עס דארף דעמאנט ווערן אז דער איד מיינט ניטאמאל די טובה פון לב טהור נאר זאגאר א פריוואטע געלט חשבון, ה''יגארנישט האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 11, 2025 10:20 pm► Show Spoilerסענס אף יומער האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 11, 2025 8:18 pm פרישע דראמאטישע אנטוויקלונגען אויפן פראנט אין גואטעמאלא!
ווי ברייט באריכטעט האט די לב טהור ריש מתיבתא משה יוסף ראזנער ארויסגעגעבן א פסק דין אויפן באפעל פונעם חכם נחמן העלבראנץ, אויטאריזירנדיג אלע לב טהור מיטגלידער צו פארלאזן גואטעמאלא צוזאמען מיט די קינדער, און בלית ברירה נאכגעבן די רעגירונג'ס פארלאנג און שענקען קאסטעדי/ריסאורס פאר משפחה מיטגלידער אדער באקאנטע וועלכע וואוינען אין איינע פון די דריי באשטימטע לענדער וואו די לב טהור מיטגלידער זענען ערלויבט ארויסצונעמען אהין זייערע קינדער.
די קומענדיגע שורות ווערט געשריבן מיט גרויס ווייטאג און איז עפעס וואס וואלט באמת נישט געדארפט געשריבן ווערן ברבים, און עס איז טאקע נישט געטוהן געווארן ביז היינט הגם וואס די ווייטאגליכע מציאות גייט שוין אן פאר גאר א לאנגע תקופה, אבער ע"פ הוראת הרבנים זענען מיר נישט נאר ערלויבט נאר מחויב ע"פ תורה מפרסם צו זיין די דאזיגע אינפארמאציע צו ראטעווען דערמיט אידישע נפשות ברוחניות ובגשמיות במלוא מובן המילה.
אינעם עיר ואם בישראל וויליאמסבורג, וואוינט א געוויסער איד מיטן נאמען א. י. ר., א פערזאן וואס שוין פאר צענדליגע יארן, נאך אין די צייטן ווען שלמה העלבראנץ האט געגרינדעט דעם קולט אין ניו יארק און שפעטער אין קאנאדע, טוהט ער אנפירן מיט א מאסיווע אפעראציע ארויסצוהעלפן און שטיצן די לב טהור קולט מיט אלע געברויכן וואס זיי דארפן, אין רואיגערע צייטן האט דאס באדייט שאפן גרויסע סכומים צו פינאנצירן די קולט און אלע אירע הוצאות, אבער אין שווערערע צייטן האט דאס אריינגענומען גאר געוואגטע אקטן און זאגאר פארברעכערישע אקציעס ארויסצוהעלפן און דינען די אינטערעסן פון דעם קולט. מיט עטליכע יאר צוריק איז פארגעקומען די טרויעריג באקאנטע קינדנעפינג דורך לב טהור אויף עטליכע קינדער וואס זייער מאמע איז אנטלאפן צוזאמען מיט זיי קיין ניו יארק, און לב טהור האט פרובירט מיט אלע מיטלען - און איז כמעט געווען ערפאלגריייך - צוריק צו פארכאפן די קליינע קינדער צו זײ אין לב טהור. וואס אבער ווייניג ווייסן איבער דעם פרשה איז, אז דער זעלבער פערזאן האט וואוינענדיג אין וומסב"ג אנגעפירט מיט אלע אפעראציעס פונדערנאנט צושטאנד צוברענגען די פארכאפונג פון די קינדער, און ער איז געגאנגען אזוי ווייט ביזן ליידער מחלל שבת זיין דריי שבתים פאר זיינע השתדלות'ן אויסצופירן די פארכאפונג מיט סוקסעס.
אין די לעצטע האלבע יאר זינט די אנהייב פון די יעצטיגע מערכה, האט דער זעלבער ידא אריכתא ווי פארשטענדליך נישט אראפגעלייגט די געווער, נאר אנגעדרייט כל מיני שטרויכלונגען און געטוהן כל מה שביכולתו אונטערצוברענגען די עסקנים און זייערע פעולות, בכדי צו געווינען די קאמף און צוריקבאקומען די קינדער ארויס פונעם שעלטער און ווייטער קענען אנהאלטן די קולט אומגעשטערט.
אצינד נאכדעם וואס די ריש מתיבתא האט ארויסגעגעבן דעם פסק אז אלע לב טהור מיטגלידער זענען מחויב ארויסצונעמען זייערע קינדער פונעם שעלטער מיט קאסטעדי פון ערב רב אידן און זיך אריבערציען צו די איינע פון די דריי באשטימטע לענדער, איז געגאנגען דער א. י. ר., און געשיקט בריוון פאר די חכם נחמן העלבראנץ אין תפיסה, און אים פארציילט אז מ'מאכט פורים פון אים אין לב טהור, און מ'האט געהייסן אויפלעזן די קולט און פארלאזן גואטעמאלא, און די חכם זאל וויסן אז מ'צוברעכט דעם קולט אונטער זיין רוקן.
דעם פארלאפענעם מאנטאג, ווען עס איז פארגעקומען די באשטימטע וויזיטעישן ביי נחמן אין תפיסה, האט ער איבערגעגעבן א הוראה פאר זיין זוהן ידידיה, אז היות ס'איז אנגעקומען צו אים די באריכטן איבער די אויפלעזונג פון די קולט, דעריבער געבט ער ארויס א באפעל פאר די גאנצע לב טהור קהילה, אז קיינער זאל בשום אופן נישט פארלאזן גואטעמאלא, נישט נאכגעבן קיין שום פארלאנגען איבערצוגעבן קאסטעדי פאר דרויסנדיגע קרובים, נאר זיך שלאגן און קעמפן ביזן טויט פאר די עקזיסטענץ פונעם קולט! זאלן די קינדער ווייטער פארבלייבן אין שעלטער ביז זיי ווערן 18 יאר אלט און ווערן לעגאל זעלבסשטענדיג, אבער אויף קיין שום פאל זאל מען זיך נישט ברעכן און אונטערגעבן נאר ווײטער אנהאלטן דעם קאמף אנצוהאלטן די עקזיסטענץ פונעם קולט!
עס דארף נאכאמאל אונטערגעשטראכן ווערן, אז די דאזיגע ווייטאגליכע שורות פול מיט אומגעהויערע פיין און צער, ווערט געשריבן ע"פ די קלארע הוראה פון עטליכע רבנים וואס האלטן מיט די פרשה פון די נאנט, און האבן אויסדרוקליך באפוילן מפרסם צו זיין און פארשפרייטן די דאזיגע פרטים בעפאר מ'גייט צום קומענדיגן דראסטישן שטאפל פון נעמען לעגאלע שריט, בכדי צו ראטעווען די אומגליקליכע קינדערלעך וואס זענען נעבעך ווידעראמאל אריינגעפאלן אין א פלאנטער און וועלן מוזן פארבלייבן אין שעלטער פאר ווער ווייסט ווילאנג נאך, בלויז צוליב די בלוטיגע הענט און מעשי רשע פון דעם דאזיגן פערזאן.
דער אייבערשטער זאל העלפן אז די אלע רשעים וואס האבן א יד אין די מעשי רציחה פון אריינלייגן אידישע קינדער אין אזא שרעקליכע געפאר ברוחניות ובגשמיות און פרובירן צו צושטערן די קריטישע הצלת נפשות פעולות, זאלן חרטה האבן און תשובה טוהן בקרוב און איינמאל פאר אלעמאל אפשטעלן זייערע שרעקליכע שפיכת דמים, און האפענטליך וועט שוין נישט אויספעלן צו גיין צום צווייטן שטאפל און נעמען לעגאלע שריט ע"פ הוראת הרבנים אפצושטעלן די בלוטיגע מעשי רציחה.
די עסקנים טוען קלארשטעלן אז אפילו נאך די דראסטישע טויש אין צוגאנג פון לב טהור, איז נישטא פארוואס צו זיין באזארגט אז די מערכה וועט חלילה ווערן פארהאנקערט און אז עס וועלן אויפהערן ארויסצוקומען קינדער פונעם שעלטער היל"ת, ס'איז בלויז נאך א שטיינדל אויפן וועג וואס די געטרייע מסירות נפש עסקנים האבן שוין געוויזן ביז היינט אז זיי דערשרעקן זיך נישט דערפון און האבן טאקע באוויזן ארויסצוברענגען צענדליגע נפשות פון לב טהור טראץ די בלוטיגע קאמף וואס די קולט פירער האבן געפירט אומאויפהערליך צו שטערן די אלע פעולות, און זיי וועלן טאקע ווייטער אנגיין ביתר שאת וביתר עז מיט אלע סארטן השתדלות און פעולות ווי אין די פארגאנגענע האלבע יאר און נאך שטערקער, און צוביסלעך ארויסברענגען די אלע אומשולדיגע נפשות פונעם שעלטער אויף אנדערע וועגן בסייעתא דשמיא.
(די אנטוויקלונגען איבער די עטליכע געריכט הירינגס וואס זענען פארגעקומען די פארגאנגענע טאג צוויי וועט אי"ה נאכפאלגן אין א באזונדערע באריכט.)
[/quote]
נישט ריכטיג, ער איז א פארביסענע לב טהור אנהענגער.