דער "גראסערי חבר"
דער "גראסערי חבר"
א פרייליכן מוצאי זונטאג אייך אלע.
פארלאפענעם פרייטאג נאכמיטאג איז מיר אויסגעקומען צו קענענלערנען א פרישן כאראקטער, וואס איך קלער אז ער קען נוצן א געהעריגע לעיבל מיט רויטע אותיות.
דאס איז דער "גראסערי חבר".
דער "גראסערי חבר" איז א נחלת הכלל, פונקט ווי יעדער האט א געשמאקע פעטער, א שוואגער, א זיסע זיידע, און אזוי ווייטער, האט אויך יעדער א "גראסערי חבר".
לאמיר איבערגיין אביסל די סימפטאמען וויאזוי צו אידענטיפיצירן דעם "גראסערי חבר" אין די פריע שטאפלען.
ווער קוואליפיצירט צו זיין א "גראסערי חבר":
1. דיין חבר מיט וועמען האסט אסאך פארברענגט און זיך אסאך געקריגט אין ישיבה קטנה, אבער זינט דאן ווען ער איז געפארן לערנען אין א צווייטע ישיבה, ביז'ן היינטיגן טאג ווען איר ביידע האט שוין עטליכע קינדער, האסטו נישט געהאט מיט אים קיין בלאסן שייכות.
2. דיין צוגעקומענע פעטער וואס האט פרובירט צו ווערן דיין פרענד אין דיין שבע ברכות אבער זינט דאן האסטו גארנישט מיט אים, חוץ ווען ער קומט צו ביי שמחות צו דיר און קוועטשט דיין האנט "אויף שמחות געזונטערהייט".
3. דער אינגערמאן וואס זיצט נעבן דיר אין שוהל, אבער פאר סיי וועלכע סיבה האסטו נאך קיינמאל נישט געטוישט קיין ווארט מיט אים, חוץ פון "אנטשולדיגט, כ'קען ארויסגיין?".
4. דער אינשורענס אגענט וואס וויל שוין פאר 2 יאר האבן מיט דיר ממש א קורצע מיטינג.
5. דיין שכן וואס וואוינט אפאר הייזער נעבן דיר, און אייער גאנצע קשר באשטייט פון דעם אז ווען איר טראגט פונקט די זעלבע צייט ארויס די גארבעדזש באגריסט איר זיך, און די צווייטע נאכט יום טוב אויב ממש קיינער פון די נאנטע שכנים האט נישט קיין פייער, גייסטו צו אים מיט א טעפל איבער'ן ליכטל.
6. דיין געוועזענע קאלעגע וואס האט מיטגעהאלטן די ציפעדיגע מינוטן ווען מ'האט דיר פארווארפן פון דיין דזשאב בבושת פנים.
אין קורצן, אזעלכע מענטשן וואס דו קענסט אים גוט, ער קען דיר גוט, אבער זעלטן וועט איר אויסטוישן א ווארט.
וויכטיגע פרטים וואס פעלט זיך אויס, אז נאכ'ן פארמאגן איינס פון די אויבנדערמאנטע כללים, זאל דער קאנדידאט טאקע קענען ווערן א פולקאמער "גראסערי חבר":
1. איר טארט נישט האבן קיין נושא אין וואס איר האט ביידע א ספעציעלע אינטערעסע. דאס הייסט אז אויב ביידע פון ענק זענען שטארק פאראינטערסירט אין פאליטיק, אדער אויב ביידע פון ענק זענען עוסק אין די זעלבע אינדוסטריע, וועט עס לכאורה נישט ארבעטן צו זיין א "גראסערי חבר".
2. כאטש איינער פון ענק מוז זיין אזא סארט וואס פרובירט צו זיין "געשמאק".
3. עס דארף זיין דוקא איינער וועמען דו טרעפסט אסאך, אבער דאך קומט נישט אויס צו אויסטוישן קיין ווארט. לאפוקי איינער וועמען ס'קומט פשוט נישט אויס צו קענען זיך באגעגענען און רעדן.
4. אויב איז דא עפעס אן אומאויסגעגליכענע ריס צווישן ענק פון יארן צוריק, אדער אויב ווייסט איינער פון ענק אז דער צווייטער בארעדט אים אפט אונטער זיין רוקן, ספעציעל אויב דער צווייטער ווייסט אז דער ערשטער ווייסט דערפון, איז עס אודאי א געוואלדיגע פלאס, אבער מוז נישט זיין.
*
אפאראציע "גראסערי חבר" אין קראפט:
פרייטאג נאכמיטאג, באוואפנט מיט'ן גראסערי ליסט, שפאציר אין אריין אין גראסערי.
ביים נעמען דעם וועגעלע, טרעף איך נאך א פאר הענט פרובירן נעמען א וועגעלע אין די זעלבע צייט. אה, ס’איז ער, מיין גראסערי חבר. קיין ברירה האבעך נישט, "א גוטן" שאקל איך אים צו.
ער ענטפערט "אה, א גוטן, סמאכסטע פופצי?", איך ענטפער "באכאשעם! ווי גייט עס ביי דיר?", און אזוי צעגייען מיר זיך איש תחת וועגעלתו ואיש תחת גראסערי ליסטתו.
אבער דאן הייבט דער געשיכטע אן ווערן פארקניפט.
איך שטיי און זוך א הארטן דיקן זאפטיגן רעטעך, און העלאו, ער איז אויך דא.
מיר טוישן אויס א לייכטן קאפ-שאקל.
איך פרוביר שלום מאכן צווישן אלע שאקאלאדן וואס שרייען עלי ינוח צדיק את ידו, און גוט מארגן, פונקט דארף ער אויך שאקאלאד.
מיר טוישן אויס א לייכטן קאפ-שאקל.
איך שמייס אריין אינעם אומבא’חנ’ט ספייסעס - בונדלעך - לאקשן אייל, און וועלקאם, ער קומט מיר אנטקעגן.
מיר טוישן אויס א לייכטן קאפ-שאקל.
איך זיך א בעקעלע, פונקט זוכט ער 9 אינטשיגע טעלערס הארט דערנעבן.
מיר טוישן אויס א לייכטן קאפ-שאקל.
איך רוק אריין א קאנטעינער אייער-פלענט באבאגאנוש, אה, ער וויל פונקט קויפן כריין.
מיר טוישן אויס א לייכטן קאפ-שאקל.
איך לויף ארויס פונעם נאש אייל, "אוי, אנטשולדיגט!" כהאב זיך אריינגעהאקט אין א צווייטנס וועגעלע. לחיים, ער איז עס.
מיר טוישן אויס א לייכטן קאפ-שאקל.
און למען השם ביים רעדזשיסטער, נאכן צאמבלאשן דעם גראסערי באזוך, ווער מיינסטו שטעלט זיך אונטער מיר? ער איז ווידער דא!
דא העלפט שוין נישט קיין קאפ-שאקל... מיר שטייען ביידע און ווארטן אין די ליין... ער ווארט איך זאל אנהייבן א שמועס, איך קען באשטיין אים צו געבן דעם כיבוד, און אזוי שטייט מען אומבאקוועם ווי דער אינגעלע אינעם מנהל’ס אפיס, ביז איך כאפ מיך, א רגע, כבד את אביך ואת אמיך, שטייט דאך קלאר למען יארוכין ימיך, אז דאס העלפט ווען מ’טרעפט זיך אין אזעכע לאנגע לאנגווייליגע טעג...
אקעי, איך האב מיין אנטלויף פלאן... ספיד דייל, "יא מאמי, א גוטן ערב שבת, וואס טוט זיך?"...
אבער איר פארשטייט שוין פארוואס איך רוף אים דער גראסערי חבר, איא?

נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2463
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 7674
Re: דער "גראסערי חבר"
הקדמה: איך מיין די חפצא און נישט די גברא - יעצט ליין.
► Show Spoiler
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
Re: דער "גראסערי חבר"
להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 16, 2025 9:47 am הקדמה: איך מיין די חפצא און נישט די גברא - יעצט ליין.
► Show Spoiler

אין פאל ס’נישט געווען גענוג קלאר, אין דעם ארטיקל איז דער וויץ אויף מיר, נישט אויפ’ן חבר.
ס’איז מיין שוואכקייט אז איך בין נישט באקוועם צו רעדן מיט איינעם וועמען איך קען גוט. כאפסט?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2463
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 7674
Re: דער "גראסערי חבר"
גא"מ און אויב דאס מיינסטו, ביסטו מיט מיר אין ענליכן פעקל - נישט אלעמאל בין איך אין דיסקאווערי מאאד און ווער נישט באליידיגט ווען איך פטר דיך אפ בשפה רפה, איך האב גארנישט קעגן דיר, איך פריי מיך דיר צו זעהן, נאר יעצט איז עס אהבה מסותרת...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
- בודקע
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 425
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 983
Re: דער "גראסערי חבר"
@פופציגער , אויש.... כ'קען נישט אטעמען!!!

אזא אבזערוואציע קען נאר קומען פון די וואויל באקאנטע 50'ער ברילן
אזא אבזערוואציע קען נאר קומען פון די וואויל באקאנטע 50'ער ברילן
Re: דער "גראסערי חבר"
ווי שטענדיג גאר גוט!
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
Re: דער "גראסערי חבר"
וואף... אזאנס האב איך שוין לאנג נישט געליינט... אראפ געלייגט אקוראט וואס איך פיל ווען איך באגעגן אזא גראסערי חבר...
איך האב עס גראדע נישט אזוי פיל אין גראסערי ווי אויפן וועג אהיים פרייטיג צונאכטס פון בית מדרש, און דער יונגערמאן וואס וואוינט א גאס נעבן מיך אבער פון בית מדרש איז עס די זעלבע וועג פאר די ערשטע פאר מינוט, און דאן האפט מען צו גיין עטוואס שטייטער כדאי יענער זאל גיין שנעלער און מזאל זיך נישט דארפן המממ'ען מיט א טשאבעס און וואס מאכסטו? באכאשעם, און ביי דיך? יא. באכאשעם. און דאן שטיל פאר נאך א מינוט, און דאן רוף איך זיך אן וואס זאגסטו אויפן בעל תפילה, אביסל צו שטייט, ניין? יא, ווייסטעך.. און שוין...
אגב, כהאב א נאנטע געפיל צו דעם און אפשר פופציגער קענסטו רילעטן דערצו. דאס איז ווען מען קומט אן צו ושמרו און מהייבט זיך אן אויסצוחזנען לעעעשות אאאת השששבת לדורותם ברררית עולם. כרעד נישט ווען מגייט צו צום עמוד, כרעד ווען מען שטייט אויפן פלאץ און מען חזנ'ט זיך אויס. און ביי די לדורותם ברררית עולללם, און דו ווילסט מאכן די ביייני ובבייין בני ישראל, און פונקט דאן הערסטו ווי דיין שכן האט אקוראט יעצט געענדיגט די עולם און ער גייט ממש אין די יעצטיגע סעקונדע זאגן די בייני, און ער איז נאך אויף די זעלבע טאן פון דיך... און דאן איז עס א טראך... כמיין, וואס טוט מען יעצט? די ערגסטע איז יעצט ווייטער צו גיין אז סזאל זיך פארמירן א קווייער צוזאמען... און עס זאגן שטיל איז אויך נישט קיין אפציע זינע דעם בייני ליגט שטעקן אינעם האלז און סמוז ארויס קומען...
בקיצור, סאיז פון די ערגסטע קאשמארן וואס מקען אריבער גיין אין לעבן... זאל מען נישט וויסן פון קיין צער...

- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5021
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 15402
Re: דער "גראסערי חבר"
נאכן ליינען די ארטיקל האבעך אביסל צוגעלייגט קאפ, און געכאפט אז ס'איז נאך א קאנדידאט, אבער אביסל אנדערש.
ווען דו טרעפסט דיין צוקונפטיגער שוואגער [דער וואס ווערט אן איידעם ביי דיין טאטע/שווער] מיט וועם דו האסטעך נאכנישט אנגעיאגט צו באקענען.
ס'גייט נאר א טראפ אנדערש, און מער פיינפול. ווי פאלגנד:
פופציגער האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 16, 2025 1:58 am ביים נעמען דעם וועגעלע, טרעף איך נאך א פאר הענט פרובירן נעמען א וועגעלע אין די זעלבע צייט. אה, ס’איז ער, מיין גראסערי חבר. קיין ברירה האבעך נישט, "א גוטן" שאקל איך אים צו. מיט ברייטע אויסגעצויגענע ליפן און שעמעוודיגע אויגן
ער ענטפערט "אה, א גוטן, סמאכסטע פופצי?", איך ענטפער "באכאשעם! ווי גייט עס ביי דיר?"וויאזוי גרייט מען זיך?... באכאשעם..., און אזוי צעגייען מיר זיך איש תחת וועגעלתו ואיש תחת גראסערי ליסטתו.
אבער דאן הייבט דער געשיכטע אן ווערן פארקניפט.
איך שטיי און זוך א הארטן דיקן זאפטיגן רעטעך, און העלאו, ער איז אויך דא.
מיר טוישן אויס א לייכטן קאפ-שאקל. און נאכאמאל, דער ברייטער שמייכל מיט ציפעדיגע אויגן
ואידך פירושא
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2322
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 4585
Re: דער "גראסערי חבר"
פיינע נייעס
---
שטעל דיר פאר, וויפיל מער רעלאוואנט די ארטיקעל איז ביי די קאנטרי סיזען..
Oh my..

ווער רעדט נאך פון די צוקנייטשען אויער.. שעפער זיסעראהרן זאב האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 24, 2025 7:37 pm וואף... אזאנס האב איך שוין לאנג נישט געליינט... אראפ געלייגט אקוראט וואס איך פיל ווען איך באגעגן אזא גראסערי חבר...
איך האב עס גראדע נישט אזוי פיל אין גראסערי ווי אויפן וועג אהיים פרייטיג צונאכטס פון בית מדרש, און דער יונגערמאן וואס וואוינט א גאס נעבן מיך אבער פון בית מדרש איז עס די זעלבע וועג פאר די ערשטע פאר מינוט, און דאן האפט מען צו גיין עטוואס שטייטער כדאי יענער זאל גיין שנעלער און מזאל זיך נישט דארפן המממ'ען מיט א טשאבעס און וואס מאכסטו? באכאשעם, און ביי דיך? יא. באכאשעם. און דאן שטיל פאר נאך א מינוט, און דאן רוף איך זיך אן וואס זאגסטו אויפן בעל תפילה, אביסל צו שטייט, ניין? יא, ווייסטעך.. און שוין...
אגב, כהאב א נאנטע געפיל צו דעם און אפשר פופציגער קענסטו רילעטן דערצו. דאס איז ווען מען קומט אן צו ושמרו און מהייבט זיך אן אויסצוחזנען לעעעשות אאאת השששבת לדורותם ברררית עולם. כרעד נישט ווען מגייט צו צום עמוד, כרעד ווען מען שטייט אויפן פלאץ און מען חזנ'ט זיך אויס. און ביי די לדורותם ברררית עולללם, און דו ווילסט מאכן די ביייני ובבייין בני ישראל, און פונקט דאן הערסטו ווי דיין שכן האט אקוראט יעצט געענדיגט די עולם און ער גייט ממש אין די יעצטיגע סעקונדע זאגן די בייני, און ער איז נאך אויף די זעלבע טאן פון דיך... און דאן איז עס א טראך... כמיין, וואס טוט מען יעצט? די ערגסטע איז יעצט ווייטער צו גיין אז סזאל זיך פארמירן א קווייער צוזאמען... און עס זאגן שטיל איז אויך נישט קיין אפציע זינע דעם בייני ליגט שטעקן אינעם האלז און סמוז ארויס קומען...
בקיצור, סאיז פון די ערגסטע קאשמארן וואס מקען אריבער גיין אין לעבן... זאל מען נישט וויסן פון קיין צער...
Re: דער "גראסערי חבר"
אהרן זאב האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 24, 2025 7:37 pm וואף... אזאנס האב איך שוין לאנג נישט געליינט... אראפ געלייגט אקוראט וואס איך פיל ווען איך באגעגן אזא גראסערי חבר...