די ממשלה אין חו"ל מאכט געזעצן נגד התורה, טאר א פרומער איד נישט זיין א חבר אין אזא ממשלה?
שיטת ויואל משה, מהו?
Re: שיטת ויואל משה, מהו?
62, בלאק אריין די קעדי
Re: שיטת ויואל משה, מהו?
אלעס זייער קלאר, די שאלה איז נאר, וואס איז די הלכה אין חו"ל?הדסים האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 16, 2025 6:23 pmצוויי באזונדערע זאכן
1. דער וואס שטעלט אויף א רעגירונג האט א חלק אין די ממשלה און במקרה אז ס'איז אסור האבן די בוחרים א חלק אין א ממשלת איסור.
2. ווען א מחוקק פירט דורך א געזעץ נגד התורה איז עס קודם כל א פראבלעם פארן מחוקק און נאכדעם לכאורה אויך פאר די משלחים אלץ לפני עיוור.
היצט וועלכע חלק שטימט און וועלכע דארף הסבר?
62, בלאק אריין די קעדי
Re: שיטת ויואל משה, מהו?
אויף חלק א איז נישטא קיין חשש ווייל דער אמעריקאנער רעגירונג מעג שטיין עפ"י הלכה.דריידל האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 16, 2025 6:27 pmאלעס זייער קלאר, די שאלה איז נאר, וואס איז די הלכה אין חו"ל?הדסים האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 16, 2025 6:23 pmצוויי באזונדערע זאכן
1. דער וואס שטעלט אויף א רעגירונג האט א חלק אין די ממשלה און במקרה אז ס'איז אסור האבן די בוחרים א חלק אין א ממשלת איסור.
2. ווען א מחוקק פירט דורך א געזעץ נגד התורה איז עס קודם כל א פראבלעם פארן מחוקק און נאכדעם לכאורה אויך פאר די משלחים אלץ לפני עיוור.
היצט וועלכע חלק שטימט און וועלכע דארף הסבר?
חלק ב' ווענדט זיך אויב ס'איז אסור עפ"י הלכה פאר א גוי מחוקק צו זיין חוקי תועבה אויב יא איז פשטות אויך דא אין חו"ל דער איסור. (חוץ אויב ס'איז נישטא קיין לפני עיור ביי א ב"נ וואס דאן פאלט דער חשש אויך אוועק).
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
Re: שיטת ויואל משה, מהו?
Re: שיטת ויואל משה, מהו?
יתכן, אבער ווי קומט די שאלה אהער?דריידל האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 16, 2025 6:26 pmדי ממשלה אין חו"ל מאכט געזעצן נגד התורה, טאר א פרומער איד נישט זיין א חבר אין אזא ממשלה?
דערמאנסט מיר א זיסע מעשה וואס כ'האב אמאל געהערט.
ס'איז געווען א אידל אין אהל רחל אין ירושלים וואס פלעגט יעדן טאג האקן אויף די מדינה, ער פלעגט יעדן טאג נאכ'ן דאווענען - אזוי בערך נאך חצות - טרינקען לחיים, און זיך אנרופן ''לחיים לחיים, היינט איז די יארצייט פון רבי עמרם בלויא'', און יעדער טאג פלעגט א צווייטער אים פרעגן, וואס הייסט? היינט איז די יארצייט?? פלעגט ער ענטפערן, רבי עמרם איז געווען גרייט געווען יעדן טאג גע'הרג'ט צו ווערן דורך די ציונים, ממילא איז היינט זיין יארצייט...
הפנים, האט אים איינער אמאל געפרעגט, היתכן, דו דאווענסט יעדן טאג נאך חצות, און דו שרייסט אויף די מדינה?!
האט ער געענטפערט מיט א מתיקות, דאווענען נאך חצות איז א פיצי עבירה, אבער די מדינה איז א גראבע עבירה...
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
Re: שיטת ויואל משה, מהו?
דער רבי שרייבט וגם כי היות שלפי החוק צריך להיות אותו מספר נבחרים, שבלא זה א"א להם לעשות שום חוק, א"כ כל המקבל משרה באותו המספר הוא מאותן שעל ידם נעשו כל החוקים שעושים
די געזעץ פארלאנגט א צאל ערוועלטע, אן דעם קען מען נישט מאכן קיין שום געזעץ, דערפאר ווער עס נעמט א פאסטן אין דעם צאל איז ער פון די וואס דורך זיי ווערן געטון אלע געזעצן וואס זיי מאכן
די געזעץ פארלאנגט א צאל ערוועלטע, אן דעם קען מען נישט מאכן קיין שום געזעץ, דערפאר ווער עס נעמט א פאסטן אין דעם צאל איז ער פון די וואס דורך זיי ווערן געטון אלע געזעצן וואס זיי מאכן
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"יאסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.
והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1080
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 3647
Re: שיטת ויואל משה, מהו?
נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 16, 2025 9:20 am אקעי, נאך א טעמע אויף די זעלבע נושא.....
איר גייט שרייבן, אדער איר ווילט אנדערע זאלן שרייבן?
אין סאטמאר זאגט מען אויפן מגן דוד, אז אה"נ מעיקרא איז דאס געווען א הייליגע סימבאל, אבער איינמאל די ציונים האבן דאס גענומען פאר זייער סימבאל איז דאס חזיר טריפה. כמבואר בויואל משה לגבי ברכת כהנים. לעניננו, אמאל איז דאס טאקע געווען די "שיטה הקדושה", אבער אזוי ווי כת ש"ץ האט פארכאפט די סלאגען "שיטה הקדושה" איז די ווארט חזיר טריפה....
וואס איז די פראגע? אפשר פרעגט איר וואס איז שיטת הרשב"א? ווענדט זיך אויף וואס... יעדע פאר סעיפים איז נאך א נושא. ויואל משה איז הונדערטער בלעטער, געבויעט אויף הונדערטער נושאים. ס'איז נישט קיין תשובה צו מתיר זיין צו צוריק לייגן די טשאלענט אויפן קראק פאט....
איך ווייס נאר נישט פארוואס די נאנטע האבן געלאזט דעם סאטמאר רבי ארויסגעבן אזא ספר. ס'איז כמעט נישט ראוי צו לערנען. ווען מען קען ווען ארויסנעמען די אלע זייטיגע פרפראות, תורה'לעך, שטיקלעך אור החיים הק' מיט קדושת זקני'ס וכו' וכו' וכו', וואלטן אסאך מער געקענט לערנען דעם ספר "הקדוש", אבער אזוי עס שטייט און גייט איז זייער שווער דאס צו לערנען און האלטן קאפ וואו מען שטייט. מען דארף אסאף עמל ויגיעה. די אלע פרפראות וואלט מען געקענט אריינלייגן אין זיינע אנדערע ספרים, ס'טוט גארנישט אויף מער ווי אוועקנעמען ריכוז המחשבה. און טאקע דאס איז די סיבה לעניית דעתי פארוואס רוב סאטמארע קענען נישט דעם ספר בעל פה. מען ווערט דיסטרעקטעד יעדע צוויי מינוט. וחבל.
בנוגע דיין לעצטע פאראגראף, די ספר הקדוש ויואל משה איז נישט געשריבן ווי א קונטרס צו ליינען בין גברא לגברא אדער ביים תיקון, נאר עס איז א בירור להלכה איבער צענדליגער זאכן, געצילט בעיקר פאר די גדולי ישראל בימיו. אויב האסטו שוין אמאל געלערנט די לאנגע, לומד'ישע תשובות אין נודע ביהודה אדער חתם סופר (אדער אפילו אין שו"ת דברי יואל) וואלסטו נישט געפרעגט אזא (לדעתי נארישע) קשיא.