יא
אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
דורותינו גליון פ”ז פ’ דברים - חזון תשפ”ה לפ”ק
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
אין א פרואוו צו כאפן קרעדיט האט אבי שיק נארוואס אריין געגעבן פאפירן פאר אן אמיקוס בריף אינעם קעיס, וואו ער שטעלט זיך צווישן אנדערן אפן ארויס קעגן געוויסע זאכן וואס בארשאוו האט גע'טענה'ט אינעם קעיס.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
ער האט בכלל סטענדאינג אין דעם קעיס
ער רעפרעזענטירט איינעם?
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
ער פראבירט צו איבער'טענהן זיינע טענות וואס די קאורט אוו אפיעלס האט נישט געאורטיילט אויף, און ער שטימט צו מיט די סטעיט אז די נייע געזעץ טוט בלויז אויסברייטערן די פעטוועיס אבער ערזעצט עס נישט.
אויך ברענגט ער ווידער ארויף זיין וואנזיניגע טענה אז קינער וואס גייען אין היים שולע זאלן דארפן באקומען באסעס (א זאך וואס קען אריין שפילן אין די הענט פונעם סטעיט)
ער וויל אויך באגרעניצן די באדייט פון די ווארט "שולע" אינעם נייעם געזעץ צו באדייטן נאר א שולע וואס צילט זיך צוצושטעלן צו אלע "לימודים" פונעם עדיוקעישאן געזעץ.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
-
קיין מיינונג
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 129
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 9:13 pm
- Location: new york
- x 48
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 8549
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 21039
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
ווייס איך נישט פארוואס ער האט דאס אריינגעגעבן.
אזויפיל ווייס איך זיכער, אז מ'האט אים געבעטן ער זאל נישט.
-
קיין מיינונג
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 129
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 9:13 pm
- Location: new york
- x 48
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3923
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 24438
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
ביטע לייגן אלע אייערע היסטארישע דאקומענטן אין א באזונדערע ארכיוון אשכול.
מיט פארשטענדעניש
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
זאלץ בענד אינטער די קוליסן
פריש: פאר חובבי היסטאריע און קרישקע ליבהאבער.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
האט עס מר. שיק אריינגעגעבן אלס פערעלס פארטרעטער אדער בלויז אונטער זיין אייגענעם נאמען?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 05, 2025 8:42 pmווייס איך נישט פארוואס ער האט דאס אריינגעגעבן.
אזויפיל ווייס איך זיכער, אז מ'האט אים געבעטן ער זאל נישט.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
אלץ פערלס און אגודהיאנטשי האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 05, 2025 9:26 pmהאט עס מר. שיק אריינגעגעבן אלס פערעלס פארטרעטער אדער בלויז אונטער זיין אייגענעם נאמען?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 05, 2025 8:42 pmווייס איך נישט פארוואס ער האט דאס אריינגעגעבן.
אזויפיל ווייס איך זיכער, אז מ'האט אים געבעטן ער זאל נישט.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
צו קלארשטעלן:
אבי שיק'ס אמיקוס איז אפיציעל לטובת די מוסדות קעגן די סטעיט, באזירט אויף די פאלגנדע טענות:
-עלטערן דארפן צושטעלן עדיוקעישאן
-זיי קענען שיקן אין א פריוואטע שולע
-די קינדער דארפן נישט באקומען זייער גאנצע חינוך אין איין לאקאציע
-די נייע געזעץ שטעלט קלאר אז אויף דערווייל זענען אלע מוסדות עקוויווילענט
-די קאורט אוו אפיעלס אורטייל באשטעטיגט די אלע אויבנדערמאנטע טענות
-קינדער וואס גייען צו שולעס וואס זענען נישט עקוויווילענט זענען בארעכטיגט פאר באסעס
-קינדער וואס גייען צו נישט עקוויווילענט שולעס זענען בארעכטיגט פאר ספעשל עד
-שולעס וואס זענען נישט עקוויווילענט זענען בארעכטיגט פאר MSM געלטער (רוב געלטער וואס מוסדות באקומען איז מטעם מענדעיטעד סערוויסעס)
-צוליב די נייע געזעץ זענען אלע מוסדות אטאמאטיש עקוויווילענט
אבער
-ביים זיך באציען צו די נייע געזעץ זאגט ער אז עס "ברייטערט אויס די פעטוועיס" - וואס איז די זעלבע ווערטער וואס די סטעיט נוצט, בשעת בארשאוו האט געבעטן די געריכט צו אורטיילן אז די געזעץ ערזעצט די אלטע געזעץ און שטעלט צו א גענצליך פרישע וועג פון זיין עקוויווילענט.
-ביים זאגן וואס די ווארט "שולע" באדייט שלאגט ער פאר צו נוצן די דעפינישאן וואס די סטעיט נוצט דערפאר אין די רעגולאציעס.
מערקווירדיג: ער נוצט די לשון פון די נייע געזעץ צו בארעכטיגן זיינע טענות פארוואס א נישט עקוויווילענט מוסד זאל דארפן באקומען געלט.
ער זאגט אז ביי די מאנדאטירטע סערוויסעס שטייט בלויז אז מען זאל עס געבן פאר א שולע וואס קומט נאך די פאדערונגען פון סעקשאן 3204 פון עדיוקעישאן געזעץ, וואס סעקשאן 2 דערפון איז די באקאנטע "סובסטענטשעל עקוויווילענט" פארלאנג. - טענה'ט ער אבער אז עס באדייט נישט אז די מוסד פאר זיך דארף נאכקומען יעדע חלק פון סובסטענטשעל עקוויווילענסי - ווייל ווען יא וואלט עס די געזעץ ארויסגעשריבן, אזויווי די געזעץ שרייבט קלאר ארויס אין די נייע אמענדמענט 6 אז מיט די נייע געזעץ קומט מען נאך סוב-סעקשאן 2 - וואס דאס איז די סובסטענשעל עקוויווילענט פארלאנג.
דעריבער טענה'ט ער אז ביי די געלטער וואו די געזעץ שרייבט נישט אזוי קלאר מוז זיין אז עס מיינט לאו דוקא די עקוויווילענט פארלאנג, נאר עס באציט זיך מער צו די די טעג און שעות פונעם מוסד...

אויך איז ער ענדליך מודה אז די קאורט אוו אפיעלס אורטייל איז גארנישט אנדערש ווי די אפעלאט דעוויזיע אורטייל, אבער דערקלערט דאסמאל אז אויך די אפעלאט האט ער געוואונען...
ער איז נאר נישט מסביר ווער האט עס אפעלירט און פארוואס...

- פיילס
-
- Screenshot_20250805_222912_Samsung Notes.jpg (91.46 KiB) געזען געווארן 296 מאל
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
אבי שיק'ס אמיקעס קען מאכן גרויסע שאדן פארן דעם קעיס, ובפרט ווען די סטעיט נוצט גאר פאר א טענה קעגן די 3 מוסדות, אז אמאל האבן זיי געארבייט מיט אבי שיק, און מען האט יא מסכים געווען אפילו אריינצושיקן א טיים ליין פלאן ועוד ועוד
און פארדעם האט מען האט עם קלאר געבעטן אז ער זאל 'נישט' פיילן קיין אמיקעס בריוו,
אבער אזוי ווי פערל"ס קען נישט אראפשלינגן דעם פאקט אז מען האט זיי איבערגעלאזט אויפן וואסער, און אפשר וועט בארשעוו ארויסקוועטשן א זיג פאר די מוסדות, אנע פערל"ס,
ממילא, האט פערל"ס געפיילט דעם אמיקעס,
די חשבון איז פשוט,
ממה נפשך,
וועט בארשעוו געוואונען, וועט פערל"ס קענען שרייבן אינעם קומענדיגן 'פערל"ס אפדעיט' אז... בארשעוו האט געוואונען, בלויז נאר צוליב דעם געוואלדיגען אמיקעס בריוו פון פערל"ס....
און אויב בארשעוו וועט פארלירן צוליב זיין אמיקעס, איז עם אויך זייער גוט...

אומגלויבליך.היימיש האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 05, 2025 10:54 pm אבי שיק'ס אמיקעס קען מאכן גרויסע שאדן פארן דעם קעיס, ובפרט ווען די סטעיט נוצט גאר פאר א טענה קעגן די 3 מוסדות, אז אמאל האבן זיי געארבייט מיט אבי שיק, און מען האט יא מסכים געווען אפילו אריינצושיקן א טיים ליין פלאן ועוד ועוד
און פארדעם האט מען האט עם קלאר געבעטן אז ער זאל 'נישט' פיילן קיין אמיקעס בריוו,
אבער אזוי ווי פערל"ס קען נישט אראפשלינגן דעם פאקט אז מען האט זיי איבערגעלאזט אויפן וואסער, און אפשר וועט בארשעוו ארויסקוועטשן א זיג פאר די מוסדות, אנע פערל"ס,
ממילא, האט פערל"ס געפיילט דעם אמיקעס,
די חשבון איז פשוט,
ממה נפשך,
וועט בארשעוו געוואונען, וועט פערל"ס קענען שרייבן אינעם קומענדיגן 'פערל"ס אפדעיט' אז... בארשעוו האט געוואונען, בלויז נאר צוליב דעם געוואלדיגען אמיקעס בריוו פון פערל"ס....
און אויב בארשעוו וועט פארלירן צוליב זיין אמיקעס, איז עם אויך זייער גוט...
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
ער האט נאך געפילט פאר וויכטיג מיטצולייגן די טראנסקריפט פון זיינע אראל ארגומענט ביים קאורט אף אפיעלס,
הגם וואס זיינע גאר שוואכע אויפטריט דארט, האם עם געקאסט א טייערן פרייז
אז פערל"ס האט פארלוירן דעם קעיס, און די קאורט אף אפיעלס האט באשטעטיגט דעם פסק פונעם אפעלאט דעוויזיע לטובת די סטעיט
הגם וואס זיינע גאר שוואכע אויפטריט דארט, האם עם געקאסט א טייערן פרייז
אז פערל"ס האט פארלוירן דעם קעיס, און די קאורט אף אפיעלס האט באשטעטיגט דעם פסק פונעם אפעלאט דעוויזיע לטובת די סטעיט
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
סתם אזוי האט ער געשפירט פאר וויכטיג הויך צו רעדן איבער געוויסע ענינים וואס איז געזונטער אז מען רעדט נישט ואכמ"ל, און כאטש אויב איינער קען פארדינען פון רעדן דערפון איז עס די סטעיט, און זיי האבן עס נישט אויפגעברענגט אין זייערע פאפירן (וואס נישט רעדן דערפון העלפט נאר ארויס דעם קעיס פאר די מוסדות), דאך שפירט ער פאר וויכטיג צו מישן א קאשע און רעדן איבער די ענינים.. א זאך וואס קען פאר זיך קאסטן א טייערע פרייז
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
אין א בחינה פון גם לי, גם לך לא יהי'
דרייוו איך דעם שיף, איז גוט, און אז נישט...

שמועות טובות
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 409
- זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
- x 1308
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
בארשאוו קען נישט אפהאלטן שיק פון זיך דא אריינמישן?
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
הער איך אז ווען די יעצטיגע עסקני החינוך האבן געוואלט מאכן אן אמיקוס צי פערלס קעיס און מהאט עס נישט געטוהן כדי נישט שאדן צי מאכן פערלס קעיס
ראו מה בין בן בני לבן חמי...
ראו מה בין בן בני לבן חמי...
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
נישט נאר דאס, עס איז געקומען נאך די דירעקטע בקשה פון פערלס, מש"כ היינט האבן זיי עס אריינגעגעבן אן זיך בכלל רעכענען מיט די מוסדות, און די לויער.