די נושא פון טעראפי

געזונטע שמועסן און ידיעות
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1508
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 2575

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך הדסים »

האאפטשאהההה האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 5:29 pm
פארטראכט האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 12:25 am כבוד הרב, איהר זענט עפעס געפערליך אלערדזשיק צו די ליין "דיין נפש איז צובראכן"

איך מיט נאך צענדליגע אנדערע זענען אקעי אויב א טערעפיסט זאגט אונז דאס, כגלייב אז א סעסיע באשטייט פון נאך צענדליגע אנדערע ליינס חוץ די אויבנדערמאנטע.
אך און וויי אז מען איז אקעי דערמיט.

איך בין לאו דוקא אלערדזשיק צו די ווערטער נאר די meaning behind.
איז הריני רוצה לגלות דעת אז דא אויף אידטיש ווען מ'דערמאנט דעם ליין איז נישטא קיין שום מיענינג ביהיינד, מיר שמועסן בלויז אין אן ארעמע אידיש און פון היצט לאמיר פאוקעסן אויפן נושא און נישט זיין ביזי מיט דקדוקי לשונות, אנלעס דאס איז וואס איר ווילט דאן לאזט מיר וויסן.

אויב איז דא איינער וואס האט אינזין סיי וואס ביים רעדן ווערט ער געבעטן עס ארויסצוזאגן קלאר נישט צו פארשווערן אויף די ליינער.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אוועיטער
האאפטשאהההה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 7:51 pm
x 69

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך האאפטשאהההה »

הדסים האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 7:07 pm

אנטשאלדיג איך בעט אייך איבער....ר איך וועל שרייבן און אידיש, אבער שריי מיר נישט אן..

באַדײַט הינטער-meaning behind.

און דער היימישער אידיש זאגט מען "דאס באדייט אונטער דעם"
אסיסא.....
שטורעם
פרישער באניצער
פאוסטס: 23
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 4:32 pm
x 41

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך שטורעם »

האאפטשאהההה האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 7:20 pm
הדסים האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 7:07 pm
האאפטשאהההה האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 5:29 pm

אך און וויי אז מען איז אקעי דערמיט.

איך בין לאו דוקא אלערדזשיק צו די ווערטער נאר די meaning behind.
איז הריני רוצה לגלות דעת אז דא אויף אידטיש ווען מ'דערמאנט דעם ליין איז נישטא קיין שום מיענינג ביהיינד, מיר שמועסן בלויז אין אן ארעמע אידיש און פון היצט לאמיר פאוקעסן אויפן נושא און נישט זיין ביזי מיט דקדוקי לשונות, אנלעס דאס איז וואס איר ווילט דאן לאזט מיר וויסן.

אויב איז דא איינער וואס האט אינזין סיי וואס ביים רעדן ווערט ער געבעטן עס ארויסצוזאגן קלאר נישט צו פארשווערן אויף די ליינער.
אנטשאלדיג איך בעט אייך איבער....ר איך וועל שרייבן און אידיש, אבער שריי מיר נישט אן..

באַדײַט הינטער-meaning behind.

און דער היימישער אידיש זאגט מען "דאס באדייט אונטער דעם"
עפעס א אידל קומט אריין צים מעקעניק, מעקעניק טייערער מיין קאר פארט א מחיה נאר ספארט נישט.
וואס ספארט אדער נישט?
יא ספארט.
אקעי איז דאך גוט.
ניין ספארט אבער.
אבער וואס? עס איז ציבראכן?
ח”ו די האסט געזאגט די מיסע ווארט? דיי ווייסט קיינמאל איז א קאר נישט ציבראכן, אלעמאל קען עס פארן, קוק מיין קאר איך האב עס אהער געשלעפט מיט א שלעפער טראק, אבער זאגן עס קען נישט פארן? ח”ו, מען קען עס טראגן צים מעקעניק ווייל ווייל.

רבי איד וועקט אייך אויף און זייט מסביר וואס איר האלט.
קען א מענטש האבן א פראבלעם וואס האלט אים אפ עמאצינאל? ביי מיר הייסט דאס ציבראכן. אווי הייסט דאס ביי אייך?

איך ווייס שוין דיין תשובה, סאיז א לאנגע תירץ און בלא בלא בלא אבער פשוטע ווערטער האסטו נישט.
איך מיז דיר זאגן אז אין מאכן באלד ווי אויך אין קלענער און גרעסער מאכן די סייז ביסטו א חד בדרא, יעצט ווארט איך איר זאלט זיך מסביר זיין.
אוועיטער
האאפטשאהההה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 7:51 pm
x 69

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך האאפטשאהההה »

דער ענטפער איז אזוי.
דער נפש איז נישט קיין פיזישע זאך. א פיזישע זאך קען זיין צובראכן. א גייסטישע זאך נישט.
דאס מיינט אז דיין משל איז נישט דומה לנמשל.
מיין משל איז: אז איינער איז פארבלאנדזשעט, און ער הייבט אן שרייען אז מיין קאר ארבעט נישט ווייל סטראגט מיך נישט וואו איך האב געוואלט אנקומען.
ר איד דיין קאר ארבעט פיין! דאס איז א קאר וואס קען נישט ווערן צובראכן! דו האסט שטארקע געפילן וואס לאזן דיך נישט אנגיין ווייל דארט ביסטו געפארן. און דו ביסט דארט געפארן ווייל לויט דיינע אומשטענדן איז דאס עכט וואו דו דארפסט זיין!
איי, איך פיל שטארקע שווערע געפילן?
ווער זאגט דו דארפסט פילן גוט ווען עפעס גייט דיר שלעכט?
איי איך קען נישט אנגיין?
ווער זאגט דו דארפסט אנגיין?!
דיין נפש איז אסאך קלוגער ווי דיין גאר קלוגער מח און דיין נפש ווייסט אז לויט דיינע שוועריקייטן אין לעבן איז "אנגיין" פאר דיר א שלעכטע זאך!

סא איך וועל דיר ענטפערן אויף דיין משל

עפעס א אידל קומט אריין צים מעקעניק, מעקעניק טייערער מיין קאר פארט א מחיה נאר ספארט נישט.
וואס ספארט אדער נישט?
יא ספארט.
אקעי איז דאך גוט.
ניין ספארט אבער.

ספארט אבער ספארט נישט דארט וואו איך וויל סזאל פארן. איך וויל סזאל פארן אויף א וועג וואס הייסט "אנגיין און פילן גוט." מיין נפש פארט אבער אויף אינגאנצן אן אנדערן וועג ווי מיין קלוגער מח וויל.

אבער וואס? עס איז ציבראכן?

ווען דו בלאנדזשעסט גייסטו צום מעקעניק?

ח”ו די האסט געזאגט די מיסע ווארט? דיי ווייסט קיינמאל איז א קאר נישט ציבראכן, אלעמאל קען עס פארן,

יא די קאר פון וואס מיר רעדן (דיין גייסטישע נפש) איז גראדע א סעלף דרייווינג קאר. ער טראגט דיך און ער ווייסט בעסער ווי דיר די וועג!

קוק מיין קאר איך האב עס אהער געשלעפט מיט א שלעפער טראק, אבער זאגן עס קען נישט פארן? ח”ו, מען קען עס טראגן צים מעקעניק ווייל ווייל.

יא די קאר איז פיין צובראכן! אבער דיין נפש קען מען נישט שלעפן און אויב דאס ארבעט ווען נישט עקזיסטירסטו נישט. נאכאמאל, עס פארט פיין נאר עס פארט נישט דארט וואו דו (אדער א צווייטער...) וויל עס זאל פארן.

רבי איד וועקט אייך אויף און זייט מסביר וואס איר האלט.
קען א מענטש האבן א פראבלעם וואס האלט אים אפ עמאצינאל?

א מענטש קען האבן גאר אסאך פראבלעמען וואס לאזן אים נישט אנגיין. דאס נישט אנגיין איז אבער נישט קיין פראבלעם, ווי פריער ערקלערט.

ביי מיר הייסט דאס ציבראכן. אווי הייסט דאס ביי אייך?

ביי מיר הייסט דאס אז ער האט א צרה אדער פראבלעם אין לעבן וואס ער האט גאר שטארקע געפילן וועגן דעם. און די סארט געפילן איז נישט קיין שום פראבלעם, נאר גאר נאטורליך און נארמאל.( ווי שוין דערמאנט אז דער הייליגער רמבם איז א יאר צייט נישט אנגעגאנגען! )
אסיסא.....
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2933
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 6774

Re: די נושא פון טעראפי

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

@האאפטשאהההה לאמיר פרובירן דיר צו פארשטיין. עס איז פארהאן א פרוי וואס איר מאן איז א שטיקל אביוזער. זי האט עטליכע יאר זיך געלאזט אביוזן. זי האט אפגעהאקט מיט די מאמע ווייל ער האט געוואלט. זי האט געארבעט 4 שעה א טאג ווייל ער דאוונט (פוילעצט) לאנג און ברענגט נישט פרנסה. זי האט נישט געקויפט קיין נייע קליידער ווי יעדן איינעם ווייל ער האט געזאגט אז עס פעהלט נישט אויס בעת וואס פאר זיך האט ער געקויפט נייע בעקיטשעס יעדע 6 חדשים. זי האט קיינמאל נישט באקומען קיין שכוח פאר עניטינג. זי האט כמעט יעדן טאג באקומען פסק אויף עפעס וואס איז נישט פערפעקט מסודר. זי האט זיך צופליקט צוצושטעלן דאס בעסטע מיט א שטארקע אמונה אז דאס איז איר עבודת ה', ביז דער שטרוי אויפן קעמל איז אנגעקומען און זי האט געפלאצט. זי וויינט אגאנצן טאג, זי שפירט ווי א שמאטע, זי שפירט דעפרעסט, זי האט פארלוירן איר מוט צו עסן, זי שפירט זיך אויס, זיך קען נישט ארויסגיין אנקוקן א מענטש ווייל עס ועורט איר ביטער ווען זי שפירט אז יעדער האט א לעבן און זי איז צוקנאקט.

די פרוי קומט יעצט אריין צו @האאפטשאהההה פאר הילף. ביטע אנהויבן איר סעסיע דא ברבים.
אוועיטער
האאפטשאהההה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 7:51 pm
x 69

Re: די נושא פון טעראפי

פאוסט דורך האאפטשאהההה »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 12, 2025 12:43 am @האאפטשאהההה לאמיר פרובירן דיר צו פארשטיין. עס איז פארהאן א פרוי וואס איר מאן איז א שטיקל אביוזער. זי האט עטליכע יאר זיך געלאזט אביוזן. זי האט אפגעהאקט מיט די מאמע ווייל ער האט געוואלט. זי האט געארבעט 4 שעה א טאג ווייל ער דאוונט (פוילעצט) לאנג און ברענגט נישט פרנסה. זי האט נישט געקויפט קיין נייע קליידער ווי יעדן איינעם ווייל ער האט געזאגט אז עס פעהלט נישט אויס בעת וואס פאר זיך האט ער געקויפט נייע בעקיטשעס יעדע 6 חדשים. זי האט קיינמאל נישט באקומען קיין שכוח פאר עניטינג. זי האט כמעט יעדן טאג באקומען פסק אויף עפעס וואס איז נישט פערפעקט מסודר. זי האט זיך צופליקט צוצושטעלן דאס בעסטע מיט א שטארקע אמונה אז דאס איז איר עבודת ה', ביז דער שטרוי אויפן קעמל איז אנגעקומען און זי האט געפלאצט. זי וויינט אגאנצן טאג, זי שפירט ווי א שמאטע, זי שפירט דעפרעסט, זי האט פארלוירן איר מוט צו עסן, זי שפירט זיך אויס, זיך קען נישט ארויסגיין אנקוקן א מענטש ווייל עס ועורט איר ביטער ווען זי שפירט אז יעדער האט א לעבן און זי איז צוקנאקט.

די פרוי קומט יעצט אריין צו @האאפטשאהההה פאר הילף. ביטע אנהויבן איר סעסיע דא ברבים.
יישר כח פאר דיין שאלה, לאמיר עס צונעמען

קודם פאר איך גיי אריין אונעם ענטפער:
1) דו שרייבסט זי קומט אריין צו האאפטשאהההה, סא די ערשטע זאך וואלט איך אויסגעשריגן "אסיסיא"

2) איך בין נישט זעכער איך נעם פרויען..

3) דעס איז דער עיקר, ווער גייט עס פאנדן?

אבער ליצנות און א זייט, כמיין,, שטייט דא א פרוי און מאכט מיט, לאמיר צוגיין צום ענין:

קודם לאמיר א בליק טוהן אין דער מהלך וואס רוב וואס טוהן און דעם, זאל עס זיין מיט לייסענס אן לייסענס גייען, וויאזוי גייען זיי צו, און וואס זענען זייערע סעלאושענס.

1) אויסגעהערט די פרוי און איר געגעבן די געפיל אז מען הערט איר אויס און מען פארשטייט איר (,reflective listening, active listening פאר די וואס קענען ענגליש אדער היינטגע פסיכעלאגיע)

איך וועל צולייגן, די אויסהערן חלק קען זיין אויף א וועג אז פשוט דו הערסט אויס דו פארשטייסט, און דו פילסט מיט, אדער קען עס זיין א ראאל (rule) מען דארף אויסהערן, עס איז א חלק פון די פראסעס, אבער איך קען נישט זאגן אז אלע וואס טוהן און דעם גייען אויסהערן נאר וועגן די ראאל און פראסעס, סאיז נאך דא וואס האבן א הארץ.

2) דא גייט זיך אנהייבן אזוי... דו דארפסט פארשטיין כבוד הרב מיטגעמאכטע פרוי, דיין מאן איז נישט שלעכט.....ער איז פשוט ........עפעס וואס הייסט ..........זאל עס זיין נאטור, ABC, אדער עפס אן אנדערע, אידישע, ענגלישע, אדער לשון קודש'דיגע נאמען.
סאאא ער איז נישט שלעכט עס איז פשוט א חולי א צוברכענקייט א קראנקקייט, און פאשטייט זיך אז איך וועל דיר העלפן דילן מיט דעם אבער דאס איז וויאזוי עס איז, דאס איז דער מצב.

3) דו דארפסט פארשטיין ווען א מענשט איז צובראכן און האט די קראנקקייט אזוי ווי דיין מאן, נישט אלעמאל קען מען דעס פיקסען אסאך מאל קען מען יא, איך ווייס נישט צו דו זאלסט דעס ערווארטן, אויב יא קען עס נעמען 5-10 יאר, די עיקר איז, איך וועל דיר העלפן דילן מיט דעם אז עס זאל דיר דו ווייניגעסטע אפעקטירן, און אז דו זאלסט קענען אנגיין.

4) יעצט לאמיר אנפאנגען ווייטער פייניגן די מיטגעמאכטע פרוי און פארשטייט זיך מיינען איר טובה ווי מיין כתה ח רבי.....

וויבאלד איר זענעט געווארן אזוי שטארק עביוזד האט זיך דעוועלעפט ביי אייך אזאך,, וואס ווערט גערופן......ווייטער א, ABC, ענגלישע אדער לשון קודש'דיגע.
אבער ב"ה היינטיגע צייטן איז יא אדער נישט דא א רפואה פאר דעם, און מיט די צייט וועט עס בעז"ה ווערן אויסגעהיילט, מינימם אפאר יאר, פארשטייט זיך עס קען נאך בלייבן אביסל דערפון און דו וועסט כסדר דארפן צוריקקומען און זעהן ווי דער מצב איז.

5) טייל וועלן זאגן, קען גאר זיין אז וויבאלד דו האסט א דעמדש פון אלץ קינד ביסטו גאר דער וואס איז שולדיג און דעם גאנצער זאך דא, און דו דארפסט זיך אויסהיילן, פארשטייט זיך מיט אלע כללים וואס עס איז דא ביי א קראנקהייט ווי געשריבן אויבן, און דאס איז זעכער אז דו זאלסט נישט ווארטן א טויש צום גוטן פאר די טריטמענט/טעראפי/היילונג, איז גענדיגט.

6) אז דו ווילסט זיך גט'ן פון דעם צובראכענען מאן, it's your choice עס איז דיין אויסוואל, איך בין דא פאר דיר צו ספארטן מיט סיי וועלכער דיסישן דו גייסט מאכן, און פארשטטיט זיך מען קען עס אויסשמעסן.
אנדערע וועלן זאגן, ח"ו זיך גטן, מען וועט דיר העלפן מיט וואס מען קען לגבי דיין קראנקע מאן, און לגבי איר אייגענעם קראנקהייט, און מען איז מחזק אז און 15 יאר ארום וועט זיין בעסער.

7) דא קומט דער גרעסטער נאיווער רשעות: "דו מוזט זיך אויסלערנען צו שלום מאכן מיטן מצב און אנגיין"...סתם וויינען און אנדערע זאכן וועט דיר נישט העלפן, סוועט נאר ערגער מאכן און דו קענסט נאך אנקומען און שפטיאל. פארשטייט זיך מען וועט דיר געבן טעקניקס, עצות, ספארטן, מעדיקעשן, דער עיקר איז דו זאלסט אנגיין ווי א נארמאלער מענשט.

מיר איז אנגעקומען שווער צו טייפן די ווערטער פון די תגובה, אבער ליידער איז דעס דער מהלך (פארשטייט זיך מיט א געשמאקע שמייכל) טאג איין טאג אויס פאר אזעלעכע מיטגעמאכטע.

אקעי, עס איז אביסל שווער צו לאזן די פרוי און אזא מצב, אבער מען דארף זיך גרייטן פאר שבת, און קומעדיגע וואך וועלן מיר זעהן וויאזוי עס קוקט אויס די נישט "צובראכן" מהלך,און מיטן וויסן קלאר אז א מענשט איז קיינמאל צובראכן,קראנק, בנפש, און איך האף אז מיין נקודה וועט ווערן אביסל קלארער.

א גוט שבת
אסיסא.....
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2933
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 6774

Re: די נושא פון טעראפי

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

ייש"כ. איר האט געשריבן זייער א לאנגע תגובה איבער וויאזוי יענער וואלט געטון. איך קען עס איבערשרייבן אביסל אנדערש וויאזוי איך שאץ אז זיי וואלטן געטון. אבער מיין פרגע צו דיר איז געווען בעיקר וואס "איר" וואלט געטון. וואס איז דער ריכטיגער וועג לדעתך. נאכער העמיר גיין צום דיון וואס אנדערע וואלטן.
אוועיטער
האאפטשאהההה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 7:51 pm
x 69

Re: די נושא פון טעראפי

פאוסט דורך האאפטשאהההה »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: פרייטאג יוני 13, 2025 3:18 pm ייש"כ. איר האט געשריבן זייער א לאנגע תגובה איבער וויאזוי יענער וואלט געטון. איך קען עס איבערשרייבן אביסל אנדערש וויאזוי איך שאץ אז זיי וואלטן געטון. אבער מיין פרגע צו דיר איז געווען בעיקר וואס "איר" וואלט געטון. וואס איז דער ריכטיגער וועג לדעתך. נאכער העמיר גיין צום דיון וואס אנדערע וואלטן.
אי"ה קומענדיגע וואך קומט דער אנדערע סעסיע.
און איך וויל דיר זאגן אז איך, שאץ נישט, איך קען פונדערנאנט איבער 100 טערפיסטן וואס טוהן און דעם, און אסאך אנדערע וואס איך בין נאכגעגאנגען זייער מהלך, און איך בין נישט מגזם, דעס איז די מציאות וואס קומט פאר טאג טעגלעך און טעראפי רום ווען קיינער זעהט נישט.
אסיסא.....
אוועיטער
האאפטשאהההה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 7:51 pm
x 69

Re: די נושא פון טעראפי

פאוסט דורך האאפטשאהההה »

האאפטשאהההה האט געשריבן: פרייטאג יוני 13, 2025 2:04 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 12, 2025 12:43 am @האאפטשאהההה לאמיר פרובירן דיר צו פארשטיין. עס איז פארהאן א פרוי וואס איר מאן איז א שטיקל אביוזער. זי האט עטליכע יאר זיך געלאזט אביוזן. זי האט אפגעהאקט מיט די מאמע ווייל ער האט געוואלט. זי האט געארבעט 4 שעה א טאג ווייל ער דאוונט (פוילעצט) לאנג און ברענגט נישט פרנסה. זי האט נישט געקויפט קיין נייע קליידער ווי יעדן איינעם ווייל ער האט געזאגט אז עס פעהלט נישט אויס בעת וואס פאר זיך האט ער געקויפט נייע בעקיטשעס יעדע 6 חדשים. זי האט קיינמאל נישט באקומען קיין שכוח פאר עניטינג. זי האט כמעט יעדן טאג באקומען פסק אויף עפעס וואס איז נישט פערפעקט מסודר. זי האט זיך צופליקט צוצושטעלן דאס בעסטע מיט א שטארקע אמונה אז דאס איז איר עבודת ה', ביז דער שטרוי אויפן קעמל איז אנגעקומען און זי האט געפלאצט. זי וויינט אגאנצן טאג, זי שפירט ווי א שמאטע, זי שפירט דעפרעסט, זי האט פארלוירן איר מוט צו עסן, זי שפירט זיך אויס, זיך קען נישט ארויסגיין אנקוקן א מענטש ווייל עס ועורט איר ביטער ווען זי שפירט אז יעדער האט א לעבן און זי איז צוקנאקט.

די פרוי קומט יעצט אריין צו @האאפטשאהההה פאר הילף. ביטע אנהויבן איר סעסיע דא ברבים.
יישר כח פאר דיין שאלה, לאמיר עס צונעמען

קודם פאר איך גיי אריין אונעם ענטפער:
1) דו שרייבסט זי קומט אריין צו האאפטשאהההה, סא די ערשטע זאך וואלט איך אויסגעשריגן "אסיסיא"

2) איך בין נישט זעכער איך נעם פרויען..

3) דעס איז דער עיקר, ווער גייט עס פאנדן?

אבער ליצנות און א זייט, כמיין,, שטייט דא א פרוי און מאכט מיט, לאמיר צוגיין צום ענין:

קודם לאמיר א בליק טוהן אין דער מהלך וואס רוב וואס טוהן און דעם, זאל עס זיין מיט לייסענס אן לייסענס גייען, וויאזוי גייען זיי צו, און וואס זענען זייערע סעלאושענס.

1) אויסגעהערט די פרוי און איר געגעבן די געפיל אז מען הערט איר אויס און מען פארשטייט איר (,reflective listening, active listening פאר די וואס קענען ענגליש אדער היינטגע פסיכעלאגיע)

איך וועל צולייגן, די אויסהערן חלק קען זיין אויף א וועג אז פשוט דו הערסט אויס דו פארשטייסט, און דו פילסט מיט, אדער קען עס זיין א ראאל (rule) מען דארף אויסהערן, עס איז א חלק פון די פראסעס, אבער איך קען נישט זאגן אז אלע וואס טוהן און דעם גייען אויסהערן נאר וועגן די ראאל און פראסעס, סאיז נאך דא וואס האבן א הארץ.

2) דא גייט זיך אנהייבן אזוי... דו דארפסט פארשטיין כבוד הרב מיטגעמאכטע פרוי, דיין מאן איז נישט שלעכט.....ער איז פשוט ........עפעס וואס הייסט ..........זאל עס זיין נאטור, ABC, אדער עפס אן אנדערע, אידישע, ענגלישע, אדער לשון קודש'דיגע נאמען.
סאאא ער איז נישט שלעכט עס איז פשוט א חולי א צוברכענקייט א קראנקקייט, און פאשטייט זיך אז איך וועל דיר העלפן דילן מיט דעם אבער דאס איז וויאזוי עס איז, דאס איז דער מצב.

3) דו דארפסט פארשטיין ווען א מענשט איז צובראכן און האט די קראנקקייט אזוי ווי דיין מאן, נישט אלעמאל קען מען דעס פיקסען אסאך מאל קען מען יא, איך ווייס נישט צו דו זאלסט דעס ערווארטן, אויב יא קען עס נעמען 5-10 יאר, די עיקר איז, איך וועל דיר העלפן דילן מיט דעם אז עס זאל דיר דו ווייניגעסטע אפעקטירן, און אז דו זאלסט קענען אנגיין.

4) יעצט לאמיר אנפאנגען ווייטער פייניגן די מיטגעמאכטע פרוי און פארשטייט זיך מיינען איר טובה ווי מיין כתה ח רבי.....

וויבאלד איר זענעט געווארן אזוי שטארק עביוזד האט זיך דעוועלעפט ביי אייך אזאך,, וואס ווערט גערופן......ווייטער א, ABC, ענגלישע אדער לשון קודש'דיגע.
אבער ב"ה היינטיגע צייטן איז יא אדער נישט דא א רפואה פאר דעם, און מיט די צייט וועט עס בעז"ה ווערן אויסגעהיילט, מינימם אפאר יאר, פארשטייט זיך עס קען נאך בלייבן אביסל דערפון און דו וועסט כסדר דארפן צוריקקומען און זעהן ווי דער מצב איז.

5) טייל וועלן זאגן, קען גאר זיין אז וויבאלד דו האסט א דעמדש פון אלץ קינד ביסטו גאר דער וואס איז שולדיג און דעם גאנצער זאך דא, און דו דארפסט זיך אויסהיילן, פארשטייט זיך מיט אלע כללים וואס עס איז דא ביי א קראנקהייט ווי געשריבן אויבן, און דאס איז זעכער אז דו זאלסט נישט ווארטן א טויש צום גוטן פאר די טריטמענט/טעראפי/היילונג, איז גענדיגט.

6) אז דו ווילסט זיך גט'ן פון דעם צובראכענען מאן, it's your choice עס איז דיין אויסוואל, איך בין דא פאר דיר צו ספארטן מיט סיי וועלכער דיסישן דו גייסט מאכן, און פארשטטיט זיך מען קען עס אויסשמעסן.
אנדערע וועלן זאגן, ח"ו זיך גטן, מען וועט דיר העלפן מיט וואס מען קען לגבי דיין קראנקע מאן, און לגבי איר אייגענעם קראנקהייט, און מען איז מחזק אז און 15 יאר ארום וועט זיין בעסער.

7) דא קומט דער גרעסטער נאיווער רשעות: "דו מוזט זיך אויסלערנען צו שלום מאכן מיטן מצב און אנגיין"...סתם וויינען און אנדערע זאכן וועט דיר נישט העלפן, סוועט נאר ערגער מאכן און דו קענסט נאך אנקומען און שפטיאל. פארשטייט זיך מען וועט דיר געבן טעקניקס, עצות, ספארטן, מעדיקעשן, דער עיקר איז דו זאלסט אנגיין ווי א נארמאלער מענשט.

מיר איז אנגעקומען שווער צו טייפן די ווערטער פון די תגובה, אבער ליידער איז דעס דער מהלך (פארשטייט זיך מיט א געשמאקע שמייכל) טאג איין טאג אויס פאר אזעלעכע מיטגעמאכטע.

אקעי, עס איז אביסל שווער צו לאזן די פרוי און אזא מצב, אבער מען דארף זיך גרייטן פאר שבת, און קומעדיגע וואך וועלן מיר זעהן וויאזוי עס קוקט אויס די נישט "צובראכן" מהלך,און מיטן וויסן קלאר אז א מענשט איז קיינמאל צובראכן,קראנק, בנפש, און איך האף אז מיין נקודה וועט ווערן אביסל קלארער.

א גוט שבת
יעצט לאמיר גיין צום ענטפער אויף דיין שאלה, וואס מיין מהלך וואלט געווען אין אזא פאל.

צום ערשט, צווישן אונז גערעדט, לאמיר אביסל צענעמען, וואס איז דא דער פראבלעם?
דא איז דא 2 פראבלעמען 1)ער פירט זיך אויף זייער שלעכט צו איר, און 2) זי לאזט זיך און נעמט זיך נישט אן פאר זיך. און די ביידע זאכן צוזאמען פאראורזאכן א סייקל , א רעדל וואס דרייט זיך אן קיין סוף. ער שרייט, זי דערשרעקט זיך, ער זעט אז שרייען העלפט שרייט ער נאכמער, זי דערשרעקט זיך נאכמער, שרייט ער ווייטער, און אזוי דרייט זיך דער רעדל ווייטער און ווייטער און שטעלט זיך נישט אפ. (אמאל איז עס נישט שרייען נאר אנדערע אויפפירונגען אבער די נקודה איז דער זעלבער.)

יעצט לאמיר צוגיין פראקטיש: וואס איז דער מהלך צו צעברעכן דעם סייקל און סטאפן די אביוז?

1)פארשטייט זיך די ערשטע זאך איז גוט אויסהערן די פרוי און אירע געפילן און איר ווייזן אז מען פארשטייט איר און איר געבן דעם געפיל אז עס איז גארנישט ראנג מיט אירע געפילן נישט קיין חילוק וואס זי פילט.
אזוי אויך איז וויכטיג צו פראבירן ארויס צו האבן וויאזוי זי קוקט אן איר פראבלעם, וויאזוי זי קוקט אן איר מאן, און וואס זי האלט אז דער פראבלעם איז.

2) דערנאך ארבעט מען מיט דער פרוי צו פארשטיין אז קיינער איז דא נישט צובראכן! נישט זי און נישט איר מאן!
איר מאן'ס אויפפירונג איז א "ביהעוויער" - אן אויפפירונג, און עס מאכט נישט אוועק דעם גאנצן מענטש. און אין דער זעלבער צייט איז נישטא קיין שום רעכט איינער זאל זיך אזוי אויפפירן צו איר!

לאמיר זיך געבן א שטעל אפ נאך די צוויי נקודות, און פארשטיין אז דא איז שוין אוועקגעשטעלט געווארן א גאר שטארקע נקודה, וואס איז א "געים טשעינדשער", עס טוישט די גאנצע בילד!
פארשטייט זיך עס קען נעמען אפאר שמועסן, אבער דא איז שוין אוועקגעשטעלט געווארן אז 1)מען רעדט דא פון אן "אויפפירונג" און נישט פון א "קראנקהייט", 2) מען גייט פאקעסן אויף די "ביהעוויער" און נישט אויפן "גאנצן מענטש", 3)מען גייט טרעפן אן עצה וויאזוי איר מאן זאל זייער שנעל אויפהערן מיט זיין שלעכטע אויפפירונג, 4) אבער אין דער זעלבער צייט וועט מען זיכער מאכן אז מען שעצט איהם אלץ "מענטש", און 5) מען ווייסט אז ער איז נישט צובראכן, און אז איינמאל ער טוישט זיין אויפפירונג האט ער די מעגליכקייט צו זיין דער בעסטער מאן, פונקט ווי יעדער איינער.

3)די קומענדיגע שטאפל איז ארבעטן מיט די פרוי זי זאל פארשטיין וואס דא גייט פאר צווישן איר און איר מאן, אז עס איז דא א וועג וויאזוי דאס ארבעט, עס איז א סייקל וואס דרייט זיך, און איינמאל מען שטעלט אפ די סייקל וועט זיך די אביוז אויפהערן.

4)איינמאל די אלע נקודות זענען קלאר, און מען ווייסט קלאר אז דער מאן "קען" טוישן זיין אויפפירונג, הייבט מען אן זוכן פראקטישע עצות צום פראבלעם.
די עצות וועלן זיך זייער שטארק ווענדן אין די נאטור און געוואוינהייט פון די פרוי, מיט וואס זי איז די מערסטע באקוועם, און בכלל אין די אומשטענדן, וואס יעדער דעטאל קען אסאך אויסמאכן. איך וועל געבן געציילטע בייישפילן כאטש עס איז ווייט נישט קיין כלל, ווייל עס זענען דא מיליאנען עצות, אזויפיל וויפיל מענטשן עס זענען דא:
צום ביישפיל, אויב לאזט ער איר נישט רעדן צו איר מאמע קען זי וויינען א גאנצע נאכט ביז ער האלט עס שוין נישט אויס, און זי האלט זיך שטארק, וואס זאל איך טון עס טוט מיר אזוי שטארק וויי, איך קען נישט אנגיין אזוי! און ווי לאנג קען ער דאס אנהאלטן אויף אזא אופן?
אזוי אויך, צום ביישפיל, קען זי אים זאגן אפן, אויב איך באקום נישט קיין אנערקענונג פאר מיין שווערע ארבעט וועל איך מוזן אנהייבן זיך אפרעדן א גאנצן טאג, און ווען ער לאכט זיך אויס קען זי עס טאקע טון, ביז ער זעט איין אז סלוינט זיך אים צו זיך אויפפירן שיין צו איר און אזוי וועט זי זיין פרייליך און רואיג.
נאכאמאל, די אלע ביישפילן וועלן פאר אסאך מענטשן נישט ארבעטן ווייל פאר זיי וועט ארבעטן גאר עפעס אנדערש, אבער די נקודה דא איז אז מען קען טרעפן פאר יעדן עפעס א מהלך וואס וועט ארבעטן פאר אים.

5) איינמאל מען האט, צוזאמען מיט דער פרוי, אויסגעארבעט א בערך'דיגע מהלך וויאזוי צו ווייזן פעסטקייט און זיך נישט לאזן אביוזן, וועט מען געווענליך נאך אלץ דארפן זייער שטארק מחזק זיין די פרוי און איר שטארקן זיך טאקע אנצונעמען פאר זיך, און געדענקען אז זי "קען" זיך אננעמען פאר זיך כאטש סקען איר זיין שווער, ווייל זי איז נישט... (זאגט אלע צוזאמען.....) "צובראכן"!

דער שטאפל נעמט אויך אריין צו זען פון וואס זי האט מורא (וואס דאס מאכט איר שוואך) און עס אויסשמועסן.
ווי אויך דארף מען איר מחזק זיין אז אויב דער מאן נעמט זיך וויינען אז ער קען נישט ווייל וכו וכו אלע תירוצים און סיבות וואס ער האט, זאל זי איהם מסביר זיין אז פיין און וואויל זי פארשטייט איהם, אבער זי קען נישט אזוי לעבן, זי זוכט "איהם" נישט צו טוישן אבער פאר איר איז פשוט נישט מעגליך ווייטער אזוי אנצוגיין ביז ווילאנג די זאכן האלטן אן, און פאר ביידע'ס טובה מוזן זיי צוקומען צו א פארשטענדעניש.

דעס איז, בערך, די יסודות פון דעם מהלך, וויפיל עס איז מעגליך מסביר צו זיין אין איין תגובה. פארשטייט זיך עס נעמט נישט אלעמאל אזוי שנעל ווי איר ליינט עס... עס קען אויספעלן אסאך שמועסן, פארשטיין און אויסהערן, אהין און צוריק, אבער אויב גייט מען אויף די מהלך דארף נישט נעמען לאנג ביז מען הייבט אן זעהן א שטארקע פארבעסערונג.

אין דער זעלבער צייט פעלט אויס אסאך שמועסן און ארבעט צווישן דער מאן און פרוי אליין, וואס דאס אליין וועט זיי נענטער ברענגען, און ביז א קורצע צייט קען דער גאנצער פראבלעם זיין נישט מער ווי א שווערער דורכגאנג פון דער פארגאנגענהייט.
אסיסא.....
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2933
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 6774

Re: די נושא פון טעראפי

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

האאפטשאהההה האט געשריבן: זונטאג יוני 15, 2025 11:08 pm3)מען גייט טרעפן אן עצה וויאזוי איר מאן זאל זייער שנעל אויפהערן מיט זיין שלעכטע אויפפירונג
:oops: :cry: :roll:
אוועיטער
האאפטשאהההה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 7:51 pm
x 69

Re: די נושא פון טעראפי

פאוסט דורך האאפטשאהההה »

האסט נישט ציטירט, נישט וואס איך האב געשריבן און נישט וואס איך האב געמיינט .
.
:oops: :roll: :(

ביטע ליין גרונטליך איבער מיין תגובה און נוץ אביסל דיין שכל.
אסיסא.....
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5420
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 18925

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

האאפטשאהההה האט געשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 9:31 pm
לסיכום: אז איינער וויל גיין צו איינעם, אז איינער וויל גיין צו טעראפי, פון דעם רעד איך נישט.
אז איינער זאגט פאר איינעם "דיין נפש איז צובראכן דו דארפסט זיך גיין היילן". איז רשעות.
זאגן פארן מענטש אז די איינציגע עצה צו זיין פראבלעם איז צו אויסגעפונען ווער עס שרייבט אונטער די ניק האפטשא, און גיין צו אים אדער צו זיינע חברים, און דערווייל זאל ער און זיינע ארומיגע זיך פארביטערן דאס לעבן ווייל די נפש איז נישט צובראכן, איז - סאררי כהאב נישט קיין אנדערע ווארט: רשעות.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5420
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 18925

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

האאפטשאהההה האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 2:06 pm און הער גוט וואס איך גיי דיר יעצט שרייבן: ביז ווילאנג די זאכן וואס שטערן איהם גייען אן, האט ער די רעכט צו "ווייטאגן דערויף און נישט אנגיין". און וועלכע רעכט האסטו צו זאגן פאר א מענטש וואס האט א שווערקייט, גייי אן מיט א נארמאלן לעבענסשטייגער.
רעכט צו זאגן האט ע"פ שכל נאר דער וואס ליידט דערפון, אדער יענעמס באי כח. דיין לעבנס שותף/קינדער וכו' ברויכן נישט ליידן פון דיינע שוועריגקייטן וואס דו קענסט נישט באהאנדלען, במקום וואס סאיז דא א באהאנדלונג.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5420
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 18925

Re: די נושא פון טעראפי

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

וואס מיינט דאס 'דער נפש איז נישט צובראכן'?

ווען איינער האט שטארקע ענקזייעטי, פון סיי וועלכע אספעקט, סאושעל/העלט וכדומה, גייסטו זאגן אז ער האט באמת מורא דערפון? זיין נפש שפירט אז פאניקן איז די ריכטיגע זאך?

איי ער האט שוין הונדערט מאל געפרופט ע"פ שכל אז דער שרעק איז אן אומזינסטיגער? און דו פארשטייסט אויך אז די שרעק און פאניק איז אומזיסט, טא פארוואס זאל א גאנצער נפש פראדוצירן אזעלכע אומריכטיגע געפילן און פייניגן דאס מענטש?

אפשר ליגט עפעס אונטער דעם, אן אומריכטיגער הנחה וואס האט זיך געבויט ביי אים אין הארץ, און פירט צו די שווערע געפילן?

דאס הייסט צובראכן? נישט קיין נפק"מ. אבער דאס איז נישט די ריכטיגע זאך צו פילן, אזויווי די ווילסט טענה'ן אז דער נפש שפירט וואס ער ברויך באמת פילן.

און אפשר, אפשר, איז דא עפעס אין די פארגאנגענהייט וואס האט געבויט דער אומריכטיגער הנחה אין זיין הארץ, וואס ברענגט אים שווערע געפילן און פייניגט אים?

און אפשר קען טעראפי דאס העלפן, דורכן אויסלערנען וויאזוי צו דיעלן מיט די אומריכטיגע געפילן, און טרעפן דעם שורש און איר אדרעסירן צום בעסערן?
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1508
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 2575

Re: די נושא פון טעראפי

פאוסט דורך הדסים »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 12:41 am וואס מיינט דאס 'דער נפש איז נישט צובראכן'?

קוק צוריק, דו ביסט אריין אין א דיטש...
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2593
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 5415

Re: די נושא פון טעראפי

פאוסט דורך פשוט און גראד »

איינער ווייסט וואס ס‘מיינט א לב נשבר?
איינער ווייסט וואס ס‘מיינט מידת העצבות - מרה שחורה - להבדיל שמחה?
איינער ווייסט וואס ס‘מיינט א מידה? אין וואס ס‘געשעהט אויב איינער האט א מדה וואס ס‘איז נישט געבאלאנסד?
איינער ווייסט וואס ס‘מיינט אויפגעבען? יאוש בלע"ז
איינער ווייסט וואס ס‘מיינט גראב - דאר - הינגעריג - מיד - אינג - אלט?
איינער ווייסט וואס ס‘מיינט אדיקשענס? - תאוות - דמיונות?

איי מיען, דעיס אלעס איז דאך גייסטיש..
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5420
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 18925

Re: די נושא פון טעראפי

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

א לב נשבר קען אויך זיין א פראבלעם, ווען ס'שטערט אין עבודת השם.

יעדע פראבלעם אין נפש האט צוטון מיט עבודת המידות, ביז ס'לאזט נישט דער מענטש אנגיין מיט זיין לעבן.
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2593
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 5415

Re: די נושא פון טעראפי

פאוסט דורך פשוט און גראד »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 8:36 pm א לב נשבר קען אויך זיין א פראבלעם, ווען ס'שטערט אין עבודת השם.

יעדע פראבלעם אין נפש האט צוטון מיט עבודת המידות, ביז ס'לאזט נישט דער מענטש אנגיין מיט זיין לעבן.
ס‘דא ווייטאג (יסורי נפש)
ס‘דא מחלה (חולי נפש)

ס‘דא עבודת המידות, וואס קען ווערן קאמפליצירט - מ‘דארף זיין עכט געזינט מיט א גיטע מורה דרך דערצו

ואידך זול גמור..
אוועיטער
האאפטשאהההה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 7:51 pm
x 69

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך האאפטשאהההה »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 12:33 am
האאפטשאהההה האט געשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 9:31 pm
לסיכום: אז איינער וויל גיין צו איינעם, אז איינער וויל גיין צו טעראפי, פון דעם רעד איך נישט.
אז איינער זאגט פאר איינעם "דיין נפש איז צובראכן דו דארפסט זיך גיין היילן". איז רשעות.
זאגן פארן מענטש אז די איינציגע עצה צו זיין פראבלעם איז צו אויסגעפונען ווער עס שרייבט אונטער די ניק האפטשא, און גיין צו אים אדער צו זיינע חברים, און דערווייל זאל ער און זיינע ארומיגע זיך פארביטערן דאס לעבן ווייל די נפש איז נישט צובראכן, איז - סאררי כהאב נישט קיין אנדערע ווארט: רשעות.
נישט ער און נישט זיינע ארומיגע זאלן זיך ח"ו דערביטערן דעס לעבן, עס איז דא אסאך וועגן ווי אזוי פראבלעמען קענען און דארפן ווערן געסאלווד.

קענסט זאגן אז ער זאל זיך גיין צו איינעם זיך דורך רעדן דאגה בלב איש וכו. מען קען און מען זאל זוכן עצות פאר פראבלעמען.

זאגן אז די אייציגעסטע עצה איז, אז עס איז א חולי און מען דארף זיך היילן איז רשעות, און פשוט שקר!

מען דארף נישט גיין צו האפפשאהה שליט"א מען קען און מען דארף זוכן פאקטישע עצות צו פראבלעמען. און ווי געשריבן אז דו ביסט פארלוירן קענסט זיך איבערטראכטן, קענסט זיך דרוכרעדן מיט אנדערע, פארגעס אבער נישט צו נוצן דיין אייגענע חכמה אויך.
אסיסא.....
אוועיטער
האאפטשאהההה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 7:51 pm
x 69

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך האאפטשאהההה »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 12:34 am
האאפטשאהההה האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 2:06 pm און הער גוט וואס איך גיי דיר יעצט שרייבן: ביז ווילאנג די זאכן וואס שטערן איהם גייען אן, האט ער די רעכט צו "ווייטאגן דערויף און נישט אנגיין". און וועלכע רעכט האסטו צו זאגן פאר א מענטש וואס האט א שווערקייט, גייי אן מיט א נארמאלן לעבענסשטייגער.
רעכט צו זאגן האט ע"פ שכל נאר דער וואס ליידט דערפון, אדער יענעמס באי כח. דיין לעבנס שותף/קינדער וכו' ברויכן נישט ליידן פון דיינע שוועריגקייטן וואס דו קענסט נישט באהאנדלען, במקום וואס סאיז דא א באהאנדלונג.
ווי געשריבן קיינער דארף נישט און זאל נישט ליידן. זיינע ארומיגע זאלן זיך אויסשמעסן מיט איהם און זעכער מאכן אז מען ליידט נישט פון דעם.
ווען זיינע ארומיגע וועלן איהם זאגן די ביסט א חולי דארפסט גיין צום דאקטער קענען זיינע ארומיגע זיין זעכער אז זיי וועלן ווייטער ליידן פון איהם.....און נאך ווי.........ער גייט האבן אלע רעכטן... ער איז א חולי, און די טעראפי ארבעט נישט.......
אסיסא.....
אוועיטער
האאפטשאהההה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 7:51 pm
x 69

Re: די נושא פון טעראפי

פאוסט דורך האאפטשאהההה »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 12:41 am וואס מיינט דאס 'דער נפש איז נישט צובראכן'?

ווען איינער האט שטארקע ענקזייעטי, פון סיי וועלכע אספעקט, סאושעל/העלט וכדומה, גייסטו זאגן אז ער האט באמת מורא דערפון? זיין נפש שפירט אז פאניקן איז די ריכטיגע זאך?

איי ער האט שוין הונדערט מאל געפרופט ע"פ שכל אז דער שרעק איז אן אומזינסטיגער? און דו פארשטייסט אויך אז די שרעק און פאניק איז אומזיסט, טא פארוואס זאל א גאנצער נפש פראדוצירן אזעלכע אומריכטיגע געפילן און פייניגן דאס מענטש?

אפשר ליגט עפעס אונטער דעם, אן אומריכטיגער הנחה וואס האט זיך געבויט ביי אים אין הארץ, און פירט צו די שווערע געפילן?

דאס הייסט צובראכן? נישט קיין נפק"מ. אבער דאס איז נישט די ריכטיגע זאך צו פילן, אזויווי די ווילסט טענה'ן אז דער נפש שפירט וואס ער ברויך באמת פילן.

און אפשר, אפשר, איז דא עפעס אין די פארגאנגענהייט וואס האט געבויט דער אומריכטיגער הנחה אין זיין הארץ, וואס ברענגט אים שווערע געפילן און פייניגט אים?

און אפשר קען טעראפי דאס העלפן, דורכן אויסלערנען וויאזוי צו דיעלן מיט די אומריכטיגע געפילן, און טרעפן דעם שורש און איר אדרעסירן צום בעסערן?

איינער וואס האט ענקזייעטי האט יעצט עפעס און זיין לעבן וואס באדערט איהם, עס באדערען איהם איינע פון די זאכן וואס איך האב אויסגערעכענט אויבן און די תגובה פריעדיגן בלאט (שיטה 2).
און אלץ רעזאלטאט האט ער די ענקזייעטי.
און אויב דער מענשט וועט נישט האבן דעם פראבלעם וועט זיין ענקזייעטי שרינקן.
דער מענשט וואס האט ענקזייעטי דארף וויסן אז עס איז נארמאל צו פילן וואס ער פילט און ער זאל טוהן וועלעכע השתדלות ער וויל פאר דעם.

און איך וועל דיר אביסל מסביר זיין וויאזוי ענקזייעטי ארבעט
א מענטש הייבט אן האבן געוויסע געפילן רוב מאל איז עס ווען ער גייט אדורך עפעס א שוועריקייט
און ער הייבט אן האבן שטארקע געפילן און דער מענשט פילט זיך זייער נאריש אז ער האט די געפילן
און ער שעמט זיך עס צו זאגן פאר איינעם, יעצט הייבט זיך אן א סייקל
ער פילט מאנדנע געפילן,
שעמט זיך שטארק דערמיט,
ער הייבט אן מורא האבן אז ער גייט ווייטער פילן די מאדנע געפילן,
הייבט ער אן טראכטן א גאנצען טאג צו דעס איז נארמאל אדער נישט נארמאל,
פילט זיך מוראידיג אראפגעקלאפט קען נישט רעדן צו קיינעם דערוועגן,
און וויבאלד ער האט אזוי שטארק מורא אז די מאנדע געפילן גייען קומען צו איהם, טראכט ער אסאך דערוועגן וואס דעס פארשטערקערט די ענקזייעטי.

יעצט דער מענטש האט יעצט א צרה: די צרה איז, ער האט געפילן, וואס ער האלט, און מעגליך זיינע ארומיגע האלטן אז עס איז געפערילך מאדנע, און ער פילט זיך דערקלאפט און נישט נארמאל, און אלץ רעזאלטאט פון די צרה ווערט די ענקזייעטי שטערקער און שטערקער.

ממילא קענסטו דעס נישט אנרופן צובראכן ווען עס איז דא א סיבה פאר די שטארקע געפילן. "צובראכן" קענסטו אנרופן ווען עפעס וואס דארף צו ארבעטן אויף א געוויסע וועג און עס ארבעט נישט. אבער דער מענשט ליידט נישט פון די זאך וואס ער האט מורא, ער ליידט פון דעם אז ער פילט זיך אנאקסעפטעט unaccepted און נישט נארמאל, און איינמאל ער וועט וויסן אז ער איז עקסעפטעט און נארמאל, וועט נישט זיין לא חולי ולא ענקזייעטי.
קען זיין ער וועט אמאל פילן שטארקע געפילן עס וועט אבער נישט שטערן זיין לעבן, ער וועט זיך אן עצה געבן דערמיט.

אויב דער מענשט וועט פארשטיין אז עס איז גארנישט מאדנע מיט די געפילן, יא זיי זענען שטארקע געפילן און עס איז נארמאל דעס צו פילן,
און נאכדערצו אויב ער וועט האבן איינעם וואס וועט איהם פארשטיין און נישט אראפקוקן וועגן די געפילן אדער האלטן אז עס איז טאקע גאר מאדנע, און ער וועט זיך קענען אויסשמעסן מיט יענעם וועט די ענקזייעטי שרינקען.
אסיסא.....
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3191
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 9477

Re: די נושא פון טעראפי

פאוסט דורך פופציגער »

אה מיי... יעצט זע איך אז מיין קאלעגע @האאפטשאהההה פונעם שכינות’דיגער טעמע איז דא העווי אקטיוו.

האפטשעלע, דא העליך נישט אנהייבן, ווייל כאניש קיין צייט... אבער כהאף מיינע פוינטס פון דארט אפלייען אהער אויך.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
האאפטשאהההה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 7:51 pm
x 69

Re: די נושא פון טעראפי

פאוסט דורך האאפטשאהההה »

פופציגער האט געשריבן: דינסטאג יולי 29, 2025 1:39 am אה מיי... יעצט זע איך אז מיין קאלעגע @האאפטשאהההה פונעם שכינות’דיגער טעמע איז דא העווי אקטיוו.

האפטשעלע, דא העליך נישט אנהייבן, ווייל כאניש קיין צייט... אבער כהאף מיינע פוינטס פון דארט אפלייען אהער אויך.
האלא די.....איך האף אז מיינע פוינטס דא, אפלייען אהין אויך.
אסיסא.....
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6925
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 16223

Re: די נושא פון טעראפי

פאוסט דורך דער תהלים איד »

איך פיל פאר וויכטיג מעורר צו זיין איבער א שוידערליכע מצב ביי כלל ישראל.

און דאס איז די נושא פון "רבנים/דיינים".

ווי יעדער ווייסט, איז אמאל געווען איין דיין אין א שטאט, איין רב, איין שוחט, וזהו. מ'האט נישט געדארפט מער, מ'איז געווען צופרידן, מ'האט געקענט לעבן.

היינט איז געווארן א וועלט, עס יאווענען זיך רבנים און דיינים, זיי העלפן מענטשן אין הלכה, אין השקפה, אין שלום בית, אא"וו. זיי העלפן האב איך געזאגט? הלואי! אזוי זאגן זיי! אזוי דארף עס צו הייסן. אבער ליידער ליידער, יעדער ווייסט אבער מ'מוז עס חזר'ן, די דיינים מאכן חורבנות! זיי מאכן חרוב אידישע לעבנס! פונקט נעכטן האב איך געהערט פון א אינגערמאן, ער איז געגאנגען 2 וואכן צוריק צו זיין דיין מיט אן ערנסטע שאלה, און דער דיין האט עס געגעבן אזא מאך אוועק מיט די האנט! דאס האט אים אזוי אפגעקילט, אז א יאר דערויף האט ער שוין נישט געהיטן שבת!

איך האב לעצטע וואך גערעדט מיט א מאמע. זאגט זי מיר, איר זון איז געווען א פיינער בחור. גאר א פיינער! נאך די חתונה האט ער געהאט שוועריקייטן, און ס'האט אים געברענגט צו האבן קושיות אויף אידישקייט, איז ער געגאנגען צו א דיין, דער דיין האט אים געזאגט אז ער דארף נישט מחמיר זיין אויף פיצן די שיך ערב שבת אויב דאס מאכט אים נערוועס, און נאך אזעלכע עניני קלות ראש. ער האט מיר נישט אלעס דערציילט, אבער ער האט געהערט פונעם דיין אסאך, און ליידער ליידער, ער איז היינט א קאלטער אינג. א פראסטאק. דער דיין האט אים פארסמט רח"ל! יא! די דיינים! די רבנים!

נעכטן נאכט בין איך געזיצן אויף אן אסיפה, איבער די נושא פון דיינים. אסאך טעראפיסטן זענען זיך צאמגעקומען צו מברר זיין וואס דא גייט פאר מיט די דיינים קלי הדעת. דערציילט איינער דארט וועגן זיין שוועגערין, זייט זי האט קשר מיט א דיין וועמען זי האט געפרעגט אירע שאלות, גייט זי מטה מטה, זיי דרייט זיך שוין מיט א הונטל אין די גאס! יא, גלייבט נישט! אזוי דרייט זי זיך! דער דיין האט איר געהייסן! אזוי זאגט זי קלאר! דאס האב איך נעכטן נאכט געהערט.

פריער האט מיר גערופן א גרויסער עסקן פון מאנטרעאל, ער דערציילט מיר א מעשה וואס איז געווען לעצטע וואך, א אינגערמאן פון 65 יאר האט געהאט א פראבלעם אין שטוב, א מעשה אן אריכות, תמצית היוצא איז אז ער איז געגאנגען צו א דיין זיך דורכרעדן, א דיין פון פלעטבוש, און דער דיין האט אים געהייסן זיך גט'ן! פשוטו כמשמעו! א מעשה פון יעצט! נעכטן האב איך עס געהערט און ס'איז געווען לעצטע וואך! וואס איז דאס זיך גט'ן? ווייל ער וויל אפאר דאלאר! ער איז געקומען פון פלעטבוש זיין דער מסדר הגט, און מ'האלט שוין דערנאך! ער איז שוין א גרוש פאר 2 חדשים! רח"ל!

היי יאר ערב שבועות קאלט מיר א איד, און ער זאגט מיר "מיין טייערע טעראפיסט, איך בין אויס מענטש, איך מוז אריבערקומען זיך אויסרעדן". איך האב אים געלאזט קומען גלייך, כאטש ס'איז געווען א שווערע צייט, כ'בין געווען מיד פונעם יו"ט, אבער ער איז געקומען, א שעה צייט! א שעה! אפשר צוויי! איז ער דא געזיצן און דערציילט וואס דער דיין פון עליזיבעט נ.דזש. האט מיט אים געטון. איך קען עס אפילו נישט איבערדערציילן! א שוידערליכע מצב! זיניט ס'איז געווארן אז יעדער מוז האבן א דיין! נייע מעשיות! דיינים ווי שוועמלעך! און די מאכן חרוב די וועלט!!!!!

*

ביטע נישט נעמען ערנסט קיין איין ווארט ח"ו, איך האב דאס נאר געשריבן אונטערן רושם פון הערן א שיעור פון נעכטן אויף עפעס א ליין וואס עמיצער האט מיר געגעבן אן אויסצוג, איך וויל נישט זאגן ווער, ווייל ער טראגט א נאמען פון א רב. ער פאבריצירט מעשיות פון ערמל ארויס, דערשרעקנדיג טאטעס און מאמעס און בחורים און מיידלעך אז אויב מען שיקט פאר טעראפי זאל מען נישט גיין ווייל ס'איז שמד, והא ראי' ס'איז דאך דא פארפוילטע טעראפיסטן (און בד"וו, להבדיל, ס'איז אויך דא פארפוילטע דיינים. ממילא? והבן).

רמז: דער שיעור איז פון א רב וואס נעמט אויף פאציענטן אנשטאט טעראפי, און האקט אויף טעראפי. תן חלק לששה וגו'
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 844
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 1418

Re: די נושא פון טעראפי

פאוסט דורך חלום חלמתי »

:idea:
► Show Spoiler

דעם זעלבסט געקרוינטע ס### רב האט איימיצער אמאל געזאגט נאך אזא דרשה אז ער כאפט נישט וועלכע דיינים מ'קען אויסהערן און וועלכע נישט מילא הערט ער אים מער נישט אויס...
שרייב פאוסט