יא נישט פארגעסן, דאס ליגט ביי מרת מלכא אשת מאיר יואל - 2 קינדער
כת לב טהור אין גוואטעמאלע
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
-
לעבער אייער
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 294
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
- Location: בארא פארק
- x 1330
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
דעמאלסט קענען זיי דאך עפענען א פרישע קולט אין סיי וועלכע לאנד אפילו אן די קינדער האבן פרישע קינדער און די זאך פאנגט זיך אן פון פרישסענס אף יומער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 19, 2025 1:45 amנאר קינדער זענען באגרעניצט צו די דריי לענדער.גארנישט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 19, 2025 12:12 amמען קען שוין גיין קיין ארגענטינא? ווייל מען פלעגט נאר קענען גיין צו 3 לענדערסענס אף יומער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 19, 2025 12:04 am אין אנדערע נייעס איז די וואך ארויסגעפארן נאך א לב טהור מיטגליד פון גואטעמאלא און געפארן קיין ארגענטינע.
מיכאל יודא גאלדמאן, וועלכע איז געווען פון די עלף באטרעפנדע מיטגלידער וועמען די רעגירונג האט געהאט פארטריבן פון גואטעמאלא מיט עטליכע וואכן צוריק, האט זיך צוערשט אויסבאהאלטן אין גואטעמאלא נישט וועלנדיג פארלאזן דאס פלאץ, אבער די וואך, בעפאר ס'איז פארגעקומען די געריכט אויף זיינע 3 יונגערע קינדער וועלכע געפינען זיך אין שעלטער, איז ער ארויסגעפארן פון גואטעמאלא, נישט וועלנדיג אז דאס זיך אויפהאלטן אין גואטעמאלא אומלעגאל זאל שפילן א ראלע אין אפהאלטן די געריכט פון באפרייען זיינע קינדער, וויבאלד ער האט געמיינט אז ס'וועט געלונגען צוריקצובאקומען זיינע קינדער אין גואטעמאלא.
- סענס אף יומער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 510
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
- x 5715
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ווער פונקטליך זאל עפענען די קולט? יעדע איינציגסטע מיטגליד אין לב טהור וואס האט נארלעבער אייער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 19, 2025 8:52 am
דעמאלסט קענען זיי דאך עפענען א פרישע קולט אין סיי וועלכע לאנד אפילו אן די קינדער האבן פרישע קינדער און די זאך פאנגט זיך אן פון פריש
געהאט סיי וועלכע פירערשאפט ראלע איז שוין אנגעקלאגט און ארעסטירט געווארן, און אפילו די וואס זענען נאך אויף בעיל קענען אויך נישט ארויספארן פון גואטעמאלא.
ווען מ'זעהט ווען אז די יונגערע פארפעלקער לאזן איבער זייערע קינדער אין שעלטער און ציען זיך אריבער צו א אנדערע לאנד וואלט דאס מעגליך געווען באזארגנד, אבער היות ב"ה אז ממש אלע עלטערן ברעכן זיך און קומען נאך די פארלאנגטע תנאים ארויסצונעמען די קינדער, איז נישטא וואס צו זיין באזארגט ווען א עלטערע מענטש פארט אליינס ארויס צו א אנדערע לאנד. און גראדע איז ער בכלל נישט אהינגעפארן מיט שלעכטע כוונות, ער איז בכלל נישט געווען אין די פירערשאפט, ער האט פשוט געמוזט אנטלויפן נאכן פארטריבן ווערן דורך די אימיגראציע אויטאריטעטן, און ארגענטינע איז אים געווען די מערסטע פראקטיש, נישט ווייל ער האט עפעס פלענער פארן צוקונפט.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
גראדע, זיינע ספרים דרך הצלה (מהדו"ק ומהדו"ב) בענין שלש שבועות ומדינה הציונות זענען געשריבן מיט א זעלטענע קלארקייט. ער באציהט זיך צו געוויסע שוועריקייטן אין ויוא"מ וואס איך האב נישט געזעהן אז אנדערע זאלן אדרעסירן. אויך איז ער זייער שיין מלקט פון גדולי ישראל בענין הציונות ווי אויך ציטירט ער להבדיל שרעקליכע אנטיסימיטישע מימרות פון ראשי הציונות.שמועות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 6:09 pmגעדענק איך נאך טאקע פאר 30 יאר צוריק ווען עס איז ארויסגערינען ווער דער מענטש איזגרינטליך האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 1:01 pmנישט ספרים נאר BOOKSגארנישט האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 17, 2025 10:46 pm אפשר האט איינער די ספרים פון דעם פריערדיגען מנהיג פון לב טהור אין חסידות און קען אהערברענגען
(סתם פאר אינטערעסאנטקייט, דאכט זיך קיינער האט נישט קיין טענות אויף די ספרים געהאט)
אפשר איינער פון אחינו היקרים עד למאוד פון לב טהור, (אויב רעד מען שוין אזוי אפעציעל אז מיר זיצן מיט זיי אינאיינעם)
פארשטייט זיך אז פריוואט איז אויכעט גוט
אגב מען ברויך מברר זיין הלכה'דיג צי מען דארף דאס הלכה'דיג פארברענען צי נישט. ואכמ"ל בעניין
האט מען ביי אונז אין הויף געמאכט א גרויסן פייער און אריינגעווארפן דעם א"ג 'ספר פתח הצלה' וואס האט נאך געהאט דעמאלטס אפגעליגן ביי אונז
איך האב א חבר וואס האט נאר ארויסגעריסן צו קענען האלטן פאר זיך יענע בלעטער פון די ציוניסטישע מימרות
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
וראה זה פלא אז אפילו נאכן פארברענען די ספרים האט זיך לב טהור געהאלטן פאר נאך 30 יאהר, און איז יעצט צוזאמגעפאלן אן שרייען און שעלטן און פארברענען ספרים.שמועות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 6:09 pmגעדענק איך נאך טאקע פאר 30 יאר צוריק ווען עס איז ארויסגערינען ווער דער מענטש איזגרינטליך האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 1:01 pmנישט ספרים נאר BOOKSגארנישט האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 17, 2025 10:46 pm אפשר האט איינער די ספרים פון דעם פריערדיגען מנהיג פון לב טהור אין חסידות און קען אהערברענגען
(סתם פאר אינטערעסאנטקייט, דאכט זיך קיינער האט נישט קיין טענות אויף די ספרים געהאט)
אפשר איינער פון אחינו היקרים עד למאוד פון לב טהור, (אויב רעד מען שוין אזוי אפעציעל אז מיר זיצן מיט זיי אינאיינעם)
פארשטייט זיך אז פריוואט איז אויכעט גוט
אגב מען ברויך מברר זיין הלכה'דיג צי מען דארף דאס הלכה'דיג פארברענען צי נישט. ואכמ"ל בעניין
האט מען ביי אונז אין הויף געמאכט א גרויסן פייער און אריינגעווארפן דעם א"ג 'ספר פתח הצלה' וואס האט נאך געהאט דעמאלטס אפגעליגן ביי אונז
-
איך וויל זיין ערליך
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 50
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 7:33 am
- Location: ישראל
- x 102
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
[
גראדע, זיינע ספרים דרך הצלה (מהדו"ק ומהדו"ב) בענין שלש שבועות ומדינה הציונות זענען געשריבן מיט א זעלטענע קלארקייט. ער באציהט זיך צו געוויסע שוועריקייטן אין ויוא"מ וואס איך האב נישט געזעהן אז אנדערע זאלן אדרעסירן. אויך איז ער זייער שיין מלקט פון גדולי ישראל בענין הציונות ווי אויך ציטירט ער להבדיל שרעקליכע אנטיסימיטישע מימרות פון ראשי הציונות.
איך האב א חבר וואס האט נאר ארויסגעריסן צו קענען האלטן פאר זיך יענע בלעטער פון די ציוניסטישע מימרות
[/quote]
דו קלערסט אז די רבי זי"ע וואלט עם געאזגט שכוייח פארן פארענטפערן די שווערעקייטן אין ויוא"מ אזוי ווי די שרייבסט???

דערפרייט דאס הארץ?!תינוק הבורח האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 8:37 pmעס דערפרייט דאס הארץ.סענס אף יומער האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 4:08 pm ווי באקאנט טוהט דער לב טהור פירער נחמן העלבראנץ אין די לעצטערע יארן אנפירן פון טורמע מיט אלע מעשי רציחה אינעם קולט דורך א טעלעפאן וואס מ'האט אים אריינגעשווערצט. אין די לעצטערע חדשים, נאכן אנטדעקן זיין באהאלטענע טעלעפאן, האט מען אים אריינגעווארפן אינעם לאך - solitary confinement צוליב דעם הארבן פארלעצונג פון פארמאגן א טעלעפאן אין טורמע.
דאס שמאכטן אינעם לאך האט אים אבער נישט אפגעשטעלט פון אויספירן ווייטער זיינע נידריגע מעשים, און ער איז ווייטער אנגעגאנגען מיט זיינע שטילע אקטיוויטעטן דורך זיין וויזיטער און ידא אריכתא א.י.ר. הידוע.
נאכן אים כאפן מיט אזעלכע פארברעכערישע אקטן, האבן די טורמע באאמטע גענומען דעם קומענדיגן שטאפל און אים אריינגעלייגט אונטער א פראגראם וואס רופט זיך דיזעל טעראפי. דאס באדייט אז א יעדע איינציגסטע חודש טוישט מען אריבער דעם ארעסטאנט צו א צווייטע טורמע, און דאס קומט פארשטייט זיך מיט עקסטרעם ביטערע פיזישע און גייסטישע מיטמאכענישן. (מעט מן המעט וואס די אומשולדיגע קינדערלעך זענען אדורך אין לב טהור אונטער זיין ברוטאלע דיקטאטורשאפט).
די ארעסטאנט ווערט אינגאנצן פארבינדן אין קייטן, עפעס וואס טוהט גאר שטארק באגרעניצן דעם ארעסטאנט פון זיך קענען געהעריג באוועגן פאר לאנגע וואכן. (כמעט אזעלכע יסורים ווי די מלקות און תיקונים אין לב טהור).
די טראנספארט פון איין טורמע צום צווייטן ווערט דורכגעפירט מיט ספעציעלע באסעס אדער ווענס, און די רייזעס קענען געדויערן וואכן לאנג, זיך געפינענדיג אינאיינעם מיט די ערגסטע ארעסטאנטן. (א שטייגער ווי זיי האבן ארומגעטראגן און ארומגעשלעפט דעם גאנצן לב טהור קהילה פאר איבער א יאר צייט ממדינה למדינה).
די באדינגונגען זענען שרעקליך ענג, זיצנדיג אויף שמאלע מעטאלענע בענקלעך אזש מען קען ממש נישט רירן די פיס. (א בחינה ווי מען פלעגט צווינגען קליינע קינדער צו שטיין אויף איין פלאץ אן זיך רירן פאר לאנגע שעות כדי צו באקומען א תיקון).
עירקאנדישאן איז מאן דכר שמיה, זיך בראטנדיג אין די שרעקליכע זומער היצן. (ווייט ווייט פון די שרעקליכע אומשטענדן אונטער וועלכי די אלע משפחות האבן געוואוינט אינעם דרוקעריי ווערהאוז, אסאך ערגער ווי פיר פיסיגע בעלי חיים).
די בתי כבוד זענען גאנץ אפט ארויס פון באנוץ , וואס ברענגט די ארעסטאנטן נישט צו עסן אדער טרינקען כדי נישט צו דארפן ארויסגיין. (ממש ווי אין בבל וואו מ'איז ארויסגעגאנגען אין פלעסטיק בעגס אדער אין וואלד נאכן פארמאגן קנאפע 4 בתי כבוד פארן גאנצן ציבור, וואס אפילו די דאזיגע פיר איז אויך כמעט קיינמאל נישט געווען אין באנוץ)
די טעגליכע מאלצייטן טוען באשטיין פון מינימאלע ברויט און וואסער. (פון די קליינע תיקונים וואס יונגע אומשולדיגע קינדערלעך זענען אדורך מידי יום ביומו)
כסדר'דיגע סטאפס אינמיטן וועג ביי די קאונטי אדער פעדעראלע טורמעס קענען געדויערן לאנגע טעג און וואכן.
(א שטייגער ווי מען פלעגט איינשפארן קליינע קינדער פאר לאנגע חדשים אינעם ווייבער שול אין בבל.)
קען זיין ס' מוז געשען אין ס' מוז געטוהן ווערען, פארדעם פרעגען דאך אהן די עסקנים אויף יעדער ריר דעת תורה.
און אויב עסקנים האבען געהאט א האנט און דעם, איז עס 100% זעכער געווען מיט א פסק הלכה די קלארע דעת תורה.
אבער דערפרייען דאס הארץ?!
ישראל אע"פ שחטא ישראל נינהו.
ער איז דאך א אידיש קינד, @סענס אף יומער האט געמיינט ארויס צי ברענגען די מדה במדה וואס ס' געשעט
אין ער וועט שוין נישט קענען זיין און קונטאקט מיט קיינעם און די וועלט פאר א תקופה.
אבער נישט ווייל ס' ביי איינער א שמחה.
חז"ל לערנען אונז "יתמו חטאים ולא חוטאים" לשמחה זו מה זו עושה?
א חוץ א די ביסט אליין געווען א וויקטים פון עהם דאמאלסט בין אייך נישט דן, אין כאילו לא אמרתי כלום.
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
https://toirem.org/31069
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ברוך השם, געווען פארזארגט ער זאל דארפען בלייבען וועגען די מלחמה אין אל סאלבאדור'ס גיהנם, נאך א פאר וואכען.סענס אף יומער האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 10:07 pm עס קומט יעצט אריין די גוטע בשורה אז ר' אלעזר רומפלער וועלכע איז געזעצן אין תפיסה אין סאלוואדאר די לעצטערע חדשים, וועט ווי געפלאנט זיך הייבן נאך היינט מיט א פליגער ארויס פון על סאלוואדאר אין ריכטונג פון שפאניע, און פון דארטן קיין א"י ווי נאר עס וועט זיין א וועג אריינצופארן.
ר' אלעזר וועט באגלייט ווערן דורך צוויי מדנ"י רעגירונגס באאמטע פון די רייזע ארויס פון על סאלוואדאר ביז קיין א"י.
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
https://toirem.org/31069
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ווי שוין געשריבען, ס' איז בשום אופן נישט בעסער ווי ספר תורה שכתבו מין, וואס איז מחיוב צי מבער זיין אדער באגראבען.ים התלמוד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 19, 2025 11:14 amגראדע, זיינע ספרים דרך הצלה (מהדו"ק ומהדו"ב) בענין שלש שבועות ומדינה הציונות זענען געשריבן מיט א זעלטענע קלארקייט. ער באציהט זיך צו געוויסע שוועריקייטן אין ויוא"מ וואס איך האב נישט געזעהן אז אנדערע זאלן אדרעסירן. אויך איז ער זייער שיין מלקט פון גדולי ישראל בענין הציונות ווי אויך ציטירט ער להבדיל שרעקליכע אנטיסימיטישע מימרות פון ראשי הציונות.שמועות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 6:09 pmגעדענק איך נאך טאקע פאר 30 יאר צוריק ווען עס איז ארויסגערינען ווער דער מענטש איז
האט מען ביי אונז אין הויף געמאכט א גרויסן פייער און אריינגעווארפן דעם א"ג 'ספר פתח הצלה' וואס האט נאך געהאט דעמאלטס אפגעליגן ביי אונז
איך האב א חבר וואס האט נאר ארויסגעריסן צו קענען האלטן פאר זיך יענע בלעטער פון די ציוניסטישע מימרות
לטעמיך אויב דאס איז כשר ווייל סד קלאר געשריבען, וואלט חידושי תורה געשריבען דארך איינער פין די ציונים אויכעט געדארפט זיין כשר.
נאר טרייף איז טרייף!!!
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
https://toirem.org/31069
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
פארברענען איז א זאך פון פרונציביל גארנישט צי טוהן מיט די תוצאות לגבי די כת.ים התלמוד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 19, 2025 11:23 amוראה זה פלא אז אפילו נאכן פארברענען די ספרים האט זיך לב טהור געהאלטן פאר נאך 30 יאהר, און איז יעצט צוזאמגעפאלן אן שרייען און שעלטן און פארברענען ספרים.שמועות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 6:09 pmגעדענק איך נאך טאקע פאר 30 יאר צוריק ווען עס איז ארויסגערינען ווער דער מענטש איז
האט מען ביי אונז אין הויף געמאכט א גרויסן פייער און אריינגעווארפן דעם א"ג 'ספר פתח הצלה' וואס האט נאך געהאט דעמאלטס אפגעליגן ביי אונז
דער חיוב איז אפילו אויב די גאנצער כת איז דערנאך אויכעט.
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
https://toirem.org/31069
-
שמועות טובות
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 409
- זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
- x 1307
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
דער ערשטע וואס האט שוועריגקייטן אין ויואל משה און צוליב דעם גייט ער און איז מתשתש און פארדרייעט דעם רבי'ןס ווערטער מיט אן אויסזעהנדען מופלא'דיגן מהלך ר"לים התלמוד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 19, 2025 11:14 amגראדע, זיינע ספרים דרך הצלה (מהדו"ק ומהדו"ב) בענין שלש שבועות ומדינה הציונות זענען געשריבן מיט א זעלטענע קלארקייט. ער באציהט זיך צו געוויסע שוועריקייטן אין ויוא"מ וואס איך האב נישט געזעהן אז אנדערע זאלן אדרעסירן. אויך איז ער זייער שיין מלקט פון גדולי ישראל בענין הציונות ווי אויך ציטירט ער להבדיל שרעקליכע אנטיסימיטישע מימרות פון ראשי הציונות.שמועות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 6:09 pmגעדענק איך נאך טאקע פאר 30 יאר צוריק ווען עס איז ארויסגערינען ווער דער מענטש איז
האט מען ביי אונז אין הויף געמאכט א גרויסן פייער און אריינגעווארפן דעם א"ג 'ספר פתח הצלה' וואס האט נאך געהאט דעמאלטס אפגעליגן ביי אונז
איך האב א חבר וואס האט נאר ארויסגעריסן צו קענען האלטן פאר זיך יענע בלעטער פון די ציוניסטישע מימרות
א מגלה פנים בתורה שלא כהלכה
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איך ווייס נישט אפילו פון איין איד חוץ דיר וועמענס אזא זאך דערפרייט דאס הארץ. עס רייסט ביים הארץ.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
גרינטליך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 19, 2025 12:13 pmווי שוין געשריבען, ס' איז בשום אופן נישט בעסער ווי ספר תורה שכתבו מין, וואס איז מחיוב צי מבער זיין אדער באגראבען.ים התלמוד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 19, 2025 11:14 amגראדע, זיינע ספרים דרך הצלה (מהדו"ק ומהדו"ב) בענין שלש שבועות ומדינה הציונות זענען געשריבן מיט א זעלטענע קלארקייט. ער באציהט זיך צו געוויסע שוועריקייטן אין ויוא"מ וואס איך האב נישט געזעהן אז אנדערע זאלן אדרעסירן. אויך איז ער זייער שיין מלקט פון גדולי ישראל בענין הציונות ווי אויך ציטירט ער להבדיל שרעקליכע אנטיסימיטישע מימרות פון ראשי הציונות.שמועות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 6:09 pm
געדענק איך נאך טאקע פאר 30 יאר צוריק ווען עס איז ארויסגערינען ווער דער מענטש איז
האט מען ביי אונז אין הויף געמאכט א גרויסן פייער און אריינגעווארפן דעם א"ג 'ספר פתח הצלה' וואס האט נאך געהאט דעמאלטס אפגעליגן ביי אונז
איך האב א חבר וואס האט נאר ארויסגעריסן צו קענען האלטן פאר זיך יענע בלעטער פון די ציוניסטישע מימרות
לטעמיך אויב דאס איז כשר ווייל סד קלאר געשריבען, וואלט חידושי תורה געשריבען דארך איינער פין די ציונים אויכעט געדארפט זיין כשר.
נאר טרייף איז טרייף!!!
- ער איז זיכער נישט געוועהן א מין (חוץ אויב דיני מין ואפיקורס ווערט געפסקנט אין צייטונגען און פאשקיווילן).
- איך האב נאר געזאגט אז ס'איז קלאר געשריבן, נישט אויב ס'איז כשר אדער טרייף
- ס'זענען פאראן ערליכע אידן וואס לערנען פון ספרים וואס זענען געשריבן געווארן דורך ציונים.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ער איז נישט די ערשטע וואס האט שוועריקייטן אין ויוא"מ.שמועות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 19, 2025 12:19 pmדער ערשטע וואס האט שוועריגקייטן אין ויואל משה און צוליב דעם גייט ער און איז מתשתש און פארדרייעט דעם רבי'ןס ווערטער מיט אן אויסזעהנדען מופלא'דיגן מהלך ר"לים התלמוד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 19, 2025 11:14 amגראדע, זיינע ספרים דרך הצלה (מהדו"ק ומהדו"ב) בענין שלש שבועות ומדינה הציונות זענען געשריבן מיט א זעלטענע קלארקייט. ער באציהט זיך צו געוויסע שוועריקייטן אין ויוא"מ וואס איך האב נישט געזעהן אז אנדערע זאלן אדרעסירן. אויך איז ער זייער שיין מלקט פון גדולי ישראל בענין הציונות ווי אויך ציטירט ער להבדיל שרעקליכע אנטיסימיטישע מימרות פון ראשי הציונות.שמועות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 6:09 pm
געדענק איך נאך טאקע פאר 30 יאר צוריק ווען עס איז ארויסגערינען ווער דער מענטש איז
האט מען ביי אונז אין הויף געמאכט א גרויסן פייער און אריינגעווארפן דעם א"ג 'ספר פתח הצלה' וואס האט נאך געהאט דעמאלטס אפגעליגן ביי אונז
איך האב א חבר וואס האט נאר ארויסגעריסן צו קענען האלטן פאר זיך יענע בלעטער פון די ציוניסטישע מימרות
א מגלה פנים בתורה שלא כהלכה
קענסט זיך דינגען מיט זיין מהלך אבער מיט וואס איז ער מגלה פנים בתורה שלא כהלכה?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איך וועל ענטפערען על ראשון ראשון יעצט איין לעצטער מאהל, ווייל איך וויל נישט סתם אריין גיין אין וויכוחיםים התלמוד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 19, 2025 12:30 pmגרינטליך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 19, 2025 12:13 pmווי שוין געשריבען, ס' איז בשום אופן נישט בעסער ווי ספר תורה שכתבו מין, וואס איז מחיוב צי מבער זיין אדער באגראבען.ים התלמוד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 19, 2025 11:14 am
גראדע, זיינע ספרים דרך הצלה (מהדו"ק ומהדו"ב) בענין שלש שבועות ומדינה הציונות זענען געשריבן מיט א זעלטענע קלארקייט. ער באציהט זיך צו געוויסע שוועריקייטן אין ויוא"מ וואס איך האב נישט געזעהן אז אנדערע זאלן אדרעסירן. אויך איז ער זייער שיין מלקט פון גדולי ישראל בענין הציונות ווי אויך ציטירט ער להבדיל שרעקליכע אנטיסימיטישע מימרות פון ראשי הציונות.
איך האב א חבר וואס האט נאר ארויסגעריסן צו קענען האלטן פאר זיך יענע בלעטער פון די ציוניסטישע מימרות
לטעמיך אויב דאס איז כשר ווייל סד קלאר געשריבען, וואלט חידושי תורה געשריבען דארך איינער פין די ציונים אויכעט געדארפט זיין כשר.
נאר טרייף איז טרייף!!!
- ער איז זיכער נישט געוועהן א מין (חוץ אויב דיני מין ואפיקורס ווערט געפסקנט אין צייטונגען און פאשקיווילן).
- איך האב נאר געזאגט אז ס'איז קלאר געשריבן, נישט אויב ס'איז כשר אדער טרייף
- ס'זענען פאראן ערליכע אידן וואס לערנען פון ספרים וואס זענען געשריבן געווארן דורך ציונים.
1. ווי שוין דיר געשריבען אין אישי, ס' דא א סאך לעבעדיגער עדות (אפילו פובליק ריקורדינג'ס) וואס פארציילען וועגען זיין זאגען אז די גמרא און שלחן ערוך זענען רח"ל משובש.
דאס ווערט געברענגט אויכעט אין די אינטערוויו אין די מאמענט מיט הרה"ג די דיין חיד"א ווייס שליט"א ער איז גענוג א גרויסע דיין פאר מיר.
2 לגבי קלאר, האב איך ריאגירט ווייל ס' קען משמע זיין אז ס' כשר.
3. אוודאי איז דא ערליכער יודען וואס לערנען ספרים פון ציונים, אבער אויב די ספר, איז קעגען מינות אין די לערנסט פון א מין-איז תברא לגזיזיה.
ובזה יצאתי ידי חובה.
איך וועל מיך מער נישט טענה'ן אויף דעם נושא.
ס' מיר נאר אינטערסאנט, וואס ברענט דיר צי כשר'ן די לאקשען קוגל פון ארז.
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
https://toirem.org/31069
-
שמועות טובות
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 409
- זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
- x 1307
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ווייל צוליב זיינע שוועריגקייטן גייט ער און בויעט אויף נייע מהלכים ווי אזוי מען ברויך זיך פירן וואס איז לא שערים אבותיכם און דער מחבר פונעם ספר ויואל משה אליינס האט אזעלכע מהלכים קיינמאל נישט פארגעלייגט און אפילו נישט גענומען אין באטראכטים התלמוד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 19, 2025 12:39 pmער איז נישט די ערשטע וואס האט שוועריקייטן אין ויוא"מ.שמועות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 19, 2025 12:19 pmדער ערשטע וואס האט שוועריגקייטן אין ויואל משה און צוליב דעם גייט ער און איז מתשתש און פארדרייעט דעם רבי'ןס ווערטער מיט אן אויסזעהנדען מופלא'דיגן מהלך ר"לים התלמוד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 19, 2025 11:14 am
גראדע, זיינע ספרים דרך הצלה (מהדו"ק ומהדו"ב) בענין שלש שבועות ומדינה הציונות זענען געשריבן מיט א זעלטענע קלארקייט. ער באציהט זיך צו געוויסע שוועריקייטן אין ויוא"מ וואס איך האב נישט געזעהן אז אנדערע זאלן אדרעסירן. אויך איז ער זייער שיין מלקט פון גדולי ישראל בענין הציונות ווי אויך ציטירט ער להבדיל שרעקליכע אנטיסימיטישע מימרות פון ראשי הציונות.
איך האב א חבר וואס האט נאר ארויסגעריסן צו קענען האלטן פאר זיך יענע בלעטער פון די ציוניסטישע מימרות
א מגלה פנים בתורה שלא כהלכה
קענסט זיך דינגען מיט זיין מהלך אבער מיט וואס איז ער מגלה פנים בתורה שלא כהלכה?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
גענוג וועגען דעם
נעקסט נושא ביטע
נעקסט נושא ביטע
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
https://toirem.org/31069
-
מנהיג
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 185
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 10, 2025 5:19 pm
- Location: וואו נישט?
- x 1037
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
וויכטיג צו באטאנען אז די אלע זענען ארויס פון גוואטעמאלע, אבער נאכנישט אלע זענען ארויס פון די חבורה. (עכ''פ די חבורה איז נאך נישט ארויס פון זיי.......)גדליה האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 11:09 pm מענטשן וועלכע האבן פארלאזט די חבורה אין גואטעמאלא זינט דעם איבערפאל:
משפחות:
ישראל יודא אפרים גאלדמאן וב"ב - 6 קינדער
יוסף חיים יהוידע ביינוש-הורוויץ וב"ב - 7 קינדער
יואל גאלדמאן וב"ב - 2 קינדער
ניסן יושע יודא מלכא וב"ב - 2 קינדער
דוד דוב בער מלכא וב"ב - 3
ישראל מלכא וב"ב - 5 קינדער
יוחנן לאַווער וב"ב - 4 קינדער כעת
אלימלך לעווי וב"ב - 2 קינדער
פנחס פעדער וב"ב - 2 קינדער
יצחק עליאס וב"ב - 1 קינד
פנחס אהרן יחזקאל גאלדמאן וב"ב - 1 קינד
אברהם משה יוסף קרוניק וב"ב - 1 קינד
יואל דוד אלטער וב"ב
מרת דינקל - 7 קינדער
מרת וויינגארטן (אשת יעקב נחום) - 6 קינדער
מרת מלכא (אשת מאיר יואל) - 2 קינדער
מענער:
הלל שמעון מלכא
פייש אוריאל יוסף גאלדמאן
שמואל מיכאל ארי' גאלדמאן
חיים צבי גאלדבערגער
יו"ט ליפא יואל ראָזנער
משה יודא לייב אלטער
אהרן קמחי
מרדכי צמח דוד לעווי
פרויען:
מרת ראזנער (אשת משה יוסף)
מרת ראזנער (אשת מאיר יששכר)
מרת מלכא (אשת אברהם יודא ליבוש)
בחורים/קינדער:
ישראל הורוויץ
מתתי' פרץ מלכא
שלום שכנא הורוויץ
זאב וואלף הורוויץ
יצחק ישראל אלימלך רומפלער
משה רומפלער
עזרי' אלטער
עליאס מיידל
2 גאלדבערגער קינדער
ס"ה 101 נפשות
ויוציאם משועבוד לגאולה במהרה
מ'ברויך מיר האבן איין מנהיג, דעם לעבעדיגן באשעפער!!!! (רביה''ק מ'סאטמאר אמור תשכ''ז)
-
פשוט און גראד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 3015
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 6694
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
► Show Spoiler
---
סתם אויף יוצא זיין, אין נישט מ‘זאל מיינען אז מדשתקי איז מען מסכים צו סיי וואס..
ווען איינער איז זיך טועה אין סיי וואס, איז העכסט אידישליך יענעם צו מעורר זיין.
(אוודאי איז עס נישט געמאכט פאר סיי ווער צו פאר סיי ווען)
ווי איך פארשטיי, אז די מהלך פון די דריי אפציעס מובא לעיל, נישט א בחינה פון אמת - לאמיתה של הסוגיא, מפני כמה טעמים. אבל מפני שיש בזה ספק נפשות. ממילא איז גארנישט נוגע פאר יעצט.
‘אבער‘ ממש אפאר דיבורים.. והנה,
איינע פון די סימנים צו איינער זיכט באמת די אמת, איז ווי בייגעדיג מ‘קען זיין אויף אפצולאזן א דרך וואס מ‘האט מתחילה בוחר געווען.
אין יעצט, אפאר נקודות.
1. ליינענדיג די אפציעס שטעלט זיך אויס, כאילו די דרך וויאזוי מ‘האט זיך געפירט, איז דא עפעס אמת, אין די פראבלעם אויב עפעס איז, אז ס‘איז אפשר געמאכט נאר פאר בני עליה.
אחי היקר!
דעיס איז שקר גמור!!! להווי ידוע, ס‘האט זילטש מיט קוב"ה.
2. ווי שוין ערווענט פריער פון אנדערע, וואספארא מין גערעדעכטס איז דאס געבן אפציעס פאר מענטשען וואס האבן נישט געמעגט טראכטען זעלבסטשטענדיג פאר זייער גאנצע לעבן, אין געוויסע איז עס שוין אפאר דורות.
נקוט כללא בידך;
‘תורת השם‘ האט סמנא דחיי ומותא. ביטול איז א מידה, אן דעת דערצו איז עס גארנישט, ס‘קען ח"ו זיין א בחינה פון דינען עבודה זרה.
תורת השם איז ‘נועם' (השם יתברך איז כביכול נישט קיין פרימער)
השם יתברך האט ליב נארמאלקייט, מלך אוהב צדקה ומשפט.
---
נאכאמאל, דעיס אלעס איז געזאגט סתם פאר די רעקארדס, אז ס‘זאל נישט זיין א מדשתקי איז מען כאילו מודה.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ביטע נישט שרייבען זאכען וואס קענען מאכען יוצאים שפירען געטראפען.
זיי זענען אונזער ברידער און גאנץ כלל ישראל, האט זיי גאר שטארק ליב.
מיר ווארטען פאר זיי מיט אפענע ארעמעס זיי צי ציהעלפען מיט וואס אימער מען קען נאר דארפען.
זיי זענען אונזער ברידער און גאנץ כלל ישראל, האט זיי גאר שטארק ליב.
מיר ווארטען פאר זיי מיט אפענע ארעמעס זיי צי ציהעלפען מיט וואס אימער מען קען נאר דארפען.
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
https://toirem.org/31069
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
צי אלע אונזער יודישער ברידער און שוועסטער וואס זיצען נאך יעצט אין גוואטימאלע:
ווערט נישט דערשראקען פון זאכען געשריבען דא.
כלל ישראל האט ענק ליב, ענקער משפחות איבער די גארער וועלט האט ענק ליב.
קיינער איז ענק נישט דן, דער אייבישטער וועט אייך געבען די כוחות ענק דארפען האבען צי מאכען דעם שריט.
אבער קומטס ארויס צו אונז, ווייל מיר וועלען ענק העלפען מעל ומעבר ליכולתינו ביז די לעצטע פון ענק וועלען זיין ציפרידען.
ווערט נישט דערשראקען פון זאכען געשריבען דא.
כלל ישראל האט ענק ליב, ענקער משפחות איבער די גארער וועלט האט ענק ליב.
קיינער איז ענק נישט דן, דער אייבישטער וועט אייך געבען די כוחות ענק דארפען האבען צי מאכען דעם שריט.
אבער קומטס ארויס צו אונז, ווייל מיר וועלען ענק העלפען מעל ומעבר ליכולתינו ביז די לעצטע פון ענק וועלען זיין ציפרידען.
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
https://toirem.org/31069
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
מען ברויך יעצט צוזאמשטעלן $5000 פאר א דירה און צרכים פאר א משפחה, כאפט א זכות פון פון שטעלן א משפחה אויף די פיסגרינטליך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 19, 2025 1:59 pm צי אלע אונזער יודישער ברידער און שוועסטער וואס זיצען נאך יעצט אין גוואטימאלע:
ווערט נישט דערשראקען פון זאכען געשריבען דא.
כלל ישראל האט ענק ליב, ענקער משפחות איבער די גארער וועלט האט ענק ליב.
קיינער איז ענק נישט דן, דער אייבישטער וועט אייך געבען די כוחות ענק דארפען האבען צי מאכען דעם שריט.
אבער קומטס ארויס צו אונז, ווייל מיר וועלען ענק העלפען מעל ומעבר ליכולתינו ביז די לעצטע פון ענק וועלען זיין ציפרידען.
ביטע קאנטאקט @מנהיג און געבט ביד רחבה
- סענס אף יומער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 510
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
- x 5715
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
פארוואס איז עס וויכטיג צו באטאנען? צו פארשווערן פאר די דאזיגע אידן זיך איינצוגלידערן און זיך שפירן באקוועם צווישן היימישע אידן?
וויאזוי קען מען זיין א חלק פון די חבורה ווען מ'איז גענצליך אפגעהאקט פון די לעבנס שטייגער וואס האט געפארעמט די קולט לב טהור?אבער נאכנישט אלע זענען ארויס פון די חבורה.
דאס יא, ס'איז נישט קיין עכ''פ, ס'איז הימל אין ערד פון דיין פריערדיגע זאץ, האלטן די אידיאלאגיע אין מח אן קיין פאקטישע מעשים און פעולות דאס צו פראקטיצירן, מיינט פולקאם איבערגעלאזט די חבורה, אפילו די אידיאלאגיע זיצט נאך ביי זיי אין מח.(עכ''פ די חבורה איז נאך נישט ארויס פון זיי.......)
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3923
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 24436
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
וויכטיג צו באטאנען אז די אלע זענען ארויס פון גוואטעמאלע, אבער נאכנישט אלע זענען ארויס פון די חבורה. (עכ''פ די חבורה איז נאך נישט ארויס פון זיי.......)
ויוציאם משועבוד לגאולה במהרה
[/quote]
מהאט זיך געווערטעלט אמאל אויך א אפגעפארענע אז ווען ער כאפט אן זיין שוך וועט אים זיין מוח רוישן ביז ער וועט צוגיין צו א האלץ און זיך אפרייבן זיין הענט... חוץ פון דעם וואס ער וועט חלומ'ן אין יודיש און א גאנצע נאכט טאפן זיין קאפ פאר זיין קאפל..
עכ"פ ס'איז זייער זייער שווער ארויסצונעמען פון א מענטש העכער די צוואנציג זיין אריינגעבאקענע לעבנסשטייגער. סקען נעמען יארן. און אפילו ער וועט ווילן עסן פיש וועט ער זיך פילן ווי מיר ביים טרינקען או יו קאקא'קאלא....
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
זאלץ בענד אינטער די קוליסן
פריש: פאר חובבי היסטאריע און קרישקע ליבהאבער.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ביזדערווייל פון נעכטען האט נאר אנונימי געגעבן 63$, די זכות זאל אים ביישטיין און תזכו למצוות!קרני פרה האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 6:03 pm טייערע יודען
דער דיין הרה’ג ר עזרא משה כאירה שליט"א איז יעצט אויפן וועג קיין געווטאמאלא, ארויסנעמען אידישע קינדער פון תפיסה, מיטן אייבערשטענס הילף
ווי אויך וויל ער זייער שטארק אריינטראגן עסן פאר די פארבליבענע קינדער וואס זענען נאך ליידער דארט
די פראבלעם איז אז ער האט נישט קיין פרוטה פאר דעם, אן געלט קען מען גארנישט קויפן
רבותי ווער עס הערט די מעסעדזשעס פון די קינדער, בחורים, און מיידלעך ,
וואס בעטן פאר אביסל כשר’ע עסן און טרינקען, און לעבנסוויכטיגע אייטעמס ,
הלוואי ווען מען קען דאס ארויפלייגן דא, א שטיין קען צוגיין כ’’ש א אידיש הארץ
איך לייג ארויף די לינק צום קאמפיין פעדזש פונעם דיין , וויפיל עס קומט אריין, אזויפיל וועט ער קויפן אי”ה
האט רחמנות ווארף אריין וויפיל ס’איז דיר שייך
https://www.dryveup.com/mission/50400
אבער מיט דעם קען אפשר באצאלן א חלק פונעם אובער צו פארען צו די שעלטער’ס
א שאד, א שאד, דער דיין שליט"א וועט ליידער קומען מיט ליידיגע הענט
נישט געווען באשערט פאר די קינדערלעך, לאמיר האפן אויף א ישועה מן השמים