חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 25, 2025 12:37 am
שינאווער האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 25, 2025 12:15 am
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 24, 2025 11:38 pm
ער האט אליינס געזאגט פאר די בלאט אז ער האט גארנישט קעגן אידן?
דעי מענטש האלט נישט אז ארץ ישראל האט א רעכט צו עקזיסטירן - נישט צוויי שטאטן פאלעסטיין לעזונג - זיי טארן נישט עקזעסטירן
דעי פערד האט א טאג נאך אקטאבער סעוון פארדאמט די.... סיטואציע אין עזה
שטיצט די אנטיסעמיטיזם מהימות אין וואל סטריט - קאלעדזשעס
רעגירונג זאל איבערנעמען גראסעריס, העכערן שטייערן אויף קארס טאול' געז און די ליסט גאו'ס אן..
הונדערט פראצענט.
ער איז אן אויסגעשפראכענע לינקער, און ער איז א טיפישער מוסלומענער.
אבער ער האט געהאט שטארקע טשאנסן, און נפתלי משה אינדיג איז געווען דער "איינציגסטער" אידישער פראמינענטער עסקן וואס האט זיך בכלל אראפגעזעצט מיט אים צו הערן וואס ער האלט, און אים פארשטיין געבן דער באדייט פון דער אידישער געמיינדע אין די סיטי, און זייערע באדערפענישן, און אז זיי האבן נישט קיין שייכות מיט מדינת ישראל, און בכלל אנצוקניפן באציאונגען מיט אים, אין דער צייט וואס יעדער אידישער טוער און מיינונגס זאגער איז געווען פארנומען אים אראפ צו רייסן אלץ אן אנטיסעמיט, אן צו טראכן לאגיש און צו קוקן אביסל פארויס מיט אחריות.
און דאס איז חוץ פון דעם וואס עדעמס האט יעצט אסאך בעסערע טשענסעס צו געווינען אין נאוועמבער.
ווי קען מען איינקעשן נפתלי משה'ס זיצונג?
איי מיען ס'איז זיכער גוט אז ער האט אים פרובירט מסביר צו זיין, אבער אינז זעמער אזוי חרוב אויב ער געווינט אז יא.
אויסערדעם וואס אינדרויסן פון וויליאמסבורג - קיין שייכות מיט מדינות ישראל טעריטאריע - דארף נישט א מאדערן ארטאדאקס פראפעסאר ווערן באשאסן מיט אייער און א קינד מיט א קאפל בלאקירט פון אריינגיין אין סקול, פרוביר איך דיר מסביר צו זיין אז א אנטיסעמיט אין די היינטיגע עפאכע מיינט איינער וואס העצט אויף מדינות ישראל איינס. פלאס ווען ער קען נישט פארדאמען א רוף פאר אינטערנאציאנאלע אינדעפאדע, אדער וואנדעלעזירן ביזנעסער.
יעצט פרוביר אים בעטן אז א ביבער הוט זאל ער נישט פיינד האבן נאר א קראך הוט מעג ער....
וואס יעדער אידישער טוער און מיינונגס זאגער איז געווען פארנומען אים אראפ צו רייסן אלץ אן אנטיסעמיט, אן צו טראכן לאגיש און צו קוקן אביסל פארויס מיט אחריות.
קיין איין היימישע עסקן האט אים נישט אראפגעריסן און ס'מאכט סייווי נישט אויס. יא נישט, ער טוישט נישט זיין מיינונג איבער אונז סייווי
די פוינט איז נישט צו ער האט מסביר געווען צו נישט, און וואו מען גייט עס קענען איינקעשן.
און בנוגע די היימישע עסקנים, דו פארשטייסט מיין פוינט, איך האב נישט געזאגט אז מען איז ארויסגעקומען מיט קול קוראס אנטקעגן אים, אבער דו און איך - און מאמדאני - ווייסן זייער גוט וואסערע היץ עס איז געווען אין די גאסן איבער אים - קען זיין מיט רעכט -, און אז קיינער האט אפילו נישט גענומען דער מיה צו קוקן אויף זיין זייט.
נפתלי משה האט זיך אראפ געזעצט מיט אים, און גערעדט מיט אים א לענגערע צייט, און דורך געגאנגען א רייע זאכן וואס זענען "קריטיש וויכטיג" אז א גאנץ-ווארשיינליכער מעיאר פון ניו יארק סיטי זאל וויסן און פארשטיין און ארויסהאבן, און אזוי אויך אז ער זאל פארשטיין דער חילוק צווישן אונז און מדינת ישראל. [און מאמדאני האט פערצופאל ארויסגעוויזן גרויס ווארעמקייט צו דער אידישער געמיינדע - איך זאג נישט אז ער איז אן אוהב ישראל אין פארגלייך צו עדעמס, אבער יא..] און דאס איז חוץ דער עצם געדאנק פון אנקניפן גוטע באציאונגען מיט אים.
בקיצור, מ'דארף טון וואס איז ריכטיג, און האנדלען קלוג, מיט אחריות פארן צוקונפט.
און דאס איז חוץ פון דעם אז עדעמס האט יעצט א גרעסערע טשאנס.
דער אייבערשטער זאל העלפן אז עס זאל זיין נאר גוט פאר אידן אומעטום. און משיח זאל שוין קומען.