כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1080
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 3647

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך Think and Thank »

ממעמקים האט געשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 3:39 am
ממעמקים האט געשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 3:17 am
מתא מחסיא האט געשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 2:34 am לאמיר זיין זייער קלאר, צובראכענע יודישע נפשות פון לב טהור ליינען דא, זייערע אויגן ליינען ווי היימישע יודן שטייען קאלטבלוטיג ווען זייערע קינדערס בלוט גיסט זיך ווי וואסער

חכמים, הזהרו בדבריכם

נ.ב. איך האב מיט לב טהור קיין שום שייכות נישט געהאט און איך בין בס"ה דא צו העלפן די צובראכענע נפשות קומען אויף אמעריקא צווישן היימישע יודן
לאמיר זיין זייער קלאר, צובראכענע יודישע נפשות פון לב טהור ליינען דא, זייערע אויגן ליינען ווי היימישע יודן שטייען נישט קאלטבלוטיג נאר עפענען די טאש און ענטפערן מיט ווארעמע הערצער…
…ווען זייערע קינדערס בלוט גיסט זיך ווי וואסער און פרעגן פארוואס זענען מיינע חבירים שוין ארויס און פאראייניגט מיט זייערע טאטע און מאמע און איך בין נאך דא?? אויב האבן זיי אלע שוין געקענט ארויסגיין, דאן פארוואס בין איך נאך דא? פארוואס טוהן נישט מיינע עלטערן ״כל״ מה שבידיים אז איך זאל שוין אויך זוכה זיין צו מיין מאמע׳ס גלעט, און באקומען פון מיינע עלטערן די בעסיק קעיר!

אה, גוט אז דו ברענגסט עס אויף, אזוי קען מען עס מסביר זיין בטוב טעם ודעת אז די טייערע קינדער זאלן פארשטיין. די רעגירנג פון גואטעמאלא גיבט נישט ארויס די קינדער פון די שעלטערס חוץ אויב די עלטערן שרייבן איבער קאסטעדי און אז זיי פארלאזן לב טהור. די עסקנים, אויסער וואס זיי בלוטיגן איבער די מצב פון די קינדער אין שעלטער און טוען כל מה שביכלתם זיי צו פארגרינגערן דארט, וואלט זיי אויסעגקומען פיל גרינגער און ביליגער אז מ'זאל פלעין ארויסלאזן אלע קינדער פון שעלטער. עס וואלט זיי געשטפארט מיליאנען אין עסן, עראפלאן טיקעטס, האטעלס וכו'. נאר זיי שטויסן זיך אן אין א וואנט - די רעגירונג גיבט נישט ארויס קיין קינד כ"ז די עלטערן שרייבן איבער קאסטעדי.

אלזא, א קינד וואס איז פארקלעמט (מיט רעכט) פארוואס ער איז נאך ליידער אין שעלטער, זאל וויסן אז די עסקנים קענען גארנישט טון כל זמן זיינע עלטערן ווילן נישט קאאפערירן.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1080
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 3647

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך Think and Thank »

קטןודל האט געשריבן: מוצש"ק יוני 07, 2025 11:27 pm מתא מחסיא שמעקט עפעס ענליך צו אזעלכע אראמישע ווערטער ווי בבל, ריש מתיבתא, וכדו'...

(אויב כ'מאך א טעות, אשרי מי שחושדין אותו ואין בו)

מתא מחסיא איז די נאמען פון א שטאט אין בבל וואס ווערט אסאך דערמאנט אין ש"ס.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1080
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 3647

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך Think and Thank »

יאנטשי האט געשריבן: פרייטאג יוני 06, 2025 2:51 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: פרייטאג יוני 06, 2025 12:57 pm
לעבער אייער האט געשריבן: פרייטאג יוני 06, 2025 12:53 pm ווער האט באצאלט איר טיקעט און די טיקעט פון די אלע מענטשן פון קומען ארויס נישט וועלענדיג די עסקנים אדער זיי אליינס?
זיי האבן נישט קיין געלט, די עסקנים באצאלן אלעס.
אלס זאגט מען אז די ראשי/ רשעי הכת האבן געלט, אויב דא האבן זיי געהייסן פארלאזן גואטומאלע פארוואס צאלן זיי עס נישט?

איך האף אז דו פארשטייסט אז זיי האבן נישט געזאמלט געלט כדי צו קענען ארויסהעלפן זייערע אונטערטאנען... פאר די זעלבע סיבה פארוואס זיי האבן ביז די רעיד געלאזט דעם עולם הונגערן, געבן זיי יעצט נישט קיין געלט צו קענען פארן קיין אמעריקע.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1080
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 3647

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך Think and Thank »

סענס אף יומער האט געשריבן: פרייטאג יוני 06, 2025 7:37 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: פרייטאג יוני 06, 2025 7:29 pm די אלע יונגע בחור'לעך וואס מען דארף זיי אויפקלערן אז ס'איז דא א דרויסנדיגע וועלט, זענען שוין געבוירן געוואן אין א הייל..

מענטשן וואס האבן שוין געוואוינט דאהי, און האבן בוחר געווען אהינצוגיין, אזש ביזן זיך צוקריגן מיט די אייגענע משפחה, וואס זאל טוישן דאס אז זיי זעען נאך מענטשן?...

וואס יא, אז מ'זעט אז די חבורה צעפאלט, דאס קען העלפן עפענען דעם קאפ.
זיי האבן נישט בוחר געווען די היינטיגע לב טהור לייף סטייל איבער אונזער סארט, שלמה העלבראנץ האט מיט זיין היפנאטיזירנדע כח פארכאפט צענדליגע מענטשן און זיי געצווינגען אין מח אים נאכצוקומען, קיינער פון זיי האט נישט געמאכט קיין אייגענע החלטה איבערצולאזן אלע האב און גוטס און די אייגענע פאמיליע צו קענען זיין אין לב טהור.

אויסער דעם וואס קיינער פון זיי האט ביים אנטלויפן קיין לב טהור נישט גע'חלומ'ט וואסארע סארט לעבנס שטייגער עס ווארט זיי אפ און אוודאי דאס נישט בוחר געווען, אבער איינמאל מ'איז שוין פארכאפט אינעם קולט איז שוין נישטא קיין וועג צוריק נאר אויב מ'לאזט עס אינגאנצן אפ.

בכלל כאפן נישט מענטשן וואס א קולט (אדער יעדע סארט מיינד קאנטראל) טוט צו א מענטש. מען איז בכלל נישט בעה"ב אויף די אייגענע מח. אסאך מאל איז דאס עצם נישט זיין צואמען אפגעזונדערט מיט די איבריגע חברי הקולט גענוג אויפצושאקלען דעם מענטש, און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס אלע קולטס זוכן אפצוהאקן זייערע מיטגלידער פון דרויסנדיגע מענטשן.
מתא מחסיא
פרישער באניצער
פאוסטס: 88
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק מאי 03, 2025 11:46 pm
x 555

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מתא מחסיא »

איך האב נישט קיין צייט צו קוואטען און ענטפערן יעדע שאלה, איך זאג איין זאך חכמים הזהרו בדבריכם, מען קען ראטעווען יודן בשעת וואס איר זיצט אויפן פאטעל און שרייבט

קומט ביטע ארבעטן פאר די יודן און צאלט געלט פאר די גרין קארדס און וויזעס וואס מען דארף מאכן זיי זאלן קענען קומען, שטעלט צו דירות און עסן פאר די יודן וואס קומען

איר וועט בעז"ה נאך אסאך פארשטיין פארוואס איך קען נישט אלעס שרייבן, דערווייל האלט אייך ביטע איין פון שרייבן אין פובליק זאכן וואס ברענגען נישט קיין שום תועלת
אייביג אייביג
פרישער באניצער
פאוסטס: 15
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 1:56 pm
x 32

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אייביג אייביג »

מתא מחסיא האט געשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 4:02 am איך האב נישט קיין צייט צו קוואטען און ענטפערן יעדע שאלה, איך זאג איין זאך חכמים הזהרו בדבריכם, מען קען ראטעווען יודן בשעת וואס איר זיצט אויפן פאטעל און שרייבט

קומט ביטע ארבעטן פאר די יודן און צאלט געלט פאר די גרין קארדס און וויזעס וואס מען דארף מאכן זיי זאלן קענען קומען, שטעלט צו דירות און עסן פאר די יודן וואס קומען

איר וועט בעז"ה נאך אסאך פארשטיין פארוואס איך קען נישט אלעס שרייבן, דערווייל האלט אייך ביטע איין פון שרייבן אין פובליק זאכן וואס ברענגען נישט קיין שום תועלת
מיט וואס קען מען העלפן?
א חוץ געלט?
[flash=]
וואונטס און וויליאמסבורג דאן ביטע גיב א בליק דאviewtopic.php?t=2840
[/flash]
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1080
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 3647

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך Think and Thank »

על פי תורה האט געשריבן: מוצש"ק יוני 07, 2025 11:41 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: מוצש"ק יוני 07, 2025 11:28 pm
מסתמא האט געשריבן: מוצש"ק יוני 07, 2025 11:18 pm

@בן תורה @סענס אף יומער ביטע ביטע זייטס מברר און שטעלטס קלאר פארן עולם. מקען נישט ערלויבן קיין אנאנימע רופן פאר געלט ווען עס קומט צו אט דעם קליפה.
זעלבסטפארשטענדליך אז מ'טאר חלילה נישט געבן קיין געלט פאר אנאנימע מענטשן אויף קיין שום פאל, און דערווייל ווייס איך נישט ווער דער ניק איז און כ'האב נישט קיין וועג דאס מברר צו זיין, אויסער אויב ער וויל זיך פארבינדן מיט מיר פערזענליך.

ער זאגט דאך מען זאל געבן פאר הרב כיירא, איז דאך זיכער נישט קיין פראבלעם. גרינהוט בלום פאזען וכיירא חד הוא.

ער זאגט אבער אויך אז מ'קען געבן פאר אים, און 'דאס' איז א גרויסע פראבלעם כל זמן ער איז נישט וועריפייד דורך די עסקנים.

איך זעה אז דער עולם גייט ארום און ארום, און מ'האט מורא צו אדרעסירן די עלעפאנט אין צימער, וועל איך אויסשמועסן דא די צד פאר חשדהו:

@מתא מחסיא איז אנגעקומען דא און אנגעהויבן שרייען געוואלד, און געשריבן אומקלארע ווערטער וועגן קינדער אין תפיסה, עסקנים, בילדער וכו', וואס פון זיינע ווערטער קען משמע זיין אז די באקאנטע עסקנים מיט וואס כלל ישראל איז באקאנט, די צדיקים הרב בלום, הרב גרינהוט וכו' טויגן נישט. אזוי אויך האט זיין מהלך פון ערוועקן רחמנות געטראגן שטארקע ענליכקייטן צו די וועג וויאזוי ל"ט נארט אריין תמימי לב זיי צו געבן געלט (הונגעריג, מ'דארף געלט פאר פרוכט וכו', נישט דורך די עסקנים). דאס אלעס האט ערוועקט פארדאכטן ביי מאנכע (וגם אני בתוך המאנכע) אז ער איז דא מצד ל"ט (צו אליין א ל"ט מיטגליד אדער פון די יוצר משרתים ואשר משרתיו) און פרובירט אנצודרייען אז מען זאל 'אים' געבן געלט, וואס דאס וועט אנקומען צו די הנהלה און ארויסהעלפן זייער פארצווייפלטע מערכה קעגן די עסקנים. איי, ער שרייבט דאך אז עס גייט פאר עסן? נו, זה דרכם כסל למו, אז זיי בעטן געלט פאר עסן און נוצן עס פאר קאורט קעיסעס צו האלטן די קינדער אין שעלטער און נישט צולאזן קיין כשר'ס צו עסן. איי, ער שרייבט דאך אז מ'קען עס געבן פאר די עסקנים אויך? דאס קען זיין ווייל ער האט געכאפט אז כלל ישראל איז שוין נישט אזוי נאאיוו ווען עס קומט צו די טרויעריגע פרשה, שרייבט ער אז מ'קען עס געבן פאר זיי און אזוי באקומען לעגיטימיטעט, און איה"נ אז מענטשן וועלן טאקע געבן פאר די עסקנים אבער אפשר וועט מען אים אויך געבן און אויב יא איז הכל ריוח.

די צד פון כבדהו איז פשוט: אפשר ארבעט ער מיט די עסקנים און זוכט נישט גארנישט נאר בלויז ארויסצהעלפן די קינדערלעך וועלכע זיצן נעבעך אין שעלטער אזוי לאנג.

אשר על כן קום איך ארויס מיט א רוף צו אלע חברים, מען זאל טאקע יא ווערן איבערגענומען פון @מתא מחסיא'ס הארצרייסענדע ווערטער, אבער דאס געלט זאל מען נאר איבערגעבן פאר די עסקנים אליין, ביז מען וועט באקומען א קלארע באשטעטיגונג פון די עסקנים אז מ'קען אויך געבן געלט פאר מתא מחסיא.
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2761
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 6035

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פשוט און גראד »

מתא מחסיא האט געשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 4:02 am איך האב נישט קיין צייט צו קוואטען און ענטפערן יעדע שאלה, איך זאג איין זאך חכמים הזהרו בדבריכם, מען קען ראטעווען יודן בשעת וואס איר זיצט אויפן פאטעל און שרייבט

קומט ביטע ארבעטן פאר די יודן און צאלט געלט פאר די גרין קארדס און וויזעס וואס מען דארף מאכן זיי זאלן קענען קומען, שטעלט צו דירות און עסן פאר די יודן וואס קומען

איר וועט בעז"ה נאך אסאך פארשטיין פארוואס איך קען נישט אלעס שרייבן, דערווייל האלט אייך ביטע איין פון שרייבן אין פובליק זאכן וואס ברענגען נישט קיין שום תועלת
ממש א מציל ומושיע, ממש לא אלמן ישראל.

'אבער' סארי.

אינז דערווייל טראסטען נאר בלום.
ממעמקים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 114
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 9:13 pm
Location: ברוקלין
x 511

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ממעמקים »

מתא מחסיא האט געשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 3:03 am
ממעמקים האט געשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 2:58 am
מתא מחסיא האט געשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 2:32 am מיינע ברודער, איך האב מיט לב טהור גארנישט, איך האב פשוט געזעהן די מצב אין די שעלטערס און די הפקירות וואו די קינדער באקומען נישט בעסיק מעדיקל קעיר אין די שעלטער
וואס מיינט ביי אייך בעסיק מעדיקל קעיר?
לויט לב טהור גארביטש בעג הייזער, אפלויף סיסטעם, זיך קווארטירן היימלאז אין גאס, אפילו אויב מען איז קוים נאכן געבוירן א קינד, קען נאר גיין צום דאקטער מיט הנהלה באשטעטיגונג ווען מצב איז שוין איום ונורא… וועלכע בעיסיק קעיר דארפן זיי פלוצלינג אזוי וויכטיג?
איך קען נישט שרייבן קיין פריוואטע דיטעילס פובליק, אויב ביסטו גרייט צו העלפן א קינד וואס איז געווארן neglected אין שעלטער צו ברענגען קיין אמעריקע מיט געלט און השתדלות, דאן ביטע קאָנטאַקט מיר
1- אנדערע ניקס האבן שוין באקומען טראסט און געלט אן ארויסגעבן זייער פריוואטע אינפארמאציע
2- וואס מיינט ביי דיר דאס ווארט נעגלעקט?
3- וויאזוי וועט דעי געלט העלפן די נעגלעקטעד קינד אין די שעלטער?
4- דו האסט ״בטעות״ נאכאמאל געשריבן אז מען זאל שיקן די געלט צו ״דיר״
וד״ל אויף יעדע פוינט עקסטער
ממעמקים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 114
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 9:13 pm
Location: ברוקלין
x 511

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ממעמקים »

מתא מחסיא האט געשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 4:02 am איך האב נישט קיין צייט צו קוואטען און ענטפערן יעדע שאלה, איך זאג איין זאך חכמים הזהרו בדבריכם, מען קען ראטעווען יודן בשעת וואס איר זיצט אויפן פאטעל און שרייבט

קומט ביטע ארבעטן פאר די יודן און צאלט געלט פאר די גרין קארדס און וויזעס וואס מען דארף מאכן זיי זאלן קענען קומען, שטעלט צו דירות און עסן פאר די יודן וואס קומען

איר וועט בעז"ה נאך אסאך פארשטיין פארוואס איך קען נישט אלעס שרייבן, דערווייל האלט אייך ביטע איין פון שרייבן אין פובליק זאכן וואס ברענגען נישט קיין שום תועלת
וואס איז נאר די כלל פון א טראל? מען ריפט עס טראל בדרך כבוד ווייל אויב מען באטיטלט יענעם ל״טניק דאן קומען זיי שרייען
קרני פרה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 252
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 1:06 am
x 1649

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קרני פרה »

ממעמקים האט געשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 3:17 am
מתא מחסיא האט געשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 2:34 am לאמיר זיין זייער קלאר, צובראכענע יודישע נפשות פון לב טהור ליינען דא, זייערע אויגן ליינען ווי היימישע יודן שטייען קאלטבלוטיג ווען זייערע קינדערס בלוט גיסט זיך ווי וואסער

חכמים, הזהרו בדבריכם

נ.ב. איך האב מיט לב טהור קיין שום שייכות נישט געהאט און איך בין בס"ה דא צו העלפן די צובראכענע נפשות קומען אויף אמעריקא צווישן היימישע יודן
טייערע ברידער לאמיר זיך אביסל אויסשמועסן, מיר זיצען דא די לעצטע פאר חדשים, און שעלטען און שימפען מיט א שנאה כבושה אויף אלע חטאים עוונות ופשעים, זדונות ושגגות, וואס זענען נאר אמאל פארגעקומען אין לב טהור, יודען זיצען אויפען ריקליינער מיט עיר קאנדישען און א קאווע , רילאדען די פעדזש צו ליינען נאך א פעטע שטיקל לשון הרע , נאך א הייסע מעשה , נאך א רשעות, וכו וכו, מען ענדשויט זיך און די בלוט הויבט אן צו קאכן, מען שיסט אריין נאך א גראבע קללה, נאך א תגובה דורך געזאפט מיט שנאה און האס , סע גייט א רויעך
די זעלבע צייט זיצען די אידן און געווטאמאלא , אין יישוב’ן זיך צו זיי זאלן נעמען די געוואגטע שריט אין קומען קיין אמעריקא און ראטעווען זייערע קינדער, א זאך וואס איז ביי זיי געווען אסור בתכלית,
זיי ליינען דא בעיון יעדע תגובה, פרובירן צו דערגיין וואס פאר א קבלת פנים זיי וועלן באקומען פון זייערע ברודער דאהי, למעשה זעהען זיי אז דאס וואס מען האט זיי געלערנט אין לב טהור די לעצטע יארן אז אלע אידען אין די וועלט האבן זיי פיינט שנאת מוות, זייער גאנצע ציל איז בלויז צו צוברעכן און אונטערברענגן די ”הייליגע חבורה” איז ליידער אמת ויציב, דאס וואס די אחים הכורמים שיקען פין תפיסה אז די אמעריקאנע אידען ווילן זיי בכלל נישט העלפן, זיי ווילן בלויז אויסטוהן די ”משבצות זהב” און צווינגען צו עסן שלענג און חזיר, דאס אלעס ווערט נתאמת ביי זיי און קאפ, וואס זיי ליינען דא ממש אפענע פרוף צו די אלע הבלים, קומט אויס אז אנשטאט צו העלפן די עסקנים ארויסברנגן די צובראכענע קינדער העלפן מיר בלא יודעים פאר די ל”ט פירער אין תפיסה, זיי האבן הנאה ווי מיר טוען די ארבעט פאר זיי,
די עסקנים קומען און זאגען זיי, אונז גייט נישט אן וואס פאר א קליידער ענק גייען, עסט וואס ענק ווילן נאר, דאווען ווי לאנג דו ווילסט אמעריקא איז דא פרידאם אף רעליגיע, ווי לאנג מען פייניגט נישט קיינעם אדער מען ברעכט דאס געזעץ, איין זאך רעטעוועט ענקערע לעכטיגע קינדער און קומט ארויס פון דארט
נאר די ווערטער! איז געשטאנען אונטער די החלטה פון די זקנים צו מתיר זיין צו קומען אין די טריפ׳נע אמעריקא
למעשה זענען די עסקנים פארנומען די לעצטע וואכען זיי צו מסביר זיין צענדליגער שעות , אז אידטיש איז נישט דווקא די דעת הקהל און סיז נאך דא גענוג אידען וואס נעמען זיי אן בלי שנאה, מען טוט גארנישט אויף מיט שרייען און שימפן , סאיז נישט נוגע בכלל וואס דער פאריגער מנהיג האט יא אדער נישט געטוהן, סע שטערט נאר , טייערע ברידער לאמיר אפשר טוישען גאנג מען טוט סאך מער אויף מיט אהבה
ממעמקים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 114
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 9:13 pm
Location: ברוקלין
x 511

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ממעמקים »

מתא מחסיא האט געשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 4:02 am

קומט ביטע ארבעטן פאר די יודן און צאלט געלט פאר די גרין קארדס און וויזעס וואס מען דארף מאכן זיי זאלן קענען קומען, שטעלט צו דירות און עסן פאר די יודן וואס קומען

איר וועט בעז"ה נאך אסאך פארשטיין פארוואס איך קען נישט אלעס שרייבן, דערווייל האלט אייך ביטע איין פון שרייבן אין פובליק זאכן וואס ברענגען נישט קיין שום תועלת
גרין קארדס און וויזעס צו קומען וואו? וואו חלומסטו וועט זיין ל״ט נעקסטע דעסטינאציע? ״ביטע שרייבט נישט דא נאר צו מיר אין אישי.. איר וויסט דאך אז מען קען דא נישט אלעס שרייבן.. זיי האבן דאך דא די ערב רב עסקנים
אוועיטער
גדליה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 105
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 24, 2025 11:01 am
x 714

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גדליה »

לידעת הציבור, @מתא מחסיא איז פון די שטארקע עסקנים און העלפט גאר שטארק ארויס די לעצטע שטיק צייט, איך וועל עס שפעטער קאנפירמען מיט @סענס אף יומער
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1994
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 6891

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מסתמא »

כבוד הרב @מתא מחסיא איך האב דיר געשריבן עטליכע פראגעס און איך האב דערווייל נישט באקומען קיין ענטפער. איך גיי לייגן לינקס דערצו, זאלסט עס קענען איבערליינען קלאר און ענטפערן דערויף. טאמער קומט נישט קיין ענטפער גיי איך פערזענליך פארפירן אז מזאל דיך אפשפארן. עס איז א זילזול אין די מענטשהייט צו פארפירן און נאכדעם איגנארירן בעיסיק פראגעס.

דערווייל איגנארירטע שאלות:

1
viewtopic.php?p=179071#p179071

2
viewtopic.php?p=179049#p179049

ווער נאך עס האט געלייגט פראגעס און נישט באקומען קיין ענטפער זאל מיך ציטירן און לייגן לינקס. די הנהלה דארף זעהן וואס דא גייט פאר.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
גדליה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 105
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 24, 2025 11:01 am
x 714

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גדליה »

מסתמא האט געשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 4:37 am כבוד הרב @מתא מחסיא איך האב דיר געשריבן עטליכע פראגעס און איך האב דערווייל נישט באקומען קיין ענטפער. איך גיי לייגן לינקס דערצו, זאלסט עס קענען איבערליינען קלאר און ענטפערן דערויף. טאמער קומט נישט קיין ענטפער גיי איך פערזענליך פארפירן אז מזאל דיך אפשפארן. עס איז א זילזול אין די מענטשהייט צו פארפירן און נאכדעם איגנארירן בעיסיק פראגעס.

איך האב פארשטאנען ווי דיר און אנפאנג ביז הרב מחסיא האט מיר מסביר געווען פריוואט, ס'איז דא א סיבה דערפאר, הרב מחסיא איז שטארק אינוואלווד אין עסקנות און האט שטארק אויפגעטון די לעצטע שטיק צייט
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1349
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 13846

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

@מתא מחסיא מיינט נישט קיין שלעכטס, ער מיינט נאר דעיס viewtopic.php?p=179090#p179090
מ'קען זיך בארואיגן...
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1994
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 6891

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מסתמא »

קרני פרה האט געשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 4:29 am
ממעמקים האט געשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 3:17 am
מתא מחסיא האט געשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 2:34 am לאמיר זיין זייער קלאר, צובראכענע יודישע נפשות פון לב טהור ליינען דא, זייערע אויגן ליינען ווי היימישע יודן שטייען קאלטבלוטיג ווען זייערע קינדערס בלוט גיסט זיך ווי וואסער

חכמים, הזהרו בדבריכם

נ.ב. איך האב מיט לב טהור קיין שום שייכות נישט געהאט און איך בין בס"ה דא צו העלפן די צובראכענע נפשות קומען אויף אמעריקא צווישן היימישע יודן
טייערע ברידער לאמיר זיך אביסל אויסשמועסן, מיר זיצען דא די לעצטע פאר חדשים, און שעלטען און שימפען מיט א שנאה כבושה אויף אלע חטאים עוונות ופשעים, זדונות ושגגות, וואס זענען נאר אמאל פארגעקומען אין לב טהור, יודען זיצען אויפען ריקליינער מיט עיר קאנדישען און א קאווע , רילאדען די פעדזש צו ליינען נאך א פעטע שטיקל לשון הרע , נאך א הייסע מעשה , נאך א רשעות, וכו וכו, מען ענדשויט זיך און די בלוט הויבט אן צו קאכן, מען שיסט אריין נאך א גראבע קללה, נאך א תגובה דורך געזאפט מיט שנאה און האס , סע גייט א רויעך
די זעלבע צייט זיצען די אידן און געווטאמאלא , אין יישוב’ן זיך צו זיי זאלן נעמען די געוואגטע שריט אין קומען קיין אמעריקא און ראטעווען זייערע קינדער, א זאך וואס איז ביי זיי געווען אסור בתכלית,
זיי ליינען דא בעיון יעדע תגובה, פרובירן צו דערגיין וואס פאר א קבלת פנים זיי וועלן באקומען פון זייערע ברודער דאהי, למעשה זעהען זיי אז דאס וואס מען האט זיי געלערנט אין לב טהור די לעצטע יארן אז אלע אידען אין די וועלט האבן זיי פיינט שנאת מוות, זייער גאנצע ציל איז בלויז צו צוברעכן און אונטערברענגן די ”הייליגע חבורה” איז ליידער אמת ויציב, דאס וואס די אחים הכורמים שיקען פין תפיסה אז די אמעריקאנע אידען ווילן זיי בכלל נישט העלפן, זיי ווילן בלויז אויסטוהן די ”משבצות זהב” און צווינגען צו עסן שלענג און חזיר, דאס אלעס ווערט נתאמת ביי זיי און קאפ, וואס זיי ליינען דא ממש אפענע פרוף צו די אלע הבלים, קומט אויס אז אנשטאט צו העלפן די עסקנים ארויסברנגן די צובראכענע קינדער העלפן מיר בלא יודעים פאר די ל”ט פירער אין תפיסה, זיי האבן הנאה ווי מיר טוען די ארבעט פאר זיי,
די עסקנים קומען און זאגען זיי, אונז גייט נישט אן וואס פאר א קליידער ענק גייען, עסט וואס ענק ווילן נאר, דאווען ווי לאנג דו ווילסט אמעריקא איז דא פרידאם אף רעליגיע, ווי לאנג מען פייניגט נישט קיינעם אדער מען ברעכט דאס געזעץ, איין זאך רעטעוועט ענקערע לעכטיגע קינדער און קומט ארויס פון דארט
נאר די ווערטער! איז געשטאנען אונטער די החלטה פון די זקנים צו מתיר זיין צו קומען אין די טריפ׳נע אמעריקא
למעשה זענען די עסקנים פארנומען די לעצטע וואכען זיי צו מסביר זיין צענדליגער שעות , אז אידטיש איז נישט דווקא די דעת הקהל און סיז נאך דא גענוג אידען וואס נעמען זיי אן בלי שנאה, מען טוט גארנישט אויף מיט שרייען און שימפן , סאיז נישט נוגע בכלל וואס דער פאריגער מנהיג האט יא אדער נישט געטוהן, סע שטערט נאר , טייערע ברידער לאמיר אפשר טוישען גאנג מען טוט סאך מער אויף מיט אהבה
וואס שטייט דא אין דעם פאוסט? קענסט אפשר רעדן קלאר? אפילו האלבוועגס...

דו זעסט דא שנאה? דו זעסט דא נישט וועלן העלפן? געוואלד און געשריגן! ווי קען מען אפענטפערן דעי פאוסט ווין דעי פאוסט איז איין שטיק שקר. קיינער האט קיינעם נישט פיינט. יעדער איז דא יעדעם צו העלפן. אה... און מיר גייען ווייטער זאגן ללא כחל ושרק וואספארא שקר בעלאוני דעי אזוי גערופענע הייליגע חבורה איז געווען. מיר גייען אויסרופן בריש גלי אז דעי אזוי גערופענע חבורה איז נישט געווען מער ווי א טונקעלע שמוציגע קולט פון די ג’ חמורות, רציחה, אכזריות, שפיכת דמים וגילוי עריות. דאס איז וואס סאיז געווען! און כלל ישראל גייט דאס מער נישט צולאזן! טאקע צוליב אונזער אהבה צו אומשולדיגע נשמות! אונזער שנאה און מערכה קומט פון אהבה. דעי קולט גייט זיך אויפהערן. מיר וויינען פשוט וואו מיר זענען געווען ביז יעצט. זאל יעדער לב טמא פארכאפטער עס ליינען און זעהן אין וועלכע גהינום ער איז געווען. מיר גייען דיך נישט שמד’ן חס ושלום, מיר גייען דיך נישט צווינגען צו גארנישט, מיר גייען דיך מקבל זיין מיט אפענע ארעמעס, מיר גייען דיך מאכן באקוועם און געבן צו עסן. ווייסט וואס נאך? אונז גיימיר זיך נישט אפהאלטן פון זאגן דעם אמת. סאיז אויף קיין פאל נישט קיין סתירה.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1994
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 6891

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מסתמא »

גדליה האט געשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 4:43 am
מסתמא האט געשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 4:37 am כבוד הרב @מתא מחסיא איך האב דיר געשריבן עטליכע פראגעס און איך האב דערווייל נישט באקומען קיין ענטפער. איך גיי לייגן לינקס דערצו, זאלסט עס קענען איבערליינען קלאר און ענטפערן דערויף. טאמער קומט נישט קיין ענטפער גיי איך פערזענליך פארפירן אז מזאל דיך אפשפארן. עס איז א זילזול אין די מענטשהייט צו פארפירן און נאכדעם איגנארירן בעיסיק פראגעס.

דערווייל איגנארירטע שאלות:

1
viewtopic.php?p=179071#p179071

2
viewtopic.php?p=179049#p179049

ווער נאך עס האט געלייגט פראגעס און נישט באקומען קיין ענטפער זאל מיך ציטירן און לייגן לינקס. די הנהלה דארף זעהן וואס דא גייט פאר.
איך האב פארשטאנען ווי דיר און אנפאנג ביז הרב מחסיא האט מיר מסביר געווען פריוואט, ס'איז דא א סיבה דערפאר, הרב מחסיא איז שטארק אינוואלווד אין עסקנות און האט שטארק אויפגעטון די לעצטע שטיק צייט
ערבך ערבה צריך. מי אתה? האסט אינגאנצן 13 פאוסטס דא @בן תורה @סענס אף יומער קען דיך? כמיין ווער ביסטו? נאטינג פערסאנאל אבער ביטע
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
ממעמקים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 114
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 9:13 pm
Location: ברוקלין
x 511

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ממעמקים »

קרני פרה האט געשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 4:29 am
ממעמקים האט געשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 3:17 am
מתא מחסיא האט געשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 2:34 am לאמיר זיין זייער קלאר, צובראכענע יודישע נפשות פון לב טהור ליינען דא, זייערע אויגן ליינען ווי היימישע יודן שטייען קאלטבלוטיג ווען זייערע קינדערס בלוט גיסט זיך ווי וואסער

חכמים, הזהרו בדבריכם

נ.ב. איך האב מיט לב טהור קיין שום שייכות נישט געהאט און איך בין בס"ה דא צו העלפן די צובראכענע נפשות קומען אויף אמעריקא צווישן היימישע יודן
טייערע ברידער לאמיר זיך אביסל אויסשמועסן, מיר זיצען דא די לעצטע פאר חדשים, און שעלטען און שימפען מיט א שנאה כבושה אויף אלע חטאים עוונות ופשעים, זדונות ושגגות, וואס זענען נאר אמאל פארגעקומען אין לב טהור, יודען זיצען אויפען ריקליינער מיט עיר קאנדישען און א קאווע , רילאדען די פעדזש צו ליינען נאך א פעטע שטיקל לשון הרע , נאך א הייסע מעשה , נאך א רשעות, וכו וכו, מען ענדשויט זיך און די בלוט הויבט אן צו קאכן, מען שיסט אריין נאך א גראבע קללה, נאך א תגובה דורך געזאפט מיט שנאה און האס , סע גייט א רויעך
לויט די רעאקציעס דא אויף די שרעקליכע ריפארטס וואס מען האט דא ארויפגעלייגט האט כלל ישראל נישט געקענט שלאפן הערנדיג די רשעות. אינטערעסאנט איז אז מען דערציילט אויף די הנהלה אין לב טהור איבער הנאה ווען די אינטערטאנען האבן געבלוטיגט. דאס איז פארקערט פון די אידישע נאטור. קיינער ענדשויט נישט נאר מען בלוטיגט און האט רחמנות. א היזיגער איד האט בכלל נישט די השגות… פון וואו נעמט איר דאס? ליידער
אוועיטער
גדליה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 105
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 24, 2025 11:01 am
x 714

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גדליה »

מסתמא האט געשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 4:48 am
גדליה האט געשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 4:43 am
מסתמא האט געשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 4:37 am כבוד הרב @מתא מחסיא איך האב דיר געשריבן עטליכע פראגעס און איך האב דערווייל נישט באקומען קיין ענטפער. איך גיי לייגן לינקס דערצו, זאלסט עס קענען איבערליינען קלאר און ענטפערן דערויף. טאמער קומט נישט קיין ענטפער גיי איך פערזענליך פארפירן אז מזאל דיך אפשפארן. עס איז א זילזול אין די מענטשהייט צו פארפירן און נאכדעם איגנארירן בעיסיק פראגעס.

דערווייל איגנארירטע שאלות:

1
viewtopic.php?p=179071#p179071

2
viewtopic.php?p=179049#p179049

ווער נאך עס האט געלייגט פראגעס און נישט באקומען קיין ענטפער זאל מיך ציטירן און לייגן לינקס. די הנהלה דארף זעהן וואס דא גייט פאר.
איך האב פארשטאנען ווי דיר און אנפאנג ביז הרב מחסיא האט מיר מסביר געווען פריוואט, ס'איז דא א סיבה דערפאר, הרב מחסיא איז שטארק אינוואלווד אין עסקנות און האט שטארק אויפגעטון די לעצטע שטיק צייט
ערבך ערבה צריך. מי אתה? האסט אינגאנצן 13 פאוסטס דא @בן תורה @סענס אף יומער קען דיך? כמיין ווער ביסטו? נאטינג פערסאנאל אבער ביטע

איך האב נישט קיין וועג דאס אויפציווייזן, נעם מיין ווארט, און @סענס אף יומער וועט עס קאנפירמען בקרוב
ממעמקים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 114
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 9:13 pm
Location: ברוקלין
x 511

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ממעמקים »

גדליה האט געשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 4:32 am לידעת הציבור, @מתא מחסיא איז פון די שטארקע עסקנים און העלפט גאר שטארק ארויס די לעצטע שטיק צייט, איך וועל עס שפעטער קאנפירמען מיט @סענס אף יומער
ווער ביסטו אז דו געבסט דיין באשטעטיגונג?
ממעמקים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 114
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 9:13 pm
Location: ברוקלין
x 511

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ממעמקים »

גדליה האט געשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 4:55 am
מסתמא האט געשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 4:48 am
גדליה האט געשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 4:43 am
איך האב פארשטאנען ווי דיר און אנפאנג ביז הרב מחסיא האט מיר מסביר געווען פריוואט, ס'איז דא א סיבה דערפאר, הרב מחסיא איז שטארק אינוואלווד אין עסקנות און האט שטארק אויפגעטון די לעצטע שטיק צייט
ערבך ערבה צריך. מי אתה? האסט אינגאנצן 13 פאוסטס דא @בן תורה @סענס אף יומער קען דיך? כמיין ווער ביסטו? נאטינג פערסאנאל אבער ביטע

איך האב נישט קיין וועג דאס אויפציווייזן, נעם מיין ווארט, און @סענס אף יומער וועט עס קאנפירמען בקרוב
צוזאגן קאסט נישט קיין געלט. ביסט א פרישע ניק, א נייע ניק קאסט אויך נישט
מתא מחסיא
פרישער באניצער
פאוסטס: 88
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק מאי 03, 2025 11:46 pm
x 555

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מתא מחסיא »

יודיש בלוט גיסט אויף די גאסן פון גוטאמאלא און דער עולם איז דן דיני נפשות יעצט צו גיסן פעך און שוועבל אויף לב טהור

חכמים הזהרו בדבריכם, עטס פארמאכטס א דרך הצלה פאר די הנאה פון באשמוצען יודישע קינדער
מתא מחסיא
פרישער באניצער
פאוסטס: 88
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק מאי 03, 2025 11:46 pm
x 555

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מתא מחסיא »

טייערע יודישע ברודער, איך רעד צו דיר מיט בלוט נישט מיט א פעדער, מיט א צובראכן הארץ אויף די ביטערע מצב וואס אונזערע ברודער און שוועסטער, היימישע עהרליכע יודישע קינדער פון לב טהור, גייען יעצט ליידער אריבער אין גוטאמאלא, ס'איז שווער צו שרייבן די ביטערע מצב און נאך שווערער צו משיג זיין די צער, פיין און ליידן פון די טייערע יודישע נפשות, איך בעט דיר פון טיפעניש פון הארץ, נעם א מינוט, ליין דורך דעם בריוו און פרוביר צו פארשטיין דעם מצב אפס קצהו.

דא רעדט מען פון עהרליכע יודישע ברודער און שוועסטער וואס זענען א חלק אין לב טהור, וואס האבן געמיינט אז די איינציגסטע וועג באמת, צו דינען הקב"ה איז בדווקא זיך צו שיידן פון אלע עוה"ז און לעבן אין העכערקייט, ווי די גרויסע תלמידי בעש"ט, התבודדות און התבוננות, חומרות בכל ענינים און אפקומען עוונות און פגעי הנפש דורך תיקונים וסיגופים, ס'איז נישט לתועלת אריינצוגיין אין די טיעפקייט יעצט און פארוואס עס איז נישט ריכטיג

ליידער האט זיך דער מצב דערקייקעלט ווייטער און עס איז געווארן איבער די מאס און עס האט צוגעברענגט דער ביטערע מצב ווען מען האט אוועקגענומען די טייערע קליינע לעכטיגע קינדער און זיי אריינגעשטעלט אין תפיסות וואס מען רופט שעלטערס צווישן גוים און גויטעס, דער מצב אין די שעלטערס איז א הימל געשריי, עוללים ויונקים וואס האבן נישט טועם געווען טעם חטא זענען פארשפארט אין תפיסות אָן קיין באזוכער און אָן קיין געהעריגע עסן, די קינדער וויינען פאר פשוטע גרינצייג און ברויט, די קינדער באקומען נישט קיין שום מעדיקל אויפזיכט און בעסיק קעיר, יעצט די משפחות ווייטער זענען צוזייעט און צושפרייט און ברויכן אויך עסן פאר חיי יום יום,
עס איז מיר שווער צו שרייבן ווען איך זעה די בילדער פון די פנימ'ער פאר מיינע אויגן, דאס איז וואס איך קען שרייבן בגשמיות,
ברוחניות איז די מצב פי כמה, די קינדערלעך האבן שוין נישט געזען קיין היימישע משפחה, שבת מועד וחודש מער ווי 5 חדשים!

מיינע טייערע ברודער, היימישע יודישע בלוט גיסט ווי וואסער במלוא מובן המילה, טראכט א מינוט וואס דאס מיינט פאר די לעכטיגע קינדער, און אויך פאר די צובראכענע טאטעס און מאמעס, די משפחות, טאטעס, מאמעס און קינדער זענען פאריבער נאך פארדעם שבעה מדורי גיהנום אויף די וועלט אויף פארשידענע אופנים מגולה לגולה, מתיקון לתיקון, אויף א פארנעם וואס מען קען נישט פארשטיין, מען האלט יעצט ביי א מצב פון טבעתי ביון מצולה ואין מעמד, באתי במעמקי מים, יעדער איינער פארשטייט ווי ביטער שווער עס איז צו איינזעהן אז מען האט געמאכט טעותים און ק"ו ב"ב של ק"ו ווען מען איז אריבער עינויים קשים ומרים צוליב די טעותים, און וע"כ אנקומען צו די ביטערע מצב פון די רעגירונג נעמען די קינדער אין תפיסה

געלויבט השי"ת אז מען האלט יעצט ביי א מצב אז דער עולם פון לב טהור איז גרייט צו קומען אויף אמעריקא כדי זיך ארויסצוזעהן פון די צרות לייד און פיין און אהערקומען מיט די קינדער, ליידער איז די גוטאמאלא רעגירונג זייער צוריקגעשטאנען און שטייט און זאכן שלעפן זיך זייער זייער צוביסלעך, און לענגער ווי עס ברויך ווען צו זיין

טייערע ברודער, דו קענסט העלפן דיינע ברודער און שוועסטער צו מאכן א סוף צו דעם מצב, די פראבלעם איז אבער כסף מנלן, פון די צוויי מיליאן קאמפיין, איז איין מיליאן אינגאנצן אריינגעקומען און די איבעריגע הבטחות איז דערווייל נישט דא, פון די מיליאן דאלאר איז געגאנגען פאר לויערס, עסן, טיקעטס און מסדר זיין משפחות, מוסדות און דירות, עס איז ממש נישטא מער קיין געלט!
מען דארף האבן געלט פאר עסן סיי פאר משפחות און סיי פאר קינדער, מען דארף האבן געלט פאר טיקעטס צו ברענגען נאך משפחות, מען דארף האבן געלט צו מאכן וויזעס און פאפירן ארויסצוגיין, דינגען דירות, מען דארף האבן געלט פאר בגדים, מען דארף האבן געלט פאר פשוטע צרכים, בעז"ה וועלן די אלע וואס קומען ארבעטן און ברענגען אליינס פרנסה, אבער אויף דערווייל דארף מען אנגרייטן אלע צרכים, ערלעדיגן דירות און אכסניות וכו'

איך בעט דיר פון הארץ, עס איז ממש אוממעגליך צו העלפן אויב איז נישט דא קיין געלט, עפען אויף דיין הארץ און נעם א זכי' פון אויסהאלטן א משפּחה, דו קענסט זיין א מציל נפשות ישראל, קום אקעגן מיט געלט און העלף אונז העלפן אונזערע ברודער און שוועסטער

https://www.dryveup.com/mission/110

נאך איין בקשה, ביטע איך בעט דיר, אויב דו זעהסט א יוד פון לב טהור מיט די בגדים, גיי צו אים און זאג אים א גוט ווארט, זיי אים מחזק זיין צובראכן הארץ, זיי אים מכבד און רעספעקטירט זיין פריוואטקייט

נ.ב.
עס איז נישט כדאי אריינצוגיין אין ווער איז שולדיג אדער נישט, דאס איז די מציאות און מען דארף יעצט פשוט ראטעווען יודן
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1080
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 3647

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך Think and Thank »

על פי תורה האט געשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 4:45 am @מתא מחסיא מיינט נישט קיין שלעכטס, ער מיינט נאר דעיס viewtopic.php?p=179090#p179090
מ'קען זיך בארואיגן...

אדרבה, אפשר קענט איר קאנפוירמען אז ער איז פארלעסליך און מען מעג אים געבן געלט?
שרייב פאוסט