ער איז די שווער פון אב”ד סאטמאר לינדען שליט”א
סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 1595
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 4333
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
ווער ס'קען זאל אינזין האבן שמואל בן חי' לאה לרפו"ש, הנקרא דר. בערנארדא, די ערשטע סופער אטענדענט פון די קרית יואל סקול דיסטריקט | ממייסדי המוסד.
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
פארוואס קען מען נישט געבן די נעמען אויף א וועג וואס זאל זיין גרינגער צו געדענקען?
ישיבה עצי חיים איז אין סעקשאן 1, שכונת עצי חיים איז וכו'
בית המדרש ויואל משה איז אויף ד"א ווידער, און שכונת ויואל משה איז ביי בעיקערטאון
בית המדרש ברך משה איז אויף ד"א ווידער, און שכונת ברך משה איז דינוב וכו'
בית המדרש דברי חיים איז אין עצי תמרים, און שכונת דברי חיים איז וכו'
און אזוי ווייטער.
אפשר זאל מען איבערמאכן אלע נעמען און געבן די נעמען די זעלבע די שכונות און די בתי מדרשים דערין?

-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 295
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
- x 419
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
אפשר דארף מען טאקע טראכטן פאר מגעבט נעמען, אבער כ'בעט דיך, מאך נישט יעצט איבער גארנישט ס'איז שוין גענוג שווער יעצט צו געדענקען (ביהמ"ד דברי חיים בשכונת דברי חיים מלפנים עצי תמרים... ביהמ"ד ישמח משה מלפנים ברך משה בשכונת ישמח משה מלפנים סעקשאן 6...)שמח בחלקו האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 08, 2025 2:14 pm פארוואס קען מען נישט געבן די נעמען אויף א וועג וואס זאל זיין גרינגער צו געדענקען?
ישיבה עצי חיים איז אין סעקשאן 1, שכונת עצי חיים איז וכו'
בית המדרש ויואל משה איז אויף ד"א ווידער, און שכונת ויואל משה איז ביי בעיקערטאון
בית המדרש ברך משה איז אויף ד"א ווידער, און שכונת ברך משה איז דינוב וכו'
בית המדרש דברי חיים איז אין עצי תמרים, און שכונת דברי חיים איז וכו'
און אזוי ווייטער.
אפשר זאל מען איבערמאכן אלע נעמען און געבן די נעמען די זעלבע די שכונות און די בתי מדרשים דערין?
- בן תורה
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 756
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
- Location: ביים שטענדער
- x 1480
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
איך האב פונקט לעצטנס געטראכט אז אפשר זאל מען אויסער די נעמען צולייגן נאמבערס. אזויווי קרית יואל איז געגרינדעט געווארן מיט סעקשן 1234 זאל מען יעצט מאכן שכונת 123456789.
עס איז זייער שווער פאר מענטשן צו געדענקען ווי שכונת דברי חיים איז, אויב אבער וועט עס אויך האבן א נאמבער וועט עס זיין גרינגער.
חומר למחשבה
עס איז זייער שווער פאר מענטשן צו געדענקען ווי שכונת דברי חיים איז, אויב אבער וועט עס אויך האבן א נאמבער וועט עס זיין גרינגער.
חומר למחשבה
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
מען וויל דאך אז מען זאל עס ריפן מיט הייליגע נעמעןבן תורה האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 08, 2025 3:13 pm איך האב פונקט לעצטנס געטראכט אז אפשר זאל מען אויסער די נעמען צולייגן נאמבערס. אזויווי קרית יואל איז געגרינדעט געווארן מיט סעקשן 1234 זאל מען יעצט מאכן שכונת 123456789.
עס איז זייער שווער פאר מענטשן צו געדענקען ווי שכונת דברי חיים איז, אויב אבער וועט עס אויך האבן א נאמבער וועט עס זיין גרינגער.
חומר למחשבה
עס זאל משפיע זיין אויף די איינוואוינער
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 7405
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 17813
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
א שיינער באזוך איז נעכטן פארגעקומען בבית כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) אין קרית יואל, דורך די עסקני ורבני מוסד "בוני עולם" סניף קרית יואל, וועלכע העלפן די הונדערטער פארפלעקער המצפים לישועה, און דער רבי האט געגעבן ברכת קדשו צום פארברייטערונג פונעם אפיס אין קרית יואל וועלכע בויט זיך איבער צוליב די איבערפלוס פון ארבעט, מיט די האפענונג עס זאל מער נישט אויספעלן, און צום בעפארשטייענדער מגבית אנצושליסן תושבי העיר אלס שותפים אין אידישע נשמות.
ביים באזוך זענען געווען אנוועזנד דער מנהל המוסד הרב שלמה באכנער שליט״א, הרה״ג ר׳ חיים לאנדא שליט״א מרבני המוסד, און באזונדער די עסקנים פון בוני עולם סניף קרית יואל ועל גביהם הרה״ג ר׳ יואל גוטמאן שליט״א מו״ץ און הרה"ג ר' יואל גרינוואלד שליט"א, וועלכע שטייען אין שפיץ פון די הילף פאר תושבי קרית יואל בעצה ותושי', מיט געלט און באגלייטונג, במסירה נפלאה.
דער רבי האט אויסגעדרוקט גרויס הרגש הערנדיג די נומערן פון די מצפים לישועה אין די שטאט, און וויפיל עס זענען שוין ב"ה געהאלפן געווארן אינעם לעצטן יאר, רעדנדיג בשבח פון אויפרעכטן אידישע שטובער אויף אזא פארנעם וואס איז אומשאצבאר. רעדנדיג פון די צאל קעיסעס האט זיך דער רבי אנגערופן צו ר' שלמה "היינט אליינס, בו ביום, האב איך געשיקט א אינגערמאן זיך ווענדן צו בוני עולם דאהי".
מיט א קול פון האפענונג פאר אלע אידישע קינדער האט דער רבי גאר ווארעם אנגעוואונטשן אז די פעולות און דער מגבית זאלן מצליח זיין, צוענדיגנדיג מיט דברי חיזוק "ענק זאלן וויסן, ענק טוען אויף גרויסע זאכן!".
דערנאך איז ר' שלמה פארבליבן נאך געציילטע מינוט רעדן מיט'ן רבי'ן פריוואט איבער שאלות וואס קומען כסדר אויף, און דער רבי האט עקסטער פערזענליך מחזק געווען ר' שלמה צו קענען ממשיך זיין מיט די עבודת הקודש און אויפרעכטן אידישע שטובער,און אז די זכותים וועלן זיכער מגין זיין.

לאז די נעמען פון די שכונות. טויש נאר די נעמען פון די בתי מדרשים אין די שכונות.תורה ויראה האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 08, 2025 2:49 pmאפשר דארף מען טאקע טראכטן פאר מגעבט נעמען, אבער כ'בעט דיך, מאך נישט יעצט איבער גארנישט ס'איז שוין גענוג שווער יעצט צו געדענקען (ביהמ"ד דברי חיים בשכונת דברי חיים מלפנים עצי תמרים... ביהמ"ד ישמח משה מלפנים ברך משה בשכונת ישמח משה מלפנים סעקשאן 6...)שמח בחלקו האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 08, 2025 2:14 pm פארוואס קען מען נישט געבן די נעמען אויף א וועג וואס זאל זיין גרינגער צו געדענקען?
ישיבה עצי חיים איז אין סעקשאן 1, שכונת עצי חיים איז וכו'
בית המדרש ויואל משה איז אויף ד"א ווידער, און שכונת ויואל משה איז ביי בעיקערטאון
בית המדרש ברך משה איז אויף ד"א ווידער, און שכונת ברך משה איז דינוב וכו'
בית המדרש דברי חיים איז אין עצי תמרים, און שכונת דברי חיים איז וכו'
און אזוי ווייטער.
אפשר זאל מען איבערמאכן אלע נעמען און געבן די נעמען די זעלבע די שכונות און די בתי מדרשים דערין?
בית המדרש אבני צדק, וועט ווערן בית המדרש עצי תמרים
בית המדרש דברי חיים - וועט מען מוזן טוישן צו עפעס אנדערש, ווייל דער נאמען וועט דארפן גיין פאר בית המדרש אינעם שכונת דברי חיים
בית המדרש ישמח משה - וועט ווערן בית המדרש ברך משה
בית המדרש ברך משה - וועט מען דארפטן טוישן צו עפעס אנדערש, אפשר קען מען געבן א נאמען פאר יענע געגענט און דאס זאל ווערן דער נאמען
בית המדרש ויואל משה, וועט אויך דארפן באקומען אן אנדערן נאמען, עס וועט דארפן גיין צום גרעסטן בית המדרש אין שכונת ויואל משה
און אזוי ווייטער...
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 7405
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 17813
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
► Show Spoiler
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
ווי און וויפיל אזייגער גייט מארגן זיין די קהל דירה גורל אין קרית יואל?
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 7405
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 17813
- בערל דער פייפער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1198
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
- Location: אין דארף
- x 1776
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
פון וועלכע שטאק דירה רעדט מען?
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 189
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 3:28 pm
- Location: ים ברעג
- x 196
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
עפעס איז געווארן מיט די פלענער פון פארברייטערן די ביהמ"ד הגדול?
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2617
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 5529
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
יויש איז דעי פיקטשערס גיט!! שוין לאנג נישט געזעהן אזוינע פיקטשערס מיא אזא טיפע באדייט
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 1595
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 4333
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
דערווייל באקום איך פאון קאולס אימעילס און טעקס מעסידזשעס איבער א באלאנס... זייט ווען האב איך ענראלט דא אז איך האב שוין א באלאנס גאר? און וואס באקום איך פארן ווערן א מעמבער?
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 7405
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 17813
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
אשריכם ישראל לפני מי אתם מטהרין.
מאנטאג נאכט איז פארגעקומען א מעמד חתימת שטרות בבית מרן רבינו שליט"א, מיט הרה"ג ר' יואל פארקאש שליט"א רב ביהמ"ד עבודת אהרן אין די "דזשעפערסאן" געגנט בקרית יואל המורחבת, וואו עס ווערט געבויט א הערליכע "מקוה טהרה" וואס וועט זיין די מקוה פון קהל יטב לב פאר די אומגעגנט.
דער בליענדער געגנט פארמאגט א הערליכער ביהמ"ד עבודת אהרן וואו אנשי שלומינו תושבי קרית יואל האבן אהערגעשטעלט א הערליכער ווינקל אין דעם נייעם סביבה, אבער א מקוה טהרה איז נאכנישט דא און מען דארף אצינד גיין שבת צופיס איבער א האלבע שעה אנצוקומען צו שכונת חכם צבי (קאנטרי האלא) וואו ס'איז די נאנטסטע מקוה טהרה אונטער די השגחה פונעם ועד המקואות דקרית יואל.
דעריבער האט דער רב הביהמ"ד מנדב געווען פאר די קהלה זיין שטח, אונטער זיין אייגענעם דירה, וואו עס ווערט געבויט א פרעכטיגער מקוה טהרה דקהל יטב לב, און אצינד איז פארגעקומען די חתימת שטרות מיט מרן רבינו שליט"א, מטעם די "ועד הרחבת גבולי העיר" וואו דער שטח איז געווארן נתנדב דורכ'ן רב הביהמ"ד לצורך המקוה אונטער די קהלה אין קרית יואל.
ביים מעמד זענען אויך געווען אנוועזנד די "ועד המקוואות" שע"י בית הוראה קרית יואל וועלכע באגלייטן די חלקי ההלכה והכשרות פון די מקוואות טהרה אין קרית יואל און זענען שטארק מעורב אין די אונטערנעמונג אינעם דזשעפערסאן געגנט.
דער ועד הרחבת גבולי העיר אינאיינעם מיט דעם היסטארישער "קרן קרית יואל" אונטערנעמונג ארבעטן אצינד האנט ביי האנט מיט די עסקני השכונה וועלכע וועלן ארויסגיין צום ברייטן ציבור וועלכע וועט קענען אפקויפן חלקים פונעם מקוה טהרה צו האבן א זכות אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט אין טהרת ישראל, מקוה ה' מושיעו ודאי, און עס איז צום האפן אז מען וועט בקרוב קענען גומר זיין די ארבעט וועלכע איז שוין אריין אין פולסטן שוואונג.
קרית יואל בטהרתה.

בעת דעם מעמד חתימת שטרות האט זיך דער רבי אינטערסירט אויפ'ן וואוקס אינעם "דזשעפערסאן" אומגעגנט, און עס האט זיך פארפירט א הערליכע דעטאלירטע שמועס צווישן רבי'ן און די ועד הרחבת גבולי העיר מיט'ן רב הביהמ"ד איבערן עתיד פון די געגנט און אלעס ארום.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
היינט באנאכט 10:00 אזייגער, עס גייט ארויסגעצויגן ווערן דורכן ראה''ק ר' אברהם ווידער הי''ו
גייט זיין דרשות פארדעם אדער גייט מען פלען ארויסציען די גורל?
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 74
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 3:33 pm
- Location: 10950
- x 87
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 74
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 3:33 pm
- Location: 10950
- x 87
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
א מעמבער אין קהל יטב לב דסאטמאר, דאס איז ווייניג?חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 09, 2025 12:47 amדערווייל באקום איך פאון קאולס אימעילס און טעקס מעסידזשעס איבער א באלאנס... זייט ווען האב איך ענראלט דא אז איך האב שוין א באלאנס גאר? און וואס באקום איך פארן ווערן א מעמבער?
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 1595
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 4333
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
וואס איז דאס מעלה ומוריד אויב איז מען א מעמבער!וואלף האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 09, 2025 6:35 pmא מעמבער אין קהל יטב לב דסאטמאר, דאס איז ווייניג?חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 09, 2025 12:47 amדערווייל באקום איך פאון קאולס אימעילס און טעקס מעסידזשעס איבער א באלאנס... זייט ווען האב איך ענראלט דא אז איך האב שוין א באלאנס גאר? און וואס באקום איך פארן ווערן א מעמבער?