איך וויל נישט איבערהאקן, אבער...
-
פשוט און גראד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 3018
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 6705
Re: איך וויל נישט איבערהאקן, אבער...
כ‘האב א צווייטע שאלה ספעסיפיק צום נקודה פון כוחי ועוצם ידי.
די נקודה איז דאך שייך לגבי אלעס אין די וועלט, זאל עס זיין א עושר חכם גיבור סתם א מוצלח (אין א שלימזל וואס ווערט איבער גענימען פון זיין מצב) פארוואס איז יעדער ביזי דייקא ווען ס‘קומט צו מדינה?
Someone?

- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2226
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 7036
Re: איך וויל נישט איבערהאקן, אבער...
הונדערט פראצענט אז די אמעריקאנע עקוויפמענט שפילט א הויפט ראלע, אבער דאס נעמט נישט אוועק די געשולטקייט פון די איזרעילי מיליטער.
ווען מיר זאלן זיך אריינזעצן אינאיינעם אין אן F35 וואלטן מיר געווען אראפגעשאסן ביז צוויי מינוט... צו דעם דארף מען זיין גוט טרענירט, און די סטראטעגיע פון די מלחמה דארף קלאפן אויף הונדערט פראצענט. מען קען נישט סתם אריינזעצן טויזענטער סאלדאטן אין פליגער און זיי שיקן צו די שחיטה ווי רוסלאנד טוט, ווייל אז יא וואלטן די רעזולטאטן אויך געווען אזוי ווי רוסלאנד... אין דעם גייט אריין יארן יארן ארבעט און טרענירונג. יעדע סאלדאט באקומט די ספעציפישע טרענירונג וואס ער דארף פאר זיין פאזיציע און פאר זיין דעוויזיע, דערנאך זענען דא די גענעראלן וואס דארפן צוזאמען נעמען די גרויסע בילד פון אלע דעוויזיעס אינאיינעם. אדרבה, ליין אביסעל איבער מלחמות פון די מאדערנע היסטאריע עס מוז נישט זיין פון מדינת ישראל. ס'איז נישט צום באשרייבן די חכמה וואס גייט אריין אין יעדע מיליטערישע אפעראציע. ס'איז אווער די צייטן פון שיקן מיליאנען סאלדאטן זיך שטעכן מיט שפיזן איינער דעם צווייטן...
נעם א דוגמה די ביפער אטאקע, אדער די דראון אטאקע וואס אוקריינא האט לעצטענס דורכגעפירט. דו כאפסט וויפיל ארבעט עס גייט אריין אין דעם? ס'איז נישט צום באגרייפן! וויפיל יאר איז מדינת ישראל געווען פארנומען מיטן אהערשטעלן די ביפערס? וויפיל ארבעט איז אריין אין די אוקריינא דראון אטאקע וואס זיי האבן אהערגעשטעלט ביים שונא אין בעק יארד. און דאס איז נאר אחת מיני אלף וואס א מלחמה אינהאלט! צו פירן סוקסעספולע מלחמות דארף מען זיין גאר גאר געלערענט.
בנוגע שפיאנאזש: ניין, דאס קומט נישט פון אמעריקע, קען זיין אז קלייניקייטן יא אבער אדרבה, אמעריקע איז דער וואס נעמט שפיאנאזש פון מדינת ישראל אנבאלאנג איראן. טראמפ האט דאס שוין באשטעטיגט עטליכע מאל. מדינת ישראל איז דער מומחה יחיד ומיוחד איבער איראן. זיי לעבן מיט דעם יארן לאנג, און ס'איז זייער פירסט פרייאריטי. ס'איז זייער שונא נאמבער איינס. זיי האבן אינוועסטירט זייער גאנצע מוסד כוחות אין דעם לאנד.
בנוגע די מיסל דיפענס: אויף דעם דארף איך דיר נישט זאגן אז מדינת ישראל איז דער יחיד מומחה אין דעם. נישטא נאך א לאנד וואס האט באוויזן אזא מיסל דיפענס ווי זיי. ס'איז די מערסט עפעקטיווע מיסל דיפענס פון איבער די וועלט. דאס האט מיט אמעריקע נישט קיין שייכות. חוץ פון די געלט חלק זעה איך נישט אז מדינת ישראל זאל דארפן צוקומען צו אמעריקע. אמעריקע וויל האבן די מענאפול אויף וואפן ממילא זענען זיי גרייט צו באצאלן די קאסטן פאר מדינת ישראל אבי זיי זאלן פראדעצירן זייער וואפן נאר ביי זיי.
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2226
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 7036
Re: איך וויל נישט איבערהאקן, אבער...
די תורה הקדושה זאגט ואמרת בלבבך כחי ועוצם ידי עשה לי את החיל הזה וזכרת את ד' אלקיך כי הוא הנותן לך כח לעשות חיל.פשוט און גראד האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 25, 2025 3:10 pm כ‘האב א צווייטע שאלה ספעסיפיק צום נקודה פון כוחי ועוצם ידי.
די נקודה איז דאך שייך לגבי אלעס אין די וועלט, זאל עס זיין א עושר חכם גיבור סתם א מוצלח (אין א שלימזל וואס ווערט איבער גענימען פון זיין מצב) פארוואס איז יעדער ביזי דייקא ווען ס‘קומט צו מדינה?
Someone?
דער אבן עזרא אויפן פלאץ (כפי פירוש אבי עזר) איז מסביר פשט, און דער ר"ן אנהויב דרוש י' זאגט ענליך צו דעם. טאמער קומט דיר אריין א מחשבה פון כוחי ועוצם ידי, דהיינו אז דאס איז די טבע. זאלסטו געדענקן כי הוא הנותן לך כח, דהיינו די טבע האט אויך איינער באשאפן.
פשט איז, ס'זענען דא מענטשן וואס זייער נאטור וועט זיי ברענגען עשירות, און ס'זענען דא מענטשן וואס זייער נאטור וועט זיי ברענגען די היפך. ווען איינער קלאפט זיך אין רוקן פאר זיין עשירות, איז ער נישט קיין כופר. ס'איז אמת, זיין עשירות קומט טאקע צוליב זיין חכמה. אבער ער דארף געדענקן אז אונטער די נאטור איז דא א בורא עולם. דו ביסט טאקע רייך ווייל דו ביסט א געטריבענער חכם, אבער דיין חכמה קומט פון אויבערשטען.
די אידילאגיע פון ציונות איז היפך פון די תורה הקדושה. דאס וואס מיר ליידן אין גלות אזוי פיל יאר קומט וויבאלד מיר זענען נישט זעלבסשטענדיג, און מיר האבן נישט קיין מיליטער אונז צו דיפענדן. ציונות זאגט אז ווען די מדינה זאל געגרינדעט ווערן מיט 20 יאר פריער, וואלט נישט געווען קיין צווייטע וועלט מלחמה. ציונות זאגט אז אידישקייט איז נישט געבינדן צו שמירת התורה והמצוות, נאר ענדערש א נאציאן, לאומי.
ס'איז א גרויסע חילוק צווישן די צוויי. כוחי ועוצם ידי איז נישט קיין כפירה דירעקט, מען פארגעסט זיך, דאס איז די נסיון פונעם מענטש אויף די וועלט. למעשה האט דער אויבערשטער באשאפן א טבע, און ס'איז א שווערע ארבעט צו אנערקענען אז די טבע איז נאר א בריאה. ווידער ציונות האט עוקר געווען די גאנצע עקזיסטענס פון באשעפער, עס האט עוקר געווען שמירת התורה והמצוות, עס האט עוקר געווען די געדאנק פון גלות וגאולה. אין משיח לישראל.
ווען איינער פריידט זיך מיט די הצלחה מפרי עמלו, פריידט זיך מיט מעשי הקב"ה. כאטש וואס ער זאגט כוחי ועוצם ידי, און ער אנערקענט נישט אז דאס קומט פון אויבערשטען, איז דאס אבער אן אמת. ווען איינער פריידט זיך אדער שטאלצירט מיט א נצחון פון ציונות, פריידט זיך מיט די נצחון פון אן אידילאגיע וואס איז עקירת התורה והאמונה. די כוחי ועוצם ידי איז א כוחי ועוצם ידי קעגן דער בורא יתברך ותורתו.
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
-
פשוט און גראד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 3018
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 6705
Re: איך וויל נישט איבערהאקן, אבער...
יישר כחנקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 25, 2025 5:59 pmדי תורה הקדושה זאגט ואמרת בלבבך כחי ועוצם ידי עשה לי את החיל הזה וזכרת את ד' אלקיך כי הוא הנותן לך כח לעשות חיל.פשוט און גראד האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 25, 2025 3:10 pm כ‘האב א צווייטע שאלה ספעסיפיק צום נקודה פון כוחי ועוצם ידי.
די נקודה איז דאך שייך לגבי אלעס אין די וועלט, זאל עס זיין א עושר חכם גיבור סתם א מוצלח (אין א שלימזל וואס ווערט איבער גענימען פון זיין מצב) פארוואס איז יעדער ביזי דייקא ווען ס‘קומט צו מדינה?
Someone?
דער אבן עזרא אויפן פלאץ (כפי פירוש אבי עזר) איז מסביר פשט, און דער ר"ן אנהויב דרוש י' זאגט ענליך צו דעם. טאמער קומט דיר אריין א מחשבה פון כוחי ועוצם ידי, דהיינו אז דאס איז די טבע. זאלסטו געדענקן כי הוא הנותן לך כח, דהיינו די טבע האט אויך איינער באשאפן.
פשט איז, ס'זענען דא מענטשן וואס זייער נאטור וועט זיי ברענגען עשירות, און ס'זענען דא מענטשן וואס זייער נאטור וועט זיי ברענגען די היפך. ווען איינער קלאפט זיך אין רוקן פאר זיין עשירות, איז ער נישט קיין כופר. ס'איז אמת, זיין עשירות קומט טאקע צוליב זיין חכמה. אבער ער דארף געדענקן אז אונטער די נאטור איז דא א בורא עולם. דו ביסט טאקע רייך ווייל דו ביסט א געטריבענער חכם, אבער דיין חכמה קומט פון אויבערשטען.
די אידילאגיע פון ציונות איז היפך פון די תורה הקדושה. דאס וואס מיר ליידן אין גלות אזוי פיל יאר קומט וויבאלד מיר זענען נישט זעלבסשטענדיג, און מיר האבן נישט קיין מיליטער אונז צו דיפענדן. ציונות זאגט אז ווען די מדינה זאל געגרינדעט ווערן מיט 20 יאר פריער, וואלט נישט געווען קיין צווייטע וועלט מלחמה. ציונות זאגט אז אידישקייט איז נישט געבינדן צו שמירת התורה והמצוות, נאר ענדערש א נאציאן, לאומי.
ס'איז א גרויסע חילוק צווישן די צוויי. כוחי ועוצם ידי איז נישט קיין כפירה דירעקט, מען פארגעסט זיך, דאס איז די נסיון פונעם מענטש אויף די וועלט. למעשה האט דער אויבערשטער באשאפן א טבע, און ס'איז א שווערע ארבעט צו אנערקענען אז די טבע איז נאר א בריאה. ווידער ציונות האט עוקר געווען די גאנצע עקזיסטענס פון באשעפער, עס האט עוקר געווען שמירת התורה והמצוות, עס האט עוקר געווען די געדאנק פון גלות וגאולה. אין משיח לישראל.
ווען איינער פריידט זיך מיט די הצלחה מפרי עמלו, פריידט זיך מיט מעשי הקב"ה. כאטש וואס ער זאגט כוחי ועוצם ידי, און ער אנערקענט נישט אז דאס קומט פון אויבערשטען, איז דאס אבער אן אמת. ווען איינער פריידט זיך אדער שטאלצירט מיט א נצחון פון ציונות, פריידט זיך מיט די נצחון פון אן אידילאגיע וואס איז עקירת התורה והאמונה. די כוחי ועוצם ידי איז א כוחי ועוצם ידי קעגן דער בורא יתברך ותורתו.
(גראדע פארשטיי איך עס נאכאלס נישט, אבער איך פארשטיי אז דא איז נישט די פלאץ פאר דעים)
צו זיין קלאר, איך טריי צו ווערן א בעסערע איד על פי ספה"ק ויואל משה - ח"ו אפי‘ פאר א סעקונדע צו מיינען אנדערשט.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2312
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7547
Re: איך וויל נישט איבערהאקן, אבער...
נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 25, 2025 2:17 pm
איך וועל מסכים זיין אויף די נקודה אז עס איז נישט קיין חידוש אז מדינת ישראל איז האט מנצח געווען. עס געווען ערווארטעט אז מדינת ישראל זאל מנצח זיין, זיי זענען שטערקער ווי איראן. אבער עס גייט מיר נישט אין קאפ אריין פארוואס דו עקשנ'סטיך אזוי איבער די חלק ההתפעלות און נאציאנאליזם.
סארי אויב ס'קוקט אויס ווי איך עקשן מיך אז במציאות איז נישט דא קיין התפעלות, איך זאג אגאנצן צייט דזשאסט מיי אפיניען
יאר יערליך קומט פאר א פארמעסט צווישן די שטערקסטע מענטשן פון איבער די וועלט, וואס צווישן אנדערע הייבן זיי אויף ריזיגע שווערע שטיינער און שפאצירן ארום מיט דעם. לעצטענס זאגט מיר איינער, אז ער ווערט בכלל נישט נתפעל פון זיי. די חברה גייען דאך אין דזשים יארן לאנג ברציפות, נו וואס האסטו געמיינט? אויב מאכט מען עקסערסייז ווערט מען שטארק. ס'איז די טבע הבריאה!
זיי טוען זאכן וואס פאר אונז קוקט עס אויס ווי ע"מ שתעלה לרקיע, און וועגן דעם איז עס אזוי אינספייערינג.
פרעג איך אים פון וואס וואלט איר יא געכאפט התפעלות? ווען א ניי געבוירן קינד הייבט אויף א שטיין פון 800 פונט? איר ווערט נאר נתפעל פון זאכן וואס קען נישט פאסירן בדרך הטבע? פון א שיינע בעל תפילה ווערט איר נישט נתפעל ווייל דאס איז בטבע? פון א שיינע דרשה ווערט איר נישט נתפעל ווייל יענער האט זיך גוט צוגעגרייט? פון א גוטע ארטיקעל ווערט איר נישט נתפעל ווייל יענער איז ממילא א גוטע שרייבער?
פון א בעל תפילה, בעל דרשן, שרייבער, ווערט מען נישט נתפעל, קען זיין ס'איז זייער שיין, אבער התפעלות קומט נישט אריין, נאר אויב יענער קען נישט שרייבן, דאווענען, רעדן, און למעשה באווייזט ער אז ער קען, נאר דעמאלטס איז דא התפעלות.
די פשוטע טייטש פון התפעלות, איז אז ווען איינער טוט עפעס וואס איז impressive און דו ווערסט פון דעם impressed. ווען איינער טוט עפעס וואס דער עוורידזש מענטש קען נישט, איז דאס impressive. א מענטש ווערט impressed פון א שיינע בעל תפילה, פון א גוטע רעדנער, פון א גוטע שרייבער, אדער גאר פון א גוטע Olympic שפילער. יעדער איינער אין זאכן וואס איז אים אינטערעסאנט. דער תלמיד חכם ווערט impressed פון א גוטע ספר, און איינער וואס האלט זיך פאר א מבין אין נגינה ווערט impressed פון א שיינע ניגון. וכו' וכו'.
אגעין, ער גייט זאגן, דאס איז הערליך! זייער שיין! אבער נתפעל ווערן גייט ער נאר אויב ער האט נישט ערווארטעט פון יענעם דאס וואס יענער האט דעליווערט.
ווען איינער ווערט impressed פון א צווייטן, קומט דערנאך די חלק פון Admiration, דהיינו הערצה, ער קוקט יענעם ארויף. די מציאות איז אז א מענטש קוקט ארויף טאלאנט. א שיינע זינגער ווערט א סאלעברעטי, ער באקומט פענס. די גוישע גאס איז פיל מיט פענס און סאלעבראטיס, און להבדיל אין די אידיש גאס איז עס אויך דא. דער תלמיד חכם קוקט ארויף אויף דער וואס געבט ארויס א שיינע ספר, דער בעל מנגן קוקט ארויף אויפן גוטע קאפאזיטער, און אזוי ווייטער.
ווען א לאנד באווייזט שטארקייט, איז דאס impressive, און אויב איז דאס impressive, ווערסטו impressed, און דערנאך האסטו פאר זיי Admiration. איך בין מוראדיג שטארק נתפעל פון די גינגאנטישע כוחות פון אמעריקע. די כוחות וואס אמעריקע האט, איז נישט צום באשרייבן. אנדערע לענדער זענען ניטאמאל אין שאטן פון אמעריקע, נישט אין מיליטער, נישט אין עקאנאמיע, און נישט אין טעכנילאגיע. נישט אומזונסט איז אמעריקע די מערס ריספעקטפולע לאנד איבער די כדור הארץ! און איך שפיר מיך שטאלץ זיך צו איידענטיפעצירן אלץ אמעריקאנער בירגער.
סאוי אין דזשענעראל ביסטו אפשר גערעכט, דא איז אבער די נושא צו די מלחמה יעצט איז געווען עפעס וואס האט געוויזן עפעס, און אויף דעם ארויף זאג איך אז לענ"ד נישט.
די ארבעט וואס מדינת ישראל האט אראפגעלייגט ביי די קריג איז impressive. אה"נ אז זיי זענען שטערקער פון איראן, אבער עכ"ז האט מען דא געזעהן די שטארקייט און די סעפיסטעקירטקייט פון די מדינת ישראל מיליטער און זייער מוסד. זיי האבן באוויזן עפעס וואס ווייניג לענדער האבן באוויזען אין היסטאריע. יעדער האט מורא געהאט פון איראן, און זיי האבן ביז עטליכע שעה אומשעדליך געמאכט דעם שונא אויף א פארנעם וואס חוץ אמעריקע האט האט נאך קיינער נישט אזוי שנעל אומשעדליך געמאכט א שונא. זיי האבן באוויזן צו נעמען קאנטראל פון די הימלען, דיסטרויען זייער מיסל דיפענס און אנטי עירקרעפט דיפענס,זיי האבן געוויסט וואו די העכסטע פירער זענען און זיי געצילט מיט פונקליכע באמבעס, און חרוב געלייגט זייער מיסל פארבריקן קאמפלעקסעס.
איך זאג נישט אז ס'איז געווען ניסים, אבער דאס איז געווען א גאר געלונגענע אטאקע מצד די איזרעיליס. ס'איז impressive. און טאקע דאס איז די נסיון. מען זאל נישט האבן קיין Admiration פאר די מדינה וואס איז נגד השם, און זיך נישט איידענטעפעצירן מיט זייער מיליטער, כאטש זיי באווייזן גרויסע נצחונות. ס'איז זייער א גרויסע נאציאנאליסטישע נסיון. ס'איז דא א נסיון פון גלייבן אין כוחי ועוצם ידי פון די אזוי גערופענע אידישע מדינה.
די מלחמה יעצט האט נאר געוויזן ווי סטופיד און נאריש איראן איז, אז אזויפיל יארן טוט זיך שוין אונטער זייער רוקן העווי אקטיוועטיס פון די מוסד, און דאך האבן זיי גארנישט געטוען, פונקט ווי דו גייסט מיר נישט זאגן אז אוקריינא איז שטארק און מעכטיג, איי זיי פייטן שוין איבער דריי יאר מיט רוסלאנד וואס איז אפיציעל זייער שטארק? נאר וואס דען, מ'האלט נאר אינאיין זעהן אז רוסלאנד איז ווייט פון דעם וואס מ'האט געמיינט אז זיי זענען.
(און בד"וו, אויב מ'ווערט איבער גענומען פון איינעם איז עס ענדערש אוקריינא ווי מדנ"י.)
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 8565
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 21149
Re: איך וויל נישט איבערהאקן, אבער...
און די זעלבע מיט'ן פילאט פון מיין דעלטא עירליין פליגער 2 חדשים צוריק.נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 25, 2025 4:30 pmהונדערט פראצענט אז די אמעריקאנע עקוויפמענט שפילט א הויפט ראלע, אבער דאס נעמט נישט אוועק די געשולטקייט פון די איזרעילי מיליטער.
ווען מיר זאלן זיך אריינזעצן אינאיינעם אין אן F35 וואלטן מיר געווען אראפגעשאסן ביז צוויי מינוט... צו דעם דארף מען זיין גוט טרענירט, און די סטראטעגיע פון די מלחמה דארף קלאפן אויף הונדערט פראצענט. מען קען נישט סתם אריינזעצן טויזענטער סאלדאטן אין פליגער און זיי שיקן צו די שחיטה ווי רוסלאנד טוט, ווייל אז יא וואלטן די רעזולטאטן אויך געווען אזוי ווי רוסלאנד... אין דעם גייט אריין יארן יארן ארבעט און טרענירונג. יעדע סאלדאט באקומט די ספעציפישע טרענירונג וואס ער דארף פאר זיין פאזיציע און פאר זיין דעוויזיע, דערנאך זענען דא די גענעראלן וואס דארפן צוזאמען נעמען די גרויסע בילד פון אלע דעוויזיעס אינאיינעם. אדרבה, ליין אביסעל איבער מלחמות פון די מאדערנע היסטאריע עס מוז נישט זיין פון מדינת ישראל. ס'איז נישט צום באשרייבן די חכמה וואס גייט אריין אין יעדע מיליטערישע אפעראציע. ס'איז אווער די צייטן פון שיקן מיליאנען סאלדאטן זיך שטעכן מיט שפיזן איינער דעם צווייטן...
מ'קען נישט ארויסקומען פון UTA און דרייוון א פליגער! דער מוז זיין גאר געשולט! ס'איז געווען ווינטן, ער האט מאנערווירט, די לאנדונג איז געווען סמוט אז מ'האט געקענט מיינען ער דריווט א ביגוויל.
אין קורצן, ער איז געווען עפעס שלא מעלמא הדין!
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2312
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7547
Re: איך וויל נישט איבערהאקן, אבער...
און א זייטיגע נאטיץ, כחי ועוצם ידי איז ריין כפירה בפרט ווען מאדענטיפיצירט זיך מיט די מדינה אז דאס איז כחי ועוצם ידי.נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 25, 2025 5:59 pm
ס'איז א גרויסע חילוק צווישן די צוויי. כוחי ועוצם ידי איז נישט קיין כפירה דירעקט, מען פארגעסט זיך, דאס איז די נסיון פונעם מענטש אויף די וועלט. למעשה האט דער אויבערשטער באשאפן א טבע, און ס'איז א שווערע ארבעט צו אנערקענען אז די טבע איז נאר א בריאה. ווידער ציונות האט עוקר געווען די גאנצע עקזיסטענס פון באשעפער, עס האט עוקר געווען שמירת התורה והמצוות, עס האט עוקר געווען די געדאנק פון גלות וגאולה. אין משיח לישראל.
ווען איינער פריידט זיך מיט די הצלחה מפרי עמלו, פריידט זיך מיט מעשי הקב"ה. כאטש וואס ער זאגט כוחי ועוצם ידי, און ער אנערקענט נישט אז דאס קומט פון אויבערשטען, איז דאס אבער אן אמת. ווען איינער פריידט זיך אדער שטאלצירט מיט א נצחון פון ציונות, פריידט זיך מיט די נצחון פון אן אידילאגיע וואס איז עקירת התורה והאמונה. די כוחי ועוצם ידי איז א כוחי ועוצם ידי קעגן דער בורא יתברך ותורתו.
אבער יא, ווי @פשוט און גראד זאגט, דא איז נישט די פלאץ פאר דעם.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2312
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7547
Re: איך וויל נישט איבערהאקן, אבער...
ווייל ביי די מדינה איז אויך דא די פראבלעם פון זיך אידענטיפיצירן אלץ כופרפשוט און גראד האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 25, 2025 3:10 pm כ‘האב א צווייטע שאלה ספעסיפיק צום נקודה פון כוחי ועוצם ידי.
די נקודה איז דאך שייך לגבי אלעס אין די וועלט, זאל עס זיין א עושר חכם גיבור סתם א מוצלח (אין א שלימזל וואס ווערט איבער גענימען פון זיין מצב) פארוואס איז יעדער ביזי דייקא ווען ס‘קומט צו מדינה?
Someone?
Re: איך וויל נישט איבערהאקן, אבער...
ס'איז דא אזא זאך וואס הייסט סעלעברעטיס און דאס זענען מענטשן וואס האבן א געוויסן טאלאנט און מענטשן ווערן 'נתפעל' פון זיי און הויבן זיך אידענטיפיצירן מיט דעם זינגער, שפילער, אדער אקטיאר, מ'קען פונקט אזוי פרעגן 'פארוואס ווערסטו נישט נתפעל פונעם קעכער אדער עלעקטערישן?' און איך ווייס נישט דעם תירוץ אבער אזוי איז עס.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 25, 2025 6:27 pmאון די זעלבע מיט'ן פילאט פון מיין דעלטא עירליין פליגער 2 חדשים צוריק.נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 25, 2025 4:30 pmהונדערט פראצענט אז די אמעריקאנע עקוויפמענט שפילט א הויפט ראלע, אבער דאס נעמט נישט אוועק די געשולטקייט פון די איזרעילי מיליטער.
ווען מיר זאלן זיך אריינזעצן אינאיינעם אין אן F35 וואלטן מיר געווען אראפגעשאסן ביז צוויי מינוט... צו דעם דארף מען זיין גוט טרענירט, און די סטראטעגיע פון די מלחמה דארף קלאפן אויף הונדערט פראצענט. מען קען נישט סתם אריינזעצן טויזענטער סאלדאטן אין פליגער און זיי שיקן צו די שחיטה ווי רוסלאנד טוט, ווייל אז יא וואלטן די רעזולטאטן אויך געווען אזוי ווי רוסלאנד... אין דעם גייט אריין יארן יארן ארבעט און טרענירונג. יעדע סאלדאט באקומט די ספעציפישע טרענירונג וואס ער דארף פאר זיין פאזיציע און פאר זיין דעוויזיע, דערנאך זענען דא די גענעראלן וואס דארפן צוזאמען נעמען די גרויסע בילד פון אלע דעוויזיעס אינאיינעם. אדרבה, ליין אביסעל איבער מלחמות פון די מאדערנע היסטאריע עס מוז נישט זיין פון מדינת ישראל. ס'איז נישט צום באשרייבן די חכמה וואס גייט אריין אין יעדע מיליטערישע אפעראציע. ס'איז אווער די צייטן פון שיקן מיליאנען סאלדאטן זיך שטעכן מיט שפיזן איינער דעם צווייטן...
מ'קען נישט ארויסקומען פון UTA און דרייוון א פליגער! דער מוז זיין גאר געשולט! ס'איז געווען ווינטן, ער האט מאנערווירט, די לאנדונג איז געווען סמוט אז מ'האט געקענט מיינען ער דריווט א ביגוויל.
אין קורצן, ער איז געווען עפעס שלא מעלמא הדין!
און דאס זעלבע איז מיט א מיליטער (אולי אז ס'האט מיט אלע ווידעאס און מאוויס וואס מאכן עס נאך) וואס גיבט א געפיל פון מעכטיגקייט און שטארקייט בפרט ווען זיי פירן אויס געהיימע מיסיעס וואס מ'זעט נישט געווענליך אפילו ס'איז נישטא דערביי קיין ספעציעלע וואונדער איז דא דערביי התפעלות אויף זייער חכמה און מעגליכקייטן.
איי מיין פילאט און מיין קעכער זענען אסאך מער געלונגען און געלערנט?
אמת און עכ"ז איז נישטא קיין התפעלות דערפון פאר סיי וועלכע סיבה, ממילא איז נישטא קיין הזדהות כדלעיל.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
Re: איך וויל נישט איבערהאקן, אבער...
@בודקע קוקט מיר אויס אז איר טוישט אויף צווישן התפעלות מיט וואונדער, (און בעצם די סיבה פארוואס נסים ברענגט הזדהות איז צוליב דער התפעלות וואס איז דא דערין).
און בעצם זע איך נישט וואס איז דא זיך צו טענה'ן דערין דאס מציאות איז אז מענטשן ווערן נתפעל פון א שטארקער מיליטער פונקט ווי מ'ווערט נתפעל פון א שיינעם זינגער, און אז דו ווערסט נישט - אשרי לך אז דו שפארסט זיך דעם נסיון.
לדוגמא די סיבה פארוואס מ'האט געמאכט דעם מיליטערישן פאראדע צוויי וואכן צוריק איז געווען כדי דער יוגנט זאל זיך צוריק אנהייבן רעקרוטירן, וויאזוי ארבעט עס? אז מ'זעט א מעכטיגע מיליטער וואס צייגט שטארקייט וועקט עס אויף נאציאנאלער שטאלץ.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2312
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7547
Re: איך וויל נישט איבערהאקן, אבער...
אויף דעם ארויף זאג איך אגאנצן צייט אז ס'איז נאר מיי אפיניען.
עניוועי כ'בין שוין הייזעריג..
Re: איך וויל נישט איבערהאקן, אבער...
לעסט איי טשעקד האט אידטיש סטאנדארטן און אחראים וואס מאכן זיכער אז מ'האלט זיך דערצו.גארנישט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 03, 2025 3:08 pmקומסט אריין קלאר...תורה ויראה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 03, 2025 9:36 amפשוטו כמשמעו , א פלאץ ווי די פויערן נעמען זיך צוזאם און יעדער לופטערט זיך אויס זייערע שטותים, און ס'איז אונטער א אידישע ארענדער...
און אמאל פאלט דארט אויך אריין א היימישע איד וואס איז אונטערוועגענס, ביז ער ווערט פארעקעלט דערפון...
זאג נאר וואס איז אידטיש? ..
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2312
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7547
Re: איך וויל נישט איבערהאקן, אבער...
ער מיינט @גארנישט , ער האט נאך לכאורה קיינמאל געהערט קרעטשמע.הדסים האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 03, 2025 4:12 pmלעסט איי טשעקד האט אידטיש סטאנדארטן און אחראים וואס מאכן זיכער אז מ'האלט זיך דערצו.גארנישט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 03, 2025 3:08 pmקומסט אריין קלאר...תורה ויראה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 03, 2025 9:36 am
פשוטו כמשמעו , א פלאץ ווי די פויערן נעמען זיך צוזאם און יעדער לופטערט זיך אויס זייערע שטותים, און ס'איז אונטער א אידישע ארענדער...
און אמאל פאלט דארט אויך אריין א היימישע איד וואס איז אונטערוועגענס, ביז ער ווערט פארעקעלט דערפון...
זאג נאר וואס איז אידטיש? ..
-
Glass
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 690
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 12:30 pm
- Location: Palm Tree
- x 1537
Re: איך וויל נישט איבערהאקן, אבער...
די ארבעט פון די כשרות ארגענעזאציע איז צו זיכער מאכן אז אידן זאלן נישט רח''ל ניכשל ווערן מיט מאכלות אסורותחלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 09, 2025 7:33 pm
וועלקאם טא 2025 אידישקייט.
די כשרות קאמפעני גיבט ארויס א ביכל צו מסביר זיין פארוואס אלע ברויפן וואס האט נישט זיין א הכשר איז טריפה
און אזוי זעהט מען אויס.
צוליב דעם האבן זיי ארויסגעגעבן א ביכל צו מסביר זיין אז אלע ברויפן וואס האט נישט קיין היימישע הכשר איז טריפה. פינקט ווי אלע אנדערע פראדוקטן אין די געשעפטן
מיש נישט אויס זאכן וואס ווערט געטון צליב פארוואטע אדער פאליטישע חשבונות מיט זאכן וואס אידן טוען בלויז לשם שמים
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4116
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 26974
Re: איך וויל נישט איבערהאקן, אבער...
100%Glass האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 10, 2025 12:52 pmדי ארבעט פון די כשרות ארגענעזאציע איז צו זיכער מאכן אז אידן זאלן נישט רח''ל ניכשל ווערן מיט מאכלות אסורותחלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 09, 2025 7:33 pm
וועלקאם טא 2025 אידישקייט.
די כשרות קאמפעני גיבט ארויס א ביכל צו מסביר זיין פארוואס אלע ברויפן וואס האט נישט זיין א הכשר איז טריפה
און אזוי זעהט מען אויס.
צוליב דעם האבן זיי ארויסגעגעבן א ביכל צו מסביר זיין אז אלע ברויפן וואס האט נישט קיין היימישע הכשר איז טריפה. פינקט ווי אלע אנדערע פראדוקטן אין די געשעפטן
מיש נישט אויס זאכן וואס ווערט געטון צליב פארוואטע אדער פאליטישע חשבונות מיט זאכן וואס אידן טוען בלויז לשם שמים
יענער טוט אלעס פאר פאליטישע און פריוואטע צוועקן. איךךך מיין נאר די אייבערשטער. ייייעעעעעע
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
זאלץ בענד אינטער די קוליסן
פריש: פאר חובבי היסטאריע..
פרישער: אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג וואס איר האט מעגליך נישט געוויסט
-
Glass
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 690
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 12:30 pm
- Location: Palm Tree
- x 1537
Re: איך וויל נישט איבערהאקן, אבער...
וואס פארדינט ועד הכשרות ווען זיי לאזן נשט פארקופן ברויפן וואס איז טריפה?חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 10, 2025 1:24 pm100%Glass האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 10, 2025 12:52 pmדי ארבעט פון די כשרות ארגענעזאציע איז צו זיכער מאכן אז אידן זאלן נישט רח''ל ניכשל ווערן מיט מאכלות אסורותחלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 09, 2025 7:33 pm
וועלקאם טא 2025 אידישקייט.
די כשרות קאמפעני גיבט ארויס א ביכל צו מסביר זיין פארוואס אלע ברויפן וואס האט נישט זיין א הכשר איז טריפה
און אזוי זעהט מען אויס.
צוליב דעם האבן זיי ארויסגעגעבן א ביכל צו מסביר זיין אז אלע ברויפן וואס האט נישט קיין היימישע הכשר איז טריפה. פינקט ווי אלע אנדערע פראדוקטן אין די געשעפטן
מיש נישט אויס זאכן וואס ווערט געטון צליב פארוואטע אדער פאליטישע חשבונות מיט זאכן וואס אידן טוען בלויז לשם שמים
יענער טוט אלעס פאר פאליטישע און פריוואטע צוועקן. איךךך מיין נאר די אייבערשטער. ייייעעעעעע
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4116
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 26974
Re: איך וויל נישט איבערהאקן, אבער...
בינעך געווען אין מאנטריאל ווי די שמש אויף פארק עוועניו האט א ראול מיט כשר סטיקערס מיט וואס ער באקלעבט די ברויפן וואס מ'לאזט נישט פארקויפן אין ק"י...Glass האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 10, 2025 1:37 pmוואס פארדינט ועד הכשרות ווען זיי לאזן נשט פארקופן ברויפן וואס איז טריפה?חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 10, 2025 1:24 pm100%Glass האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 10, 2025 12:52 pm
די ארבעט פון די כשרות ארגענעזאציע איז צו זיכער מאכן אז אידן זאלן נישט רח''ל ניכשל ווערן מיט מאכלות אסורות
צוליב דעם האבן זיי ארויסגעגעבן א ביכל צו מסביר זיין אז אלע ברויפן וואס האט נישט קיין היימישע הכשר איז טריפה. פינקט ווי אלע אנדערע פראדוקטן אין די געשעפטן
מיש נישט אויס זאכן וואס ווערט געטון צליב פארוואטע אדער פאליטישע חשבונות מיט זאכן וואס אידן טוען בלויז לשם שמים
יענער טוט אלעס פאר פאליטישע און פריוואטע צוועקן. איךךך מיין נאר די אייבערשטער. ייייעעעעעע
וואס פארדינט ועד הכשרות אז מפארקויפט נאר ברוינפן ער באשטעטיגט? כ'ווייס טאקע נישט, און מהאמער אנגעהויבן קויפן ברוינפן צוזאמען מיט די פלייש ארדער אין עווירגרין סאו ס'גייט מיר נישט אן
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
זאלץ בענד אינטער די קוליסן
פריש: פאר חובבי היסטאריע..
פרישער: אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג וואס איר האט מעגליך נישט געוויסט
Re: איך וויל נישט איבערהאקן, אבער...
וואו זעסטו א יענער און וואו זעסטו א איך?חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 10, 2025 1:24 pm100%Glass האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 10, 2025 12:52 pmדי ארבעט פון די כשרות ארגענעזאציע איז צו זיכער מאכן אז אידן זאלן נישט רח''ל ניכשל ווערן מיט מאכלות אסורותחלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 09, 2025 7:33 pm
וועלקאם טא 2025 אידישקייט.
די כשרות קאמפעני גיבט ארויס א ביכל צו מסביר זיין פארוואס אלע ברויפן וואס האט נישט זיין א הכשר איז טריפה
און אזוי זעהט מען אויס.
צוליב דעם האבן זיי ארויסגעגעבן א ביכל צו מסביר זיין אז אלע ברויפן וואס האט נישט קיין היימישע הכשר איז טריפה. פינקט ווי אלע אנדערע פראדוקטן אין די געשעפטן
מיש נישט אויס זאכן וואס ווערט געטון צליב פארוואטע אדער פאליטישע חשבונות מיט זאכן וואס אידן טוען בלויז לשם שמים
יענער טוט אלעס פאר פאליטישע און פריוואטע צוועקן. איךךך מיין נאר די אייבערשטער. ייייעעעעעע
נישט אלעס איז פאליטיק, און נישט אלעס איז א דזשאוק
Re: איך וויל נישט איבערהאקן, אבער...
הרב מרגליות פון דארט געט רייכע שיעורים אין כשרות, איין שיעור האב איך געהערט איבער ברוינפן אלע סארטן וויסקי וואדקע וכו' (@וואוילער איך ווייס נישט וואו מ'קען עס הערן) סאו מ'איז באקאנט דארט מיט די ענינים און וואס ס'גייט אלס פאר מיט משקאותחלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 10, 2025 1:41 pmבינעך געווען אין מאנטריאל ווי די שמש אויף פארק עוועניו האט א ראול מיט כשר סטיקערס מיט וואס ער באקלעבט די ברויפן וואס מ'לאזט נישט פארקויפן אין ק"י...Glass האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 10, 2025 1:37 pmוואס פארדינט ועד הכשרות ווען זיי לאזן נשט פארקופן ברויפן וואס איז טריפה?חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 10, 2025 1:24 pm
100%
יענער טוט אלעס פאר פאליטישע און פריוואטע צוועקן. איךךך מיין נאר די אייבערשטער. ייייעעעעעע
וואס פארדינט ועד הכשרות אז מפארקויפט נאר ברוינפן ער באשטעטיגט? כ'ווייס טאקע נישט, און מהאמער אנגעהויבן קויפן ברוינפן צוזאמען מיט די פלייש ארדער אין עווירגרין סאו ס'גייט מיר נישט אן
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4116
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 26974
Re: איך וויל נישט איבערהאקן, אבער...
וואלף האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 10, 2025 1:45 pmוואו זעסטו א יענער און וואו זעסטו א איך?חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 10, 2025 1:24 pm100%Glass האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 10, 2025 12:52 pm
די ארבעט פון די כשרות ארגענעזאציע איז צו זיכער מאכן אז אידן זאלן נישט רח''ל ניכשל ווערן מיט מאכלות אסורות
צוליב דעם האבן זיי ארויסגעגעבן א ביכל צו מסביר זיין אז אלע ברויפן וואס האט נישט קיין היימישע הכשר איז טריפה. פינקט ווי אלע אנדערע פראדוקטן אין די געשעפטן
מיש נישט אויס זאכן וואס ווערט געטון צליב פארוואטע אדער פאליטישע חשבונות מיט זאכן וואס אידן טוען בלויז לשם שמים
יענער טוט אלעס פאר פאליטישע און פריוואטע צוועקן. איךךך מיין נאר די אייבערשטער. ייייעעעעעע
אין די קליינע ווערטער אינטן. זעסט נישט?
נישט אלעס איז פאליטיק, און נישט אלעס איז א דזשאוק
נישט אלעס
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
זאלץ בענד אינטער די קוליסן
פריש: פאר חובבי היסטאריע..
פרישער: אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג וואס איר האט מעגליך נישט געוויסט
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4116
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 26974
Re: איך וויל נישט איבערהאקן, אבער...
שטומט סאו וואס איז קרית יואל אנדערש?וואלף האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 10, 2025 1:48 pmהרב מרגליות פון דארט געט רייכע שיעורים אין כשרות, איין שיעור האב איך געהערט איבער ברוינפן אלע סארטן וויסקי וואדקע וכו' (@וואוילער איך ווייס נישט וואו מ'קען עס הערן) סאו מ'איז באקאנט דארט מיט די ענינים און וואס ס'גייט אלס פאר מיט משקאותחלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 10, 2025 1:41 pmבינעך געווען אין מאנטריאל ווי די שמש אויף פארק עוועניו האט א ראול מיט כשר סטיקערס מיט וואס ער באקלעבט די ברויפן וואס מ'לאזט נישט פארקויפן אין ק"י...
וואס פארדינט ועד הכשרות אז מפארקויפט נאר ברוינפן ער באשטעטיגט? כ'ווייס טאקע נישט, און מהאמער אנגעהויבן קויפן ברוינפן צוזאמען מיט די פלייש ארדער אין עווירגרין סאו ס'גייט מיר נישט אן
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
זאלץ בענד אינטער די קוליסן
פריש: פאר חובבי היסטאריע..
פרישער: אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג וואס איר האט מעגליך נישט געוויסט
-
Glass
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 690
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 12:30 pm
- Location: Palm Tree
- x 1537
Re: איך וויל נישט איבערהאקן, אבער...
אויף קול יושבי אוהל 605-477-4444 = 1 - 9 - 6
-
Glass
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 690
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 12:30 pm
- Location: Palm Tree
- x 1537
Re: איך וויל נישט איבערהאקן, אבער...
די חילק איז אויף געוויסע ברויפנס מיט א שוואכע הכשר וואס הרב ר' א. ז. מרגליות איז אליינס נאכגעגאנגען אז ס'איז כשר. לאזט ער די שמש עס פארקויפן (מיט די כשר סטיקערס)חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 10, 2025 1:52 pmשטומט סאו וואס איז קרית יואל אנדערש?וואלף האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 10, 2025 1:48 pmהרב מרגליות פון דארט געט רייכע שיעורים אין כשרות, איין שיעור האב איך געהערט איבער ברוינפן אלע סארטן וויסקי וואדקע וכו' (@וואוילער איך ווייס נישט וואו מ'קען עס הערן) סאו מ'איז באקאנט דארט מיט די ענינים און וואס ס'גייט אלס פאר מיט משקאותחלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 10, 2025 1:41 pm
בינעך געווען אין מאנטריאל ווי די שמש אויף פארק עוועניו האט א ראול מיט כשר סטיקערס מיט וואס ער באקלעבט די ברויפן וואס מ'לאזט נישט פארקויפן אין ק"י...
וואס פארדינט ועד הכשרות אז מפארקויפט נאר ברוינפן ער באשטעטיגט? כ'ווייס טאקע נישט, און מהאמער אנגעהויבן קויפן ברוינפן צוזאמען מיט די פלייש ארדער אין עווירגרין סאו ס'גייט מיר נישט אן
אבער די ברויפן וואס האט א שוועכע הכשר און ער איז עס נישט נאכגעגאגען אדער די וואס האט בכלל נישט קיין הכשר לאזט ער אויך נישט פארקויפן
די ועד הכשרות פון קרית יואל לאזט נישט פארקויפן אפ' די ברויפנס וואס מ'האט מבריר געווען אז ס'איז כשר
ווייל מענטשן זענען זיך נאכדעם מיקל צו טרינקען די אנדערע ברויפנס וואס האט א שטארקע חשש טריפה אדער וואס איז רח''ל זיכער טריפה
אויך האלט די ועד הכשרות אז ס'איז כמעט אומעגליך צו וויסן אויף 100 פארצענט אז ס'איז טאקע כשר אויב ס'האט נישט קיין פארלעסליכע היימישע הכשר
Re: איך וויל נישט איבערהאקן, אבער...
@שאינו יודע לשאול איז א גוטער איד.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
Re: איך וויל נישט איבערהאקן, אבער...
ער ברענגט ארויס אז אפילו די אינשי דלא מעלי נוצן די ועד הכשרות אלס זייער הויפט טעראר מיטלחלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 10, 2025 1:51 pmוואלף האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 10, 2025 1:45 pmוואו זעסטו א יענער און וואו זעסטו א איך?חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 10, 2025 1:24 pm
100%
יענער טוט אלעס פאר פאליטישע און פריוואטע צוועקן. איךךך מיין נאר די אייבערשטער. ייייעעעעעע
אין די קליינע ווערטער אינטן. זעסט נישט?
נישט אלעס איז פאליטיק, און נישט אלעס איז א דזשאוק
נישט אלעס
זענען די רבני ומשגחי הועד ערענסטע אידן וואס זיכן צו ברענגען כשרות ווען אין כשרות אינפארמאציע
נישט ווייל זיי ווילן סתם טעראריזירן