כסדר איבערגעוויזן אסאך מאל די זעלבע בילדערחלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 16, 2025 1:27 pmרוף עס וויזוי די ווילסטבן תורה האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 16, 2025 12:28 pmויהי ממחרת. עס איז געווען א סקרין ביי די פרויען אבער מען האט נישט געקענט מיטהאלטן לייוו. מען האט נאר כסדר געוויזן בילדער פון די מענער.חלום חלמתי האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 15, 2025 3:56 pm
געהערט שבת אז ר' יצחק שווארץ איז אריין צום רבי'ן אנהייב רעדן וועגן א סטאדיום פרויען אויבן און מענער אינטן, האט די רבי געזאגט בשום אופן. האט ער געפרעגט די פרויען ווילן דאך זעהן, האט די רבי געענטפערט מ'וועט מאכן זיי זאלן קענען מיטהאלטן.. אויף זיין פראגע אז מ'וועט אים ווארשיינליך נישט לאזן, האט אים די רבי געענטפערט איך וועל דיר העלפן. וכך הוה
ס'קומט א עקסטערע פראגראם מיט פרויען רעדנער זינגער און מוזיקאנטן, די הויכפונקטן וועט מען מיטהאלטן
ב"ה מיר האבן א רבי (און א רב) וואס שטייען על המשמר אז די חומות זאלן חלילה נישט צובראכן ווערן. אשרינו!
תורתך שעשועי סיום הש"ס
- בערל דער פייפער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1044
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
- Location: אין דארף
- x 1481
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
מתנות מיינעך צו זאגן די מתנות פאר די פטרונים.ריכטיג האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 16, 2025 1:38 pm מיין בליק אויפן מעמד. דיסקלעמער, איך בין בלויז א מתחיל.
ביז דער רבי איז אריין איז געווען א טיים וועיסטינג.
נאך דער רבי איז אריין איז געווען הערליך די גראמען, אפגערעדט די דב"ק, די ניגוני התעוררות וואלט געמעגט זיין אביסל שטילער די מוזיק - דער דראם האט געהאקט אין קאפ, די טענץ איז געווען גאר גאר שיין אן אמת'ע געפיל פון שמחה והתעלות, די מתנות געטיילעכץ איז געווען גאנץ גוט אויסגעשטעלט, און דערנאך די 2טע דב"ק, רב וואקסמאן'ס דרשה איז געווען איבריג אין מיינע אויגן - און זיכער וועי צו לאנג, די כמעט א מנין חתנים ביים בענטשן איז געווען אזא שיינע טשערי אן טאפ..., די טענץ נאכן בענטשן האב איך שוין נישט מיטגעהאלטן, אבער ס'האט אויסגעזעהן זייער ערנסט.
איך בין סורפרייזד וויאזוי מ'קען סערווירן אזא גרויסן עולם א געהעריגע ווארימע מאלצייט, געווענטליך אזא גרויסן ציבור וואלט מען אדער ארויפגעשיקט טאצן מיט פאום טעלערס, אדער סעלף סערוו.
רייכסטאג איז נישט ריכטיג!
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
אליינס געהערט 2 מאל מפה קדשו.היימיש האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 15, 2025 4:15 pmדי גאנצע מקור אז ער האט דאס דא מתיר געווען איז פון 'חלום חלמתי'...!חלום חלמתי האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 15, 2025 4:13 pmאון אין די זעלבע צייט ווייסט ער פונקטליך ווי איין און ווי אויס, למשל מיטן מתיר זיין אנליין שאפינג ברבים קעגן די דעת חמורה פון השמיעינו, וכו'
רייכסטאג איז נישט ריכטיג!
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 148
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 20, 2025 10:35 am
- Location: palm tree
- x 212
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
אסאך הצלחה פארן אנהייבן ש"ס, ביי א חתונה קומט א נאנטע משפחה צו קבלת פנים און א קאזין צום סעודה, די "מסיימים" וואס זענען געווען די נאנטע משפחה ביים מעמד האבן שטארק הנאה געהאט פונעם פראגראם אנגעהויבן פון הרב קעסטענבוים וואס האט געגאסן פערל ווערטער, און ווי אויך די גאר קורצע דרשות פון עטליכע מסיימים, ובתוכם עטליכע וויאזוי מ'האט געלערנט אין שווערע מצבים,ריכטיג האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 16, 2025 1:38 pm מיין בליק אויפן מעמד. דיסקלעמער, איך בין בלויז א מתחיל.
ביז דער רבי איז אריין איז געווען א טיים וועיסטינג.
נאך דער רבי איז אריין איז געווען הערליך די גראמען, אפגערעדט די דב"ק, די ניגוני התעוררות וואלט געמעגט זיין אביסל שטילער די מוזיק - דער דראם האט געהאקט אין קאפ, די טענץ איז געווען גאר גאר שיין אן אמת'ע געפיל פון שמחה והתעלות, די מתנות געטיילעכץ איז געווען גאנץ גוט אויסגעשטעלט, און דערנאך די 2טע דב"ק, רב וואקסמאן'ס דרשה איז געווען איבריג אין מיינע אויגן - און זיכער וועי צו לאנג, די כמעט א מנין חתנים ביים בענטשן איז געווען אזא שיינע טשערי אן טאפ..., די טענץ נאכן בענטשן האב איך שוין נישט מיטגעהאלטן, אבער ס'האט אויסגעזעהן זייער ערנסט.
איך בין סורפרייזד וויאזוי מ'קען סערווירן אזא גרויסן עולם א געהעריגע ווארימע מאלצייט, געווענטליך אזא גרויסן ציבור וואלט מען אדער ארויפגעשיקט טאצן מיט פאום טעלערס, אדער סעלף סערוו.
די ווארימע טענץ געשעט נישט פון זיך אליינס, דעס קומט נאר דורך אנווארעמען און אריינברענגן די ציבור אין אנדערע ספערן
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
דערפאר האב איך געשריבן מיין דיסקלעמער.רעאליסטיש האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 16, 2025 2:37 pmאסאך הצלחה פארן אנהייבן ש"ס, ביי א חתונה קומט א נאנטע משפחה צו קבלת פנים און א קאזין צום סעודה, די "מסיימים" וואס זענען געווען די נאנטע משפחה ביים מעמד האבן שטארק הנאה געהאט פונעם פראגראם אנגעהויבן פון הרב קעסטענבוים וואס האט געגאסן פערל ווערטער, און ווי אויך די גאר קורצע דרשות פון עטליכע מסיימים, ובתוכם עטליכע וויאזוי מ'האט געלערנט אין שווערע מצבים,ריכטיג האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 16, 2025 1:38 pm מיין בליק אויפן מעמד. דיסקלעמער, איך בין בלויז א מתחיל.
ביז דער רבי איז אריין איז געווען א טיים וועיסטינג.
נאך דער רבי איז אריין איז געווען הערליך די גראמען, אפגערעדט די דב"ק, די ניגוני התעוררות וואלט געמעגט זיין אביסל שטילער די מוזיק - דער דראם האט געהאקט אין קאפ, די טענץ איז געווען גאר גאר שיין אן אמת'ע געפיל פון שמחה והתעלות, די מתנות געטיילעכץ איז געווען גאנץ גוט אויסגעשטעלט, און דערנאך די 2טע דב"ק, רב וואקסמאן'ס דרשה איז געווען איבריג אין מיינע אויגן - און זיכער וועי צו לאנג, די כמעט א מנין חתנים ביים בענטשן איז געווען אזא שיינע טשערי אן טאפ..., די טענץ נאכן בענטשן האב איך שוין נישט מיטגעהאלטן, אבער ס'האט אויסגעזעהן זייער ערנסט.
איך בין סורפרייזד וויאזוי מ'קען סערווירן אזא גרויסן עולם א געהעריגע ווארימע מאלצייט, געווענטליך אזא גרויסן ציבור וואלט מען אדער ארויפגעשיקט טאצן מיט פאום טעלערס, אדער סעלף סערוו.
די ווארימע טענץ געשעט נישט פון זיך אליינס, דעס קומט נאר דורך אנווארעמען און אריינברענגן די ציבור אין אנדערע ספערן
רייכסטאג איז נישט ריכטיג!
-
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4402
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 13660
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
*והערב נא ה' אלוקינו את דברי 'תורתך' בפינו...*
די מח שטורעמט און זיכט ווי אנצוהייבן צו באשרייבן אזא געהויבענע מעמד וואס איז פארגעקומען צווישן די פיר ווענט פונעם גינאנטישן אר.סי.סי. קאמפלעקס, ווען די ווענט וואלטן געקענט רעדן וואלט איך צוגעגאנגען צו זיי פרעגן ווי אזוי זייערע געפילן זענען נאך אזא היסטארישע טאג!
אנגעהויבן פון די קנאקעדיגע קול תורה די ערשטע חלק טאג ווי מען האט איבער געלערנט גאנץ ש"ס, און געענדיגט ביי די סוף חלק פון טאג ווי מען האט מסיים געווען ש"ס.
די זייגער האט געקלאפט אויף 11:30, מיין וואגן האט זיך נארוואס איינגעדרייט אינעם פארקינג לאט, חברים איז געשטאנען דארט און דירעקטירט ווי צו גיין, ווי נאר א חלק איז געווארן אנגעפילט האבן זיי גלייך געוויזן צו די נעקסטע לאט, און אזוי מיט א סדר האט זיך די עולם פארקירט, איך האב פארקירט מיין אויטא אזוי אינצווישן, און איך האב אנגעהויבן רעכטן מיינע טריט ארויפצוגיין צום זאל, אזוי אינמיטן ארויפוואקן זעה איך גאלף קאר'ס פון חברים קורסירן און נעמען אויף די אהבת קדומים און סתם אידן זיי צו העלפן ארויפגיין, איך האב מיר שנעל גענומען א פלאץ אויפן קארעלע, און היידא! מיר האבן אנגעהויבן ארויפצופארן, אזוי צוקוקנדיג ביזדערווייל ווי אזוי באסעס פון אלע געגנטער קומען אן, און פולע אידן שטראמען מיט איין ציל - צו לערנען תורה!
גרויסע פלאקאטן האט אפגעווארט די ציבור, מיט פאסיגע פסוקים לכבוד די היינטיגע טאג, עס האט געהערשט א סדר, מען האט זיך נישט געדארפט שטופן, יעדער האט באקומען א קארטל מיט זיין זיץ נומבער, איך הייב אן אריינשפאצירן אין די האלוועי ווען איך זע א פלאקאט וואס פלאטערט מיט די ווערטער 'פת שחרית', זאט בינעך נאכנישט געווען, האמיר באשלאסן אז עס איז ממש א שאד זיך נישט נאכאמאל צו וואשן אויב עס איז דא בכלל אויף עפעס א ברכה צו מאכן, איך קום אריין אזוי אריין צום פת שחרית זאל, איך האב געמיינט אז איך האב נארוואס אריינגעוואקט אין א פרישטאג סטעישאן, אלע מיני בייגעל'ס/באגעטן/ברויטן, ספרעד'ס, סאלאטן, מזונות, חמים, וכו', מיט א טעלער אין די האנט האב איך אנגעהויבן אדורכצוגיין פון אנהייב און אריינגעשטעלט מכל טוב וטוב, נאכן דורכגיין אלעס און מיט אפאר אנגעפילטע טעלער'ס האמיר זיך געזעצט צו איינע פון די טישן דארט, און... גיימיר זיך וואשן, ווי גיימיר זיך וואשן דא? ס'איז דאך א גויאישע בילדונג? נישט געזארגט! זיי האבן אויך געטראכט דערפון! געווען אזעלכע פארדעבל סינקס ארום די זאל ווי מען האט זיך רואיג גיין וואשן און מאכן אן ערליכע על נטילת ידים, ביזדערווייל זענען די קלינער'ס א גאנצן צייט ארומגעגאנגען און צאמגענומען די שמוץ צו קענען האלטן ריין דאס פלאץ אז אנדערע וואס קומען יעצט אן זאלן קענען האבן א שטיקל פלאץ ווי זיך אראפצוזעצן.
נאך א ערליכע בענטשן, האמיר זיך אויפגעשטעלט, און אנגעהויבן גיין אין ריכטונג פונעם זאל, אריינקומענדיג פון אויבן, איז געווען א גרויסע מתנה פון הנהלת תורתך פאר די פטרון החבורה ר' יצחק - א לעדערנע ש"ס, ווי ביי די זייט איז געשטאנען אלע נעמען פון די לומדים.
אראפקוקענדיג פון אויב אויף די זאל וואס האט געקאכט מיט א קול תורה, איז געווען שווער אוועקצוגיין, אבער אזוי ווי איך האב דאך אויך גענומען בלעטער, האמיר אראפגעגאנגען און געגאנגען קוקן ווי אונזער פלאץ איז.. נא, ווי אזוי קוקט מען? ביי יעדע פאר טישן איז געווען אזא סטענד וועלכע מסכת ס'איז. געקוקט האמיר פאר אונזער מסכת, און נאך א מינוט זעמיר אנגעקומען צו אונזער פלאץ, אויפן פלאץ איז געליגן א גמרא גרייט אויפגעשריבן מיט אונזער נאמען, און די גמרא איז געווען מיטגעלייגט אן ארטסקראל אויב מען וועט דארפן, ווי אויך א בחינה פאר די פינעף בלאט וואס איך האב גענומען, אין פארנט פון די גמרא איז געווען א וואסער צוגעגרייט, גרייט אז מיר זאלן קענען אנהייבן צו לערנען מיט א קאך און מיט א אייפער.
ביי די זייט איז געווען צוגעשטעלט א גאנצן צייט טעימה קלה, אנגעהויבן פון קאווע/טיי/טשאקאלאד/ניסלעך/קענדיס, אפילו איז געווען א פרידשעדער אנגעפילט מיט אפאר ערליי סענדוויטשעס/פרוכט/וכו', אלעס אבי אז מען זאל האבן כח צו לערנען די הייליגע תורה.
מיין חברותא מעלדט מיר אז ער איז דא ביז א מינוט, און ווי נאר ער איז אנגעקומען זעמיר גלייך אריינגעשווימען אין די ים התלמוד פארגעסענדיג וואס טוט זיך ארום אונז.
'אנטשולדיגט', הער איך א קול וואס וועקט מיר אויף, 'איר האט שוין געסקענט אייערע בלעטער', איך קוק אים אן מיט אפאר אויגן, 'אייערע בארקאד'ס' - אה! יעצט דערמאן איך מיר, אז בשעת'ן באקומען די קארטל צו קומען צום מעמד איז אויך מיטגעקומען אזעלכע קליינע קארטלעך פאר די בלעטער, זאגט מיר די יונגערמאן 'ווי נאר איר ענדיגט א בלאט, גייט צו צום סקענער און סקענט די בלאט, אזוי קענען מיר האלטן חשבון ווער עס האט שוין געענדיגט, און ווער עס קען נישט ענדיגן וועט מען געבן זיינע בלעטער פאר א צווייטן כדי מיר זאלן קענען טאקע גומר זיין ש"ס אין די היינטיגע טאג!, מיט א יישר כח פאר די יונגערמאן האב איך גענומען א מינוט און צוגעגאנגען צום סקענער און אריינגעסקענט מיינע בלעטער וואס איך האב שוין געהאט מסיים געווען, אפאר ענערגישע עסקנים זענען געזיצן דארט, און געהאלטן טרעק ווער עס איז למעשה אנגעקומען און וועלכע בלעטער מען דארף נאך ענדיגן, אויפן סקרין האט זיך באוויזן אלע בלעטער וואס מען האט שוין גענדיגט, און ווי א קאמפיין האט זיך א גאנצן צייט ארויפגערוקט די עראו ווי מען האלט שוין צום ציל - וואס דא איז עס געווען - מסיים זיין ש"ס.
אזוי צוריקגייענדיג צו מיין פלאץ נאכן ענדיגן סקענען מיינע בלעטער, האב איך באטראכט די זאל, עס איז ממש נישט געווען צו גלייבן, פון אלע גילים, און פון אלע מינים, זענען געזיצן דארט און געלערנט און געהאקט שטיקער, אנגעהויבן פון די סאטמארע רבי שליט"א וואס איז געזיצן דארט מיט זיין חברותה אב"ד ראשית חכמה, ביז צו די בעלי בתים וואס האבן געלערנט צוזאמען מיט זייערע קינדער, אפילו די חברים מעמבער האט געזיצן און געלערנט מיט זיין חברותא ביים טיר. - אשרי עין ראתה זאת!
איך האב נישט געגלייבט אז די זייגער קען אזוי שנעל לויפן, אבער ווען ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א האט אויסגערופן אז מען גייט יעצט זאגן אפאר קאפיטלעך תהילים לאור די מצב וואס טוט זיך מיט אחינו בני ישראל אין ארץ הקודש און דערנאך וועט מען דאווענען מנחה, האב איך נישט געקענט מער ווי צושטימען אז די צייט איז געלאפן גאר שנעל!
צו תפילת מנחה איז צוגעגאנגען הגה''צ אב"ד ור"מ שליט"א, ווי די גאנצע ציבור האלפים האט געדאווענט מיט א קאך אזוי ווי עס פאסט פאר ערליכע סאטמארע אידן, אינצווישן האט די זאל אנגעהויבן ווער פולער און פולער, די אלע אידן וואס האבן זיך נישט געקענט אנטייל נעמען אין די לערנען, האבן יעצט אנגעקומען כדי כאטשיג צו קענען אנטייל נעמען אין די שמחה פון די מסיימים.
נאך א ווארימע תפילת מנחה, האט זיך די דערנעבענדיגע זאל געמאכט פתיחת שערים, און די ציבור האט אנגעהויבן אריינצומארשירן.
גערישט האב איך מיר אויף א קליינעם בארכע מיט א געפילטע באצירט מיט א מייער אויף יעדעמ'ס זיץ, איך בין געווארן איבעראשט ווען איך האב געזען א גרויסע חלה אויף יעדעמ'ס זיץ, מיט זויער חלה אין די זייט, עכטע עסצייג און גלעזער, און א רייכע פארשפייז ווי מען רעדט דא פון אן עלעגאנטע מסיבה ווי יעדער געט א מעלאנע, אבער אנשטאט'ס צו כאפן פלעצער, איז געווען פונטליך פארשריבן אויף יעדעמ'ס פלאץ ווער עס זיצט דארט, פילע עסקנים האב ארויסגעהאלפן די ציבור צו טרעפן זייערע פלעצער, ווי אויך איז געווען דא צוגעגרייט די נטילת ידים בוט'ס, ווי יעדער האט זיך געקענט וואשן מיט א רואיגקייט, און הנאה האבן פון יעדע מינוט.
מיט א תורה מעלאדי האט יואלי פישער און פראדאקציע אנגעהויבן די מעמד, באגלייט מיט חברה שירה, און יונגערליך, ווען אין סאלא האט געזינגען די בארימטע בעל מנגן ר' אהרעלע סאמעט.
מיר האבן זיך געוואשן, און ביזדערווייל האט די יושב ראש המעמד ר' שלמה שבתי אנגעהויבן די מעמד, ווי איז די מוזיק? פרעג איך מיין שכן, 'דארט אין די בעק פון די אויבן אן' זאגט ער מיר, איך קוק אהין איך זעה נישט גארנישט, 'ווי?' פרעג איך אים איבער, זאגט ער מיר אז בשעת ווען ר' שלמה שבתי האט אנגעהויבן רעדן איז אראפגעקומען אזא סיין פון אונטער אים, וואס האט באדעקט די מוזיק, און יעצט זעהט עס אויס, ווי אין בעק פון אים איז די צענטראלע אויבן אן סיין.
ר' שלמה שבתי האט ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון מסיים זיין ש"ס, און ווי אויך האט ער אריינגעבאמבערט חיזוק פאר די מתחילים – בשעת וואס ער רעדט שפאצירן ארום הונדערטער גוים און נעמען צוזאם די טעלער'ס, און ברענגען אריין נאך א פארשפייז, עס זעהט אויס ווי מען האט ארויסגעלאזט א ישיבה גדולה פון גוים וואס זאלן סערווירן די היינטיגע נאכט – נאכן ענדיגן רעדן, האט ר' שלמה שבתי אויסגערופן אפאר נעמען וואס זאל ארויפקומען רעדן לכבוד די חבורה.
ר' משה יודל הירש פון וויליאמסבורג האט אנגעפאנגען – וואס ער און זיינע קינדער האבן יעצט געענדיגט ש"ס – וואס דאס מיינט אז מען זעהט די קינדער לערנען און רירן זיך נישט אוועק פון די תורה, דערנאך איז ארויפגעקומען ר' יואל משה ווערצבערגער פון וויליאמסבורג ווי ער האט הערליך ארומגערעדט וואס תורתך מיינט פאר אים, ווי אויך האט ער געזאגט א ייש"כ פאר ר' יצחק וואס האט פארשפרייט זיין נאמען ווען ער איז געווען אין שפיטאל און ער איז זיכער אז די כח התורה האט אים געהיילט, דערנאך האט גערעדט ר' יוסף מאיר סאאל פון ק"י ווי ער האט מסביר געווען זיין סדר היום און זיך געוואונדערט ווי אזוי ער וועט קענען אריינשטופן יעצט נאך א שעה יעדן טאג, אבער ער האט אויסגעפירט אז מען וויל קען מען, ער האט געטראפן נאך א פאר שעה יעדן טאג ווי עס אריינצושטופן, דערנאך האט גערעדט הרב וויינבערגער פון ירושלים, ווי ער האט מסביר געווען אז ער איז מסתם די יונגסטע מסיים, ער האט אנגעהויבן תורתך ביי די 15 יאר אלט. נאך אים האט גערעדט הרב בערגער פון ב"פ, די זאל איז געווען געשאקט ווען ער האט גערעדט אז ער האט זיך געזעגנט פון זיין טייערע אשת חיל מיט זיין קביעות'דיגע שיעור פון תורתך – מען האט געקענט ווישן די טרערן פון די אויגן ווען ער האט עלעקטרעזירט די זאל – און צום לעצט האט אויפגעטראטן הילד דוד ב"ר יחזקאל טעללער פון וויליאמסבורג ווי ער האט גערעדט וואס דאס מיינט אז סיי זיין טאטע און סיי זיין זיידע ענדיגן ש"ס, און ווי אזוי די משפחה לעבט אריין דערמיט.
דערנאך האט ר' ישראל אדלער מהנה געווען די ציבור מיטן הערליכן מעליצער ידיד נפש, וואס חברה שירה האבן קונצליך באגלייט די ארעינדשמענט'ס, געווען ממש אויסצולעקן אלע נאטן.
דערנאך האט מען אויפגעשפילט קורצע דברי ברכה פארן מעמד פון ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א, און ווי אויך די בריוו וואס כ"ק אדמו"ר מ'תולדות אהרן שליט"א האט אפגעשיקט לכבוד די מעמד.
דערנאך האט די חשובע פטרון החבורה ר' יצחק אנגעפאנגען זיינע טרעפליכע ווערטער, און מיט זיין באצויבערטע לשון, אראפגעלייגט וואס תורתך טוט און וועט אויפטוען, וואס תורתך האט געשטוישט און וועט טוישן, וואס תורתך איז און גייט זיין בעסער, - אינמיטן ר' יצחק'ס דרשה איז כ"ק מרן רבינו שליט"א אנגעקומען – ר' יצחק האט פארגעזעצט און געענדיגט זייער שיין.
ר' ישראל אדלער האט זיך אויפגעשטעלט און געגראמט אויף הערליכע חרוזים די גאנצע מעמד, זיינע טענער איז געווען גאט געבענטש, בשעת וואס די גאנצע עולם זינגט מיט, מיט בקשה צום קל חי 'והאר עינינו בתורתך'.
דערנאך האט רבינו שליט"א אויפגעראטן מיט דברות קודש, און הערליך ארומגערעדט וואס תורה ברענגט צו א איד, און וואס דאס מיינט פאר אונז, און לאנג ארומגערעדט די גרויסקייט פון די אידן וואס האבן זוכה געווען צו ענדיגן ש"ס.
דערנאך האט מען זוכה געווען צו הערן דברות קודש פון מרא דארעא קדישא הגה''צ ר' משה שטערנבוך שליט"א, ווי ער האט ארומגערעדט רגשי לבבו ווי צענדליגע אידן ענדיגן ש"ס, און ער ענדיגט מיט דברי ברכה פאר די מסיים, מתחילים און פארן רבין שליט"א.
דערנאך האט מען אנגעהויבן צו זינגען ווארימע ניגונים, בשעת די בעל מנגן ר' יואל קליין ברענגט אריין די התעוררות ביים ציבור, 'אוי ואזכה לראות, לראות בנים, בנים ובני בנים' די גאנצע זאל האט מיטגעזינגען און געבעטן אמת'דיג 'אני מאמין, אני מאמין באמונה שלימה' האט אפגעדונערט אין זאל, דערנאך האט ר' יצחק געמאכט די סיום און סופרייזט די עולם ווען ער האט ארויפגערופן די באקאנטע מגיד משרים ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א צו אנהייבן מחזור ב' מסכת ברכות, ר' יוסף חיים שליט"א האט אויפגעטראטן מיט הערליכע דיבורים ארום די התחלה, און פארגעלענט די ערשטער משנה, דערנאך האט די גאנצע עולם געזאגט צוזאמען די הדרן, און די יתומים האבן געזאגט קדיש.
*שישו ושמחו בשמחת תורה* " האט אפגעהילכט אינעם גינאנטישן אר.סי.סי. קאמפלעקס, ווען הונדערטער אידן האבן זיך געהויבן פון די ערד מיט א שמחת תורה'דיגע גייסט און זיך געפרייט מיט די תורה הקדושה, אין די גאנצע זאל האבן זיך אנגעזען קליינע רינגען ווי יעדער איינער האט זיך מיטגעפריידט אז מען שטייט שוין דא ווי הונדערטער מסיימים האבן געענדיגט גאנץ ש"ס, די שמחה'דיגע פולווער וואס מען האט געשפירט אין די לופט איז נישט מעגליך צו באשרייבן, ר' יצחק האט זיך ארויסגעלאזט אין א קעדאטשקע, בשעת וואס פון אנדערע האט מען געקענט זעהן טרערן של שמחה.
ווען מען האט געענדיגט די ריקודין של מצוה, האט מען אנגעהויבן צו סערווירן די פלייש, ר' חיים שלמה פישער משב"ק האט גערעדט אפאר קורצע דיבורים לכבוד ר' יצחק, און געבעטן אז ר' יצחק זאל ארויפקומען נעמען די מתנה פון רבינו שליט"א, די רבי האט געגעבן א זילבערנע מנורה פאר ר' יצחק און געבענטשט בכל טוב, דערנאך האט די רבי שליט"א גענומען די מייק און פארציילט א מעשה וואס עס איז געווען מיט די פריעדיגע בעלזער רב זי"ע און די רבי האט אויסגעפירט "ב"ה די אלע מסיים דא זענען ערליכע חסידישע 'דרך ארץ'דיגע' אידן מיט בארד און פיאות".
דערנאך האט מען אויסגערופן די פה מפיק מרגליות הרה"ג ר' אפרים וואקסמאן שליט"א ר"י מאור יצחק וואס האט מיט זיין רייכע שפראך באגייסטערט די ציבור – בשעת דעם האט מען סערווירט די אייזקריעם – און ארויסגעברענגט וואס עס מיינט א ש"ס איד.
דערנאך האט מען געבענטש, און געזאגט שבע ברכות פאר די חתנים וואס זענען געקומען לכבוד וואס זייערע קרובים זענען געווען א חלק פון די מסיימים.
נאכן בענטשן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין לכבוד היום, בשעת אלע מסיימים האבן געקענט נעמען זייערע מתנות וואס איז געווען צוגעגרייט וואס עס פאסט זיך פאר אזעלכע אידן.
די פעדער איז צו קורץ צו באשרייבן וואס עס האט זיך נעכטן אפגעטוען אין די קורצע פאר שעה, עס איז ממש נישט צום באשרייבן, איך בין זיכער אז איך האב אויסגעלאזט זאכן אי אפשר לפורטם כי רבים הם, כ'ווייס נישט ווי מען נעמט אלי פר"מ'ס רואיגקייט, און שלומי'ס פונקטליכקייט, אבער די מעמד איז כולו עלמא מודו געווען א סוקסעס בגשמיות און זיכער ברוחניות! און פון די פראגראם ביי די נשים באלאנגט א באזונדערע באשרייבונג וואס איז נישט מעגליך אראפצולייגן אויף אפאר בלויזע שורות.
בשעת וואס איך האב ארויסגעדרייווט פונעם פארקינג לאט וואס חברים האט געניטערהייט אנגעפירט די טראפיק האב איך מיר צו מיר געטראכט 'כאשר זכינו לסיים אותו כך נזכה לסיים עוד הפעם'.
*נגיל ונשיש בזאת התורה!
אשרי העם שככה לו, אשרי העם שה' אלוקיו!
אשרי עין ראתה כל אלה*

- פאוסטס: 2325
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 4599
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
העי!מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 16, 2025 5:47 pm *והערב נא ה' אלוקינו את דברי 'תורתך' בפינו...*
*נגיל ונשיש בזאת התורה!► Show Spoiler
אשרי העם שככה לו, אשרי העם שה' אלוקיו!
אשרי עין ראתה כל אלה*
קודם מזל טוב!!
והשנית, פון ווי האסטו דיר געשאפט די שליסלען צו מיין הארץ?!?
מאסיוו @מיילעך פריילעך
- לאקאלער רב
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 229
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:47 pm
- x 420
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
הערליכע מעמד געווען! אשרי העם שככה לו!
קען איינער אריינקומען מיט א באריכט וואס דער פראגראם איז געווען ביי די פרויען?

- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6701
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 15562
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
איך האב נאך געקלערט צו געבן דא א באריכט פון מיין קוק-ווינקל אויפן גאר גאר גאר מוצלח'דיגער, מעכטיגער, דערהויבענער, הייליגער און גייסטיגער מעמד סיום הש"ס!
אבער, יעצט מוז איך שוין לויפן, מיין חברותא קאלט שוין אט אט.
אויף דערווייל.... קען מען זיך דא איינשרייבן צו באקומען דיטעגליכע תורתך אימעיל מיט די שיעורים פונעם טאג צו הערן: https://mailchi.mp/4709d49bfe00/dailytoruschu

- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1977
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 5507
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
כה לחי! איך וואונטש דיר ס'זאל גיין בדרכי נועם עד הסוף, און זאלסט קענען מעלדן דא די סיום. אבער טו מיר א טובה לאז מיר וויסן וועלכע שעות דו ביסט אפוועזענט. איך דארף וויסן ווען צו אריינכאפן...דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 15, 2025 3:43 pm סיום נייעס...
בעסער געזאגט, "התחלה נייעס".
איך האב מיך שוין ב"ה גענצליך אפגעוואוינט פון ליינען און פארברענגען אויף אייוועלט, אבער יעצט אז מיט אידטיש קאסט שוין אויך היבש צייט צו זיין אפדעיטעד, וועל איך עס אי"ה לימיטן צו בלויז געוויסע צייטן, צו פארזיכערן אז עס נעמט מיר נישט אוועק צופיל צייט.
איך האב שטארק הנאה צו שמועסן דא, אבער מטבע רעאגיר איך צו יעדע זאך וואס איך זעה עפעס אינפא וואס פעלט, און ס'קאסט אסאך צייט... ס'שלעפט אריין.
יעצט צום אנהייבן מסכת ברכות, העמיר טון השתדלות צו לימיטן דאס ליינען צו געוויסע צייטן, און אויטאמאטיש דערמיט לימיטן די רעאקציעס נישט צו זיין אזוי ספאנטאן, נאר זיך באגנוגן מיט אריינקומען דא-דארט מיט אינפארמאציע, הערות וכדו'.
מאימתי קורין!
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 148
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 20, 2025 10:35 am
- Location: palm tree
- x 212
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
מתנה פאר פרויען א צודעק ביי הפרשת חלה, און פעקלעך פאר די קינדערלאקאלער רב האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 16, 2025 6:51 pm הערליכע מעמד געווען! אשרי העם שככה לו!
קען איינער אריינקומען מיט א באריכט וואס דער פראגראם איז געווען ביי די פרויען?
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5021
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 15456
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 16, 2025 8:43 pm איך האב נאך געקלערט צו געבן דא א באריכט פון מיין קוק-ווינקל אויפן גאר גאר גאר מוצלח'דיגער, מעכטיגער, דערהויבענער, הייליגער און גייסטיגער מעמד סיום הש"ס!
אבער, יעצט מוז איך שוין לויפן, מיין חברותא קאלט שוין אט אט.
אויף דערווייל.... קען מען זיך דא איינשרייבן צו באקומען דיטעגליכע תורתך אימעיל מיט די שיעורים פונעם טאג צו הערן: https://mailchi.mp/4709d49bfe00/dailytoruschu
לך בכחך זה!! בקביעות.
אבער נאכן שיעור, אם יש לך פנאי, וואלט מיר גאר שטארק הנאה געהאט צו הערן דיין אנאליז אויפן מעמד הסיום. פון די בליק פון א מתחיל.
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
כ'זע ליידיגסט אפ ס'מקום פון די שונאים...נקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 16, 2025 8:59 pmכה לחי! איך וואונטש דיר ס'זאל גיין בדרכי נועם עד הסוף, און זאלסט קענען מעלדן דא די סיום. אבער טו מיר א טובה לאז מיר וויסן וועלכע שעות דו ביסט אפוועזענט. איך דארף וויסן ווען צו אריינכאפן...דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 15, 2025 3:43 pm סיום נייעס...
בעסער געזאגט, "התחלה נייעס".
איך האב מיך שוין ב"ה גענצליך אפגעוואוינט פון ליינען און פארברענגען אויף אייוועלט, אבער יעצט אז מיט אידטיש קאסט שוין אויך היבש צייט צו זיין אפדעיטעד, וועל איך עס אי"ה לימיטן צו בלויז געוויסע צייטן, צו פארזיכערן אז עס נעמט מיר נישט אוועק צופיל צייט.
איך האב שטארק הנאה צו שמועסן דא, אבער מטבע רעאגיר איך צו יעדע זאך וואס איך זעה עפעס אינפא וואס פעלט, און ס'קאסט אסאך צייט... ס'שלעפט אריין.
יעצט צום אנהייבן מסכת ברכות, העמיר טון השתדלות צו לימיטן דאס ליינען צו געוויסע צייטן, און אויטאמאטיש דערמיט לימיטן די רעאקציעס נישט צו זיין אזוי ספאנטאן, נאר זיך באגנוגן מיט אריינקומען דא-דארט מיט אינפארמאציע, הערות וכדו'.
מאימתי קורין!
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1977
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 5507
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
הדסים האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 17, 2025 5:17 amכ'זע ליידיגסט אפ ס'מקום פון די שונאים...נקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 16, 2025 8:59 pmכה לחי! איך וואונטש דיר ס'זאל גיין בדרכי נועם עד הסוף, און זאלסט קענען מעלדן דא די סיום. אבער טו מיר א טובה לאז מיר וויסן וועלכע שעות דו ביסט אפוועזענט. איך דארף וויסן ווען צו אריינכאפן...דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 15, 2025 3:43 pm סיום נייעס...
בעסער געזאגט, "התחלה נייעס".
איך האב מיך שוין ב"ה גענצליך אפגעוואוינט פון ליינען און פארברענגען אויף אייוועלט, אבער יעצט אז מיט אידטיש קאסט שוין אויך היבש צייט צו זיין אפדעיטעד, וועל איך עס אי"ה לימיטן צו בלויז געוויסע צייטן, צו פארזיכערן אז עס נעמט מיר נישט אוועק צופיל צייט.
איך האב שטארק הנאה צו שמועסן דא, אבער מטבע רעאגיר איך צו יעדע זאך וואס איך זעה עפעס אינפא וואס פעלט, און ס'קאסט אסאך צייט... ס'שלעפט אריין.
יעצט צום אנהייבן מסכת ברכות, העמיר טון השתדלות צו לימיטן דאס ליינען צו געוויסע צייטן, און אויטאמאטיש דערמיט לימיטן די רעאקציעס נישט צו זיין אזוי ספאנטאן, נאר זיך באגנוגן מיט אריינקומען דא-דארט מיט אינפארמאציע, הערות וכדו'.
מאימתי קורין!

!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
- לאקאלער רב
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 229
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:47 pm
- x 420
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
הערליך!רעאליסטיש האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 16, 2025 9:30 pmמתנה פאר פרויען א צודעק ביי הפרשת חלה, און פעקלעך פאר די קינדערלאקאלער רב האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 16, 2025 6:51 pm הערליכע מעמד געווען! אשרי העם שככה לו!
קען איינער אריינקומען מיט א באריכט וואס דער פראגראם איז געווען ביי די פרויען?
ווער האט אויפגעטרעטן און וואס האט מען יא מיטגעהאלטן פון די עזרת אנשים?
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 148
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 20, 2025 10:35 am
- Location: palm tree
- x 212
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
הרבנית הצדיקת מסאטמאר תליט"א האט זיך באטייליגט בטירחא דגופא,לאקאלער רב האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 17, 2025 10:55 amהערליך!רעאליסטיש האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 16, 2025 9:30 pmמתנה פאר פרויען א צודעק ביי הפרשת חלה, און פעקלעך פאר די קינדערלאקאלער רב האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 16, 2025 6:51 pm הערליכע מעמד געווען! אשרי העם שככה לו!
קען איינער אריינקומען מיט א באריכט וואס דער פראגראם איז געווען ביי די פרויען?
ווער האט אויפגעטרעטן און וואס האט מען יא מיטגעהאלטן פון די עזרת אנשים?
עס האט אויפגעטרעטן מיט א רירנדע דרשה אשת הרה"ג ר' אברהם דוד ווייס פון מאנסי וואס איז ל"ע פאראלאזירט בערך צוואנציג יאר און ער האט שוין געמאכט די דריטע סיום הש"ס!
מ'האט אפגעגעבן די פארדינטע כבוד און באערט אשת ר' יצחק שווארץ פטרון החבורה,
מ'האט מיטגעהאלטן די דרשה פון ר' יצחק שווארץ שליט"א,
בשעת די סיום האבן זיי געזאגט די תפילה אבות על בנים מיט גרויס התרגשות בעטענדיג אויף בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצות,
דערנאך האבן זיי מיטגעהאלטן די פייערדיגע ריקודין של שמחה,
ווער עס האט נאך אינפארמאציע קען צולייגן,
- פארשטענדליך אידל
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 54
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 6:01 pm
- x 168
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
רעביצין ב. ס. טייטלבוים האט אויפגעטראטן.רעאליסטיש האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 17, 2025 2:25 pmהרבנית הצדיקת מסאטמאר תליט"א האט זיך באטייליגט בטירחא דגופא,לאקאלער רב האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 17, 2025 10:55 amהערליך!
ווער האט אויפגעטרעטן און וואס האט מען יא מיטגעהאלטן פון די עזרת אנשים?
עס האט אויפגעטרעטן מיט א רירנדע דרשה אשת הרה"ג ר' אברהם דוד ווייס פון מאנסי וואס איז ל"ע פאראלאזירט בערך צוואנציג יאר און ער האט שוין געמאכט די דריטע סיום הש"ס!
מ'האט אפגעגעבן די פארדינטע כבוד און באערט אשת ר' יצחק שווארץ פטרון החבורה,
מ'האט מיטגעהאלטן די דרשה פון ר' יצחק שווארץ שליט"א,
בשעת די סיום האבן זיי געזאגט די תפילה אבות על בנים מיט גרויס התרגשות בעטענדיג אויף בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצות,
דערנאך האבן זיי מיטגעהאלטן די פייערדיגע ריקודין של שמחה,
ווער עס האט נאך אינפארמאציע קען צולייגן,
קאמעדיע וכו'
- לאקאלער רב
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 229
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:47 pm
- x 420
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
ייש"כ פאר די באריכט.פארשטענדליך אידל האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 17, 2025 2:42 pmרעביצין ב. ס. טייטלבוים האט אויפגעטראטן.רעאליסטיש האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 17, 2025 2:25 pmהרבנית הצדיקת מסאטמאר תליט"א האט זיך באטייליגט בטירחא דגופא,לאקאלער רב האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 17, 2025 10:55 am
הערליך!
ווער האט אויפגעטרעטן און וואס האט מען יא מיטגעהאלטן פון די עזרת אנשים?
עס האט אויפגעטרעטן מיט א רירנדע דרשה אשת הרה"ג ר' אברהם דוד ווייס פון מאנסי וואס איז ל"ע פאראלאזירט בערך צוואנציג יאר און ער האט שוין געמאכט די דריטע סיום הש"ס!
מ'האט אפגעגעבן די פארדינטע כבוד און באערט אשת ר' יצחק שווארץ פטרון החבורה,
מ'האט מיטגעהאלטן די דרשה פון ר' יצחק שווארץ שליט"א,
בשעת די סיום האבן זיי געזאגט די תפילה אבות על בנים מיט גרויס התרגשות בעטענדיג אויף בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצות,
דערנאך האבן זיי מיטגעהאלטן די פייערדיגע ריקודין של שמחה,
ווער עס האט נאך אינפארמאציע קען צולייגן,
קאמעדיע וכו'
איז געווען סיי וועלכע רוקעדיגע אדער נישט ריקעדיגע הוקאפ?
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
נישט ריקעדיגע [אודיאו] איז זיכער געוועןלאקאלער רב האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 17, 2025 3:42 pmייש"כ פאר די באריכט.פארשטענדליך אידל האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 17, 2025 2:42 pmרעביצין ב. ס. טייטלבוים האט אויפגעטראטן.רעאליסטיש האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 17, 2025 2:25 pm
הרבנית הצדיקת מסאטמאר תליט"א האט זיך באטייליגט בטירחא דגופא,
עס האט אויפגעטרעטן מיט א רירנדע דרשה אשת הרה"ג ר' אברהם דוד ווייס פון מאנסי וואס איז ל"ע פאראלאזירט בערך צוואנציג יאר און ער האט שוין געמאכט די דריטע סיום הש"ס!
מ'האט אפגעגעבן די פארדינטע כבוד און באערט אשת ר' יצחק שווארץ פטרון החבורה,
מ'האט מיטגעהאלטן די דרשה פון ר' יצחק שווארץ שליט"א,
בשעת די סיום האבן זיי געזאגט די תפילה אבות על בנים מיט גרויס התרגשות בעטענדיג אויף בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצות,
דערנאך האבן זיי מיטגעהאלטן די פייערדיגע ריקודין של שמחה,
ווער עס האט נאך אינפארמאציע קען צולייגן,
קאמעדיע וכו'
איז געווען סיי וועלכע רוקעדיגע אדער נישט ריקעדיגע הוקאפ?
ריקעדיגע הוקאפ מיין איך איז נישט געווען, ב"ה
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6701
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 15562
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
אין שוואונג פון די התעוררות פאר לימוד התורה, האט זיך נעכטן אנגעהויבן א נייע טעגליכע "תורתך שיעור" אין די אפיסעס פון DPMG, וואו איין ארבייטער לערנט פאר פון 6:30 ביז 7:00.
יעדער לייגט אריין זיין סעלפאן אין א קעסטל... און מען פלאגט זיך אויס פון די קאסטומערס אריין אין די גמרא!
נעכטן זענען געווען 6 ארבייטער אנגעשלאסן, היינט קומט שוין צו א 7'טער ארבייטער וואס וויל עס אויך מיטהאלטן.
איך לייג א בילד וואס כ'האב באקומען (מיט רשות)
יעדער לייגט אריין זיין סעלפאן אין א קעסטל... און מען פלאגט זיך אויס פון די קאסטומערס אריין אין די גמרא!
נעכטן זענען געווען 6 ארבייטער אנגעשלאסן, היינט קומט שוין צו א 7'טער ארבייטער וואס וויל עס אויך מיטהאלטן.
איך לייג א בילד וואס כ'האב באקומען (מיט רשות)
- לאקאלער רב
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 229
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:47 pm
- x 420
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
אפשר בעטסטו דעם מגי"ש ארויפצולייגן דא דעם טעגליכן רעקארדינג?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 17, 2025 4:45 pm אין שוואונג פון די התעוררות פאר לימוד התורה, האט זיך נעכטן אנגעהויבן א נייע טעגליכע "תורתך שיעור" אין די אפיסעס פון DPMG, וואו איין ארבייטער לערנט פאר פון 6:30 ביז 7:00.
יעדער לייגט אריין זיין סעלפאן אין א קעסטל... און מען פלאגט זיך אויס פון די קאסטומערס אריין אין די גמרא!
נעכטן זענען געווען 6 ארבייטער אנגעשלאסן, היינט קומט שוין צו א 7'טער ארבייטער וואס וויל עס אויך מיטהאלטן.
איך לייג א בילד וואס כ'האב באקומען (מיט רשות)
image.jpg
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
how can I download the clips?
- חלום חלמתי
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 631
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 996
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
ביים מיטהאלטן די רקודים נאכן סיוםלאקאלער רב האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 17, 2025 4:37 pmאיך האב געפרעגט וואס עס איז געווען, נישט אייער מיינונגהיימיש האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 17, 2025 4:29 pmנישט ריקעדיגע [אודיאו] איז זיכער געוועןלאקאלער רב האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 17, 2025 3:42 pm
ייש"כ פאר די באריכט.