סאטמאר מאנסי 
אשרינו מה טוב חלקינו אשרי עין ראתה די ליכטיגע דערהויבענע שבת הקהל בצילא דמהימנותא פון אבינו רועינו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בשבת אחים גם יחד אינעם ארמון האטעל אין סטעמפארד קאנעטיקעט
באריכט פונעם געהויבענעם שבת
דער רבי איז אנגעקומען אין האטעל ארום 3:00 אזייגער און זיך באגריסט מיט ראשי והנהלת קהלתינו הק' און זיך אומגעקוקט אינעם האטעל.
עטליכע מינוט פאר זמן הדלקה"נ ארום 7:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד און אנגעצינדן די לעכט ביים עמוד לרגל די יומדה"ק פונעם הייליגן ייטב לב זי"ע.
דערנאך האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן טובי' ב"ר בנציון וויינבערגער הי"ו און החתן שאול משה ב"ר זלמן לייב מאלח הי"ו.
דערנאך איז דער רבי אריין אינעם היכל השלחנות ווי דער רבי האט געמאכט די ברכה להדליק נר של שבת און אנגעצינדן די נרות שבת.
ארום 7:55 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
נאך מנחה האט הגה"צ רבי מאיר צוויבל שליט"א - מרבני קהלתינו הק' וומ"ס אויפגעטרעטן מיטן דרשת פתיחת השבת.
קבלת שבת: הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א.
נאך אלע תפילות במשך שב"ק האט דער רבי געזאגט קדיש לרגל די יומדה"ק.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:40.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט אלע חברי קהלתינו הק'.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען הב' חיים הערש בהגה"צ רבי אהרן טייטלבוים שליט"א - רב דביהמ"ד סיגוט מאנסי.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
נאך קידוש זענען די בחורים ארויס ווי זיי האבן געגעסן אין א עקסטערע זאל און זענען צוריקגעקומען צו די זמירות וד"ת,
נאך די פיש האט דער רבי משמיע געווען לענגערע דב"ק אויפן פסוק 'תכין לך הדרך ושלשת' און ארויסגעברענגט אז מען שטייט היינט ביומדה"ק פונעם הייליגן ייטב לב זי"ע וואס האט אוועקגעשטעלט א נייע דרך בעולם החסידות וואס האלט אן עד היום הזה און איז מיוסד אויף ושלש"ת אויף אלע דריי עמודי עולם, תורה עבודה וגמילות חסדים,
און דער רבי האט בפרטי פרטים אויסגעשמועסט די דריי כללים וואס יעדער דארף האלטן שטארק זיך צו קענען פארריפן אלץ א חסידישע איד וואס גייט אין די דרך פונעם הייליגן ייטב לב זי"ע,
א] התנהגות עצמי, וואס דאס איז וויאזוי די מענטש פירט זיך אויף אין אלע הינזיכטן, זיינע שיעורי תורה, זיין דאווענען, זיין חסד, זיין שפראך, זיין לבוש, זיינע סעודת שבת, וכו' וכו',
ב] הנהגת הבית, וואס דאס איז בנוגע די לבוש פון די בני בית און די קינדער, בנוגע טעכנעלאגיע, וכו',
ג] בנוגע השקפה טהורה בביאת המשיח,
ובפרט איז דאס נוגע פאר תושבי מאנסי וואס איז א גרויסע שטאט מיט אלע מיני מענטשן סיי ערליכע און סיי קלים ורקים און מען דארף זיין אפגעשיידט פון די אלע מענטשן און ממאס זיין אין אלע מאדערניזם, און די איינציגסטע וועג וויאזוי זיך צו האלטן שטארק איז נאר צו באלאנגען אין די קהילה און דאווענען אין אונזערע בתי מדרשים אפילו אויב מען דארף וואקן א לאנגע וועג, און זיך האלטן מיט אלע כוחות אין די דרך פונעם הייליגן ייטב לב זי"ע ולאורו נסע ונלך.
נאך די זופ האט דער רבי נאכאמאל משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'תכין לך הדרך ושלשת' און ארומגערעדט לענגערע דברי הדרכה בנוגע חינוך הבנים ובפרט מיטן איינגעוואוינען די קינדער נישט צו רעדן קיין שקר אדער ניבול פה, אכטונג געבן מיט וועם זיי חבר'ן זיך, פארהערן די קינדער, פירן דערהויבענע סעודת שב"ק מיט די קינדער, און האלטן א עינא פקיחא אויף אלע ענינים, און מכבד זיין און מחזק זיין די מלמדים סיי מיט געלט און סיי מיט ווערטער, און אזוי וועט מען בעז"ה מגדל זיין ערליכע און חסידישע דורות עד ביאת הגואל.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר משה גראס שליט"א מקערעסטיר.
מנוחה ושמחה: הר"ר שמואל גראס שליט"א מקערעסטיר.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק כי יפלא ממך דבר און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה.
קה אכסוף: הגה"צ רב דביהמ"ד סיגוט מאנסי שליט"א.
ברכת המזון: הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם בעל הילולא זי"ע פאר א לענגערע צייט.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' נתן דוד אשכנזי שליט"א - מסטאניסלאוו.
מען האט אויפגעגעבן פירות און אלע בחורים זענען אריבער נעמען שיריים.
דערנאך האט מען אויפגעגעבן בונדלעך לרגל די שמחת השלום זכר לבן הנולד אצל ר' שלמה אלעזר ליכטענשטיין הי"ו - מגדולי עסקני השבת.
אז ביום השביעי: הר"ר ליפא האלבערשטאם שליט"א.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:50.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:55.
ברכות: הר"ר שלמה זלמן וויינבערגער שליט"א - ק"י.
פסוקי דזמרה: הר"ר אלטר וועבערמאן שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישראל יושע קאליש הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הגה"צ רב דביהמ"ד סיגוט מאנסי שליט"א.
הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' בנציון וויינבערגער הי"ו.
בעל קורא: הרה"ח ר' אברהם משה גאטטעסמאן הי"ו.
ביי די עליות האבן עולה געווען די נדבני ופטרוני השבת וועלכע האבן דערביי אויך געשנדר'ט גרויסע סכומים און אפגעקויפט זכותים אינעם נייעם בנין פון ישיבה קטנה סניף קנין תורה.
כהן: הרה"ג ר' אהרן איזריעל שליט"א - ראה"כ.
לוי: החתן טובי' ב"ר בנציון וויינבערגער הי"ו - באווארפען.
שלישי: הרה"ח ר' הערשל ווערטהיימער הי"ו מראה"ק.
רביעי: החתן שאול משה ב"ר זלמן לייב מאלח הי"ו - באווארפען.
חמישי: הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו מראה"ק.
נאכן עולה זיין האט דער רבי געהייסן מאכן א מי שברך פאר די פטרוני השבת און עקסטער א מי שברך לחולה פאר הב' יוסף יושע בן פרומט בילא לרפו"ש - אחד מבני אנ"ש.
שביעי: משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו.
הוספות: הרה"ח ר' יחזקאל שרגא לאנדא הי"ו.
הרה"ח ר' משה יצחק לאנדא הי"ו.
אחרון: הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א.
מפטיר: הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו מנהל המוסדות.
הגבה: ר' נפתלי הירצקא בר"ב בערגער הי"ו.
גלילה: ר' לייבוש פרנס הי"ו.
צו תפילת מוסף האט דער רבי צוגעשיקט הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א - נכד בעל הילולא זי"ע.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' משה טאבאק הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:45.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום קידוש אין איינע פון די זייטיגע צימערן ווי עס זענען ספעציעל געלאדענט געווארן די נדבני ופטרוני השבת,
דער רבי האט קידוש געמאכט און טועם געווען מזונות און פיש,
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א וועלכע האט ארויסגעברענגט אז צווישן אלע נדבות ביי די עליות איז אריינגעקומען דעם ריזן סכום פון צוויי אהאלב מיליאן דאלער! לטובת די נייע בנין פון ישיבה קטנה סניף קנין תורה וועלכע האלט אינמיטן אירע בוי פאזעס, און דערביי איבערגעגעבן אז רבינו שליט"א האט זיך אונטערגענומען אריינצוברענגען א מיליאן דאלער פארן נייעם בנין הישיבה.
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט פארציילט סיפורי קודש לבית סיגוט און דערנאך ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר אלע נדבנים.
ארום 1:30 איז דער רבי אריינגעקומען אינעם זאל ווי די בחורים האבן געגעסן די סעודת שבת,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט משמיע געווען דב"ק ודברי הדרכה פאר די בחורים אויפן פסוק 'תכין לך הדרך ושלשת' און ארויסגעברענגט אז די ושלש"ת גייט ארויף אויף די שלשלת פון וימאן ביי יוסף הצדיק וואס קומט זאגן אז יוסף הצדיק האט געזאגט פארן יצר הרע דריי מאל איך וויל נישט איך וויל נישט איך וויל נישט, און דאס דארף יעדער בחור קענען זאגן פאר זיין יצר הרע און זיך שטארקן אויף די נסיונות היצר,
דער רבי האט מעורר געווען די בחורים צו גיין אין מקוה, דאווענען אויפן קול, פארשטיין וואס מען לערנט, נישט רעדן קיין שיחת חולין מיט די תפילין, און זיך פירן ווי עס פאסט פאר א חסידישע בחור בכל ענינים, און מסיים געווען בברכת קדשו.
ארום 1:50 איז דער רבי אריינגעקומען בהיכל השלחנות צו די סעודה,
דער רבי האט זיך געוואשן און הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה און ביים סוף זיך שטארק באדאנקט פאר רבינו שליט"א פארן אונז געבן די זכיה מיטצוהאלטן אזא שבת ווי דער רבי האט משפיע געווען מהוד תורתו און אנגעוואונטשן פאר רבינו שליט"א אז מען זאל ווייטער קענען משפיע זיין פאר לאנגע געזינטע יארן עד ביאת הגואל.
נאך די פיש האט דער רבי משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'כי יפלא ממך דבר' און ארויסגעברענגט די חשיבות פון לימוד התורה פון יעדע איד און שטארק מעורר געווען יעדעם איינעם צו קומען אין ביהמ"ד און עוסק זיין בתורה אין איינע פון די חבורת פון קהלתינו הק' מיט א קביעות גמור.
ביי די פצעי האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר אלע מלמדים פון מוסדותינו הק',
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען, ברוך ה' יום יום: תלמידי ישיבה קטנה סניף קנין תורה.
ברוך קל עליון: תלמידי ישיבה קטנה סניף דרכי התורה.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'תכין לך הדרך ושלשת' און ארויסגעברענגט אז תשובה דארף נישט זיין מיט קיין תענתים און סיגופים נאר עס דארף זיין א חרטה גמורה וקבלה טובה על העתיד,
ברכת המזון: הגה"צ רב דביהמ"ד סיגוט מאנסי שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 3:40.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:50.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הר"ר אברהם יושע העשיל באב"ד שליט"א.
פתיחה: הרב יחזקאל שרגא בראך שליט"א.
בעל קורא: ר' שמעון פערלמוטער הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' שלום יעקב שווארטץ הי"ו.
לוי: הר"ר שלמה זלמן וויינבערגער שליט"א.
שלישי: הרה"ח ר' חיים יעקב שאהנפעלד הי"ו - וומ"ס.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יואל פריעדמאן הי"ו - משמש.
נאך מנחה איז דער רבי אריבער אין היכל השלחנות צו שלו"ס.
מיט די זמירות ביי שלו"ס האט דער רבי מכבד געווען די דייני קהלתינו הק',
אודה: הרה"ג ר' יואל פריעדמאן שליט"א.
שיר המעלות: הרה"ג ר' יואל געלב שליט"א.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק תכין לך הדרך ושלשת און ארויסגעברענגט אז ווען א איד טוט תשובה חודש אלול קומען די מקטריגים און זענען מקטרג אז פאריאר חודש אלול האט ער אויך צוגעזאגט אז ער גייט תשובה טוהן און ווען עס זענען אריבער די הייליגע טעג איז אלעס צוריק צום אלטן במילא זאל הקב"ה נישט מקבל זיין די תשובה,
איז אבער דא א מליצה ישרה פונעם הייליגן קדושת יו"ט זי"ע אז מוצאי יום כיפור זאגט מען לשנה הבאה בירושלים און מען זאגט פאר הקב"ה אז טראץ מען האט עס פאריאר אויך געזאגט און געהאפט אז עס זאל שוין זיין די גאולה און מען איז נאך ליידער נישט געהאלפן געווארן דאך גלייבט מען ווייטער באמונה שלימה אז דאס יאר וועט עס יא געשען, און מיט דעם זכות נעמט הקב"ה אן יעדעמס תשובה טראץ די טענה פון די מקטריגים,
און דער רבי האט ממשיך געווען מיט לענגערע דברי מוסר והתעוררות לקראת די ימי הרחמים והרצון הבעל"ט.
ידיד נפש: הרה"ג ר' אפרים משה לעווי שליט"א.
קל מסתתר: הרה"ג ר' חיים האלד שליט"א.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הב' בנש"ק משה ני"ו בהר"ר אברהם דוד וואגשאהל ז"ל.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן א גוטע וואך פארן גאנצן ציבור אינאיינעם.
מען האט געענדיגט ארום 10:30.
ארום 11:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום מעמד התחלת כתיבת ספר תורה וועלכע ווערט געשריבן דורך חברי קהלתינו הק' לכבודו ולזכותו פון כ"ק מרן רבינו שליט"א,
ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט,
דערנאך האט מען געזינגען ניגוני התעוררות ודביקות ללימוד התורה פאר א לענגערע צייט,
הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו - פטרון המעמד, האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א די פעדער און דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אות אינעם ספר תורה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דבק אויפן פסוק 'תכין לך הדרך ושלשת' און ארויסגעברענגט אז דורך חביבות התורה קען מען זוכה זיין צו תשובה אליינס און עס פעלט נישט אויס קיין יסורים וויבאלד די תורה הק' איז מלמד זכות ביים רבש"ע אויף כלל ישראל, און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז שטייענדיג נאך אזא שיינע שבת און אנדערש ווי די מנהג אמעריקע אז מוצאי שבת ווערט מען פארזינקען אין די עולם הגשמיות, איז דא פארקערט און מען פרייט זיך מיט א התחלת כתיבת ספר תורה, וועט די תורה אוודאי זיין א מליץ יושר פארן גאנצן ציבור,
דער רבי האט מאריך געווען בשבח פון קהלתינו הק' אין מאנסי א קהילה נאה וחסידה מיט וואס מען קען שטאלצירן, ובפרט מיט אזא חשוב'ע רב שליט"א וואס איז פקיע שמיה אין גאנץ מאנסי און נאך סאך ווייטער, און ארויסגעברענגט די הרגשים נאך אזא דערהויבענעם שבת המתאחדת און געזאגט אז מען פארט טאקע אהיים אבער מען בלייבט מקושר אויף ווייטער, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט לכבוד התורה,
דערנאך זענען אלע אנשי שלומינו אריבער וואונטשן א גוטע וואך און אפגענומען א דבש חי געבענטשט דורך רבינו שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 12:30 און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה און דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין ק"י.
קרעדיט: מערכת בצל הקודש