די מיינסט דעם חרם הקדמונים?שמואל פוקס האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 25, 2025 2:58 amא שיטה? - ס'איז די תוה"ק!על פי תורה האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 25, 2025 2:54 am (איך האב עס צופעליג נישט געוויזן פאר @שמואל פוקס וויבאלד ער האט א שיטה נישט צו בארעדן קיין מתים...)
כת לב טהור אין גוואטעמאלע *הכרת הטוב שמועס* מעומקא דלב טהור
-
איה מקום כבודו
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 25
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 10:59 am
- x 121
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע *הכרת הטוב שמועס* מעומקא דלב טהור
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע *הכרת הטוב שמועס* מעומקא דלב טהור
wow wow!!
יעצט געליינט די גאנצע זאך ברציפות!! (וויפיל א זייגער איז?...בושות...)
די חרון אף גייט זיכער אוועק זעענדיג לעומת זה אזעלכע איבערגעגעבענע עסקנים!!
@על פי תורה ש'כח פאר אלע באריכטן, און פאר דיינע עסקנות צוזאמען מיט אלע אנדערע צדיקי דורינו!!
און אזוי אויך פארן אידטיש פלאטפארמע פארן זיין אזא געטרייע מכניס אורח!!
וואס האט מיר די מערסטע צונומען:
זאל די באשעפער אונז שוין אויסלייזן פון גלות.
יעצט געליינט די גאנצע זאך ברציפות!! (וויפיל א זייגער איז?...בושות...)
די חרון אף גייט זיכער אוועק זעענדיג לעומת זה אזעלכע איבערגעגעבענע עסקנים!!
@על פי תורה ש'כח פאר אלע באריכטן, און פאר דיינע עסקנות צוזאמען מיט אלע אנדערע צדיקי דורינו!!
און אזוי אויך פארן אידטיש פלאטפארמע פארן זיין אזא געטרייע מכניס אורח!!
וואס האט מיר די מערסטע צונומען:
זיצן יעצט קינדער אין שעלטער וואס וואלטן שוין געקענט זיין אינדרויסן וועגן אומ'אחריות'דיגע ניקים ה"י, וואס צומאל איז עס נאך אונטערן לבוש פון רחמנות!!!על פי תורה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 24, 2025 2:49 am א מעשה ווען א באריכט אדער קאממענט אויף אידטיש האט ליידער עטוואס שאדן געמאכט אדער צוריק געהאלטן עפעס און די מערכה.
בנוגע די הוראה פונעם חכם נישט ארויסצוגיין. עס האט פאקטיש אפגעהאלטן א מאמע פון ארויסנעמען אירע קינדער פון שעלטער. כהיום זענען אירע קינדער נאך אין שעלטער.
זאל די באשעפער אונז שוין אויסלייזן פון גלות.
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2959
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 6912
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע *הכרת הטוב שמועס* מעומקא דלב טהור
דו זאגסט ריכטיג. מיר האט דאס אויך זייער צענומען. ווייל איך געדענק ווי אסאך נארמאלע ניקס דא זענען געווען אויס מענטש אז מען זאגט נישט געהעריג וואס די מעשה מיט'ן חכם איז, ער לאזט יא אדער ער לאזט נישט, און מען האט באשולדיגט די עסקנים אין אנפירן ספינס די גאנצע צייט אא"וו. אז מען הערט יעצט אז דאס איז פשוט א שאלה פון הצלת נפשות, טריפט עס ביים הארץ. ירחם השם אויף זיי אלע זיי זאלן שנעל ארויסקומען פון גיהנום, און די גיהנום זאל שנעל ארויסקומען פון זייער הארץ.טראפקעלע האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 27, 2025 3:00 am וואס האט מיר די מערסטע צונומען:זיצן יעצט קינדער אין שעלטער וואס וואלטן שוין געקענט זיין אינדרויסן וועגן אומ'אחריות'דיגע ניקים ה"י, וואס צומאל איז עס נאך אונטערן לבוש פון רחמנות!!!על פי תורה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 24, 2025 2:49 am א מעשה ווען א באריכט אדער קאממענט אויף אידטיש האט ליידער עטוואס שאדן געמאכט אדער צוריק געהאלטן עפעס און די מערכה.
בנוגע די הוראה פונעם חכם נישט ארויסצוגיין. עס האט פאקטיש אפגעהאלטן א מאמע פון ארויסנעמען אירע קינדער פון שעלטער. כהיום זענען אירע קינדער נאך אין שעלטער.
זאל די באשעפער אונז שוין אויסלייזן פון גלות.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע *הכרת הטוב שמועס* מעומקא דלב טהור
און אויב איך מעג צולייגן; דאס גייט נאך ווייטער אן, עז ווי ספיק זענען דא עטליכע ניקס וואס ביודעים מאכן זיי חורבנות אלץ פאר אביסל תאוות הניצחון אדער נייגעריגקייט.Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 27, 2025 2:41 pmדו זאגסט ריכטיג. מיר האט דאס אויך זייער צענומען. ווייל איך געדענק ווי אסאך נארמאלע ניקס דא זענען געווען אויס מענטש אז מען זאגט נישט געהעריג וואס די מעשה מיט'ן חכם איז, ער לאזט יא אדער ער לאזט נישט, און מען האט באשולדיגט די עסקנים אין אנפירן ספינס די גאנצע צייט אא"וו. אז מען הערט יעצט אז דאס איז פשוט א שאלה פון הצלת נפשות, טריפט עס ביים הארץ. ירחם השם אויף זיי אלע זיי זאלן שנעל ארויסקומען פון גיהנום, און די גיהנום זאל שנעל ארויסקומען פון זייער הארץ.טראפקעלע האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 27, 2025 3:00 am וואס האט מיר די מערסטע צונומען:זיצן יעצט קינדער אין שעלטער וואס וואלטן שוין געקענט זיין אינדרויסן וועגן אומ'אחריות'דיגע ניקים ה"י, וואס צומאל איז עס נאך אונטערן לבוש פון רחמנות!!!על פי תורה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 24, 2025 2:49 am א מעשה ווען א באריכט אדער קאממענט אויף אידטיש האט ליידער עטוואס שאדן געמאכט אדער צוריק געהאלטן עפעס און די מערכה.
בנוגע די הוראה פונעם חכם נישט ארויסצוגיין. עס האט פאקטיש אפגעהאלטן א מאמע פון ארויסנעמען אירע קינדער פון שעלטער. כהיום זענען אירע קינדער נאך אין שעלטער.
זאל די באשעפער אונז שוין אויסלייזן פון גלות.
אביסל ניצן שכל וועט ווארשיינליך נישט שאטן.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
-
אברהם היהודי
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 216
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 13, 2025 3:05 pm
- Location: New York
- x 266
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע *הכרת הטוב שמועס* מעומקא דלב טהור
שאלה וואס איז גווען די ארבעט פון יואל רוזנר בן משה יוסףעל פי תורה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 24, 2025 2:46 am בעזהשי''ת
אונז אידישע קינדער זענען נתחנך געווארן פון קינדווייז אן מיטן געדאנק אז 'הכרת הטוב' איז א אידישע מידה.
לאמיר נישט מאריך זיין מיט קיין לאנגע הקדמות, אבער ווי מיר וועלן שפעטער אויסשמועסן באריכות, שפילט 'מערכת אידטיש' גאר א שטארקע ראלע אין די הייליגע מערכה פון הצלת ילדי לב טהור. אין דער צייט וואס אנדערע האבן עס געזען אלץ אומפאסיג צו דיסקוסירן ברבים, איז מערכת אידטיש אנטקעגן געקומען די עסקנים, און גאר שטארק צוגעהאלפן מיטן מערכת הצלת נפשות.
אזוי אויך די טייערע אידן וועלעכע שרייבן אויף דעם פלאטפארמע, האבן כסדר צוגעהאלפן מיט וואס זיי האבן נאר געקענט. ובפרט מיטן אויפטרייבן געלטער פארן מערכה.
די מכה בפטיש איז געווען ווען פארגאנגענעם וואך האבן די אידן דא אויף אידטיש מנדב געווען גאנצע צען טויזנט דאלער (איינגעטיילט אויף 2 פעידש'עס פונעם קאמפיין).
דאן האבן מיר געפילט אז עס איז צייט ארויסצווייזן כאטשיג עפעס הכרת הטוב.
איז וויאזוי איז מען מכיר טוב אויף א 'שרייבן פלאטפארמע'? אט אזוי, מיטן שרייבן... אשר על כן קומען מיר צו אייך מיט דעם ערשטמאליגן פריעקט, וואס איז איינגעטיילט אין עטליכע חלקים. א חלק זענען תשובות אויף שאלות וואס דער עולם האט אריינגעשיקט צו די עסקנים, און א טייל זענען שאלות וואס דער עולם האט אריינגעשיקט צו די יוצאים.
און אצינד, ליינט, ווערט אנגעווארעמט, און לעבט עס מיט...
ווער איז 'על פי תורה'
ווער איז על פי תורה?
וויאזוי ביזטו אריינגעקומען אין דעם נושא?
מיין שייכות מיט די פרשה
איך בין א פשוט'ער יונגערמאן, אזוי ווי יעדן איינעם. איך זיץ און איך לערן, בשעת מיין בני בית פירט אן א מסחר און אזוי שפייזן מיר דאס געזינדל, ברוך-השם פאר דעם.
אנגעהויבן האט זיך עס מיט זיבן יאר צוריק. עס איז געווען א טאג נאך וואס די טעללער משפחה איז ארויסגעקומען פון לב-טהור קיין אמעריקע. אין יענעם טאג איז צוגעקומען צו מיר אין בית-המדרש א איד, מיט א בקשה, צי איך וואלט געקענט באשטיין צו לערנען מיט איינע פון די טעללער קינדער פאר צוואנציג דאלער א שעה.
איך האב זיך גראד צוגעכאפט דערצו – נישט אזוי ווייט פאר די געלט, ווי פאר די עקפיריענס דערפון.
דא האט זיך אנגעהויבן מיין עסקנות, אין די נושא פון לב-טהור.
נאך קינדער קומען קיין אמעריקע
דער יונגל פון משפחת טעללער, איז אנגעקומען צו מיר אינדערהיים. איך האב אים אויפגענומען, געלערנט מיט אים און פארברענגט מיט אים, שפירנדיג גליקליך און צופרידן אז איך קען זיין א חלק פון אזא גרויסע מצוה. אלע קאסטן איז באצאלט געווארן דורך העסקן הנמרץ, ראש וראשון לכל עניני עסקנות, הרה"ח ר' אברהם גרינהוט הי"ו, מיט וועם איך האב זיך דעמאלטס באקאנט געמאכט.
ברוך-השם אז איך האב זוכה געווען אנצוקניפן א נאנטע שטארקע קשר מיט דעם יונגל, מיר זענען געווארן ממש געבינדן איינע צום אנדערן, און איך בין אפילו געגאנגען אין קאנטרי, ספעציעל צו קענען לערנען מיט אים אין קעמפ יעדן טאג.
אזוי איז אריבערגעגאנגען אפאר יאר.
אנהויב ווינטער פון דעם יאר, רופט מיר ר' אברהם גרינהוט. ער דערציילט מיר אז דער בחור מיט וועם איך פלעג לערנען האט א קאזין וועלעכער קומט צופעליג יעצט אהער קיין אמעריקע. ר' אברהם פרעגט מיר אויב איך קען עפעס טון אויך פאר דעם בחור, דהיינו שאפן געלט, ישיבה, חברותות און-אזוי-ווייטער.
איך פון מיין זייט, האב עס אנגענומען בשמחה רבה, און איך האב מיר אריינגעלייגט דערין בסייעתא דשמיא. אויך העסקן ר' אברהם בראווער הי''ו, האט זיך שטארק אריינגעווארפן צו העלפן דעם בחור'ל. ר' אברהם איז אויך נישט געווען קיין נייער נאמען אין די סוגיא. זייענדיג א שכן טוב מיט די טעללער פאמיליע, האט ער זיך איבערגעגעבן בלב ובנפש פאר זיי און ער האט זיי פיל ארויסגעהאלפן, זיי שטייענדיג צו די האנט בכל עת מצוא.
עס איז נישט אריבערגעגאנגען עטליכע וואכן, ביז איך האב באקומען א טעלפאן קאל: "א גוטן, דא רעדט יואל העניך העלבראנץ"... הענט און פיס האבן זיך מיר געווארפן פאר שרעק! – איך האב פשוט נישט געוואוסט וואס ער וויל דא אצינד פון מיר.
א שעה צייט האבן מיר געשמועסט אויפן טעלפאן. דאס איז געווען א געשמאקער שמועס און דאס איז געווען דאס ערשטע מאל וואס איך האב זיך באקענט מיט אים. מה אומר מה אדבר? – מיין הרגשה איז געווען אז דא רעדט זיך פון עפעס א ספעציעלער מענטש, איינער וואס טוט אויף גדולות ונצורות. אין קורצן האט ער זיך געוואלט דורכרעדן מיט מיר בנוגע זיין נעפיו. ער האט מיר דעמאלטס דערציילט איבער 'כנישתא חדא', ארויסברענגענדיג אז זיי ארבעטן יעדן טאג צו קומען קיין אמעריקע, און ער האט מיר געפרעגט אויב איך וועל קענען מסדר זיין די יוצאי כנישתא חדא אין ישיבות אין אמעריקע.
פון רעדן איז דאס געקומען צו מעשים. נאך צוויי וואכן איז שוין ר' יואל העניך געקומען באזוכן ניו-יארק. איך האב אים דעמאלס אביסל ארומגעדרייווט, הערנדיג פון אים וואס עס קומט אביסל פאר. פון אונזערע שמועסן איז געווען קלאר, אז לב-טהור איז א מציאות פון 'נישט דא וואס צו טון', מען דאנקט דעם אייבערשטן אויף די פאר משפחות וועלעכע זענען ארויס פון דארט און שוין.
אין יענע תקופה האט ר' יואל העניך באזוכט די ישיבה פון זיין נעפיו, ער האט זיך דארט באקאנט געמאכט מיטן חשוב'ן מגיד-שיעור, הרה"ג ר' שמואל יואל מיללער שליט"א. דאס איז געווען נאך וואס ר' יואל העניך האט זיך אונטערגעהערט ווי אזוי ר' שמואל יואל לייגט אראפ א שיעור פאר די בחורים, און ער האט אנערקענט אין זיינע כשרונות און די וואונדערליכע שפראך ווי אזוי ער לייגט אראפ א שיעור. תיכף ומיד האט ער זיך געוואנדן צו ר' שמואל יואל, אז ער זאל אנהויבן צו געבן שיעורים דורכ'ן טעלפאן, פאר די בחורים אין כנישתא חדא. ר' שמואל יואל האט זיך נישט לאנג געלאזט בעטן, און ער האט טאקע אנגעהויבן געבן שיעורים אויפן טעלפאן, סיי פאר די בחורים און סיי פאר די קינדער. פון געבן שיעורים איז דער נשמה'דיגער מגי''ש געווארן שטארק מקושר מיט די בחורים-יונגעלייט אין כנישתא חדא, און אסאך פארברענגט מיט זיי דורכן טעלעפאן.
"וואס קומט פאר אין לב טהור"?
עטליכע וואכן זענען אריבערגעגאנגען.
איין שבת איז דאס געווען. איך האב זיך געפינען אויף שבת אין איינע פון די סטעיטס אין די פאראייניגטע שטאטן. מוצאי שבת באקום איך א טעלפאן קאל, אויף די אנדערע זייט הערט זיך א צעשראקענע מאמע, מיין מאמע פרעגט מיר וואס עס קומט פאר אין לב-טהור. זי האט געהערט אז מען האט צוגעכאפט אלע קינדער מיט די מאמעס, בשעת מען האט ארעסטירט אלע פירער פונעם ארט.
איך האב נישט געהאט קיין השגה וואס זי רעדט. איך האב פראבירט מברר צו זיין וואס עס קומט פאר אויפן ארט. בקיצור, די המשך פון די מעשה קענט איר שוין ליינען אויף די ערשטע בלעטער פון דעם באקאנטן אידטיש אשכול, און פון דארט און ווייטער ווייסט איר שוין אליין וואו צו זוכן.
א קעמפ?
יענע וואך מיטוואך רופט מיר אן ר' אברהם גרינהוט הי"ו, מיט א בקשה צי איך קען זיך פארען מיט ניין בחורים, צופעליג חתונה געהאטע. א פארוואונדערטע האב איך אים געפרעגט, וואס עס גייט דא פאר. ר' אברהם האט מיר דערציילט איבער דער פלאן צו ברענגען אלע קינדער קיין אמעריקע. איך האב אים פארגעשלאגן א פלאן פון עפענען א קעמפ פאר די קינדער. נאכן שמועסן און דיסקוסירן אהער און אהין, איז געבליבן אז מען וועט נאך זיין בקשר איבער די נושא.
אין יענע תקופה האט ר' אברהם אויך גערופן מיין מאמע תחי', איר פארשלאגנדיג אריבערצוגיין צו די שעלטערס, און דארט אויפטון וואס מען קען מיט די פרויען. מיין מאמע איז טאקע דארט געווען במשך א וואך צייט, און בעזרת-השם אויפגעטון דארט גדולות ונצורות. איך האב דעמאלס גערעדט מיט ר' אברהם, איבער זעלבסט אריבערגיין צו די שעלטער. עס איז גארנישט געווארן דערפון למעשה.
געשיכטעס פון גהינום
עטליכע וואכן שפעטער דערציילט מיר ר' שמואל יואל אז ער פלאנט צו פארן שבת זכור קיין גווטמאלא און וויילן אין כנישתא חדא. איך האב זיך צוגעכאפט דערצו און מיטגעקומען אינאיינעם מיט אים. ברוך השם אז עס איז געווען דארט א הערליכע שבת, מען האט זיך שטארק משמח געווען דורכאויס די שבת און געפראוועט א ריכטיגע פורים'דיגע שבת זכור.
דורכאויס די שבת האב איך זיך אויך באקענט מיט די וואונדערליכע טייערע מסירת-נפש אידן פון כנישתא חדא. איך האב זיך ממש נישט געקענט איבערקומען פון וואספארא געלונגענע קלוגע ערליכע אידן מען רעדט דא, אריינגערעכנט קינדער בחורים און יונגעלייט.
דורכאויס דעם שבת האב איך זיך אנגעהערט מיט געשיכטעס וועלכע האבן מיר צונומען עד דוכדוכה של נפש. איך האב געהערט שוידערליכע געשיכטעס פון ברוטאלע פיינונגען וואס ממש תסמור שערות אנוש. איך האב געמיינט אז איך ווייס שוין וואס עס קומט פאר אין לב טהור, אבער איך בין געוואויער געווארן אז איך האב ניטאמאל באגריפן א משהו שבמשהו, ממש ריינע נאציזם אויף אן אבנארמאלן פארנעם, איך בין געווארן ממש דראמאטיזירט, און פרייטאג צו נאכטס האב איך פשוט נישט געקענט שלאפן פון טראמע.
איין מעשה דערציילט מיר א דרייצן יעריגער בחור'ל, וועלכער איז אויפגעשטאנען צוויי מינוט צו שפעט, און דערפאר האט ער געכאפט ניין-און-דרייסיג שלעק מיט אן אייזערנעם גאפל, אויפן בלויזן רוקן, אזש ער האט זיך געטראפן אין א טייכל בלוט.
א צווייטער דערציילט איבער יעקב נחום, ווי אזוי ער האט באשלאסן אז ער איז צו מגושם, ערקלערנדג אז ער קען דאס נישט מסביר זיין, אבער ער זעט אויף זיין פנים א רוח טומאה... גיי פארשטיי! – יעקב נחום האט אים צוגעטיילט פערציג תיקונים אין איין שאס! – צווישן זיי, א תענית דיבור פאר דריי חדשים, פיינט האבן די אייגענע קינדער (!), גיין אין מקוה נאך יעדע איינציגע מאל וואס ער נעמט אריין עפעס אין מויל, וכדומה.
נאך עטליכע וואכן גיין אין מקוה, נאך יעדע מאכל און משקה, איז זיין פוס געווארן ביטער געשוואלן, עד כדי כך אז ער האט געדארפט ארומגיין מיט א שטעקן! נאכן זען אז ער וועט דאס פשוט נישט איבערלעבן, איז ער געקומען צו קריכן צום אפיס פון יעקב נחום, אים בעטן אז ער זאל אראפנעמען פון אים דעם ביטערן תיקון.
יעקב נחום האט אים געזען שטיין דארט, אבער ער האט אים רואיג געלאזט ווארטן, בעת וואס בשעת מעשה שפילט ער זיך ארום אויפן קאמפיוטער. נאך עטליכע שעה האט ער זיך אויסגעדרייט צו אים, פארמאכנדיג זיינע אויגן זאגנדיג, "איך קען נישט קוקן אויף די טומאה, גיי אוועק פון מיין אפיס".
אזוי האט זיך איבערגע'חזר'ט די שפיל צוויי וואכן אין א ציה, בשעת יעדן טאג קומט ער נאכאמאל צו גיין צו יעקב נחום, און ער שפילט מיט אים די זעלבע שפיל נאכאמאל און נאכאמאל.
נאך צוויי וואכן, האט אים ענדליך יעקב נחום באגענאדיגט מיט גרויס רחמנת, און נאכן פארשטיין זיין ביטערן מצב, האט ער ברוב רחמיו וחסדיו איינגעשטימט אז ער דארף שוין נישט גיין אין מקוה נאך יעדע מאכל, אבער ער מעג בלויז עסן בלויז איין מאכל א טאג.
די אלע געשיכטעס האבן מיר ממש דראמאטיזירט און איך האב דעמאלס רעאליזירט אז די וועלט ווייסט פשוט נישט וואס עס קומט דארט פאר. עס איז א שטילער האלאקאסט אונטער אונזער רוקן. נישט ווייניגער.
ממש אומגלויבליך!
אין שעלטער
איידער מיר זענען אוועקגעפארן פון דארט, האבן מיר געוואלט אפשטאטן א באזוך אין די שעלטער. מיר האבן דעריבער אויסגעפילט די נויטיגע פאפירן, מיט די הילף פון א חשוב'ע עסקן'טע מרת לייטנער.
מיר זענען אנגעזאגט געווארן אז די בחורים גייען אונז ממש צורייסן נאך ביפאר מיר גייען בכלל קענען אריינשטעלן א טריט דארט, דאך האבן מיר געהאפט צו קענען מאכן א שטיקל קשר מיט זיי.
דעם קומענדיגן זונטאג זענען מיר געגאנגען צו די שעלטער, מיט די פאפירן צו בעטן רשות אריינצוגיין, די וועכטער האבן אונז געזאגט אז היינט איז זונטאג און די מענידשער איז נישט דא, ממילא קען מען בשום אופן נישט אריינגיין. מיר האבן באשלאסן זיך אוועקצודרייען און נעמען די נעקסטע פליגער אהיים קיין אמעריקע. דאן האט עפעס דראמאטיש פאסירט א קליינע 4 אינטש ביי 4 אינטש פענסטער'ל האט זיך געעפענט און ערוואקסן בחור'ל האט זיך באוויזן, ער האט זיך אנגעגעבן אלץ שניאור זלמן לעווי. איך בין האב זיך גלייך געמאכט גרייט פאר די מכות וואס איך גיי יעצט כאפן, אבער אנשטאט דעם האט ער אנגעהויבן רעדן מיט א ווייעכע שטומע 'קומטס אונז באזוכן! אונז זעמער מער נישט לב טהור! אונז גייען ענק אויפנעמען שיין! ס'איז נישט דא מער קיין לב טהור!'
מיר זענען געווען שאקירט, און אים געזאגט אז מיר גייען מחליט זיין וואס צו טון. מיר זענען אוועקגעגאנגען פון דארט אינגאנצן צומישט. מיר האבן אנגערופן ר' אברהם גרינהוט, ר' יואל העניך, ר' יחיאל עזריאל ראזנער, כולם פה אחד האבן אונז געזאגט אז עס איז נישט קיין שום ספק אז די בחורים שפילן א גוטן שפיל און זיי ווילן פשוט אונז זאלן קומען מארגן כדי אונז צו קענען פיין אנרייסן די ביינער און ציען די פיאות אזוי ווי זיי האבן געטון ביז יעצט.
געבויט אויף דעם האבן מיר מחליט געווען אהיים צו פארן יענע נאכט. למעשה דער איינציגסטער וועלעכע האט אונז געבעטן צו בלייבן איז געווען ר' יואל העניך וועלעכע האט אונז מסביר געווען אז דאס איז אויך א מצוה, למעשה זיצן די בחורים אליין פאר אפאר וואכן, און אפילו נאר צו גיין כדי זיי זאלן האבן מיט וועם זיך צו קריגן איז אויך ווערד...
מיר האבן אנגענומען דעם מאדנעם הסבר און מיט געמישטע געפילן זענען מיר געבליבן דארט נאך א טאג.
דעם קומעדיגן אינדערפרי זענען מיר נאכאמאל געגאנגען צום שעלטער, נאך א האלבע שעה אונז לאזן ווארטן האבן זיי ענדליך געעפנט דעם שווערן אייזערנעם טויער און אונז אריינגעלאזט. די בחורים'לעך זענען אויפגעשפרינגען אויף אונז, אונז ארומגענומען מיט ליבשאפט און אלע צוזאמען ווי איין כאר אויסגעשריגן 'ענק דארפן נישט מורא האבן פון אונז, אונז זענען מער נישט לב טהור, אונז ווילן ארויסגיין פון דא' באטראכטנדיג די זיסע בא'חן'טע צורות, און הערנדיג די הארצרייסנדע געבעטן האב איך פשוט אנגעהויבן וויינען. איך האב געבעטן ר' שמואל יואל זאל אביסל משמח זיין, ר' שמואל יואל האט זיי פארגעשטעלט א שפיל. און זיי האבן עפעס נישט נארמאל געלאכט.
דארט אין שעלטער, זייענדיג ארומגענומען מיט די בחורים, האבן מיינע מחשבות גערוישט און געטומלט:
'ווי אזוי האט דאס די וועלט צוגעלאזט'?
'ווער האט דאס געקענט טון צו אזעלכע זיסע קינדערליך'?
'קען טאקע אזעלכע זאכן פארקומען אין ה' אלפים תשפ"ה'?
איך בין געקומען צום אויספיר, אז די וועלט האט פשוט נישט קיין השגה וואס עס קומט דא פאר!
ווילן זיי טאקע ארויסגיין?
איך האב שנעל אנגערופן ר' יואל העניך און אים דערציילט אביסל וואס עס קומט דא פאר און וואס די בחורים זאגן. איך האב אים געזאגט אז די בחורים ווילן, נישט מער און נישט ווייניגער... ארויסגיין פון לב טהור...
ר' יואל העניך איז געווען סקעפטיש און מיר געזאגט איבערגעבן פאר די קינדער איין מעסידש, אז וועלעכע בחור ס'וועט קלארשטעלן פאר די עסקנים אז ער וויל ארויסגיין פון לב טהור קען בקרוב ארויסקומען פון דארט.
איך האב אנגעהויבן ארומצוגיין ציוווישן די בחורים'לעך און זיי איבערגעזאגט איינמאל און נאכאמאל וואס די 'עסקנים' זאגן (איך האב געציטערט צו זאגן אז איך רעד צו ר' יואל העניך). זייער אנטואיזם איז דאן געפאלן... בלויז צוויי בחורים זענען געווען גרייט דאס צו קומען זאגן.
די בחורים האבן מיר געזאגט אז די הנהלה האט זיי געזאגט אז איינער וואס גייט ארויס פון לב טהור וועט נישט זוכה זיין צו ביאת המשיח. אויך האבן זיי גע'טענה'ט אז אין אמעריקע זענען פארהאן היילן וואס ווער עס קומט ארויס פון לב טהור, שלעפט מען אריין דארט און מען פייניגט זייער שטארק. די בחורים האבן מיר געבעטן, אויב איך קען רעדן צו טראמפ, אז ער זאל צושטערן די היילן...
נעבעך...
איך האב זיי געענפערט אז איך וואוין אין אמעריקע און אזעלכע היילן עקזעסטירן נישט. בנוגע ביאת המשיח, האב איך זיי געזאגט, אז איך וויל קודם וויסן, צי יענער פון די הנהלה קען איין מסכתא אין ש''ס, האבן זיי מיר געענטפערט אז נישט, האב איך זיי געפרעגט אויב יענער קען איין בלאט גמרא אויסנווייניג, האבן זיי ווייטער געענפערט אז נישט. האב איך זיי געזאגט: "דו ווייסט אז מענדל לאווער האט זיך יעצט פארהערט צוועלף בלאט גמרא אויסנווייניג"?
זיי זענען געווען שאקירט!
איך האב ממשיך געווען און גערעדט צו זיי:
"אויב יענער פון די הנהלה קען נישט קיין בלאט גמרא, ווי אזוי קען ער זאגן ווער עס וועט זוכה זיין צו משיח און ווער נישט"?
זיי זענען געווארן צומישט....
שמועסנדיג ווייטער מיט זיי, האבן זיי אונז געבעטן אז זיי ווילן אז ר' אברהם גרינהוט זאל זיי קומען באזוכן. זיי ווילן אים פשוט איבערבעטן. פאריגע מאל ער איז געקומען באזוכן, האבן זיי אים אנגעשלאגן, וויבאלד די הנהלה האט זיי אזוי באפוילן, דורך א באהאלטענע טעלפאן. יעצט אז די הנהלה רעדט שוין נישט צו זיי, ווילן זיי אים איבערבעטן.
נאך פינף שעה זיך געפינען אין די שעלטער, האבן די וועכטער שוין אנגעהויבן אונטערצואיילן, אז מען דארף שוין אוועקגיין. די קינדער האבן אונז אנגעהויבן ארומצונעמען מיט ליבשאפט און געבעטן אז מיר זאלן שיקן נאך מענטשן פון די וועלט, ווייל זיי זענען ממש אליין.
איך מיט ר' שמואל יואל האבן צוגעזאגט פאר די בחורים, "מיר וועלן נישט פארגעסן פון אייך, און מיר וועלן טון אלעס וואס מיר קענען, כדי אייך ארויסצונעמען פון דא".
מיר האבן זיך געזעגנט מיט זיי מיט רוישיגע אומבאשרייבליכע געפילן.
אויפן פליגער
אט געפין איך זיך אויפן פליגער, אויפן וועג אהיים. איך זיץ מיט אפענע אויגן און איך וויין... איך וויין ווי א קליין קינד. איך האב נאך אזאנס נישט געהאט, איך האב געשפירט פונקט ווי ר' מיכאל בער ביים שיקן בריוו קיין אמעריקע.
ר' שמואל יואל האט פראבירט צו מאכן אביסל טעראפי מיט מיר אויפן פליגער, אבער אן ערפאלג... (כאטשיג ר' שמואל יואל איז ב''ה אן אויסגערופענע מומחה).
אפילו שוין אנקומענדיג אהיים, האב איך נישט געקענט שלאפן ביינאכט, נישט געקענט רעדן צו מענטשן געהעריג, אפילו צו מיין אייגענע ווייב און קינדער.
איך געדענק איין דרייע פארטאגס האב איך אנגערופן ר' אברהם גרינהוט, ער הייבט אויף די פאון און ער פרעגט מיר 'ביזט משוגע געווארן?' ס'איז דרייע פארטאגס וואס רופסטו יעצט? האב איך אים געענפערט אז די רחמנות'ידגע פנים'ער פון די קינדערליך לויפן מיר נאך און איך קען נישט שלאפן, איך האב געפילט יעדע רגע אז מען מוז אלעס אין די וועלט טון צו העלפן די קינדער.
איך מוז דא אריינלייגן א וויכטיגע געדאנק וואס איך האב געהערט פון הצדיק ר' שמעון פאזען הי"ו, און עס איז פשוט אמת: ווער עס איז נישט געווען אין שעלטער, וועט אים נישט העלפן קיין הסברים וואס עס קומט דארט פאר, און ווער עס איז יא דארט געווען, דארף נישט קיין הסברים!
צו דער ארבעט
צוריקקומענדיג אהיים, האב איך זיך תיכף אוועקגעזעצט מיט ר' אברהם גרינהוט, ר' יהושע העכט און ר' שמעון פאזען, און מיר האבן אנגעהויבן צו ארבעטן אויף א מהלך, אריינצושיקן וואלענטירן אין די שעלטערס. ברוך-השם אז ווי לאנג מען האט נאר געקענט, זענען געווען וואלענטירן אין די שעלטערס יעדן טאג.
אט רוקט זיך אונטער דער יום-טוב פסח, און מיר האבן אנגעהויבן צו ארבעטן צוזאמען מיט הגה"צ ר' עזרא משה כאירה שליט"א, און הצדיק ר' שמעון פאזען הי"ו, אריינצושיקן וואלענטירן אין די שעלטערס. מיר האבן אויך געארבעט אויף אלע צרכי החג.
דער עולם האט מיטגעהאלטן, ווי אזוי די פרויען אין לב-טהור האבן אריינגעגעבן א מסירה ערב פסח, און די וואלענטירן האבן ליידער נשט געקענט אריינגיין אין די שעלטערס. זינט דעמאלס גיבן די פרויען כסדר אריין מסירות, און לכבוד דעם קען מען ליידער נישט אריינגיין אין די שעלטערס.
ביני לביני האבן אנגעהויבן ארויסצוקומען קינדערליך פון די שעלטערס, לשמחת לב כלל ישראל. אינאיינעם מיט ר' שמואל יואל מיללער הי''ו און ר' אברהם בראווער הי"ו, האבן מיר אנגעהויבן צוצושטעלן הילף, ישיבות, טעראפי, אכסניות פאר די קינדערליך וועלכע זענען אנגעקומען קיין אמעריקע.
איך פערזענליך, האב אויך געהאט די זכיה אריינצונעמען ביי מיר אינדערהיים א לעכטיג בא'חנ'ט יונגל, א יוצא לב-טהור. ברוך השם אז ער לערנט פלייסיג און ער איז ממש א נחת פאר ווער עס קומט נאר מיט אים אין בארירונג.
מכאן הקריאה יוצאת:
מענטשן קוקן אן דער מושג פון ארייננעמען א קינד אין שטוב, אסאך שרעקעדיגער ווי עס איז אין מציאות. עס איז בכלל נישט אזוי שווער ווי מען מיינט. אדרבה, עס גיבט צו אסאך געשמאק צו א שטוב און יעדער איינער האט הנאה דערפון.
דאס איז אין קורצן (?) מיין שייכות מיט לב-טהור.
וויאזוי גייט איר אהן נאכ'ן הערן און מיטהאלטן אזוי פיל?
עס ווערט א חלק פון די לעבן, מען הערט נישט אזויפיל, נאר מען ווערט פשוט א חלק פון די מעשה, מען אטעמט עס א גאנצן טאג.
איך הער דא און דארט, און כ'קען פשוט נישט אנגיין. איר גייט אויף טעראפי?
ניין.
אייערע ווייב און קינדער (וואס ללא כל ספק האלטן זיי מיט מער ווי איר מיינט) זענען נישט דרמאטיזירט פון די שרעקליכע מראות וואס זיי האבן געזען?
מיינע קינדער ווייסן פון די שעלטער, פון לב טהור, אז משפחות ווילן ארויסקומען וכדו' אבער איך פיל נישט פאר וויכטיג זיי צו דערציילן די עינויים וואס די קינדער זענען דורכגעגאנגען אין לב טהור.
כ'האב אפאר יאר צוריק, געהאט ביי מיר אין שטוב איינער פון די חברה נאך געלט, מיין אשת חיל האט שיעור נישט געקראכט פאר פחד, טראומע און וואס נישט. ביי אייך איז דאס פשוט א חלק פון אייער לעבן. אייער שכר איז אומשאצבאר. אבער צאן אלה, וויאזוי נעמען זיי אויף די פרישע מאדנע געסט?
מען רעדט פון זיסע לעכטיגע קינדער און בחורים וועלעכע ווערן א חלק פון די משפחה און מיינע קינדער האבן זיי באמת ליב, אזש יעצט ווען די לב טהור קינדער און בחורים'לעך זענען אין קעמפ וויינען מיינע קינדער א גאנצן טאג ווען קומען שוין די לב טהור קינדער אהיים פון קעמפ...
זייענדיג עוסק אין די עסקנות, וועלעכער עסקן האט אייך די מערסטע באאיינדריקט?
דער אמת איז אז פון יעדן עסקן האב איך זיך גאר אסאך געלערנט.
ווי ר' שמואל יואל מילער לייגט זיך אריין אין א קעיס עד הסוף, אדער ווי ר' שמעון פאזען איז גרייט צו טון סיי וואס עס פעלט 'יעצט' אויס פאר די עסקנות (אפילו עס באדייט פארן א וועג פון 8 שעה אויפצופיקן א באקס און גלייך צוריקפארן).
ר' אברהם גרינהוט ווי כאטשיג ער איז פארנומען מיטן פירן די ברייטע מערכה וועט ער זיך אבער יעצט אראפזעצן מיט א בחור'ל מאכן טערעפי פאר 3 שעה. ר' אליעזר אבא זילבערשטיין וואס נעמט נישט 'ניין' פאר אן ענטפער און וועט אלעס אלעס טון, אויפזיין נעכט מיט מסירת נפש צו העלפן יעדן איינציגן יוד.
ר' יואל יושע העשיל בלום וואס אפילו אינמיטן א שטורמישע קאורט קעיס וועט ער אייביג אויפהייבן די פאון און מיט די גאנצע רואיגקייט אוועקגעבן צייט צו העלפן א צווייטער איד, ר' אברהם בראווער וועלעכע האט פשוט אריינגענומען א משפחה אין זיין באנגעלאו און צורייסט זיך פאר זיי, ר' בנציון ריינהאלד וועלעכע איז עוסק א גאנצן טאג בהצנע לכת צוצושטעלן טיקעטס פאר די וועלעכע גייען און קומען, אפט מאל באדייט דאס אויפשטיין אינמיטן נאכט דערפאר, הגאון הגדול ר' חיד''ו ווייס שליט''א וואס ביים ווארטן אין ווארט צומער אריינצוגיין צו א געוויסן אדמו''ר, און דער גבאי זאגט אז מען גייט שוין אריין אין 2 מינוט, כאפט ער א גמרא און זעצט זיך לערנען תוספות בעיון...
ר' בנציון יאקאבאוויטש, ר' יצחק טייכמאן, ר' אהרן הערש שרייבער, ר' יעקב כץ, ר' מאיר אדלער, ר' מענדל וואלף בינער, און עס זענען דא נאך זייער אסאך נעמען וואס איך האב זיכער אויסגעלאזט וועלעכע צורייסן זיך דא ממש פאר אנדערע יודן.
אבער בפרטי פרטיות בין איך אויסטערליש איבערגענומען געווארן פון ר' עזרא משה כאירה שליט''א וואס איך דאנק ממש דעם אייבערשטן אז איך בין זוכה צו קענען אזא יוד. לענ''ד איז ער ממש פון די צדיקי הדור. ער איז דא בלויז צו טון רצון השם. אמאל איז דאס זיך פאר'חובות'ן צו שיקן עסן צו די שעלטערס, אמאל איז דאס מסדר זיין א קאורט קעיס, אמאל איז דאס העלפן די גרים און אור חדש, און אין אלע איבריגע צייטן איז דאס לערנען און דאווענען.
אין 4 שעה'דיגע רייזעס אויף די צוהאקטע ראודס אין גווטאמאלא וועט ער אויסהערן א שיעור אין תורה. נאכן אויפזיין 3 מעת לעת'ן, וועט ער דאווענען א מעריב בדחילו ורחימו שטיין און זיך שאקלען מיט א ברען וכדו'. ער האט מיך איבערגענומען אויף א מורא'דיגן פארנעם. (איך בין נישט באזארגט אז ער וועט דא ליינען, וויבאלד איך האב אים פראבירט צו מסביר זיין וואס אידטיש איז און ער האט עס נישט פארשטאנען...).
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע *הכרת הטוב שמועס* מעומקא דלב טהור
ליין ווייטער, וועסט אנקומען.אברהם היהודי האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 28, 2025 12:39 pmשאלה וואס איז גווען די ארבעט פון יואל רוזנר בן משה יוסף► Show Spoiler
נ.ב. ווען דו ציטירסט א לאנגע פאוסט ביטע לייג אין ספוילער.על פי תורה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 24, 2025 3:00 amא שמועס מיט די יוצאים
די הנהגה
אויב קען מען געבן א קלארן בילד: ווער האט באמת געפירט, און וואס איז געווען די ריכטיגע ראלע פון יעדן איינעם אין די הנהלה? ווער האט געהאלטן די שליסלען? און נאך מער, בשעתו פון שלמה, איז ער טאקע געווען אינוואלווד אין אלע זייערע מעשים?
לב טהור איז געווען געבויט מיט א סיסטעם, פון זקנים ראשונים, זקנים אחרונים און די הנהלה:
יו"ט ליפא יואל ראזנער– ער איז א זוהן פון דער ריש-מתיבתא נר"ו, און ער איז געווען דער מדריך חתנים אויפן ארט. ווי אויך איז ער געווען געשטעלט אויף די רוחניות פון די יושבים, אין די ערשטע יארן נאך די חתונה, ביז זיי שטעלן זיך אליין אויף די פיס.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
- אסמכתא בעלמא
- מנהל המערכת
- פאוסטס: 879
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
- x 1928
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע *הכרת הטוב שמועס* מעומקא דלב טהור
דער לינק איז שוין געווארן אפדעיטעד מיט די נייע פי.די.עף. וועלכע אנטהאלט אלע הוספות און תיקונים. יישר כח נאכאמאל פאר אלע וואס האבן צוגעהאלפן, און אודאי פאר @על פי תורה פאר די זייער רייכע אוצר.אסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 25, 2025 1:48 pm יישר כח פאר @דער תהלים איד פאר'ן אהערשטעלן א גוגל דרייוו לינק:
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע- ספעציעלע 'הכרת הטוב שמועס', מעומקא דלב טהור
איך האב געטראכט די זעלבע זאך, אבער ס'איז ממש נתפעל צו ווערן פון ר' יואל העניך פאר'ן עס נישט אנעמען. אן אנדערע וואלט זיך ארויפגעכאפט אויף דעם בשתי ידים.
אדער עפעס מיט ר' יואל העניך זאל זיי צוזאמהאלטן און אריינלייגן אין זיי, און עפענען א שול.
מען האט עטליכע מאל דן געווען מיט ר' יואל העניך איבער דער נושא, אבער ר' יואל העניך וויל נישט הערן דערפון, ער טענה'ט אז אזוי וועלן זיי זיכער נישט ווערן א חלק פון כלל ישראל, און אייביג בלייבן 'אנדערש'.
-
פשוט און גראד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2894
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 6278
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע *הכרת הטוב שמועס* מעומקא דלב טהור
ס‘איז זייער א נארמאלע זאך אין אויסגעהאלטען לפע"ד צו פרעגן אויף זאכען וואס מ‘פארשטייט נישט, אין ס‘איז ‘נישט‘ אויסגעהאלטען אריינצוקומען צו איינעם אינדערהיים אין זיך נעמען שיסען לאטקעס בעצם היום.Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 27, 2025 2:41 pmדו זאגסט ריכטיג. מיר האט דאס אויך זייער צענומען. ווייל איך געדענק ווי אסאך נארמאלע ניקס דא זענען געווען אויס מענטש אז מען זאגט נישט געהעריג וואס די מעשה מיט'ן חכם איז, ער לאזט יא אדער ער לאזט נישט, און מען האט באשולדיגט די עסקנים אין אנפירן ספינס די גאנצע צייט אא"וו. אז מען הערט יעצט אז דאס איז פשוט א שאלה פון הצלת נפשות, טריפט עס ביים הארץ. ירחם השם אויף זיי אלע זיי זאלן שנעל ארויסקומען פון גיהנום, און די גיהנום זאל שנעל ארויסקומען פון זייער הארץ.טראפקעלע האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 27, 2025 3:00 am וואס האט מיר די מערסטע צונומען:זיצן יעצט קינדער אין שעלטער וואס וואלטן שוין געקענט זיין אינדרויסן וועגן אומ'אחריות'דיגע ניקים ה"י, וואס צומאל איז עס נאך אונטערן לבוש פון רחמנות!!!על פי תורה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 24, 2025 2:49 am א מעשה ווען א באריכט אדער קאממענט אויף אידטיש האט ליידער עטוואס שאדן געמאכט אדער צוריק געהאלטן עפעס און די מערכה.
בנוגע די הוראה פונעם חכם נישט ארויסצוגיין. עס האט פאקטיש אפגעהאלטן א מאמע פון ארויסנעמען אירע קינדער פון שעלטער. כהיום זענען אירע קינדער נאך אין שעלטער.
זאל די באשעפער אונז שוין אויסלייזן פון גלות.
ס‘איז דא אזא זאך וואס הייסט אישי. ס‘איז נישט געמאכט געווארען פאר נוי סוכה
- על פי תורה
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1421
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
- Location: בירושלים בקרוב
- x 14269
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע- ספעציעלע 'הכרת הטוב שמועס', מעומקא דלב טהור
ר' יואל העניך איז בכלל נישט דעי טיפ, און זוכט נישט דעי זאכןים התלמוד האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 28, 2025 4:49 pmאיך האב געטראכט די זעלבע זאך, אבער ס'איז ממש נתפעל צו ווערן פון ר' יואל העניך פאר'ן עס נישט אנעמען. אן אנדערע וואלט זיך ארויפגעכאפט אויף דעם בשתי ידים.
אדער עפעס מיט ר' יואל העניך זאל זיי צוזאמהאלטן און אריינלייגן אין זיי, און עפענען א שול.
מען האט עטליכע מאל דן געווען מיט ר' יואל העניך איבער דער נושא, אבער ר' יואל העניך וויל נישט הערן דערפון, ער טענה'ט אז אזוי וועלן זיי זיכער נישט ווערן א חלק פון כלל ישראל, און אייביג בלייבן 'אנדערש'.
''וואס האב איך מיט רעביש אדער רבני'ש'' זאגט ער. וד''ל.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
בשם ה' נעשה ונצליח!
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5649
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 19940
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע *הכרת הטוב שמועס* מעומקא דלב טהור
ביטע לייגן אין ספוילער, כזה.אברהם היהודי האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 28, 2025 12:39 pmשאלה וואס איז גווען די ארבעט פון יואל רוזנר בן משה יוסף► Show Spoiler
@אברהם היהודי
- על פי תורה
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1421
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
- Location: בירושלים בקרוב
- x 14269
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע- ספעציעלע 'הכרת הטוב שמועס', מעומקא דלב טהור
בכלל קוקן מענטשן אן די מציאות אנדערש ווי עס איז. @שמואל פוקס וואס זאגט איר דערויף?על פי תורה האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 28, 2025 8:47 pmר' יואל העניך איז בכלל נישט דעי טיפ, און זוכט נישט דעי זאכןים התלמוד האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 28, 2025 4:49 pmאיך האב געטראכט די זעלבע זאך, אבער ס'איז ממש נתפעל צו ווערן פון ר' יואל העניך פאר'ן עס נישט אנעמען. אן אנדערע וואלט זיך ארויפגעכאפט אויף דעם בשתי ידים.
אדער עפעס מיט ר' יואל העניך זאל זיי צוזאמהאלטן און אריינלייגן אין זיי, און עפענען א שול.
מען האט עטליכע מאל דן געווען מיט ר' יואל העניך איבער דער נושא, אבער ר' יואל העניך וויל נישט הערן דערפון, ער טענה'ט אז אזוי וועלן זיי זיכער נישט ווערן א חלק פון כלל ישראל, און אייביג בלייבן 'אנדערש'.
''וואס האב איך מיט רעביש אדער רבני'ש'' זאגט ער. וד''ל.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
בשם ה' נעשה ונצליח!
-
פשוט און גראד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2894
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 6278
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע- ספעציעלע 'הכרת הטוב שמועס', מעומקא דלב טהור
אז ער איז 100% גערעכט.על פי תורה האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 29, 2025 2:39 amבכלל קוקן מענטשן אן די מציאות אנדערש ווי עס איז. @שמואל פוקס וואס זאגט איר דערויף?על פי תורה האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 28, 2025 8:47 pmר' יואל העניך איז בכלל נישט דעי טיפ, און זוכט נישט דעי זאכן
''וואס האב איך מיט רעביש אדער רבני'ש'' זאגט ער. וד''ל.
נאר, ס‘דאך א נישט פשוטע צייט יעצט. אבער צום ערשט פאר אלעם, ער זאל האבען א עהרליכער אין קליגער איד מיט ‘שימוש׳ וואס זאל איהם קענען זאגען וואס יא אין וואס נישט צו טוהן.
די כבוד ביזנעס איז א סכנה נוראה
- על פי תורה
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1421
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
- Location: בירושלים בקרוב
- x 14269
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע- ספעציעלע 'הכרת הטוב שמועס', מעומקא דלב טהור
ער רירט זיך נישט אן מורו ורבו הגה''צ ר' הערש לייב בערנשטיין שליט''א דומ''ץ בסאטמאר (מהר''א) בעיר וויליאמסבורגפשוט און גראד האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 29, 2025 2:43 amאז ער איז 100% גערעכט.על פי תורה האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 29, 2025 2:39 amבכלל קוקן מענטשן אן די מציאות אנדערש ווי עס איז. @שמואל פוקס וואס זאגט איר דערויף?על פי תורה האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 28, 2025 8:47 pm
ר' יואל העניך איז בכלל נישט דעי טיפ, און זוכט נישט דעי זאכן
''וואס האב איך מיט רעביש אדער רבני'ש'' זאגט ער. וד''ל.
נאר, ס‘דאך א נישט פשוטע צייט יעצט. אבער צום ערשט פאר אלעם, ער זאל האבען א עהרליכער אין קליגער איד מיט ‘שימוש׳ וואס זאל איהם קענען זאגען וואס יא אין וואס נישט צו טוהן.
די כבוד ביזנעס איז א סכנה נוראה
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
בשם ה' נעשה ונצליח!
-
שמואל פוקס
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 270
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
- Location: מאנסי
- x 3010
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע- ספעציעלע 'הכרת הטוב שמועס', מעומקא דלב טהור
ר' יואל העניך שטייט ווייט פון יעדע סארט הנהגה און שררה. מען קען זאגן אויף אים אז ער איז א ריכטיגער בורח מן הכבוד.על פי תורה האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 29, 2025 2:39 am בכלל קוקן מענטשן אן די מציאות אנדערש ווי עס איז. @שמואל פוקס וואס זאגט איר דערויף?
זייענדיג אין כנישתא חדא, האט ער נישט געוואלט טון קיין שום פירערשאפט פאזיציע, אפילו ווען מען האט אים געבעטן. ער האט נישט געזאגט קיין שום דעה, אויסגעקליבן זיין פלאץ אויף מערב און ער איז פאקטיש אנטלאפן פון יעדע סארט כבוד זאך. איך ווייס בפועל פון א פאל, ווען איינער האט אים געגעבן געלט בתנאי, אז ער זאל טון געוויסע זאכן, זיך אוועקצושטעלן אביסל מער בכבוד'דיג וכו', אבער ער האט דאס אנטזאגט און דאס נישט געטון.
אויך אין אמעריקע, ווען מען האט אים געבעטן אז ער זאל עפעס עפענען פאר די יוצאי גואטאמאלא, האט ער פשוט נישט געוואוסט וואס מען וויל פון אים האבן... ער שפירט נישט אז עס קומט אים עפעס, מכח אבותיו אדער מכח עצמו. ער וויל זיין 'בתוך עמי אנכי יושבת'.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע *הכרת הטוב שמועס* מעומקא דלב טהור
WOW כהאב מיך נישט געקענט אפשטעלן אינדערמיט...
פארקערט פון בעיסט אן טרו פעקטס! איז לב טהור א פאנאסטישע נאוועל מעשה וואס (ליידער) האט עס ווירקליך פאסירט, און סאיז ליבערשט טרו פעקטס בעסט אן עי נאוועל..
מנהסם אויב ראלאנציקי אדער עני שרייבער וועט צאמנעמען א כנאראלאגישע (דיקע) בוך מיט אלע פרטים וועט עס זיין א היט
איך בין נייגעריג צו מען ווייסט וויאזוי שלמה האט געוואלט זיין חבורה זאל אויסקוקען אז ער איז געווארן אזוי אנטוישט?
פארקערט פון בעיסט אן טרו פעקטס! איז לב טהור א פאנאסטישע נאוועל מעשה וואס (ליידער) האט עס ווירקליך פאסירט, און סאיז ליבערשט טרו פעקטס בעסט אן עי נאוועל..
מנהסם אויב ראלאנציקי אדער עני שרייבער וועט צאמנעמען א כנאראלאגישע (דיקע) בוך מיט אלע פרטים וועט עס זיין א היט
איך בין נייגעריג צו מען ווייסט וויאזוי שלמה האט געוואלט זיין חבורה זאל אויסקוקען אז ער איז געווארן אזוי אנטוישט?
-
פשוט און גראד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2894
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 6278
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע *הכרת הטוב שמועס* מעומקא דלב טהור
► Show Spoiler
[/quote]
עפעס וואס נאר ער אלס ‘חכם וצדיק הדורות‘ האט געוויסט.
עפעס וואס קיין איין צדיק וקדוש פון די גאנצע אידישע פאלק מיט איר גאנצע היסטאריע האט נישט געוויסט.
-
נישט אינטערעסירט
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 80
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 3:25 pm
- Location: קאפ ליגט אין גואטאמאלא
- x 369
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע *הכרת הטוב שמועס* מעומקא דלב טהור
מען דיסקאסירט מיין שאלה און איך זאל בלייבן שטיל?...הדסים האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 27, 2025 4:53 pmאון אויב איך מעג צולייגן; דאס גייט נאך ווייטער אן, עז ווי ספיק זענען דא עטליכע ניקס וואס ביודעים מאכן זיי חורבנות אלץ פאר אביסל תאוות הניצחון אדער נייגעריגקייט.Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 27, 2025 2:41 pmדו זאגסט ריכטיג. מיר האט דאס אויך זייער צענומען. ווייל איך געדענק ווי אסאך נארמאלע ניקס דא זענען געווען אויס מענטש אז מען זאגט נישט געהעריג וואס די מעשה מיט'ן חכם איז, ער לאזט יא אדער ער לאזט נישט, און מען האט באשולדיגט די עסקנים אין אנפירן ספינס די גאנצע צייט אא"וו. אז מען הערט יעצט אז דאס איז פשוט א שאלה פון הצלת נפשות, טריפט עס ביים הארץ. ירחם השם אויף זיי אלע זיי זאלן שנעל ארויסקומען פון גיהנום, און די גיהנום זאל שנעל ארויסקומען פון זייער הארץ.
אביסל ניצן שכל וועט ווארשיינליך נישט שאטן.
די דריי שאלות האב יאך אריינגעשיקט פאר @על פי תורה און ער האט דאס נאכגעברענגט אין מיין לשון.. צו מען האט מער אויפגעטוהן מיט אידטיש ווי שאדן געהאט, און ער זאל שרייבן א סוקסעס מעשה און א שאדן מעשה...
די דאזיגע שאלות האט מיר שוין א לענגערע צייט געדריקט. ווער זאגט אז ס'איז בכלל א גוטע זאך אז מען לאזט יעדעם דיסקוסירן ברבים (אונטער פאלשע נעמען) אזא בלוטיגע פרשה? די עסקנים האלטן און איין דערמאנען אז מען זאל אפאכט געבן וואס מען שרייבט. אבער עס וועלן אלץ זיין מענטשן וואס כאפן נישט, אדער וואס ווילן במזיד סאבאטזשירן די מערכה, סאו אפשר איז בעסער אז מען לאזט נישט צו דעם גאנצן הפקרדיגן אשכול ווי א יעדער קען שרייבן, און ביז מען דערמאנט זיך צו מעקן (אדער נישט) איז דער דעמעדזש שוין געטוהן!
אבער ווי ער שרייבט האט עס (לדעתו) מער אויפגעטוהן ב"ה!
דאך דארף מען כסדר דערמאנען און איינמאנען די אומפאראנטווארטליכע, ויהי רצון שלא יצא מכשול מתחת ידינו!
שוין איינמאל אינטערעסירט...
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע *הכרת הטוב שמועס* מעומקא דלב טהור
א ריזיגן שכח @על פי תורה פאר די הערליכע באשרייבונג, און פארן ענטפערן מיין שאלה אזוי קלאר און רייך!
-
פשוט און גראד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2894
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 6278
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע *הכרת הטוב שמועס* מעומקא דלב טהור
► Show Spoiler
[/quote]
אויב איינער האט טענות אויף מיינע שריבעריי איז מאר דען וועלקאם מיר מעורר צו זיין אין אישי. כ‘בין זיכער אז קיינער האט נישט קיין פראבלעם מיט דעים, פארשטייט זיך מיט דעת.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע *הכרת הטוב שמועס* מעומקא דלב טהור
א גרויסען ישר כח פאר ווער סהאט נאר געהאט א חלק אין די ארבעט,
סאזי די ערשטע ארטיקעל (צווישען די דרשות \ ארטיקלען וכו') וואס איך פיל סהאט מיר אביסעל קלאר געשטעלט די מצב בערך
ווי שוין געשריבן צו האבן די גאנצע בילד פונעם חבורה פעלט זיך אויס א דיקע סעט פון ביכער אולי ואולי..
סאזי די ערשטע ארטיקעל (צווישען די דרשות \ ארטיקלען וכו') וואס איך פיל סהאט מיר אביסעל קלאר געשטעלט די מצב בערך
ווי שוין געשריבן צו האבן די גאנצע בילד פונעם חבורה פעלט זיך אויס א דיקע סעט פון ביכער אולי ואולי..
- על פי תורה
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1421
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
- Location: בירושלים בקרוב
- x 14269
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע- ספעציעלע 'הכרת הטוב שמועס', מעומקא דלב טהור
שוין געווארן געדאונלאוד בערך 900 מאל
כ'האב עס פשוט געאפדעיט עטליכע מאל
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
בשם ה' נעשה ונצליח!
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע- ספעציעלע 'הכרת הטוב שמועס', מעומקא דלב טהור
פלאָס אלע דאונלאודס פון JBL סובסקרייבער אדער שוין אריינגערעכענט?על פי תורה האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 30, 2025 5:07 pmשוין געווארן געדאונלאוד בערך 900 מאל
כ'האב עס פשוט געאפדעיט עטליכע מאל
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3104
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 15315
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע- ספעציעלע 'הכרת הטוב שמועס', מעומקא דלב טהור
וואס מיינט JBL?שמח האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 30, 2025 6:50 pmפלאָס אלע דאונלאודס פון JBL סובסקרייבער אדער שוין אריינגערעכענט?על פי תורה האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 30, 2025 5:07 pmשוין געווארן געדאונלאוד בערך 900 מאל
כ'האב עס פשוט געאפדעיט עטליכע מאל
טראמפ'ס אינטערוויו מיט פאליטיקא
פריש: סוזי וויילס האט זיך געעפנט דאס פיסק?!
זאלץ בענד אינטער די קוליסן
פריש: סוזי וויילס האט זיך געעפנט דאס פיסק?!
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
זאלץ בענד אינטער די קוליסן
-
אמת ואמונה
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 143
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 7:18 pm
- x 120
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע- ספעציעלע 'הכרת הטוב שמועס', מעומקא דלב טהור
אימעיל פון DPMGחלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 30, 2025 8:00 pmוואס מיינט JBL?שמח האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 30, 2025 6:50 pmפלאָס אלע דאונלאודס פון JBL סובסקרייבער אדער שוין אריינגערעכענט?על פי תורה האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 30, 2025 5:07 pm
שוין געווארן געדאונלאוד בערך 900 מאל
כ'האב עס פשוט געאפדעיט עטליכע מאל
טייערער אידן, הייליגע אידן, האסט אמונה אין בורא כל עולמים וועט אייך גוט זיין!!