כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
מדרבנן
ניי צום טיש
פאוסטס: 3
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מערץ 05, 2025 7:16 pm
x 5

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מדרבנן »

אין א וועג קען ארוסקומען א טובה פון דעם אז די אלע וואס גייען יעצט ארוס גיין קעגן די הוראה פונעם חכם און איך גלייב אז סדא אזעלכע וועלען זיך אוטומאטיש אפהאקן פונעם קולט אפילו אין זייער מוח נישט נאר פיזיש .
בקאנט די טייטש אילו לא הוציא הקדוש ברוך הוא את אבותינו ממצרים נאר פרעה וואלט בוויליגט ארויס צוגיין וואלט מען געווען משועבדים היינו לפרעה שולדיג א ישר כח פאר פרעה
גארנישט
פרישער באניצער
פאוסטס: 96
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
Location: מאנסי ניו יארק
x 396

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גארנישט »

שמועות טובות האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 10:27 pm
גארנישט האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 10:20 pm
► Show Spoiler
עס דארף דעמאנט ווערן אז דער איד מיינט ניטאמאל די טובה פון לב טהור נאר זאגאר א פריוואטע געלט חשבון, ה''י
פון ווי נעמסטו די אינפארמאציע
איך קען דעם מענטש פונדערנאנט און לויט מיין ידיעה איז זיין קאפ אין ל"ט פונקט ווי זיינע אנדערע צוויי ברודערס
נאר צוליב א געוויסע סיבה איז ער פשוט נישט ביכולת דארט צו זיין
[/quote]

קודם כל איינער וואס איז באמת אין ל''ט אין די דאזיגע סיבה קיין סיבה נישט כידוע עס פעלען נישט אזאלעכע מיט די סיבה וואס זענען שיינערהייט אנגעקומען וד''ל,
און נאכדעם יעדער אין ל''ט פארשטייט שוין אז עס איז נישט שייך צו טוען עפעס, וואלט ער געמיינט די טובה פון ל''ט וואלט ער געפראווט זיי צו מאכן עפעס דאהי,
דער איד האט עפעס מיט גוואטמאלא וואס קען נישט זיין ארגעץ אנדערש און דאס האט בלויז מיט אים און גארנישט מיט די טובה פון ל''ט, ודי בזה.
גארנישט
פרישער באניצער
פאוסטס: 96
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
Location: מאנסי ניו יארק
x 396

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גארנישט »

שמועות טובות האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 10:29 pm ער האט מיר אמאל געסטראשעט מיטן ארגסטן אויב איך וועל מיך וואגן צוצורעדן איינע פון מיינע קרובים צו פארלאזן לב טהור
צוליב די א.ד. סיבה דארף ער די קולט זאל אנגיין, אבער נישט פאר זייער טובה נאר פאר זיין טובה
און ווי געזאגט דווקא אין גוואטאמאלא
שמועות טובות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 211
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
x 573

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמועות טובות »

גארנישט האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 10:30 pm

ביודעי ומכירי קאמינא
זיינע אנדערע צוויי ברודערס זענען נישט געווען גרייט צו אריינגיין אין ל"ט ווען זיי האבן ווען די סיבה וואס ער האט
דער איד האט מיט ל"ט ווי זיי זענען
זענען זיי געווען אין קאנאדא האט ער עפעס געהאט מיט קאנאדא
זענען זיי אריבער צו גואטעמאלא האט ער עפעס באקומען מיט גואטעמאלא א.א.וו.
שמועות טובות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 211
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
x 573

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמועות טובות »

גארנישט האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 10:31 pm
שמועות טובות האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 10:29 pm ער האט מיר אמאל געסטראשעט מיטן ארגסטן אויב איך וועל מיך וואגן צוצורעדן איינע פון מיינע קרובים צו פארלאזן לב טהור
צוליב די א.ד. סיבה דארף ער די קולט זאל אנגיין, אבער נישט פאר זייער טובה נאר פאר זיין טובה
און ווי געזאגט דווקא אין גוואטאמאלא
און פאר צען יאר צוריק דווקא אין קאנאדא
און פאר 30 יאר צוריק דווקא אין מאנסי וכו' וכו'
זיי ממשיך...
גארנישט
פרישער באניצער
פאוסטס: 96
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
Location: מאנסי ניו יארק
x 396

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גארנישט »

דארף איך שרייבן קלארער...
דער איד האט אינוועסטירט שווערע געלטער אין גאוואטאמאלא מיט א חשבון צו מאכן געלט דערויף
און העלפן דערמיט סיי לב טהור און סיי זיך אליינס,
דערפאר אפי' אין א מצב ווען פאר די תועלת פון ל''ט דארפן זיי שוין גיין פון דארט ווי יעדער פארשטייט (לדו' האדמו''ר ממעליץ און די גאנצע קליקע)
וויל ער דווקא זיי זאלן בלייבן אין גוואטאמאלא טראצדעם וואס עס איז ניטאמאל זייער טובה..
@שמועות טובות @סענס אף יומער
מתא מחסיא
פרישער באניצער
פאוסטס: 55
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק מאי 03, 2025 11:46 pm
x 199

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מתא מחסיא »

איך האב מברר געווען קלאר בברירות, די חכם האט נישט געזאגט אזעלכע ווערטער בכלל, נאר מסביר געווען די סכנה פון אמעריקע, אבער בוודאי צייטווייליג צו ראטעווען די קינדער ברויך מען גיין ווי מען קען נאר צו ראטעווען די לעכטיגע קינדערלעך

דער חכם זאגט מען האלט מען אין אמעריקע אזוי ווי פאר די צווייטע וועלט מלחמה און דערפאר וועט מען מיט די צייט דארפן אנטלויפן פון אמעריקע צוליב גזירות חינוך והשמדיות רח"ל ה"י

בוודאי איז אין אמעריקע די מצב "יעצט" בעסער ווי אין די שעלטערס/תפיסות אין גוטאמאלא און מען איז מחיוב צו ראטעווען די קינדער בכל אופן דאפשר

עס איז בוודאי די לעצטע נסיון איידער ביאת המשיח צו יורד זיין לעומקי הקליפה טומאת וזוהמת אמעריקע און דארט זיך מחזק זיין באמונה פשוטה צו קענען זוכה זיין לקבל פני משיח צדקינו בב"א
וואס דען
ניי צום טיש
פאוסטס: 11
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 27, 2025 9:07 am
x 11

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך וואס דען »

מסתמא האט געשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 6:16 pm
על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 6:01 pm
סאלי האט געשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 3:57 pm

סאיז זייער אינטערסאנט
איר פארשטייט א תיבה אחת ?זולת לא בזולת זולת בזולת בזולת ווס רעדט מען דארט שדים שפראך?
ביטע נישט מאכן ליצנות פון יחידים
ובפרט פון אן איש צדיק וואס יעדער ווייסט אז ער איז אן אמת'ע עובד השם
ער האט קיין פליג אויפן וואנט נישט געטשעפעט
און איז בייזוויליג אריינגע'נער'ט געווארן דורך שלעכטע מענטשן
גערעכט, איך הער אין די שטימע א געוויסע פנימיות און אמת’דיגקייט. ער איז מיט אן אמת געווען פארגלייבט וכו', אבער ער הערט זיך ווי אן איש צדיק.
אנדערש ווי דער אנדערער?
עס זעט אויס ווי ער ליינט פאר פרקים פון דעם ספר "נוסח התבוננות" וואס זיי גיבן זייער אכטונג עס זאל נישט ארויס גיין, (איך שטעל מיך פאר פאר וואס..)
יעדער מוז זאך איין חזר'ן זייער פיל מאל א פרק אדער א פאר פרקים כדי ער זאל דאס קענען איבער זאגן ברבים אן קיין טעותים.
.
קען ביטע איינער ארויף לייגן די אנדערע רעקארדינג פון זייערע דרשות וואס איז געווען אויף קרעטשמע? (נישט ראזנער און נישט ראמפלער א דריטע)
שמועות טובות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 211
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
x 573

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמועות טובות »

גארנישט האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 10:39 pm דארף איך שרייבן קלארער...
דער איד האט אינוועסטירט שווערע געלטער אין גאוואטאמאלא מיט א חשבון צו מאכן געלט דערויף
און העלפן דערמיט סיי לב טהור און סיי זיך אליינס,
דערפאר אפי' אין א מצב ווען פאר די תועלת פון ל''ט דארפן זיי שוין גיין פון דארט ווי יעדער פארשטייט (לדו' האדמו''ר ממעליץ און די גאנצע קליקע)
וויל ער דווקא זיי זאלן בלייבן אין גוואטאמאלא טראצדעם וואס עס איז ניטאמאל זייער טובה..
@שמועות טובות @סענס אף יומער
ער האט קיין פעני נישט געהאפט צו פארדינען פון די דורכגעפאלענע אינוועסטמענט פון די דרוקעריי (אויסער וואס ער האט אנגע'חובות'ט אסאך אידן דערמיט אריינגערענכט עטליכע היימישע רבנים)
ער האט דאס געטוהן פאר די זעלבע סיבה פארוואס ער האט אלס געטוהן אלעס אין די וועלט פאר די טובה פון ל"ט
ער האט פונקט אזוי פלייסיג געטריי געהאלפן ל"ט פארדעם און אויך נאכדעם
און נאכאמאל איך קען דעם מענטש פערזענליך און איך ווייס וואס איך רעד
וואס דען
ניי צום טיש
פאוסטס: 11
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 27, 2025 9:07 am
x 11

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך וואס דען »

גארנישט האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 10:39 pm דארף איך שרייבן קלארער...
דער איד האט אינוועסטירט שווערע געלטער אין גאוואטאמאלא מיט א חשבון צו מאכן געלט דערויף
און העלפן דערמיט סיי לב טהור און סיי זיך אליינס,
דערפאר אפי' אין א מצב ווען פאר די תועלת פון ל''ט דארפן זיי שוין גיין פון דארט ווי יעדער פארשטייט (לדו' האדמו''ר ממעליץ און די גאנצע קליקע)
וויל ער דווקא זיי זאלן בלייבן אין גוואטאמאלא טראצדעם וואס עס איז ניטאמאל זייער טובה..
@שמועות טובות @סענס אף יומער
מיינסט די ציצית פאבריק?
עס איז דא נאר ווער עס וועט טוהן די ארבעט.. גרים וכדו'?
וואס איז זיין אינטרס
וואס דען
ניי צום טיש
פאוסטס: 11
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 27, 2025 9:07 am
x 11

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך וואס דען »

סאו בעיסיקלי נחמן האט נישט געכאפט אז ער דערלייגט אלעס און יעצט הייסט ער בלייבן זיך שלאגן פאר אים, אדער מיסטער ר. האט אים איינגערעדט זאכן?

וואס ס'איז זיכער אז אנשי לב טהור האבן נאך רעספעקט פאר דעם פארשוין און סיי פאלגן נאך אויס זיינע קריאזע איינפעלער
[/quote]

מסתמא דארף ער א מניין פון זיינע מענטשן דארט ווי ער זיצט, סא מילא ווארט ער א מזאל יא קומן קיין אמעריקא
מתא מחסיא
פרישער באניצער
פאוסטס: 55
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק מאי 03, 2025 11:46 pm
x 199

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מתא מחסיא »

מיינע טייערע ברודער און שוועסטער פון קהילת לב טהור אין גוטאמאלא

אני הגבר ראה עני, איך האב געזען מיט מיינע אייגענע אויגן די ביטערע און זויערע מצב פון מיינע טייערע הייליגע ברודער און שוועסטער, די צאן קדשים וואס שמאכטן אין תפיסה אין גוטאמאלא, די מצב איז אומבאשרייבליך ברוחניות כפשוטו ממש, די צאן קדשים וואס זענען נתחנך געווארן על טהרת הקודש אין אוהל יהושע און אין בארה של מרים, וואס האבן געטרינקען מיט דורשט די הייליגע ווערטער פון תורתינו הקדושה הנתונה ע"י משה רבינו ע"ה מיט א לויטערקייט און ריינקייט מיט מסירות נפש ממש, זענען יעצט ליידער בשבי צווישן גוים וואס זענען נישט ריין און זענען מטמטם די קינדער מיטן רעדן, זעהן און הערן זאכן וואס זענען מכלה מנפש ועד בשר יעדע זיק של קדושה וואס זיי האבן געלערנט אין די הייליגע חבורה

די מצב בגשמיות איז נורא ואיום, די צאן קדשים האבן נישט געזען קיין דאקטאר, קיין ציין דאקטאר שוין די לעצטע 5 חדשים! קינדער באקומען אינפעקציעס און קיינער קימערט נישט אויף זיי! זיי האבן נישט קיין עסן און קיינער נעמט זיך נישט אָן פאר זיי!

עס איז נישט דא קיין היתר בעולם צו לאזן די קינדער איין איינציגער מינוט לענגער אין תפיסה! א יודישע טאטע און מאמע האבן א חיוב על פי תורה צו מחנך זיין זייערע קינדער!

עס קען נישט זיין במציאות אז די חכם האט גע'אסר'ט דאס גיין קיין אמעריקע, עס איז פשוט נישט מעגליך!

יא, די מוסרים וועלן טייער באצאלן פארן ברענגען די מצב, אבער ענק טייערע ברודער און שוועסטער וועלן ליידן און ביטער באצאלן פארן לאזן ענקערע אייגענע קינדער שמאכטן צווישן גוים און גויטעס אָן קיין יודישקייט, יעדע רגע א קינד איז דארט איז עס א קאטאסטראפע! ערגער ווי די וועלט מלחמה!
איר זענט עובר אויף לא תעמוד על דם ריעך יעדע רגע אז קינד איז דארט!
עקסטער איז מען אין הימל מעניש פארן נישט פאלגען די קלארע הוראה פון די זקנים און שר צבא ה' צו ראטעווען די קינדער בכל אופן דאפשר אפי' ברענגען אויף אמעריקע

ברודער און שוועסטער, שטארקט אייך, דאס איז די לעצטע נסיון פאר ביאת המשיח, לאמיר זיך שטארקן און איבערקומען דעם נסיון, לאמיר ווייזן פאר משיח צדקינו אז אונז האב מיר מקבל געווען דעם עול הגלות און גענומען דעם וואנדער שטעקן קיין אמעריקע פונקט ווי אברהם אבינו און יעקב אבינו זענען אראפ קיין מצרים, לאמיר גיין און ראטעווען אונזערע קינדער און אזוי מלקט זיין די לעצט פארבליבענע ניצוצות וואס איז פארכאפט ביי די ערב רב, עס איז געקומען די צייט פאר משיח, לאמיר זיך שוין מחזק זיין און דורכגיין דעם בירור האחרון און זוכה זיין צו ביאת המשיח בב"א
מתא מחסיא
פרישער באניצער
פאוסטס: 55
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק מאי 03, 2025 11:46 pm
x 199

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מתא מחסיא »

עס איז מיר נתברר געווארן בוודאות וברירות, בכל מיני ראיות אשר אי אפשר להשיב עליהם כלל, אז די גאנצע שמועה קומט פון די מוסרים וואס ווילן צוברעכן די פנימיות פון לב טהור דורך מעשה רשע ואלימות, זיי ארבעטן מיט כל מיני ערמימיות, שקר, ליצנות והפקירות ממש, צו מסר'ן און באגראבן לב טהור אין תפיסות אין גוטאמאלא!

דער חכם האט געזאגט אז מען דארף האבן מסירות נפש פאר די חבורה און נישט איבערלאזן די חבורה און גיין קיין אמעריקע, אבער אויב מען בלייבט אין די חבורה איז בוודאי לטובה צו גיין ווי אימער מען קען ביים ערשטן געלעגנהייט אפי' למקום סכנה אדער לתוך עומקי הקליפה

ס'איז נורא נוראות די כח השקר וליצנות פון די וואס ווילן ליידער צוברעכן די הייליגע חבורה, לאמיר זיך נישט לאזן! לאמיר זיך מחזק זיין און גיין קיין אמעריקע און ראטעווען די קינדער!
קרני פרה
פרישער באניצער
פאוסטס: 38
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 1:06 am
x 205

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קרני פרה »

ווער האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 11:33 am Moment Magazine 542 Cover.jpg
זעהט אויס געווען אביסל צו פרי...
קרני פרה
פרישער באניצער
פאוסטס: 38
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 1:06 am
x 205

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קרני פרה »

לגופו של ענין איז דער מצב אסאך מער קאפלעצירט
קרני פרה
פרישער באניצער
פאוסטס: 38
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 1:06 am
x 205

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קרני פרה »

בעצם האבן די אחראים געבעטן אז מען זאל נישט רעדן פון יחידים , אבער אזוי ווי ס’איז שוין הותרה מקצתה הותרה כולה ,
לויט ווי איך הער פון אינטער די קוליסן , איז בעצם די החלטה קאי וקיים מיט א שטארקייט , דאס גאנצע טומל, האט נאר צוטוהן מיט די פנימיותדיגע פייערדיגע מחלוקה וואס ברענט שוין אפאר וואכן אינערהאלב די הנהלת לב טהור, ווי דער עולם האט געזען די געליקטע בריוון , און ביי די עסקנים געפונען זיך נאך אפאר בריוון אין שארפע רעקארדינג’ס וואס ציהוצטע הנהלה חברה האבן זיי געשיקט
בעצם האלט נאך די מעשה אינמיטן געשענן, יעדע ווארט איז שפיל מיט יידיש בלוט כפשוטו ממש , הלוואי ווען די אחראים נעמען אראפ די גאנצע מעשה שוין יעצט , מיר זאלן קענען זאגן ”ידנו לא שפכו את הדם הזה וכו”
מכבי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 106
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 11:45 am
x 215

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מכבי »

קרני פרה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 12, 2025 12:05 am בעצם האבן די אחראים געבעטן אז מען זאל נישט רעדן פון יחידים , אבער אזוי ווי ס’איז שוין הותרה מקצתה הותרה כולה ,
לויט ווי איך הער פון אינטער די קוליסן , איז בעצם די החלטה קאי וקיים מיט א שטארקייט , דאס גאנצע טומל, האט נאר צוטוהן מיט די פנימיותדיגע פייערדיגע מחלוקה וואס ברענט שוין אפאר וואכן אינערהאלב די הנהלת לב טהור, ווי דער עולם האט געזען די געליקטע בריוון , און ביי די עסקנים געפונען זיך נאך אפאר בריוון אין שארפע רעקארדינג’ס וואס ציהוצטע הנהלה חברה האבן זיי געשיקט
בעצם האלט נאך די מעשה אינמיטן געשענן, יעדע ווארט איז שפיל מיט יידיש בלוט כפשוטו ממש , הלוואי ווען די אחראים נעמען אראפ די גאנצע מעשה שוין יעצט , מיר זאלן קענען זאגן ”ידנו לא שפכו את הדם הזה וכו”
ווי איז דא די געליקטע בריוון?
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1544
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 2476

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך טיפע טאשן »

קרני פרה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 12, 2025 12:05 am בעצם האבן די אחראים געבעטן אז מען זאל נישט רעדן פון יחידים , אבער אזוי ווי ס’איז שוין הותרה מקצתה הותרה כולה ,
לויט ווי איך הער פון אינטער די קוליסן , איז בעצם די החלטה קאי וקיים מיט א שטארקייט , דאס גאנצע טומל, האט נאר צוטוהן מיט די פנימיותדיגע פייערדיגע מחלוקה וואס ברענט שוין אפאר וואכן אינערהאלב די הנהלת לב טהור, ווי דער עולם האט געזען די געליקטע בריוון , און ביי די עסקנים געפונען זיך נאך אפאר בריוון אין שארפע רעקארדינג’ס וואס ציהוצטע הנהלה חברה האבן זיי געשיקט
בעצם האלט נאך די מעשה אינמיטן געשענן, יעדע ווארט איז שפיל מיט יידיש בלוט כפשוטו ממש , הלוואי ווען די אחראים נעמען אראפ די גאנצע מעשה שוין יעצט , מיר זאלן קענען זאגן ”ידנו לא שפכו את הדם הזה וכו”
פארשטיי נישט קיין איין ווארט.
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
על פי תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 570
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 5919

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

בנוגע די שערורי' מיט א. י. ר. ער איז טאקע א לב טהור'ניק, א מחלל שבת, און מ'וואלט אים שוין לאנג געדארפט אנערקענען אלץ פשוטע מיטגליד פון לב טהור וועלעכע וואוינט צופעליג אין ניו יארק.
אבער בנוגע די הוראה פונעם נחמן, קען זיך דער עולם בארואיגן אז עס איז געווען א טעות פון די עסקנים, נאך וואס זיין זון ידידי' האט ארומגע'חוש'ט מיטן עולם, און יעדע 2 מינוט געטוישט הוראה פונעם טאטן, ב''ה איך האב גערעדט צו אן אינסיידער און עס איז נתברר געווארן אז נחמן האט קיינמאל אזאלעכע ווערטער נישט געזאגט. נחמן פארשטייט אויך אז געים אווער....

דער עולם קען אפאטעמען..
על פי תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 570
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 5919

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

מכבי האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 11:55 pm
איה מקום כבודו האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 11:51 pm
מתא מחסיא האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 11:30 pm עס איז מיר נתברר געווארן בוודאות וברירות, בכל מיני ראיות אשר אי אפשר להשיב עליהם כלל, אז די גאנצע שמועה קומט פון די מוסרים וואס ווילן צוברעכן די פנימיות פון לב טהור דורך מעשה רשע ואלימות, זיי ארבעטן מיט כל מיני ערמימיות, שקר, ליצנות והפקירות ממש, צו מסר'ן און באגראבן לב טהור אין תפיסות אין גוטאמאלא!

דער חכם האט געזאגט אז מען דארף האבן מסירות נפש פאר די חבורה און נישט איבערלאזן די חבורה און גיין קיין אמעריקע, אבער אויב מען בלייבט אין די חבורה איז בוודאי לטובה צו גיין ווי אימער מען קען ביים ערשטן געלעגנהייט אפי' למקום סכנה אדער לתוך עומקי הקליפה

ס'איז נורא נוראות די כח השקר וליצנות פון די וואס ווילן ליידער צוברעכן די הייליגע חבורה, לאמיר זיך נישט לאזן! לאמיר זיך מחזק זיין און גיין קיין אמעריקע און ראטעווען די קינדער!
הלנו אתה אם לצרנו?
ער רעדט צו
"מיינע טייערע ברודער און שוועסטער פון קהילת לב טהור אין גוטאמאלא"
די חלק אז די חבורה איז הייליג איז שטותים און לאקשן, מען רעדט פון א גרויזאמע קולט. אבער צופעליג לגבי די הוראה פון נחמן שרייבט ער אמת. עכטע אינפאו אויך פאר זיינע ברודער און שוועסטער אין אמעריקע.
אוועיטער
סענס אף יומער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 331
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 3254

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

כ'וויל נאכאמאל קלארשטעלן אז @על פי תורה, @מתא מחסיא, @קרני פרה זענען הונדערט פראצענט קראנט מיט זייערע אינפארמאציע און אלעס וואס זיי שרייבן קומט פון אינעווייניג און מ'קען זיי געטרויען.

נישט אלץ קום איך אן אויסצוקלארן געוויסע דעטאלן, ממילא ווען איינער פון די אויבנדערמאנטע קומען אריין מיט הערות אויף די נייעס וואס איך ברענג, באדייט דאס אז ס'איז הונדערט פראצענט פארלעסליך.
נוצט אייער מיילעדזש ארויסצוראטעווען די אומשולדיגע לב טהור קינדערלעך פון גואטעמאלא!
347-444-4563
על פי תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 570
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 5919

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

סענס אף יומער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 12, 2025 12:37 am כ'וויל נאכאמאל קלארשטעלן אז @על פי תורה, @מתא מחסיא, @קרני פרה זענען הונדערט פראצענט קראנט מיט זייערע אינפארמאציע און אלעס וואס זיי שרייבן קומט פון אינעווייניג און מ'קען זיי געטרויען.

נישט אלץ קום איך אן אויסצוקלארן געוויסע דעטאלן, ממילא ווען איינער פון די אויבנדערמאנטע קומען אריין מיט הערות אויף די נייעס וואס איך ברענג, באדייט דאס אז ס'איז הונדערט פראצענט פארלעסליך.
ריכטיג, אבער א באזינדערן שכוח פארן מעורר זיין איבער א. י. ר. וואס מען וואלט אים שוין לאנג געדארפט אפשטעלן, ער שטעלט כסדר אינטער פוסלעך, און מען דארף אים ממשיך זיין צו אפשטעלן.
ב''ה אז א דאנק אומקלארקייט אין פרטים איז מען אנגעקומען צו מפרסם זיין די רשעות פון דעם לב טהיר'ניק.
מתא מחסיא
פרישער באניצער
פאוסטס: 55
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק מאי 03, 2025 11:46 pm
x 199

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מתא מחסיא »

אין אנדערע גוטע נייעס ב"ה
היינט האט איינער גערופן די אמעריקאנער טשיילד פראטעקשן אויף קינדער פון לב טהור, איך ווייס נישט צו פון די מוסרים אדער גאר די רשעים פון די pgn ימ"ש, למעשה נאך א שטיק צייט האבן די אמעריקאנער טשיילד פראטעקשן געזען אז ב"ה די קינדער זענען אין א גוטע צושטאנד און קיינער צווינגט זיי גארנישט, מען האט זיי פארציילט וואס די קינדער זענען רח"ל פאריבער אין שעלטער/תפיסה אין גוטאמאלא, זיי זענען אוועקגעגאנגען פון דארט זייער איבערגענומען פון די ביטערע מצב וואס די קינדער האבן ל"ע מיטגעמאכט, זיי האבן געזאגט אז אין אמעריקע וואלט קיינמאל געווען אזא ביטערע מצב.

זיי האבן קלאר געמאכט אז אין אמעריקע לאזט מען טאטע מאמע פירן די קינדער וויאזוי מען וויל און מען טוט נישט צונעמען די קינדער אויף חשדות און מסירות, נאר מיט קלארע באווייזן פון פייניגן קינדער ממש
קרני פרה
פרישער באניצער
פאוסטס: 38
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 1:06 am
x 205

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קרני פרה »

באקומען פון איינע פון די עסקנים
די מעשה איז אופן שפיץ גאפל אז די אחים וויינגארטען, האבן געפירט די חבורה ביד רמה, אויף א אופן וואס האט ביטער געפאניגט יעדן מאן פרוי אין קינד פון לב טהור , אן קיין שום חשבון סתם פאר זייער סאדיסטישע תאוות השליטה , זיי האבן געהאט דאס לעצטע ווארט אפילו אפן חכם , וואס האט זיי שטארק געטראסט . זיי האבן גענומען די מהלך פון גיין קאפ אין וואנט אריין , ארום געפירט דעם עולם מ”ב מסעות אין כמה וכמה מדינות און צירוק קיין בבל בלויז פאר די הנאה צו זען יידן געפייניגט מיינענדיג נעבעך אז זיי טועהן גאר דעם רצון ה’ מיט מסירות נפש , אזוי איז געווען אפילו ווען זיי זענען געווען אין תפיסה האבן זיי געפירט אלסדינג פון דארט ביז נאך די יעצטדיגע פארכאפונג פון די קינדער רחמנא ליצלן
ווען דאס איז געשען האבן זיך אסאך חברים אנגעהויבן כאפן אז דיע מהלך טויג נישט, מען פארט אין באד אריין אנשטאט טוהן פשוטע השתדלות וואס א ייד איז מחויב צו ראטעווען זיינע קינדער פון שמד, האבן זיי געשיקט בריוו אז מען דארף האבן מסירות נפש , נישט גיין אין ערגעץ , בלייבן דארט אפילו די קינדער ווערן גוים , דאס איז די נסיון פאר ביאת המשיח וכו׳וכו׳ אזאלעכע דברי דופי
דאס איז שוין געווען צו סאך , האט זיך אנגעהויבן א געפערליכע ויצעקו , וואס האט דערגרייכט ביז די זקנים , מען האט מטכס עצה געווען וויאזוי זיי מעביר זיין פין די הנהגה,
מען איז געמאכט אן החלטה אז מען שיקט א שליח צום חכם אליינס אן דעם וואס זיי זאלן געוואר ווערן , ב”ה עס איז געלונגען , דער חכם האט מסכים געווען , און געשטעלט א נייע וועד ספעציעל פאר די יעצטיגע פרשה , וואס זיי דארף מען פאלגן אלעס בנוגע ארויספארן פון לאנד מיט די משפטים פון די קינדער, נישט אריינעמענדיג קיין איין וויינגארטען,
די וועד האט זיך פארבינדן מיט געוויסע עסקנים פון נוי יארק וועם זיי האבן געטרויט , און אנגעהויבן ארבעטן אויף א פלאן ווי צו ראטעווען אלע משפחות וואס האבן קינדער , ארויס צו אנדערע מדינות ובתוכם אמעריקא, דאס איז געקומען מיט אסאך שווערע תנאים כפולים ומכופלים קודם למעשה , למשל אז מען גייט נישט קיין נוי יארק , אין מען בלייבט מיט די זעלבע בגדים וכ’ וכו’ שאין כאן מקומו,
דער חכם האט מסכים געווען און די מסע הצלה האט זיך אנגעהויבן, די כורמים האבן גקריצט מיט די ציין אבער עס הנעשה אין להשיב , דאס איז געליגן אינטער די אלע חברים וואס זענען געקומען קיין פלארידע און אין פארשידענע שטאטן די עסקנים האבן געלייגט גרויסע כוחות און מעורר געווען די אמעריקאנע אידען צו זיין אביסל זהיר נישט טשעפען אדער חוזק מאכן חלילה, נישט דאערמאנען קיין אלטע פשעים נישט רעדן גנותו פון רעבין אביסל איינהאלטן, נישט קיין חילוק וואס מען האלט אויף די חבורה, טו דאס בלויז למען הילדים וואס זענען זיכער נישט שולדיג, רוב אידען האבן ב”ה פארשטאנען און זיך צוגעשטעלט
ליידער זענען געווען אזאנע יחידים וואס פארשטייען נישט קיין רמזים אפילו מען זאגט עס אפן ... זיי האבן פארפירט אז מען פלאנץ איבער לב טהור אין אמעריקא , מען דארף יעדעם שמד׳ן, אראפשלעפן די בגדים, צו עסן טריפות.. אנדערע האבן זיך נישט געקענט אויף געבען די הנאה פון רעדן אויף שוכני עפר און קאכן אין אביסל שמיץ , זיי האבן געמאכט אומבאקוועם פאר די יוצאים
דא האט יעקב נחום געזען א מהלך צו אפשטעלן די הייליגע עסקנים, (פארשטייט זיך נאך וואס זיין משפחה איז שוין געווען אינדרויסן) אין צירוק שטעלן זיין בענקל אין פלאץ , ספעציעל אז זיי זענען געוואר געווארן פון מאמענט די וואך אז מען פלאנט צו דערקלערן זיג אין אז לב טהור איז שוין א פארגאנגענהייט , זיי האבן אנגעדרייט א.י.ר. צו נעמען די אינפורמציה אין שיקן צום חכם , צו ווייזן אז אלעס איז א שפיל אין באמת מיינט מען דא נישט די קינדער , נאר צו אינטערברענגען לב טהור פאר אייביג,
חכם האט זיך זייער דערשראקן , אין ווען זין איז אים געקומען בייזוכען , האט ער אים געזאגט זיינע ספיקות וועגן דעם ,
דא האלט מען יעצט , פארשטייט זיך אז דער וועד הפעולה וועט זיך פאר דעם נישט שרעקן עס קומען פאר אסיפות א גאנצע צייט מיט די עסקנים אויפצווייזען דעם גרויסען שקר און צוריק שטעלן אלעס אין פלאץ בעזרת הוי’ה
אוועיטער
בודקע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 349
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 755

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בודקע »

אויב איך מעג בעטן, @על פי תורה @סענס אף יומער , ענק האלטן אינאיין זאגן אז @קרני פרה און @מתא מחסיא זענען באגלייבט און זיי זענען פון די עסקנים, אפשר קענען ענק זיך ציזאם נעמען און נעמען איין מהלך וויאזוי צו שרייבן באריכטן, אפדעיטס, מחאות, וכו'?
די מהלך וויאזוי ס'גייט יעצט מאכט דעם ציבור געפערליך צעמישט.

א גרויסע שכח פאר ענקער הייליגע ארבייט! דער אייבערשטער זאל ענק באצאלן מיט אלעס גוטס!
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 3:52 am ווען א רייזע האט נישט קיינע טשעלענדזשעס ווערט דער גאנצער רייזע א טשעלענדזש!
שרייב פאוסט