גיוס בני ישיבות

נייעס אין אונזער קווארטאל
הלבלר בקולמסו
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 543
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 729

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

וועלכער איז יאקאבאוויטש?
גיוס אפדעיטס
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 12:07 pm
x 70

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך גיוס אפדעיטס »

דער עם-הארץ דער רב...
הערט א מעשה: א יונגערמאן וואס איז לעצטנס ארעסטירט געווארן האט באקומען א פארלאנג זיך צו שטעלן פארן מיליטער צוויי וואכן נאך די באפרייאונג. פון א קורצע אונטערזוכונג האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס קומט אויס אז ער דארף זיך שטעלן די קומענדיגע דינסטאג, אסרו חג שבועות.
ווען העסקן ר' שמעון שישא שליט"א האט דאס געהערט האט ער אנגעוויזן דעם יונגערמאן ער זאל זיי לאזן וויסן אז ער קען דעמאלטס נישט קומען, וויבאלד עס פאלט אויס אום יום טוב שני של גלויות, און ער איז א תושב חוץ לארץ. אזוי האט אים ר' שמעון געהייסן זאגן.
דער יונגערמאן האט זיי געשיקט אפאר אימעילס אז ער וועט נישט קענען קומען, אבער ער האט נישט באקומען פון זיי קיין ענטפער. הייבט דער יונגערמאן אויף א טעלעפאן צום מיליטער און ער מעלדט זיי אז ער וועט נישט קענען קומען דינסטאג. אבער דער סאלדאט פון די אנדער זייט טרייבל וויל נישט הערן קיין תירוצים "עס איז נישטא אזא זאך, דו קומס'ט דינסטאג!". אבער דער יונגערמאן עקשנ'ט זיך, "איר ווילט איך זאל מחלל יום טוב זיין?! איך פארשטיי נישט".
עס העלפט נישט גארנישט. זיי שטייען ווייטער אויף זייער'ס, דער יונגערמאן מוז זיך שטעלן דינסטאג. נו, וואס טוט מען? דער יונגערמאן האט ארויפגענומען ר' שמעון שישא אויפן טעלעפאן ליניע, אולי ער וועט קענען באאיינפלוסן דעם סאלדאט. "גיב א קוק" זאגט ר' שמעון צום באאמטער, "דו ווילסט אז די גאנצע פרעסע זאל שטורעמען אז איר האט געצווינגען א חרדי צו מחלל יום טוב זיין? איך קען דיר געשווינד ערלעדיגן אזא פעסטיוואל..."
דער סאלדאט האט אנגעפאנגען שטאמלען, "איך ווייס נישט וואס דו ווילסט, ביי מיר שטייט אויפגעשריבן אז יום טוב איז זונטאג און מאנטאג, נישט דינסטאג". ערקלערט אים ר' שמעון "זונטאג איז ערב יום טוב, מאנטאג איז יום טוב, און דינסטאג איז יום טוב שני".
שוין, גיי זיי מסביר א ציוני ברטנורא... ער איז שוין אינגאנצן צומישט, "לאמיר דיר געבן צו רעדן מיטן מיליטערישן ראביי, אפשר ער וועט דיר קענען העלפן" ענטפערט ער ר' שמעונ'ען.
ר' שמעון האט גערופן צום מיליטערישן 'רב' און אים ערקלערט די גאנצע מעשה, "אבער איך פארשטיי נישט" האט זיך דער מזרוחי'ניק געקראצט זיין קליין קאפל אויפן קאפ, "וואס איז טייטש יום טוב שני של גלויות?! ער איז דאך אין ארץ ישראל", זאגט אים ר' שמעון "ריכטיג, אבער ער איז נאכאלץ מחויב צו היטן דעם צווייטן טאג יום טוב, ער איז א חוץ לארצ'דיגער". פארשטייט ער ווייטער נישט "אויב איז ער א חוץ לארצ'דיגער פארוואס איז ער מחויב זיך צו רעקרוטירן צום מיליטער?"
"וועל איך דיר ערקלערן" רעדט צו אים ר' שמעון ווי צו א קינד פון כיתה א', "דער יונגערמאן איז אן איזראעלי בירגער, אבער ער האט חתונה געהאט אין חוץ לארץ, און יעצט וואוינט ער דא, און ביזדערווייל האט ער נאכנישט באשלאסן אויב ער זאל בלייבן וואוינען דא אדער ער זאל גיין וואוינען אין חוץ לארץ", און דא האט ר' שמעון אנגעפאנגען דרייען מיטן פינגער און ממציא געווען נייע הלכות... "דעריבער האבן אים די רבנים געהייסן אז פון איין זייט זאל ער לייגן תפילין בצנעה, און פון די אנדערע זייט זאל ער היטן יום טוב און נישט טון קיין מלאכה, דו האסט קיינמאל נישט געהערט פון אזא הלכה?", זעט אויס אז פארן מיליטערישן 'רב' איז נישט גוט געווארן, "עה... יא, זיכער! אוודאי! וואספארא שאלה, אזוי איז דאך די הלכה. איך פארשטיי, איך פארשטיי וואס דו זאגסט"... און דער יונגערמאן האט באקומען א רידזשעקשן פון זיך שטעלן.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6816
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15941

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

נמשכת הסערה החילונית סביב גיוסם של 4 נשים חרדיות לצה''ל.jpeg
נמשכת הסערה החילונית סביב גיוסם של 4 נשים חרדיות לצה''ל.jpeg (435.38 KiB) געזען געווארן 820 מאל
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 749
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 1195

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך חלום חלמתי »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מאי 30, 2025 11:35 am נמשכת הסערה החילונית סביב גיוסם של 4 נשים חרדיות לצה''ל.jpeg
הערסטע וואס זאגסטע.. געלייגט אפילו א צייטווייליגע מחיצה אדער ניטאמאל פרובירט צו פָאפּן?
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2931
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3323

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך אנדערער »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מאי 30, 2025 11:35 am נמשכת הסערה החילונית סביב גיוסם של 4 נשים חרדיות לצה''ל.jpeg
וואס שטייט דא?
הלבלר בקולמסו
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 543
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 729

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

אנדערער האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 12:58 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מאי 30, 2025 11:35 am נמשכת הסערה החילונית סביב גיוסם של 4 נשים חרדיות לצה''ל.jpeg
וואס שטייט דא?
נאך די גאנצע גערודער אין די מידיע, האט מען אפגעשטעלט דאס אננעמען פרויען אין די חשמונאים בריגאדע. מען האט זיי שוין יא אנגעטון אין מונדירן, אבער גלייך דערנאך האט מען עס אפגעשטעלט. די ארמיי זאגט אז ס'איז א "טעכנישע פארשפעטיגונג," אבער אינסיידערס גיבן צו אז די גאנצע זאך האט זיך אנגעהויבן נאך א רעפארטאזש אויף טשענעל 12, וואס האט גערעדט פון די "איבערגעטריבענע באקוועמליכקייטן" וואס די חרדים באקומען אין מיליטער. דער אפיציר פונעם תומכ"א דעפארטמענט האט ארויסגעברענגט אז אויך אין אנדערע דיוויזיעס האט מען אנגענומען פרויען צו באגלייטן די ווייבער פון די רעזערוויסטן. צי טוט די ארמיי זיך בייגן צום פובליק?

נעכטן נאכמיטאג זענען אנגעקומען פיר חרדישע פרויען צום תל השומר באזע, און צום ערשטן מאל אין זייער לעבן זענען זיי אדורך די גאנצע פראצעדור פון זיך אנמעלדן אין מיליטער (די דריטע, וואלונטיר סטעידזש), און האבן זיך אנגעטון אין מונדירן. ווי מיר האבן שוין געשריבן אפאר וואכן צוריק אין "לכתחילה," רעדט מען דא פון פרויען וואס זאלן באגלייטן די ווייבער פון די רעזערוויסטן אין די חרדישע בריגאדע.

אבער, א קורצע צייט נאכדעם ווי מען האט זיי אנגענומען, האט מען זיי געזאגט אז מען האט באשלאסן דאס אפצושטעלן ביז ווייטערדיגע באמערקונגען. דערווייל האט מען זיי אריינגעלייגט אין די ליסטע פון רעזערוויסטן וואס זענען נישט אקטיוו.

אינסיידערס אין די ארמיי זאגן אז די סיבה דערפון איז געווען יענע רעפארטאזש אויף טשענעל 12, וואס האט גערעדט פון די "איבערגעטריבענע באקוועמליכקייטן" פאר חרדים. די רעפארטאזש האט אויפגעברויזט אסאך מענטשן אויף סאציאלע מידיע, און מען האט געטענה'ט אז מען באווארנט די חרדים מער ווי אנדערע זעלנער.

אבער אין די זעלבע צייט זענען ארויסגעקומען מער און מער באריכטן פון רעזערוויסטן אין אנדערע דיוויזיעס, אז ביי זיי איז די זעלבע זאך, און מען האט אויך דארט אנגענומען פרויען צו באגלייטן די ווייבער. דאס מיינט אז ס'איז נישט נאר ביי די חרדים.

נעכטן האט דער אפיציר פון תומכ"א אפגעשוואכט די גאנצע זאך, און געזאגט אז דאס אננעמען פרויען צו באגלייטן ווייבער פון רעזערוויסטן איז נישט נאר ביי די חשמונאים, נאר אין אסאך אנדערע דיוויזיעס אויך. ער האט געוואלט בארואיגן די גייסטער.

אבער, אנדערע אינסיידערס אין די ארמיי זאגן אז ס'איז נאר א טעכנישע פארשפעטיגונג - מען האט זיי נישט געגעבן קיין פאזיציעס ווייל מען ווייסט נאכנישט פונקטליך וואס זיי זאלן טון, און ס'זענען דא נאך טעכנישע פראגעס וואס מען דארף אויסקלארן.

די גאנצע מעשה ברענגט ארויף ערנסטע פראגעס איבער די השפעה פון די מידיע אויף די ארמיי. אויב די אפשטעלונג איז טאקע געווען צוליב די קריטיק אין די מידיע, דאן איז דאס א שרעקליכע פרעצעדענט, ווייל די ארמיי בייגט זיך צום פובליק אנשטאט צו מאכן פראפעסיאנאלע באשלוסן.

ספעציעל ווען ס'רעדט זיך פון א סענסיטיווע נושא ווי חרדים אין מיליטער – א נושא וואס באקומט כסדר קריטיק פון אלע זייטן. דער מעסעדזש וואס מען שיקט ארויס איז, אז איין רעפארטאזש אויף טעלעוויזיע קען אפשטעלן א מיליטערישע איניציאטיוו, אפילו אויב ס'איז גערעכט.

דערווייל ווארטן די חשמונאים זעלנער און זייערע משפחות אויף יעדע הילף, אבער ס'זעט אויס אז די ארמיי נעמט זיך נאך די צייט צו "אויספארשן די געשעעניש." מיר אין "לכתחילה" וועלן ווייטער נאכפאלגן די אנטוויקלונגען.


די ארמיי'ס אפיציעלע ענטפער:
די פארשטארקטע אקטיוויטעטן פון די רעזערוויסטן פארלאנגט א שטארקע שטיצע סיסטעם, דורך סאלדאטן און רעזערוויסטן, לויט די נויט און די סארט שטיצע וואס מען דארף. יעצט ארבעט מען אויף אויסצוארבעטן די שטיצע וואס מען דארף אין פארשידענע רעזערוו דיוויזיעס.
דער לעצטער מאדעל איז נאכנישט אפגעמאכט געווארן פאר אלע בריגאדעס, אריינגערעכנט די חשמונאים. ווען מען וועט עס אפמאכן וועט מען מאכן באשלוסן וועגן די ספעציפישע פאזיציעס, לויט ווער ס'פאסט דערצו.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6816
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15941

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

עס שיינט אז דער גזירה גייט בלויז ווערן ארגער! ס'איז א מצב לא פשוט.



ראש אכ״א, האלוף דדו בר כליפא, הודה בכישלון: למרות מאמצי צה״ל - תוצאות גיוס בני הישיבות בשנה החולפת אינן מספקות

תכנית צה״ל לשנת הגיוס הקרובה (שתתחיל בחודש הבא):

1. כל חרדי שמגיע לגיל 16.5 מקבל צו ראשון להתייצבות - כמו כל בני גילו

2. כל החרדים שנמצאים בגיל גיוס (גם מי שעברו את גיל 18) - יקבלו בחודש הבא צו גיוס - מדובר על כ-54,000 חרדים

3. הצבא יציג בקרוב תכנית עם צעדים קונקרטיים להגברת האכיפה נגד משתמטים - כולל פעולות אכיפה יזומות של הצבא (שלא היו עד כה נגד חרדים כלל)

4. הצבא יקצר את משך הזמן שחולף בין אי-ההתייצבות של החרדים לצו, לבין ההכרזה עליהם כ״משתמטים״. מדובר בפרק זמן ארוך מדי שלא מאפשר אכיפה בזמן זה.
ליכטעלע
פרישער באניצער
פאוסטס: 84
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 1:45 pm
x 163

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך ליכטעלע »

ווי עס שיינט יעצט, האלט מען שוין זייער נאנט צו פרישע וואלן אין די מדינת הבחירות..
היינט איז געווען אן אסיפה פון די חסיד'ישע מועצת גדולי התורה, ווי זיי האבן דיסקוסירט דאס זיך ארויסציען פון די קאאליציע, וואס ווי עס זעהט יעצט אויס איס עס זייער נאנט צו געשעהן.
#מדינת פורים.
שארפער
ניי צום טיש
פאוסטס: 3
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 28, 2025 9:19 am
Location: ישראל
x 3

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך שארפער »

דער רבי פון סלאנים האט געהאלטן א שארפע שמועס נעכטן וועגן דעם גיוס, האט איינער א רעקארדירונג פון דער שמועס?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6816
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15941

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

ליכטעלע האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 7:39 pm ווי עס שיינט יעצט, האלט מען שוין זייער נאנט צו פרישע וואלן אין די מדינת הבחירות..
היינט איז געווען אן אסיפה פון די חסיד'ישע מועצת גדולי התורה, ווי זיי האבן דיסקוסירט דאס זיך ארויסציען פון די קאאליציע, וואס ווי עס זעהט יעצט אויס איס עס זייער נאנט צו געשעהן.
#מדינת פורים.
ווי עס זעט אויס איז עס סטראשערייען און דאמירן בעלמא.
Glass
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 676
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 12:30 pm
Location: Palm Tree
x 1503

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך Glass »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 5:04 pm עס שיינט אז דער גזירה גייט בלויז ווערן ארגער! ס'איז א מצב לא פשוט.



ראש אכ״א, האלוף דדו בר כליפא, הודה בכישלון: למרות מאמצי צה״ל - תוצאות גיוס בני הישיבות בשנה החולפת אינן מספקות

תכנית צה״ל לשנת הגיוס הקרובה (שתתחיל בחודש הבא):

1. כל חרדי שמגיע לגיל 16.5 מקבל צו ראשון להתייצבות - כמו כל בני גילו

2. כל החרדים שנמצאים בגיל גיוס (גם מי שעברו את גיל 18) - יקבלו בחודש הבא צו גיוס - מדובר על כ-54,000 חרדים

3. הצבא יציג בקרוב תכנית עם צעדים קונקרטיים להגברת האכיפה נגד משתמטים - כולל פעולות אכיפה יזומות של הצבא (שלא היו עד כה נגד חרדים כלל)

4. הצבא יקצר את משך הזמן שחולף בין אי-ההתייצבות של החרדים לצו, לבין ההכרזה עליהם כ״משתמטים״. מדובר בפרק זמן ארוך מדי שלא מאפשר אכיפה בזמן זה.
אויב מעגליך שרייב עס אויך אין אידיש איך פארשטיי נישט יענע שפראך
ש'כח
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6816
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15941

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

פוסקי הלכה - גם מי שיאנו לומד אסור לו לשרת בצבא מחלן.jpg
פוסקי הלכה - גם מי שיאנו לומד אסור לו לשרת בצבא מחלן.jpg (257.88 KiB) געזען געווארן 462 מאל
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1322
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 2159

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך הדסים »

Glass האט געשריבן: מאנטאג יוני 09, 2025 4:16 pm
► Show Spoiler
אויב מעגליך שרייב עס אויך אין אידיש איך פארשטיי נישט יענע שפראך
ש'כח
1. יעדער חרדי וואס ווערט 16.5 יאר באקומט א צו ראשון זיך צו שטעלן צום לשכת הגיוס (דאס איז נאר זיך צו באקענען און אפמאכן וואו ס'וואלט געווען פאסיג אריינצוגיין), אזויווי אלע אין דעם יארגאנג.

2. אלע חרדים אין עלטער וואס מ'דארף זיין אין מיליטער (אפילו ס'איז שוין נאך די צייט פון זיך שטעלן ד.ה. אז זיי האבן צב"ש געהאט ביז יעצט א דיחוי) וועלן קומעדיגן חודש באקומען א צו גיוס, מ'רעדט פון ארום 54,000 חרדים.

3. דאס מיליטער וועט בקרוב ארויסלייגן א קוריקולום מיט קאנקרעטע פלענער וויאזוי צו פארשטערקערן פארסירונג קעגן משתמטים אריינגערעכנט זיכער מאכן אז ס'זאל זיך נישט מערן קיין משתמטים (עפעס וואס איז נישט געווען ביז יעצט קעגן חרדים).

4. דאס מיליטער וועט פארקורצערן די צייט וואס איז געווען ביז יעצט צווישן זיך נישט שטעלן און ווערן דערקלערט אלס משתמט. ס'איז יעצט צו א לאנגע צייט וואס דאס מיליטער קען גארנישט טון קעגן די וואס האבן זיך נישט געשטעלט.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
תפארת שבתפארת
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אפריל 28, 2025 11:46 am
x 30

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך תפארת שבתפארת »

טאמער איינער קען אביסל מסביר זיין וואס די חרדישע פארטייען ווילן אויפטוהן מיטן ארויסגיין פון די קאאליציע
לויט וואו מ'זאגט קענען די חברי הכנסת ממילא נישט טוישן קיין גרויסע זאכן ווייל די בג"ץ גייט עס פסל'ן
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1322
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 2159

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך הדסים »

תפארת שבתפארת האט געשריבן: מאנטאג יוני 09, 2025 5:59 pm טאמער איינער קען אביסל מסביר זיין וואס די חרדישע פארטייען ווילן אויפטוהן מיטן ארויסגיין פון די קאאליציע
לויט וואו מ'זאגט קענען די חברי הכנסת ממילא נישט טושן קיין גרויסע זאכן ווייל די בג"ץ גייט עס פסל'ן
אהא, בחירות האט מען געדארפט גיין ווייל מ'גייט ראטעווען גיוס אבער פארוואס זאל מען ארויסגיין פונעם קאאליציע מ'קען סייווי נישט אויפטון.


בעצם איז דאס וואס די יועהמ"ש און אלע לינקע ווילן, זיכער מאכן אז ס'ווערט נישט קיין חוק הגיוס אזוי וועט ביבי פארלירן זיין בענקל.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6816
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15941

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

צילום מסך 2025-06-11 003114.png
צילום מסך 2025-06-11 003114.png (288.85 KiB) געזען געווארן 305 מאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6816
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15941

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אין שאטן פונעם אויסטערלישער מצב אין ארה"ק, ווען שווערע טויזנטער בחורים ערהאלטן צוי גיוס און פילן איבער די אפיסעס פון "מרכז עזרה ויעוץ" וועלכע קומט שווער נאך די קעיסעס, און די פילע ארעסטן וועלכע פאדערן לויער'ס אויפטריטן ממש יעדן טאג כמעט, און עס פעלט זיך אויס גרויס געלט סיי צו קענען אנגיין און סיי צו קענען פארברייטערן די אקטיווע קאסטבארע פעולות, איז פארגעקומען דעם מאנטאג נאכט א גרויסע אסיפה צווישן פילע עסקנים אין קרית יואל.

ביים אסיפה האט אויפגעטרעטן א זון פון סאטמאר רבי'ן שליט"א (מהר"א) הגה"צ רבי יואל שליט"א רב ביהמ"ד בית ברוך, וואס האט ארויסגעברענגט בשבח פון די עסקנים וועלכע ארבעטן פאר כלל ישראל, מען גיבט זיך אוועק פאר אידן וועמען מען האט קיינמאל אפילו נישט געזען.

אויך האט אויפגעטרעטן דער ת"ח וידען הר"ר משה יואל ווייס הי"ו רעדאקטער פון דער בלאט. ר' משה יואל האט ארויסגעברענגט אז "דער וואלף איז שוין אנגעקומען און ליידער איז די געשריי שוין א געוואוינהייט" און ער האט מגולל געווען די השתלשלות און דאן די הלכה למעשה וואו מען האלט יעצט.

אויך איז געווארן אפגעהאלטן א רייכע לעבעדיגע אינטערוויו מיט א איד פון מאנסי וואס קומט פון ארץ ישראל און האט מיטגעלעבט גאר אסאך אינערהאלב די אפיסעס פון מרכז עזרה ויעוץ, און ער האט ארויסגעגעבן אביסל סודות פון חדר מיט פרטים פון אמאל און היינט, וואס איז געזאגט געווארן בתנאי אז עס גייט נישט ארויס פובליק. די אינטערוויו איז געווארן אנגעפירט דורכ'ן יו"ר העסקן מו"ה שלמה מנשה פאלקאוויטש הי"ו. עס איז געווען גאר אינפארמאטיוו און האט איבערגעלאזט א שטארקן רושם.

03.jpg
03.jpg (205.37 KiB) געזען געווארן 222 מאל
02.jpg
02.jpg (185.03 KiB) געזען געווארן 222 מאל
01.JPG
01.JPG (176.29 KiB) געזען געווארן 222 מאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6816
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15941

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

Screenshot 2025-06-11 155945.jpg
Screenshot 2025-06-11 155945.jpg (149.84 KiB) געזען געווארן 194 מאל
https://publuu.com/flip-book/845962/1921729
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6816
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15941

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 3:28 pm אין שאטן פונעם אויסטערלישער מצב אין ארה"ק, ווען שווערע טויזנטער בחורים ערהאלטן צוי גיוס און פילן איבער די אפיסעס פון "מרכז עזרה ויעוץ" וועלכע קומט שווער נאך די קעיסעס, און די פילע ארעסטן וועלכע פאדערן לויער'ס אויפטריטן ממש יעדן טאג כמעט, און עס פעלט זיך אויס גרויס געלט סיי צו קענען אנגיין און סיי צו קענען פארברייטערן די אקטיווע קאסטבארע פעולות, איז פארגעקומען דעם מאנטאג נאכט א גרויסע אסיפה צווישן פילע עסקנים אין קרית יואל.

ביים אסיפה האט אויפגעטרעטן א זון פון סאטמאר רבי'ן שליט"א (מהר"א) הגה"צ רבי יואל שליט"א רב ביהמ"ד בית ברוך, וואס האט ארויסגעברענגט בשבח פון די עסקנים וועלכע ארבעטן פאר כלל ישראל, מען גיבט זיך אוועק פאר אידן וועמען מען האט קיינמאל אפילו נישט געזען.

אויך האט אויפגעטרעטן דער ת"ח וידען הר"ר משה יואל ווייס הי"ו רעדאקטער פון דער בלאט. ר' משה יואל האט ארויסגעברענגט אז "דער וואלף איז שוין אנגעקומען און ליידער איז די געשריי שוין א געוואוינהייט" און ער האט מגולל געווען די השתלשלות און דאן די הלכה למעשה וואו מען האלט יעצט.

אויך איז געווארן אפגעהאלטן א רייכע לעבעדיגע אינטערוויו מיט א איד פון מאנסי וואס קומט פון ארץ ישראל און האט מיטגעלעבט גאר אסאך אינערהאלב די אפיסעס פון מרכז עזרה ויעוץ, און ער האט ארויסגעגעבן אביסל סודות פון חדר מיט פרטים פון אמאל און היינט, וואס איז געזאגט געווארן בתנאי אז עס גייט נישט ארויס פובליק. די אינטערוויו איז געווארן אנגעפירט דורכ'ן יו"ר העסקן מו"ה שלמה מנשה פאלקאוויטש הי"ו. עס איז געווען גאר אינפארמאטיוו און האט איבערגעלאזט א שטארקן רושם.


03.jpg

02.jpg

01.JPG
הר"ר משה יואל ווייס





הגה"צ רבי יואל ט"ב

הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1322
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 2159

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך הדסים »

הגאון ר' משה צדקה וואס האט זיך צום ערשטן מאל אריינגעמישט אין דער נושא פון בחירות ביי דער לעצטער רונדע נאכדעם וואס ארי' דרעי האט אים צוגעזאגט אז ער וועט נישט דורכלאזן די בוזשעט ביל ביז די חוק הגיוס איז דורכגעפירט, האט אין אן עפנטליכן רעקארדינג געסטראשעט ח"כ ארי' דרעי אז אויב וועט ער דורכלאזן דעם יעצטיגן חוק וועט ער אים נישט שטיצן אין די בחירות.

"ולכן, כיוון שדעת חכמי ישראל לא להסכים לחוק החמישים אחוז, עלינו לשמור על זה כי זו דעת הרבנים. ואז זכות הרבנים תעמוד לחברי הכנסת. אבל אם לא ישמעו לדעת הרבנים בענין הגיוס, אין הם שלוחים שלנו!"
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1322
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 2159

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך הדסים »

הדסים האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 5:45 pm הגאון ר' משה צדקה וואס האט זיך צום ערשטן מאל אריינגעמישט אין דער נושא פון בחירות ביי דער לעצטער רונדע נאכדעם וואס ארי' דרעי האט אים צוגעזאגט אז ער וועט נישט דורכלאזן די בוזשעט ביל ביז די חוק הגיוס איז דורכגעפירט, האט אין אן עפנטליכן רעקארדינג געסטראשעט ח"כ ארי' דרעי אז אויב וועט ער דורכלאזן דעם יעצטיגן חוק וועט ער אים נישט שטיצן אין די בחירות.

"ולכן, כיוון שדעת חכמי ישראל לא להסכים לחוק החמישים אחוז, עלינו לשמור על זה כי זו דעת הרבנים. ואז זכות הרבנים תעמוד לחברי הכנסת. אבל אם לא ישמעו לדעת הרבנים בענין הגיוס, אין הם שלוחים שלנו!"
Screenshot 2025-06-11 175005.png
Screenshot 2025-06-11 175005.png (303.55 KiB) געזען געווארן 146 מאל
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
היימיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 119
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 13, 2025 3:31 pm
x 57

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך היימיש »

ווי עס זעהט דא אויס איז די מצב איבער גיוס זייער נישט אין ארדענוג

וואס איז די פלאן דא?
וועט טאקע אלעס בלייבן ביי מרכז עזרה ויעוץ?
וועלן זיי קענען באהאנדלן די 54,000 טויזענט צווי גיוס?
עס מאכט נישט קיין סענס דא די גאנצע זאך
גיוס אפדעיטס
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 12:07 pm
x 70

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך גיוס אפדעיטס »

בפה רך ובעבודה קשה - קאפיטל 1
לאמיר א מינוט זיך אפשטעלן און פרובירן אריינגיין אין די קאפ פון א יונגער אכטצן יעריגער אומשולדיגער בחור אין ארץ ישראל, און זיך אביסל פארשטעלן און פאנטאזירן וואס גייט אים אריבער אין קאפ אין די טעג.
מען רעדט דא פון א דורכשניטליכער בחור, פון די "מעינסטרים", ער איז נישט אויפגעוואקסן אויף די סאטמארער קניען און ער האסט נישט די ציוניסטישע מדינה מיט די גאנצע הארץ, ער האט קיינמאל נישט געהערט עפעס עקסטערע שארפע רייד אנטקעגן די גאנצע רעיון הציוני, און עס כאפט אים נישט קיין עקל ווען ער זעט די פאן פלאטערן.
ער וואוינט אין די פעריפעריע און ער האט נישט א שטיצנדע סביבה, ער שטייט עלנד אליין, ווען קעגן אים שטייט די ריזיגע פיין געשמירטע מלחמה-מאשין פון צה"ל און טוט אים אנגרייפן מיטן גאנצן קראפט!
פון איין זייט דראען זיי אים מיט די ערגסטע סטראשונקעס, און פון די אנדערע זייט רעדן זיי צו אים צוקער זיס און רעדן אים איין אז עס איז גארנישט אזוי שרעקליך זיך צו רעקרוטירן צום טמאנ'עם מיליטער ה"י.
און אויב איז עס נישט גענוג טוט צה"ל אקטיוויזירן א גאנצע סיסטעם פון נידריגע יונגען וואס ווערן אנגערופן "גייסים", וואס זייער פליכט איז צו אויפכאפן און באמערקן בחורים וואס זענען אביסל שוואך, און זיי אריינכאפן אין נעץ, ווען פאר יעדע "קאפ" ווערן די אויסוואורפן באצאלט מיט שווערע סכומים.
א קליין דוגמא איז איינער וואס פאררופט זיך אלס חשוב'ער אנגעזעענער איד, א תלמיד חכם און ראש כולל, וואס ליידער ליידער האט ער פארקויפט זיין נשמה פארן שטן און ער ארבעט האנט ביי האנט צוזאמען מיט צה"ל וויאזוי אריינצושלעפן נאך און נאך נשמות רח"ל, ווען דאס אלעס איז נאך באגלייט מיט אזעלכע לאזונגען - וואס דערמאנען טונקעלע צייטן אין אייראפע ווען אונזערע רבי'ס זי"ע האבן זיך געשלאגן מיט די משכילים ימ"ש - ווי "יפה תורה עם דרך ארץ" און "לעולם יהא אדם" א. ד. ג.
ער פירט אן א נעץ פון כוללים וואס ברענגט א קאמבינאציע פון לערנען און גלייכצייטיג ארבעטן אדער דינען אין מיליטער ה"י. און ער האט שוין ליידער אריינגעכאפט אונטער זיינע נעגל שווערע טויזנטער ל"ע.
8e17b2dd-c306-4b0c-9dde-cc09f8403cdc.jpg
8e17b2dd-c306-4b0c-9dde-cc09f8403cdc.jpg (66.91 KiB) געזען געווארן 134 מאל
cef8f1db-d9b5-45da-84c0-30153109ec6a.jpg
cef8f1db-d9b5-45da-84c0-30153109ec6a.jpg (58.02 KiB) געזען געווארן 134 מאל
פון די אנדערע זייט פירט צה"ל אן א קאמפיין פון רודפ'ן און ארעסטירן די אלע וואס ווערן דעפינירט ווי "משתמטים" און "עריקים".
א נייעס באריכט לויטעט ווי פאלגנד:
דער הויפט קאמאנדיר האט באפוילן די מיליטערישע פאליציי אנפאנגען מיט געצילטע אקציעס קעגן חרדים וואס האבן זיך נישט געשטעלט.
נאכ'ן ארויסשיקן איבער 24,000 צווי גיוס, וואס פון זיי האבן נאר עטליכע הונדערט מענטשן זיך געשטעלט, קעגן טויזנטער וואס האבן איגנארירט, איז צה"ל ערווארטעט אין די קומענדיגע טעג אנצוהויבן א ברייטע אינפארסענץ אפעראציע קעגן חרדים וועלכע האבן נישט רעאגירט צו די באפעלן. די אפעראציע, וועלכע וועט דורכגעפירט ווערן אונטער דער אנווייזונג פונעם רמטכ"ל און געפירט ווערן דורך די מיליטערישע פאליציי, איז ערווארטעט צו זיין אויף א גרויסן פארנעם און וועט זיך ווארשיינליך פאָקוסירן אויף עטליכע חרדישע שטעט אין דער זעלבער צייט. די אינפארסיע אפעראציע וועט דורכגעפירט ווערן פאראלעל מיט דער דירעקטיוו פונעם הויפט-קאמאנדיר זמיר ארויסצוגעבן נאך צענדליגער טויזנטער צווים פאר אלע חרדישע יונגעלייט אונטער די עלטער פון 26, און דערצו צו שיקן אן אויטאמאטישע באפעל פאר יעדן חרדי וואס דערגרייכט די עלטער פון 16.5 יאר, און טראץ דעם וואס דער פארטיידיגונגס מיניסטער האט פארזיכערט פאר די חרדישע חברי הכנסת אז עס וועט נישט זיין קיין אינפארסענץ. צה"ל האט אבער אונטערגעשטראכן, אז די ענפארסמאנט וועט זיין יושרדיג און וועט נישט זיין דירעקט אויף חרדים, נאר קעגן דעזערטנער פון אלע סעקטארן. רעאקציע פון צה"ל ווארטזאגער: "אלס א טייל פון אנגייענדע אינפארסירונג און אין די קומענדיגע טעג, צה"ל פירט דורך שטערקערע אינפארסענץ אקטיוויטעטן פון די מיליטערישע פאליציי קעגן "מלש"בים" (=מועמד לשרות בטחון) וואס האבן זיך נישט געשטעלט. דאס נאך וואס אלע פראצעדורן וואס פאדערן זיך זענען שוין אויסגענוצט. א מלש"ב וואס האט זיך נישט געשטעלט ווי פארלאנגט, ווערט פאררעכנט ווי איינער וואס פארלעצט דאס געזעץ און פעלט פון דינסט אן ערלויבעניש, און ער איז ערווערטעט אויסצושטיין קרימינאלע און דיסציפלינע סאנקציעס" צה"ל האט צוגעלייגט אז די מיליטער "ארבעט כסדר צו אינפארסירן דאס געזעץ, און וועט פאזעצן צו נעמען שריט קעגן די וואס שטעלן זיך נישט ווי עס פארלאנגט זיך פון זיי לויטן געזעץ. צה"ל איז דאס פאלק'ס מיליטער און ער פירט זיך פראפעסיאנאל צו זען אז ווער עס איז מחויב זאל זיך מאביליזירן, לויטן געזעץ".
3398efe2-81d1-4e07-bc07-40cb13428d3f.jpg
3398efe2-81d1-4e07-bc07-40cb13428d3f.jpg (23.63 KiB) געזען געווארן 134 מאל
נאך אזעלכע באריכטן, וואס פילט א בחור וואס די שווערד פון ווערן פארכאפט אינמיטן נאכט הענגט איבער זיין קאפ? זיינע קישקעס דרייען זיך איבער. ער קען נישט שלאפן, ער האט נישט קיין מנוחה.
דאס הייסט, א יונגער בחור דארף אויסשטיין סאנקציעס, סטראשונגען, שרעק און אנגסט, שווערע קאמפיינען פון קאפ וואשונגען, לופטיגע הבטחות, ווען זיי פרובירן פון יעדע זייט וואס עס איז שייך אים אנידערווארפן און אריינכאפן. און טאמער איז ער אביסל שוואך - קען ער זיך חלילה ברעכן היל"ת.
היימיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 119
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 13, 2025 3:31 pm
x 57

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך היימיש »

פארוואס טוט מען נישט עפעס דראסטיש ארויסצוהעלפן אלע אונזערע ברודער אין ארצינו הקדושה?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6816
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15941

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

היימיש האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 6:20 pm פארוואס טוט מען נישט עפעס דראסטיש ארויסצוהעלפן אלע אונזערע ברודער אין ארצינו הקדושה?
למשל א פראטעסט מיינסטו.

לייג זיך אריין.
שרייב פאוסט