חלום חלמתי האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 13, 2025 12:50 am
אינטרעסאנט אז די בלאט האט קוים דערמאנט די פטירה פון הרה"ג ר' אברהם שלמה יאבא זצ"ל ספעציעל ווען ער איז געווען מ'אנ"ש
זיי זענען געווענליך א וואך שפעט (איך האף אז דאס גייט זיך יעצט טוישן מיטן ריברענד). איך גלייב אז די וואך וועט זיין א באשרייבונג וכדו' אויב נישט, וועט עס דאן זיין אינטרעסאנט.
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 17, 2025 2:01 pm
כהאב די וואך אריינגעקוקט אין דער בלאט, כהאב עס נישט געליינט, אבער דורכגעבלעטערט די נייעס און די אוצר, און כמוז זאגן, מכאן לתחיית המתים אויף צייטונגען!
יא, ב"ה, בסייעתא דשמיא לייגט דער רעדאקטער מיטן גאנצן שטאב אריין שווערע כוחות אז דאס זאל צושטאנד קומען. און עס קומט נאך אסאך מער בעזר השם יתברך.
איינער פרעגט מיר "ווען גייט דער בלאט זיך ריברענדן?" האב איך אים געזאגט אז טאמער קען ער פרעגן אזא פראגע, באדייט דאס אז ער האט זינט פרשת אמור נאכנישט אריינגעבליקט אפילו איין מאל אין דער בלאט...
שינאווער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 17, 2025 3:53 pm

אבער בס"ד קומט נאך אסאך חידושים.
נאכמער ווייזט דאס אז אנדערש ווי מענטשן האבן ליב צו שרייען. ריברענד, ווער א מאגאזין, ווארף ארויס דעם און יענעם, און ווילדע המצאות, זעהט מען אז מיט אביסל מחשבה און רצון קען מען אלעס ארויפארבעטן.
עכט איז דעיס א תבועה; אז די קענסט דאך יא.. ווי ביסטו געווען ביז היינט? אבער בעסער שפעטער ווי קיינמאל
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
שינאווער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 17, 2025 3:53 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 17, 2025 2:01 pm
כהאב די וואך אריינגעקוקט אין דער בלאט, כהאב עס נישט געליינט, אבער דורכגעבלעטערט די נייעס און די אוצר, און כמוז זאגן, מכאן לתחיית המתים אויף צייטונגען!
יא, ב"ה, בסייעתא דשמיא לייגט דער רעדאקטער מיטן גאנצן שטאב אריין שווערע כוחות אז דאס זאל צושטאנד קומען. און עס קומט נאך אסאך מער בעזר השם יתברך.
איינער פרעגט מיר "ווען גייט דער בלאט זיך ריברענדן?" האב איך אים געזאגט אז טאמער קען ער פרעגן אזא פראגע, באדייט דאס אז ער האט זינט פרשת אמור נאכנישט אריינגעבליקט אפילו איין מאל אין דער בלאט...
אבער בס"ד קומט נאך אסאך חידושים.
טאקע דערפאר איז וויכטיג א ריברענד.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
איך ווייס אז מען האלט און איין שרייבן אז דאס איז נאר די התחלה, אבער אפילו פאר יעצט איז עס שוין א פיינע צייטונג געווארן, זאל ענק דער אייבערשטער העלפן אנקומען צו ענקער גאנצע ציל.
בכלל די בלאט מיט זייער נייעס האט זיך עקסטער שטארק ארויפגעארבעט שוין היינט דא דריי אנאליזן, אינטרעסאנטע נייעס, פאליטישע נייעס, ביזנעס נייעס, אידישע נייעס, געזונטהייט נייעס, און נאך. איך וואלט אויפגענומען נאך א מגיה צו נאכקומען די ארבעט אבער יא (גראדע דעי וואך געווען בעסער ווי די לעצטע עטליכע)
אין די אוצר לויפט א ארטיקל פון איינעם הרב ווייס, כ'מיין ער איז די שווער פון ר' אברהם משה לעבאוויטש, עכ"פ דער איד איז זיס. די עיקר האב איך הנאה אז מ'לאזט זיינע ווערטער ארגינעל, העכסטענס לייגט מען אריין א וואך שפעטער א בריוו פון הערשל פרידמאן אז מ'טאר נישט אזוי רעדן אויף א רב....
אזוי אויך די בליצן האט מען ב"ה באנייט.
די ציבור איז היבש דיקער געווארן, הגם פאר מיר איז עס רעפינג פעיפער פאר די געשפרעכן קאלום וואס ליגט דארט , ווייל נייעס פון רבי'ס אינטרעסירט מיר נישט אזוי, אבער מיין ברודער מגדולי תלמידי קול בחצרות האט עס זייער געגליכן, סאו איי געס נישט יעדער דארף אלעס גלייכן