► Show Spoiler
משה רבינו האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 11, 2025 12:02 am ר' תינוק
האסט שוין אמאל געלערנט חושן משפט הלכות שותפים סימן קס''ג?
די גאנצע חלק פון חושן משפט איז באמת בשרשו הלכות לא תגנוב
הלכות שותפות אין שלחן ערוך מיינט אז אויב צוויי אירע זענען שותפום למשל אין א דירה און איינער צאלט נישט זיין חלק אין די קאסט איזנער דו אויף גניבה פוןנעם שותף וויל די אנדערע דארף לכבוד דעם צאלן טייערער
הלכות מעבערשיפ אין שלחן ערוך איז אין הלכות שותפות אין די גאנצע סימן דרייעט זיך נאר אויף דעם ואס איז די דעת השותפום
ווען די דיין רבי געציל האט געשריבן אין די בריוו פשוט וברור להלכה שכל אחד חייב מדינא להיות מעמבער להשתתף בהוצאות הקהלה כמבואר שלחן ערוך
די שלחן ערוך מאכט נישט קיין אייגענע הלכות נאר איז מבאר די תרי''ג מצות און די גזירת חכמים, וועלכע גזירה איז מעמבערשי?
דא איז עס אינמיטן אויסשמועסן די לאו דאורייתא וואס הייסט לא תגנוב
די שפיץ דערפון איז, אז פינקט ווי ווען צוויי שותפום מאכן א קאנטראקט אויף א דירה בשותפות איז די הלכה אז זיי דארפן צאלן האלב אויף האלב די עקספענסעס און אויב איינער צאלט נישט זיין חלק איז די ערשטע שותף עובר אויף לא תגנוב כאטש ער האט נישט ארויס גע'גנב'ט געלט אינמיטן נאכט פונעם שותף
שמיעסן אלע ראשונים אויס אין אזוי ווערט געפסקנט אין שלחן ערוך באין חולק, אז צרכי העיר אפילו האסט נישט געשריבן קיין קאנטראקט מיט אלע אנדערע איינוואוינער פארן אריינמופן אין שטאט, דאך בוסטו אטאמאטיש אין די שותפות ווייל דו מופסט אין די שטאט, אפילו דו ניצט נישט די סערוויס אויב דו צאלסט נישט דיין חלק אין די שותפות ביסטו עובר אויף די לאו פון לא תגנוב
היינטיגע אחרונים שמעיסן אויס די פינקטליכע גדרים פון א שטאט צו מען קען יעדן מחייב זיין אדער נישט וועלכע שטאט גייט אריין אין די גדר למשל קרית יואל אדער סקווירא ווען מען מעג זיך אפטיילן פאר א קהלה נפרדה ווען עס איז דא די לאו פון לא תתגודדו און אחרי רבים להטות
און ווען נישט א שמועס פאר זיך ( וואס דאס איז דאך געווען די גאנצע געדאנק פון די טיילינג אין אונגארן אז קשר בוגדים אינו מן המנין ממילא מעג מען זיך אפטיילן קהלה פון די נעלאגן און עס איז נישט דא די מצוה פון אחרי רבים להטות און לא תתגודדו) דהיינו ווי אזוי איך קען זאגן אז איך באלאנג אין אן אנדערע שותפות
אבער הכל מודים ולית מאן דפליג אז אפעלו דו באלאנגסט בכלל נישט אין די קהלה, ווי לאנג דו ניצט די סערוויס בקביעות ביסטו א חלק פון די שותפות אין אויב צאלסטו נישט הייסטו א פאלנע גנב
למשל איך מעג אריין וואקן אין א פרעמדע שול אין סקווער באטפן ארעי אן צאלן דארט מעמבערשיפ ווייל איך בין נישט קיין שותף דארט איך וואוין נישט דארט און די דעת פון די וואס צאלן דארט מעמבערשיפ זענען אז איך מעג ארייו גיין דארט משא''כ ווען איך וואוין אין סקווער אפילו עס זאל נישט האבן קיין הלכה ווי א שטאט ווילן רוב שותפום וואס צאלן צו אויסהאלטן די ביהמ''ד אז איך זאל צאלן מיין חלק אז אפילו איך גיי אננעמען אז איך מעג קען ווינען אין סקווירא אן באלאנגען פאר די קהלה איז אבער גניבה יעדע זאך וואס איך ניץ פון זייער שול אדער דיינים וכדו' ווייל אפילו טעקנעקל לאזן זיי מיר אריין אפילו אן צאלן איז טייטש זיי לאזן מיר אריין אפילו איך בין בעצם א גנב ווייל די רגע וואס איך ניץ א סערויס בקביעות בין איך א חלק פון די שותפות אויך אן די שטאט חלק
כצאל פאר די מקוה יעדע מאל כנוץ עס. כצאל פאר א זיץ איטליכע הונדערט דאלער א יאר. אלעס פאר די לאקאלע שול פון מיין געגנט וואס האט מיר מחייב געווען מיט א אבן זכרון ביים בויען. ווי קומט דא אריין פינף מאות פאר די צענטראלע קהילה? וועלכע סערוויס שטעלן זיי צו וואס איך גנבע? און וויפיל געבן זיי דען פאר מיין לאקאלע שול - לו יהא ס'זאל הייסן אז כבאקום עפעס אן באצאלט?



