שיטת ויואל משה, מהו?

דריידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 200
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 228

שיטת ויואל משה, מהו?

פאוסט דורך דריידל »

אין אנדערע אשכולות טיט זיך א טענה'ריי אהין און צוריק, מיט א גרויס צעמישעניש, וואס, ווי, ווער וכו'.

במשך די יארן איז מער אויסגעקומען אסאך צו רעדן מיט חסידי סאטמאר איבער די ענין פון ציונות הנוגע בזמננו, און איך האב געזעהן אז א גרויסע רוב הייבט נישט אן צו וויסן וואס טיט זיך. וואס געשענט נאכדעם איז אז ווען ס'קומט אינטער עפעס צו ליינען ווי איינער איז מסביר בטוב טעם ודעת שיטת המזרחי, למשל, ווערט מען אינגאנצן צעשאקעלט און איבערגענומען.

אשר על כן, וויל איך עפענען די אשכול ווי מ'וועט אויסשמועסן די גאנצער ענין, אבער מיט אן אביעקטיווער בליק. למשל, ס'פעלט נישט אויס צו שרייבן שיטה "הקדושה" אדער אנדערע באמבאסטישע טיטלן וואס איז סתם פראפאגאנדע.

נו, געגאנגן.
62, בלאק אריין די קעדי
דריידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 200
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 228

Re: שיטת ויואל משה, מהו?

פאוסט דורך דריידל »

פאר מ'פאנגט אן דארף קודם קלאר זיין וואס איז א גמרא, וואס שטייט אין די פוסקים הלכה למעשה, וואס איז א השקפה שאלה, אויף וועלכע זאכן זענען דא חולקים, וכדומה.

די מערסט באקאנטע פסק פון ויואל משה איז די איסור צו גיין צו בחירות.

לאמיר הערן וואס זענען די טעמי האיסור?
62, בלאק אריין די קעדי
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2057
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 6038

Re: שיטת ויואל משה, מהו?

פאוסט דורך נקודות טובות »

אקעי, נאך א טעמע אויף די זעלבע נושא.....

איר גייט שרייבן, אדער איר ווילט אנדערע זאלן שרייבן?

אין סאטמאר זאגט מען אויפן מגן דוד, אז אה"נ מעיקרא איז דאס געווען א הייליגע סימבאל, אבער איינמאל די ציונים האבן דאס גענומען פאר זייער סימבאל איז דאס חזיר טריפה. כמבואר בויואל משה לגבי ברכת כהנים. לעניננו, אמאל איז דאס טאקע געווען די "שיטה הקדושה", אבער אזוי ווי כת ש"ץ האט פארכאפט די סלאגען "שיטה הקדושה" איז די ווארט חזיר טריפה....

וואס איז די פראגע? אפשר פרעגט איר וואס איז שיטת הרשב"א? ווענדט זיך אויף וואס... יעדע פאר סעיפים איז נאך א נושא. ויואל משה איז הונדערטער בלעטער, געבויעט אויף הונדערטער נושאים. ס'איז נישט קיין תשובה צו מתיר זיין צו צוריק לייגן די טשאלענט אויפן קראק פאט....

איך ווייס נאר נישט פארוואס די נאנטע האבן געלאזט דעם סאטמאר רבי ארויסגעבן אזא ספר. ס'איז כמעט נישט ראוי צו לערנען. ווען מען קען ווען ארויסנעמען די אלע זייטיגע פרפראות, תורה'לעך, שטיקלעך אור החיים הק' מיט קדושת זקני'ס וכו' וכו' וכו', וואלטן אסאך מער געקענט לערנען דעם ספר "הקדוש", אבער אזוי עס שטייט און גייט איז זייער שווער דאס צו לערנען און האלטן קאפ וואו מען שטייט. מען דארף אסאף עמל ויגיעה. די אלע פרפראות וואלט מען געקענט אריינלייגן אין זיינע אנדערע ספרים, ס'טוט גארנישט אויף מער ווי אוועקנעמען ריכוז המחשבה. און טאקע דאס איז די סיבה לעניית דעתי פארוואס רוב סאטמארע קענען נישט דעם ספר בעל פה. מען ווערט דיסטרעקטעד יעדע צוויי מינוט. וחבל.
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1857
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 6290

Re: שיטת ויואל משה, מהו?

פאוסט דורך מסתמא »

דריידל האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 9:05 am פאר מ'פאנגט אן דארף קודם קלאר זיין וואס איז א גמרא, וואס שטייט אין די פוסקים הלכה למעשה, וואס איז א השקפה שאלה, אויף וועלכע זאכן זענען דא חולקים, וכדומה.

די מערסט באקאנטע פסק פון ויואל משה איז די איסור צו גיין צו בחירות.

לאמיר הערן וואס זענען די טעמי האיסור?
הייב אן פארקערט. וואס זענען די הלכה’דיגע פראבלעמען פון ציונות? וואס זאגט די גמרא? וואס וואס טייטשט דאס גלות? איז די גלות מחייב הלכה למעשה א געוויסע התנהגות?

איינמאל מהאט די מאמרי חז”ל פון גמרא, גייט מען צו די פוסקים זוכן די פירוש הדברים. איינמאל מהאט די קלארע פירוש הדברים דארף מען עס צולייגן אין פרטי פרטים וואו עס קען אלץ זיין רעלעוואנט. איינמאל מפארשטייט אז א מאמר חז”ל האט א פירוש און איז נוגע אויף למעשה און האט פרטים, יעצט דארף מען אפלערנען די פאקטישע מציאות העולם, די פראקטיק, און עס פסקנען הלכה למעשה

סאו איך וואלט געזאגט אז ערשטנס דארף מען אוועקשטעלן קלאר וואס איז דאס ציונות און וויאזוי דאס איז סותר די אידישע הלכה און השקפה. אזוי אויכעט וואס באדייט דאס גזירות הגלות הלכה ולמעשה.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
דריידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 200
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 228

Re: שיטת ויואל משה, מהו?

פאוסט דורך דריידל »

נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 9:20 am אקעי, נאך א טעמע אויף די זעלבע נושא.....

זייער פיין געשריבן.

על ראשון ראשון

א) איך וויל מער אז אנדערע זאלן שרייבן, ווייל איך בין נישט אזוי קלאר דערינען. אבער איך וועל אויך שרייבן.

ב) איך האב זייער קלאר געשריבן אין מיין צווייטע תגובה וואס מיין ערשטע שאלה איז

ג) הונדערט פראצענט גערעכט.
62, בלאק אריין די קעדי
שמות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 375
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
Location: Brooklyn
x 252

Re: שיטת ויואל משה, מהו?

פאוסט דורך שמות »

נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 9:20 am אקעי, נאך א טעמע אויף די זעלבע נושא.....

איר גייט שרייבן, אדער איר ווילט אנדערע זאלן שרייבן?

אין סאטמאר זאגט מען אויפן מגן דוד, אז אה"נ מעיקרא איז דאס געווען א הייליגע סימבאל, אבער איינמאל די ציונים האבן דאס גענומען פאר זייער סימבאל איז דאס חזיר טריפה. כמבואר בויואל משה לגבי ברכת כהנים. לעניננו, אמאל איז דאס טאקע געווען די "שיטה הקדושה", אבער אזוי ווי כת ש"ץ האט פארכאפט די סלאגען "שיטה הקדושה" איז די ווארט חזיר טריפה....

וואס איז די פראגע? אפשר פרעגט איר וואס איז שיטת הרשב"א? ווענדט זיך אויף וואס... יעדע פאר סעיפים איז נאך א נושא. ויואל משה איז הונדערטער בלעטער, געבויעט אויף הונדערטער נושאים. ס'איז נישט קיין תשובה צו מתיר זיין צו צוריק לייגן די טשאלענט אויפן קראק פאט....

איך ווייס נאר נישט פארוואס די נאנטע האבן געלאזט דעם סאטמאר רבי ארויסגעבן אזא ספר. ס'איז כמעט נישט ראוי צו לערנען. ווען מען קען ווען ארויסנעמען די אלע זייטיגע פרפראות, תורה'לעך, שטיקלעך אור החיים הק' מיט קדושת זקני'ס וכו' וכו' וכו', וואלטן אסאך מער געקענט לערנען דעם ספר "הקדוש", אבער אזוי עס שטייט און גייט איז זייער שווער דאס צו לערנען און האלטן קאפ וואו מען שטייט. מען דארף אסאף עמל ויגיעה. די אלע פרפראות וואלט מען געקענט אריינלייגן אין זיינע אנדערע ספרים, ס'טוט גארנישט אויף מער ווי אוועקנעמען ריכוז המחשבה. און טאקע דאס איז די סיבה לעניית דעתי פארוואס רוב סאטמארע קענען נישט דעם ספר בעל פה. מען ווערט דיסטרעקטעד יעדע צוויי מינוט. וחבל.
וועגן דעם איז דאך ארויסגעקומען די ילקוט ויואל משה (דאכט זיך מיר אזוי הייסט עס) און ארויסגענומען אלע זייטיגע פלפולים.
דריידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 200
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 228

Re: שיטת ויואל משה, מהו?

פאוסט דורך דריידל »

אינטערעסאנט אז אין אנדערע אשכולות יאווען זיך שרייבער וואס ברענגן כסדר אז אין ויואל משה איז קלאר מבואר די איסור פון בחירות און דא איז נישטא קיינער וואס קען עפעס נאכברענגן.

קומטס אריין, רבותי.
62, בלאק אריין די קעדי
דריידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 200
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 228

Re: שיטת ויואל משה, מהו?

פאוסט דורך דריידל »

מסתמא האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 9:23 am
דריידל האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 9:05 am פאר מ'פאנגט אן דארף קודם קלאר זיין וואס איז א גמרא, וואס שטייט אין די פוסקים הלכה למעשה, וואס איז א השקפה שאלה, אויף וועלכע זאכן זענען דא חולקים, וכדומה.

די מערסט באקאנטע פסק פון ויואל משה איז די איסור צו גיין צו בחירות.

לאמיר הערן וואס זענען די טעמי האיסור?
הייב אן פארקערט. וואס זענען די הלכה’דיגע פראבלעמען פון ציונות? וואס זאגט די גמרא? וואס וואס טייטשט דאס גלות? איז די גלות מחייב הלכה למעשה א געוויסע התנהגות?

איינמאל מהאט די מאמרי חז”ל פון גמרא, גייט מען צו די פוסקים זוכן די פירוש הדברים. איינמאל מהאט די קלארע פירוש הדברים דארף מען עס צולייגן אין פרטי פרטים וואו עס קען אלץ זיין רעלעוואנט. איינמאל מפארשטייט אז א מאמר חז”ל האט א פירוש און איז נוגע אויף למעשה און האט פרטים, יעצט דארף מען אפלערנען די פאקטישע מציאות העולם, די פראקטיק, און עס פסקנען הלכה למעשה

סאו איך וואלט געזאגט אז ערשטנס דארף מען אוועקשטעלן קלאר וואס איז דאס ציונות און וויאזוי דאס איז סותר די אידישע הלכה און השקפה. אזוי אויכעט וואס באדייט דאס גזירות הגלות הלכה ולמעשה.
פארדעם פארלאנגט זיך א באזינדערע אשכול; ביסט וועלקאם צו עפענען איינס. דא עמיר אננעמען אז ציונות איז א פראבלעם הלכה'דיג אדער השקפה'דיג, ווייל טאמער נישט וועט מען סטאק בלייבן ביים דעבאטירן די זייטיגע זאכן. חוץ מזה, שטייט אין ויוא"מ טעמים לאיסור וואס האט נישט שייכות מיט ציונות.

יעצט, איינמאל ס'שוין דא א רעגירונג, פארוואס זאל מען נישט מעגן זיך משתתף זיין דורך אריינוועלן חרד'ישע חכי"ם?
62, בלאק אריין די קעדי
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1857
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 6290

Re: שיטת ויואל משה, מהו?

פאוסט דורך מסתמא »

דריידל האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 11:25 am

נישט אמת. וואס איז דאס ציונות אין די מובן וואס איך רעד? מאכן א אידישע מדינה. מאכן א כלל ישראל עליה צו ארץ ישראל. מדארף אנהייבן פון די שרשים און הערשט שפעטער צוקומען צו הלכה למעשה. די הלכה איז נאר נובע פון שרשים. אויב די יסודות פעלט העסטו נישט פארשטיין די מסקנה אויכעט נישט.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2121
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2568

Re: שיטת ויואל משה, מהו?

פאוסט דורך שבת קודש »

דריידל האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 8:55 am אין אנדערע אשכולות טיט זיך א טענה'ריי אהין און צוריק, מיט א גרויס צעמישעניש, וואס, ווי, ווער וכו'.

במשך די יארן איז מער אויסגעקומען אסאך צו רעדן מיט חסידי סאטמאר איבער די ענין פון ציונות הנוגע בזמננו, און איך האב געזעהן אז א גרויסע רוב הייבט נישט אן צו וויסן וואס טיט זיך. וואס געשענט נאכדעם איז אז ווען ס'קומט אינטער עפעס צו ליינען ווי איינער איז מסביר בטוב טעם ודעת שיטת המזרחי, למשל, ווערט מען אינגאנצן צעשאקעלט און איבערגענומען.

אשר על כן, וויל איך עפענען די אשכול ווי מ'וועט אויסשמועסן די גאנצער ענין, אבער מיט אן אביעקטיווער בליק. למשל, ס'פעלט נישט אויס צו שרייבן שיטה "הקדושה" אדער אנדערע באמבאסטישע טיטלן וואס איז סתם פראפאגאנדע.

נו, געגאנגן.
די עלטערע דור האבן פיין געקענט ויואל משה זיי האבן עס געקענט אויסעווייניג
היינט צוטאגס ווען ב''ה די גאנצע שכרות פון די מדינה איז שוין אינגאנצען אויסגעוועפעט קענען עס שוין נישט רוב יונגעלייט

לערנען כדי זיך צו קענען טענען און אויפווייזען אנדערע איז בכלל נישט וויכטיג און עס העלפט סייווי נישט כמעט קיינער גייט זיך סייווי נישט טוישן
בפרט אז רוב ציבור לעבט סייווי אין זייער אייגענע ד' אמות און קומט כמעט נישט אויס זיך צו טענען מיט אנדערע

בכלל וועט מען זעהן אז ביי כמעט אלע טענערייען אויב נישט אלע הייבן זיך אן דורך נישט סאטמערע וואס ווילן איבערצייגן די סאטמערע זיך צו טוישן נישט פארקערט
דאס ווייזט אז טיף אין הארץ פילט מען אויכעט אז דאס איז אמת און עס מאנט
דריידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 200
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 228

Re: שיטת ויואל משה, מהו?

פאוסט דורך דריידל »

מסתמא האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 11:40 am
דריידל האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 11:25 am
מסתמא האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 9:23 am

הייב אן פארקערט. וואס זענען די הלכה’דיגע פראבלעמען פון ציונות? וואס זאגט די גמרא? וואס וואס טייטשט דאס גלות? איז די גלות מחייב הלכה למעשה א געוויסע התנהגות?

איינמאל מהאט די מאמרי חז”ל פון גמרא, גייט מען צו די פוסקים זוכן די פירוש הדברים. איינמאל מהאט די קלארע פירוש הדברים דארף מען עס צולייגן אין פרטי פרטים וואו עס קען אלץ זיין רעלעוואנט. איינמאל מפארשטייט אז א מאמר חז”ל האט א פירוש און איז נוגע אויף למעשה און האט פרטים, יעצט דארף מען אפלערנען די פאקטישע מציאות העולם, די פראקטיק, און עס פסקנען הלכה למעשה

סאו איך וואלט געזאגט אז ערשטנס דארף מען אוועקשטעלן קלאר וואס איז דאס ציונות און וויאזוי דאס איז סותר די אידישע הלכה און השקפה. אזוי אויכעט וואס באדייט דאס גזירות הגלות הלכה ולמעשה.
פארדעם פארלאנגט זיך א באזינדערע אשכול; ביסט וועלקאם צו עפענען איינס. דא עמיר אננעמען אז ציונות איז א פראבלעם הלכה'דיג אדער השקפה'דיג, ווייל טאמער נישט וועט מען סטאק בלייבן ביים דעבאטירן די זייטיגע זאכן. חוץ מזה, שטייט אין ויוא"מ טעמים לאיסור וואס האט נישט שייכות מיט ציונות.

יעצט, איינמאל ס'שוין דא א רעגירונג, פארוואס זאל מען נישט מעגן זיך משתתף זיין דורך אריינוועלן חרד'ישע חכי"ם?
נישט אמת. וואס איז דאס ציונות אין די מובן וואס איך רעד? מאכן א אידישע מדינה. מאכן א כלל ישראל עליה צו ארץ ישראל. מדארף אנהייבן פון די שרשים און הערשט שפעטער צוקומען צו הלכה למעשה. די הלכה איז נאר נובע פון שרשים. אויב די יסודות פעלט העסטו נישט פארשטיין די מסקנה אויכעט נישט.
אקעי, איך הער. ווילסט אנהייבן מיט איינע פון די שרשים אדער ביסטי אויך נישט קלאר?
אפשר איז דא א צווייטער וואס ווייסט יא און קען עפעס שרייבן דא.
62, בלאק אריין די קעדי
אסרוחג
פרישער באניצער
פאוסטס: 48
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 3:46 pm
x 72

Re: שיטת ויואל משה, מהו?

פאוסט דורך אסרוחג »

נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 9:20 am אקעי, נאך א טעמע אויף די זעלבע נושא.....

איר גייט שרייבן, אדער איר ווילט אנדערע זאלן שרייבן?

אין סאטמאר זאגט מען אויפן מגן דוד, אז אה"נ מעיקרא איז דאס געווען א הייליגע סימבאל, אבער איינמאל די ציונים האבן דאס גענומען פאר זייער סימבאל איז דאס חזיר טריפה. כמבואר בויואל משה לגבי ברכת כהנים. לעניננו, אמאל איז דאס טאקע געווען די "שיטה הקדושה", אבער אזוי ווי כת ש"ץ האט פארכאפט די סלאגען "שיטה הקדושה" איז די ווארט חזיר טריפה....

וואס איז די פראגע? אפשר פרעגט איר וואס איז שיטת הרשב"א? ווענדט זיך אויף וואס... יעדע פאר סעיפים איז נאך א נושא. ויואל משה איז הונדערטער בלעטער, געבויעט אויף הונדערטער נושאים. ס'איז נישט קיין תשובה צו מתיר זיין צו צוריק לייגן די טשאלענט אויפן קראק פאט....

איך ווייס נאר נישט פארוואס די נאנטע האבן געלאזט דעם סאטמאר רבי ארויסגעבן אזא ספר. ס'איז כמעט נישט ראוי צו לערנען. ווען מען קען ווען ארויסנעמען די אלע זייטיגע פרפראות, תורה'לעך, שטיקלעך אור החיים הק' מיט קדושת זקני'ס וכו' וכו' וכו', וואלטן אסאך מער געקענט לערנען דעם ספר "הקדוש", אבער אזוי עס שטייט און גייט איז זייער שווער דאס צו לערנען און האלטן קאפ וואו מען שטייט. מען דארף אסאף עמל ויגיעה. די אלע פרפראות וואלט מען געקענט אריינלייגן אין זיינע אנדערע ספרים, ס'טוט גארנישט אויף מער ווי אוועקנעמען ריכוז המחשבה. און טאקע דאס איז די סיבה לעניית דעתי פארוואס רוב סאטמארע קענען נישט דעם ספר בעל פה. מען ווערט דיסטרעקטעד יעדע צוויי מינוט. וחבל.
על השלישית איז שתי תשובות בדבר
1) די רבי האט געשריבן די ספר אין די יארן וואס די אטענשען ספעם פון מענטשן זענען געווען 100 מאל אזויפיל ווי היינט, מ'איז נישט געווארן אזויפיל דיסטרעקטעט
דער עלטערער דור יודעי ספר האבן געלערנט דעם ספר ישר והיפך, פארן היינטיגן דור איז שוין טאקע דא א ילקוט ויואל משה מיט א משנת ויואל משה, און עכ"ז זעירין אינון וואס לערנען עס, ווייל מ'קען דארט אויך נישט האלטן קיין קאפ, היינט איז א דור פון אינסטענט, מ'וויל כל התורה כולה על קליפ אחת אונטער א מינוט #א מינוט מיט ר' מיילעך
2) די רבי בגודל קדושתו האט געשריבן דעם ספר ווי א תשובה ספר, אויסגעארבעט אלעס להלכה, צו ווייזן אז דאס איז נישט סתם א איסור א שטייגער ווי די היינטיגע אוסרים על כל דבר ודבר, נאר דאס איז יסודתן בהררי קודש מיט מקורות און ראיות
דריידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 200
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 228

Re: שיטת ויואל משה, מהו?

פאוסט דורך דריידל »

שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 11:49 am לערנען כדי זיך צו קענען טענען און אויפווייזען אנדערע איז בכלל נישט וויכטיג און עס העלפט סייווי נישט כמעט קיינער גייט זיך סייווי נישט טוישן
בפרט אז רוב ציבור לעבט סייווי אין זייער אייגענע ד' אמות און קומט כמעט נישט אויס זיך צו טענען מיט אנדערע

בכלל וועט מען זעהן אז ביי כמעט אלע טענערייען אויב נישט אלע הייבן זיך אן דורך נישט סאטמערע וואס ווילן איבערצייגן די סאטמערע זיך צו טוישן נישט פארקערט
דאס ווייזט אז טיף אין הארץ פילט מען אויכעט אז דאס איז אמת און עס מאנט
א) אין הקדמה פון ויוא"מ שטייט אז אפילו טאמער איין מענטש וועט זיך טוישן, האט זיך געלוינט די גאנצע ארבעט.

ב) איך ווייס נישט אויב רוב, אבער א ריזן ציבור לעבט נישט אין די אייגענע ד' אמות, און מ'ליינט פארשידענע אויסגאבעס מיט אנדערע השקפות ובפרט אויפן אינטערנעט, איז זייער וויכטיג צו זיין קלאר אין די סוגיא כדי נישט צו ווערן איבערגענומען.

ג) כאפסט נישט אז די ויוא"מ איז ארויסגעקומען איבערצוצייגן די נישט סאטמארע?
62, בלאק אריין די קעדי
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2121
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2568

Re: שיטת ויואל משה, מהו?

פאוסט דורך שבת קודש »

דריידל האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 12:20 pm

ויואל משה איז נישט געשריבן געווארן פאר מענטשען וואס באלאנגן אין חסידות'ן וואס זענען בכלל נישט גרייט צו הערן און גייען קיינמאל דאס נישט אנעקענען כמובן
דאס איז געשריבן געווארן סיי פאר די אייגענע מענטשען נישט צו ווערן פארדרייעט
אזוי אויך פאר מענטשען וואס באלאנגן נישט אין קיין פארטייען און זענען גרייט צו הערן כהיום איז טאקע דא אין א''י טויזענעטע נישט סאטמערע אידן וואס גייען נישט אדאנק דעם
טענערייען מיט אנדערע חסידות'ן די לעצטע 80 יאר האט גארנישט געברענגט האט קיינעם נישט געטוישט און גייט גארנישט ברענגען ס'איז ענדלאזע טענערייען

שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 1:02 pm

יש לדון בזה.

נאר איין וואס איך וויל יא זאגן איז אז פאר די אייגענע איז עס היינט זייער וויכטיג. ווי איך האב געשריבן אינעם פתיחה צו די אשכול, איז דא א גרויסער עולם וואס ווייסט נישט בין ימינם לשמאלם און ס'פאלט שטיקער. די שיעורים מיט בחינות וואס ווערן געמאכט איז געצילט צו בלויז א קליינע פראצענט.

דריידל האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 1:12 pm

הייסט עס גייט דיך פשוט אין לעבן אז די סאטמערע אידן זאלן זיין אויסגעקלארט און שטארק אין די שיטה דאס איז שוין א גאר גרויסע מדריגה..

ב''ה ביי אונז איז דאס א איינגעווארצעלע זאך און איז א דבר פשוט פאר יעדעם אפילו די וואס פארשטייען נישט די סוגיא פונקט ווי אונז פארשטיי מיר נישט אסאך אנדערע סוגיות

שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 1:25 pm

ערשטע זאך איז אז פערזענליכע אטאקעס איז נישט ערלויבט. און ניין, ס'גייט מיר נישט אין לעבן, איך קום פשוט אהער זיך אויסליפטערן מיט לייכטע שמועסן.

צווייטנס, ווער איז דאס "ביי אונז"? נניח אז דיין סערקול באשטייט פון ערליכע תמימות'דיגע אינגעלייט וואס וועלן גיין אויף די וועגן פון זייערע עלטערן אפילו מ'פארשטייט נישט, אבער צו ווייסטי פון טויזנטע יוצאי סאטמאר וואס למחצה לשליש ולרביע זענען זיי אויסגעלאשן לגבי ציונות והמסתעף? און טאמער ווייסטו נישט, וויל איך דיר זאגן אז ס'איז ווירקליך אזוי. און איך רעדט נישט פון די וואס מ'ריפט אפגעפארן, נאר פון ערליכע שומרי תורה ומצוות אבער זיי דערהייבן פשוט נישט וואס זייערע עלטערן אדער זיידעס גיבן איבער, ווייל זיי האבן קשיות און די עלטערן ווייסן אליין נישט וואס צו ענטפערן.

ס'מיר אויסגעקומען עטליכע מאל ביי חתונות צו זעהן בחורים וואס קומען פון די שענסטע סאטמאר'ע שטיבער וועלן טאנצן אויף עיברית'שע ניגונים. וואס מיינט דאס? איינער מיט א געפיל צו די הארבקייט פון ציונות וואלט עס נישט געטון. איך רעדט שוין נישט פון פארן מיט אלעל (היינט איז שוין גרינגער, זייענדיג אינטער א נייע הערשאפט) אדער גיין צום כותל.
62, בלאק אריין די קעדי
טלית
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 109
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אפריל 28, 2025 9:14 am
x 118

Re: שיטת ויואל משה, מהו?

פאוסט דורך טלית »

דריידל האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 1:49 pm

נישט מדמה זיין אלעל (א ליפטיגע איסור) צו גיין צום כותל.
קדוש ישראל האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 3:38 pm נישט יעדער זאך וואס איז ארויס פון אייער קאמפארט זאון, אדער אנדערש ווי מ'האט אמאל געטוהן, האט צו טון מיט מאדערניזים
דריידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 200
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 228

Re: שיטת ויואל משה, מהו?

פאוסט דורך דריידל »

טלית האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 2:18 pm
דריידל האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 1:49 pm
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 1:25 pm
הייסט עס גייט דיך פשוט אין לעבן אז די סאטמערע אידן זאלן זיין אויסגעקלארט און שטארק אין די שיטה דאס איז שוין א גאר גרויסע מדריגה..

ב''ה ביי אונז איז דאס א איינגעווארצעלע זאך און איז א דבר פשוט פאר יעדעם אפילו די וואס פארשטייען נישט די סוגיא פונקט ווי אונז פארשטיי מיר נישט אסאך אנדערע סוגיות
ערשטע זאך איז אז פערזענליכע אטאקעס איז נישט ערלויבט. און ניין, ס'גייט מיר נישט אין לעבן, איך קום פשוט אהער זיך אויסליפטערן מיט לייכטע שמועסן.

צווייטנס, ווער איז דאס "ביי אונז"? נניח אז דיין סערקול באשטייט פון ערליכע תמימות'דיגע אינגעלייט וואס וועלן גיין אויף די וועגן פון זייערע עלטערן אפילו מ'פארשטייט נישט, אבער צו ווייסטי פון טויזנטע יוצאי סאטמאר וואס למחצה לשליש ולרביע זענען זיי אויסגעלאשן לגבי ציונות והמסתעף? און טאמער ווייסטו נישט, וויל איך דיר זאגן אז ס'איז ווירקליך אזוי. און איך רעדט נישט פון די וואס מ'ריפט אפגעפארן, נאר פון ערליכע שומרי תורה ומצוות אבער זיי דערהייבן פשוט נישט וואס זייערע עלטערן אדער זיידעס גיבן איבער, ווייל זיי האבן קשיות און די עלטערן ווייסן אליין נישט וואס צו ענטפערן.

ס'מיר אויסגעקומען עטליכע מאל ביי חתונות צו זעהן בחורים וואס קומען פון די שענסטע סאטמאר'ע שטיבער וועלן טאנצן אויף עיברית'שע ניגונים. וואס מיינט דאס? איינער מיט א געפיל צו די הארבקייט פון ציונות וואלט עס נישט געטון. איך רעדט שוין נישט פון פארן מיט אלעל (היינט איז שוין גרינגער, זייענדיג אינטער א נייע הערשאפט) אדער גיין צום כותל.
נישט מדמה זיין אלעל (א ליפטיגע איסור) צו גיין צום כותל.
קודם כל, ווען זיי זענען געווען מחללי שבת איז עס נישט קיין "ליפטיגע" איסור. אבער מ'רעדט בכלל נישט פון אן "איסור". איינער וואס פארשטייט די ויואל משה אז די מדינה ריפט אויס א מרידה במלכות שמים וועט אים זיין געפיל נישט לאזן פארן מיט אל על, וואס אידענטיפיצירט זיך מיט די מדינה. אזויווי אסאך אידן האט זייער געפיל זיי נישט געלאזט קויפן דייטשע פראדוקטן. איך רעדט נישט אז מ'זאל זיך מוסר נפש זיין נישט צו פארן מיט זיי, אבער ביי אסאך סאטמארע אידן איז עס א לכתחילה, פארוואס נישט.
62, בלאק אריין די קעדי
אוועיטער
איד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 888
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 994

Re: שיטת ויואל משה, מהו?

פאוסט דורך איד »

דריידל האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 11:15 am אינטערעסאנט אז אין אנדערע אשכולות יאווען זיך שרייבער וואס ברענגן כסדר אז אין ויואל משה איז קלאר מבואר די איסור פון בחירות און דא איז נישטא קיינער וואס קען עפעס נאכברענגן.

קומטס אריין, רבותי.
די איסור בחירות איז געבויט אויף די איסור המדינה

דהיינו, ווען די עצם מדינה (אזויוו ס'שטייט יעצט) וואלט נישט געווען קיין פראבלעם, וואלט אוודאי די בחירות אויך נישט געווען קיין פראבלעם

די רביז''ל איז קודם מבאר און מברר, אז די עצם המדינה איז נישט סתם אן עבירה, נאר החמירות שבחמירות, נישט נאר פון איין זייט און איין פראבלעם, נאר פון עטליכע זייטן איז עס גאר גאר א גרויסע עבירה, און א שרעקליכע צרה פאר כלל ישראל וכו'

נאכדעם איז די רבי מבאר, די ענין פון די בחירות, זיך צאמצושטעלן פון אט די מדינה באיזה אופן שהוא, איז מען זיך משתתף און די אויבן דערמאנטע פראבלעם, און מ'ווערט א חלק פון אט די עבירות החמירות, און מיט'ן אריין וועלן מענטשן דארט איז מען די גורם פאר דעם.

ס'איז נישט דווקא איין נושא, נאר כמה ענינים, וועלכע ווילסטו וויסן מער קלאר?
דריידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 200
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 228

Re: שיטת ויואל משה, מהו?

פאוסט דורך דריידל »

איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 3:18 pm

זאגסטי אז דער וואס גייט צו בחירות שטעלט ער זיך צאם מיט די מדינה און ווערט א חלק פון זייערע עבירות.

איינע פון די עבירות וואס שטייט אין ויוא"מ איז אז זיי פירן דורך געזעצן נגד התורה. אסאך פרעגן, וואס איז דאס אנדערש ווי אין חו"ל וואס מ'האט קיינמאל נישט גע'אסר'ט גיין שטימען אפילו טאמאר פירט מען דורך חוקים נגד התורה. פארוואס דארט ווערט מען נישט קיין חלק פון די עבירות?
62, בלאק אריין די קעדי
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1525
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 2650

Re: שיטת ויואל משה, מהו?

פאוסט דורך הדסים »

דריידל האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 4:00 pm

ניין ער זאגט אז דער וואס איז א חלק פון די ממשלה דהיינו די ח"כ זיי זענען די וואס שטעלן אויף א ממשלה און די וואס שיקן זיי אריין האבן א חלק אינעם אויפשטעלן דער ממשלה.

אגב, וועלכע חוקים נגד התורה ווערן דורכגעפירט אין חו"ל?

נ.ב. כ'האף זייער שטארק נישט צו ווערן סטאק אין דעם אשכול.
ווי שוין געשריבן אמאל איך בין נישט זייער אויסגעקאכט אין ויא"מ.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 661
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1128

Re: שיטת ויואל משה, מהו?

פאוסט דורך צווייטער »

דריידל האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 4:00 pm
איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 3:18 pm
דריידל האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 11:15 am אינטערעסאנט אז אין אנדערע אשכולות יאווען זיך שרייבער וואס ברענגן כסדר אז אין ויואל משה איז קלאר מבואר די איסור פון בחירות און דא איז נישטא קיינער וואס קען עפעס נאכברענגן.

קומטס אריין, רבותי.
די איסור בחירות איז געבויט אויף די איסור המדינה

דהיינו, ווען די עצם מדינה (אזויוו ס'שטייט יעצט) וואלט נישט געווען קיין פראבלעם, וואלט אוודאי די בחירות אויך נישט געווען קיין פראבלעם

די רביז''ל איז קודם מבאר און מברר, אז די עצם המדינה איז נישט סתם אן עבירה, נאר החמירות שבחמירות, נישט נאר פון איין זייט און איין פראבלעם, נאר פון עטליכע זייטן איז עס גאר גאר א גרויסע עבירה, און א שרעקליכע צרה פאר כלל ישראל וכו'

נאכדעם איז די רבי מבאר, די ענין פון די בחירות, זיך צאמצושטעלן פון אט די מדינה באיזה אופן שהוא, איז מען זיך משתתף און די אויבן דערמאנטע פראבלעם, און מ'ווערט א חלק פון אט די עבירות החמירות, און מיט'ן אריין וועלן מענטשן דארט איז מען די גורם פאר דעם.

ס'איז נישט דווקא איין נושא, נאר כמה ענינים, וועלכע ווילסטו וויסן מער קלאר?
זאגסטי אז דער וואס גייט צו בחירות שטעלט ער זיך צאם מיט די מדינה און ווערט א חלק פון זייערע עבירות.

איינע פון די עבירות וואס שטייט אין ויוא"מ איז אז זיי פירן דורך געזעצן נגד התורה. אסאך פרעגן, וואס איז דאס אנדערש ווי אין חו"ל וואס מ'האט קיינמאל נישט גע'אסר'ט גיין שטימען אפילו טאמאר פירט מען דורך חוקים נגד התורה. פארוואס דארט ווערט מען נישט קיין חלק פון די עבירות?
קוק איבער ויואל משה מאמר א' סימן ק''א און לערן עס בעסער אפ. איך וויל נישט מאריך זיין בתוכן הדברים נאר איין נקודה, ער רעדט נישט דארטן פון מאכן געזעצן אקעגן די תורה ווי למשל חילול שבת. ער רעדט פון פשוט'ע ציווילע געזעצן וואס יעדע מדינה האט מחוקק געווען בישוב העולם ובקיום המדינה, וואס ביי די אומות העולם איז עס פון די שבע מצוות ב''נ צו מאכן און אוועקשטעלן דינים, משא''כ א איד מוז זיך פירן מיט די דיני התורה און ער טאר נישט מאכן נייע אייגענע געזעצן, און אויב מאכט ער יא איז עס זיייער הארב (איך וויל נישט ארויסשרייבן ווי הארב, קוק אליינס).

ממילא יעדער וואס גייט וועלן וכו' וכו'.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
דריידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 200
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 228

Re: שיטת ויואל משה, מהו?

פאוסט דורך דריידל »

הדסים האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 5:05 pm
דריידל האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 4:00 pm
איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 3:18 pm

די איסור בחירות איז געבויט אויף די איסור המדינה

דהיינו, ווען די עצם מדינה (אזויוו ס'שטייט יעצט) וואלט נישט געווען קיין פראבלעם, וואלט אוודאי די בחירות אויך נישט געווען קיין פראבלעם

די רביז''ל איז קודם מבאר און מברר, אז די עצם המדינה איז נישט סתם אן עבירה, נאר החמירות שבחמירות, נישט נאר פון איין זייט און איין פראבלעם, נאר פון עטליכע זייטן איז עס גאר גאר א גרויסע עבירה, און א שרעקליכע צרה פאר כלל ישראל וכו'

נאכדעם איז די רבי מבאר, די ענין פון די בחירות, זיך צאמצושטעלן פון אט די מדינה באיזה אופן שהוא, איז מען זיך משתתף און די אויבן דערמאנטע פראבלעם, און מ'ווערט א חלק פון אט די עבירות החמירות, און מיט'ן אריין וועלן מענטשן דארט איז מען די גורם פאר דעם.

ס'איז נישט דווקא איין נושא, נאר כמה ענינים, וועלכע ווילסטו וויסן מער קלאר?
זאגסטי אז דער וואס גייט צו בחירות שטעלט ער זיך צאם מיט די מדינה און ווערט א חלק פון זייערע עבירות.

איינע פון די עבירות וואס שטייט אין ויוא"מ איז אז זיי פירן דורך געזעצן נגד התורה. אסאך פרעגן, וואס איז דאס אנדערש ווי אין חו"ל וואס מ'האט קיינמאל נישט גע'אסר'ט גיין שטימען אפילו טאמאר פירט מען דורך חוקים נגד התורה. פארוואס דארט ווערט מען נישט קיין חלק פון די עבירות?
ניין ער זאגט אז דער וואס איז א חלק פון די ממשלה דהיינו די ח"כ זיי זענען די וואס שטעלן אויף א ממשלה און די וואס שיקן זיי אריין האבן א חלק אינעם אויפשטעלן דער ממשלה.
איך האב נאר נאכגעשריבן @איד'ס ווערטער, אבער ס'נישט משנה. די קשיא בלייבט די זעלבע.
62, בלאק אריין די קעדי
דריידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 200
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 228

Re: שיטת ויואל משה, מהו?

פאוסט דורך דריידל »

הדסים האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 5:05 pm
דריידל האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 4:00 pm
איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 3:18 pm

די איסור בחירות איז געבויט אויף די איסור המדינה

דהיינו, ווען די עצם מדינה (אזויוו ס'שטייט יעצט) וואלט נישט געווען קיין פראבלעם, וואלט אוודאי די בחירות אויך נישט געווען קיין פראבלעם

די רביז''ל איז קודם מבאר און מברר, אז די עצם המדינה איז נישט סתם אן עבירה, נאר החמירות שבחמירות, נישט נאר פון איין זייט און איין פראבלעם, נאר פון עטליכע זייטן איז עס גאר גאר א גרויסע עבירה, און א שרעקליכע צרה פאר כלל ישראל וכו'

נאכדעם איז די רבי מבאר, די ענין פון די בחירות, זיך צאמצושטעלן פון אט די מדינה באיזה אופן שהוא, איז מען זיך משתתף און די אויבן דערמאנטע פראבלעם, און מ'ווערט א חלק פון אט די עבירות החמירות, און מיט'ן אריין וועלן מענטשן דארט איז מען די גורם פאר דעם.

ס'איז נישט דווקא איין נושא, נאר כמה ענינים, וועלכע ווילסטו וויסן מער קלאר?
זאגסטי אז דער וואס גייט צו בחירות שטעלט ער זיך צאם מיט די מדינה און ווערט א חלק פון זייערע עבירות.

איינע פון די עבירות וואס שטייט אין ויוא"מ איז אז זיי פירן דורך געזעצן נגד התורה. אסאך פרעגן, וואס איז דאס אנדערש ווי אין חו"ל וואס מ'האט קיינמאל נישט גע'אסר'ט גיין שטימען אפילו טאמאר פירט מען דורך חוקים נגד התורה. פארוואס דארט ווערט מען נישט קיין חלק פון די עבירות?
אגב, וועלכע חוקים נגד התורה ווערן דורכגעפירט אין חו"ל?
חוקי תועבה
62, בלאק אריין די קעדי
שרייב פאוסט