טייערע יודישע ברודער, איך רעד צו דיר מיט בלוט נישט מיט א פעדער, מיט א צובראכן הארץ אויף די ביטערע מצב וואס אונזערע ברודער און שוועסטער, היימישע עהרליכע יודישע קינדער פון לב טהור, גייען יעצט ליידער אריבער אין גוטאמאלא, ס'איז שווער צו שרייבן די ביטערע מצב און נאך שווערער צו משיג זיין די צער, פיין און ליידן פון די טייערע יודישע נפשות, איך בעט דיר פון טיפעניש פון הארץ, נעם א מינוט, ליין דורך דעם בריוו און פרוביר צו פארשטיין דעם מצב אפס קצהו.
דא רעדט מען פון עהרליכע יודישע ברודער און שוועסטער וואס זענען א חלק אין לב טהור, וואס האבן געמיינט אז די איינציגסטע וועג באמת, צו דינען הקב"ה איז בדווקא זיך צו שיידן פון אלע עוה"ז און לעבן אין העכערקייט, ווי די גרויסע תלמידי בעש"ט, התבודדות און התבוננות, חומרות בכל ענינים און אפקומען עוונות און פגעי הנפש דורך תיקונים וסיגופים, ס'איז נישט לתועלת אריינצוגיין אין די טיעפקייט יעצט און פארוואס עס איז נישט ריכטיג
ליידער האט זיך דער מצב דערקייקעלט ווייטער און עס איז געווארן איבער די מאס און עס האט צוגעברענגט דער ביטערע מצב ווען מען האט אוועקגענומען די טייערע קליינע לעכטיגע קינדער און זיי אריינגעשטעלט אין תפיסות וואס מען רופט שעלטערס צווישן גוים און גויטעס, דער מצב אין די שעלטערס איז א הימל געשריי, עוללים ויונקים וואס האבן נישט טועם געווען טעם חטא זענען פארשפארט אין תפיסות אָן קיין באזוכער און אָן קיין געהעריגע עסן, די קינדער וויינען פאר פשוטע גרינצייג און ברויט, די קינדער באקומען נישט קיין שום מעדיקל אויפזיכט און בעסיק קעיר, יעצט די משפחות ווייטער זענען צוזייעט און צושפרייט און ברויכן אויך עסן פאר חיי יום יום,
עס איז מיר שווער צו שרייבן ווען איך זעה די בילדער פון די פנימ'ער פאר מיינע אויגן, דאס איז וואס איך קען שרייבן בגשמיות,
ברוחניות איז די מצב פי כמה, די קינדערלעך האבן שוין נישט געזען קיין היימישע משפחה, שבת מועד וחודש מער ווי 5 חדשים!
מיינע טייערע ברודער, היימישע יודישע בלוט גיסט ווי וואסער במלוא מובן המילה, טראכט א מינוט וואס דאס מיינט פאר די לעכטיגע קינדער, און אויך פאר די צובראכענע טאטעס און מאמעס, די משפחות, טאטעס, מאמעס און קינדער זענען פאריבער נאך פארדעם שבעה מדורי גיהנום אויף די וועלט אויף פארשידענע אופנים מגולה לגולה, מתיקון לתיקון, אויף א פארנעם וואס מען קען נישט פארשטיין, מען האלט יעצט ביי א מצב פון טבעתי ביון מצולה ואין מעמד, באתי במעמקי מים, יעדער איינער פארשטייט ווי ביטער שווער עס איז צו איינזעהן אז מען האט געמאכט טעותים און ק"ו ב"ב של ק"ו ווען מען איז אריבער עינויים קשים ומרים צוליב די טעותים, און וע"כ אנקומען צו די ביטערע מצב פון די רעגירונג נעמען די קינדער אין תפיסה
געלויבט השי"ת אז מען האלט יעצט ביי א מצב אז דער עולם פון לב טהור איז גרייט צו קומען אויף אמעריקא כדי זיך ארויסצוזעהן פון די צרות לייד און פיין און אהערקומען מיט די קינדער, ליידער איז די גוטאמאלא רעגירונג זייער צוריקגעשטאנען און שטייט און זאכן שלעפן זיך זייער זייער צוביסלעך, און לענגער ווי עס ברויך ווען צו זיין
טייערע ברודער, דו קענסט העלפן דיינע ברודער און שוועסטער צו מאכן א סוף צו דעם מצב, די פראבלעם איז אבער כסף מנלן, פון די צוויי מיליאן קאמפיין, איז איין מיליאן אינגאנצן אריינגעקומען און די איבעריגע הבטחות איז דערווייל נישט דא, פון די מיליאן דאלאר איז געגאנגען פאר לויערס, עסן, טיקעטס און מסדר זיין משפחות, מוסדות און דירות, עס איז ממש נישטא מער קיין געלט!
מען דארף האבן געלט פאר עסן סיי פאר משפחות און סיי פאר קינדער, מען דארף האבן געלט פאר טיקעטס צו ברענגען נאך משפחות, מען דארף האבן געלט צו מאכן וויזעס און פאפירן ארויסצוגיין, דינגען דירות, מען דארף האבן געלט פאר בגדים, מען דארף האבן געלט פאר פשוטע צרכים, בעז"ה וועלן די אלע וואס קומען ארבעטן און ברענגען אליינס פרנסה, אבער אויף דערווייל דארף מען אנגרייטן אלע צרכים, ערלעדיגן דירות און אכסניות וכו'
איך בעט דיר פון הארץ, עס איז ממש אוממעגליך צו העלפן אויב איז נישט דא קיין געלט, עפען אויף דיין הארץ און נעם א זכי' פון אויסהאלטן א משפּחה, דו קענסט זיין א מציל נפשות ישראל, קום אקעגן מיט געלט און העלף אונז העלפן אונזערע ברודער און שוועסטער
https://www.dryveup.com/mission/110
נאך איין בקשה, ביטע איך בעט דיר, אויב דו זעהסט א יוד פון לב טהור מיט די בגדים, גיי צו אים און זאג אים א גוט ווארט, זיי אים מחזק זיין צובראכן הארץ, זיי אים מכבד און רעספעקטירט זיין פריוואטקייט
נ.ב.
עס איז נישט כדאי אריינצוגיין אין ווער איז שולדיג אדער נישט, דאס איז די מציאות און מען דארף יעצט פשוט ראטעווען יודן