שיטת ויואל משה, מהו?

צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 676
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1194

Re: שיטת ויואל משה, מהו?

פאוסט דורך צווייטער »

דריידל האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 5:25 pm
הדסים האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 5:05 pm
דריידל האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 4:00 pm

זאגסטי אז דער וואס גייט צו בחירות שטעלט ער זיך צאם מיט די מדינה און ווערט א חלק פון זייערע עבירות.

איינע פון די עבירות וואס שטייט אין ויוא"מ איז אז זיי פירן דורך געזעצן נגד התורה. אסאך פרעגן, וואס איז דאס אנדערש ווי אין חו"ל וואס מ'האט קיינמאל נישט גע'אסר'ט גיין שטימען אפילו טאמאר פירט מען דורך חוקים נגד התורה. פארוואס דארט ווערט מען נישט קיין חלק פון די עבירות?
אגב, וועלכע חוקים נגד התורה ווערן דורכגעפירט אין חו"ל?
חוקי תועבה
דאס איז שוין א מחלוקה צווישן די היינטיגע פוסקים אויב א איד איז מצווה צו אפהאלטן א ב''נ פון עובר זיין אויף זיינע שבע מצוות. און לויט זיי טאר מען טאקע נישט וועלן פאר די מחוקקים, אבער נאר א איסור לפני עור. בכלל נישט דומה צו ארץ ישראל
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
דריידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 215
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 241

Re: שיטת ויואל משה, מהו?

פאוסט דורך דריידל »

צווייטער האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 5:18 pm

איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 3:18 pm

די איסור בחירות איז געבויט אויף די איסור המדינה

דהיינו, ווען די עצם מדינה (אזויוו ס'שטייט יעצט) וואלט נישט געווען קיין פראבלעם, וואלט אוודאי די בחירות אויך נישט געווען קיין פראבלעם

די רביז''ל איז קודם מבאר און מברר, אז די עצם המדינה איז נישט סתם אן עבירה, נאר החמירות שבחמירות, נישט נאר פון איין זייט און איין פראבלעם, נאר פון עטליכע זייטן איז עס גאר גאר א גרויסע עבירה, און א שרעקליכע צרה פאר כלל ישראל וכו'

נאכדעם איז די רבי מבאר, די ענין פון די בחירות, זיך צאמצושטעלן פון אט די מדינה באיזה אופן שהוא, איז מען זיך משתתף און די אויבן דערמאנטע פראבלעם, און מ'ווערט א חלק פון אט די עבירות החמירות, און מיט'ן אריין וועלן מענטשן דארט איז מען די גורם פאר דעם.

ס'איז נישט דווקא איין נושא, נאר כמה ענינים, וועלכע ווילסטו וויסן מער קלאר?

קוק איבער ויואל משה מאמר א' סימן ק''א און לערן עס בעסער אפ. איך וויל נישט מאריך זיין בתוכן הדברים נאר איין נקודה, ער רעדט נישט דארטן פון מאכן געזעצן אקעגן די תורה ווי למשל חילול שבת. ער רעדט פון פשוט'ע ציווילע געזעצן וואס יעדע מדינה האט מחוקק געווען בישוב העולם ובקיום המדינה, וואס ביי די אומות העולם איז עס פון די שבע מצוות ב''נ צו מאכן און אוועקשטעלן דינים, משא''כ א איד מוז זיך פירן מיט די דיני התורה און ער טאר נישט מאכן נייע אייגענע געזעצן, און אויב מאכט ער יא איז עס זיייער הארב (איך וויל נישט ארויסשרייבן ווי הארב, קוק אליינס).

ממילא יעדער וואס גייט וועלן וכו' וכו'.
ער רעדט נישט פון מאכן געזעצן אויפצוהאלטן עבודה זרה?
62, בלאק אריין די קעדי

דריידל האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 5:30 pm

ער רעדט פון כיבוש א''י אן עקירת עבודה זרה פון סי' צ' און ווייטער - בכלל נישט נוגע אין חו''ל.

נאכדעם רעדט ער פונעם משרד הדתות וואס איז אויך נוגע צום זעלבן שמועס, און ער לייגט צו אז האומות לא נצטוו על ע''ז בשיתוף.

תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 863
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 919

Re: שיטת ויואל משה, מהו?

פאוסט דורך תינוק הבורח »

צווייטער האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 5:29 pm
דריידל האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 5:25 pm
הדסים האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 5:05 pm

אגב, וועלכע חוקים נגד התורה ווערן דורכגעפירט אין חו"ל?
חוקי תועבה
דאס איז שוין א מחלוקה צווישן די היינטיגע פוסקים אויב א איד איז מצווה צו אפהאלטן א ב''נ פון עובר זיין אויף זיינע שבע מצוות. און לויט זיי טאר מען טאקע נישט וועלן פאר די מחוקקים, אבער נאר א איסור לפני עור. בכלל נישט דומה צו ארץ ישראל
די גמרא זאגט אז יא.
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 676
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1194

Re: שיטת ויואל משה, מהו?

פאוסט דורך צווייטער »

תינוק הבורח האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 5:38 pm
צווייטער האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 5:29 pm
דריידל האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 5:25 pm

חוקי תועבה
דאס איז שוין א מחלוקה צווישן די היינטיגע פוסקים אויב א איד איז מצווה צו אפהאלטן א ב''נ פון עובר זיין אויף זיינע שבע מצוות. און לויט זיי טאר מען טאקע נישט וועלן פאר די מחוקקים, אבער נאר א איסור לפני עור. בכלל נישט דומה צו ארץ ישראל
די גמרא זאגט אז יא.
עי' אישי
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
אוועיטער
איד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 942
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 1050

Re: שיטת ויואל משה, מהו?

פאוסט דורך איד »

דריידל האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 5:24 pm
הדסים האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 5:05 pm
דריידל האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 4:00 pm

זאגסטי אז דער וואס גייט צו בחירות שטעלט ער זיך צאם מיט די מדינה און ווערט א חלק פון זייערע עבירות.

איינע פון די עבירות וואס שטייט אין ויוא"מ איז אז זיי פירן דורך געזעצן נגד התורה. אסאך פרעגן, וואס איז דאס אנדערש ווי אין חו"ל וואס מ'האט קיינמאל נישט גע'אסר'ט גיין שטימען אפילו טאמאר פירט מען דורך חוקים נגד התורה. פארוואס דארט ווערט מען נישט קיין חלק פון די עבירות?
ניין ער זאגט אז דער וואס איז א חלק פון די ממשלה דהיינו די ח"כ זיי זענען די וואס שטעלן אויף א ממשלה און די וואס שיקן זיי אריין האבן א חלק אינעם אויפשטעלן דער ממשלה.
איך האב נאר נאכגעשריבן @איד'ס ווערטער, אבער ס'נישט משנה. די קשיא בלייבט די זעלבע.
ווי האסטו דאס געזעהן אין מיינע ווערטער?
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1797
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3181

Re: שיטת ויואל משה, מהו?

פאוסט דורך הדסים »

עגעין, עפ"י הויא"מ איז דא אן איסור פאר אידן אויפצושטעלן אן אייגענער ממשלה ולדעתו איז אין דעם אריינגערעכנט זיין א חלק פונעם כנסת, פרעגסטו מיר אז אין אמעריקע איז די זעלבע זאך?
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2761
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 6035

Re: שיטת ויואל משה, מהו?

פאוסט דורך פשוט און גראד »

צ/ק

כבמואר בכמה מקומות בויואל משה, אז אפילו די מדינה זאל ווען ווערן געפירט 100% לפי דיני תורה אין אדורך תנאים ואמוראים איז עס אלס נאך די זעלבע איסור.
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2761
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 6035

Re: שיטת ויואל משה, מהו?

פאוסט דורך פשוט און גראד »

צ/ק

איך ווייס נישט די מקור אויב ס‘האט בכלל א מקור, אז פארן גיט לערנען לכה"פ דריי מאל ויואל משה איז אסור אריינצוגיין אין וויכוחים אין די נושא.
דריידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 215
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 241

Re: שיטת ויואל משה, מהו?

פאוסט דורך דריידל »

הדסים האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 5:47 pm
דריידל האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 5:24 pm
הדסים האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 5:05 pm

ניין ער זאגט אז דער וואס איז א חלק פון די ממשלה דהיינו די ח"כ זיי זענען די וואס שטעלן אויף א ממשלה און די וואס שיקן זיי אריין האבן א חלק אינעם אויפשטעלן דער ממשלה.
איך האב נאר נאכגעשריבן @איד'ס ווערטער, אבער ס'נישט משנה. די קשיא בלייבט די זעלבע.
עגעין, עפ"י הויא"מ איז דא אן איסור פאר אידן אויפצושטעלן אן אייגענער ממשלה ולדעתו איז אין דעם אריינגערעכנט זיין א חלק פונעם כנסת, פרעגסטו מיר אז אין אמעריקע איז די זעלבע זאך?
ניין איך רעדט נישט פון דעם. איך רעדט לגבי אז דער וואס גייט צו בחירות און וועלט פאר אן ערליכע ח"כ זאל ווערן פאררעכענט אלץ א חלק, און זיין אחראי אדער א גורם, פאר עבירות וואס ווערט געטון דורך די רעגירונג
62, בלאק אריין די קעדי
דריידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 215
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 241

Re: שיטת ויואל משה, מהו?

פאוסט דורך דריידל »

פשוט און גראד האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 5:51 pm צ/ק

פליז, שטיי אוועק פון די אשכול. ס'נישט געמאכט פאר דיר

דריידל האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 5:53 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 5:51 pm צ/ק

איך ווייס נישט די מקור אויב ס‘האט בכלל א מקור, אז פארן גיט לערנען לכה"פ דריי מאל ויואל משה איז אסור אריינצוגיין אין וויכוחים אין די נושא.
פליז, שטיי אוועק פון די אשכול. ס'נישט געמאכט פאר דיר
דא איז נישטא קיין וויכוחים. נאר לייכטע שמועסן.. :lol:
דריידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 215
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 241

Re: שיטת ויואל משה, מהו?

פאוסט דורך דריידל »

איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 5:44 pm
דריידל האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 5:24 pm
הדסים האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 5:05 pm

ניין ער זאגט אז דער וואס איז א חלק פון די ממשלה דהיינו די ח"כ זיי זענען די וואס שטעלן אויף א ממשלה און די וואס שיקן זיי אריין האבן א חלק אינעם אויפשטעלן דער ממשלה.
איך האב נאר נאכגעשריבן @איד'ס ווערטער, אבער ס'נישט משנה. די קשיא בלייבט די זעלבע.
ווי האסטו דאס געזעהן אין מיינע ווערטער?
אזוי האב איך פארשטאנען פון דיינע ווערטער. אז נישט איז נישט.
62, בלאק אריין די קעדי
שמות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 413
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
Location: Brooklyn
x 272

Re: שיטת ויואל משה, מהו?

פאוסט דורך שמות »

דריידל האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 5:52 pm
הדסים האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 5:47 pm
דריידל האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 5:24 pm

איך האב נאר נאכגעשריבן @איד'ס ווערטער, אבער ס'נישט משנה. די קשיא בלייבט די זעלבע.
עגעין, עפ"י הויא"מ איז דא אן איסור פאר אידן אויפצושטעלן אן אייגענער ממשלה ולדעתו איז אין דעם אריינגערעכנט זיין א חלק פונעם כנסת, פרעגסטו מיר אז אין אמעריקע איז די זעלבע זאך?
ניין איך רעדט נישט פון דעם. איך רעדט לגבי אז דער וואס גייט צו בחירות און וועלט פאר אן ערליכע ח"כ זאל ווערן פאררעכענט אלץ א חלק, און זיין אחראי אדער א גורם, פאר עבירות וואס ווערט געטון דורך די רעגירונג
די כנסת גייט נאך רוב, יעדער ח"כ איז מסכים ווען ער וועלט אויף א געזעץ אז מגייט בלייבן מיט וואס די רוב האבן אנגענומען, ד"מ אויב ס'איז דא 120 ח"כ און די ביסט איינער פון זיי האסטו מסכים געווען מיט וואס די רוב גייען בלייבן, דאס איז אריינגערעכנט יעדער געזעץ וואס איז אקעגן די תורה.
אוועיטער
איד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 942
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 1050

Re: שיטת ויואל משה, מהו?

פאוסט דורך איד »

דריידל האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 4:00 pm
איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 3:18 pm
דריידל האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 11:15 am אינטערעסאנט אז אין אנדערע אשכולות יאווען זיך שרייבער וואס ברענגן כסדר אז אין ויואל משה איז קלאר מבואר די איסור פון בחירות און דא איז נישטא קיינער וואס קען עפעס נאכברענגן.

קומטס אריין, רבותי.
די איסור בחירות איז געבויט אויף די איסור המדינה

דהיינו, ווען די עצם מדינה (אזויוו ס'שטייט יעצט) וואלט נישט געווען קיין פראבלעם, וואלט אוודאי די בחירות אויך נישט געווען קיין פראבלעם

די רביז''ל איז קודם מבאר און מברר, אז די עצם המדינה איז נישט סתם אן עבירה, נאר החמירות שבחמירות, נישט נאר פון איין זייט און איין פראבלעם, נאר פון עטליכע זייטן איז עס גאר גאר א גרויסע עבירה, און א שרעקליכע צרה פאר כלל ישראל וכו'

נאכדעם איז די רבי מבאר, די ענין פון די בחירות, זיך צאמצושטעלן פון אט די מדינה באיזה אופן שהוא, איז מען זיך משתתף און די אויבן דערמאנטע פראבלעם, און מ'ווערט א חלק פון אט די עבירות החמירות, און מיט'ן אריין וועלן מענטשן דארט איז מען די גורם פאר דעם.

ס'איז נישט דווקא איין נושא, נאר כמה ענינים, וועלכע ווילסטו וויסן מער קלאר?
זאגסטי אז דער וואס גייט צו בחירות שטעלט ער זיך צאם מיט די מדינה און ווערט א חלק פון זייערע עבירות.

איינע פון די עבירות וואס שטייט אין ויוא"מ איז אז זיי פירן דורך געזעצן נגד התורה. אסאך פרעגן, וואס איז דאס אנדערש ווי אין חו"ל וואס מ'האט קיינמאל נישט גע'אסר'ט גיין שטימען אפילו טאמאר פירט מען דורך חוקים נגד התורה. פארוואס דארט ווערט מען נישט קיין חלק פון די עבירות?
איך האב נישט געשריבן אז די וואס גייען צו די בחירות שטעלן זיך צאם מיט די מדינה וכו'

איך האב געשריבן זיך צאמצושטעלן פון אט די מדינה באיזה אופן שהוא, איז מען זיך משתתף און די אויבן דערמאנטע פראבלעם, און מ'ווערט א חלק פון אט די עבירות החמירות,
געמיינט האב איך די ח''כ
דערנאך האב איך געשריבן און מיט'ן אריין וועלן מענטשן דארט איז מען די גורם פאר דעם

יעצט צום נקודה, די ווילסט וויסן וואָס ס'שטייט אין ויואל משה? אדער פארוואס מ'האט נישט גע'אסר'ט אנדערע זאכן?

אין ויואל משה איז די רבי גראדע מבאר, אז אפי' די מדינה וואלט זיך געפירט ע''פ תורה, און אלע געזעצן וואלטן געווען אויסגעהאלטן וכו' וואלט עס נאכאלץ געווען גאר א גרויסע עבירה, און פארשטייט זיך אז מ'וואלט זיך נישט געטארט משתתף זיין, און נישט אריין וועלן דארטן ח''כ
ויואל משה סי' ע''ז האט געשריבן: ואף אם יהיו כל חברי הממשלה כולם אהובים כולם ברורים אף כתנאים ואמוראים, מכל מקום אם לוקחים הממשלה והחירות מעצמם טרם שהגיע הזמן הוי דחיקת הקץ שהיא כפירה בתוה''ק ובאמונה.
דריידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 215
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 241

Re: שיטת ויואל משה, מהו?

פאוסט דורך דריידל »

צווייטער האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 5:35 pm
דריידל האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 5:30 pm
צווייטער האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 5:18 pm

קוק איבער ויואל משה מאמר א' סימן ק''א און לערן עס בעסער אפ. איך וויל נישט מאריך זיין בתוכן הדברים נאר איין נקודה, ער רעדט נישט דארטן פון מאכן געזעצן אקעגן די תורה ווי למשל חילול שבת. ער רעדט פון פשוט'ע ציווילע געזעצן וואס יעדע מדינה האט מחוקק געווען בישוב העולם ובקיום המדינה, וואס ביי די אומות העולם איז עס פון די שבע מצוות ב''נ צו מאכן און אוועקשטעלן דינים, משא''כ א איד מוז זיך פירן מיט די דיני התורה און ער טאר נישט מאכן נייע אייגענע געזעצן, און אויב מאכט ער יא איז עס זיייער הארב (איך וויל נישט ארויסשרייבן ווי הארב, קוק אליינס).

ממילא יעדער וואס גייט וועלן וכו' וכו'.
ער רעדט נישט פון מאכן געזעצן אויפצוהאלטן עבודה זרה?
ער רעדט פון כיבוש א''י אן עקירת עבודה זרה פון סי' צ' און ווייטער - בכלל נישט נוגע אין חו''ל.

נאכדעם רעדט ער פונעם משרד הדתות וואס איז אויך נוגע צום זעלבן שמועס, און ער לייגט צו אז האומות לא נצטוו על ע''ז בשיתוף.
און ער זאגט אויך אז דער וואס איז זיך משתתף אין די ממשלה איז א שותף אין ע"ז. נו פארוואס ווען איינער איז זיך משתתף אין א רעגירונג אין חו"ל איז נישט קיין שותף אין זייערע עבירות ?
62, בלאק אריין די קעדי
דריידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 215
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 241

Re: שיטת ויואל משה, מהו?

פאוסט דורך דריידל »

שמות האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 6:04 pm
דריידל האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 5:52 pm
הדסים האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 5:47 pm

עגעין, עפ"י הויא"מ איז דא אן איסור פאר אידן אויפצושטעלן אן אייגענער ממשלה ולדעתו איז אין דעם אריינגערעכנט זיין א חלק פונעם כנסת, פרעגסטו מיר אז אין אמעריקע איז די זעלבע זאך?
ניין איך רעדט נישט פון דעם. איך רעדט לגבי אז דער וואס גייט צו בחירות און וועלט פאר אן ערליכע ח"כ זאל ווערן פאררעכענט אלץ א חלק, און זיין אחראי אדער א גורם, פאר עבירות וואס ווערט געטון דורך די רעגירונג
די כנסת גייט נאך רוב, יעדער ח"כ איז מסכים ווען ער וועלט אויף א געזעץ אז מגייט בלייבן מיט וואס די רוב האבן אנגענומען, ד"מ אויב ס'איז דא 120 ח"כ און די ביסט איינער פון זיי האסטו מסכים געווען מיט וואס די רוב גייען בלייבן, דאס איז אריינגערעכנט יעדער געזעץ וואס איז אקעגן די תורה.
נו, פיר אויס, משא"כ אין חו"ל?
62, בלאק אריין די קעדי
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1797
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3181

Re: שיטת ויואל משה, מהו?

פאוסט דורך הדסים »

דריידל האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 6:10 pm
צווייטער האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 5:35 pm
דריידל האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 5:30 pm

ער רעדט נישט פון מאכן געזעצן אויפצוהאלטן עבודה זרה?
ער רעדט פון כיבוש א''י אן עקירת עבודה זרה פון סי' צ' און ווייטער - בכלל נישט נוגע אין חו''ל.

נאכדעם רעדט ער פונעם משרד הדתות וואס איז אויך נוגע צום זעלבן שמועס, און ער לייגט צו אז האומות לא נצטוו על ע''ז בשיתוף.
און ער זאגט אויך אז דער וואס איז זיך משתתף אין די ממשלה איז א שותף אין ע"ז. נו פארוואס ווען איינער איז זיך משתתף אין א רעגירונג אין חו"ל איז נישט קיין שותף אין ע"ז?
ווייל די אמעריקענע רעגירונג איז נישט קיין ע"ז.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אוועיטער
איד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 942
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 1050

Re: שיטת ויואל משה, מהו?

פאוסט דורך איד »

דריידל האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 6:10 pm
צווייטער האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 5:35 pm
דריידל האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 5:30 pm

ער רעדט נישט פון מאכן געזעצן אויפצוהאלטן עבודה זרה?
ער רעדט פון כיבוש א''י אן עקירת עבודה זרה פון סי' צ' און ווייטער - בכלל נישט נוגע אין חו''ל.

נאכדעם רעדט ער פונעם משרד הדתות וואס איז אויך נוגע צום זעלבן שמועס, און ער לייגט צו אז האומות לא נצטוו על ע''ז בשיתוף.
און ער זאגט אויך אז דער וואס איז זיך משתתף אין די ממשלה איז א שותף אין ע"ז. נו פארוואס ווען איינער איז זיך משתתף אין א רעגירונג אין חו"ל איז נישט קיין שותף אין ע"ז?
ווער זאגט?
דריידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 215
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 241

Re: שיטת ויואל משה, מהו?

פאוסט דורך דריידל »

איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 6:10 pm
דריידל האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 4:00 pm
איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 3:18 pm

די איסור בחירות איז געבויט אויף די איסור המדינה

דהיינו, ווען די עצם מדינה (אזויוו ס'שטייט יעצט) וואלט נישט געווען קיין פראבלעם, וואלט אוודאי די בחירות אויך נישט געווען קיין פראבלעם

די רביז''ל איז קודם מבאר און מברר, אז די עצם המדינה איז נישט סתם אן עבירה, נאר החמירות שבחמירות, נישט נאר פון איין זייט און איין פראבלעם, נאר פון עטליכע זייטן איז עס גאר גאר א גרויסע עבירה, און א שרעקליכע צרה פאר כלל ישראל וכו'

נאכדעם איז די רבי מבאר, די ענין פון די בחירות, זיך צאמצושטעלן פון אט די מדינה באיזה אופן שהוא, איז מען זיך משתתף און די אויבן דערמאנטע פראבלעם, און מ'ווערט א חלק פון אט די עבירות החמירות, און מיט'ן אריין וועלן מענטשן דארט איז מען די גורם פאר דעם.

ס'איז נישט דווקא איין נושא, נאר כמה ענינים, וועלכע ווילסטו וויסן מער קלאר?
זאגסטי אז דער וואס גייט צו בחירות שטעלט ער זיך צאם מיט די מדינה און ווערט א חלק פון זייערע עבירות.

איינע פון די עבירות וואס שטייט אין ויוא"מ איז אז זיי פירן דורך געזעצן נגד התורה. אסאך פרעגן, וואס איז דאס אנדערש ווי אין חו"ל וואס מ'האט קיינמאל נישט גע'אסר'ט גיין שטימען אפילו טאמאר פירט מען דורך חוקים נגד התורה. פארוואס דארט ווערט מען נישט קיין חלק פון די עבירות?
איך האב נישט געשריבן אז די וואס גייען צו די בחירות שטעלן זיך צאם מיט די מדינה וכו'

איך האב געשריבן זיך צאמצושטעלן פון אט די מדינה באיזה אופן שהוא, איז מען זיך משתתף און די אויבן דערמאנטע פראבלעם, און מ'ווערט א חלק פון אט די עבירות החמירות,
געמיינט האב איך די ח''כ
דערנאך האב איך געשריבן און מיט'ן אריין וועלן מענטשן דארט איז מען די גורם פאר דעם

יעצט צום נקודה, די ווילסט וויסן וואָס ס'שטייט אין ויואל משה? אדער פארוואס מ'האט נישט גע'אסר'ט אנדערע זאכן?

אין ויואל משה איז די רבי גראדע מבאר, אז אפי' די מדינה וואלט זיך געפירט ע''פ תורה, און אלע געזעצן וואלטן געווען אויסגעהאלטן וכו' וואלט עס נאכאלץ געווען גאר א גרויסע עבירה, און פארשטייט זיך אז מ'וואלט זיך נישט געטארט משתתף זיין, און נישט אריין וועלן דארטן ח''כ
ויואל משה סי' ע''ז האט געשריבן: ואף אם יהיו כל חברי הממשלה כולם אהובים כולם ברורים אף כתנאים ואמוראים, מכל מקום אם לוקחים הממשלה והחירות מעצמם טרם שהגיע הזמן הוי דחיקת הקץ שהיא כפירה בתוה''ק ובאמונה.
מ'קען נישט אבער אלעס אויף איין מאל. מ'דארף איבערגיין איינס ביי איינס. לאמיר קלאר מאכן איין זאך און דערנאך גיין ווייטער.
62, בלאק אריין די קעדי
אוועיטער
איד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 942
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 1050

Re: שיטת ויואל משה, מהו?

פאוסט דורך איד »

דריידל האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 6:14 pm

סא, וואס ווילסטו יעצט פארשטיין?
דריידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 215
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 241

Re: שיטת ויואל משה, מהו?

פאוסט דורך דריידל »

איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 6:13 pm
דריידל האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 6:10 pm
צווייטער האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 5:35 pm

ער רעדט פון כיבוש א''י אן עקירת עבודה זרה פון סי' צ' און ווייטער - בכלל נישט נוגע אין חו''ל.

נאכדעם רעדט ער פונעם משרד הדתות וואס איז אויך נוגע צום זעלבן שמועס, און ער לייגט צו אז האומות לא נצטוו על ע''ז בשיתוף.
און ער זאגט אויך אז דער וואס איז זיך משתתף אין די ממשלה איז א שותף אין ע"ז. נו פארוואס ווען איינער איז זיך משתתף אין א רעגירונג אין חו"ל איז נישט קיין שותף אין ע"ז?
ווער זאגט?
יחצאל...

איך בין דאך מגיב אויף א צווייטע תגובה. קוק פון וואס יענער רעדט
62, בלאק אריין די קעדי
דריידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 215
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 241

Re: שיטת ויואל משה, מהו?

פאוסט דורך דריידל »

איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 6:15 pm
דריידל האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 6:14 pm
איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 6:10 pm
איך האב נישט געשריבן אז די וואס גייען צו די בחירות שטעלן זיך צאם מיט די מדינה וכו'

איך האב געשריבן זיך צאמצושטעלן פון אט די מדינה באיזה אופן שהוא, איז מען זיך משתתף און די אויבן דערמאנטע פראבלעם, און מ'ווערט א חלק פון אט די עבירות החמירות,
געמיינט האב איך די ח''כ
דערנאך האב איך געשריבן און מיט'ן אריין וועלן מענטשן דארט איז מען די גורם פאר דעם

יעצט צום נקודה, די ווילסט וויסן וואָס ס'שטייט אין ויואל משה? אדער פארוואס מ'האט נישט גע'אסר'ט אנדערע זאכן?

אין ויואל משה איז די רבי גראדע מבאר, אז אפי' די מדינה וואלט זיך געפירט ע''פ תורה, און אלע געזעצן וואלטן געווען אויסגעהאלטן וכו' וואלט עס נאכאלץ געווען גאר א גרויסע עבירה, און פארשטייט זיך אז מ'וואלט זיך נישט געטארט משתתף זיין, און נישט אריין וועלן דארטן ח''כ
מ'קען נישט אבער אלעס אויף איין מאל. מ'דארף איבערגיין איינס ביי איינס. לאמיר קלאר מאכן איין זאך און דערנאך גיין ווייטער.
סא, וואס ווילסטו יעצט פארשטיין?
פארוואס בחירות איז א פראבלעם.

שרייבן "עבירות חמורות" אדער "פראבלעמען" איז נישט קלאר פון וואס מ'רעדט. איך ווייס אין ויוא"מ שטייט עטליכע טעמים. לאמיר איבערגיין איינס אויף אמאל.
62, בלאק אריין די קעדי
דריידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 215
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 241

Re: שיטת ויואל משה, מהו?

פאוסט דורך דריידל »

הדסים האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 6:13 pm
דריידל האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 6:10 pm
צווייטער האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 5:35 pm

ער רעדט פון כיבוש א''י אן עקירת עבודה זרה פון סי' צ' און ווייטער - בכלל נישט נוגע אין חו''ל.

נאכדעם רעדט ער פונעם משרד הדתות וואס איז אויך נוגע צום זעלבן שמועס, און ער לייגט צו אז האומות לא נצטוו על ע''ז בשיתוף.
און ער זאגט אויך אז דער וואס איז זיך משתתף אין די ממשלה איז א שותף אין ע"ז. נו פארוואס ווען איינער איז זיך משתתף אין א רעגירונג אין חו"ל איז נישט קיין שותף אין ע"ז זייערע עבירות?
ווייל די אמעריקענע רעגירונג איז נישט קיין ע"ז.
פארראכטן
62, בלאק אריין די קעדי
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1797
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3181

Re: שיטת ויואל משה, מהו?

פאוסט דורך הדסים »

דריידל האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 6:21 pm
הדסים האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 6:13 pm
דריידל האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 6:10 pm

און ער זאגט אויך אז דער וואס איז זיך משתתף אין די ממשלה איז א שותף אין ע"ז. נו פארוואס ווען איינער איז זיך משתתף אין א רעגירונג אין חו"ל איז נישט קיין שותף אין ע"ז זייערע עבירות?
ווייל די אמעריקענע רעגירונג איז נישט קיין ע"ז.
פארראכטן
צוויי באזונדערע זאכן
1. דער וואס שטעלט אויף א רעגירונג האט א חלק אין די ממשלה און במקרה אז ס'איז אסור האבן די בוחרים א חלק אין א ממשלת איסור.

2. ווען א מחוקק פירט דורך א געזעץ נגד התורה איז עס קודם כל א פראבלעם פארן מחוקק און נאכדעם לכאורה אויך פאר די משלחים אלץ לפני עיוור.

היצט וועלכע חלק שטימט און וועלכע דארף הסבר?

שרייב פאוסט