל לכו ונלכה =
פיילס
IMG_20250827_202318_899.jpg
IMG_20250827_202318_899.jpg (170.99 KiB) געזען געווארן 1439 מאל
IMG_20250827_202318_826.jpg
IMG_20250827_202318_826.jpg (163.48 KiB) געזען געווארן 1439 מאל
אוועיטער
סאטמאר מאנסי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 580
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:42 am
Location: 13 Monsey Blvd.
x 985
פארבינד זיך:

Re: ערשטמאליגע שבת הַקְהֵל פאר חסידי סאטמאר מאנסי מהר"א בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

פאוסט דורך סאטמאר מאנסי »

סאטמאר מאנסי האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 27, 2025 8:50 pm 🌴 סאטמאר מאנסי 🌴

סידורו של שבת פונעם היסטארישן שבת הקהל בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א דעם שב"ק אין די ארמון האטעל אין סטעמפארד קאנעטיקעט

= לקראת שבת הקהל לכו ונלכה =
פיילס
IMG_20250827_202319_090.jpg
IMG_20250827_202319_090.jpg (148.9 KiB) געזען געווארן 1438 מאל
IMG_20250827_202318_595.jpg
IMG_20250827_202318_595.jpg (144.79 KiB) געזען געווארן 1438 מאל
אוועיטער
סאטמאר מאנסי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 580
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:42 am
Location: 13 Monsey Blvd.
x 985
פארבינד זיך:

Re: ערשטמאליגע שבת הַקְהֵל פאר חסידי סאטמאר מאנסי מהר"א בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

פאוסט דורך סאטמאר מאנסי »

🌴 סאטמאר מאנסי 🌴

סדר השבת פאר די בחורי חמד ביים היסטארישן שבת הקהל בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א דעם שב"ק אין די ארמון האטעל אין סטעמפארד קאנעטיקעט

= לקראת שבת הקהל לכו ונלכה =
פיילס
IMG_20250827_202321_912.jpg
IMG_20250827_202321_912.jpg (167.57 KiB) געזען געווארן 1438 מאל
IMG_20250827_202321_979.jpg
IMG_20250827_202321_979.jpg (144.72 KiB) געזען געווארן 1438 מאל
אוועיטער
סאטמאר מאנסי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 580
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:42 am
Location: 13 Monsey Blvd.
x 985
פארבינד זיך:

Re: ערשטמאליגע שבת הַקְהֵל פאר חסידי סאטמאר מאנסי מהר"א בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

פאוסט דורך סאטמאר מאנסי »

🌴 סאטמאר מאנסי 🌴

"וְהָיָה כְּשִׁבְתּוֹ עַל כִּסֵּא מַמְלַכְתּוֹ וְכָתַב לוֹ אֶת מִשְׁנֵה הַתּוֹרָה הַזֹּאת עַל סֵפֶר"
מעמד נהדר התחלת כתיבת ספר תורה לכבודו ולזכותו הרמה של עטרת ראשינו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א מוצש"ק נאכן היסטארישן שבת הקהל אינעם ארמון האטעל אין סטעמפארד קאנעטיקעט
פיילס
IMG_20250827_202328_551.jpg
IMG_20250827_202328_551.jpg (137.2 KiB) געזען געווארן 1437 מאל
אוועיטער
סאטמאר מאנסי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 580
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:42 am
Location: 13 Monsey Blvd.
x 985
פארבינד זיך:

Re: ערשטמאליגע שבת הַקְהֵל פאר חסידי סאטמאר מאנסי מהר"א בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

פאוסט דורך סאטמאר מאנסי »

🌴 סאטמאר מאנסי 🌴

מעמד רבתי עסק התורה דרבים לימוד התורה בחברותות לכל קהלא קדישא בהשתתפות פון כ"ק רבינו שליט"א שב"ק אינדערפרי ביים היסטארישן שבת הקהל בצל הקודש דעם שב"ק אין די ארמון האטעל אין סטעמפארד קאנעטיקעט

= לקראת שבת הקהל לכו ונלכה =
פיילס
IMG_20250827_225728_119.jpg
IMG_20250827_225728_119.jpg (209.09 KiB) געזען געווארן 1356 מאל
אוועיטער
סאטמאר מאנסי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 580
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:42 am
Location: 13 Monsey Blvd.
x 985
פארבינד זיך:

Re: ערשטמאליגע שבת הַקְהֵל פאר חסידי סאטמאר מאנסי מהר"א בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

פאוסט דורך סאטמאר מאנסי »

🌴 סאטמאר מאנסי 🌴

מודעה ובקשה פונעם וועד השבת
געדענקט מיט צוברענגן אייער כניסה קארטל צום האטעל.
אויב זענט איר איינגעשריבן און איר האט נישט ערהאלטן אייער כניסה קארטל ביטע רופט אריין אין אפיס כדי צו פארשפארן עגמ"נ.
845-356-9400 #100

אזוי ווי די מקוה אין האטעל קען נישט אקאמאדירן אזא ציבור בעט מען אז מען זאל גיין אין מקוה פארן ארויספארן, אלע מקוואות דקהלתינו הק' וועלן זיין צוגערישט פארן ציבור פון חצות

אדרעס פונעם האטעל
2701 Summer St, Stamford, CT 06905
פריילאך
פרישער באניצער
פאוסטס: 28
זיך איינגעשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 3:33 pm
x 14

Re: ערשטמאליגע שבת הַקְהֵל פאר חסידי סאטמאר מאנסי מהר"א בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

פאוסט דורך פריילאך »

עפ"י האר"י הק' קען מען שוין גיין אין מקוה פאר שבת, ביי די פיפטע שעה.
אוועיטער
סאטמאר מאנסי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 580
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:42 am
Location: 13 Monsey Blvd.
x 985
פארבינד זיך:

Re: ערשטמאליגע שבת הַקְהֵל פאר חסידי סאטמאר מאנסי מהר"א בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

פאוסט דורך סאטמאר מאנסי »

IMG-20250829-WA0072.jpg
IMG-20250829-WA0072.jpg (107.91 KiB) געזען געווארן 1040 מאל
רעאליסטיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 239
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 20, 2025 10:35 am
x 340

Re: ערשטמאליגע שבת הַקְהֵל פאר חסידי סאטמאר מאנסי מהר"א בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

פאוסט דורך רעאליסטיש »

האטעל איז הערליך צוגעגרייט צו אנטפאנגען קהלה נאה וחסודה סאטמאר מאנסי
פיילס
Screenshot_20250829_163138_WhatsApp.jpg
Screenshot_20250829_163138_WhatsApp.jpg (147.38 KiB) געזען געווארן 932 מאל
Screenshot_20250829_163100_WhatsApp.jpg
Screenshot_20250829_163100_WhatsApp.jpg (128 KiB) געזען געווארן 932 מאל
Screenshot_20250829_163047_WhatsApp.jpg
Screenshot_20250829_163047_WhatsApp.jpg (150.66 KiB) געזען געווארן 932 מאל
רעאליסטיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 239
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 20, 2025 10:35 am
x 340

Re: ערשטמאליגע שבת הַקְהֵל פאר חסידי סאטמאר מאנסי מהר"א בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

פאוסט דורך רעאליסטיש »

רעאליסטיש האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 29, 2025 4:43 pm האטעל איז הערליך צוגעגרייט צו אנטפאנגען קהלה נאה וחסודה סאטמאר מאנסי
פיילס
Screenshot_20250829_163130_WhatsApp.jpg
Screenshot_20250829_163130_WhatsApp.jpg (114.35 KiB) געזען געווארן 927 מאל
Screenshot_20250829_163256_WhatsApp.jpg
Screenshot_20250829_163256_WhatsApp.jpg (177.44 KiB) געזען געווארן 927 מאל
אוועיטער
איד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 943
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 1064

Re: ערשטמאליגע שבת הַקְהֵל פאר חסידי סאטמאר מאנסי מהר"א בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

פאוסט דורך איד »

זענען איינע פון די רבי'נס קינדער מיט געפארן אויף שבת?
רעאליסטיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 239
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 20, 2025 10:35 am
x 340

Re: ערשטמאליגע שבת הַקְהֵל פאר חסידי סאטמאר מאנסי מהר"א בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

פאוסט דורך רעאליסטיש »

איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 6:05 pm זענען איינע פון די רבי'נס קינדער מיט געפארן אויף שבת?
ניין, אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א האט געפראוועט א שבת אויף די בערג מיט די צוויי ישיבה קטנות פון דרך התורה, אב"ד בית ברוך שליט"א איז געווען אויף א נסיעה אין אייראפע און געווען שבת בעיר האבות סיגוט
אוועיטער
סאטמאר מאנסי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 580
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:42 am
Location: 13 Monsey Blvd.
x 985
פארבינד זיך:

Re: ערשטמאליגע שבת הַקְהֵל פאר חסידי סאטמאר מאנסי מהר"א בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

פאוסט דורך סאטמאר מאנסי »

🌴 סאטמאר מאנסי 🌴

געהויבענע מאמענטן ביים מעמד התחלת כתיבת ספר תורה לכבודו ולזכותו פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א נעכטן מוצ"ש נאכן דערהויבענעם שבת הקהל בצל הקודש אין די ארמון האטעל אין סטעמפארד קאנעטיקעיט




אוועיטער
סאטמאר מאנסי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 580
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:42 am
Location: 13 Monsey Blvd.
x 985
פארבינד זיך:

Re: ערשטמאליגע שבת הַקְהֵל פאר חסידי סאטמאר מאנסי מהר"א בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

פאוסט דורך סאטמאר מאנסי »

🌴 סאטמאר מאנסי 🌴

אשרינו מה טוב חלקינו אשרי עין ראתה די ליכטיגע דערהויבענע שבת הקהל בצילא דמהימנותא פון אבינו רועינו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בשבת אחים גם יחד אינעם ארמון האטעל אין סטעמפארד קאנעטיקעט

באריכט פונעם געהויבענעם שבת


דער רבי איז אנגעקומען אין האטעל ארום 3:00 אזייגער און זיך באגריסט מיט ראשי והנהלת קהלתינו הק' און זיך אומגעקוקט אינעם האטעל.

עטליכע מינוט פאר זמן הדלקה"נ ארום 7:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד און אנגעצינדן די לעכט ביים עמוד לרגל די יומדה"ק פונעם הייליגן ייטב לב זי"ע.
דערנאך האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן טובי' ב"ר בנציון וויינבערגער הי"ו און החתן שאול משה ב"ר זלמן לייב מאלח הי"ו.

דערנאך איז דער רבי אריין אינעם היכל השלחנות ווי דער רבי האט געמאכט די ברכה להדליק נר של שבת און אנגעצינדן די נרות שבת.

ארום 7:55 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
נאך מנחה האט הגה"צ רבי מאיר צוויבל שליט"א - מרבני קהלתינו הק' וומ"ס אויפגעטרעטן מיטן דרשת פתיחת השבת.
קבלת שבת: הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א.
נאך אלע תפילות במשך שב"ק האט דער רבי געזאגט קדיש לרגל די יומדה"ק.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:40.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 10:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט אלע חברי קהלתינו הק'.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען הב' חיים הערש בהגה"צ רבי אהרן טייטלבוים שליט"א - רב דביהמ"ד סיגוט מאנסי.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
נאך קידוש זענען די בחורים ארויס ווי זיי האבן געגעסן אין א עקסטערע זאל און זענען צוריקגעקומען צו די זמירות וד"ת,
נאך די פיש האט דער רבי משמיע געווען לענגערע דב"ק אויפן פסוק 'תכין לך הדרך ושלשת' און ארויסגעברענגט אז מען שטייט היינט ביומדה"ק פונעם הייליגן ייטב לב זי"ע וואס האט אוועקגעשטעלט א נייע דרך בעולם החסידות וואס האלט אן עד היום הזה און איז מיוסד אויף ושלש"ת אויף אלע דריי עמודי עולם, תורה עבודה וגמילות חסדים,
און דער רבי האט בפרטי פרטים אויסגעשמועסט די דריי כללים וואס יעדער דארף האלטן שטארק זיך צו קענען פארריפן אלץ א חסידישע איד וואס גייט אין די דרך פונעם הייליגן ייטב לב זי"ע,
א] התנהגות עצמי, וואס דאס איז וויאזוי די מענטש פירט זיך אויף אין אלע הינזיכטן, זיינע שיעורי תורה, זיין דאווענען, זיין חסד, זיין שפראך, זיין לבוש, זיינע סעודת שבת, וכו' וכו',
ב] הנהגת הבית, וואס דאס איז בנוגע די לבוש פון די בני בית און די קינדער, בנוגע טעכנעלאגיע, וכו',
ג] בנוגע השקפה טהורה בביאת המשיח,
ובפרט איז דאס נוגע פאר תושבי מאנסי וואס איז א גרויסע שטאט מיט אלע מיני מענטשן סיי ערליכע און סיי קלים ורקים און מען דארף זיין אפגעשיידט פון די אלע מענטשן און ממאס זיין אין אלע מאדערניזם, און די איינציגסטע וועג וויאזוי זיך צו האלטן שטארק איז נאר צו באלאנגען אין די קהילה און דאווענען אין אונזערע בתי מדרשים אפילו אויב מען דארף וואקן א לאנגע וועג, און זיך האלטן מיט אלע כוחות אין די דרך פונעם הייליגן ייטב לב זי"ע ולאורו נסע ונלך.

נאך די זופ האט דער רבי נאכאמאל משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'תכין לך הדרך ושלשת' און ארומגערעדט לענגערע דברי הדרכה בנוגע חינוך הבנים ובפרט מיטן איינגעוואוינען די קינדער נישט צו רעדן קיין שקר אדער ניבול פה, אכטונג געבן מיט וועם זיי חבר'ן זיך, פארהערן די קינדער, פירן דערהויבענע סעודת שב"ק מיט די קינדער, און האלטן א עינא פקיחא אויף אלע ענינים, און מכבד זיין און מחזק זיין די מלמדים סיי מיט געלט און סיי מיט ווערטער, און אזוי וועט מען בעז"ה מגדל זיין ערליכע און חסידישע דורות עד ביאת הגואל.

מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר משה גראס שליט"א מקערעסטיר.
מנוחה ושמחה: הר"ר שמואל גראס שליט"א מקערעסטיר.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק כי יפלא ממך דבר און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה.
קה אכסוף: הגה"צ רב דביהמ"ד סיגוט מאנסי שליט"א.
ברכת המזון: הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם בעל הילולא זי"ע פאר א לענגערע צייט.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' נתן דוד אשכנזי שליט"א - מסטאניסלאוו.
מען האט אויפגעגעבן פירות און אלע בחורים זענען אריבער נעמען שיריים.
דערנאך האט מען אויפגעגעבן בונדלעך לרגל די שמחת השלום זכר לבן הנולד אצל ר' שלמה אלעזר ליכטענשטיין הי"ו - מגדולי עסקני השבת.
אז ביום השביעי: הר"ר ליפא האלבערשטאם שליט"א.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:50.

=וביום השבת=

דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:55.
ברכות: הר"ר שלמה זלמן וויינבערגער שליט"א - ק"י.
פסוקי דזמרה: הר"ר אלטר וועבערמאן שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישראל יושע קאליש הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הגה"צ רב דביהמ"ד סיגוט מאנסי שליט"א.
הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' בנציון וויינבערגער הי"ו.
בעל קורא: הרה"ח ר' אברהם משה גאטטעסמאן הי"ו.

ביי די עליות האבן עולה געווען די נדבני ופטרוני השבת וועלכע האבן דערביי אויך געשנדר'ט גרויסע סכומים און אפגעקויפט זכותים אינעם נייעם בנין פון ישיבה קטנה סניף קנין תורה.

כהן: הרה"ג ר' אהרן איזריעל שליט"א - ראה"כ.
לוי: החתן טובי' ב"ר בנציון וויינבערגער הי"ו - באווארפען.
שלישי: הרה"ח ר' הערשל ווערטהיימער הי"ו מראה"ק.
רביעי: החתן שאול משה ב"ר זלמן לייב מאלח הי"ו - באווארפען.
חמישי: הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו מראה"ק.
נאכן עולה זיין האט דער רבי געהייסן מאכן א מי שברך פאר די פטרוני השבת און עקסטער א מי שברך לחולה פאר הב' יוסף יושע בן פרומט בילא לרפו"ש - אחד מבני אנ"ש.
שביעי: משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו.
הוספות: הרה"ח ר' יחזקאל שרגא לאנדא הי"ו.
הרה"ח ר' משה יצחק לאנדא הי"ו.
אחרון: הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א.
מפטיר: הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו מנהל המוסדות.
הגבה: ר' נפתלי הירצקא בר"ב בערגער הי"ו.
גלילה: ר' לייבוש פרנס הי"ו.

צו תפילת מוסף האט דער רבי צוגעשיקט הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א - נכד בעל הילולא זי"ע.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' משה טאבאק הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:45.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום קידוש אין איינע פון די זייטיגע צימערן ווי עס זענען ספעציעל געלאדענט געווארן די נדבני ופטרוני השבת,
דער רבי האט קידוש געמאכט און טועם געווען מזונות און פיש,
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א וועלכע האט ארויסגעברענגט אז צווישן אלע נדבות ביי די עליות איז אריינגעקומען דעם ריזן סכום פון צוויי אהאלב מיליאן דאלער! לטובת די נייע בנין פון ישיבה קטנה סניף קנין תורה וועלכע האלט אינמיטן אירע בוי פאזעס, און דערביי איבערגעגעבן אז רבינו שליט"א האט זיך אונטערגענומען אריינצוברענגען א מיליאן דאלער פארן נייעם בנין הישיבה.
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט פארציילט סיפורי קודש לבית סיגוט און דערנאך ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר אלע נדבנים.

ארום 1:30 איז דער רבי אריינגעקומען אינעם זאל ווי די בחורים האבן געגעסן די סעודת שבת,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט משמיע געווען דב"ק ודברי הדרכה פאר די בחורים אויפן פסוק 'תכין לך הדרך ושלשת' און ארויסגעברענגט אז די ושלש"ת גייט ארויף אויף די שלשלת פון וימאן ביי יוסף הצדיק וואס קומט זאגן אז יוסף הצדיק האט געזאגט פארן יצר הרע דריי מאל איך וויל נישט איך וויל נישט איך וויל נישט, און דאס דארף יעדער בחור קענען זאגן פאר זיין יצר הרע און זיך שטארקן אויף די נסיונות היצר,
דער רבי האט מעורר געווען די בחורים צו גיין אין מקוה, דאווענען אויפן קול, פארשטיין וואס מען לערנט, נישט רעדן קיין שיחת חולין מיט די תפילין, און זיך פירן ווי עס פאסט פאר א חסידישע בחור בכל ענינים, און מסיים געווען בברכת קדשו.

ארום 1:50 איז דער רבי אריינגעקומען בהיכל השלחנות צו די סעודה,
דער רבי האט זיך געוואשן און הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה און ביים סוף זיך שטארק באדאנקט פאר רבינו שליט"א פארן אונז געבן די זכיה מיטצוהאלטן אזא שבת ווי דער רבי האט משפיע געווען מהוד תורתו און אנגעוואונטשן פאר רבינו שליט"א אז מען זאל ווייטער קענען משפיע זיין פאר לאנגע געזינטע יארן עד ביאת הגואל.

נאך די פיש האט דער רבי משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'כי יפלא ממך דבר' און ארויסגעברענגט די חשיבות פון לימוד התורה פון יעדע איד און שטארק מעורר געווען יעדעם איינעם צו קומען אין ביהמ"ד און עוסק זיין בתורה אין איינע פון די חבורת פון קהלתינו הק' מיט א קביעות גמור.
ביי די פצעי האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר אלע מלמדים פון מוסדותינו הק',
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען, ברוך ה' יום יום: תלמידי ישיבה קטנה סניף קנין תורה.
ברוך קל עליון: תלמידי ישיבה קטנה סניף דרכי התורה.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'תכין לך הדרך ושלשת' און ארויסגעברענגט אז תשובה דארף נישט זיין מיט קיין תענתים און סיגופים נאר עס דארף זיין א חרטה גמורה וקבלה טובה על העתיד,
ברכת המזון: הגה"צ רב דביהמ"ד סיגוט מאנסי שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 3:40.

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:50.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הר"ר אברהם יושע העשיל באב"ד שליט"א.
פתיחה: הרב יחזקאל שרגא בראך שליט"א.
בעל קורא: ר' שמעון פערלמוטער הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' שלום יעקב שווארטץ הי"ו.
לוי: הר"ר שלמה זלמן וויינבערגער שליט"א.
שלישי: הרה"ח ר' חיים יעקב שאהנפעלד הי"ו - וומ"ס.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יואל פריעדמאן הי"ו - משמש.

נאך מנחה איז דער רבי אריבער אין היכל השלחנות צו שלו"ס.
מיט די זמירות ביי שלו"ס האט דער רבי מכבד געווען די דייני קהלתינו הק',
אודה: הרה"ג ר' יואל פריעדמאן שליט"א.
שיר המעלות: הרה"ג ר' יואל געלב שליט"א.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק תכין לך הדרך ושלשת און ארויסגעברענגט אז ווען א איד טוט תשובה חודש אלול קומען די מקטריגים און זענען מקטרג אז פאריאר חודש אלול האט ער אויך צוגעזאגט אז ער גייט תשובה טוהן און ווען עס זענען אריבער די הייליגע טעג איז אלעס צוריק צום אלטן במילא זאל הקב"ה נישט מקבל זיין די תשובה,
איז אבער דא א מליצה ישרה פונעם הייליגן קדושת יו"ט זי"ע אז מוצאי יום כיפור זאגט מען לשנה הבאה בירושלים און מען זאגט פאר הקב"ה אז טראץ מען האט עס פאריאר אויך געזאגט און געהאפט אז עס זאל שוין זיין די גאולה און מען איז נאך ליידער נישט געהאלפן געווארן דאך גלייבט מען ווייטער באמונה שלימה אז דאס יאר וועט עס יא געשען, און מיט דעם זכות נעמט הקב"ה אן יעדעמס תשובה טראץ די טענה פון די מקטריגים,
און דער רבי האט ממשיך געווען מיט לענגערע דברי מוסר והתעוררות לקראת די ימי הרחמים והרצון הבעל"ט.

ידיד נפש: הרה"ג ר' אפרים משה לעווי שליט"א.
קל מסתתר: הרה"ג ר' חיים האלד שליט"א.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הב' בנש"ק משה ני"ו בהר"ר אברהם דוד וואגשאהל ז"ל.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן א גוטע וואך פארן גאנצן ציבור אינאיינעם.
מען האט געענדיגט ארום 10:30.

ארום 11:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום מעמד התחלת כתיבת ספר תורה וועלכע ווערט געשריבן דורך חברי קהלתינו הק' לכבודו ולזכותו פון כ"ק מרן רבינו שליט"א,
ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט,
דערנאך האט מען געזינגען ניגוני התעוררות ודביקות ללימוד התורה פאר א לענגערע צייט,
הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו - פטרון המעמד, האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א די פעדער און דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אות אינעם ספר תורה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דבק אויפן פסוק 'תכין לך הדרך ושלשת' און ארויסגעברענגט אז דורך חביבות התורה קען מען זוכה זיין צו תשובה אליינס און עס פעלט נישט אויס קיין יסורים וויבאלד די תורה הק' איז מלמד זכות ביים רבש"ע אויף כלל ישראל, און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז שטייענדיג נאך אזא שיינע שבת און אנדערש ווי די מנהג אמעריקע אז מוצאי שבת ווערט מען פארזינקען אין די עולם הגשמיות, איז דא פארקערט און מען פרייט זיך מיט א התחלת כתיבת ספר תורה, וועט די תורה אוודאי זיין א מליץ יושר פארן גאנצן ציבור,
דער רבי האט מאריך געווען בשבח פון קהלתינו הק' אין מאנסי א קהילה נאה וחסידה מיט וואס מען קען שטאלצירן, ובפרט מיט אזא חשוב'ע רב שליט"א וואס איז פקיע שמיה אין גאנץ מאנסי און נאך סאך ווייטער, און ארויסגעברענגט די הרגשים נאך אזא דערהויבענעם שבת המתאחדת און געזאגט אז מען פארט טאקע אהיים אבער מען בלייבט מקושר אויף ווייטער, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט לכבוד התורה,
דערנאך זענען אלע אנשי שלומינו אריבער וואונטשן א גוטע וואך און אפגענומען א דבש חי געבענטשט דורך רבינו שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 12:30 און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה און דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין ק"י.

קרעדיט: מערכת בצל הקודש
אוועיטער
סאטמאר מאנסי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 580
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:42 am
Location: 13 Monsey Blvd.
x 985
פארבינד זיך:

Re: ערשטמאליגע שבת הַקְהֵל פאר חסידי סאטמאר מאנסי מהר"א בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

פאוסט דורך סאטמאר מאנסי »

🌴 סאטמאר מאנסי 🌴

רייכע אינטערוויא'ס באריכט און הרגשים נאכן געהויבענעם שבת הקהל בצל הקודש מיט הרה"ח ר' גרשון מענדל טויב הי"ו און הרה"ח ר' אברהם יעקב מענדלאוויטש הי"ו מחשובי אנ"ש




שרייב פאוסט