למעשה ווער ס'קען די פאקטן, איז כמעט יעדע שלב האט זיך לב טהור אליינ'ס אפגעטוהן!על פי תורה האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 05, 2025 10:26 pm כ'האב זיך סתם געמאכט א שטיקל חשבון, וויאזוי די השגחה עליונה האט צוגעפירט אז חבורת לב טהור, וואו יודישע קינדער האבן אזויפיל מיטגעמאכט, זאל זיך ענדיגן.
קודם כל, די פאקט אז מען האט געמופט קיין גווטאמאלא. שטעלטס ענק פאר זיי וואוינען נאך אין מאנסי, וויאזוי וואלט מען 'ארויסגעגאנגען' פון לב טהור? דער פאקט אז מען גייט קיין אמעריקע אוועק פון די חבורה שפילט א שטארקע ראלע אין די ענדע פונעם חבורה.
צווייטנס, די מעשה מיט די טעללער קינדער וועלעכע האט אריינגעלייגט אלע פירער אין תפיסה. דאס איז ברור אז ווען די וויינגארטנס און מאיר יששכר ראוזנער זענען אויף די סצענע כהיום, וואלט די מצב אויסגעזען אינגאנצן אנדערש. די פירערשאפט איז אריבערגעגאנגען צו יונגערע הענט, וועלעכע האבן געהאנדלט זאכן אנדערש ווי יעקב נחום וואלט עס ווען געהאנדעלט.
דריטנס, די פאקט אז מען האט געטוישט די בגדים. קודם כל האט עס געוויזן פאר די וועלט אז מען רעדט נישט פון נאך א ווערסיע פון א גאר פרומע קהילה, נאר דאס איז גאר עפעס אנדערש, אוועק אוועק פון יעדע סארט היימישע קהילה. ועוד עס געבט כהיום א שטיקל סטעיטמענט ווער איז נאך אין די חבורה און ווער נישט. ווען זיי גייען ווען מיט הוט און רעקל וואלט ווען נישט געווען וואס צו אויסטון.
די פערטע שלב, די התייסדות פון כנישתא חדא. דאס האט ממש ציבראכן די חבורה. ווען משפחות האבן די ערשטע מאל אין היסטאריע אנגעהויבן ארויסצוגיין פון לב טהור.
די פיפטע שלב איז געווען די איבערפאל ווען מען האט אריינגעלייגט די קינדער אין שעלטער.
די זעקסטע שלב איז געווען ווען מען האט ארויסגעשטעלט אלע בני החבורה אין גאס, און אזוי האט יעדער פלוצלינג באקומען קשר מיט די וועלט, און די קאנטראל האט נישט געקענט אנגיין ווען מען האט געוואוינט אין די גאס.
די זיבעטע שלב איז געווען ווען מען האט אריינגעלייגט דעם חכם אין די שו, און אים אפגעהאקט פון לב טהור פאר 3 קריטישע חדשים.
די אכטע שלב איז געווען נאך פסח ווען די חברי הנהלה האבן אנגעהויבן ארבעטן אינאיינעם מיט די עסקנים.
איך וואלט ווען צוגעלייגט א ניינטע שלב (וואס דער עולם כאפט נישט ווי דראמאטיש דאס איז) אז דער עולם אין אמעריקע האט זיך אויסגעלערנט מקרב צו זיין יודן וועלעכע בלייבן נאך מיט שיטת לב טהור און גייען נאך מיט די בגדים. דאס געבט די מעגליכקייט פאר משפחות ארויסצוקומען ווען זיי הערן ווי שיין מען איז יעדן מקרב.
ערשטע זאך אז זיי האבן ארויסגעווארפן נתן פון רימנוב, דאס האט צוגעברענגט צו די אלע משפטים וועגן באקומען זיינע קינדער און זאכן וואס האט געמאכט די רעגירונג האלטן אן אויג אויף וואס ס'גייט פאר דארטן וד"ל.
נאך א זאך די זיך טשעפען כסדר מיט ר' יואל העניך דאס איז פשוט געווען די ראנג אדרעסס זיך צו טשעפען מיט...
די עיקר זאך די פאר יושבים וואס מ'האט ארויסגעווארפן פון בבל, און זיי זענען געגאנגען קלאגן צו די רעגירונג, דאס האט למעשה צוגעברענגט צו די יעצטיגע מצב...
בור כרה וכו'