הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 13, 2025 4:46 pm
► Show Spoiler
פארטריבן האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 13, 2025 3:22 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑מוצש"ק יולי 12, 2025 11:24 pm
האסט מיר א לינק צו עפעס אן אפיקורס וואס זאגט נילוס אנשטאט ים סוף?...
איך גלייב אז די מערכת ערלויבט נישט ארויפצולייגן דא ברבים קיין לינקס צו אפיקורסישע מאטריאל,
און איך פערזענליך וויל אויך נישט מכשיל זיין קיין אנדערע אידן מיט ליינען דברי מינות וכפירה.
אבער אויב וועט ארויסקומען דערפון א תועלת, דאן וואלט איך אייך יא געשיקט פריוואט די מראי מקומות דערויף,
ממילא וויל איך אייך דא שטעלן א פראגע און איר זאלט דאס דא ענטפערן ברבים:
וואס וועט זיין נאכדעם וואס איך וועל אייך צושטעלן א לינק צו אן אפיקורס וואס זאגט נילוס אנשטאט ים סוף, דאן וועט איר דא ברבים מודה זיין אז פערלס האט געמאכט און אריינגעגעבן פאר די רעגירונג אן אפיקורסישע ביכל?
אויב יא, דאן וועל איך אייך שיקן בל"נ עטליכע מראי מקומות.
אבער אויב נישט, איז א סימן אז איר זענט נישט נייגעריג צו וויסן דעם אמת, און איר וועט זיך ממילא נישט טוישן, ממילא איז נישטא קיין שום תועלת צי באשמוצן דעם פארום און פארשמירן די אויגן פון די אלע אידן וואס ליינען דא צי דארפן זעהן אזעלכע דברי אפיקורסות.
נישט עפעס א פאררוקטע ארטיקל, וואס קיינער האט נאכנישט געהערט דערפון, אין א גארדיען צייטונג פון ענגלאנד, ווי עפעס א שוטה שפעקולירט א טעריע...
ברענג מיר א אנגענומע דעה, וואס זאל קענען אויסמאכן פאר די רעגירונג. און ס'זאל שטימען אז מ'האט געמאכט א דיעל, אז אויב מ'גייט לערנען מיט די קינדער "קריעת נילוס" אנשטאט "קריעת ים סוף", גייט די רעגירונג מסכים זיין אז די מוסד זאל זיין סובסטענשעלי עקוויוועלענט.
אפשר פאר דעם זענען טאקע קאשוי און שאפראן געווארן אפגעווארפן, ווייל זיי האבן געזינגען בבקעך ים סוף...
למעשה זעה איך אז איר זענט נישט אזא תם, און איר האט גוט אויסגעהערט די שיעורים פון הרב ------- , און איר ווייסט זייער גוט פון די שיטות האפיקורסים,
איר פרובירט נאר יעצט צו ארומספינען און פארמישען דעם ציבור,
ממילא וועל איך איבערגיין נאכאמאל אין קורצן וואס דא איז געווען די שמועס:
איך האב געשריבן אז אין די טריפה'נע קוריקולעם איז
געשריבן זאכן אנדערש כדי עס זאל נישט זיין קיין סתירה מיט די שיטות האפיקורסים, (למשל נילוס אנשטאט ים סוף, ועוד ואכמ"ל).
האט איר געבעטן
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑מוצש"ק יולי 12, 2025 11:24 pm
האסט מיר א לינק צו
עפעס אן אפיקורס וואס זאגט נילוס אנשטאט ים סוף?...
אויף דעם האב איך אייך געשטעלט א פראגע:
וואס וועט זיין נאכדעם וואס איך וועל אייך צושטעלן א לינק צו אן אפיקורס וואס זאגט נילוס אנשטאט ים סוף, דאן וועט איר דא ברבים מודה זיין אז פערלס האט געמאכט און אריינגעגעבן פאר די רעגירונג אן אפיקורסישע ביכל?
איז אנשטאט צו ענטפערן די שאלה וואס איך האב געפרעגט, האט איר אנגעהויבן ארומצודרייען,
קודם איז פון א בקשה פאר א לינק צו 'עפעס' אן אפיקורס וואס 'זאגט נילוס אנשטאט ים סוף', געווארן געטוישט צו 'אן אנגענומענע דעה', וואס זאל קענען 'אויסמאכן פאר די רעגירונג'.
(אגב, אפשר זענט איר מסביר די גדר וואס הייסט 'א פאררוקטע ארטיקל' און וואס הייסט 'אן אנגענומענע דעה'?
גראדע דאס עצם נישט גלייבן די 'נס' פון קריעת 'ים סוף', איז גאר שטארק פארשפרייט און אנגענומען אין די אפיקורסישע סייענטיסטישע וועלט).
דערנאך איז נולד געווארן נאך א נייע זאך וואס קיינער האט נישט גערעדט דערפון,
אז עס דארף אויך שטימען אז מ'האט געמאכט א דיעל, אז אויב מ'גייט לערנען מיט די קינדער "קריעת נילוס" אנשטאט "קריעת ים סוף", גייט די רעגירונג מסכים זיין אז די מוסד זאל זיין סובסטענשעלי עקוויוועלענט.
קיינער האט בכלל נישט גערעדט אז מען האט געמאכט א דיעל איבער לערנען 'קריעת נילוס' (ח"ו).
נאר די זאך איז זייער פשוט, די טריפה'נע קוריקולום איז אויסגעשטעלט געווארן צו ווייזן אז די תורה שטימט (ח"ו) מיט די טריפה'נע רעגירונג
סטאנדארטן פון סייענס וכו', יעצט אויב וועט שטיין אין די קוריקולום זאכן וואס שטימט נישט לויט די טריפה'נע כללים פון די אפיקורסישע סייענטיסטן קען מען דאס נישט צושטעלן צו די פארלאנגטע רעגירונג סטאנדארטן, וואס דאן האט מען גארנישט פון מאכן אזא קוריקולום ווייל די רעגירונג וועט זיך בכלל נישט רעכענען דערמיט.
ממילא די 'נס' פון קריעת 'ים סוף' אז משה רבינו האט געשפאלטן דעם 'ים סוף' מיטן שטעקן, איז א זאך וואס איז נישט מעגליך עס זאל שטימען מיט די אפיקורסישע כללים פון סייענס, ממילא אויב וואלט געשטאנען אינעם קוריקולום אז מען לערנט וויאזוי משה רבינו האט געשפאלטן דעם 'ים סוף', וואלט מען דאס נישט געקענט צושטעלען צו די רעגירונג סטאנדארטן פון סייענס, ממילא האבן זיי געטוישט צו די 'נילוס' (עפ"ל).
יעצט זייט אזוי גוט און ענטפערט אויף מיין פראגע:
וואס וועט זיין נאכדעם וואס איך וועל אייך צושטעלן א לינק צו אן אפיקורס וואס זאגט נילוס אנשטאט ים סוף, דאן וועט איר דא ברבים מודה זיין אז פערלס האט געמאכט און אריינגעגעבן פאר די רעגירונג אן אפיקורסישע ביכל?
דערנאך וועלמיר זעהן ווייטער.