על דא ועל הא

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 2786
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 13177

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך חלום חלמתי »

ר' מענדל וועכטער'ס זון נעמט שלום פון האדמו"ר מהר"א...
פיילס
Gw8ari2XkAAzpQg.jpeg
Gw8ari2XkAAzpQg.jpeg (117.31 KiB) געזען געווארן 1416 מאל
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2785
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8609

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

דער תמימות'דיגער בחור'ל וואס כאפט נישט אז עפעס אויסערגעווענליך פאסירט דא... צ-ו-ק-ע-ר!!!!
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 2786
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 13177

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך חלום חלמתי »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 11:47 am דער תמימות'דיגער בחור'ל וואס כאפט נישט אז עפעס אויסערגעווענליך פאסירט דא... צ-ו-ק-ע-ר!!!!
:lol:
כ'קען ליינען דעי אינגערמאן'ס מחשבות...
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2143
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 6515

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך נקודות טובות »

עס איז טיף אין די נאכט, די זייגער טיקט אויף האלב דריי פארטאגס. די לבנה שיקט ארויס אירע לעצטע שטראלן, די שטערן פינקלען און בליטשקענען איבער די קריסטעל קלארע הימל ווי די טייערסטע דיימאנטן.

די לופט איז טריקן, א לויטער קיל ווינטל בלאזט אריין לעבהאפט אין די פארשלאפענע אטמאספער. די ביימער וויגן זיך מיטן ווינט, זיי זינגען אינאיינעם שירה פארן מלך מלכי המלכים, און די פריש קאלירטע בלעטער טוהן אונטער שפילן מיט זייערע זיסע קלאפערייען.

א טויט שוואגעניש הערשט אויפן האריזאנט, די איינוואוינער זענען אלע פארזינקן אין א טיפן שלאף, די ותיקין אידן ענדיגן זייער לעצט פארבליבענע חלומות איידער די וועקער זייגער רייסט איבער, און דער פרימארגן מאכט זיינע לעצטע צוגרייטונגען צו איבערנעמען די הערשאפט.

קיין נפש חיה זעהט מען נישט אויף די גאס, די קעצלעך זענען שוין אויך ווי פארשווינדן געווארן, די ראטן פארענדיגן מיט א שנעלקייט די סעודת המפסקת, און די מייזלעך פילן אן זייערע זאפאסן מיט די פארבליבענע שריים פון די גארבידזש קאנעס. אבער פון איין דירה ערגעץ וואו פארשטעקט אין די הויכע געביידעס אין שכונת ויואל משה זעהט זיך ארויס א שפאר ביסל לעכטיגקייט.

אינעם שלאף צימער ליגט ער פארסאפעט. א שווערע טאג געהאט, ער פראבירט צו איבערגעבן די נשמה פאר די שר החלומות עס צו אויסוואשן, אבער די שלאף קלעבט נישט. ער דרייט זיך רעכטס, ער דרייט זיך לינקס, ער האט שוין אפילו צוויי מאל איבערגעדרייעט די קישן צו די קאלטע זייט. אבער אן ערפאלג.

די מח ארבעט פיבערהאפטיג, צווישן די קעמערליך הויערן שווערע הויפענעס פון דאגות. ער פראבירט זיי צו זאגן שיינערהייט גייטס שלאפן, איך פארשפרעך מיט אייך זיך צו פארשטענדיגן אינדערפרי ווען איך וועל האבן מער כח און צייט. זיי שענקען אים א פאר דערשראקענע אויגן, זיי וויינען, שרייען, און מאנען, "איר קענט אונז נישט איבערלאזן אליינס!" אויב נישט דו, ווער וועט פאר אונז זארגן??

נע, "ס'איז גארנישט" זאגט ער צו זיך, ס'איז נישט מיין געשעפט. אבער טיף הונטער זיינע געוויסן קאכט עס און ברענט. ער שוויצט, ער פיבערט, עס רעגט אים, ער פארשטייט נישט, עס ערגבערט, ער שפירט ווי ער פלאצט. ער וויל עס אפשטויסן, אבער ס׳קלאפט צוריק, ער פארשטייט דאס נישט בשום אופן. עס קאכט און קאכט און רינט שוין איבער.

פלוצלינג! א שטויס אראפ דעם דאכענע! א ווארף די קישן! ער שטעלט זיך אויף האסטיג! כאפט די ברילן, הייבט אן טאפן ביז ער דערשפירט זיין פאון. ער סיינט אריין מיט גרויס ווייטאג צו אידטיש.קאם, און נעמט זיך שרייבן! רבותי! הזהרו! נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל!!!

ער ענדיגט, ער לייגט אראפ די פאון, די געוויסן בארואיגען זיך, ער נעמט צוריק די קישן, און ער ווערט פארזינקען אין א טיפע שלאף. ווען צו זיין שאק דערוועקט זיך די נעקסטע אינדערפרי זעהענדיג אז ער האט נאכאמאל פארפאסט זיין פארטאגס חברותא....

פופציגער האט געשריבן: פרייטאג יוני 27, 2025 2:52 am
► Show Spoiler
@פופציגער, איך אטעם נישט פון וואספארא דאגות דו טראגסט דריי אזייגער פארטאגס!
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
איך אטעם נישט!
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אסרוחג
פרישער באניצער
פאוסטס: 88
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 3:46 pm
x 149

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך אסרוחג »

חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 11:42 am ר' מענדל וועכטער'ס זון נעמט שלום פון האדמו"ר מהר"א...
ר' יצחק לעווי'ס אייניקל
התורה מחזרת על אכסניא שלה
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5649
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19937

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

@ר' יום טוב אויף אייוועלט מיט א נקודה למחשבה:
https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p ... 2#p6135232
עס איז אלעמען באקאנט, אז אויסער די תורה און די שולחן ערוך, און להבדיל די חוקי המדינה, איז דא א אומזעבארע בוך פון רעגולאציע'ס ביי אונז אין שטעטל. די בוך דאפלט זיך אין דיקקייט יאר-יערליך.

לייקן נישט אין די עקזיסטענץ פונעם בוך, ווייל איך גיי דיר יעצט אויפווייזן אז ס'דא אזא זאך.

דהיינו, אונז וואוין מיר אין א שטאט פון צענדליגער טויזנטער אידן. איך האב אין די לעצטע 10 יאר נישט געזען א איד, זאל זיין א בעל הבית אדער א כולל אינגערמאן, זיך אוועקזעצן אויף א בענקל פארנט פון זיין הויז מיט א בוך אדער ספר, און געניסן פון די פרישע לופט.

וואס איז פשט? ס'איז עפעס אן עבירה? ס'איז א פאני זאך? און פארוואס איז דאס אזוי?..
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2785
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8609

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

► Show Spoiler
געווענליך קומט עס פאר אין בעקיארד, אין פארטש, אין בית המדרש פארטש

(ואת"ל אלס לא תלבוש, ער וויל נישט נעמען די ווייבס פלאץ) ער ווייסט אז אין פראנטיארד אויב טוט ער עס איז דא גרויסע שאנסן צו זיין מארגן אין די בילדערהעפטן, און ווען די קינדער שפילן אין גאס איז נישטא די נויטיגע קאנצעטראציע.
תורה ויראה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 395
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 614

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך תורה ויראה »

Screenshot 2025-07-30 152758.png
Screenshot 2025-07-30 152758.png (274.75 KiB) געזען געווארן 909 מאל
אוועיטער
לאקאלער רב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 312
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:47 pm
x 564

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך לאקאלער רב »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2025 3:29 pm
► Show Spoiler
געווענליך קומט עס פאר אין בעקיארד, אין פארטש, אין בית המדרש פארטש

(ואת"ל אלס לא תלבוש, ער וויל נישט נעמען די ווייבס פלאץ) ער ווייסט אז אין פראנטיארד אויב טוט ער עס איז דא גרויסע שאנסן צו זיין מארגן אין די בילדערהעפטן, און ווען די קינדער שפילן אין גאס איז נישטא די נויטיגע קאנצעטראציע.
ווייס איך נישט וועלכע שטאט איר רעדט, אבער ביינונז אין שטאט איז נישטא ווי זיך צו זעצן פארנט פון די הייזער (קוים אין די הייזער...)
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4647
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6157

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך שמח »

תורה ויראה האט געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2025 3:46 pm Screenshot 2025-07-30 152758.png
איז נישט אינטערסאנט אז טועמי' זאל דערמאנען אייוועלט?

דער ''אחד מהדיינים'' האט דאס אריינגעלאזט?

כ'פרעג נאר.
אוועיטער
איד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 943
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 1064

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך איד »

שמח האט געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2025 6:55 pm
תורה ויראה האט געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2025 3:46 pm Screenshot 2025-07-30 152758.png
איז נישט אינטערסאנט אז טועמי' זאל דערמאנען אייוועלט?

דער ''אחד מהדיינים'' האט דאס אריינגעלאזט?

כ'פרעג נאר.
וואס איז די פראבלעם?

ס''ה געט ער קרעדיט פאר וועמען ס'קומט זיך
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 2786
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 13177

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך חלום חלמתי »

שמח האט געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2025 6:55 pm
תורה ויראה האט געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2025 3:46 pm Screenshot 2025-07-30 152758.png
איז נישט אינטערסאנט אז טועמי' זאל דערמאנען אייוועלט?

דער ''אחד מהדיינים'' האט דאס אריינגעלאזט?

כ'פרעג נאר.
שלא כדעת השומרים
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
וואסאפשט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 785
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 9:57 pm
x 535

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך וואסאפשט »

זעהט אויס אזוי.
אז עפעס איז שווער פרעגט מען וואסאפשט.............
הלבלר בקולמסו
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 788
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 1211

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

ווער איז דער אחד הדיינים?
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 813
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1627

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך בן תורה »

א אינטערסאנטע זאך וואס איך האב אויפגעפאסט. אמאל פלעגט מען אדווערטייזמענט א נייע סעלפאון האט מען געשריבן די מעלות דערפון, עס שטארק, באקוועם, ביליג. היינט אדווערטייזט מען א טעלפאון אז עס פילט גוט! גארנישט. פינטל.
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2213
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 7428

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך שינאווער »

חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2025 7:38 pm
שמח האט געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2025 6:55 pm
תורה ויראה האט געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2025 3:46 pm Screenshot 2025-07-30 152758.png
איז נישט אינטערסאנט אז טועמי' זאל דערמאנען אייוועלט?

דער ''אחד מהדיינים'' האט דאס אריינגעלאזט?

כ'פרעג נאר.
שלא כדעת השומרים
ס'איז אביסל א מאדנע אויפפאלנדע זאך. אבער דער איד טוט עס אויך שוין יארן לאנג אין די בילדער אפטיילונג.
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 2786
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 13177

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך חלום חלמתי »

שינאווער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 31, 2025 4:37 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2025 7:38 pm
שמח האט געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2025 6:55 pm

איז נישט אינטערסאנט אז טועמי' זאל דערמאנען אייוועלט?

דער ''אחד מהדיינים'' האט דאס אריינגעלאזט?

כ'פרעג נאר.
שלא כדעת השומרים
ס'איז אביסל א מאדנע אויפפאלנדע זאך. אבער דער איד טוט עס אויך שוין יארן לאנג אין די בילדער אפטיילונג.
אויפאלנד נאר אין די אויגן פון עקסטרעמע גליונות ליינער.

אייוועלט -אידטיש סייט'ס מיט א שטרענגע פילטער זענען פונקט אזויווי קול מבשר וואס ס'איז גארנישט מאדנע צו ציטירן, די איינציגסטע וואס האבן א פראבלעם זענען די שמאלקעפיגע לצים און היפאקריטן וואס מאכן לצנות פון רבנים און מנהיגי קהילות וואס גייען נישט אין שפאן מיט זייער אייגן אויסגעטראפן תורה
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 7824
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 18805

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך דער תהלים איד »

דער מחזה אין א ביהמ"ד אין קרית יואל האט מיר זייער געפאלן.
פיילס
image000000 (1).jpg
image000000 (1).jpg (378.97 KiB) געזען געווארן 461 מאל
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4647
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6157

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך שמח »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 31, 2025 3:36 am
שמח האט געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2025 6:55 pm
תורה ויראה האט געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2025 3:46 pm Screenshot 2025-07-30 152758.png
איז נישט אינטערסאנט אז טועמי' זאל דערמאנען אייוועלט?

דער ''אחד מהדיינים'' האט דאס אריינגעלאזט?

כ'פרעג נאר.
ווער איז דער אחד הדיינים?
דאס פרעג איך שוין לאנג....
1000390418.png
1000390418.png (92.22 KiB) געזען געווארן 398 מאל
הלבלר בקולמסו
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 788
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 1211

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

שמח האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 31, 2025 8:54 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 31, 2025 3:36 am
שמח האט געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2025 6:55 pm

איז נישט אינטערסאנט אז טועמי' זאל דערמאנען אייוועלט?

דער ''אחד מהדיינים'' האט דאס אריינגעלאזט?

כ'פרעג נאר.
ווער איז דער אחד הדיינים?
דאס פרעג איך שוין לאנג....
1000390418.png
דאס איז דער אלטער ווערסיע...
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 175
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 181

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך totty »

שינאווער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 31, 2025 4:37 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2025 7:38 pm
שמח האט געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2025 6:55 pm

איז נישט אינטערסאנט אז טועמי' זאל דערמאנען אייוועלט?

דער ''אחד מהדיינים'' האט דאס אריינגעלאזט?

כ'פרעג נאר.
שלא כדעת השומרים
ס'איז אביסל א מאדנע אויפפאלנדע זאך. אבער דער איד טוט עס אויך שוין יארן לאנג אין די בילדער אפטיילונג.
זיך געוואנדערט פארוואס אייוועלט איז מהרי"י געשטימט זע איך אז זיי האבן געהאט שכל צי לעגימטעריזן אייוועלט אזוי זאל זיין א שטיקל נגיעה...

אבער לכאורה איז עס נישט ריכטיג צי לייגן אין א גליון אויפן שבת טיש
די קינדער דארפן נישט וויסן וואס אייוועלט איז
אפאר יאר צוריק האט רב וואזנער געזאגט ביי כינוס כלל ישראל אך ורק לצורך פרנסה למעשה איז מען מקיל אויף כשר אינטערטעימענט מיינט אבער נאכנישט אז קינדער דארפן אויפוואקסן מיט דעם
וואסאפשט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 785
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 9:57 pm
x 535

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך וואסאפשט »

הה'ד קריכן אויף גראדע ווענט!!..
אז עפעס איז שווער פרעגט מען וואסאפשט.............
אוועיטער
איד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 943
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 1064

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך איד »

אינטערעסאנט אויף וואס מ'האט זיך אויפגעכאפט דא...

די מאמענט שרייבט שוין יארן 'אידישע וועלט' ווען זיי ברענגען פון אייוועלט, פלוצלינג מאכט מען א ויצעקו, וואס איז? די אנדערע טעגליש האט עס געטון.... פלוצלינג ווערט עס אן אומפארשטענדליכע זאך...
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5649
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19937

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

איד האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 01, 2025 12:45 am אינטערעסאנט אויף וואס מ'האט זיך אויפגעכאפט דא...

די מאמענט שרייבט שוין יארן 'אידישע וועלט' ווען זיי ברענגען פון אייוועלט, פלוצלינג מאכט מען א ויצעקו, וואס איז? די אנדערע טעגליש האט עס געטון.... פלוצלינג ווערט עס אן אומפארשטענדליכע זאך...
אויב די טועמיה, בחצרות, איד אדער בלאט וואלט אריינגעלייגט ארטיקלען נאנט צו די סטאנדארטן פון מאמענט וואלט מען שוין לאנג געמאכט א ויצעקו.
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1124
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1531

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך יאנטשי »

בן תורה האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 31, 2025 4:34 pm א אינטערסאנטע זאך וואס איך האב אויפגעפאסט. אמאל פלעגט מען אדווערטייזמענט א נייע סעלפאון האט מען געשריבן די מעלות דערפון, עס שטארק, באקוועם, ביליג. היינט אדווערטייזט מען א טעלפאון אז עס פילט גוט! גארנישט. פינטל.
דאס איז שוין לאנג די מהלך פון מארקעטן תכשיטים פאר די נשים, די לעצטיגע אויפטוה איז דאס קלאסיפיצירן א סעלפאון אלס תכשיט, דאן ווערן אלע אנדערע מעלות און חסרונות אומרעלאוואנט.
שרייב פאוסט