נייעס פון וויליאמסבורג

נייעס אין אונזער קווארטאל
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3327
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3790

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

פאוסט דורך אנדערער »

הדסים האט געשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 1:26 am
אנדערער האט געשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 12:07 am @שינאווער האט געשריבן
שינאווער האט געשריבן: זונטאג יוני 22, 2025 4:05 pm רעסטלער האט נישט קיין פראבלעם מיטן בייק לעין. און אין דער זעלבער צייט פרובירט ער צו ווייזן אז ער העלפט, צו האלטן גוט זיין אימעידזש.
ער פרובירט נישט צו העלפן. ער פרובירט צו איינרעדן אז ער העלפט אין די זעלבע צייט וואס ער שטערט די וואס ווילן יא העלפן

און נישט ווייל ער וויל נישט אז א צווייטער זאל באקומען די קרעדיט נאר ער קעירט נישט מיר זאלן ווערן געהאלפן
אטא דאס האב איך געמיינט ארויסצוברענגען.
ער קעירט יא אז מיר זאלן נישט געהאלפן ווערן
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
שטייפע קוגל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 229
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 12:10 am
x 501

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

פאוסט דורך שטייפע קוגל »

דבר יום 2.jpg
דבר יום 2.jpg (113.32 KiB) געזען געווארן 994 מאל
ר' משה דוד איז הונדערט פראצענט גערעכט. די פראבלעם איז אבער אז ביי פארגאנגענע וואלן סעזאנען ווען געוויסע האבן געשריגן די טאלקינג פוינט אז א געוויסע קאנדידאט גייט סייווי געווינען און מ'דארף ווייזן אז מ'שטיצט יענעם טראץ וואס אויף געוויסע אישוס איז מען נישט צופרידן, האט מען געשריגן אז מ'דארף שיקן א מעסעדזש צו די קאנדידאטן וכו'

יעצט איז שוין אביסעלע שווער צו צוריקטוישן די מהלך המחשבה פונעם ציבור :cry:
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2960
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 6927

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

שטייפע קוגל האט געשריבן: דינסטאג יוני 24, 2025 2:50 pm דבר יום 2.jpg

ר' משה דוד איז הונדערט פראצענט גערעכט. די פראבלעם איז אבער אז ביי פארגאנגענע וואלן סעזאנען ווען געוויסע האבן געשריגן די טאלקינג פוינט אז א געוויסע קאנדידאט גייט סייווי געווינען און מ'דארף ווייזן אז מ'שטיצט יענעם טראץ וואס אויף געוויסע אישוס איז מען נישט צופרידן, האט מען געשריגן אז מ'דארף שיקן א מעסעדזש צו די קאנדידאטן וכו'

יעצט איז שוין אביסעלע שווער צו צוריקטוישן די מהלך המחשבה פונעם ציבור :cry:
מען האט טאקע יענע מאל אויך גערעדט אז ר' משה דוד וויל מען זאל גיין פאר האקול און נישט פאר זעלדין
שטייפע קוגל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 229
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 12:10 am
x 501

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

פאוסט דורך שטייפע קוגל »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג יוני 24, 2025 2:54 pm
שטייפע קוגל האט געשריבן: דינסטאג יוני 24, 2025 2:50 pm דבר יום 2.jpg

ר' משה דוד איז הונדערט פראצענט גערעכט. די פראבלעם איז אבער אז ביי פארגאנגענע וואלן סעזאנען ווען געוויסע האבן געשריגן די טאלקינג פוינט אז א געוויסע קאנדידאט גייט סייווי געווינען און מ'דארף ווייזן אז מ'שטיצט יענעם טראץ וואס אויף געוויסע אישוס איז מען נישט צופרידן, האט מען געשריגן אז מ'דארף שיקן א מעסעדזש צו די קאנדידאטן וכו'

יעצט איז שוין אביסעלע שווער צו צוריקטוישן די מהלך המחשבה פונעם ציבור :cry:
מען האט טאקע יענע מאל אויך גערעדט אז ר' משה דוד וויל מען זאל גיין פאר האקול און נישט פאר זעלדין
אמת. איך האב בכלל נישט באשולדיגט ר' משה דוד. איך האב ארויסגעברענגט די פראבלעם אז מ'איז דאן געפאלן פאר די היץ קעפ און ס'איז זייער שווער צוריק צו דרייען.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1526
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4973

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

פאוסט דורך Think and Thank »

שטייפע קוגל האט געשריבן: דינסטאג יוני 24, 2025 2:50 pm דבר יום 2.jpg

ר' משה דוד איז הונדערט פראצענט גערעכט. די פראבלעם איז אבער אז ביי פארגאנגענע וואלן סעזאנען ווען געוויסע האבן געשריגן די טאלקינג פוינט אז א געוויסע קאנדידאט גייט סייווי געווינען און מ'דארף ווייזן אז מ'שטיצט יענעם טראץ וואס אויף געוויסע אישוס איז מען נישט צופרידן, האט מען געשריגן אז מ'דארף שיקן א מעסעדזש צו די קאנדידאטן וכו'

יעצט איז שוין אביסעלע שווער צו צוריקטוישן די מהלך המחשבה פונעם ציבור :cry:

קומט עכט נישט אריין דא. דעמאלס איז די מעסעדזש געווען אז אויב שטעלסטו זיך נישט צו ביי דאס וואס איז עכט וויכטיג (חינוך) וועט מען דיר נישט שטיצן. דא איז די מעסעדזש וואס מאנכע ווילן שיקן אז אויב טוישסטו נישט אידעאלאגיע און ווערסט נישט קיין הונדערט פראצענטיגער קארסערוואטיוו וועט מען דיר נישט שטיצן אפילו אויב דו שטעלסט זיך צו צו די זאכן וואס זענען עכט וויכטיג אפילו זיי זענען קעגן דיין אידעאלאגיע (וואוטשערס וכדומה).
שטייפע קוגל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 229
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 12:10 am
x 501

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

פאוסט דורך שטייפע קוגל »

Think and Thank האט געשריבן: דינסטאג יוני 24, 2025 5:37 pm
שטייפע קוגל האט געשריבן: דינסטאג יוני 24, 2025 2:50 pm דבר יום 2.jpg

ר' משה דוד איז הונדערט פראצענט גערעכט. די פראבלעם איז אבער אז ביי פארגאנגענע וואלן סעזאנען ווען געוויסע האבן געשריגן די טאלקינג פוינט אז א געוויסע קאנדידאט גייט סייווי געווינען און מ'דארף ווייזן אז מ'שטיצט יענעם טראץ וואס אויף געוויסע אישוס איז מען נישט צופרידן, האט מען געשריגן אז מ'דארף שיקן א מעסעדזש צו די קאנדידאטן וכו'

יעצט איז שוין אביסעלע שווער צו צוריקטוישן די מהלך המחשבה פונעם ציבור :cry:

קומט עכט נישט אריין דא. דעמאלס איז די מעסעדזש געווען אז אויב שטעלסטו זיך נישט צו ביי דאס וואס איז עכט וויכטיג (חינוך) וועט מען דיר נישט שטיצן. דא איז די מעסעדזש וואס מאנכע ווילן שיקן אז אויב טוישסטו נישט אידעאלאגיע און ווערסט נישט קיין הונדערט פראצענטיגער קארסערוואטיוו וועט מען דיר נישט שטיצן אפילו אויב דו שטעלסט זיך צו צו די זאכן וואס זענען עכט וויכטיג אפילו זיי זענען קעגן דיין אידעאלאגיע (וואוטשערס וכדומה).
די פוינט איז די זעלבע. ביי א גאווערנאר פארמעסט איז די וויכטיגע אישו 'חינוך' און ביי א קאנסול מעמבער איז די וויכטיגע אישו 'בייק לעין וכדו'. די פוינט איז נישט וואס די אישוס זענען, די פוינט איז וואס איז די מהלך וויאזוי צו אויסוועלן א קאנדידאט. צו דורך זיך האלטן אין גוטע טערמינען מיט'ן זיכערן געווינער אדער דורך שיקן א מעסעדזש פארן געווינער אז אויב שטעלט ער זיך נישט צו צו אונזער פארלאנגען וועט ער נישט באקומען אונזערע שטימען וואס ער דארף סייווי נישט.... די לאגישע עסקנים גייען מיט די ערשטע מהלך אבער די המון עם גייט נאטורליך מיט די צווייטע מהלך. אנפארטענעטלי זענען געוויסע עסקנים געפאלן פאר די המון עם נעראטיוו ביי עטליכע פארגאנגענע וואלן סעזאנען, און יעצט ווען מ'פרובירט צוריקצודרייען די דעת הקהל דארף מען שוין שפייען בלוט.
הלבלר בקולמסו
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 851
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 1390

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

שטייפע קוגל האט געשריבן: דינסטאג יוני 24, 2025 7:09 pm

יעדער פארשטייט אז ווען עס איז דא אישו וואס איז באמת "וויכטיג" און יענער האלט זיך ביים צושטעלן דארף מען ווייזן אז דער אישו איז מיין וויכטיגסטע, און אויב ווילסטו מיר האבן דארספטו דאס מסדר זיין.

ביי איינעם איז דאס וויכטיגסטע חינוך, און ביי א צווייטן א בייק לעין.

און אגב, איך געדענק נאך די עלעקשאנס פון יארן צוריק, נאך פאר די סיספייער נישט צו לייגן קיין מייקס...
די דיפערענצן צווישן די פראקציעס זענען בעיקר געווען אויב מען דארף האבן "הכרת הטוב" אפילו ווען יענער גייט זיכער נישט געווינען, און דער געווינער וועט זען אז מ'האט הכרת הטוב וועט ער זיכער מאכן אז מען גייט אויך האבן הכרת הטוב פאר אים, אדער זאל מען אלעמאל גיין מיטן געווינער.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1526
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4973

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

פאוסט דורך Think and Thank »

במח"כ זענט איר טאטעלי אףף בנוגע די פאריגע גאווערנאר וואלן, ווי שוין אויסגעשמועסט דא. די איידיע פון נישט שטימען פאר אן אינקאמבענט וואס שטעלט זיך נישט צו איז אין ליין מיט ר' משה דוד'ס מהלך די לעצטע פערציג יאר צו שטימען דוקא פאר'ן אינקאמבענט אפגעזען זיינע שאנסן - אויב שטעלט ער זיך יא צו. די נקודה איז אז יעדער פאליטישאן וויל זיין גוט מיט א בלאק וואוט, ווייל קיינער קען נישט פאראויסזעהן וואס עס קען אונטערקומען אז ער זאל שטיין שמאל. איז אויב האט ער די בלאק וואוט סיי ווי אפגעזען צו ער שטעלט זיך צו צו נישט, וועט ער נישט האבן קיין סיבה זיך צוצושטעלן. די זעלבע אויב שטימסטו סייווי פאר'ן געווינער האט ער נישט קיין סיבה זיך צו רעכענען מיט דיר. ר' משה דוד'ס שיטה איז אלעמאל געווען אז אן אינקאמבענט וואס שטעלט זיך צו שטיצט מען אפגעזען יענעמ'ס שאנסן, און דאס האט געמאכט אז פאליטיקאנטן וועלן זיך צושטעלן וויסנדיג אז אין פאל פון א שווערן פארמעסט קען מען זיך פארלאזן אויף ר' משה דוד'ס שטימען, און פאריגע מאל איז געווען אן אויסנאם ווען די אינקאמבענט האט זיך נישט צוגעשטעלט צו א נושא וואס איז געווען די וויכטיגסטע פון סיי וואס.

די פראבלעם איז ווען מענטשן מיינען אז זיך צושטעלן מיינט האלטן מיט אלעס ווי יאסי געשטעטנער, און זיי כאפן נישט אז די בייקלעין איז טאקע זייער וויכטיג אבער עס ווערט פארשאטנט קעגן די פילע הארבערע אישוס וועס זענען דא יעצט אויפ'ן סדר היום, און ווען א פאליטיקאנט ווי רעסטלער שטעלט זיך צו צו יענס איז עס צוגעשטעלט אויסערגעווענליך אפילו אויב ער שטיצט נאך די בייקלעין (וואס איז, ווי געזאגט, טאקע א פראבלעם אבער ווייט נישט די גרעסטע).
לעבעדיגע איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 4:04 pm
x 122

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

פאוסט דורך לעבעדיגע איד »

במח"כ זענט איר טאטעלי אףף בנוגע די פאריגע גאווערנאר וואלן, און ר׳ משה דוד אליינס האט אויך געהאלטען אז מ׳האט געדארפט וואוטען פאר האקול כידוע ליודעי וכ״ו…

האקול איז געווען א אינקאמבענט וואס האט זיך צוגעשטעלט צו אונז, איר איינציגסטע חטא איז געווען אז זי איז נישט ארוסגעקומען ברבים פארדאמען די טיימס ארטיקעל,

מילא אין א אזא היציגע צייט וואס די עולם איז געווען אנגעהיצט אקעגן די דעמאקראטישע פירערשאפט האט מען געשוואורען נקמה אין איר אויך.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8554
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21101

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

פאוסט דורך דער תהלים איד »

וועלכע קאנדידאט זאגט צו צוצושטעלן פארקינג ביי די חתונה זאלן?

יענער וועט האבן מיין וואוט...
ויצא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 255
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 7:07 pm
x 301

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

פאוסט דורך ויצא »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג יוני 24, 2025 7:59 pm וועלכע קאנדידאט זאגט צו צוצושטעלן פארקינג ביי די חתונה זאלן?

יענער וועט האבן מיין וואוט...
צוזאגען קאסט נישט קיין געלט...
אמת ואמונה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 154
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 7:18 pm
x 137

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

פאוסט דורך אמת ואמונה »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג יוני 24, 2025 7:59 pm וועלכע קאנדידאט זאגט צו צוצושטעלן פארקינג ביי די חתונה זאלן?

יענער וועט האבן מיין וואוט...
דאן וואוט פאר מאמדאני פאר מעיאר.
מאמדאני וויל הרג'ענען אלע אידן, ה"י, סא איינמאל ער פירט אויס זיין פלאן, וועט זיין גענוג פארקינג ביי די חתונה זאלן....

אויב שטימסטו פאר רעסטלער קענסטו גלייך קויפן א בייק... וועסטו נישט ברויכן זוכן פארקינג...

וואס נאך ווילסטו וויסן?
טייערער אידן, הייליגע אידן, האסט אמונה אין בורא כל עולמים וועט אייך גוט זיין!!
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4018
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 25620

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

פאוסט דורך חלום חלמתי »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג יוני 24, 2025 7:59 pm וועלכע קאנדידאט זאגט צו צוצושטעלן פארקינג ביי די חתונה זאלן?

יענער וועט האבן מיין וואוט...
קענסטא פילע נישט וואוטן .
שמייכלדיג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 583
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 797

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

פאוסט דורך שמייכלדיג »

לעבעדיגע איד האט געשריבן: דינסטאג יוני 24, 2025 7:54 pm במח"כ זענט איר טאטעלי אףף בנוגע די פאריגע גאווערנאר וואלן, און ר׳ משה דוד אליינס האט אויך געהאלטען אז מ׳האט געדארפט וואוטען פאר האקול כידוע ליודעי וכ״ו…

האקול איז געווען א אינקאמבענט וואס האט זיך צוגעשטעלט צו אונז, איר איינציגסטע חטא איז געווען אז זי איז נישט ארוסגעקומען ברבים פארדאמען די טיימס ארטיקעל,
100%, זיך צוגעשטעלט מיט הבטחות און דעליווערט למעשה
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8554
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21101

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

פאוסט דורך דער תהלים איד »

פון די וומסב"ג נומערן זעט מען אז די וואטסעפפ עסקנים האבן אלעמען איבעראשט ווי ווייניג פראצענט זיי האבן אוועקגענומען.

אין די לופט האט זיך געשפירט ווי דער סקעמער'ס קאמפיין האקט שטיקער...
ויצא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 255
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 7:07 pm
x 301

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

פאוסט דורך ויצא »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 7:33 pm פון די וומסב"ג נומערן זעט מען אז די וואטסעפפ עסקנים האבן אלעמען איבעראשט ווי ווייניג פראצענט זיי האבן אוועקגענומען.

ביטע אטקירט נישט יודן וואס בלטיגען אז זייערע קינדער זענען יעדן טאג און א סכנה
אוועיטער
צמח
פרישער באניצער
פאוסטס: 87
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:11 pm
x 114

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

פאוסט דורך צמח »

ויצא האט געשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 10:42 pm

מיינסט צו זאגן, אידן וואס האבן גע'פּיילט געלט פון געיטס קאמפיין...
איך גיי גרין

וואס זענען טאקע די נומערן? וויפיל שטומען זענען ארויס געקומען פון וויליאמסבורג?
איך גיי גרין
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2212
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 4214

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

פאוסט דורך הדסים »

צמח האט געשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 11:46 pm
ויצא האט געשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 10:42 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 7:33 pm פון די וומסב"ג נומערן זעט מען אז די וואטסעפפ עסקנים האבן אלעמען איבעראשט ווי ווייניג פראצענט זיי האבן אוועקגענומען.

אין די לופט האט זיך געשפירט ווי דער סקעמער'ס קאמפיין האקט שטיקער...
ביטע אטקירט נישט יודן וואס בלטיגען אז זייערע קינדער זענען יעדן טאג און א סכנה
מיינסט צו זאגן, אידן וואס האבן גע'פּיילט געלט פון געיטס קאמפיין...
אממ... איך זאג נישט אז מ'האט געדארפט וואוטן פאר געיטס נאך אלעם איז עס נישט די איינציגסטע נושא אין וו"ב אבער מ'קען פארשטיין אז אידן וואס וואוינען אויף יענע 3 גאסן זאלן זיין אנגעווייטאגט און פרובירן שיקן א מעסעדזש אז ער זאל מוחל זיין נישט שפייען אין פנים א טאג איידער די וואלן און מ'דארף זיי נישט אראפרייסן אלץ וואטסעפפערס און געלטגייציגע.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אוועיטער
צמח
פרישער באניצער
פאוסטס: 87
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:11 pm
x 114

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

פאוסט דורך צמח »

הדסים האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 12:13 am

אבער א גרויס חלק פון די וואס האבן געפירט די שמוץ קאמפיין קעגן רעסלער האבן געמאכט שיין געלט פון די געיטס קאמפיין

כ'האב מיטגעהאלטן ווי א אינגערמאן האט גענומען א סעמפל בעלאט פון די עסקנים, ער איז געווען אויפן פאון מיט זיין ווייב, ער האט איר געזאגט וואס אויסצופילן, פאר וועמען צו וואוטן.
ס'איז אנגעקומען צו די סיטי קאונסיל, זאגט ער איר (מיט אזא געווינס שטימע, ווי צו דעם האט ער געצילט), "שרייב אריין ביי סאברינע געיטס", זײן ווייב זאגט אים אז ס'איז נישט דא אזא נאמען, ער זאגט איר, "וואס הייסט? ס'איז דא צוויי נעמען, לינקלען רעסלער מיט סאברינע געיטס", זי זאגט אים צוויי אנדערע נעמען, ער הייסט איר קוקן די אנדערע זייט, אהין און צוריק.
בעסעקלי, ער וואוינט אין קעסקעיד געגענט, ס'איז א אנדערער דיסטריקט, ער קען אפי' נישט וואוטן קעגן רעסלער...
ס'האט מיר געקאסט א שמייכל.
איך גיי גרין
ויצא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 255
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 7:07 pm
x 301

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

פאוסט דורך ויצא »

צמח האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 12:39 am
הדסים האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 12:13 am
צמח האט געשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 11:46 pm

מיינסט צו זאגן, אידן וואס האבן גע'פּיילט געלט פון געיטס קאמפיין...
אממ... איך זאג נישט אז מ'האט געדארפט וואוטן פאר געיטס נאך אלעם איז עס נישט די איינציגסטע נושא אין וו"ב אבער מ'קען פארשטיין אז אידן וואס וואוינען אויף יענע 3 גאסן זאלן זיין אנגעווייטאגט און פרובירן שיקן א מעסעדזש אז ער זאל מוחל זיין נישט שפייען אין פנים א טאג איידער די וואלן און מ'דארף זיי נישט אראפרייסן אלץ וואטסעפפערס און געלטגייציגע.
אבער א גרויס חלק פון די וואס האבן געפירט די שמוץ קאמפיין קעגן רעסלער האבן געמאכט שיין געלט פון די געיטס קאמפיין
דער וואס האט געמאכט די גרעפיקס פאר רעסלער האבען גערבייט בחנים ? :roll:
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8554
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21101

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

פאוסט דורך דער תהלים איד »

ויצא האט געשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 10:42 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 7:33 pm פון די וומסב"ג נומערן זעט מען אז די וואטסעפפ עסקנים האבן אלעמען איבעראשט ווי ווייניג פראצענט זיי האבן אוועקגענומען.

אין די לופט האט זיך געשפירט ווי דער סקעמער'ס קאמפיין האקט שטיקער...
ביטע אטקירט נישט יודן וואס בלטיגען אז זייערע קינדער זענען יעדן טאג און א סכנה
איך אטאקיר נישט קיינעם.

איך רוף עס פלעין אן ביים נאמען. די ווייטאג איז גראדע זייער בארעכטיגט, אבער די קאמפיין האבן זיי דאך נישט געפירט.
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4018
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 25620

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

פאוסט דורך חלום חלמתי »

ויצא האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 7:31 am
צמח האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 12:39 am
הדסים האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 12:13 am

אממ... איך זאג נישט אז מ'האט געדארפט וואוטן פאר געיטס נאך אלעם איז עס נישט די איינציגסטע נושא אין וו"ב אבער מ'קען פארשטיין אז אידן וואס וואוינען אויף יענע 3 גאסן זאלן זיין אנגעווייטאגט און פרובירן שיקן א מעסעדזש אז ער זאל מוחל זיין נישט שפייען אין פנים א טאג איידער די וואלן און מ'דארף זיי נישט אראפרייסן אלץ וואטסעפפערס און געלטגייציגע.
אבער א גרויס חלק פון די וואס האבן געפירט די שמוץ קאמפיין קעגן רעסלער האבן געמאכט שיין געלט פון די געיטס קאמפיין
דער וואס האט געמאכט די גרעפיקס פאר רעסלער האבען גערבייט בחנים ? :roll:
וויפיל האט ujo באקומען א חודש צוריק ? פינף מיליאן?
אוועיטער
צמח
פרישער באניצער
פאוסטס: 87
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:11 pm
x 114

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

פאוסט דורך צמח »

ויצא האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 7:31 am
צמח האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 12:39 am
הדסים האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 12:13 am

אממ... איך זאג נישט אז מ'האט געדארפט וואוטן פאר געיטס נאך אלעם איז עס נישט די איינציגסטע נושא אין וו"ב אבער מ'קען פארשטיין אז אידן וואס וואוינען אויף יענע 3 גאסן זאלן זיין אנגעווייטאגט און פרובירן שיקן א מעסעדזש אז ער זאל מוחל זיין נישט שפייען אין פנים א טאג איידער די וואלן און מ'דארף זיי נישט אראפרייסן אלץ וואטסעפפערס און געלטגייציגע.
אבער א גרויס חלק פון די וואס האבן געפירט די שמוץ קאמפיין קעגן רעסלער האבן געמאכט שיין געלט פון די געיטס קאמפיין
דער וואס האט געמאכט די גרעפיקס פאר רעסלער האבען גערבייט בחנים ? :roll:
נאופ, אויכעט נישט, קיינער האט נישט קאמפיינט פאר קיינעם בחינם.

מיין נקידה איז נאר, אז די וואס האבן קאמפיינט קעגן רעסלער, האבן עס אויכעט נאר געטון פאר געלט.
זיי האבן עס אויכעט נישט געטון ווייל זיי מיינען אונזער טובה.

חוץ פון דעם, ujo וואלט זייער גרינג געקענט באקומען געלט פון געיטס קאמפיין, זיי וואלטן ווען געקענט קאמפיינען פאר איר, זיי האבן פאר א סיבה אויסגעוועהלט צו נעמען געלט פון די רעסלער קאמפיין, ווייל ער איז בעסער ווי איר.
איך גיי גרין
שרייב פאוסט