איך האב טאקע נישט געזאגט אז די געריכט האט געזאגט אז מען קען נישט אפהאקן, אבער עס האט אויך נישט געזאגט אז מען קען יא....פארטריבן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 19, 2025 2:37 pmגערעכט טאקע, אבי שיק האט פרובירט צו טענה'ן אז עני אינסטוטוציע וואס הייסט 'סקול' זאל מעגן באקומען באסעס, אפילו עס איז נישט קיין 'קאמפאלסערי עדיוקעשאן סקול',
אבער למעשה לויט ווי די געזעץ איז יעצט קען אזא מוסד 'נישט' באקומען קיין פאנדינג, אזויווי עס שטייט אין די יעצטיגע רעגולעשאנס, און ס"ה איז דאס א נייע טענה וואס ער האט געוואלט מחדש זיין מען זאל יא קענען באקומען,
און אויב די יעצטיגע קאורט האט נישט געגעבן גערעכט פאר אבי שיק מיט דעם, דאן בלייבט דאס אויטאמאטיש ביים אלטן אז די סטעיט קע 'יא' אפהאקן די פאנדינג פון א מוסד וואס ווערט באשטעטיגט אלץ 'נישט עקוויוועלענט'.
די געריכט האט טאקע נישט יעצט געאורטיילט בפירוש אויף די נושא פון פאנדינג, אבער איינמאל זיי האבן צוריקגעשטעלט די רעכט פון די קאמישאנער צו געבן א פיינעל דעטערמינעשאן פאר א סקול וואס קומט נישט נאך 'אלעס' פון די עקוויוועלענסי פארלאנגען, און עס ווערט אויס 'קאמפאלסערי עדיוקעשאן סקול', האט די עדיוקעשאן דעפארטמענט אויטאמאטיש די רעכט אפצושטעלן די פאנדינג ווי געזאגט פריער מכח די יעצטיגע רעגולעשאנס\גיידליינס,פ. לאקס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 19, 2025 12:56 pmווי געשריבן איז דאס נישט אקוראט, זינט די געריכט האט נישט געאורטיילט אויף די פראגע אויב א סקול וואס קומט נישט נאך אלע חלקים פון סובסטענשעל עקוויווילענסי דארף יא אדער נישט באקומען פאנדינג אדער עס איז רעזערווירט נאר פאר 100% קאמפליענט סקולס.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 6:34 pm א שטיקל קלארקייט אויפ'ן היינטיגן אורטייל פונעם העכסטן קאורט.
2) סיטי קען ווייטער שיקן בריוו פאר די עלטערן פון די 6 מוסדות - געריכט רעדט נישט אריין אויב זיי קענען אנהויבן א נייע בלאט מיט די נייע געזעץ
בנוגע די 6 גע'פסל'טע מוסדות זאגט דער געריכט אז די קאמישאנער - און דאן די סיטי - האט די רעכט צו טון אלעס וואס זיי האבן געטון, ווייל דער מוסד שטעלט נישט צו קיין עקוויווילענט לימודים, ממילא איז עס נישט קיין עקוויווילענט סקול, דעריבער דארפן די עלטערן וויסן אז זייערע קינדער באקומען נישט קיין עדיוקעישן דורכ'ן שיקן דא, און אויטאמאטיש, קען די סיטי אודאי ווייטער אפהאקן פאנדינג פונעם מוסד און ספעשל עד פאר'ן טאטע, ווייל די סקול איז נישט קיין סקול.
וואס מיט דעם כח פון די יעצטיגע רעגולעשאנס האבן זיי טאקע יעצט אפגעשטעלט די פאנדינג פון די 6 מוסדות, ווייל די גיידליינס גיט קלאר די רעכט דאס צוטוהן,
עס קען זיין אז מען קען אנהייבן א נייע קעיס פון אונטן מיט אבי שיק'ס אז עני סארט 'סקול' זאל מעגן באקומען פאנדינג, אבער ווילאנג דאס ווערט נישט אויסגע'פסק'נט אין געריכט, האט די עדיוקעשאן דעפארטמענט זיכער די רעכט דאס צו טוהן
און מען זעהט דאך מעשה רב ווי זיי האבן עס שוין געטוהן.
און פארוואס ביז יעצט האבן זיי יא געקענט אפשטעלן די פאנדינג פון די 6 סקול, און יעצט נאכן קאורט אף אפיעלס זאלן זיי נישט קענען?
די סטאטוס קווא פארבלייבט אז די סטעיט קען טון מה שליבם חפץ און די מוסדות קענען עס קלאגן אין געריכט.