בקיצור האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 3:19 pm
מסתמא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 1:54 pm
בקיצור האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 1:46 pm
על פי נגלה איז דא א היתר צו דאווענען נאך חצות?
הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט געדאוונט נאך חצות?
ער האט נאך געהאט מיט זיך א גאנצער מנין? [וואס די חברי המנין זענען נישט געוועהן קיין חולי מעיים]
ניין. יא. יא.
און דו מעגסט דאס נישט נאכטון. פונקטליך די היתר אויף די מנין ווייסעך נישט. אויב וועסטו מיך דוקא דרוקן צום וואנט אויף זייער היתר וועל איך ענדערש זאגן אז זיי האבן געטון אן איסור ווי קומען צו א מסקנה אז דער שו”ע איז נישט דער קובע.
איז לאמר דיר קודם דרוקן צום וואנט...
לאמיר נאר מקדים זיין אז אין שו"ע איז כע'פסק'נט אז יעדער שם שמים לבטלה איז א איסור לאו פון לא תשא וואס שטייט אין די עשרת הדברות.
איז יעצט, @מסתמא צו איז דער סאטמארער רב זי"ע נכשל געווארן מפעם לפעם מיט א איסור פון די עשרת הדברות, און ער האט נאך מכשיל געוועהן אנדערע?
יא אדער ניין?
שטותים והבלים
ווער נאך וואו סאטמאר רב זי"ע האט פארפירט אויף מעשיות נגד ההלכה די גאנצע ויואל משה איז געבויעט אויף דעם אז א רבי איז נישט העכער די תורה
אלא מאי בע"כ וועסטו מוזן זאגן אז סאטמאר רב האט עס אויסגעארבעט להלכה על פי נגלה
און כוועל דיר טאקע מגלה זיין וואס אין סאטמאר ווייסט מען אויך נישט אזוי שטארק דערפון אז דער רבי האט געהאלטן להלכה אז אויב איינער איז געווען א אונס קען ער יא דאווענען נאך חצות
די קינדער פון ר' מענדל פריעדמאן זצ"ל פארציילן אז ער איז געווען גבאי אין ישיבה אין סאטמאר (אגב אינדערהיים פלעגט דער רבי נישט דאווענען אזוי שפעט מיינעך) און אמאל איז א בחור פארשלאפן און ר' מענדל - אלס גבאי אין ישיבה - איז געקומען פרעגן דעם רבין וואס יענער זאל טוהן, ערשט האט דער רבי זיך ציקאכט אויף יענעם בחור היתכן וכו' אבער נאכדעם האט ער געזאגט בזה"ל: ער זאל דאווענען דאס גאנצע דאווענען געהעריג נאר ביי שמו"ע אינזינען האבן מנחה עכ"ל, און ער האט ציגעלייגט אז ווען עס איז דא א פוסק וואס האלט איין זאך אפילו אויב מען פסקעט אנדערש איז עס נישט קיין ברכה לכבטלה און היות דער רמב"ם פסקט אז מקען דאווענען שחרית כל היום דעריבער טאר מען זיך לכתחילה טאקע נישט פארלאזן אויף דעם אבער בידעבד קען מען דאווענען און עס הייסט עס נישט קיין ברכה לבטלה.
יעצט דער רבי אליינס האט אלס געזאגט אז ער האט א דין חולה ער האט דאס געזאגט פאר אסאך רבנים אז ער האט חולי המעיים דעריבער האט ער געהאלטן אז ער קען נישט דאווענען ווילאנג ער איז נישט ריין, דעריבער בדיעבד האט ער געהאלטן אז מען מעג דאווענען ווי דער רמב"ם (אנדערש ווי רוב דיינים פסקענען היינט).
עס איז געווען נאך א מעשה אין די "כ" יארן אז ר' יחזקאל יואל סאמעט שליט"א פלעגט זיין פון רבינס מנין און די בחורים האבן געהאלטן אז נאר מיטן רבין מעג מען דאווענען אלס העכערע ענינים דעריבער ווען ער האט איינמאל פארפאסט די מנין זיך פארשמועסענדיג האט ער געפרעגט דעם רבין וואס ער זאל טוהן עס איז שוין געווען נאך 2 אזייגער נאכמיטאג, ערשט האט דער רבי געשמייכעלט און געזאגט: אה בין איך דאך נישט דער לעצטער... דערנאך האט ער ער אים געזאגט ער זאל דאווענען פון אנהייב ביזן סוף על הסדר כנ"ל
זעהט מען קלאר אז דער רבי האט דאס געהאלטן להלכה ולמעשה (הגם ר' יחזקאל יואל הנ"ל זאגט מיר אז ער האלט אז דער רבי האט עס גענומען אויף זיך העכערע זאכן וכו' אבער וויסענדיג די אנדערע מעשה פארשטייט מען קלאר דעם רבינס דעת להלכה).
און אויף די קשיא לגבי די איבריגע בחורים קען זיין דער רבי האט געהאלטן אז כדי ער זאל האבן מנין מעגן זיי עס טוהן מקען אריינגיין אינעם סוגיא פון חטא בשביל שיזכה חבירך אבער סאיז קלאר אז דער רבי האט עס אויסגעארבעט להלכה.