אהובי ידידי, איך בין בכלל נישט ברוגז, פארקערט גאר, איך האב מורא'דיג הנאה צו זעהן ווי די זאך איז געווארן מבורר זייער קלאר און דו האסט נישט וואס צו ענטפערן,Think and Thank האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 21, 2025 3:34 amפארטריבן האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 18, 2025 4:28 pmזעהט אויס ווי איר ארבעט בשותפות (אדער בגלגול) מיט @הלבלר בקולמסו צו פארענטפערן די דברי כפירה מיט ק"נ סברות של שטותים.Think and Thank האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 18, 2025 1:46 amאון טאקע דאס האב איך ארויסגעברענגט, אז אזעלכע סארט עם הארצות וואס האבן דייקא יא צו טון מיט אפיקורסות איז דא לרחצה, איז אויב וואלט דאס געווען בכוונה וואלט געדארפט זיין נאך.► Show Spoiler
וד"ל.► Show Spoiler
אהובי ידידי, זיי נישט ברוגז אבער דיין זיך דראפען אויף די גראדע ווענט און אריינלערנען טיפזיניגע דברי כפירה אין יעדע ניק וואס שרייבט אנדערש ווי דיר קריכט שוין פון די נאזלעכער. אני הקטן האב שוין כמה פעמים געגעבן דרשות ברבים וואו איך האב ארומגערעדט און מעורר געווען איבער דאס וואס אסאך 'היימישע' שרייבער און רעדנער זאגן נאך די סארט דברי כפירה. איך האב שוין אויך כמה פעמים געשריבן דערוועגן. איך האב שוין אויך געפירט א פובליק מערכה (ב"ה מיט הצלחה) קעגן אן אויסגאבע וואס האט בלא יודעים פארעפנטליכט אזעלכע פארשלייערטע דברי כפירה. איך בין בכלל נישט פרעמד אין די נושא, און איך זאג בפה מלא אז איר קייעט איבער שטותים און דקות'דיגע סברות און הסברים אריינצולערנען ימ'ען מיט חשבונות אין א קוצו של יוד. איך האב אנגעהויבן שרייבן אביסל הסבר אבער כ'האב עס געמעקט זינט עס איז ברור כשמש אז איר זענט בכלל נישט אינטערעסירט צו הערן א הסבר אנדערש ווי אייער פון-פריער-אפגעמאכטע מסקנה.
איך וועל אייך בלי נדר מער נישט ענטפערן אין די נושא. אסאך הצלחה.
די אלע וואס האבן נישט וואס צו ענטפערן און עס פאסט זיי נישט מודה צו זיין, טרעפן געווענליך א ספין וויאזוי צו אנטלויפן פונעם וויכוח, אז דער צווייטער איז ממילא נישט אינטערעסירט צו הערן.
ווילאנג מיינע ווערטער זענען אפן פאר יעדעם, און דיין תשובה איז סך הכל אז מען דארף דיך טראסטן אלץ מומחה צוליב (אנגעבליכע) דרשות און מערכות וואס קיינער ווייסט נישט דערפון, דאן ווייס איך נישט צו איינער ווערט אפילו איבערגענומען דערפון פאר איין רגע.
אגב, איז מיר זייער אינטערעסאנט צו פארשטיין די חילוק פארוואס ביי דיינע מערכות קעגן היימישע שרייבער און אויסגאבעס האסטו נישט דארפן טראכטן אז אפשר האבן זיי פשוט געשריבן פון עם הארצות, און נאר ווען א צווייטער דעקט אויף פארשלייערטע דברי כפירה (וואס קומט פון דיין פארטיי) דאן קריכט יענער שוין אויף די גראדע ווענט און רעדט שטותים וכו' וכו'.
אפשר ביזטו מגלה סוד וואו מען באקומט די ספעציעלע לייסענס צו קענען פירן מערכות קעגן פארשלייערטע כפירה.