נייעס פון קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
איד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 978
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 1100

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך איד »

שוין געטראפן די זעלבע זאך אין דריי טעמעס

וועט מען זעהן וויפל ס'וועט זיין צום סוף
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1316
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1874

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך יאנטשי »

דעת קדשי האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 20, 2025 11:19 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 20, 2025 11:18 pm
האאפטשאהההה האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 20, 2025 11:16 pm ווער האט אונטערגעשריבן פאר 300 ס' פיס?
זיגי בראך'ס קינדער
ווי אין צענטער גייען זיי בויען 300 דירות?
https://maps.app.goo.gl/jFsyWTXucRbVE4i49
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 553
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 901

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך תורה ויראה »

unnamed (2).jpg
unnamed (2).jpg (338.69 KiB) געזען געווארן 1787 מאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8549
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21067

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

פולע בראשור פונעם "ועד העירובין" לכבוד דעם "שבת העירובין" די וואך שבת.

בראשור
פיילס
VH Poster Set of 6.jpg
VH Poster Set of 6.jpg (87.14 KiB) געזען געווארן 1726 מאל
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1520
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4941

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך Think and Thank »

בערל דער פייפער האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 20, 2025 12:06 pm
Think and Thank האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 20, 2025 9:58 am קען איינער אהערשטעלן די טרעפיק מאפע און אנווייזונגען פאר היינט ביומא דהילולא קדישא?
איך מיין אז עס איז נישט ארויסגעקומען

איך מוז באדאנקען ברבים די עסקנים וואס האבן אהערגעשטעלט דעם סיסטעם פאר די יומא דהילולא. צוליב פארשידענע סיבות האב איך נאר געקענט פארן ממש סוף טאג, און איך בין געווען גוט נערוועז היות פאריגע מאל וואס איך בין געווען אזא צייט (בערך פינף יאר צוריק, אפשר אביסל מער) איז געווען אן אנזעץ אז דער אויבערשטער זאל אפהיטן. פון די אריינגאנג פון שטעטל ביז סקאנעמאנק איז געווען איין ריזיגע פארקינג לאט מיט פייפערייען, שרייערייען און כאאס.

דאס יאר אבער איז געווען אינגאנצן אנדערש. די ראודס זענען געפארן ווי געשמירט. אפשר געווען אביסעלע טרעפיק אבער נישט קיין ערנסטע, ביז'ן אנקומען צו סקאנעמאנק. דארט איז יא געווען אביסל אנגעלייגט צוליב די מאסן קארס, אבער אפילו מיט דעם איז עס געווען אקעי (בעסער ווי ליע עוועניו אין א געווענליכע נאכמיטאג...), מען איז אריינגעפארן אויף בארדיטשוב (גראדע דאס דירעקטירן אינ'ם פארקינג לאט וואלט געמעגט זיין אביסל בעסער אבער נישט געפערליך). נאכ'ן מתפלל זיין איז מען ארויסגעפארן צו רעיוואוד, א מחיה געווען! און דאס אלעס אן אפשפארן אדער וואן-וועי'ען כמעט קיין איין גאס!

איין זאך וואס מען וואלט געמעגט אין באטראכט נעמען איז אז ווען מען מאכט אן אומאויסגעפלאסטערטע פארקינג לאט אין אזא וועטער דארף מען לייגן גרעוול אז מען זאל נישט זינקען אין מאראסט. ממש א חורבן געווען. אבער חוץ דעם איז די סיסטעם געווען להפליא!

איד האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 20, 2025 11:31 pm שוין געטראפן די זעלבע זאך אין דריי טעמעס

וועט מען זעהן וויפל ס'וועט זיין צום סוף

און אויב ס'נישט גענוג געווען האב איך באקומען א ראבאקאל אויף מיין סעלפאון. קראנקע נפשות.
אוועיטער
רעגענדיגע זונטאג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 716
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:17 pm
x 1390

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך רעגענדיגע זונטאג »

איד האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 20, 2025 11:31 pm שוין געטראפן די זעלבע זאך אין דריי טעמעס

וועט מען זעהן וויפל ס'וועט זיין צום סוף
וועלכע זאך? וועגן די דירות?
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2287
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 7405

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך בודקע »

א שרעקעדיגע 5 קאר עקסידענט היינט אינדערפרי אין פארנט פון ביהמ"ד הג' אין קרית יואל.

א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
זאנוויל ראזענבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 7:55 pm
x 656

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך זאנוויל ראזענבערג »

פחדים!!! אפאר מענטשן דארפן דא גומל זאגן!!! וואס איז געשעהן מיט דעם דרייווער? ער איז געווארן אנקאנטשעס פון די ערשטע קראך?
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2287
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 7405

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך בודקע »

זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 24, 2025 5:31 pm פחדים!!! אפאר מענטשן דארפן דא גומל זאגן!!! וואס איז געשעהן מיט דעם ברייווער? ער איז געווארן אנקאנטשעס פון די ערשטע קראך?
קוקט מער אויס ווי א בכוסו בכיסו "בכעסו" סיטואציע...
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3943
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 24571

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך חלום חלמתי »

בודקע האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 24, 2025 5:35 pm

יא האלסט אזוי....????

ער האט פון צעמישעניש געגעבן א קוועטש אויפן גאז פאדל אנשטאט דעם סטאפ ברעיק.

@בודקע ער איז א איד וואס דאווענט מיט דיר אין ביהמ"ד, האסט א חיוב פון דן זיין לכף זכות
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן

פריש: פאר חובבי היסטאריע און קרישקע ליבהאבער.
זאנוויל ראזענבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 7:55 pm
x 656

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך זאנוויל ראזענבערג »

נע ס'פארא כעסו איז דאס. מאכט נישט סענס אפילו בדוחק...
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 553
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 901

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך תורה ויראה »

Think and Thank האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 5:33 pm
בערל דער פייפער האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 20, 2025 12:06 pm
Think and Thank האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 20, 2025 9:58 am קען איינער אהערשטעלן די טרעפיק מאפע און אנווייזונגען פאר היינט ביומא דהילולא קדישא?
איך מיין אז עס איז נישט ארויסגעקומען

איך מוז באדאנקען ברבים די עסקנים וואס האבן אהערגעשטעלט דעם סיסטעם פאר די יומא דהילולא. צוליב פארשידענע סיבות האב איך נאר געקענט פארן ממש סוף טאג, און איך בין געווען גוט נערוועז היות פאריגע מאל וואס איך בין געווען אזא צייט (בערך פינף יאר צוריק, אפשר אביסל מער) איז געווען אן אנזעץ אז דער אויבערשטער זאל אפהיטן. פון די אריינגאנג פון שטעטל ביז סקאנעמאנק איז געווען איין ריזיגע פארקינג לאט מיט פייפערייען, שרייערייען און כאאס.

דאס יאר אבער איז געווען אינגאנצן אנדערש. די ראודס זענען געפארן ווי געשמירט. אפשר געווען אביסעלע טרעפיק אבער נישט קיין ערנסטע, ביז'ן אנקומען צו סקאנעמאנק. דארט איז יא געווען אביסל אנגעלייגט צוליב די מאסן קארס, אבער אפילו מיט דעם איז עס געווען אקעי (בעסער ווי ליע עוועניו אין א געווענליכע נאכמיטאג...), מען איז אריינגעפארן אויף בארדיטשוב (גראדע דאס דירעקטירן אינ'ם פארקינג לאט וואלט געמעגט זיין אביסל בעסער אבער נישט געפערליך). נאכ'ן מתפלל זיין איז מען ארויסגעפארן צו רעיוואוד, א מחיה געווען! און דאס אלעס אן אפשפארן אדער וואן-וועי'ען כמעט קיין איין גאס!

איין זאך וואס מען וואלט געמעגט אין באטראכט נעמען איז אז ווען מען מאכט אן אומאויסגעפלאסטערטע פארקינג לאט אין אזא וועטער דארף מען לייגן גרעוול אז מען זאל נישט זינקען אין מאראסט. ממש א חורבן געווען. אבער חוץ דעם איז די סיסטעם געווען להפליא!
גם אני מצטרף, געווען א מחי' ביומא דהילולא, אויסער טאקע אז מ'מעג ווען פעיווען די פארקינג.
מיין פראבלעם איז נאר געווען א טאג נאכן יארצייט, דאנערשטאג פארנאכטס, וואס ס'קומען יאמען מענטשן, מענער מיט פרויען, און די יאר איז נאך געווען מער צוליב אסאך שטאטישע מענטשן האבן אריינגעסטאפט אויפן וועג צו די קאנטריס, און ס'איז נישטא קיין טרעפיק קאנטראל דעמאלטס, בין איך געווען סטאק 20 מינוט אין די פארקינג דארט.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2287
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 7405

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך בודקע »

חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 24, 2025 5:42 pm
בודקע האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 24, 2025 5:35 pm
זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 24, 2025 5:31 pm פחדים!!! אפאר מענטשן דארפן דא גומל זאגן!!! וואס איז געשעהן מיט דעם ברייווער? ער איז געווארן אנקאנטשעס פון די ערשטע קראך?
קוקט מער אויס ווי א בכוסו בכיסו "בכעסו" סיטואציע...
יא האלסט אזוי....????

ער האט פון צעמישעניש געגעבן א קוועטש אויפן גאז פאדל אנשטאט דעם סטאפ ברעיק.

@בודקע ער איז א איד וואס דאווענט מיט דיר אין ביהמ"ד, האסט א חיוב פון דן זיין לכף זכות
ס'קען טאקע זיין, אבער ס'קוקט זייער שטארק אויס ווי ס'איז כעס, ער איז שוין געווען אפגעשטעלט, און הייבט צוריק אן פארן, און ער האט געדרייט די רעדל, סאוי איי דאונט נאו
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3943
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 24571

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך חלום חלמתי »

בודקע האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 24, 2025 5:51 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 24, 2025 5:42 pm
בודקע האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 24, 2025 5:35 pm

קוקט מער אויס ווי א בכוסו בכיסו "בכעסו" סיטואציע...
יא האלסט אזוי....????

ער האט פון צעמישעניש געגעבן א קוועטש אויפן גאז פאדל אנשטאט דעם סטאפ ברעיק.

@בודקע ער איז א איד וואס דאווענט מיט דיר אין ביהמ"ד, האסט א חיוב פון דן זיין לכף זכות
ס'קען טאקע זיין, אבער ס'קוקט זייער שטארק אויס ווי ס'איז כעס, ער איז שוין געווען אפגעשטעלט, און הייבט צוריק אן פארן, און ער האט געדרייט די רעדל, סאוי איי דאונט נאו
אה די טענהסט זיך נאך ווייטער ווייל אזוי האסטו געטראכט? נייס.
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן

פריש: פאר חובבי היסטאריע און קרישקע ליבהאבער.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2287
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 7405

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך בודקע »

חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 24, 2025 5:53 pm
בודקע האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 24, 2025 5:51 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 24, 2025 5:42 pm

יא האלסט אזוי....????

ער האט פון צעמישעניש געגעבן א קוועטש אויפן גאז פאדל אנשטאט דעם סטאפ ברעיק.

@בודקע ער איז א איד וואס דאווענט מיט דיר אין ביהמ"ד, האסט א חיוב פון דן זיין לכף זכות
ס'קען טאקע זיין, אבער ס'קוקט זייער שטארק אויס ווי ס'איז כעס, ער איז שוין געווען אפגעשטעלט, און הייבט צוריק אן פארן, און ער האט געדרייט די רעדל, סאוי איי דאונט נאו
אה די טענהסט זיך נאך ווייטער ווייל אזוי האסטו געטראכט? נייס.
איך טענה מיך נישט מיט קיינעם, איך זאג וויאזוי ס'קוקט מיך אויס.

אנטשולדיגט
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8549
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21067

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

בודקע האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 24, 2025 5:28 pm א שרעקעדיגע 5 קאר עקסידענט היינט אינדערפרי אין פארנט פון ביהמ"ד הג' אין קרית יואל.

כ'בין געווען אויפ'ן סצענע אין די מינוט'ן שפעטער, דער אינגערמאן וואס לויפט ארויס פון צווישן די קארס האט מען למעשה אריינגעפירט מיט אן אמבולאנס, ווייס איך נישט אויב עפעס ערנסט.

סייד נאוט: ס'זענען אנגעקומען א מחנה מיט פרויען פאליציי, ס'האט אויסגעקוקט ווי פון מאנרא וואודבורי פובליק שולע גייט מען אויטאמאטיש אריבער צו אפיציר ארבעט. איך האף ס'איז נאך דא מענער אויך, פשוט ס'זאל נישט זיין קיין חשד אויף דיסקרימינאציע קעגן מענער.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2287
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 7405

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך בודקע »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 24, 2025 6:09 pm

😉
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2287
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 7405

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך בודקע »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 24, 2025 6:09 pm
בודקע האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 24, 2025 5:28 pm א שרעקעדיגע 5 קאר עקסידענט היינט אינדערפרי אין פארנט פון ביהמ"ד הג' אין קרית יואל.

כ'בין געווען אויפ'ן סצענע אין די מינוט'ן שפעטער, דער אינגערמאן וואס לויפט ארויס פון צווישן די קארס האט מען למעשה אריינגעפירט מיט אן אמבולאנס, ווייס איך נישט אויב עפעס ערנסט.

סייד נאוט: ס'זענען אנגעקומען א מחנה מיט פרויען פאליציי, ס'האט אויסגעקוקט ווי פון מאנרא וואודבורי פובליק שולע גייט מען אויטאמאטיש אריבער צו אפיציר ארבעט. איך האף ס'איז נאך דא מענער אויך, פשוט ס'זאל נישט זיין קיין חשד אויף דיסקרימינאציע קעגן מענער.
סאוי אפשר ווייסטו, וואס איז געווען די מעשה דארט?
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3943
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 24571

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך חלום חלמתי »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 24, 2025 6:09 pm
בודקע האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 24, 2025 5:28 pm א שרעקעדיגע 5 קאר עקסידענט היינט אינדערפרי אין פארנט פון ביהמ"ד הג' אין קרית יואל.

כ'בין געווען אויפ'ן סצענע אין די מינוט'ן שפעטער, דער אינגערמאן וואס לויפט ארויס פון צווישן די קארס האט מען למעשה אריינגעפירט מיט אן אמבולאנס, ווייס איך נישט אויב עפעס ערנסט.

סייד נאוט: ס'זענען אנגעקומען א מחנה מיט פרויען פאליציי, ס'האט אויסגעקוקט ווי פון מאנרא וואודבורי פובליק שולע גייט מען אויטאמאטיש אריבער צו אפיציר ארבעט. איך האף ס'איז נאך דא מענער אויך, פשוט ס'זאל נישט זיין קיין חשד אויף דיסקרימינאציע קעגן מענער.
ער האט זיך גוט צוזעצט און מ'האט אים גענומען אויסטשעקן. ניסי ניסים ווען מען טראכט וואס וואלט געקענט געשען
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן

פריש: פאר חובבי היסטאריע און קרישקע ליבהאבער.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2960
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 6920

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 24, 2025 6:09 pm
בודקע האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 24, 2025 5:28 pm א שרעקעדיגע 5 קאר עקסידענט היינט אינדערפרי אין פארנט פון ביהמ"ד הג' אין קרית יואל.

כ'בין געווען אויפ'ן סצענע אין די מינוט'ן שפעטער, דער אינגערמאן וואס לויפט ארויס פון צווישן די קארס האט מען למעשה אריינגעפירט מיט אן אמבולאנס, ווייס איך נישט אויב עפעס ערנסט.

סייד נאוט: ס'זענען אנגעקומען א מחנה מיט פרויען פאליציי, ס'האט אויסגעקוקט ווי פון מאנרא וואודבורי פובליק שולע גייט מען אויטאמאטיש אריבער צו אפיציר ארבעט. איך האף ס'איז נאך דא מענער אויך, פשוט ס'זאל נישט זיין קיין חשד אויף דיסקרימינאציע קעגן מענער.
איך האב היינט פאר'ן דאווענען געכאפט א שמועס מיט איינעם, און איך האב גערעדט וועגן די עקסידענט נעכטן זאגנדיג "יענער האט נישט געסטאפט ביים סטאפ סיין און אריינגעקראכט אין איינעם און נאכדעם געפארן ווייטער, איינער זאגט פון כעס און איינער זאגט פון פארלוירנקייט, איך ווייס נישט אבער עס איז זייער שרעקעדיג".

צו מיין שאק רופט ער זיך מיר אן "הער אויס, איך בין דער בעל המעשה, און עס באדערט מיך אז מען רעדט אין די וועלט אריין אויף יענעמס חשבון". איך האב געמיינט איך זוך א לאך.... על כל פנים זאגט ער מיר אזוי: דארט איז "נישט" דא קיין סטאפ סיין דערווייל, נאר א ווייסע ליין, און ער האט טאקע געהאלטן אן אויג און עס האט אויסגעזען אז די ראוד איז קלאר. ווען ער איז שוין געווען נאכ'ן ליין איז געקומען א צווייטער פון די זייט אויף א פיל העכערע ספיד ווי אים און זיי האבן זיך צאמגעקראכט. ער געדענקט זיך נאר זעהן ווי זיין קאר פליעט ווייטער, ער געדענקט נישט פארוואס ער האט נישט געקענט ריקן די סטאפ ברעיק, אבער די קאר איז געפארן ווייטער נאך פון די קראפט פון פריער נאך א קורצע אפשטעל צו רוקן דעם אנדערן קאר פון וועג.... און זעענדיג אז ער גייט קראכן אין מענטשן ח"ו האט ער געדרייט די רעדל רעכטס צו די קארס, און דארט האט זיך דאס געענדיגט מיט נסים גלויים.

מען האט אריינגעפירט אויסטשעקן סיי אים און סיי דער אינגערמאן וואס איז צוקוועטשט געווארן, ביידע זענען ב"ה אהיים אן קיין קריץ1 ער האט נאך געדאוונט נאכדעם שחרית אין קרית יואל! און גומל געבענטשט. הודו לה'.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2287
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 7405

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך בודקע »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 25, 2025 3:19 pm

איך וויל ברבים תשובה טוען פארן חושד זיין דעם איד, סטוט מיך באמת וויי, אויב מעגליך אים צו איבער בעטן בשמי.

א סטאפ סיין איז אבער יא דא דארט, כ'בין אים נישט חושד מיט ליגענט, קען זיין אז ער האט עס נישט באמערקט.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2960
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 6920

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

בודקע האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 25, 2025 3:24 pm איך וויל ברבים תשובה טוען פארן חושד זיין דעם איד, סטוט מיך באמת וויי, אויב מעגליך אים צו איבער בעטן בשמי.

א סטאפ סיין איז אבער יא דא דארט, כ'בין אים נישט חושד מיט ליגענט, קען זיין אז ער האט עס נישט באמערקט.
זייער שיין איך וועל אים איבערגעבן. אבער ער האט מיר געזאגט אז מען האט נעכטן איבערגעקוקט די גאנצע סצענע און עס איז נישט בנמצא א סטאפ סיין דארט. אדרבה טשעק עס אויס און זאג מיר אויב ער איז זיך טועה.
לג בעומר
פרישער באניצער
פאוסטס: 86
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 3:05 am
x 113

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך לג בעומר »

ווען די פת שחרית סטאריזש טרעקל פלעגט זיין אינדערברייט פלעגט זיין אויפן טרעקל א בלינקעדיגע סטאפ סיין
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2287
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 7405

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך בודקע »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 25, 2025 3:56 pm
בודקע האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 25, 2025 3:24 pm איך וויל ברבים תשובה טוען פארן חושד זיין דעם איד, סטוט מיך באמת וויי, אויב מעגליך אים צו איבער בעטן בשמי.

א סטאפ סיין איז אבער יא דא דארט, כ'בין אים נישט חושד מיט ליגענט, קען זיין אז ער האט עס נישט באמערקט.
זייער שיין איך וועל אים איבערגעבן. אבער ער האט מיר געזאגט אז מען האט נעכטן איבערגעקוקט די גאנצע סצענע און עס איז נישט בנמצא א סטאפ סיין דארט. אדרבה טשעק עס אויס און זאג מיר אויב ער איז זיך טועה.
לג בעומר האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 25, 2025 10:04 pm ווען די פת שחרית סטאריזש טרעקל פלעגט זיין אינדערברייט פלעגט זיין אויפן טרעקל א בלינקעדיגע סטאפ סיין
גיימיר זיך נאכאמאל מתוודה זיין אין פובליק..

כ'האב מיך נישט געפוילט און אהין געגאנגען קוקן, ווייל איך האב געדענקט אויף הונדערט פראצענט אז ס'איז יא דא, קום איך אן אהין זעה איך דאס וואס @לג בעומר זאגט, מ'האט ארום געדרייט די פת שחרית טראק, און די סיין איז מיטגעגאנגען, כ'האב גענומען דעם בילד פון די אנדערע זייט, דזשאסט צו ווייזן אז כ'האב נישט פאר פלעין געמיינט אז ס'איז יא דא..
IMG_20250825_215812_109.jpg
IMG_20250825_215812_109.jpg (157.77 KiB) געזען געווארן 485 מאל
סאוי @Azoi Tzi Zugen , ווען דו בעטסט אים איבער בשמי אויף די ערשטע חשד, לייג פליז מיט דאס אויך..
שכח!

שרייב פאוסט